דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:51 pm#144264
מ'כאפט שוין?
:אויסרוף:
:אויסרוף:
געפילטע פישbig joeסאשי פישוואס מיינט די הכנה פון די מצוה איז גרעסער ווי די מצוה אליינס?
מקור???
בספרי החסידות הרחיבו בזה מאוד, וכתבו שההכנה למצווה היא חלק מהמצווה
ממש ואפילו גדולה יותר מהמצווה עצמה (שפת אמת פרשת האזינו תרל"ד), ועיקר
עבודת המצווה היא בהכנה במחשבה לפניה (בעש"ט פרשת נח). וכלשון בעל הקדושת
לוי (פרשת בשלח): "דמבואר בספרי יראים, שכל מצווה קודם עשייתה צריכה הכנה,
להכין עצמו לעשותה בקדושה ובטהרה, והיוצא מזה מחמת שמכין עצמו מגלה
בדעתו שחביבה המצווה בעיניו ומצפה ושמח לעשותה, ואח"כ בעשותה יעשנה בלב
שלם שלא יחללה ויפגמנה בעשותה, שהרי נשרש בליבו אהבה של המצווה ההיא".
נחום כץאיינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.
געפילטע פישאדער אפשר זאגן כי חטאנו, זיך אפשטעלן, שנעל אראפנעמען די האנט, געבן א קלאפ, און צוריקלייגן די האנט איידער ער גייט ווייטער צו מחל לנו...
ונבנתה העירג. דלכאורה הי' יכול לשווי' לחבירו שליח שיכנו בבוא העת, אך נסתפקתי אם נחשבנו כמצוה שבגופו, ובפרט למאי דקיי"ל בכל מקום דיבוא בעל השור ויעמוד על שורו, וכענין יכה יוסי את יוסי, הפה שאסר וכו', ובאם לאו אולי יש מקום להתיר שיכה חבירו את עצמו ויוציאנו מדין שומע כעונה, ודלא כהגאון מראגאטשוב.
געפילטע פישביזט געווען אין גראסערי קויפן אפאר זאכן, דיין ווייב קאלט דיך אן אז זי האט זיך דערמאנט אז זי דארף נאך א מילך. אה, ביזט שוין כמעט אינדערהיים? פארגעט איט, נעווער מיינד.
וואס מיינט דאס? דארף זי יא די מילך אדער נישט?
קלוג און יונג:cry:געפילטע פישביזט געווען אין גראסערי קויפן אפאר זאכן, דיין ווייב קאלט דיך אן אז זי האט זיך דערמאנט אז זי דארף נאך א מילך. אה, ביזט שוין כמעט אינדערהיים? פארגעט איט, נעווער מיינד.
וואס מיינט דאס? דארף זי יא די מילך אדער נישט?
עס מיינט אז זי דארף עס נישט. אויב יא וואלט זי נישט געזאגט פארגעט איט. פאר די זאכען וואס זי האט באמת געדארפט האט זי דיך דאך געשיקט אין גראסערי און נישט געזאגט נעווער מיינד...
נחום כץאיינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.
די מקור איז א גמרא אין מגילה און אין סנהדרין.כן ישיש ה' את אויבכם עליכם להאביד וגו' אבל הקדוש ברוך הוא בעצמו אינו שש, מיכן שאין הקדוש ברוך הוא שמח במפלתן של רשעים, שלא נאמר ישוש אלא ישיש, אחרים משיש, אבל הוא אינו שש, אבל בטובלת של צדיקים הוא בעצמו שש שנאמר כאשר שש ה' עליכם.
געפילטע פישצוויי וואכן צוריק האמיר געלייענט אין די תוכחה, די שרעקליכע פסוק: והיה כאשר שש ה' עליכם להיטיב אתכם ולהרבות אתכם כן ישיש ה' עליכם להאביד אתכם ולהשמיד אתכם ונסחתם מעל האדמה אשר אתה בא שמה לרשתה.
די פסוק אויבערפלעכליך איז שרעקליך, נאך די אלע צרות וואס די תוחכה רעכענט אויס גייט נאך די באשעפער אונזער פאטער זיך פרייען מיט אונזער צרות כביכול? נאר רש"י זאגט אויפן פלאץ,די מקור איז א גמרא אין מגילה און אין סנהדרין.כן ישיש ה' את אויבכם עליכם להאביד וגו' אבל הקדוש ברוך הוא בעצמו אינו שש, מיכן שאין הקדוש ברוך הוא שמח במפלתן של רשעים, שלא נאמר ישוש אלא ישיש, אחרים משיש, אבל הוא אינו שש, אבל בטובלת של צדיקים הוא בעצמו שש שנאמר כאשר שש ה' עליכם.
לכאורה איז עס שיין פארענטפערט, אבער איך האב אנגעהויבן טראכטן, און איך קען מיך נישט דערמאנען ערגעץ וואו ס'שטייט יא ישוש. יעדער קען דאך די בית אין לכה דודי, "והיו למשיסה שאסיך ורחקו כל מבלעיך ישיש עליך אלוקיך כמשוש חתן על כלה" וואס איז באזירט אויפן פסוק אין ישעיה, "ומשוש חתן על כלה ישיש עליך אלקיך", און ביי ביידע פארשטיי איך פשוט פשט אז די באשעפער וועט זיך פרייען און נישט משיש זיין אנדערע. אפשר ווייסט איינער נאך ערגעץ וואו ישיש\ישוש ווערט דערמאנט אין פסוק?
יאיר
און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.
תחכמונייאיר
און שלום עליכם תחכמוני, דער עולם בענקט זיך נאך דיר.
פון דיר האב איך געוואוסט. אבער ווער ביזטו צו רעפרעזענטירן די עולם? 😎
תחכמונידא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.
יאיראודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.
געפילטע פישתחכמונידא נוצט די גמרא א דרש אז עס מיינט א פועל יוצא און נישט א פועל עומד.יאיראודאי איז פשוט פשט אז גאט וועט זיך אליינס פרייען, דאס איז דאך דער המשך אין פרשת וילך, כי ישוב ה' לשוש עליך לטובה.
אהא, פון די המשך הגמרא וואס זאגט "ודיקא נמי דכתיב כן ישיש ולא כתיב ישוש שמע מינה" האט מיר אויסגעזעהן אז ס'איז מער ווי סתם א מדרש אגדה, נאר אז די גמרא לערענט אזוי פשוט פשט.
נחום כץאיינער ווייסט וואו ס'שטייט אז מ'טאר נישט האבן קיין פארקער מיט א מחלל שבת?
נישט רעדן מיט אים? און אפ' נישט פארקויפן קיינע פראדוקטן?
איך קום אריין אין מיין לאקעל סושי געשעפט אין טאון (סטמפורד הילל) און איך פרעג מיט א שמייכל, דער בעל הבית א געוועזענע נאנטע חבר מיינס, אויב רעדן, רעדט ער נאך מיט מיר?
אבער ער האט מיר תיכף אפגעשמוצט זאגענדיג "ביסט א מחלל שבת! מ'טאר נישט רעדן מיט דיר! גיי ארויס פון דא!
ס'געזיצן דארט א אנדערע איד, און האט זיך געבעטן ביי איהם, "כאטשיג קויפן לאז איהם" אבער ער האט פון גארנישט געוואלט הערן.
איך האב אביסל געפילט ווי בר קמצא. הגם נאר די ק' און די צ'.
אדער גאר קמצא אליינס. ווייל איך בין דאך יא נאנט געווען מיט יענעם.
זר זהבגעבן איז די זעלבע ווי פארקויפן?
נהורא נפישאכ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?
נהורא נפישאנהורא נפישאכ'האב זיך אלטץ געוואונדערט וויאזוי די כת הצדוקים האבן כופר געווען אין תחיית המתים ווען ס'שטייט פשטות ארויס מפורש אין פסוק אין דניאל ביים חזון קץ הימין
ורבים מישני אדמת עפר יקיצו אלה לחיי עולם ואלה לחרפות לדראון עולם (דניאל יב ב)
קען מען דען אנדערש לערנען דעם פסוק אדער האבן זיי נישט אנגענומען דעם גאנצען ביבלישן קאנאן ווי מיר האבן די כ"ד כתבי הקדש ?
איך האב געפרעגט דאס פריער קען זיין מ'האט עס נישט באמערקט כ'האב געזוכט און נישט געפינען אן ענטפער.
אפשר ר' שליח ברוב בקיאותך קענסטו טרעפן אן ענטפער אויף דעם.
שמעקעדיגהרהורי עבירה קשין מעבירה. איז דאס טאקע ממש אזוי?
כ'האב געהערט א פשט אמאל, אז וויבאלד אין הרהורים איז מען מער מקיל, מענטשן מיינען אז ס'איז גארנישט, ממילא איז מען מחמיר דערין.
א שיינער פשט, אבער ווילסטו מיר זאגן אז הרהורים - וואס כמעט יעדער האט טעגליך - איז ערגער ווי איינער וואס איז עובר אויף איינע פון די ג' חמורות?
שמעקעדיגזאג איך אזוי די תפלה נוראה פון רבי'ן ר' אלימלך, ובתוך התפלה בעטן מיר: ועתה תעורר נא רחמיך וחסדיך הגדולים והמרובים עלינו לגרש ולבער את יצרנו הרע מקרבינו, ותגער בו שיסור וילך מאתנו, ואל יסית אותנו להדיחנו מעבודתיך חלילה.
איז מיר שווער, איז דען דאס נישט א תפלת שוא? איז נישט די עיקר מטרה פארוואס מיר זענען אויף דער וועלט כדי זיך צו שלאגן מיטן יצר? פארוואס עפעס זאל השי"ת פארטרייבן דעם יצה"ר פון אונז? ווי אזוי קענען מיר אפילו בעטן דערויף?