אונטער חכם האט געשריבן:איך זעה אויף אייוועלט איז דער עולם זיכער אז משה מארגערעטן האט געפירט די גאנצע זאך, אזש דער עולם פארלאנגט שוין אז טראמפ זאל אים אפגעבן א יישר כח.
איינער ווייסט וויפיל אמת עס ליגט דערין?
יא עס איז ריכטיג אז הרב משה מארגערעטן האט אנגעפאנגען די גאנצע ביל. ער האט געהיירט לאביאיסטען און לאו פירם'ס צו לאביען און שרייבן די ביל. ער האט באגלייט סיי די טעקניקעל חלק און סיי די געלט חלק. פארשטייט זיך אז דורך די גאנצע צייט האט האט ער געהאט חברה וואס האבן געהאלפן דא און דארט, אבער ער איז געווען די רוקן-ביין פון אנפאנג (2009) ביזן סוף (2018).
יאפ עס איז אינטערעסאנט ווי אזוי א היימישע אינגערמאן האט געהאט א חלום און מען האט איהם אויסגעלאכט פון די ערשטע מינוט און געוויסע האבן געלאכט ביז די לעצטע מינוט אז עס גייט נישט ארויף גיין אויף די פלאר פאר א וואוט. אבער די פתרון החלום איז למעשה ווירקליך דא.