אין הארץ פון וויליאמסבורג ממש א שפאן פון ראדני און הארט הונטער ר' ז''ל פילאפ'נס רוקן קומען כסדר פאר שיסערייען (shootings) פון גאר גרויסע מיוח''ל בארימטע מאוויס
באותו מקום ווי דער רבי זכיתויגןעלנו האט מייסד געווען דעם קרן הצלה בעת ווען שווערע טויזענטער יודן פולן אן דעם חלל הפנוי פון ברעג צו ברעג הונטער די פארמויערטע ווענט פון די ארמארי געביידע צווישען מאסרי און העריסאן זענען שוין כמה בארימטע פילמס דערשאסן געווארן צום טויט.
די פעסטונג האט שוין אין די פארגאנגענהייט געדינט אלס אכסניא פאר 'נח' (
noah) און 'שפינמאן' (Spiderman) א שטיק צייט צוריק האט מען דארט געארבעט אויף 'די איירישמאן' (
the Irishman) וואס וועט האבן אויף די ליסטע די לייבן פונעם דור הישן ווי הארווי קייטעל, דע ניראו, על פאטשינאו, און נאך
דוכט זיך מיר אז כהאב געזען דעמאלס דעם לעגענדארן מארטין סקארסעזי זיצן אויף א בענקל אינדרויסן אויף העלן העיווארד סט. מיט עטליכע גבאים
יעצט ווירבלט מען דארט וועגן א פילם
a women in the window וואס וועט האבן אויף די cast אזוינע ריזן ווי עימי עדעמס און מעגליך גרשון אלטמאן (gary oldman)