פרייטאג מאי 2, 2014 4:05 am#198634
אז די טיבעט'ער בודהיסטן האבן א מנהג פון 'הימל באגרעבעניש', זיי לייגן ארויס די טויטע אויף די בערג אז די פייגל זאלן זיי עסן.
מאטיאז דאס ווארט "בארבאריען" שטאמט פון די גריכישע איינוואוינער וואס האבן נישט פארשטאנען דעם שפראך פון די דרויסענדע מענטשן וואס זענען געקומען האנדלן. זיי האבן בלויז געהערט "באר באר באר".
ונבנתה העיראז די טיבעט'ער בודהיסטן האבן א מנהג פון 'הימל באגרעבעניש', זיי לייגן ארויס די טויטע אויף די בערג אז די פייגל זאלן זיי עסן.
נולד מאוחראז אין gmail האט מען צען סקאנדעס ציריק ציען אדער עדיטען א געשיקטע אימעיל.
https://www.google.com/get/googletips?utm_source=Google&utm_medium=HPP%20Mobile&utm_campaign=5%2F21
רויטע וואנצעסלויטן זכרון (ח'ו נישט געקוקט אין וויקי) […]פרעזידענט רוזעוועלט איז אויפגעקומען מיט דעם.
פלעין יודישקול מבשר אויכעט
(בידעי קאמינא...)
כוכבגעהערט אמאל אז דער ניו יארק טיימס האט גרייט אין די ארכיוון צוויי טויזנט הערכות און פראפילן אויף בארימטע פערזענליכקייטן, אנגעגרייט פאר דעם טאג וואס זיי וועלן פארמאכן די אויגן.
דריידלאיינער האט מיר לעצטענס מעורר געווען אז די פסוק אין פרשת בהעלותך "והאספסוף" אשר בקרבו, זאגט מען נישט ארויס די אל"ף.
עיין רש"י דברי הימים א ב ו
דריידלגערעכט. איך האב נאר צוגעצייכענט די רש"י ווייל כמעט יעדעם וואס כ'האב געפרעגט (ארייגערעכענט עטליכע בעל קורא'ס) האט יא ארויסגעזאגט דעם אל"ף (נישט אריינקוקענדיג אין חומש), ווייל אזוי איז מען געוואינט. אבער דער וואס האט מיר מעורר געווען אויף די טעות איז געוואר געווארן דערפון פון די רש"י
שטילע אינגערמאןאז ס'געפינט זיך צווישען אונז א אינגערמאן מיט א גאלדן הארץ,
כ'האב געהאט א פראבלעים מיט מיין סעלל, כהאב געאישי'ט א ניק, ער האט מיך געהאלפען טריט ביי טריט מיט געדולט, (כ'פארשטיי נישט מוראדיג צו טעכנעלאגיע).
ביסט די בעסט, I appreciate it

שמערל@פישכאפער
זאכן וואס די ווייסט נאכאלטס נישט.
אז זייט יענע דרייסיג יאר האט זיך אמעריקע נישט פארמאכט, מען האלט און איין בויען נייע בריקן און הייוועיס, און פארעכטן די אלטע.
די קאסט פון געז איז נישט געשטיגן אזוי דראמטיש אין פארגלייך צו די קאסט פון קאנסטראקשן, ברענגענדיג א דראמטישע וואוקס אין הוצאות, און פארקלענערונג אין הכנסה.
עס זענען דא היינט אסאך מער קארס אויפן הייוועי ווי פערציג יאר צוריק, אבער זיי נוצן פיל ווייניגער געז. אראפרענגענדיג די שטייער פער קאר, ארויפברענגענדיג די קאסט פאר גרעסערע און מער אפגענוצטע הייוועיס.
אסאך בריקן אין אמעריקע, זענען אין א סכנהדיגן שוואכן צושטאנד, איינס איז שוין איינגעפאלן מיט עטליכע טויטע, אבער עס איז נישטא קיין געלט זיי צופארעכטן.
די הייוועי אסאויסיעשאן שטייט מיט א ריזיגע דעפיציט. און צוליב דעם גרידלאק אין סענאט און קאנגרעס, איז זי געבינדן די הענט. און קען גארנישט טוהן צו פארבעסערן דעם מצב, צווינגענדיג די לאקאלע סטעיטס ארויפצולייגן אייגענע טעקסעס, צו קענען טיילווייז דעקן די הוצאות ההייוועיס.
קינד_אן_קייטאז דער מייסטער (אידישער) קאריקאטוריסט אלבערט הירשפעלד האט:
[list]- גענוצט א קולמוס (פון א עורב) אנשטאט א פענע צו מאלן זיינע בילדער,
- נאכ׳ן געבורט פון זיין טאכטער מייסטערהאפטיג באהאלטן איר נאמען Nina אין אלע זיינע בילדער, צומאל עטליכע מאל (אויפ׳ן בילד אינעם לינק איז עס דא 3 מאל), דער עולם האט זיך דערוואוסט דערפון און ס׳איז געווארן א שפיל צווישן די לייענער צו טרעפן יעדן באהאלטענעם כתב נסתר, ויהי היום און ס׳איז פאר׳ן מעלער נמאס געווארן דאס געשעפט אבער ער האט נישט געקענט ארויס קריכן דערפון ווייל דער עולם האט פראטעסטירט...[/list:u]
אינטערעסאנט.
קאווע טרינקעראז footsteps נעמט נאר אריין מעמבערס וואס קענען שרייבן.
פיש כאפער
שמערל, מיין חכם׳ל,
דאן צו וואס איז דא שטייער בודקעלעך יעדע פאר מייל??? ווי עס שיינט ווייסטו נישט עפעס וואס יעדער קינד וואס איז שוין אמאל געפארן פון שטאט צו אפסטעיט (אדער פארקערט)ווייסט, אז די דאזיגע קליינע בודקעלעך איז געשטעלט געווארן טאקע פאר דעם סיבה צו האלטן די בריקן פון צוזאמפאלן.