Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו
איך וויל אנהייבן מיטן אויסדרוקן א יישר כח פאר די הנהלה פארן עפענען דאס פלאץ, איך האלט דוקא אז עס איז וויכטיג צו האבן אזא פלאץ, און פאר די וואס פרעגן מיט וואס איז דאס אנדערש פון הייד פארק, האף איך אז די צייט וועט עס איבערצייגן. כשלעצמי האף איך אז עס וועט זיין מיט דעם וואס מען וועט זיך אדרעסירן מיט כבוד און רעספעקט איינער צום צווייטן, אז אויב דו ווילסט ארויסברענגען דיין ווייטאג אויף דעם רבי'ן אדער אויף יענעם רב, זאל מען עס טוהן מיט אביסל ערוואקסנקייט, נישט מיט מיאוס'ע קינדערישע לשונות, בפרט ווען מען רעדט פערזענליך פון א געוויסן רבין אדער רב. און אויב יענעם'ס א חסיד אדער אנהענגער וועט דיר אויפמערקן אז ער האלט אנדערש, זאלסטו עס אויפנעמען מיט פארשטענדעניש און אויב ווילסטו ענטפערן, זאל עס זיין מענטשליך, אן יענעם פערזענליך אטאקירן.
לענין. איך מוז שטארק באדאנקען די אלע אידן פארן שרייבן דא איבער דעם ענין פון דעם איסור קעגן דעם שטערן, ספעציעל ר' שרגא'ן מיט ר' קארל'ען. אבער איך פיל אז מען איז נישט אריינגעגאנגען גענוג טיעף אין דעם ענין, און עס איז נאך איבערגעבליבן עפעס פאר מיר מוסיף צו זיין, ע"כ וויל איך זיך נעמען די מיה, און צולייגן דא מיינע פאר צענט.
מיט א פופצן אכטצן יאר צוריק האב איך געהערט א דרשה פון הרב אבא חייא טויבער שליט"א, איבער חינוך, אין דעם דרשה האט ער ארויסגעברענגט אז דער חתם סופר האט געהאט פראבלעמען אין זיין ישיבה מיט בחורים וועלכע האבן געליינט טריפה'נע ביכער, און זענען געווארן אנגעשטעקט מיט מינות און אפיקורסות. אבער היינט, האט ר' אבא חייא געזאגט, היינט איז אנדערש, אמאל איז געווען דער יצר הרע, א יצר הרע פון דעם שכל, מען האט געליינט משכיל'ישע ביכער, אבער היינט, נאכן טוהן אין חינוך מיט בחורים איבער דרייסיג יאר, האב איך נאך נישט באגעגענט קיין איין אזא פאל, היינט איז דער יצר, א יצר הרע פון שטותים, פון נידריגע מיאוס'ע תאוות.
איך מיין אז פון דעמאלס ביז היינט האט זיך די וועלט אסאך גערוקט, בעת ווען אמאל האט מען געהערט פון בחורים וועלכע לאזן אפ אידישקייט און גייען ליידער ארויס לתרבות רעה, הערט מען היינט פון אסאך פעלער ווי אינגעלייט און פרויען, וועלכע האבן שוין צומאל שטובער מיט קינדער, לאזן אלעס אפ, און ווארפן אלעס אוועק אונטער זיך, און גייען ארויס לתרבות רעה.
כאטש אונזער סיסטעם אויסגעשטעלט זייער שווער צו מאכן פאר איינעם אזא טריט, מיט דעם אלעם זעהט מען און מען הערט ליידער צופיל אזעלכע מעשיות פון אזעלכע וועלכע זענען דאך גרייט געווען אלעס מפקיר צו זיין און גיין זוכן גליקן ביי דעם גוי.
והדבר הזה אומר דרשוני, פארוואס געשעהט דאס און פון וואס קומט דאס.
נאר איך מיין אז מען דארף נישט אריינגיין אין קיין לאנגע זוכענישן און וויכוחים איבער וואס דאס קומט. אמת, עס זענען דא אזעלכע וועלכע זענען סתם פארדארבן, א מענטש האט א בחירה, און עס זענען אלעמאל געווען אזעלכע וועלכע זענען געווען פארפוילטע קערלעך און האבן אוועקגעווארפן דעם רבוש"ע מיט זיין תורה און געגאנען זוכן זוכן דעם זילבערנעם לעפל ערגעץ אנדערש.
אבער דא רעדט מען פון פילע מענטשן וועלכע זענען בעצם וואוילע מענטשן - און איך רעד נישט דוקא פון די וואס זענען שוין געגאנגען, איך רעד דא אויך פון גאר אסאך וועלכע זענען נאך נישט געגאנגען, אדער וועלן זיי קיינמאל נישט גיין ווייל זיי האבן נישט דעם קוראזש, אבער זייערע קעפ זענען דארט - און איך האב גערעדט מיט אסאך אזעלכע און איך הער וואס זיי זאגן.
דוד המלך זאגט, תורת ה' תמימה משיבת נפש. ווען מען לערנט תורה און מען גייט אין אירע וועגן איז דאס משיבת נפש, עס טוט רואיג מאכן דעם זעהל פון דעם מענטש, עס דארף ברענגען רואיגקייט, צופרידנקייט און שלוות הנפש, אבער דער פראבלעם איז, אז די מענטשן זענען אויפגעוואקסן אין היימישע שטובער און מוסדות, געלערנט אין חדר, ישיבה און אין מיידל סקול, און פיל מאל אויך אפאר יאר אין כולל, און...
און ער לעבט אין א פינסטערן וועלט. דעיס אידישקייט וואס ער קען און פראקטיצירט, גיט אים נישט קיין שום רואיגקייט, קיין שום שלוות הנפש, קיין שום סיפוק החיים. אנשטאט דעם גיט עס אים, חובות, פוד סטעמפס, (אדער קען ער עס נישט האבן ווייל עס שטימט נישט מיט זיין ארבעט) שטאטישע פראגראמען דורך גראדע אדער קרומע וועגן, א פוסט לעבן אן קיין ציהל און תכלית. ער דרייט זיך ארום אין א עולם התוהו און האט נישט קיין השגה וואס ער טוט אויף די וועלט, און פארוואס ער דרייט זיך דא, פארוואס ער האלט שבת, לייגט תפלין, עסט דוקא כשר'ס און איז מקיים אנדערע מצוות.
אזוי אויך פארשטייט ער נישט פארוואס ער דארף מקיים זיין דעם סור מרע, ער ווייסט נישט פארוועמען ער טוט דאס, פארוואס ער זאל עס טוהן און וואס וועט אים דאס געבן. און עס איז א דבר המובן מאליו, אז ווען א מענטש איז אין אזא מצב, קומט ער צו צום ערגסטן. צו מען זעהט עס אינדרויסן צו נישט, דאס איז שוין א אנדערע שמועס, אבער זיין הארץ קוקט אויס אזוי.
אין חדר האט מען מיט אים קיינמאל נישט געלערנט די דאזיגע לעבנס וויכטיגע עניינים, אין ישיבה אוודאי נישט (אויב יא וועט עס דאך הייסט א שוואכע ישיבה, אין א גוטע ישיבה לערנט מען נאר גמרא מיט קצות) און דערנאך שיקט מען אים אריין אין א וועלט וואס ער האט קיינמאל נישט געקענט, און ער דארף זיך ספראווען מיט דעם גאנצן עולם הגשמי איינער אליינס, און אין די זעלבע צייט מענעדשן צו ברענגען פרנסה, אויף וועלכע ער האט קיין שום צוגרייטונג און טרענירונג אויך נישט באקומען. און עס ווערט שווערער און שווערער דאס צו באווייזן.
די רבנים, ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבן, זיי אליינס האבן זיך פאבריצירט אין זייער דמיון אן אייגענעם גאט, א אל אחר, וואס זיי רעדן זיך איין אז דאס איז דער גאט וועלכער האט געגעבן די תורה, און זיי זאגן אלה אלוהיך ישראל, און דער גאט זאגט זיי אז דער עיקר איז ארויסצוגעבן וואס מער איסורים, טרעפן וואס מער פראבלעמען ביי אנדערע מענטשן, און פארשטייט זיך, זיכער מאכן אז די בילד ערשיינט וואס אפטער אין אלע פיקטשער מאגאזינען.
וואס אידישקייט איז באמת, האט מען שוין לאנג פארגעסן (די וואס האבן בכלל אמאל געוואוסט), און ממילא האט מען אינגאנצן פארלוירן דעם ציהל ברעט, דעם פאוקוס אויף וואס מען ציהלט. א איסור ציהלט צו עפעס, עס ציהלט מחזק צו זיין אידישקייט, אבער זיי הייבן נישט אן צו טראכטן פון אידישקייט (ווי געזאגט, צו ווייל זיי האבן פארגעסן צו ווייל זיי האבן גאר קיינמאל נישט געוואוסט), דאס ארויסגעבן איסורים ביי די פונט, איז געווארן אזא סארט ציהל פאר זיך, א נייע סארט רעליגיע.
און אזוי זעהט מען טאג טעגליך דרשות קעגן דעם, פייערליכע מודעות קעגן יענעם, מכתבי הסברה ווי געפערליך דער אנדערער איז, און... איסורים אויפן שטערן און שפאקטיוו נישט ווייניגער. דא האט מען געטראפן דעם טוטער. אלע פראבלעמעם קומען פון דעם. פאר דעם פארן אפ אזויפיל אידישע קינדער פון וועג נעבעך, ווייל מען ליינט שטערן און שפאקטיוו.
עס איז גענצליך איבריג איך זאל דא איבערגיין די ווילדע לשונות וועלכע זענען געשריבן אין דעם "גילוי דעת", און דאס פערדעריי פון צושרייבן דעם שטיקל אז כאטש די בעלי בתים זאגן זיי ווילן זיך צושטעלן, קען מען זיי נישט געטרויען ווייל זענען אזעלכע געפערליכע אינגען, אז בשעת זיי זענען געשטאנען פאר די הויכגעשפריצטע רבנים האבן זיי נישט מורא געהאט צו זאגן ליגנט, נישט סתם ליגנט, נאר הביאו כתב עברי לצחק בנו בשקר גס ובמרמה!!!!
גיוו מי עי ברעיק.
איך מיין עס איז געקומען די צייט מיר זאלן פשוט אויפהערן קוקן אויף זייער זייט, זיך נעמען אליינס אין די הענט אריין און אנהייבן זוכן אויטענטישע אידישקייט. ווייל אויב נישט, וויל איך חלילה נישט טראכטן וואס קען געשעהן. עס האט מיר אמאל געזאגט א מנהל פון א גרויסע חסיד'ישע ישיבה גדולה אז "אויב חלילה זאל זיך היינט אפיר שאפן א נייער משה מענדלסאן, קען ער אוועק רייסן זיבעציג פראצענט פון דעם יהדות החרדית". יא, אזוי וואקלדיג זענען מיר, און אויב מיר וועלן זיך נישט נעמען אליינס אין די הענט אריין, וועט זיין זייער ביטער.
מיר לעבן אין א אינטערעסאנטער דור. פון איין זייט לאזן אזויפיל היימישע אידן איבער אידישקייט, אידן וועלכע זענען געבארן אין דעם טשולנט טאפ פון אידישקייט, און זענען אויפגעוואקסן מיט דעם ווארפן עס אוועק, און פון די אנדערע זייט זענען דא טויזענטער בעלי תשובה וועלכע האבן דאס קיינמאל נישט טועם געווען, און זיי קומען זוכן אידישקייט מיט ליכט. און וואס איז נאך א גרעסערער וואונדער איז, אז ווען זיי טרעפן עס, קענען זיי זיך נישט גענוג אנזעטיגן דערמיט.
און דער הסבר איז זייער פשוט, ווייל אידישקייט איז זיס, עס מאכט זיס דאס לעבן, עס ווערט א גן עדן אויף די וועלט, מען איז זוכה צו דער מצב פון משיבת נפש, מען האט סיפוק אין לעבן יעדן איינציגסטער טאג וואס מען לעבט. אבער אז מען לעבט מיט עפעס א חצוניות וואס קווקט אויס פון דרויסן עפעס אזוי ווי אידישקייט, אבער דער פנימיות איז עפעס א נייע רעליגיע וואס האט מיט אידישקייט קיין שייכות נישט, נו אוודאי זוכט מען צו אנטלויפן.
עס איז נאך דא גאר אסאך וואס צו שרייבן אויף דעם ענין, און איך גיי נישט צו לאנג מאריך זיין, עס איז שוין גענוג לאנג ביז אהער אויך. אבער איך מיין באמת, חוסו על נפשכם ועל נפש בניכם, לאמיר צוזאמען זיך נעמען זוכן דעם אויבערשטן, לאמיר לערנען וואס אויטענטישע אידישקייט איז, נישט האקן אויף יענעם, נאר בויען זיך, און זיך דערנענטערן צום אונזער זיסן לעכטיגן באשעפער.
זאל דער אויבערשטער העלפן, אז וילמדו תועים בינה, ויתמו חטאים ולא חוטאים, און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה בקרוב.