Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

קאווע שטיבל • יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 380 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2175
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:33 pm#240297
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב אדורכגעלייענט דעם שטערן דעם חודש, אן ארטיקל איבער איזאלאציע, מיט פארשידענע עפיזאדן ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט איינזאם, אליינס, איינער לענגער איינער ווייניגער.

איינע פון די זאכן וואס ער פארציילט איז פון אן ארעסטאנט, טאמעס סילווערסטין, וועלכער זיצט שוין 31 יאר אין טאטאלע איזאלאציע, ער האט נישט קיינעם און גארנישט אויף דער וועלט, נישט קיין שום לייען מאטעריאל, נישט קיין שרייב געצייג, נישט קיין ראדיא, מוזיק אדער טי.ווי., ער קען נישט באקומען קיין פאסט, איז נישט ערלויבט צו האבן באזוכער, און קען נישט רעדן צו קיינעם אויף דער וועלט, עקסטרעם איינזאם, הערמעטיש פארשלאסן מיט שטאלענע ווענט אין דעם שווערסטן אמעריקאנער עי-די-עקס תפיסה אין קאלאראדא, וואו ער האט נישט מער ווי א בעטל און ביהכ"ס מיט א טישל, וזהו. ער קלאצט אוועק 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר. קיין פענסטערל איז נישט פאראן צו וויסן ווען איז טאג אדער נאכט; א זייגער האט ער אודאי נישט. דער לעקטער ברענגט 24 שעה ארום דעם זייגער וועלכע מאכט סתם אזוי גוט נערוועז בפרט ביים שלאפן, אזוי ארום אז ער האט נישט קיין שום אנונג אין די צייט צי איז טאג אדער נאכט און וויפיל שעה/טעג זענען אדורך... עס איז אויך נישט פאראן קיין סטיעם אדער עירקאנדישאן., אום זומער זענען די היצן אומדערטרעגליך. דער חברה'מאן טענה'ט (און מיט רעכט) אז די אומשטענדן איז אים פיל ערגער ווי דער טויט. ער איז די גאנצע צייט אונטער סורוועילענס ווידעאו (לכאורה זיכער מאכן אז ער באגייט נישט זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק און פרובירט זיך צו ראטעווען פון דעם גיהנם התחתון).

עס איז שוידערליך צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א מענטש אפילו בלויז פאר א וואך, ווער רעדט א חודש? א יאר? און דא רעדט מען פון אומגלויבליכע 31 יאר!!

און די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז ער שפירט זיך אומשולדיג. אלס יונגער טוטער האט מען אים ארעסטירט ווייל ער איז געווען פארמישט אין א פארברעכן, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן, אבער נאך איידער דער גינסטיגער פסק איז ארויסגעקומען האט ער דערמארדעט איינע פון די אפיצירן אין תפיסה וועלכער איז אים שרעקליך דערגאנגען די יארן, האט מען אים דעריבער פארשיקט אין פיל א שווערערע תפיסה, און דארטן האט מען זיכער געמאכט אז מען זאל אים ענג מאכן דאס לעבן און טעראריזירן וויפיל עס איז מעגליך, ביז דער מענטשליכער מח זיינער האט עס מער נישט געקנט דערהייבן, און ער האט יענעם אפיציר אויכעט דערמארדעט, איז ער אנגעקומען צו דעם יעצטיגן גיהנם.

מענטשן רעכטן פרובירן פייטן פאר אים, אבער אן ערפאלג. די מערסטע מאדנע איז מיר געווען צו ליינען אז מען האט געברענגט די טענה פאר א ריכטער אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע טאר מען נישט באשטראפן מיט אומגעווענליכע ברוטאלע עונשים, האט דער ריכטער גע'פסק'ענט – פשוט און גראד – אז דאס הייסט נישט ברוטאל... האלא, רב ריכטער, אפשר פרובירסטו עס אויס פאר א וואך, און מען וועט דערנאך שמועסן נאכאמאל? צולייגער איינער...

עס איז אומגלויבליך אז אין די היינטיגע דעמאקראטישע אמעריקע זאל מען אזוי ביטער פייניגן מענטשן. די לאנד וואס האט דעמאנסטרירט דעמאקראטיע, דער לאנד וואס האט זיך געגערינדעט אויפן יסוד אז די גאווערמענט איז נישט דיין בעה"ב, נאר דיין שליח וואס זוכט צו ארבעטן געטריי פאר יעדן אינדיווידואלן מענטש, און עס איז מער נישט פאראן די רשעות'דיגע רעזשימען פון אמאליגע מיטל-אלטער וועלכע האבן געקענט טון מיט א מענטש ככל העולה על רוחם, און פון היינט און ווייטער איז פאראן מענטשן רעכטן.... יא יא, גיב א קוק ווי שרעקליך נידריג מען האלט היינט... שומו שמים.


רב שמעקעדיג, איך בין געווארן שאקירט ליינענדיג דיין תגובה. אזא זאך זאל מען טוהן מיט א מענטש?

איך האב געמוזט דערגיין מער פרטים. איך האב געליינט זיין בלאט אויף וויקיפעדיע. נאכן ליינען די ארטיקל איבער אים מיט אלע פרטים, איז עס אסאך מער פארשטענדליך, און עס הערט זיך בכלל נישט אזוי ברוטאל.

ער האט ערמארדעט א תפיסה אפיציר.

אויב ווייסט אן ארעסטאנט וואס זיצט לעבנסלענגליך אז גארנישט ערגער קען געשעהן צו אים, וואס זאל אים צוריק האלטן פון הרג'ענען מענטשן אין תפיסה?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:44 pm#240300
טויט שטראף קומט אים - וואס עפעס אזא מין פיינינג?!
אגב, וויזוי האט ער געקענט פארציילן וואס ער גייט אדארעך?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:49 pm#240301
איז דאך דא ליבעראלע שטאטן וואס ערלויבן נישט טויט שטראף. וואס איז די עצה?
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:02 am#240311
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איז דאך דא ליבעראלע שטאטן וואס ערלויבן נישט טויט שטראף. וואס איז די עצה?

פוי, עקל.
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:18 pm#242672
א ניו יארקער מאן וואס איז געווען איינגעשפארט 18 יאר אין תפיסה על לא עוול בכפו פאר א מארד וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען, האט אצינד געסעטלט מיט די שטאט פאר 4.75 מיליאן דאלער קאמפענסעישאן - די גרעסטע סכום אין היסטארי פאר א סעטלמענט.

m http://nypost.com/2014/12/23/wrongfully ... rom-state/ m
זונטאג יאנואר 11, 2015 7:17 pm#247424
.
מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:00 am#247521
א מאן וואס האט אומזיסט געשמאכט 21 יאר אין טורמע שטארבט ווייניגער ווי א יאר נאכ'ן באפרייט ווערן.
m http://nydailynews.com/new-york/nyc-cri ... -1.2074339 m
מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:57 am#247528
די הארץ רייסט. אומגלויבליך וויפיל אומשולדיגע מענטשן שמאכטן אוועק יארן לאנג, מיטב שנותיהם, על לא דבר, על לא עוול בכפם, ואין פוצה פה.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:50 am#247657
ס׳שרייט ארויס דער ווייטאגליכער אומרעכט קעגן Travion Blount, א שווארצער יוגענטליכער וועלכער האט באקומען זעקס לייף טערמינען פאר א רויבעריי וואו קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן:

Why 15 Year Old Travion Blount Got More Than 6 Life Sentences for A Crime Where No One Was Hurt
מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:36 pm#247922
מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:45 pm#248033
אזוי ווי איר שרייבט, האריפייאינג, נישטא קיין ווערטער. אומגלויבליך!!!

לענ"ד איז דאס דער גרעסטער פראבלעם פון אמעריקע, העכער העלט אינשורענס און אימיגראנטן וכו'. עס איז די העכסטע צייט צו נעמען די זאך אין די האנט אריין און רעפארמירן דעם זינלאזן רשעות'דיגן סיסטעם.
מאנטאג מערץ 09, 2015 11:41 pm#257706
די פחד'יגע געשיכטע פון סטערלינג בארבער , א 17 יעריגער וואס איז באווארפן געווארן מיט אונזער קרימע יוסטיץ סיסטעם.

גלייכצייטיג איז דאס א גוטע מוסר השכל ווי א שרעקליכע מאלעסטער קען אויסזעהן ווי א פיינע מענטש פאר אסאך מענטשען און ווי די משפחה לעבט אין דינייעל
m http://youtu.be/F1xAfx6Rm4A m
דינסטאג מערץ 10, 2015 3:45 pm#257770
זענען די שטרענגע קאנסארוואטיוו ריפאבליקאנע שולדיג אין דעם אדער איז דאס סתם א סיסטעם פראבלעם?
דינסטאג מערץ 10, 2015 7:08 pm#257818
ATUB @המלוכה והממשלה ATUB , וואס איז נאך אלס נישט פארענטפערט איז פארוואס בארבער איז אנטלאפן פון די פאליציי נאכן מארד. דאס אז ער האט אים געשטאכן זעקס מאל פארשטיי איך נאך אבער פארוואס האט ער זיך באהאלטן פאר א גוט יאר???
דינסטאג מערץ 17, 2015 2:38 pm#259270
אפטעמיסט האט געשריבן:@המלוכה והממשלה, וואס איז נאך אלס נישט פארענטפערט איז פארוואס בארבער איז אנטלאפן פון די פאליציי נאכן מארד. דאס אז ער האט אים געשטאכן זעקס מאל פארשטיי איך נאך אבער פארוואס האט ער זיך באהאלטן פאר א גוט יאר???

וואס ווילסטו פון א דעשראקענע 17 יעריגע בחור??
דאנערשטאג אפריל 09, 2015 9:24 am#265065
א פרוי פון אריזאנא זיצט שוין 22 יאר אין תפיסה, ווארטנדיג אויף איר טויט אורטייל, צוליב א אנגעבליכע קלאגע אז זי האט ערמארדעט איר אייגענע זון.

בשעתו האט מען איר אנגעקלאגט מיט א מעשה אז זי האט געמאכט א יד אחת מיט 2 אנדערע מענער צו הרג'ענען איר זון, כדי צו קלעימען אינשורענס. עס איז נישט געווען קיין שום עדות דערצו, אבער א דעטעקטיוו האט אזוי דערקלערט און אויף דעם ארויף האט מען איר צוגעטיילט טויט שטראף, און זי ווארט שוין דערויף 22 יאר.

אצינד האט א דזשאדזש איבערגעקוקט איר קעיס, און איר פשוט באפרייט!
מאנטאג אפריל 13, 2015 11:29 am#265614
און אז מען רעדט שוין,

a 152 Innocents, Marked for Death

עס כאפט א פחד צו ליינען ווי דער פראקוראר זעלבסט איז זיך מתוודה אז די טעותים פאסירן בלויז ווייל זיי זוכן ענדערש צו געווינען בכל אופן שהוא ווי איידער יוסטיץ. עלובה עיסה וכו'.

(ייש"כ פארן ניק וואס האט מיר דאס צוגעשיקט)
פרייטאג אפריל 24, 2015 12:06 pm#269369
FBI admits flaws in hair analysis over decades

The Justice Department and FBI have formally acknowledged that nearly every examiner in an elite FBI forensic unit gave flawed testimony in almost all trials in which they offered evidence against criminal defendants over more than a two-decade period before 2000.

Of 28 examiners with the FBI Laboratory’s microscopic hair comparison unit, 26 overstated forensic matches in ways that favored prosecutors in more than 95 percent of the 268 trials reviewed so far, according to the National Association of Criminal Defense Lawyers (NACDL) and the Innocence Project, which are assisting the government with the country’s largest post-conviction review of questioned forensic evidence.

The cases include those of 32 defendants sentenced to death. Of those, 14 have been executed or died in prison, the groups said under an agreement with the government to release results after the review of the first 200 convictions.

אומגלויבליך, איז נישט דאס ווארט.
פרייטאג אפריל 24, 2015 12:09 pm#269371
קינד_אן_קייט האט געשריבן:אומגלויבליך, איז נישט דאס ווארט.
מוצ"ש מאי 02, 2015 11:59 pm#271866
אין די עמי מאגעזין איז געווען די וואך א הערליכע ארטיקל מיט 'בערנארט קעריק' געוועזענער ניו יארק פאליציי קאמישענער וואס איז אויך געזיצן עטליכע יאר, איבער די קרופטירטע יוסטיץ אין אמעריקע.
א געוואלדיגע ארטיקל A must to read
זונטאג מאי 03, 2015 12:02 am#271867
א דאנק. וועלן מיר דאס איינהאנדלען.

אין די בלאט (אוצר אפטיילונג) לויפט לעצטנס א באשרייבונג, אפהאנדלונג פון אמעריקאנער טורמעס. גאנץ אינטרעסאנט.
זונטאג מאי 03, 2015 12:04 am#271870
א לינק צו זיין בוך וואס ער האט געשריבן FROM JAILER TO JAILED
m http://www.amazon.com/Jailer-Jailed-Cor ... +to+jailed m
דינסטאג מאי 12, 2015 8:01 pm#274563
מייק האקעבי, דער געוועזענער גאווערנאר און סטעיט עקזעקיוטיוו פון ארקענסעס, פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט. די אינטרעסאנטע זאך דערפון אז ער פלאנט צו לויפן אויפן טיקעט/פלאטפארמע פון "קרימינאלע יוסטיץ רעפארם". אלס גאווערנער האט ער פארדאנירט איבער 1,000 (!) ארעסטאנטן.

פאר מער דרוקט דא:

m https://www.yahoo.com/politics/the-mike ... 86601.html m
מאנטאג אקטאבער 12, 2015 10:50 am#304011
.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 1:55 pm#305578
חודש תשרי האבן די צייטונג ארויסגעשטעלט אזא מעלדונג,
ווייסט איינער וואס דאס מיינט?

.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 1:57 pm#305579
אין וואשינגטאן האלט מען אינמיטן פעסן א ביל וואס וועט פארגינגערן די שטראף פאר ווייט קאלער קריימס.
פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 1:13 am#307951
די ביטערע אפעקטן פון "סאליטערי קאנפיינמענט" (די לאך בלע"ז).
גענוג און נאך מענטשן לאזן זיך הערן אקעגן דעם ברוטאלישן שטראף מיטל, און ווילן עס אפשאפן.

m http://www.usatoday.com/story/news/nati ... /73830286/ m

פאר נאך ארטיקלען איבער די נושא, דא האט איר פונעם האפינגטאן פאוסט:

m http://www.huffingtonpost.com/news/soli ... nfinement/ m
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:26 pm#309849
ענדליך! אז מען לעבט דערלעבט מען.

.
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 11:17 pm#311146
צו לאכן און צו וויינען

m http://youtu.be/_Pz3syET3DY m
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 4:37 pm#314313

זייט גרייט צו פארברענען 10 שעה אויף נעטפליקס. אומגלויבליך!
MakingAMurderer#
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:24 am#314488
.
מיטוואך יאנואר 20, 2016 4:11 pm#318243
ווען דאס בארירט א היימישער.

m https://medium.com/@ZackBergerMDPhD/han ... .6lndq3htx m
זונטאג יאנואר 24, 2016 3:25 pm#318787
Let's talk about injustice
.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:29 am#318994
ענדליך!

Obama bans solitary confinement for juveniles in federal prisons

m https://www.washingtonpost.com/politics ... story.html m
דאנערשטאג מערץ 03, 2016 5:59 pm#323255
.
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:07 am#329652
אין די נייעס טוצעך יעצט אז א ריכטער אין אילינאויס האט באפרייט א 76 יעריגער מענטש וואס איז 4 יאר צוריק געווארן אנגעקלאגט אין מארד, און באקומען פאראורטיילט לעבנסלענגליכע תפיסה.
נאך מערערע באווייזן אז דער קעיס איז געפארן שרעקליך אומריכטיג, און די לויערס האבן פארלאנגט א נייע טרייעל נאכן האבן באווייזן צו זייער האנט, האט דער ריכטער מיט כעס ארויסגעשליידערט דעם גאנצן קעיס, און אים געהייסן זאפארט באפרייען.
עפעס יוסטיץ אין אזא פינסטערניש, כיתרון האור מן החושך.

וואס טוט א גוי גלייך נאך אזא בשורה טובה? די ערשטע זאך אויף די פרייהייט איז ער געלאפן כאפן זיין באליבסטע שפייז, א סלייס פיצא... (דערמאנט אייך פון מוצאי פסח, הע?... אויך מיר א זמן חירותינו....)
זונטאג מאי 01, 2016 12:22 am#331022
Wow איז דאס שטארקע ווערטער!
"אמעריקע פארמאגט די ערגסטע תפיסות איבער די וועלט!", "אמעריקאנער ווילן זעהן די ארעסטאנטן לעבן ווי חיות און שימלען צום טויט", וכו'...
ליינט אדורך די גאנצע ארטיקל ביז צום סוף!

m http://www.cnn.com/2016/04/29/opinions/ ... kamau-bell m
מאנטאג מאי 02, 2016 3:15 pm#331339
א גאר באלערנדע ארטיקל איבער עסקנות און דער צוקונפט פון תפיסות אין אמעריקע, אויכעט באוואוסט אלס דער "סענטענסיג רעפארם אקט".
באשריבן אין 'דער איד' דעם פארגאנגענעם פסח:


מערקט אן אינעם ארטיקל, אז פרעזידענט אבאמא איז א שטארקער שטיצער דערפון, און פארט כסדר ארום איבער אמעריקע קאמפיינען לטובת דעם ביל.

(פאר די וואס ווייסן נישט, מען קען קליקן אויפן בילד עס צו פארגרעסערן).

.
מאנטאג מאי 02, 2016 7:54 pm#331384
וויא פארשטענדליך וועט דאס נאר העלפן פאר די וואס זיצן שוין וואס איז א טובה פאר אנשי שלומינו וואס שמאכטן יעצט דורכן ביטערע סיסטעם. אבער נאך די רידאקשוין געזעץ וועט אדוריכגיין וועלן שופטים ארייננעמן ביי סענטענסינג דער פאקט אז סאיז דא אזא געזעץ וועלן זיי געבן לענגערע טערמינען לכתחילה.
מאנטאג מאי 02, 2016 10:50 pm#331397
זיי קענען דען צוטיילן וויפיל זיי ווילן? זיי זענען דאך סוכ"ס געבינדן מיטן געזעץ! הגם ברצונם מאריכים או מקצרים, אבער לכה"פ עפעס געבינדן זענען זיי.
דינסטאג יוני 07, 2016 2:41 pm#337006
Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
נאכאמאל זעהט מען א דאבעל און טריפעל סטענדערט אין יוסטיץ אין אמעריקע. א רייכע און ווייסע סטודנט האט גערעיפט א מיידל וואס איז געשלאפן פון שיכרות און די ריכטער האט איהם ''נאר'' געגעבן זעקס חדשים תפיסה. עטס הערטס? זעקס חדשים נישט זעקס יאהר נאר זעקס חדשים מיט אביסל פראבעישען- א שאנדע!!!

m http://nypost.com/2016/06/06/stanford-s ... ious-coed/ m
פרייטאג יוני 24, 2016 12:41 pm#338970
מה זאת ???

.
מאנטאג יולי 04, 2016 12:41 pm#340145
אויף QUORA פרעגט איימיצער די שווערע קשיא

Why are incarceration rates in the US so high relative to other countries

און נישט קיין צווייטע ווי "מאלעריע זשארעט", א סיניאר אדווייזאר פאר פרעזידענט אבאמא שרייבט א לענגערע תשובה.



Great question. There are a number of reasons, from a lack of investment in schools and economic opportunity, to draconian drug laws and bail policies that criminalize poverty, to inadequate reentry services and employment discrimination against people who have been incarcerated, just to name a few

But let’s start with the numbers. The United States has less than five percent of the world’s population, but about 25 percent of the prisoners. That adds up to 2.2 million people behind bars in this country, including more than 11 million people who move through our local jails each year, all at a cost of $80 billion every year. Meanwhile 70 million people – about one-third of working age Americans – have some type of criminal record

When President Obama laid out his Administration’s principles for criminal justice reform (here), he argued that we need to take a comprehensive approach by focusing on three places: the community, the court room, and the cell block. All of this is predicated on a simple belief: Criminal justice reform done right will make our communities safer

First, we focus on the community, because the roots of crime and incarceration are too often planted in underfunded schools and neighborhoods where jobs dried up long ago – where there is a dearth of hope for the future and support for our young people. The school to prison pipeline traps too many girls and boys who should be learning in supportive environments, not being sent to juvenile detention. And where there are few resources for schools, job training, or economic development, cycles of poverty and incarceration continue unabated

Second, we focus on our courtrooms, because too often Americans are put behind bars with sentences that do not fit their actions. Too many young people who really just need love, support, and mentorship are treated instead unmercifully as adults. Victims of addiction or commercial sexual exploitation are often imprisoned rather than given treatment. Poor Americans can spend weeks or months in jail simply because they can’t afford to pay the price of a fee, fine, or bond. Harmful mandatory minimum sentences for an excessive amount of time that is disproportionate to the crime do not keep our communities safer. They tear apart families, and can weaken the human fabric of our communities

Third, we need to focus on our cell blocks, because those who are incarcerated in America too often leave prison with less capacity to succeed than when they first sentenced. They are released – often into a world far different than the one they left behind – without the skills and capability to lead law-abiding lives. As a result, they fall victim to the revolving prison doors. And that is why earlier this year, the President established the Federal Interagency Reentry Council to reduce the barriers that millions of justice-involved individual face each year when returning to their communities from prison and jails



So there are many reasons for our high incarceration rates, and the President is proud that we have accomplished a lot in many of these areas. For instance, the President is committed to using his clemency power to give deserving individuals sentenced under outdated and unduly harsh sentencing laws a second chance. That’s why he has commuted 348 sentences – more than the past seven presidents combined

Obama_Commuted.jpg


Last week, we announced a Second Chance Pell Pilot program to test new models to help incarcerated Americans receive the education necessary to obtain employment upon their release. We have invested in mentoring, job training, and new reentry programs. We have brought together leaders in the private sector and higher education, as well as in state and local government, to catalyze reforms, from banning the box, to Data-Driven Justice, including more effective diversion programs. We have done a lot of which we are proud

But we also believe strongly that Federal criminal justice legislation would be an important, strong step forward for our country. And we have been optimistic about the prospects for reform because of how this effort has galvanized people from across the political spectrum

There is a strong, bipartisan bill in the Senate that has passed out of Committee, is just waiting for a vote in the Senate, and we are confident would pass. The bill would do four important things: reduce mandatory minimums for certain nonviolent drug offenders; provide current prisoners with the tools and incentives to turn their lives around; give nonviolent juvenile offenders who have served their sentences the second chances they deserve; give judges greater discretion to make sure that the sentence fits the crimes; and reinvest savings from criminal justice reform into public safety programs. This is legislation that would improve public safety and save hundreds of millions of dollars, as the nonpartisan Congressional Budget Office just reported

In the House of Representatives, Speaker Ryan has voiced strong support publicly for reform, and the Judiciary Committee continues to work through legislative proposals. But the reality is the clock continues to tick, and unfortunately, although there is strong bipartisan support for these reforms that would make our neighborhoods safer, strengthen our economy, and align our system more with our values, Congress has failed to take action. We know mass incarceration is not good for our country and does not make us safer. It is long past time for us to come together across party lines at the Federal level and do something about it

Long answer, I know, but many books have been written on the topic!
דאנערשטאג יולי 28, 2016 5:01 pm#343879
דאנערשטאג יולי 28, 2016 6:45 pm#343886
א דאנק, הוגה, פאר דעם לינק.

WOW, כ'קען זיך נישט איבערקומען, די זאכן פאסירן נאכאנאנד, און גארנישט, דער הונט בילט און די באן פארט ווייטער....
איך לייען דארט די קאמענטס, ווי מענטשן רעדן זיך אפ ווי די זאכן פאסירן אזוי אפט, ווי פרויען זאגן ליגנט, פאלשע עדות, און באשולדיגן אומשולדיגע מענער פאר רעיפ וכדו' און מען גלייבט אודאי די פעמיניסטישע פרויען, און מען ארעסטירט די מענער על לא עוול בכפם!!
יא יא, דאס שרייבן נישט אידעלעך אויף אייוועלט, דאס זאגן הונדערטער גויים!

א הימל געשריי!!!! :אומגלויבליך: :ניין:
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:05 am#344523
ברם זכור אותו האיש לטובה, פרעזידענט אבאמא האט היינט פארקורצערט די לאנג טערמיניגע טורמע אורטיילן פון צוויי הונדערט פערצן low level offenders און זיי וועלן ארויסגעלאזט ווערן אין די גאר נאנטע תקופה. דאס איז א רעקארד ברעכענדע ציפער פון קלעמענסיס און פארדאנען אין אן איינצעלע טאג. אלעס צוזאמען האט שוין די פרעזידענט באפרייט פינף הונדערט צוויי און זעכציג אין די לעצטע יאר צייט. אקטאוויסטן האפן אז די פרעזידענט וועט ווייטער אנגיין מיט די הומאניטערישע ארבייט און באפרייען נאך, ווי אויך איז צום האפן אז דאס וועט האבן עטוואס אן השפעה לטובה צו ווייך מאכן די שטיינערנע הארץ פון די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט אז זיי זאלן באהאנדלן פארברעכער מער הומאניטעריש. די פרעזידענט האט אין א הארץ-דערווארעמדיגע מעסעדש אויף פעיסבוק געשריבן אז אין אמעריקא פארדינט א יעדער איינער א צווייטע טשאנס. זכר צדיק לברכה.


.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 3:18 pm#344588
ליידער איז עס מערסטענס געווידמענט פאר בלוי-קאלער פארברעכן, כאטש וואס עס איז געווען א הויך-פונקט אין זיין קאמפיין אז ער וועט ארויסלאזן גרויסע קוואמטום ווייסע-קאלער פארברעכער.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 3:38 pm#344590
It goes without saying אז שערמאן טשעסטער וועם ער דערמאנט דארט איז א בן חם כמוהו.