מה בכך האט געשריבן:*סוף האמת לנצח*
*א פרישער פראיעקט וואס עסקני קהלתינו האבן זיך אונטערגענומען צו אויפדעקן אלע קארופציעס פון די א.ג. אנשי הבית ביי מרן רבינו שליט"א וואס וועט מגלה זיין א טפח פון די מעשי ההשחתה ווי אימער אין די גאנצע וועלט, און וועט אויפקומען מיט אלע דעטאלן און נעמען ארום יעדע עפיזאד וואס עס האט זיך אפגעשפילט.*
*נומער #1 אין סעריע פון סוף האמת לנצח*
דעי שבת מברכים חודש כסליו האט זיך אפגעשפילט אין בית מדרשינו בית מנחם צבי אין וויליאמסבורג ווען די אנשי ההשחתה האבן שוין מיט א צייט צוריק באפוילן אין מרן רבינו שליט"א'ס נאמען אז רב הבית מדרש הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א זאל נאר איינמאל אין אפאר חודשים ראש חודש בענטשן, כדאי אים צו צאפן דאס בלוט און דערגיין די יארן, אזוי אויך 'ה' מלך' ביי של"ס זאגט ער נישט יעדע וואך, אלעס פאר דעי איין זינד אז ער איז א ברודער פון דעם ראש ישיבה אין בני ברק, און היות יחזקאל ראטער און די אנשי ההשחתה האבן געשוואוירן אז זיי גייען אונטערברענגען דעי משפחה מוז מען דאך טרינקען די בלוט פאר יעדן דארט, האט מען באגרעיניצט דעם רב הבית מדרש שליט"א אז די געווענליכע כיבודים וואס יעדער רב אין אבית מדרש באקומט קען ער נישט באקומען.
דעי וואך איז זענען נישט אנוועזנד געווען אין בית מדרש פון די אלע שיינע אידן וועמען מ'שיקט געווענליך צו אויף ראש חודש בענטשן, און דעי אנשי ההשחתה האבן פראבירט צו צושיקן א צווייטן בנש"ק א אייניקל פון מרן רבינו הברך משה זי"ע און יענער האט בשום אופן נישט געוואלט צו גיין.
בלית ברירה האט מען צוגעשיקט דעם רב הבית מדרש הרב מרדכי אהרן שליט"א, ביים מיטאג סעודה האט מען שוין געזעהן ווי דעי וואס שטייען אונטער אלע העצערייען מבאי בית מנחם צבי-וואלאבאוט קומען צו בית רבינו שליט"א אויף היוז סט. און דרייען געפערליך אן מרן רבינו שליט"א אויף דעם.
ווען אברומי בראך איז צוגעקומען פאר של"ס צום גבאי הר"ר יענקל שטערן הי"ו אז מרן רבינו שליט"א איז זייער ברוגז אז ער האט צוגעשיקט דעם רב הבית מדרש, האט אים דער גבאי געענטפערט *ווען פונקט האסטו געפילהט פאר וויכטיג לויפן אנדרייען דעם רבי'ן איבער דעם?! פאר רבינו שליט"א האט געהאלטן ביים אייער מיט צוויבל?! אדער אפשר גאר ווען מ'ברימט זיך אונטער דעם גלות גלות פון רבי אייזיק'ל קאליבער?!* .
און אזוי גייען דארט אלע זאכן, מ'וויל ניצן דעם רבינ'ס נאמען פאר אייגענע חשבונות און אג'ענדעס און מ'לויפט אים אנדרייען וועם אימער ס'איז נאר נישט מעגליך.
*יירא הקהל וישפוט!*
*וסוף האמת לנצח*
איך גיי נישט מתווכח זיין אויף די מעשה, איך וויל זאגן אפאר פאקטן וואס איך בין באקאנט פערזענליך, פארשטייט זיך אז איך קען נישט זאגן וויאזוי משום גילוי
ר׳ מרדכי אהרן, איז עולה ששי יעדע וואך, ר"ח בענטשן טאקע נאר איינמאל א חודש (קיינמאל נישט געהאט מער, נישט ער און אויך קיין איין רב נישט), ער זאקט השם מלך יעדע וואך, ער איז מוהל ביי יעדע ברית אין ביהמ"ד
יא, תורה ביי של"ס זאגט ער נאר איינמאל אין 4 וואכן, א׳ סליחות און הוש"ר האט מען אים צוגענומען, ווער עס האט אים שוין געהערט איינע פון די זאכן פארשטייט עס ומשום כבודו וועל איך נישט זאגן
בקיצור פאר די הצלחת הביהמ"ד האט זיך אויסגעפעלט טוישונגען, מ׳ האט אים געאפפערט צו בלייבן אין אלטן ביהמ"ד און ער האט נישט געוואלט
און נאך אסאך זאכן האט מען פרובירט נישט פוגע זיין בכבודו און אויך אויפבויען די ביהמ"ד אבער ער האט נישט געוואלט, אוודאי וואלט איך נישט געוואלט דאס טון אבער די וואס דרייען זיך דארט פארשטייען עס זייער גוט
ובזה יצאתי ידי חובתי
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk