randy_couture האט געשריבן:ווען זיי שרייבן גאנצעטע בלעטער קעגן אריזאנא ווייץ וואס איז פול מיט שקרים איז עס נישט קיין לשון הרע? רכילות? מחלוקת של״ש? שקר? דאס זענען דאורייתא׳ס.
און די האלטסט אונז טאקע פאר אזוינע פארמאכטע קעפ אז די שרייבסט מיט אזא שטארקייט אז עס האט נישט קיין גוישע ארטיקלען.
I mean come on! Dont be stupid and close minded! Thanks
ביזט טאקע גערעכט איך האב פארגעסן וועגן די באזונדערע לויפער אפטיילונג וואס ערשיינט א פאר וואכן פאר פסח, צו ווייסטו אבער אז דו קענסט ארויסנעמען די אריזאנע ווייץ ביילאגע און עס אריינ'זרק'נען גלייך אינעם מיסט קאסטען אין גראסערי ?? נישט בייגעפאלן ? איז דא א וועג וויאזוי א טאטע קען ארויסנעמען א צווייפעלהאפטיגן ארטיקל פונעם שטערן ? און בכלל וועלכע בחור/אינגעל איז אפילו אינטערעסירט צו עפענען א ווייס אויף שווארץ אומבא'חנ'טע ביילאגע וואס איז פיל מיט לשון קודש'דיגע בריוון וועגן עפעס א שערורי' איבער מצות ?...
און דאס איז שוין ווען איך נעם אן וואס דו זאגסט אז לויפערס ביילאגע איז שקרים וכזבים, איך ווייס נישט איך נעם נישט א שטעלונג לכאן או לכאן
וועגן גויעשע ארטיקלען האלט איך נאך אלץ ביי וואס איך האב געשריבען, און אז ס'פאלט אריין אמאל אמאל אן ארטיקן ווי למשל וועגן ווארען באפעט איז עס אן עקסעפשאן, נישט די נארם!
אגב, איך געדענק נישט די ווארען באפעט ארטיקל אבער וואס איך ווייס קלאר איז אז קיין פיקטשערס פון באפעט האט דער איד נישט אריינגעלייגט, און מן הסתם איז באפעט געווען אין די נייעס דעמאלטס. די וואס האבן געלייענט דעים ארטיקל זענען מן הסתם געווען ביזנעס לייט אד"ג.
די וואס האבן טענות קעגן דעים שטערן איז עס נישט בלויז ווייל סיז פיל מיט א גוישע באשרייבונגען, ניין, סיז די וועג און ציעהנדע סטיל מיט קאלארפולע פיקטשערס וואס באדערט זיי. למשל ווען דער שטערן באשרייבט ווען ווארען באפעט וואלטן עס קינד און קייט געלייענט!! וקל להבין.
די עיקר אויף וואס מ'דארף קוקן איז וואס די "מהלך (שטרעמונג)" פונעם צייטונג/מאגאזין איז. דער איד'ס מהלך איז א גוטע און אן אויסגעהאלטענער. דער שטערן'ס לכאורה נישט.