אויך איז אינטערעסאנט אז כאטש אלגעברא איז אן אראביש ווארט איז אבער אל גהאריזמי די פאטער פון אלגעברא (פון וועמענ'ס בוך די ווארט אלגעברא קומט, און פון וועמענ'ס נאמען די ווארט אלגאריטם קומט) געווען א פערסישער מעטאמאטיקער און וויסנשאפטליכער,
און אנדערש ווי דער קאמעטאר דארט אויף דיין לינק שרייבט, שטאמט אלגעברא נישט פון אינדיע, עס שטאמט פון גריכנלאנד, וואס קומט יא פון אינדיע איז אונזער מאדערנע נומערן סיסטעם, וואס די גריכן און רוימער האבן נישט געהאט, דעריבער כאטש זיי זענען געווען די גרעסטע חכמים אין די אלטע וועלט האבן זיי נישט געקענט אנטוויקלען מעטאמאטיק מיט זייער פעלנדע נומערן סיסטעם, די אראבער וואס האבן געהאט א פארבינדונג צו אינדיע האבן גענומען די בעסערע נומערן סיסטעם איר פארבעסערט און דערנאך די גריכישע חכמה און זיי אנטוויקלט,
צווישן זיינע פילע מאנומענטאלע ווערק אין מאטעמאטיק, געאראפיע, אסטראנאמיע, און נאך האט ער אויך געשריבן א היכל אבער די אידישע קאלענדער,
אויך איבן סינא (באקאנט אלס אוויסענא) דער פאטער פון מעדיצין, און נאך חכמות, איז געווען א פערסישער, כאטש אלע זיינע ווערק איז אין אראביש.