Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

קאווע שטיבל • יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 380 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2175
פרייטאג אקטאבער 27, 2017 8:40 am#387716
נישט אלע דזשאדזשעס ווייסן אז א קינד דארף א מאמע?
זאלן זיי טאקע גיין וואו די שווארצע פעפער וואקסט.

m https://www.washingtonpost.com/news/the ... 6bca329047 m
דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 1:04 am#388733
If you care about ending mass incarceration, look at what Philadelphia just did

m https://www.vox.com/policy-and-politics ... prosecutor m
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:31 pm#391710
פון JP (נישט) פיינע נייעס

.
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:40 pm#391723
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:57 pm#392134
נאך פון די "פיינע" נייעס

.
דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:21 am#392766
שוין לאנג נישט געליינט אזעלכע אויפריכטיגע דיבורים בנוגע תפיסה. דער ארטיקל ספעציפיש רעדט פון מעיק-אפ פאר פרויען ארעסטאנטן, אבער די נקודה איז אז תפיסה דארף זיין א רעהאביליטאציע צענטער, נישט א פלאץ צו צוברעכן און דערנידערן מענטשן.

m https://www.racked.com/2018/1/3/16797784/makeup-prison m
דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 5:46 pm#392798
נאר אזוי

.
מיטוואך יאנואר 10, 2018 1:22 pm#393155
פאר די פרוי דראעט יעצט תפיסה פארן לעבן נאכן שאדן מאכן $300,000 פעינטינגס.


Fox news
מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:26 pm#393161
לעהמאן??? שוין ווידער א מיאוסע התגרות באומות...
פרייטאג יאנואר 12, 2018 1:52 pm#393330
די סארט נייעס ענדיגן זיך נישט... און מען וואונדערט זיך פארוואס אמעריקע האט אזא ריזיגע צאל ארעסטאנטן?

(נאכאמאל גענומען פון "פיינע נייעס" אימעיל)

.
זונטאג יאנואר 21, 2018 11:06 am#393865
דער סעשאנס איז דאך אזא הארטער קערל, מען וואלט אים געדארפט פייערן היינט!

m https://news.vice.com/en_us/article/wjp ... f-sessions m
מאנטאג פעברואר 05, 2018 6:51 pm#394852
דער רייקערס איילענד תפיסה (בתוך שאר התפיסות) גייט נישט אראפ פון די נייעס.

.
מאנטאג פעברואר 05, 2018 6:53 pm#394854
פון די טעגליכער "דער איד"

.
מיטוואך פעברואר 14, 2018 5:26 pm#395635
פון פיינע נייעס
.
מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:07 am#396580
א מאן איז אפגעזעצן קרוב צו 40 יאר אין א לואיזיאנא תפיסה פאר א רעיפ קריים וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען! שומו שמים.

m https://www.today.com/pets/man-exonerat ... he-t123428 m

וואס איז מער שאקירענד, אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז א מיידל האט באשולדיגט 3 מענער אז זיי האבן איר גערעיפט, אבער ווען די באווייזן האבן נישט געשטימט, האט די מיידל מודה געווען אז זי האט אויסגעטראכט די מעשה און האט 'אויסגעדרוקט חרטה' און זי וועט נישט גיין אין תפיסה. דאס איז היפאקריטיש און ריכטיגע דאבל-סטענדערד, 3 מענטשן וואלטן געקענט פאר'משפט ווערן פאר יארן און זייער לעבן וואלט געקענט רואינירט ווערן. ועשית לו כאשר זמם!

m https://www.yahoo.com/news/no-jail-texa ... 54635.html m
זונטאג מערץ 25, 2018 2:20 am#398266
הארצרייסענד. 31 יאר אין תפיסה פאר א פשוט'ע בלבול!
באקומט פון די רעגירונג בלויז א מיליאן טאלער, א חוכא וטלולא...

m https://www.cnn.com/2018/03/23/us/lawre ... index.html m
זונטאג מערץ 25, 2018 12:47 pm#398331
דער אשכול איז בעיסיקלי געווארן מיין אייגענע אשכול, קיינער רעספאנדט נישט, לייקט (כמעט) נישט, קריטיקירט נישט....
דער עולם האט נאך געדולד דערצו?

לענינינו:

.
זונטאג מערץ 25, 2018 1:09 pm#398333
איך האב זייער הנאה פון א יעדע תגובה דיינער אין דער אשכול. אפשר לייק איך נישט גענוג, ואתכם הסליחה. גיי ווייטער אן.
זונטאג מערץ 25, 2018 2:25 pm#398341
שמעקעדיג האט געשריבן:דער אשכול איז בעיסיקלי געווארן מיין אייגענע אשכול, קיינער רעספאנדט נישט, לייקט (כמעט) נישט, קריטיקירט נישט....
דער עולם האט נאך געדולד דערצו?
.


hey, there is no justice, not even here

כהאב גראדע הנאה פון דעם אשכול, קיפ איט אפ בראדער
זונטאג מערץ 25, 2018 2:56 pm#398344
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
אומגלויבליך!
m https://youtu.be/Zk99NofbLVQ m
זונטאג מערץ 25, 2018 4:12 pm#398355
איך האב געהערט בשם איינעם, איך געדענק נישט ווער. אפשר הרב הוטנר. די משנה זאגט אונז "הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו". וואס איז די ראיה דערצו? ווייל די מלכות זעלבסט האט דאך נישט קיין מלכות העכער זיי, און קוק ווי זיי פיהרן זיך אויף.

צו זען וויאזוי עס איז נישט דא קיין עמטליכע שטראף פאר א פראסעקיוטער אדער פאליציאנט פאר'ן זאגען ליגענט, איז די גרעסטע פעלער אין די סיסטעם. עס מוז זיין הארבע תפיסה אורטיילען פאר זיי, כאשר זמם לעשות לאחיו. עס מעג נישט זיין אז ער זאל מעגן פראבירן זיין מזל.
זונטאג מערץ 25, 2018 4:21 pm#398358
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
שמעקעדיג האט געשריבן:דער אשכול איז בעיסיקלי געווארן מיין אייגענע אשכול, קיינער רעספאנדט נישט, לייקט (כמעט) נישט, קריטיקירט נישט....
דער עולם האט נאך געדולד דערצו?

קוק נאר אן, אידן רחמים בני רחמנים. האסט געבעטן אז מען זאל דיר נישט איגנארירן, און דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן.
פרייטאג אפריל 20, 2018 12:50 pm#400357
פון פיינע נייעס

.
זונטאג אפריל 22, 2018 4:19 pm#400427
500 דאלער שטראף פאר אן עפל??

m http://www.foxnews.com/travel/2018/04/2 ... snack.html m
מאנטאג אפריל 23, 2018 7:55 pm#400512
אין אוסטראליע און נאך אנדערע לענדער קענסטו אויך באקומען אזא קנס. די טענה איז אז דער ווערימל וואס האט די פאטענציאל חרוב צומאכן ביליאנען (מיט א ב') פון אגריקאלטורעל פראדוקטן איז נישט מבחין צו ער איז אריינגעקומען דורעך א אומשולדיגע עפל אדער אויף א אנדערע אויפן.

כ'האב אמאל געהזעהן א קליפ ווי אפילו די הויכגעשעצטע ספארט גרופעס דארפן דערקלערן זייערע שיך וואס זיי האבען געשפילט מיט אויף פרעמדע ערד און מען איז בודק אויב זיי זענען ריין, אז נישט שטייען זיי אויס גרויסע קנסות.
זונטאג אפריל 29, 2018 7:52 pm#400951
Prison reform is possible even in the Trump era


m https://amp.cnn.com/cnn/2018/04/18/opin ... index.html m
מאנטאג אפריל 30, 2018 11:35 am#400977
א. ווילאנג דער געזעץ לאזט צו פריוואטע תפיסות, וואס מאכען ביזנעס מיט די רעגירונג, וועט מען די פראבלעם נישט קענען לעזען.

ב. עס מוז דערמאנט ווערען א ריזיגע חילוק צווישען פארברעכערס. איינער וואס איז א גרויסע עושר, און ער מיינט ער מעג אלס טוהן, צו ער איז א מעכטיגע מענטש אין דער פאליטישע זין, און ער פיהרט זיך אויף אין א קארופטירטע אופן, איז תפיסה די איינציגסטע וועג איהם צוריק צו האלטען פון פארלעצען די געזעץ. ער וועט מאכען א חשבון אז עס לוינט זיך איהם נישט צו גנבנ׳ן ווען עס איז דא א צד אז ער וועט אלסדינג דערלייגען. איינער א טונקעל הויטיגע, וואס איז אויפגעוואקסען ביי א שכן ווייל זיין טאטע איז אין תפיסה, זיין מאמע איז שיכור און זיין באבע איז נאר צען יאר עלטער ווי איהם, און דער פארשוין ווערט א מערדער און א רויבער, אזא איינער האט נישט וואס צו זוכען אין תפיסה. יא, זיי זיך נישט משדך מיט איהם, אבער מ׳האט איהם דאך נישט אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו פיהרען צווישען מענטשען, און ער האט אין זיין לעבען קיינמאל נישט געטראכט איידער ער טוט עפעס. די סכנה פון תפיסה רעדט נישט צו איהם. אזא איינער דארף פראגראמען איהם צו ערציען ווי א קינד, אויסלערנען וויאזוי מ׳קען לעבען אין א וועג וואס שטערט נישט אנדערע, און פאררעכטען זיין פסיכאלאגישע פעלערס. למעשה איז דער אינסטינקט פארקערט, דער שווארצע איז אן איינגעבאקענע פארברעכער, און ער מוז דארט בלייבען, און דער ווייסע קראגען פארברעכער איז דער וואס באקומט טובות אין תפיסה.

ג. די וועכטער דארף מען מער באוועכטען ווי די קרימינאלען. זיי זענען אפט די ערגסטע וואס די מענטשהייט פארמאגט.
מאנטאג מאי 07, 2018 6:47 am#401704
The Man Who Hates Criminal-Justice Reform

m https://newrepublic.com/article/148307/ ... ice-reform m
מאנטאג מאי 07, 2018 8:57 pm#401814
.
דינסטאג מאי 08, 2018 12:45 am#401835
כ'פארשטיי נישט די שאילה פון אונטן. אוודאי זאל זי זיצן אביסל, צו פילן וואס זי האט גורם געווען פאר אים. עכ"פ א סיוויל לאו סאוט קען ער זיכער פארדינען מיליאנען.
דינסטאג מאי 08, 2018 2:27 am#401840
יין שרף האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די שאילה פון אונטן. אוודאי זאל זי זיצן אביסל, צו פילן וואס זי האט גורם געווען פאר אים. עכ"פ א סיוויל לאו סאוט קען ער זיכער פארדינען מיליאנען.

פארוואס נאר אביסל? איך קען נישט די מעשה, אבער וואס זי האט למעשה געטון צו עם איז אסאך ערגער ווי ווען איהר קלעים וואלט געווען אמת. אוב זי קען מאכן א פאלשע קלעים איז זי בכלל נישט ווייניגער פון עני אנדערע פערווערט.
דינסטאג מאי 08, 2018 7:35 pm#401970
שרעקליך
דינסטאג מאי 08, 2018 8:34 pm#401983
און פארוואס נעמט מען נאך אן א הי-סעיד-שי-סעיד ארגומענט?
דינסטאג מאי 08, 2018 10:01 pm#402002
מארגן וועט זיין א וואוט פאר די קאמיטי איבער The first step act וואס וועט פארגרינגערען פאר די וואס זיצן אין תפיסה פאר לאנגע יארן.
די רעפאבליקאנער אין די פרעזידענט זענען אין שטיצע אבער די דעמאקראטן זענען דערקעגן ווייל עס טוהט נישט גענוג (פארדעם האבן עס די רעפאבליקאנער געטוישט נאמען צו 'פירסט סטעפ' אז זיי וועלן נאכדעם טוהן ווייטער) .
דער דעמאקראטישע נאדלער וואס רעפענזירט בארא פארק איז די ranking chair leader פון די קאמיטי אין ער איז אנהויב געווען אין שטיצע דערפון אבער לעצטע פאר טעג גייט ער דורך שווערע דריק צו טוישן מיינונג.
די עסקנים למען פדיון שבויים בעטן מ'זאל עם רופן בעטן ער זאל יא שטיצן דעם בילל אין מתפלל זיין עס זאל דורכגיין די קאמיטי יעצט אין שפעטער די סענעט.
m http://thehill.com/opinion/criminal-jus ... ortunities m
מיטוואך מאי 09, 2018 1:14 am#402022
יין שרף האט געשריבן:און פארוואס נעמט מען נאך אן א הי-סעיד-שי-סעיד ארגומענט?

ארויף קומען אויפ'ן טיש דארף עס זיכער, די פראבלעם איז מיט די עצם אטנוועסטיגעישאן וויפיל עפארט + מוח מ'לייגט אריין אין דעם אז האמת יצא לאורה.
מיטוואך מאי 09, 2018 1:17 am#402024
בן ישי האט געשריבן:מארגן וועט זיין א וואוט פאר די קאמיטי איבער The first step act וואס וועט פארגרינגערען פאר די וואס זיצן אין תפיסה פאר לאנגע יארן.
די רעפאבליקאנער אין די פרעזידענט זענען אין שטיצע אבער די דעמאקראטן זענען דערקעגן ווייל עס טוהט נישט גענוג (פארדעם האבן עס די רעפאבליקאנער געטוישט נאמען צו 'פירסט סטעפ' אז זיי וועלן נאכדעם טוהן ווייטער) .
דער דעמאקראטישע נאדלער וואס רעפענזירט בארא פארק איז די ranking chair leader פון די קאמיטי אין ער איז אנהויב געווען אין שטיצע דערפון אבער לעצטע פאר טעג גייט ער דורך שווערע דריק צו טוישן מיינונג.
די עסקנים למען פדיון שבויים בעטן מ'זאל עם רופן בעטן ער זאל יא שטיצן דעם בילל אין מתפלל זיין עס זאל דורכגיין די קאמיטי יעצט אין שפעטער די סענעט.
http://thehill.com/opinion/criminal-jus ... ortunities

חתנא דבי נשיאה, הרב דזשערעד קושנער איז שטארק אינסטרומענטאל אין שטופן די רעפארם אקט.

m https://www.huffingtonpost.com/entry/ku ... f1932576c2 m ?
מיטוואך מאי 09, 2018 5:42 pm#402115
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
יין שרף האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די שאילה פון אונטן. אוודאי זאל זי זיצן אביסל, צו פילן וואס זי האט גורם געווען פאר אים. עכ"פ א סיוויל לאו סאוט קען ער זיכער פארדינען מיליאנען.

פון די אנדערע זייט , אויב זי וואלט געגאנגען זיצן וואלט זי ווארשיינליך קיינמאל נישט מודה געווען, און ער וואלט געבליבן אין תפיסה.
מיטוואך מאי 09, 2018 8:31 pm#402152
ברוך השם אז די געזעץ וואס קען בעז"ה פארלייכטערען פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות איז היינט אינדערפרי דורכגעגאנגען די ספעציעלע קאמיטי אין וועט געשטעלט ווערן פאר א וואוט אין די קומענדיגע פאר וואכן אין האפענטליך דורכגיין.
מיטוואך מאי 09, 2018 11:42 pm#402168
די בילל איז דורך 25 אקעגן 5 אין נאדלער פון בארא פארק איז געווען פון די 5 וואס זענען געווען דערקעגן (ווייל ער האט געוואלט מ'זאל געבן מער פאר מענטשן וואס זיצן פאר דראגס
דא קען מען ליינען מער וועגן די בילל וואס איז דורך די קאמיטי היינט
m http://thehill.com/regulation/legislati ... s-in-house m
מיטוואך מאי 09, 2018 11:55 pm#402169
נאדלער איז קעגן דעם ווייל געוויסע אידישע ארגאניזאציעס זענען קעגן דעם. זיי ווילן מ'זאל נאכגעבן מער.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:47 pm#403055
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
וואס איך קען נישט פארשטיין. וואס האט גאווערנער בראון אנטקעגן מאכן א ד.נ.א. טעסט, ער וואלט עס אליין געדארפט פארלאנגען.
דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:42 am#403291
בן ישי האט געשריבן:די בילל איז דורך 25 אקעגן 5 אין נאדלער פון בארא פארק איז געווען פון די 5 וואס זענען געווען דערקעגן (ווייל ער האט געוואלט מ'זאל געבן מער פאר מענטשן וואס זיצן פאר דראגס
דא קען מען ליינען מער וועגן די בילל וואס איז דורך די קאמיטי היינט
http://thehill.com/regulation/legislati ... s-in-house

ברוך השם די בילל איז נעכטן דורכגעגאנגען אין קאנגרעס יעצט האפט מען אז ס'זאל דורכגיין אין סענאט דערנאך האט שוין טראמפ געמאלדן אז ער וועט עס סיינען
m https://www.congress.gov/bill/115th-con ... -bill/5682 m
דינסטאג יולי 31, 2018 12:34 pm#410191
3.5 מיליאן דאלער פאר אומריכטיג-פאראורטיילטער ארעסטאנט.

m https://www.fox23.com/news/national-new ... /802333736 m
דינסטאג יולי 31, 2018 12:40 pm#410194
למעשה פאסירט דאס צענדליגער מאל, יאר-איין יאר-אויס. איז דא עפעס וואס קען געטון ווערן דאס צו פארמיידן? צי זעהען נישט די פראקורארן איין אז זיי קריכן צומאל אויף גראדע ווענט און אויב די באווייזן זענען נישט 100% קראנט טאר מען נישט ארעסטירן?

איך טראכט אז די איינציגסטע עצה איז אויב מען טרעפט אזא מעשה, זאל דער פראקוראר באצאלן די שטראף פון זיין טאש..... (שיינע חלומות) :shock:
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 12:52 am#410244
עס איז א וועק-אויף דערמאנונג צו אינזין האבן ביי השיבה שופטיך כבראשונה וכו', יעדע שטיק צייט קומט נאך אזא טרייסל.
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:30 am#411597
שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט אז די איינציגסטע עצה איז אויב מען טרעפט אזא מעשה, זאל דער פראקוראר באצאלן די שטראף פון זיין טאש..... (שיינע חלומות) :shock:


דער מענטש טראכט און.....

.
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 1:47 pm#412102
א שיינע ארטיקל וואס ברענגט ארויס ווי לעכערליך, קאראפטירט און אומיושרדיג די פראסעקיוטער'ס פירן זיך אויף.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:44 am#412587
יוסטיץ....
איינער קען די מעשה פון די צעבראכענע בריק אין כעלם וואס אנשטאט פאררעכטן האט מען געבויעט א שפיטאל דערנעבן?

.
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:26 pm#413466
נישט נארמאל וואס טוצעך אפ

m https://www.theroot.com/inmate-no-nn768 ... 1829340766 m