Under maintenance
הויפט זייט » מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
168 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14143
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:15 pm#457628
מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
סאטמארע רבי הגה"ק ר' אהרן טייטעלבוים האט היינט דראמאטיש ארויסגעטראסקעט זיין נעפיו הגה"צ ר' חיים הערש מייזליש פון די סאטאמרע קהלה אין בני ברק. ר' חיים הערש איז אייביג געווען פון די בני ברית פון ר' אהרן אין זיין מחלוקה קעגן זיין ברודער הגה"ק ר' זלמן לייב.

ר' חיים הערש איז א זוהן פון ר' אהרן'ס שוואגער הגה"צ ר' בעריש מייזליש פון בארא פארק , און ער איז א שוואגער פון ר' אהרן'ס זוהן הגה"צ ר' מענדעל וואס איז א איידעם ביי הגה"צ ר' בעריש.

די דרשה פון הגה"ק ר' אהרן האט דערמאנט די אלטע גוטע צייטן פון די אמאליגע ווילדע דרשות כדרכו בקודש.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:24 pm#457630
דער עולם ווארט נאך דעם דרשה אריין ציגיין זיך קוויטלען ביי ר' חיים הערש מייזליש
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:24 pm#457631
דא האט איר די פולע דרשה, הערט און האט הנאה.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:26 pm#457632
להגיד שבחו של אהרן שלא שינה

ער שטעלט ניטאמאל אן א פנים כאילו מרעדט דא וועגן אידישקייט אדער רוחניות נאר סימפעל, א מרידה, ער איז דער קעניג און חיים הערש איז דער מורד, און ער איז כביכול א העכערע כח, אין אני והוא יכולים לדור בכפיפה אחת
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:28 pm#457633
וויאזוי ווארפט ער? דאס ביהמ''ד איז נישט זיינס און דער עולם איז אויך רוב מיט חיים הערש
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:34 pm#457634
איינער קען אריינקומען קלאר וואס זענען די טענות פון ביידע צדדים? און פארוואס ר' אהרן זאגט אז ר' חיים הערש איז עוקר כל התורה כולו?
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:23 pm#457654
עכט וואלט יעצט געפאסט פאר מהר"א צו פארשטעלן אז די "מאמע איז געגאנגן אויס געשניטען ביז דא".

ס'דאך אבער דעם שוועסטער'ס א קינד...
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:34 pm#457656
ליפא האט געשריבן:וויאזוי ווארפט ער? דאס ביהמ''ד איז נישט זיינס און דער עולם איז אויך רוב מיט חיים הערש

וואס איז פשט? קום אריין קלאר, איך הער עפעס די שוהל איז אויף רז"ל'ס נאמען?

בכלל אויב קענסטו אויסקלארן, ווער איז בעה"ב אויב די נדל"ן, אויף די מוסדות אין ב"ב? מה טיבו פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון און מה טיבו פון ביהמ"ד אין זכרון מאיר? (איך גיי נישט לעת עתה אין מקוה... I have no clue)
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 8:41 pm#457658
יעדער דריסות הרגל און יעדע בית המדרש וואס איז תחת מרתו, סיי אין שיכון אין סיי און זכרון מאיר און אויך אין אלע מוסדות די תלמיד תורה די ישיבה קטנה די ישיבה גדולה די כולל אברכים ועוד סיי און בני ברק סיי און ירושלים סיי שבת סיי יום טוב און אפילו אינדערוואכן שחרית מנחה מעריב און צו יעדע מסיבה אין בית מדרש און אויכעט און אלע אונזער בתים מדרשות מוסדות החינוך לבנים ולבנות פאר בחורים כולל אברכים ועוד אין די גאנצע וועלט בכוח מרא דאתרא, די טאטע און די פעטער זכרונו לברכה

אין אני והוא יכול לדור במדור אחד

א ריעל עסטעיט עמפייער ווי א גרויסער באראן, אדער ווי ער רופט עס די מלוכה. יא מלוכה! הממלוכה והמשלה.

ער האט פארגעסען די סאטמערע ניסוח? ס'גייט "איך בין אין מוחל, נישט בעולם הזה און נישט "בעולם הבא"
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 10:44 pm#457670
איין ווארט האט געפעלט: "שייגעץ ארויס"

די עיקר דראמא גייט זיין פרייטאג, ביים ברית פון זיין אייניקל. מסתמא גייט עס זיין אין וויזניץ. עמער זען וויפיל סאטמאר'ע אידן וועלן זיך באטייליגן.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 10:58 pm#457672
יין שרף האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:וויאזוי ווארפט ער? דאס ביהמ''ד איז נישט זיינס און דער עולם איז אויך רוב מיט חיים הערש

וואס איז פשט? קום אריין קלאר, איך הער עפעס די שוהל איז אויף רז"ל'ס נאמען?

בכלל אויב קענסטו אויסקלארן, ווער איז בעה"ב אויב די נדל"ן, אויף די מוסדות אין ב"ב? מה טיבו פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון און מה טיבו פון ביהמ"ד אין זכרון מאיר? (איך גיי נישט לעת עתה אין מקוה... I have no clue)

כמעט אלע נדל"ן אין שיכון קר"י געהערט צו א באורד וואס זענען זאליס, אינקלודינג די ביהמ"ד הגדול ויואל משה
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:03 pm#457673
שושן פורים האט געשריבן:

And why are they so nice to let the Aronim there?
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:08 pm#457675
חתם סופר האט געשריבן:איינער קען אריינקומען קלאר וואס זענען די טענות פון ביידע צדדים? און פארוואס ר' אהרן זאגט אז ר' חיים הערש איז עוקר כל התורה כולו?

קיינעם אינטערעסירט נישט די פרטים פון דעם פאליטיק, און ס'איז באמת נישט נוגע. די דרשה פונעם רבי'ן איז שרעקליכע בזיונות אפגעזען פון וואס עס האט זיך אפגעטון און אפגעזען פון ווער עס איז גערעכט. אפילו זיינע חסידים זענען שטארק אנידערגעשלאגן היינט, און קענען עס נישט פארוואסערן.

דאס ווייזט אונז ווי ווייט מיר זענען געקומען ווי א געזעלשאפט זייט די תש"מ-תש"נ יארן ווען אזעלכע דרשות זענען געווען העכסט נארמאל, און אוודאי האבן עס דעמאלט די חסידים העפטיג פארטיידיגט. היינט פארשטייט יעדער אז ס'איז פשוט נישט נארמאל אז א רבן של אלפי ישראל זאל אזוי רעדן.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:22 pm#457676
ATUB @אבטולמוס ATUB אינאמתן קומט אז אינז זאלן זיך נישט שעמען מיט אזעלכע דרשות, וויבאלד דאס איז דאך די יסוד החסידות. נאר וויבאלד אינז האבן געהאט אזעלכע מנהיגים שליט''א וועלכע האבן כסדר גערעדט אזוי, האבן זיי נישט געקענט אויפשטעלן ריכטיגע געטרייע אידן און ממילא קען שוין די פאלטשע חסידים פון די פאלטשע רביס נישט פארנעמען די מיני דרשות. אבער ווען וועלט וואלט געווען געלט...
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:32 pm#457677
יין שרף האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:וויאזוי ווארפט ער? דאס ביהמ''ד איז נישט זיינס און דער עולם איז אויך רוב מיט חיים הערש

וואס איז פשט? קום אריין קלאר, איך הער עפעס די שוהל איז אויף רז"ל'ס נאמען?

בכלל אויב קענסטו אויסקלארן, ווער איז בעה"ב אויב די נדל"ן, אויף די מוסדות אין ב"ב? מה טיבו פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון און מה טיבו פון ביהמ"ד אין זכרון מאיר? (איך גיי נישט לעת עתה אין מקוה... I have no clue)

כמעט אלע נדל"ן אין שיכון קר"י געהערט צו א באורד וואס זענען זאליס, אינקלודינג די ביהמ"ד הגדול ויואל משה

And why are they so nice to let the Aronim there?

ישראל'ישע געזעצן זענען היפש קאמפליצירט ווען עס קומט צו ציבור'ישע ערטער, א שוהל ווערט פאררעכנט ווי א פאבליק פראפערטי אין א געוויסע זין און אויב עס איז דא א הנהלה וואס פירט גוט די פלאץ קען נישט די בעל הפראפערטי זיי ארויסשטעלן ווייל עס איז זיינס. עפעס אזוי.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:41 pm#457678
א שיינע דרשה! א נחת! פארפאלן. סקוקט אויס אז דער רבי איז דעטערמענט צוצושטעלן קאושער ענטערטעימענט פאר סיי וועלעכע פרייז. די היימישע סעלעבס פאקן איין TMZ לעצטענס.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:55 am#457683
וואס איז פשט אין דער גאנצע מעשה?

ר' אהרן איז טאקע אזא אומפארגינער?

עס טאר נישט זיין א רבי אין בני ברק?

ער האט דען נישט גענוג חסידים דא?

באמת א פלא א זיבעציג יעריגער איד וואס איז מלא וגדוש זאל נישט האבן בעסערע דאגות.

מען זאגט אז ער האט בעצם א פראבלעם אפילו צו לאזן זיינע אייגענע קינדער האבן כבוד. קען זיין ער האט עפעס א שוואכקייט, ער מיינט אז אני ואפסי, נאר ער קען ואין עוד.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 2:23 am#457687
אבטולמוס האט געשריבן:קיינעם אינטערעסירט נישט די פרטים פון דעם פאליטיק, און ס'איז באמת נישט נוגע. די דרשה פונעם רבי'ן איז שרעקליכע בזיונות אפגעזען פון וואס עס האט זיך אפגעטון און אפגעזען פון ווער עס איז גערעכט. אפילו זיינע חסידים זענען שטארק אנידערגעשלאגן היינט, און קענען עס נישט פארוואסערן.

דאס ווייזט אונז ווי ווייט מיר זענען געקומען ווי א געזעלשאפט זייט די תש"מ-תש"נ יארן ווען אזעלכע דרשות זענען געווען העכסט נארמאל, און אוודאי האבן עס דעמאלט די חסידים העפטיג פארטיידיגט. היינט פארשטייט יעדער אז ס'איז פשוט נישט נארמאל אז א רבן של אלפי ישראל זאל אזוי רעדן.

גראדע שעפ איך נחת.

יארן לאנג דערציילן ארונישע פריינט אז "רעבארן" האט זיך שוין געלערנט א פרק נארמאלקייט אין זיין פה מפיק מרגליות וצרורות'דיגע עבר. איך האב שטענדיג געהאלטן אז עס קאן ניט געמאלט זיין, א מענטש בלייבט א מענטש, א מאלפע בלייבט א מאלפע, און רעבארן בלייבט רעבארן. כ'האב ווי רבי עקיבא בשעתו איינגעריסן וועלטן, געשריגן געוויינט און געמאנט: "מתי יבוא לידו ויקיימנו", אז אלע זאלן איינזען דעם ריינעם אמת, יכירו וידעו כל יושבי תבל, יעדער זאל קומען און ווייזן מיטן (מיטלסטן) פינגער אז דער איז דער איד וכו'.

און ב"ה שלא השבית לנו גואל, אכשר דרא, אלקים אנה לידו, עס איז אונטערגעקומען די גאלדענע געלעגנהייט אז אלע זאלן זען ווי דער באשיינפערליכער "עפרא לפומיה" זאגער, "פראפעשינעל מוחה פון מאנסי" טיטל טיילער, "אריינגעבן אינעם זיבעטן ריפ אריין" שמייסער, דער "לאנגע שארט קאטס" ערקלערער, און "תמרוקי נשים" שמעק זיך אויסדרייער, איז געבליבן דער זעלבער אומערצויגענער פארשוין, וליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר.

ללמדך שקפצה לו ה"רעבארן".
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:27 am#457688
ענדליך געטון צו דער זאך

און פלאצן זאלן אלע בריונים

ווער ס'הערט אויס די דרשה פון אנפאנג ביז'ן סוף האט נישט קיין שום וואונדער און זעיט נישט קיין שום בזיונות

נאר אמת אמת און אמת

'איך האב גערעדט צו אים פרעזענליך איך האב געמאכט איין וועד און נאך א וועד איך האב אים נאכגעגעבן ער האט נישט געהאלטן אפילו זאכן וואס ער האט געחתמעט'

יא אמת טוט וויי מ'קען שיסן וויפיל סטעיטמענטס ס'לאזט זיך און אויף וועלכע אופן מ'וויל

אבער ר' אהרן רעדט פון הארץ ארויס פון ווייטאג ער נעמט די בושה ער זאגט דאס מיט צער און ווייטאג

אמת בלייבט אמת צו ס'שמעקט צו נישט צו ס'געפעלט פאר אזויגערופענע עטישקייט צו נישט

א גוטן טאג
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 5:59 am#457689
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
איך בין נישט באקאנט מיט אלע פרטים, אבער איך שטוין ווי פרעמדע מענטשן נעמן א צד אין א מחלוקות ווי עס זענן דא צוויי צדדים
אקעי איין צד האט מען שוין געהערט, וואס איז די צווייטע צד?
ר׳חיים הערש (זיינע קינדער) ווילן איבערנעמן די רביסטעווע און בעלות אין ב"ב, שוין יארן וואס מ׳פרובירט מיט גוטן און מיט בייזן ער/זיי זאחן זיך אפלאזן פון די חלומות, ער האט א שיינע פאסטן דארט, דע פאקטע רב (נאכ׳ן באזייטיגן דעם רב ז"ל מיטן טענה אז ער איז א זאלי, א ווייטאגליכער פרשה פאר זיך ואכמ"ל) בקיצור עס האט אים גארנישט געפעלט, אבער ער/זיי האבן ווייטער געשפינט די פלענער דאס צו טון
יעצט, ווען איינער נעמט אריין זיין נעפיו אין די ביזנעס, דער נעפיו בויעט אים אויף די ביזנעס, אבער דערנאך פרובירט ער עס צונעמען, וואלט איינער געהאנדעלט אנדערש?
איך זאג נישט אז די מציאות איז אזוי, אבער דאס טענה׳ט צד שני, איך נעם נישט קיין שטעלונג און דאס זעלבע אלע דא, איבערהויפט רוב דא וואס האבן א פיינטליכע מיינונג אויף סאטמאר בכלל און אויף מהר"א בפרט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 6:32 am#457690
חתם סופר האט געשריבן:איינער קען אריינקומען קלאר וואס זענען די טענות פון ביידע צדדים? און פארוואס ר' אהרן זאגט אז ר' חיים הערש איז עוקר כל התורה כולו?

ער האט נישט געזאגט "כל התורה כולו", ער האט געזאגט "כל הקדוש לנו".

קוקט אויס אז דאס וואס חיים הערש זוכט עוקר צו זיין, איז דאס גאנצע וואס איז איהם קדוש, ותו לא..
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 7:03 am#457691
טאמער ר' אהרן וואלט געזאגט "רבותי, לא מיתדר לנו. מיר קענען נישט לעבן צוזאמען, און ממילא וויבאלד איך בין בעלעבאס, מוז ער פליען", וואלט געווען נארמאל.

טאמער ר' אהרן וואלט געזאגט, "מ'קען נישט לערנען מיט בחורים תורה בשעת אז עס איז דא א מחלוקת, און ממילא לשם די תורה, מוז ער פליען", וואלט עס געווען די נארמאלע שקר צו וואס מיר זענען צוגעואווינט.

דא האט ער דאס נישט געטון, און דאס דארף ווערן פארדאמט. נישט אז מ'נעמט א שטעלונג אין דעם, אפשר האט ר' חיים הערש געדארפט פליען. אבער זיך אויפשטעלן און זאגן אז 'משום תאוות הכבוד און תאוות ההשתלטות' אויף יענעם, האט נישט אויסגעפעלט.

ויבאו ATUB @ארי נוהם ATUB און ATUB @גאנצל ATUB , און האבן ביידער געזאגט גענוי די זעלבע זאך, נאר מיט אן אנדערן שפראך. ללמדך די כח פון שפראך.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 7:21 am#457692
ר' חיים הערש איז געווען היינט ביי תפילת שחרית אין בית מדרש אין שיכון און נתכבד געווארן מיט אן עליה....

זייער אינטערסאנט וואס ר' אהרן'ס חשבון איז ווייסט ער דען נישט אז עס ווארפט זיך נישט אזוי היינטיגע טעג תש20 ווען ער האט קיין בעלות נישט אויף די בנין און נישט אויף די מענטשען
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 7:40 am#457693
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט אלע פרטים, אבער איך שטוין ווי פרעמדע מענטשן נעמען א צד אין א מחלוקת ווי עס זענן דא צוויי צדדים.

דו מיינסט זיכער פרעמדע מענטשן, נישט אונזערע שרייבער, ריכטיג?
ווייל דא דעבאטירט מען נישט אזוי ווייט ווער עס איז גערעכט, נאר די אופן הדרשה.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 7:55 am#457694
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
איך זע נישט לשיטתו וואס ער האט אזוי שלעכט געזאגט
ער האט געזאגט אז ער מאכט חרוב די מוסדות במילא דארף ער גיין
און ער האט נישט גערעדט ברבים, ער האט עס געזאגט צו זיינע מענטשן אין ב"ב
שרייבט דא איינער, *ווען ער וואלט געזאגט בלא בלא"
וואס נאך דארף ער פרעגן פון די שרייבערלעך דא? וואס צו זאגן ביי של"ס
ד"א, לויט מיין אינפארמאציע איז רוב ציבור אפילו זיי זענן מעריצים פון רח"ה, האלטן אז דער רבי איז העכער און זיי וועלן זיך אונטערווארפן דעם רבינ׳ס רצון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:07 am#457695
מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
גאנצעל טייערער, וואס האקסטו א טשייניק? פאק איין!

אלע חסידים שעמען זיך און זינקען פאר בושה (חוץ די ווייניגער ווי צוואנציג חברי הקליקע).

אלע חברי ה'וועד העליון' ברויזען און ווייסען נישט ווי זיך אהין צוטאן (חוץ איין באוויסטער בעל מחלוקת וואס האט זיך אהערגעשארט נאך'ן נישט האבן גענוג כבוד ביי מהרז"ל).

וואס אמת, ווען אמת?

עס איז אמת אז ער און די רביצין האסן זיך עד מות. עס איז אמת אז ער ליידט פין Asperger's. עס איז אויך אמת אז וואס ער האט געזאגט יעצט אויף רח"ה איבער מידות איז גילטיג אויף עם אליין פי כמה. אלא מאי? דארף מען זיך אויפשטעלן אין די גאס און אויסשרייען אלע די אמת'ן?!

טו דיר אליין א טובה און מעק אויס דיין תגובה.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:27 am#457696
עמעזאן האט געשריבן:ר' חיים הערש איז געווען היינט ביי תפילת שחרית אין בית מדרש אין שיכון און נתכבד געווארן מיט אן עליה....

זייער אינטערסאנט וואס ר' אהרן'ס חשבון איז ווייסט ער דען נישט אז עס ווארפט זיך נישט אזוי היינטיגע טעג תש20 ווען ער האט קיין בעלות נישט אויף די בנין און נישט אויף די מענטשען

דא האט איר די בילד פון היינט ביי שחרית.

IMG_20200827_081813_406.jpg

כפארשטיי נישט פונקטליך וואס דא גייט פאר?

נאך דעי גאנצע דרשה, נאכן זיך פארשטינקען אין די גאנצע וועלט, און? זיראו? זילטש? קאם אן!
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 9:22 am#457701
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ר' חיים הערש איז א זוהן פון ר' אהרן'ס שוואגער הגה"צ ר' בעריש מייזליש פון בארא פארק , און ער איז א שוואגער פון ר' אהרן'ס זוהן הגה"צ ר' מענדעל וואס איז א איידעם ביי הגה"צ ר' בעריש.

אויך איז ר' חיים הערש'ס רעבעצין זיין ניעס. זי איז א טאכטער פון זיין שוואגער ר' ישראל האגער מוויזניץ
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 9:36 am#457702
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
איינערער האט געשריבן:גאנצעל טייערער, וואס האקסטו א טשייניק? פאק איין!

אלע חסידים שעמען זיך און זינקען פאר בושה (חוץ די ווייניגער ווי צוואנציג חברי הקליקע).

אלע חברי ה'וועד העליון' ברויזען און ווייסען נישט ווי זיך אהין צוטאן (חוץ איין באוויסטער בעל מחלוקת וואס האט זיך אהערגעשארט נאך'ן נישט האבן גענוג כבוד ביי מהרז"ל).

וואס אמת, ווען אמת?

עס איז אמת אז ער און די רביצין האסן זיך עד מות. עס איז אמת אז ער ליידט פין Asperger's. עס איז אויך אמת אז וואס ער האט געזאגט יעצט אויף רח"ה איבער מידות איז גילטיג אויף עם אליין פי כמה. אלא מאי? דארף מען זיך אויפשטעלן אין די גאס און אויסשרייען אלע די אמת'ן?!

טו דיר אליין א טובה און מעק אויס דיין תגובה.
איינערער טייערער, וואס האקסטו א טשייניק? פאק איין!

אלע חסידים שעמען זיך און זינקען פאר בושה (חוץ די ווייניגער ווי צוואנציג חברי הקליקע).
מיינע סאורסעס זאגן פארקערט

אלע חברי ה'וועד העליון' ברויזען און ווייסען נישט ווי זיך אהין צוטאן (חוץ איין באוויסטער בעל מחלוקת וואס האט זיך אהערגעשארט נאך'ן נישט האבן גענוג כבוד ביי מהרז"ל).
דאס זעלבע דא אויך

עס איז אמת אז די און דיין רביצין האסן זיך עד מות. עס איז אמת אז
די ליידסט פין Asperger's. עס איז אויך אמת אז וואס די האסט געזאגט יעצט אויף מהר"א איבער מידות איז גילטיג אויף דיר אליין פי כמה. אלא מאי? דארף מען זיך אויפשטעלן אין די גאס און אויסשרייען און אויסשרייען אלע די אמת'ן?!

איינערער טו דיר אליין א טובה און מעק אויס דיין תגובה.

נ.ב. נישט ח"ו אז איך ווייס עפעס פון איינערעל, דזשאסט צו ווייזן אז זאגן אמת אויף א סטעיטמענט מאכט עס נישט אמת

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:19 am#457703
שמעקעדיג האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט אלע פרטים, אבער איך שטוין ווי פרעמדע מענטשן נעמען א צד אין א מחלוקת ווי עס זענן דא צוויי צדדים.

דו מיינסט זיכער פרעמדע מענטשן, נישט אונזערע שרייבער, ריכטיג?
ווייל דא דעבאטירט מען נישט אזוי ווייט ווער עס איז גערעכט, נאר די אופן הדרשה.

און מען קען דעבאטירן ווער איז גערעכט אויך.

און זאגן אז עס איז דא צוויי צדדים איז פונקט אזוי אריין געמישט, ווייל יעדער צד האלט אז איז נאר דא איין צד.

אריין געמישט הייסט גיין רעדן צו ר' אהרן אדער רח"ה אדער ארויסהלפען בפועל ממש. און אפילו אויף דעם איז דא רעכט פאר יעדער וואס האט שייכות, דאס איז נישט קיין פריוואטע מחלוקת, דאס איז א ציבורישע מחלוקת וואס געהערט יעדען.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:36 am#457704
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
אישתישבי האט געשריבן:

ציבורישע מחלוקות? די איינציגע ציבור איז סאטמארע חסידים אין ב"ב, וואס האט א פרעמדער (אינקלודינג איך) צו נעמן א צד דא?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 10:51 am#457707
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
איינערער האט געשריבן:גאנצעל טייערער, וואס האקסטו א טשייניק? פאק איין!

אלע חסידים שעמען זיך און זינקען פאר בושה (חוץ די ווייניגער ווי צוואנציג חברי הקליקע).

אלע חברי ה'וועד העליון' ברויזען און ווייסען נישט ווי זיך אהין צוטאן (חוץ איין באוויסטער בעל מחלוקת וואס האט זיך אהערגעשארט נאך'ן נישט האבן גענוג כבוד ביי מהרז"ל).

וואס אמת, ווען אמת?

עס איז אמת אז ער און די רביצין האסן זיך עד מות. עס איז אמת אז ער ליידט פין Asperger's. עס איז אויך אמת אז וואס ער האט געזאגט יעצט אויף רח"ה איבער מידות איז גילטיג אויף עם אליין פי כמה. אלא מאי? דארף מען זיך אויפשטעלן אין די גאס און אויסשרייען אלע די אמת'ן?!

טו דיר אליין א טובה און מעק אויס דיין תגובה.
דיין הנחה איז נאר אויף ר אהרן אדער די האלטס די זעלביגע אויף איינשטיין אין סטיוו זשאבס, טראמפ זין ?

דרך אגב, אספערגערס איז א מהות - ליידן אין פריידן איז פינקט ווי אן אנדערע נפש. אין איין שטארקע מעלה וואס זיי האבען איז קיינמאל קיין ליגענט. אנשים אמיתים.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:08 am#457708
פעך.... יעצט אויסגעהערט די דרשה.

תאוות השררה!!!!!! פעך!!!!!! פעך!!!!!!

ווער ביסטו?? ווער האט דיך ממליך געווען אויף כלל ישראל אויב נישט דיין גאווה און תאוות השררה
די פארשעמטע "טייטלבוים" משפחה וועט בלייבן לדורות אנגעקריצט אין כלל ישראל. עס איז א בושה זיך צו משדך זיין מיט ענק.

צוקריקטע משפחה, שפיכות דמים, גנבים, תאוות השררה.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:11 am#457709
און ווי להכעיס איז ער געגאנגען דאווענען מנחה אין די ארוינישע בית מדרש אין ירושלים...

IMG_20200827_110821_650.jpg

וואס פארשטיי מיר אונז...
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:51 am#457711
calculator האט געשריבן:פעך.... יעצט אויסגעהערט די דרשה.

תאוות השררה!!!!!! פעך!!!!!! פעך!!!!!!

ווער ביסטו?? ווער האט דיך ממליך געווען אויף כלל ישראל אויב נישט דיין גאווה און תאוות השררה
די פארשעמטע "טייטלבוים" משפחה וועט בלייבן לדורות אנגעקריצט אין כלל ישראל. עס איז א בושה זיך צו משדך זיין מיט ענק.

צוקריקטע משפחה, שפיכות דמים, גנבים, תאוות השררה.

צ״ל תאוות השילטון.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 11:59 am#457712
גבור חיל האט געשריבן:און ווי להכעיס איז ער געגאנגען דאווענען מנחה אין די ארוינישע בית מדרש אין ירושלים...

IMG_20200827_110821_650.jpg

וואס פארשטיי מיר אונז...

דער פירט אן א געהעריגע רעוואלט
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:09 pm#457713
גאנצל האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:און ווי להכעיס איז ער געגאנגען דאווענען מנחה אין די ארוינישע בית מדרש אין ירושלים...

IMG_20200827_110821_650.jpg

וואס פארשטיי מיר אונז...

דער פירט אן א געהעריגע רעוואלט

די ריוואלט גייט שוין אן פאר חדשים מיט א תוקף וואס ר' אהרן האט געטראכט פארוואס די דרשה וועט עפעס אויפטון ווייסט איין באשעפער.

פאר די וואס ווילן וויסען די גאנצע מחלוקת איז אז ר' חיים הערש פארשטייט זיך נישט מיט ר' יחזקאל ראטטער פון די קהילה און ר' אהרן רעדט זיך עפעס איין אז ראטטער איז זיינס א מענטש און ויצא העגל הזה.

די מציאות איז אז ר' חיים הערש האט אויפגעבויעט די קהילה דארט און די ציבור איז זייער צוגעבינדען צו עם און זיי האלטן זיך נישט ביים צושטעלן צו די צודרייטע קאפריזן פון זייער רבי שליט''א

דאס איז ממש א מתנה פאר די ברודער וואס מוטשעט זיך יעצט מיט זיין קהילה אויף עטליכע פראנטען צו די שכר לימוד ווערטשאפט און די קאממאן קאר סאמוטאכע וואס די עולם זעהט עס קומט צו זיך פארשטייסטו אויך צו פשרות, און די עולם קוקט זיך צו מיט קנאה בליקן אויף קהילת מהר''א א נארמאלע קהילה שרייט נישט אין די גאסן ווי משוגעים בויט ריזיגע בתי מדרשים אין ווילימסבורג וכו'. און יעצט בומפ...
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:20 pm#457714
איך בין גארנישט באקאנט מיט די מחלוקת און פאקטעןַ וואס איך האב יא געזען דא דארט איז אז ס'קומט א דרשה, דערנאך איז די דרשה געווארן אפגעשטעלט דורך די ראש הקהל רב ריספלער וכו' וכו'

איז דאס שוין די צענזורטע ווערסיע אדער מ'האט ארויס געשטעלט א רעקארדירט ווערסיע וואס איז געווען אינטער דעבאטע צו מ'זאל דאס releasen

ווייל אויב דאס איז איז גאר א דרשה וואס רב ריספלער האט בלית ברירה אים געלאזט האלטען און דאס איז שוין א דריטע רעצענזיע וכו' איז עס ביזוי בזיונות ממש
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:59 pm#457718
גאנצל האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:און ווי להכעיס איז ער געגאנגען דאווענען מנחה אין די ארוינישע בית מדרש אין ירושלים...

IMG_20200827_110821_650.jpg

וואס פארשטיי מיר אונז...

דער פירט אן א געהעריגע רעוואלט

סך הכל משתתף געווען ביי זיין אייניקל'ס חומש סעודה דארט אין ביהמ"ד, און דערנאך געדאווענט דארט מנחה מיטן עולם.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 1:01 pm#457719
יין שרף האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:און ווי להכעיס איז ער געגאנגען דאווענען מנחה אין די ארוינישע בית מדרש אין ירושלים...

IMG_20200827_110821_650.jpg

וואס פארשטיי מיר אונז...

דער פירט אן א געהעריגע רעוואלט

סך הכל משתתף געווען ביי זיין אייניקל'ס חומש סעודה דארט אין ביהמ"ד, און דערנאך געדאווענט דארט מנחה מיטן עולם.

וואס ברענגסטו ארויס? למעשה האט די רבי די מרא דאתרא עם געאסרט אריינצוטרעטן אין די בתי מדרשים און ער און די ציבור פייפט זיך אריין בגדול א געהעריגע ריוואלט
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 2:56 pm#457731
בין איך נייגעריג וואס עס גייט זיך דא אויסלאזן
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:09 pm#457733
און אנדערע נייעס הער איך יעצט אז ריספלער פלאנט זיך אפצוזאגן פון ראש הקהל'שאפט
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:13 pm#457736
מנחם ציון האט געשריבן:און אנדערע נייעס הער איך יעצט אז ריספלער פלאנט זיך אפצוזאגן פון ראש הקהל'שאפט

עס איז צום גלייבן אז דאס האט אן אמת אין זיך

די עולם כאפט נישט אז דאס איז אן התחלה פון א אלטוועלטליכע מחלוקת אין קהילת מהר''א עס איז נישט נאר אין בני ברק ר' מענדל בנו בכורו רב דווילימסבורג איז א שוואגער מיט ר' חיים הערש און זיין רעביצין איז ווייט פון א בהמה... ב''פ די רב ר' בעריש טאטע פון ר' חיים הערש ר' מרדכי אהרן אין וואלאבאט וכו' וכו'
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:18 pm#457737
קפ
לדברי הרבנית מסאטמאר תליט"א כעת, אין להתייחס להקלטה של בעלה, זה היה בהשפעת כדורים חזקים שלקח בתקופה האחרונה.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:24 pm#457739
עמעזאן האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:און אנדערע נייעס הער איך יעצט אז ריספלער פלאנט זיך אפצוזאגן פון ראש הקהל'שאפט

עס איז צום גלייבן אז דאס האט אן אמת אין זיך

די עולם כאפט נישט אז דאס איז אן התחלה פון א אלטוועלטליכע מחלוקת אין קהילת מהר''א עס איז נישט נאר אין בני ברק ר' מענדל בנו בכורו רב דווילימסבורג איז א שוואגער מיט ר' חיים הערש און זיין רעביצין איז ווייט פון א בהמה... ב''פ די רב ר' בעריש טאטע פון ר' חיים הערש ר' מרדכי אהרן אין וואלאבאט וכו' וכו'

נישט נאר דאס, ער צוקריגט זיך דא מיט צוויי שוואגערס זיינע ר' חיים צבי'ס טאטע און שווער
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:28 pm#457741
IMG_20200827_152445_552.jpg

פאלטש אבער זיס...
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:34 pm#457743
גאנצל האט געשריבן:ענדליך געטון צו דער זאך

און פלאצן זאלן אלע בריונים

ווער ס'הערט אויס די דרשה פון אנפאנג ביז'ן סוף האט נישט קיין שום וואונדער און זעיט נישט קיין שום בזיונות

נאר אמת אמת און אמת

'איך האב גערעדט צו אים פרעזענליך איך האב געמאכט איין וועד און נאך א וועד איך האב אים נאכגעגעבן ער האט נישט געהאלטן אפילו זאכן וואס ער האט געחתמעט'

יא אמת טוט וויי מ'קען שיסן וויפיל סטעיטמענטס ס'לאזט זיך און אויף וועלכע אופן מ'וויל

אבער ר' אהרן רעדט פון הארץ ארויס פון ווייטאג ער נעמט די בושה ער זאגט דאס מיט צער און ווייטאג

אמת בלייבט אמת צו ס'שמעקט צו נישט צו ס'געפעלט פאר אזויגערופענע עטישקייט צו נישט

א גוטן טאג

ווער האט זיך געגלייבט מהעמיר נאך "זוכה זיין צום ונחיה ונראה"?

פלאצן פלאצן זיי די בריונים, אבער אזוי צו פלאצן? נישטאמאל פאר מיינע שונאים וואונטש איך אזא פלאצעריי!
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:58 pm#457744
calculator האט געשריבן:פעך.... יעצט אויסגעהערט די דרשה.

תאוות השררה!!!!!! פעך!!!!!! פעך!!!!!!

ווער ביסטו?? ווער האט דיך ממליך געווען אויף כלל ישראל אויב נישט דיין גאווה און תאוות השררה
די פארשעמטע "טייטלבוים" משפחה וועט בלייבן לדורות אנגעקריצט אין כלל ישראל. עס איז א בושה זיך צו משדך זיין מיט ענק.

צוקריקטע משפחה, שפיכות דמים, גנבים, תאוות השררה.

ועי' מש"כ בשולחן ערוך

שולחן ערוך אה"ע סי' ב' סעי' ב' האט געשריבן:כל המשפחות בחזקת כשרות ומותר לישא מהם לכתחלה, ואעפ"כ אם ראית ב' משפחות שמתגרות זו בזו תמיד (או שני בני אדם שמתגרים זה בזה) (בפ"י יוחסין), או ראית משפחה שהיא בעלי מצה ומריבה תמיד, או ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל ועז פנים ביותר, חוששין להם וראוי להתרחק מהם, שאלו סימני פסלות הם
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 4:21 pm#457750
Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:פעך.... יעצט אויסגעהערט די דרשה.

תאוות השררה!!!!!! פעך!!!!!! פעך!!!!!!

ווער ביסטו?? ווער האט דיך ממליך געווען אויף כלל ישראל אויב נישט דיין גאווה און תאוות השררה
די פארשעמטע "טייטלבוים" משפחה וועט בלייבן לדורות אנגעקריצט אין כלל ישראל. עס איז א בושה זיך צו משדך זיין מיט ענק.

צוקריקטע משפחה, שפיכות דמים, גנבים, תאוות השררה.

ועי' מש"כ בשולחן ערוך

שולחן ערוך אה"ע סי' ב' סעי' ב' האט געשריבן:כל המשפחות בחזקת כשרות ומותר לישא מהם לכתחלה, ואעפ"כ אם ראית ב' משפחות שמתגרות זו בזו תמיד (או שני בני אדם שמתגרים זה בזה) (בפ"י יוחסין), או ראית משפחה שהיא בעלי מצה ומריבה תמיד, או ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל ועז פנים ביותר, חוששין להם וראוי להתרחק מהם, שאלו סימני פסלות הם
זעסטוש יעצט בין איך פארלוירן ליטוואק האט ביז היינט אייביג געשטיצט מהר"א און זיינע פאליסיס, אויך דעם ברך משה זצ"ל האט ער זייער ליב געהאטש אפגערעדט ווי ער האט אייביג זיך אנגענומען פאר מרן הק׳ מסאטמאר זי"ע ושיטתו, און דא פלוצלינג האט ער אים פארלוירן
ערנסט גערעדט, ווי זעסטו אז ער האלט זיך מלך אויף כלל ישראל?
סך הכל, וויל איינער (לשיטתו) צוכאפן די בעלות פון זיינע מוסדות, און ער וויל עס נישט צולאזןש קומט אים עפעס דערפאר?
ווען דיין געטרייער נעפיו קומט אריין אין דיין הויז/ביזנעס און וויל עס צוכאפן וואלסטו אנדערש געהאלטן?
אקעי דארף לויפן וועל מיר שפעטער ממשיך זיין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 4:45 pm#457753
גבור חיל האט געשריבן:
IMG_20200827_152445_552.jpg

פאלטש אבער זיס...

דעם אויספיר... ויפתחו לו שערי חמלה...