Under maintenance
הויפט זייט » זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
343 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1743
זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:12 am#414800
כוכב האט געשריבן:אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.

און אז די מאדעלקע קארלי קלאסס איז אויך א גיורת און געהייארט די וואך יהושע קושנער א ברידער מיט ר' יואל אלחנן חדב"ן
זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:42 am#414807
תנחום האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.

און אז די מאדעלקע קארלי קלאסס איז אויך א גיורת און געהייארט די וואך יהושע קושנער א ברידער מיט ר' יואל אלחנן חדב"ן

די קושנער'ס טיען שיינע שידוכים
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:04 am#414926
שמעון וואלף האט געשריבן:
תנחום האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.

און אז די מאדעלקע קארלי קלאסס איז אויך א גיורת און געהייארט די וואך יהושע קושנער א ברידער מיט ר' יואל אלחנן חדב"ן

די קושנער'ס טיען שיינע שידוכים

:D

(אויך מיר גיורת'ן)
מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:27 am#414928
איש חזון: אין עטליכע דורות ארום (ווען ס'וועט שוין נישט שטיין אין די כתובה..."גיורתא דא")...וועללן זיי טון רבני'שע און רעבישע שידוכים...! און מ'וועט נאך זאגן אז די באבע ע"ה איז געווען אן אייניקל פון די רעכניצער רעביצין זיכרונה ליבראכעה...!
פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 2:57 am#417205
אז א מענטש האט באמת 21 חושים נישט פינף.
דינסטאג יאנואר 15, 2019 2:30 am#422278
אז ס'איז דא א בילד פון נאפאליאנ'ס צווייטע רעבעצין.

Marie_Louise_1847.jpg
מאנטאג פעברואר 04, 2019 8:04 pm#423882
אז ווען דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען אין בערלין האט ער געהערט שיעורים פון שראודינגער.

--------

אז די ספיד לימיט אויפן פאליסעידס איז ארויף צו 55.
מאנטאג פעברואר 04, 2019 8:30 pm#423884
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ווען דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען אין בערלין האט ער געהערט שיעורים פון שראודינגער.

--------
.


אדער יא אדער ניין


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 04, 2019 10:13 pm#423890
פרעגט תוס' (אין מס' כתובות דף ל"א ע"ב) ...למאי נפקא מינה? לשילוח הגט...! אוי. דאס זאגט דאך די גמ' אין מס' גיטין...כ'האב נישט געוואוסט אז איך קען מס' גיטין אויך. דער תירוץ איז אזאיך קען מס' גיטין אזוי גוט ווי איך קען מס' כתובות...!

פאר איינעם וואס איז נישט קיין חב"ד'ס'קער חסיד...!
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 2:06 pm#424933
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז ר' אהרן קוטלור האט געוואלט ר' שלמה גורן פאר אן איידעם...
http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html

אז הרב גורן קען אין קאווע שטיבל געמעקט וועררן.. :)
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 2:20 pm#424934
Buddy האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז ר' אהרן קוטלור האט געוואלט ר' שלמה גורן פאר אן איידעם...
http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html

אז הרב גורן קען אין קאווע שטיבל געמעקט וועררן.. :)

ATUB @סדרן ATUB ?
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 2:52 pm#424935
Buddy האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז ר' אהרן קוטלור האט געוואלט ר' שלמה גורן פאר אן איידעם...
http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html

אז הרב גורן קען אין קאווע שטיבל געמעקט וועררן.. :)


באדי כהאב אייך געענטפערט אין אישי.
דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 3:26 pm#424937
אז רעדן און האסן אויף שוכני עפר אויף די ערגסטע אופנים און מיאוסטע אופן דאס מעג מען אלס דא איז א פלאץ ווי מען קען אלעס שרייבן
אבער ברענגן א בילד פון א רב וואס זיין עבירה איז ציונית דאס טאר מען שוין נישט
איך גיי נישט אריין אין קיין איינע פון די צוויי נושאים ס'איז פשו איראניש צו שטיין און זעהן ווי נאריש מענטשן מאכען זיך
פרייטאג אפריל 19, 2019 4:32 am#428802
אז רש"י האט געהאט א טאכטער רחל וואס האט חתונה געהאט צו א ת"ח בשם ר' אליעזר אבער האט זיך ג'גט און מער ווייסט מען נישט וועגן איר...
פרייטאג אפריל 19, 2019 2:51 pm#428817
אז אויף די פושקעס פון מארלבארא ציגארעטן פלעגט שטיין די מימרא פון יוליוס קיסר: Veni, vidi, vici.

I came; I saw; I conquered

Philip_Morris_logo.jpg
Philip_Morris_logo.jpg (18.08 KiB) געזען געווארן 6851 מאל
מוצ"ש אפריל 27, 2019 11:49 pm#429063
לגבי דעם וואס דער ריב"ש שרייבט (שו"ת סי' שע"ו) אויף די חכמי אשכנז, כי מצרפת תצא תורה ודבר ה' מאשכנז, זע איך אז ס'שטייט אין ירושלמי (נדרים כ"ג ע"א):

כי מבבל תצא תורה ודבר ה' מנהר פקוד.

------------

לגבי וואס טשורטשיל האט געזאגט איבער די עיר-פארס ביי די קאמף פון בריטאניע: Never in the field of human conflict was so much owed by so many to so few.

איבער וואשינגטאנ'ס נצחון אין טרענטאן, איז שוין געשריבן געווארן:

It may be doubted whether so small a number of men ever employed so short a space of time with greater or more lasting results upon the history of the world.

-----------

די פסח'דיגע משפחה ברענגט פון פראפעסאר מאיר שווארץ אז די גאנצע התגרות-מעשה, ווען הערשל גרינשפאן האט אומגעברענגט א דייטשן דיפלאמאט און געברענגט דעם 'קריסטאל נאכט', הייבט זיך נישט אן. גרינשפאן האט קיינמאל געשאסן, און די דייטשן אליין האבן יענעם אומגעברענגט, לויטן באפעל פון היטלער, אנצודרייען א מעשה.

אגב, דער ארטיקל גיבט דעם רושם אז דייטשלאנד האט געזיגט אין די ערשטע קריג. א טעות בל יכופר פאר אזא מאגאזין ווי משפחה.
זונטאג אפריל 28, 2019 1:04 am#429065
די לעצטע זאך וואס אחד העם האט פארלאנגט פון ביאליק פאר זיין פטירה איז געווען, ער זאל אנהייבן א פראגראם פאר דעם יוגנט אין תל אביב שבת נאכמיטאג כדי זיי זאלן נישט פארברענגן מיט דברים של מה בכך צו פארשוועכן דעם כבוד פון שבת און דערביי דעם כבוד תרבות הלאומי של עם ישראל.

ביאליק האט מקיים געווען דברי שכיב מרע, דער פראגראם רופט זיך "אגודת עונג שבת" עד עצם היום הזה.
זונטאג מאי 26, 2019 1:56 pm#431073
אנביליוועבעל. וויאזוי האט מען באקומען די בילדער פון שפיאנאזש סאטעללייטס, איידער גאט האט באשאפן דיגיטאלע בילדער?

דער סאטעללייט האט ארויסגעווארפן דעם פילם, און אן עיר-פארס פליגער האט עס געכאפט אינמיטן פליען...

Fairchild_C-119J_Flying_Boxcar_recovers_CORONA_Capsule_1960_USAF_040314-O-9999R-001.jpg
זונטאג מאי 26, 2019 5:30 pm#431091
אז ATUB @berlbalaguleh ATUB איז טאקע א פיגור אין א אידישע קאמיקס וואס האט חתונה געמאכט מיטן רב
מאנטאג מאי 27, 2019 10:07 pm#431170
אז באנקעס ווערן נאך גענוצט היינטיגע צייטן, ויקרא שמו בישראל cupping therapy.
דינסטאג מאי 28, 2019 12:15 am#431177
ונבנתה העיר האט געשריבן:לגבי דעם וואס דער ריב"ש שרייבט (שו"ת סי' שע"ו) אויף די חכמי אשכנז, כי מצרפת תצא תורה ודבר ה' מאשכנז, זע איך אז ס'שטייט אין ירושלמי (נדרים כ"ג ע"א):

כי מבבל תצא תורה ודבר ה' מנהר פקוד.

------------

לגבי וואס טשורטשיל האט געזאגט איבער די עיר-פארס ביי די קאמף פון בריטאניע: Never in the field of human conflict was so much owed by so many to so few.

איבער וואשינגטאנ'ס נצחון אין טרענטאן, איז שוין געשריבן געווארן:

It may be doubted whether so small a number of men ever employed so short a space of time with greater or more lasting results upon the history of the world.

-----------

די פסח'דיגע משפחה ברענגט פון פראפעסאר מאיר שווארץ אז די גאנצע התגרות-מעשה, ווען הערשל גרינשפאן האט אומגעברענגט א דייטשן דיפלאמאט און געברענגט דעם 'קריסטאל נאכט', הייבט זיך נישט אן. גרינשפאן האט קיינמאל געשאסן, און די דייטשן אליין האבן יענעם אומגעברענגט, לויטן באפעל פון היטלער, אנצודרייען א מעשה.

אגב, דער ארטיקל גיבט דעם רושם אז דייטשלאנד האט געזיגט אין די ערשטע קריג. א טעות בל יכופר פאר אזא מאגאזין ווי משפחה.

ונבנתה העיר: איך האב דעם פסח'דיקן אויסגאבע פון משפחה (נאכנישט)געליינט. אבער דאס אז הערשל גרינשפאן האט געשאסן דעם דייטשן קאנסולארישן דיפלאמאט וואן נויראטה איז א באשטעטיגטער פאקט. דאס קענעמן נישט אפלייקענען. און דער משפחה מעגעזין בכלל איז זייער נישט פארלעסליך מיט באשרייבן די פונקטליכקייט פון פאקטן. דו זעסט דאך אליינס איבער זיין רעפארט פון די ערשטע וועלט קריעג...!

אויסער דעם האט דער משפחה שוין 3 מאל געברענגט א רעפארט איבער א געוויסן אדמו"ר אז ער איז נפטר געווארן. און ער לעבט ב"ה. ער איז חי וקיים אויף ביידע באקן. אויך האט ער אויסגעמישט א שטאט אין ניו יארק סטעיט מיט א שטאט אין טעקסאס. הקיצור. זיי קענען נוצן א גוטן עדיטאר אויף צו טשעקן פאקטן...!
דינסטאג יולי 09, 2019 10:32 pm#432930
כ'פלעג אלץ האבן אן עקסטערע חיות ביים זען ווי די ספרדים פלעגן שרייבן אויף ר' עובדיה 'מרן מלכא'. זע איך אז ס'איז א לשון המדרש אין וישלח.
זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:15 pm#434974
אז סטאלינ'ס טאכטער האט דעפעקטירט צו אמעריקא. אז איר ערשטע ליבע איז געווען א איד, אלעזר יעקבלעוויטש, און איר ערשטע מאן איז אויך געווען א איד, א מאראזוב גאר. און אז זי איז ערשט געשטארבן אין 2011.

MAC22_BOOKSART-POST02.jpg
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:42 am#435002
וואס מיינט א מאראזאוו? א משפחה מיט אח"ד?
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:02 am#435003
סטאלין האט אויך פארמאגט א זון פון זיין ערשטע ווייב מיטן נאמען יאַקאָוו דזשוגאַשווילי. דורכאויס דער צווייטער וועלטס קריג האט דער יאַקאָוו העלדיש געקעמפט אין די רויטע ארמיי קעגן די נאצישע אינוואנדירער וועלכע האבן אינוואנדירט דעם ראטן פארבאנד. דורכאויס די שטורעמישע שלאכטן איז ער געפאנגן געווארן דורך די נאציס. ער איז געברענט געווארן קיין דייטשלאנד וואו ער איז אינטערנירט געווארן אין א נאצישע קאָנצענטראַציע לאגער, מיט נאך אנדערע רוסישע געפאנגענע. ווען סטאלינגראד איז ענדליך געפאלן, און פעלד-מארשאל פרידריך פאולוס דער קאמאנדיר פון די זעקסטע ווערמאכט ארמיי איז גענומען געווארן אין רוסישע געפענגעניש - האבן די נאציס אנגעפירט מיט העפטיגע פארהאנדלונגען מיט די רוסן - אויסצוטוישן פעלד-מארשאל פאולוס פאר יאַקאָוו דער זון פון סטאלין. נעמליך, דער לעצטער ווארט איבער אזא סארט אויסטויש האט בלויז געהאט קאמאראד סטאלין זעלבסט. און זיין אנטווארט איז געווען בלויז איין ווארט, נעיט!

און דער יאַקאָוו בן סטאלין איז טאקע שפעטער געשאסן געווארן אין נאצישע געפענגעניש. ווי ס'ווערט פארציילט האט דער סטאלין ניטאמאל געלאזט קיין טרער...
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:48 pm#435034
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז באנקעס ווערן נאך גענוצט היינטיגע צייטן, ויקרא שמו בישראל cupping therapy.

די מיינסט מסתמא Leech therapy.
Cupping איז א צווייטע זאך.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:50 pm#435936
אז ענן איז געווען א זקן ממרא ע"פ בית דין.
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:35 pm#435938
חתן בחור האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז באנקעס ווערן נאך גענוצט היינטיגע צייטן, ויקרא שמו בישראל cupping therapy.

די מיינסט מסתמא Leech therapy.
Cupping איז א צווייטע זאך.

די צוויי טיען די זעלבע פעילה
cupping ניצט א suction cup צי שלעפן די בליט
מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:09 pm#435983
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ענן איז געווען א זקן ממרא ע"פ בית דין.

"מצאן אבית פאגי והמרה עליהן יכול שתהא המראתו המראה ת"ל וקמת ועלית אל המקום"
זונטאג נאוועמבער 10, 2019 2:53 pm#438068
אז בענדזשאמין פרענקלין האט אין 1722 פארגעשלאגן ערבים'ס אינשורענס מהלך.
מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 9:51 pm#439538
אז ארום שנת ת"ר איז געווען א זמן פקידה ביי די קריסטן אין אמעריקא ( ATUB @רביה"ק זי"ע ATUB ?).
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:46 pm#439685
אז פארוואס הייסט די חסידישע גאטשעס "רבינו תם'ס" ?
ווייל שיטת רבינו תם איז אז דער כהן גדול איז געגאנגען מיט לאנגע "מכנסיים"
משא"כ רש"י האלט אז עס קען זיין קורצע הויזען
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:59 pm#439691
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
רבינו תם איז אלעמאל א "תוספות" - מער ווי פשוט פשט, כלומר רש"י. די זעלבע איז מיט דעים פינק פון חסידות על בשרנו - גאטש"ע.
ווען וועלט איז וועלט, מאך איך ווען א "גאטש"ע געלערי" -אויסשטעלונג אין ווילימסבורג, ווי יעדער וועט זיך קענען אויסדרוקן אלע געפילן בנוגע דעים כח וואס האלט צוזאם כלל ישראל. אן אויסשטעלונג וואס וועט מעורר זיין אנדערע יודן וואס האבן שוין ליידער אפגעלאזט די מסורה, זאלן קענען נתעורר ווערן און צוריקקומען צום שורש.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 08, 2019 11:39 pm#439719
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אז פארוואס הייסט די חסידישע גאטשעס "רבינו תם'ס" ?
ווייל שיטת רבינו תם איז אז דער כהן גדול איז געגאנגען מיט לאנגע "מכנסיים"
משא"כ רש"י האלט אז עס קען זיין קורצע הויזען
צוועלף אינטשעס לענגער.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 9:50 pm#439743
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ארום שנת ת"ר איז געווען א זמן פקידה ביי די קריסטן אין אמעריקא (@רביה"ק זי"ע?).

ביי אידן איז אויך געווען. כ'ווייס נישט אויב א זמן פקידה. אבער אן התעוררות זיכער. ווי דער זוהר ברענגט אראפ אויפ'ן פסוק..."וארובות השמים נפתחו"...בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחון תרעין דחוכמתא...! און אונז זעהען בחוש אז די מערסטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען זענען ארויסגעקומען אויף די וועלט נאכ'ן יאר ת"ר/1840...! אויסער דעם וואס אין דעם יאר איז געווען דער ..."גאלד ראש"...און דאס האט אויפגעמאכט די מערב חלק פון אמעריקע צו ווערן א יישוב. ווייל ביז דאמאלס איז עס געווען מערסטנס מדבריות. ווי קאליפארניע, אריזאנע און נעוואדא...! דער חלום פון ווערן שנעלל רייך האט צוגעצויגן הונדערטער טויזנטער מענטשן אין יענע געגנטן...!
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 10:22 pm#439927
אז אין געוויסע סטעטס טאר נישט שפאינג מאלס פארקויפען פראדוקטן אויף א זינטאג ַַַַַַַַַַ.
מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 9:36 pm#440095
אז "Hippopotomonstrosesquippedaliophobia" איז די ווארט פאר איינער וואס האט א פאביע פון לאנגע ווערטער.
מאנטאג יאנואר 13, 2020 7:04 pm#441420
אז לויט איין דעה, איז דריוש [צי כורש] געווען א זון פון מרדכי און אסתר, און איז ניטאמאל געווען קיין קינד פון אחשורוש!

(תוס' הרא"ש מגילה י"ג ע"ב, ועיי"ש)
דאנערשטאג אפריל 16, 2020 10:38 pm#445956
געענדיגט דעם בוך, לכבוד יו"ט. נישט געוואוסט אז ס'איז דא וידיאו ווי די אמעריקאנער סאלדאטן קומען אן (ודו"ק) קיין דאכאו.

מאנטאג אפריל 20, 2020 12:39 am#446169
ונבנתה העיר: איך האב געזעהן א סאך פון די קליפס. רוב 95% זענען סטעידזש'ד. נאר א קליינער טייל זענען די עכטע פילמס פון ווען די אמעריקאנער ארמיי איז אנגעקומען צו די טויערן פון דאכאו... און זיי האבן געזעהן דעם שרעקליכן מצב...!
דינסטאג מאי 05, 2020 6:09 pm#447799
האו דידנ'ט איי קנאו אף דיס?
דינסטאג מאי 05, 2020 6:17 pm#447800
ונבנתה העיר האט געשריבן:האו דידנ'ט איי קנאו אף דיס?

דער תשובה דערויף איז דאך עפעס וואס דו ווייסט נאך היינט אויך נישט
דינסטאג מאי 05, 2020 6:25 pm#447802
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
ונבנתה העיר האט געשריבן:האו דידנ'ט איי קנאו אף דיס?
דאס איז פון די פראמינענטסטע בילדער אינעם אוישוויץ מוזעאום.
מאנטאג יולי 27, 2020 10:46 pm#455284
הוגה האט געשריבן:די מעיאר פון רעביט העש, א דערפל אין קענטאקי, איז א הונט פון די פיט בול סארט. נישט נאר די היינטיגע מעיאר נאר די לעצטע פיר זענען אלע געווען הונט. ווען איינער פון די איינוואוינער איז געפרעגט געווארן וואס די הונט טוט אלץ מעיאר האט ער געענטפערט "pretty much what all the other mayors do".


.


ווען מ'דארף ברייבן די פאלאטישען, געבט מען לא יחרץ געלט...?
מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:10 pm#455842
אז רבי עקיבא האט נאר חתונה געהאט מיט זיין ווייב בת בן כלבא שבוע, נאך דעם וואס ער האט געלערנט פיר און צוואנציג יאר אין ישיבה, און נישט פאר דעם. תוספות שבת קנ. ד"ה ורבי יהושע בן קרחה.
מאנטאג אוגוסט 03, 2020 6:43 pm#455875
הייסט זיין ווייב איז געוועהן מאורס פאר 24 יאר?
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 1:10 pm#457533
אז הינט טוען זייערע צרכים אין די צפון-דרום דירעקציע, כנפסק בשו"ע.
פרייטאג אוגוסט 28, 2020 4:09 pm#457896
אז עס איז דא אזא יאניקאוד קערעקטער " … ", און אויב איר גייט קאפי פעיסטן דעי דריי פינטלעך און פרובירן צו דיליטן איינס גייט זיך אלעס דיליטן ווייל סאיז איין קערעקטער.
סאיז נוגע למשל ערגעץ ווי סאיז דא א קערעקטער לימיט און איר זענט גע'ענגט אין פלאץ.
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 7:43 pm#458423
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז הינט טוען זייערע צרכים אין די צפון-דרום דירעקציע, כנפסק בשו"ע.


קען זיין אז צוליב די כבוד וואס די הינט געבן אפ פארן מקום המקדש, האבן זיי זוכה געווען צו מבשר זיין ווען אליהו קומט אינז ארויסצונעמען פון גלות צום מקום המקדש (ב''ק פרק הכונס).

פטפוטין דאורייתא.
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:08 pm#458431
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז רבי עקיבא האט נאר חתונה געהאט מיט זיין ווייב בת בן כלבא שבוע, נאך דעם וואס ער האט געלערנט פיר און צוואנציג יאר אין ישיבה, און נישט פאר דעם. תוספות שבת קנ. ד"ה ורבי יהושע בן קרחה.


אויב אזוי שטימט נישט ר' יו"ט ערליך'ס ניגון...
ס'ווערט געבוירן אויך א קינד
בלאט אויף אים די קאלטע ווינט
....