זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:42 am#348294
קאווע שטיבל • יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 380 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2175
פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 11:26 am#349007
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 11:34 pm#351615
זונטאג אקטאבער 02, 2016 2:36 am#351630
שמעקעדיג האט געשריבן:43 יאר אין סאליטערי קאנפיינמענט?
http://m.dailykos.com/story/2016/2/22/1 ... n-released
אמעריקע איז א מין רשעות'דיגע לאנד וואס איז כמעט נישט דא בדומה לו אין דער היינטיגער וועלט. אז מ'איז קלוג דארף מען שוין יעצט אנטלויפן פון דאנעט בעוד מועד.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:12 am#351900
וואט דע העק? פארוואס וויל נישט קאנגרעס מיטארבעטן?
ווי ריכטיג האט איינער אמאל געזאגט - אויב PRO איז די פארקערטע פון CON - דאן וואס איז די פארקערטע פון progress?
CONGRESS!!
.
ווי ריכטיג האט איינער אמאל געזאגט - אויב PRO איז די פארקערטע פון CON - דאן וואס איז די פארקערטע פון progress?
CONGRESS!!
.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:32 am#351902
קנעכטשאפט איז נאך אלץ לעגאל אין אמעריקא! די 13טער אמענדמענט וואס האט מבטל געווען slavery האט אויך טעכניש ערלויבט פאר ארעסטאנטן צו זיין עבדים:
סדא יעצט א אנגייענדיגע סטרייק אין צענדליגער תפיסות אין אמעריקא מבטל צו זיין דעם loophole אינעם קאנסטיטושאן:
m http://m.motherjones.com/politics/2016/ ... labor-work m
Neither slavery nor involuntary servitude, except as a punishment for crime whereof the party shall have been duly convicted, shall exist within the United States, or any place subject to their jurisdiction
סדא יעצט א אנגייענדיגע סטרייק אין צענדליגער תפיסות אין אמעריקא מבטל צו זיין דעם loophole אינעם קאנסטיטושאן:
m http://m.motherjones.com/politics/2016/ ... labor-work m
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:30 pm#351908
אגב האב איך געלייענט אז מרת קלינטאן איז מיט אבאמא אויף איין פעידזש מיט באגנאדיגן ארעסטאנטן און פארגרינגערן שטראפן (וואס גראדע איר מאן, ביל, האט ארויסגעגעבן טייל פון די שטרענגערע שטראפן); בעת טראמפ איז זיך מתנגד דערקעגן און אייסערט זיך אז מען לאזט ארויס סכנה'דיגע קרימינאלן אין די גאסן (כאילו נאך 30 יאר ווען זייער טערמין ענדיגט זיך ווערן זיי פלוצים אויס סכנה, משא"כ נאך בלויז 22 יאר זענען זיי יא סכנה. נישטא ווער ס'זאל לאכן.)
זונטאג אקטאבער 30, 2016 8:03 pm#353198
Why US inmates launched a nationwide strike
m http://www.channel3000.com/news/why-us- ... e/42306608 m
m http://www.channel3000.com/news/why-us- ... e/42306608 m
פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 1:23 pm#354322
אינמיטן די גאנצע עלעקשאנס סומאטוכע איז אזוי אומבאמערקט געווען אין די נייעס אז דער רשע, דער "שעריף דזשאו" פון אריזאנע, וואס שטאלצירט צו זיין דער "שטרענגסטער שעריף אין אמעריקע", און פייניגט זיינע ארעסטאנטן ווי אין דער מיטל-אלטער, ווי צב"ש זיי לאזנדיג אונטער די ביטערע היצן פון קרוב צו 140 דעגרי אנע עירקאנדישאן, און געבן 2 מאגערע מאלצייטן א טאג און פארלאנגען די ארעסטאנטן זאלן אליינס באצאלן דערפאר, וכהנה וכהנה, האט נאך 7 טערמינען ענדליך פארלוירן זיין פאזיציע צו זיין קעגנער. ער איז ספעציעל געווען טרויעריג-בארימט צו פייניגן אימיגראנטן, וועלכע מען האט געכאפט ביי די אריזאנע גרעניץ מיט מעקסיקא.
עס איז שוין אייגענטליך העכסט צייט פאר דעם גרויזאמען שעריף צו רעטייערן, ער איז שוין 84 יאר, גענוג געפייניגט. די ביטערע נייעס איז אז עס איז פאראן א (קליינע) מעגליכקייט אז טראמפ וועט אים אויפנעמען אין די האומלענד סעקיוריטי טיעם, ווי ער זאל פארזעצן מיט זיין רשעות אקעגן אימיגראציע. די שאנסן זענען אבער שוואך אז א מענטש אין אזא עלטער זאלן קוואליפיצירן פאר דעם אמט.
(די אנדערע ביטערע נייעס איז אז ער האט א ריזיגע פען-באזע. טויזענטער קאנסערוואטיוון און אנדערע טוען זיך אידענטיפיצירן מיט אים און האלטן אז ער טוט ריכטיג מיט'ן פייניגן די ארעסטאנטן. סארי, אבער אמעריקע איז א גרויליג לאנד. שוואכע שאנסן עס צו מאכן גרעיט עגעין).

מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:59 pm#354353
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
איך ווייס נישט וויפיל קאנסעווערטיווס שטיצען דער שעריף צוליב זיינע מעשה רשע. זיי ווייסן נאר אז פרעזידענט אבאמע איז קעגן איהם במילא מוז ער זיין גוט. ווען מען ווייסט דער פאקטן טוישט זיך די בילד.
מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:11 pm#354354
נישט ממש. קוק די קאמענטארן ביי די נייעס וועסטו זעהן וואס איך מיין.
מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:20 pm#354356
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
איך למשל האב געהערט פון איהם אבער כ'האב נישט געוואוסט פון זיינע רשעות'דיגע מעשים.
פרייטאג נאוועמבער 25, 2016 12:46 am#355452
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 9:56 pm#356634
און ווידעראמאל - נאך איבער 20 יאר זיצן אין טורמע אומזיסט און פאר נישט, האט א דזשאדזש ארויסגעווארפן דעם אלטן אורטייל. א שאנדע!!
m http://www.nytimes.com/2016/11/29/nyreg ... -case.html m
m http://www.nytimes.com/2016/11/29/nyreg ... -case.html m
מיטוואך מערץ 08, 2017 12:22 am#364849
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
דעטס איט? נאר פיר יאר אין טורמע?! צוואנציג יאר מינימום פאר דער רשע מרושע!! וויפיל יאר וואלט ער געזעצן פאר דראגס פלאס די אלע פיין און בושות פון דעם אומשולדיגען קרבן און זיין משפחה טיימס טו!
מיטוואך מערץ 08, 2017 12:26 am#364850
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
זונטאג מערץ 26, 2017 10:20 pm#366920
ביטע העלפט ארויס אחבנ"י וואס שמאכטן אין תפיסה נישט צו פארלירן טייל פון זייערע וויזיטינג טעג.
m https://www.change.org/p/new-york-state ... facilities m
m https://www.change.org/p/new-york-state ... facilities m
דינסטאג מערץ 28, 2017 7:09 pm#367367
ב"ה, א געוואלדיגע זאך פאר אחבנ"י היושבים.
m https://www.nytimes.com/2017/03/28/opin ... tions.html m
m https://www.nytimes.com/2017/03/28/opin ... tions.html m
מיטוואך אפריל 05, 2017 3:07 pm#368171
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה אז דער ניו יארק סיטי מעיאר, ביל דע בלאזיא, האט געמאלדן אז די טרויעריג-בארימטע פינסטערע טורמע אין רייקערס איילענד, וואס איז פון די שווערסטע סכנה'דיגסטע תפיסות אין אמעריקע, און איז געווען א מקור פון אומצאליגע רציחות און רדיפות סיי צווישן די ארעסטאנטן צווישן זיך און סיי פון די ברוטאלע קארופטירטע אפיצירן, וועט צוביסלעך ווערן גענצליך אפגעשפארט.
די תפיסה וועלכע געפינט זיך אויף אן אינזל, איז איין קייט פון ווייטאג און צער, סיי פאר די ארעסטאנטן זעלבסט און סיי פאר זייערע משפחות. עס האט געהאט אומצאליגע חסרונות, שווערער ווי אנדערע טורמעס. דאס זיצן אפגעזונדערט ווי א מצורע האט גורם געווען אז מען האט לענגער געדארפט ווארטן צו קענען זעהן א ריכטער, שווערער געמאכט וויזיטאציעס, און בכלליות געגעבן דעם איינדרוק ווי דער פלאץ איז נישט די זעלבע מענטשליכע ניו יארק ווי ארום דעם אינזל. עס האט געהערשט א קולטור פון פארפוילטקייט, גרויזאמקייט און קארופציע. דער מעיאר זאגט אז עס איז אזוי דורכגעפוילט, אז עס איז כמעט אוממעגליך צו פאררעכטן, און מען מוז דאס אפשפארן.
דער פלאן איז יעצט צו צעטיילן די טויזענטער ארעסטאנטן אין 5 קלענערע, מער מענטשליכע תפיסות לענגאויס די 5 באראס אין די סיטי. דער פראצעדור קען נעמען א לאנגע 10 יאר, און אפקאסטן פאר די סיטי איבער 10 ביליאן דאלער. כאטש די געלט וועט נישט פארלוירן גיין, ווי שפעטער ערקלערט. ווי אויך איז דער פלאן אפצושאפן געוויסע קריימס און פארגרינגערן די עונשים (צב"ש פראסטיטוציע וועט מער נישט זיין א קרימינאלע אקט, נאר אנשטאט וועט מען באקומען מער א ציווילע עונש ווי א טיקעט). ווי אויך רעדוצירן די צאל ארעסטאנטן אויף פארשידענע אופנים. דער מעיאר זאגט אז די לעצטערע יארן זענען די צאל ארעסטן אין ניו יארק געווארן שטארק פארמינערט, וואס גיט האפענונג אז דאס איז די ריכטיגע מהלך צו טון, אפשאפן רייקערס און מסדר זיין די אינמעיטס אין אנדערע תפיסות אדער זעהן זיי זאלן גיין פריי.
אויסער זיך שפארן אסאך געלט (ארום 1.4 ביליאן א יאר) דורך דעם פלאן, וועט דער אינזל צוניצקומען און ברענגען איינקונפט פאר די סיטי אין אנדערע וועגן, דערווייל נאך נישט באשלאסן. איין אפציע וואס וועט מסתם נישט צושטאנד קומען, איז צו מאכן נאך א ראנוועי צו דעם דערנעבנדיגן לאגווארדיע לופטפעלד. אנדערע מער מסתבר'דיגע פלענער איז צו העלפן די סיטי מיט וואסער רעזערווארן אדער מיסט וכדו'.
Mayor Backs Plan to Close Rikers and Open Jails Elsewhere
m https://www.nytimes.com/2017/03/31/nyre ... sland.html m
Rikers Island Commission Unveils Plan to Shut Down Jail Complex
m https://www.nytimes.com/2017/04/02/nyre ... -plan.html m
Closing Rikers Island Is a Moral Imperative
m https://www.nytimes.com/2017/03/31/opin ... ative.html m

דאנערשטאג אפריל 06, 2017 12:45 pm#368239
אין אנדערע, ענליכע גוטע נייעס, ווערט געמאלדן אז די ברוטאלע "טענט סיטי" טורמע אין אריזאנע, וואס דער 84-יעריגער רשע דזשאו ארפעיא (וואס פלעגט זיך רופן "דער שעריף פון אמעריקע" – און איז ענדליך ארויסגעשטויסן געווארן דורך זיין קעגנער, כנ"ל) האט אויפגעשטעלט ספעציעל כדי צו פייניגן און דערנידערן די ארעסטאנטן, וועט ווערן פארשלאסן בקרוב, און די ארעסטאנטן וועלן אריבערגעפירט ווערן צו אנדערע מער מענטשליכע תפיסות.
m http://www.msn.com/en-us/news/crime/ari ... ar-BBzm2XW m
m http://www.msn.com/en-us/news/crime/ari ... ar-BBzm2XW m
פרייטאג מאי 12, 2017 8:36 am#370764
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
האסט ערווארטעט עפעס אנדערש? רעפובליקאנער האבן פון אייביג אן געהאט א hard-line צוגאנג צו קרימינאלן, חוץ די פון די "ווייסע קראגן" חדר. לעומת זה די דעמאקראטן האבן פונקט די פארקערטע צוגאנג.
פרייטאג מאי 12, 2017 11:08 am#370768
יא. איינער פון די גרויסע חסרונות פון די טראמפ אויפשטייג איז סעשאנס. מיט איהם איז קרימינאל יוסטיץ אביסעלע איבערגעטריבן. אבער למעשה האט ער א טענה מיט דעם אז למעשה זענען די געזעצן ברוטאלע געזעצן. און ס'איז די אחריות פון קאנגרעס צו מאכן רעפארם. איצט אז די געזעצן זענען אזוי דארף ער עס אינפארסירן. אולי אז ער וועט עס אינפארסירן וועט עס ערוועקן קאנגרעס צו מאכן טויש שנעלער. די חיסרון פון לאזן די געזעצן אבער נישט אינפארסירן ברענגט עווענטועל א רעגירונג ווי מען אינפארסירט נאר דאס געזעץ סעלעקטיוולי אויף דער וואס די פאליטישאנס וועלן זיך. וואס שטייט אויס צו ברענגען א ריזיגע חורבן.......
פרייטאג מאי 12, 2017 11:39 am#370773
החוקר האט געשריבן:רעפובליקאנער האבן פון אייביג אן געהאט א hard-line צוגאנג צו קרימינאלן
נישט צו קרימינאלן נאר צום געזעץ. איז עס געזעץ דארף מען עס אינפארסירן. וואלט די געזעץ געווען אז מען זאל עס אנדערש אינפארסירן וואלט ער ווען נישט געקענט טוהן אזוי.
החוקר האט געשריבן:חוץ די פון די "ווייסע קראגן" חדר. לעומת זה די דעמאקראטן האבן פונקט די פארקערטע צוגאנג.
פארוואס איז איינס אנדערש ווי די אנדערע? לשיטתי דארף מען ביידע פארמינערן אויף וואס מער. אבער בעיקר פון די זייט פון געזעץ אז די רעגירונג זאל נישט האבן אזא שטארקע כח צו לייגן סיי ווער אין תפיסה פאר א גאנץ לעבן. צו האבן אזעלכע ברוטאלע געזעצן און מ'זאל זיך דארפן פארלאזן אויף די רחמנות פון די פראסעקיוטער'ס איז נאך א שוואכערע מהלך. ווייל ווען זיי מאכן אפ סעלעקטיוולי ווער יא און ווער נישט וועט די עליטע אייביג פארקוקט ווערן אבער סתם מענטשן וועלן מיט מאכן.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:39 pm#376580
מען קען משוגע ווערן פון די געמיינע פאליציי, דעטעקטיוון און פראסעקיוטערס.
דינסטאג יוני 27, 2017 8:43 pm#377053
נאר 9 יאר פאר אזא מאסן מערדער? און פאר אביסעלע שווינדל טיילט מען 20-30 יאר אן רחמנות?
.
.
דינסטאג יוני 27, 2017 8:55 pm#377056
שמעקעדיג האט געשריבן:נאר 9 יאר פאר אזא מאסן מערדער?
.
ער האט דען בזדון גע'הארגעט
ער האט אומוויסענדיג געהאנדעלט אן אחריות
דינסטאג יוני 27, 2017 9:35 pm#377060
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
איש את רעהו האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:נאר 9 יאר פאר אזא מאסן מערדער?
.
ער האט דען בזדון גע'הארגעט
ער האט אומוויסענדיג געהאנדעלט אן אחריות
אמת, אבער פארוואס איז איינער וואס גנב'ט (סך הכל פינאנציעלע שאדן) ערגער ווי איינעם וואס איז גורם מענטשן זאלן שטארבן. געב אים טאקע נישט 35 יאר, אבער אויך נישט פאר א שווינדלער.
זונטאג יולי 02, 2017 12:43 am#377415
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אנדערע, ענליכע גוטע נייעס, ווערט געמאלדן אז די ברוטאלע "טענט סיטי" טורמע אין אריזאנע, וואס דער 84-יעריגער רשע דזשאו ארפעיא (וואס פלעגט זיך רופן "דער שעריף פון אמעריקע" – און איז ענדליך ארויסגעשטויסן געווארן דורך זיין קעגנער, כנ"ל) האט אויפגעשטעלט ספעציעל כדי צו פייניגן און דערנידערן די ארעסטאנטן, וועט ווערן פארשלאסן בקרוב, און די ארעסטאנטן וועלן אריבערגעפירט ווערן צו אנדערע מער מענטשליכע תפיסות.
http://www.msn.com/en-us/news/crime/ari ... ar-BBzm2XW
Yes!!!!!
על דאטפת אטפוך...
m https://www.washingtonpost.com/opinions ... story.html m
מאנטאג יולי 31, 2017 7:14 pm#380928
ענדליך האט א דזשאדזש געפינען שולדיג דעם שעריף פאר 'קאנטעמפט אף קאורט', און וועט מעגליך (האפענטליך) מוזן בקרוב דינען א טורמע אורטייל.
דינסטאג אוגוסט 01, 2017 6:57 pm#381005
א לאנגע ארטיקל אינעם 'ניו יארק טיימס' איבער פראסעקיוטערס און עווידענץ, באגלייט מיט עטליכע געשיכטעס ווי יוסטיץ קען גיין ראנג
m https://www.nytimes.com/2017/08/01/maga ... d-her.html m
m https://www.nytimes.com/2017/08/01/maga ... d-her.html m
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:51 pm#382467
שמעקעדיג האט געשריבן:ענדליך האט א דזשאדזש געפינען שולדיג דעם שעריף פאר 'קאנטעמפט אף קאורט', און וועט מעגליך (האפענטליך) מוזן בקרוב דינען א טורמע אורטייל.
פון JP נייעס:
פרעזידענט טראמפ באטראכט פארדאן פאר שעריף דשאו ארפייא
פרעזידענט טראמפ האט אין א שמועס מיט די פרעסע געזאגט אז ער טוט ערנסט באטראכטן צו שענקען א פרעזידענטליכע פארדאן פאר דעם בארימטער שעריף פון אריזאנע דשאו ארפייא. "איך באטראכט ערנסט אים צו פארדאנירן, ער איז אן אמעריקאנער פאטריאט וועלכער האט געטון אסאך צו לינדערן דעם פראבלעם פון אומלעגאלע אימיגראציע, איך האב פיינט צו זעהן וואס עס האט פאסירט צום אים", האט דער פרעזידענט געזאגט פון זיין רעזידענץ אין בעדמינסטער פאר די 'פאקס ניוז' נעץ.
דער 85 יערגיער ארפייא - וועלכער האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין אויסנאם שטייפע און ברוטאלע צוגאנג קעגן פארברעכן - איז געפונען געווארן שולדיג אין פארלעצן א געריכטליכע באפעל צו ענדיגן א פראצעדור פון אפשטעלן אימיגראנטן אין טרעפיק פארלעצונגען. ער שטייט אויס 6 מאנאטן טורמע, און דער פרעזידענט וועט ווי עס שיינט אים פארדאנירן אין פאל ער וועט דארפן פאקטיש דינען א טורמע טערמין.
דאס איז שוין סתם שלעכט!!! זייט ווען רעכנט מען זיך מיט די גוטע זאכן וואס א באנדיט האט געטון כדי אים צו פארדאנירן?
איך גלייב אז עס איז ממש נישט לעגאל, כאטש א פרעזידענט מעג פארדאנירן, זעהט מען דא אפענע נגיעות און בייעס.
.
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:31 am#382516
שמעקעדיג האט געשריבן:
דאס איז שוין סתם שלעכט!!! זייט ווען רעכנט מען זיך מיט די גוטע זאכן וואס א באנדיט האט געטון כדי אים צו פארדאנירן?
איך גלייב אז עס איז ממש נישט לעגאל, כאטש א פרעזידענט מעג פארדאנירן, זעהט מען דא אפענע נגיעות און בייעס.
.
דעס אז טראמפ האנדעלט נישט ריכטיג דא איז אן אנדערסטעיטמענט, אבער וואס קען מען טוהן, ס'איז הונדערט פראצענט לעגאל, אבאמא האט אויך געפארדענט לויט זיינע פאליטישע נגיעות צו מאכן גרינגער פאר נאן וויאלענט דראג קרימינאלס, און קלינטאן נאך ערגער עד כדי כך ס'איז געווען עפעס א סקאנדאל אז ער האט געפארדענט א גרויסע באשטייערער אויב איך געדענק גוט.
זאל יענער זיצען אזוי ווי ס'קומט זיך עם, אבער דאך, ס'איז א פרעזידענטיעל פריווילידזש.
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 8:14 am#382518
קומט א מענטש וואס הערט די שוועת עניים און ווידמעט זיין פאליטישע קרייערע פאר די הייליגע צוועק. ער פראבירט ווי ווייט מעגליך צוריקצודרייען די חוקי סדום אן קיין בירגער-קרוג וכמעט ולא עלתה בידו.
א יאר דערנאך ויקם מלך חדש, אשר לא ידע קרי וכתיב, און דער לייגט נאך צי צום סדום א גאנצע עמורה. און מ'איז זיך תולה באילן גדול פון אן אבי יתומים ואלמנות אז האט אויך געהאט פאליטישע חשבונות. פארוואס? ווייל אבאמא האט פון עלתה רעתם געמאכט זיין פאליטישע קרייערע?
ליידער אכן דיברת מיט קלינטאן. כעשן בעשן תכלה.

דינסטאג אוגוסט 15, 2017 8:18 am#382519
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
ביסט אפשר גערעכט אז ס׳איז לעגאל, אבער די מאראלישע פראבלעם איז אסאך מער דא.
קלינטאן האט געטוהן זיינס, א נארמאלע קאראפטשען. טראמפ זוכט דא אויסצומיידען דער סיסטעם און אונטער ברעכען דער ׳רול אוו לא׳, דער געזעצליכע רוקביין פון דער סיסטעם. דער שעריף האט ריכטיג געטוהן פאר׳ן אנפייפען דער געזעץ, און דעריבער וויל ער איהם באגענאדיגען. דאס איז א פראבלעם, אפילו ווען ס׳איז לעגאל.
איי, וועסטו פרעגען אז אבאמא באגענאדיגען נידריגע דראג פארברעכערס איז אויך אזוי? ס׳איז נאר האלבוועגס. באגענאדיגען מיינט גומל חסד זיין, אריין נעמען אין חשבון דער נעבעכדיגע צושטאנד פון דער יושב. דער שעריף איז נישט קיין נעבעך, ס׳איז בלויז א פאליטישע זאך. די דראגיס זענען נעבעכס, און דוקא פאר דעם דארף דער געזעץ געטוישט ווערען. ס׳איז פאליטיש און גמילות חסד, בשעת אז יעצט איז עס בלויז פאליטיק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:18 am#382521
נאך א חילוק, אבאמא האט בלויז פארמינערט, רעדוצירט אפאר יאר פון די לאנגע יארן וואס די חברה זענען שוין אפגעזעצן, פשוט ווייל ער האט געהאלטן אז מען האט איבערגעטריבן זייער עונש און זיי דעזערוון נאך א שאנס אין לעבן; משא"כ דא וועט גארנישט פאסירן אז אזא שארלאטאן וואס האט אונטערדריקט דאס לעבן פון אזויפיל אומשולדיגע מענטשן זאל שפירן דעם טעם פאר א נארישע 6 חדשים, דאס פארדאנירן בעפאר ער איז נאך בכלל אריין זיצן, דאס איז נישט געווען נישט ביי אבאמא און נישט ביי קלינטאן.
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:30 am#382522
ס'געוואלדיג ווי ער ווייזט די דזאדזעס די וועג. נאר אזוי
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 1:21 am#382702
א גוט שטיקל באשרייבעכץ אויף דעם שעריף דזשאו ארפייא
m https://www.propublica.org/article/the- ... aio-i-knew m
m https://www.propublica.org/article/the- ... aio-i-knew m
פרייטאג אוגוסט 25, 2017 1:58 pm#383396
Iowa judge accused of conspiring with ICE to boost husband’s private prison investments
m https://www.rawstory.com/2017/08/iowa-j ... vestments/ m
m https://www.rawstory.com/2017/08/iowa-j ... vestments/ m
דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:38 am#383598
און ווידעראמאל איז א אינמעיט געשטארבן אין רייקערס איילענד צוליב וואס די אפיצירן האבן איגנארירט זיינע סיזשורס אויסברוכן און נישט געגעבן די נויטיגע הילף נאר צוריקגעשיקט אין זיין צעל.
אן אינוועסטיגאציע גייט אן.
m https://nypost.com/2017/08/28/wheelchai ... amily/amp/ m
אן אינוועסטיגאציע גייט אן.
m https://nypost.com/2017/08/28/wheelchai ... amily/amp/ m
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:04 am#384719
אין די געפערליכע הוריקעין סעזאן, ווען מען האט יעדן אינזין געהאט צו עוואקואירן פון די געפארפולע געגנטער, האט מען "פארגעסן" פון די ארעסטאנטן.
m https://hotair.com/headlines/archives/2 ... urricanes/ m
m https://hotair.com/headlines/archives/2 ... urricanes/ m
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 8:51 am#385059
נישט זיכער עס באלאנגט דא, אבער כ'ווייס נישט וואו יא (אפשר אין אשכול מי כעמך הגויים...)
This Woman Helps Kids With Incarcerated Parents Feel Less Alone
m http://m.huffpost.com/us/entry/us_5995f ... 6e801d36f5 m
This Woman Helps Kids With Incarcerated Parents Feel Less Alone
m http://m.huffpost.com/us/entry/us_5995f ... 6e801d36f5 m
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:57 pm#385112
מען ווייסט נאך נישט אלע פרטים. אבער לויט די אינפארמאציע וואס איז לעת עתה דא אויפן גאס, איז עס א פחד נורא וואס א מענטש קען אויסשטיין על לא דבר.
לויט ווי ס'קוקט איצט אויס וועט מיולער זוכן א שעיר לעזאזל, און האט זיך ארויפגעלייגט אויף אלטע עבירות וואס האט גארנישט צוטוהן מיט טראמפ אדער רוסלאנד, און אויף זאכן וואס האבן פאסירט לאנג פאר טראמפ איז געלאפן פאר פרעזידענט.
א סקרוך לויפט אדורך די ביינער ווען מען זעהט ווי פאול מאנאפארט וואלט פאר יענע פארלעצונגען קיינמאל נישט געגאנגען און חד גדיא און ס'וואלט קיינער זיך נישט געקימערט מיט זיינע אקטיוויטעטן. און יעצט שטייט איהם אויס אזויפיל צרות פשוט ווייל ער האט געמאכט די החלטה צו נעמען די קאמפיין מענעדזשער פאזיציע אין דעם טראמפ קאמפיין, פון וואס ער האט ממילא רעזיגנירט גלייך דעראויף.
מיולער זוכט נישט מאנאפארט פאר זיינע עבירות וכדו' און ער זוכט נישט קיין יוסטיץ, ער גייט איהם ניצן פאר זייטיגע חשבונות און אגענדעס וואס האט בעיקר מיט פאליטיק און איז ווייט פון יוסטיץ. און ער שעמט דיך אפי' נישט צו גיין נישטערן און פרובירן צו ברענגען קלאגעס אויף פארלעצונגען פון אזויפיל ווי עלף יאר צוריק!
פארשטייט זיך אז דאס איז אלס באזירט אויף די אינפארמאציע פונעם היינטיגן ליעק, מיין מיינונג קען זיך טוישן איינמאל מער פרטים וועלן ארויסקומען.

מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 6:15 pm#385162