געפילטע פישונבנתה העיראבער דערנאך איז דא די עצם נושא וואס ליגט אויפן טיש, וואס די אלע אנדערע זאכן זענען אמצעים מחליט צו זיין אויף די עצם נושא, און אויב דארף מען דא אויך נישט קיין קבלת עדות, איז וואו יא? ממילא אז די נידון איז צו כת א' האט זומם געווען לעשות רע, וואלט מען לכאורה געדארפט א הגדת עדות אויף דעם.
כ'פארשטיי נישט, ביי קידוש החודש דארף מען אויך הגדת עדות אז די צוויי מענטשען האבן מעיד געווען אויף חידוש הלבנה? דאס איז וויאזוי די תורה האט אוועקגעשטעלט בית דין, זיי זענען באגלייבט אויף וואס ס'קומט פאר אין בית דין שטיבל, זיי דארפן נישט קיין עדות אז די בעל דין האט טאקע מודה געווען במקצת, אדער אז יענער האט טאקע געמאכט א שבועה בנקיטת חפץ, זיי זעען עס לייוו, און אויף דעם ארויף פסקנ'ן זיי.
די צוויי מענטשן וואס זענען מעיד אויף חידוש הלבנה זענען נישט די סענטער אוו עטענשאן, נישט זיי זענען די נושא דא, די נושא איז אך ורק צו די לבנה איז נתחדש געווארן אדער נישט, משא"כ ביי זוממין איז דאך כת א' די נושא אויפן טיש, האבן זיי זומם געווען לעשות רע אדער נישט - זיי זענען די עצם נידון, נישט נאר איינע פון די אמצעים והוכחות אנצוקומען צום תכלית.
וה"ה אז ראובן וועט הרג'ענן שמעון אין ב"ד וועט מען דארפן - לפי די ראשונים - א קבלת עדות.
ומענין וכו', די גמ' זאגט אז עדים זוממין איז א חידוש ווייל פארוואס זאלן מיר ענדערש גלייבן כת ב' ווי כת א', אין רמב"ן עה"ת שטייט אבער זייער א פשוט'ע טעם:
כי ההזמה תהיה כשיאמרו והלא ביום פלוני עמנו הייתם (מכות ה), והטעם, מפני שהעדות הזו היא על גופם של עדים, והם אינם נאמנים על עצמם לומר לא עשינו כך, שהרי יכולים הללו לומר עליהם שהרגו את הנפש או שחללו את השבת.
לכאורה מיינט ער צו זאגן אז כת א' קען זיך נישט דינגן ווייל זיי זענען דאך די חפצא אויף וועמען מען איז מעיד, פונקט ווי ווען מען איז מעיד אויף ראובן שחילל את השבת קען ער זיך נישט דינגען.
ושמעתי אז דער ברוך טעם האט געשריבן צוויי הגהות אויפן צאינה וראינה, איינע פון זיי איז אויף דעם וואס דער צו"ר דארף צו שרייבן אז די טעם פארוואס הרגו אין נהרגין [דהיינו אויב מען האט שוין גע'הרג'עט דעם נידון ע"פ כת א', און דערנאך איז מען זיי מזים, הרג'עט מען זיי נישט] איז ווייל די גאנצע סיבה פארוואס מען גלייבט ענדערש כת ב' ווי כת א' איז ווייל דער נידון אליין שרייעט דאך אויך ווי כת ב', איז עס דריי קעגן צוויי, אבער אז דער נידון איז טויט בלייבט עס תרי ותרי און כ'ווייס נישט וועמען צו גלייבן, והוא נגד כל הש"ס...
מאטידי ידיעה וואס בי"ד האט אז די ערשטע כתה עדים האט מעיד געווען אז פלוני האט געהארגעט קומט למעשה אויך פון די ערשטע עדים. זיי זאגן אז "מיר האבן געזען" זאגן זיי דאך אין אנדערע ווערטער אז זיי זאגן אז מיר האבן געזען. אלזא, בעצם האבן זיי געזאגט צוויי הגדות עדות 1) די עצם מעשה 2) דאס אז זיי האבן פארציילט פאר בי"ד די מעשה. די פראבלעם איז נאר אז זיי זענען יעצט געווארן פסול'ע עדות און זייער עדית'שאפט מאכט זיי פאר רשעים ממילא בלייבט בי"ד בלויז מיט זייער אייגענע ידיעה דורך ביד'ס הערן אליינס. אלזא קען מען אויפטון אז אויב די ידיעה איז אנגעקומען דורך א כשר'ער אויפן בלייבט די ידיעה ווייטער גוט פאר בי"ד און די צווייטע כת זאגט דאך נאר עימנו הייתם, ווואס ווענד אפ די ערשטע הגדה זיי זאגן נישט אז די ערשטע כת האט נישט געזאגט פאר בי"ד. קומט אויס אז אויפן צווייטן הגדה זענען זיי נישט געווארן זומם בכלל.
גאנץ פיין... זיי זענען אבער פסול מעיד צו זיין אויף זיך, אדם קרוב אצל עצמו 😉.