מיטוואך מערץ 14, 2012 10:00 pm#1472
Re: אפיציעלער איסור אויף שטערן/שפאקטיוו
איך וויס נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען. אזעליכע יונגע ראצערס קוים וואס זיי האבן שתי שערות און שוין פירן זיי מערכות און דרייען איבער א וועלט.
גדעון האט געשריבן:אלס א שטיצער פון די מערכה פון די "גענגסטערס" וועל איך משתדל זיין צו מאכן מיינע ארדערס פון א גראסערי וואס וועט ארויסשליידערן דער שטערן - שפאקטיוו
אויף אלע אידן געווינטשען אזאלעכע גענגסטערס, איידעלע כולל יונגעלייט וואס מיינען גארנישט נאר דעם קומענדן דור,
ידען האט געשריבן:גדעון האט געשריבן:אלס א שטיצער פון די מערכה פון די "גענגסטערס" וועל איך משתדל זיין צו מאכן מיינע ארדערס פון א גראסערי וואס וועט ארויסשליידערן דער שטערן - שפאקטיוו
אויף אלע אידן געווינטשען אזאלעכע גענגסטערס, איידעלע כולל יונגעלייט וואס מיינען גארנישט נאר דעם קומענדן דור,
Welcome back גדעון.
שוין לאנג נישט געהערט פון דיר. ביסט געווען ביזי צו משכנע זיין די געשעפטן נישט אריינצונעמען די היימישע מאגאזינען?
אויב אנהייב דעם אשכול האב איך געמיינט אז דו האלטסט וואס דו שרייבסט, גלייב איך יעצט אז דו ווילסט נאר זאגן אנדערש ווי אלע שרייבער דא, אבער אויב ענטפערסטו אויף די קומענדיגע שאלות וועל איך אננעמען אז ביסט יא ערנסט.
האט מען גערעדט צו די רבנים וואס געבן זייער הכשר אויפן שטערן?
אויב יא, וואס האבן זיי געזאגט? ווי קען מען געבן א הכשר אויף אזא טריפה אויסגאבע? און פארוואס דערמאנט מען עס נישט אין דעם איסור?
זר זהב שרייבט:
איך גלייב נישט אז זייער פראבלעם איז דאס אז בעלי בתים ליינען עס. אויב וואלט געעוען א וועג אז נאר ב"ב זאלן קענען האבן צוטריט צו די סארט מאגאזינען וואלט קיין איסור דערויף קיינמאל נישט ארויסגעקומען.
וואס יא, איך האב גרויס חשק אז דער שטערן - וואס האט מיר אריינגעברענגט אלס בחור אין די גויאישע וואלט - זאל נישט אריינברענגען מיינע קינדער, דאס הארץ טוט מיר וויי זעהנדיג יעדע חודש ווי בחור'לעך שטייען אין די גראסעריס אין ליינען זיך אן מיט די גויאישקייטן וואס פיהלט אן די בלעטער פונעם שטערן.
זר זהב האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:דעינעש האט געשריבן:נישט צו פארקריכן פונעם נושא,
ווער געדענקט נאך די איסור אקעגן VIN ??
(און אויף וויפיל האט עס געפועלט ביי אייך ??)
צירוק צום שטערן (כ'מיין רבנים...)
דעינעש, ווי"ן איז אנדערש, ווי"ן דארף נישט אנקומען צו געשעפטן אז מען זאל קענען אנקומען צו זיי, דער שטערן ווערט פארקויפט אין די געשעפטן, און דער איסור איז נאר א שפרונג ברעט צו קענען אפשטעלן דאס פארקויפן אין די געשעפטן, אזוי ווי דער איסור זאגט קלאר, דעריבער וועט זיך דאס ווענדן נאר אין אונז, מיר וועלן דארפן פאדערן פון אנזערע געשעפטן בכל התוקף עס ווייטער צו פארקויפן, און איך זאג קלאר, אויב מיין גראסערי שטעלט עס ארויס, מעלד איך אים איין אז ער פארלירט מיך אלס קאסטומער.
ווי"ן האט זיך פיין געטוישט כידוע פאר דעי וואס לייענען עם שוין יארן. ער באריכט שוין נישט אלע סארטן נייעס'ן אא"וו. א סוקסעספולע מערכה!
גדעון האט געשריבן:קודם כל חביבי, איך זאג נישט אנדערש ווי יעדן, איך פארשטיי אז די ווינט איז דא 'אנטי רבנים' און 'פרא איש הישר בעיניו יעשה', אבער סאיז נאך דא עטליכע אידן דא וואס האלטן אנדערש, קוק דיך אביסל ארום
שרגא האט געשריבן:גדעון, איין פראגע:
דער בליץ איז נישט פונקט אזוי ארג? אויב נישט, פארוואס?
דער איד און דער בלאט זענען נישט פונקט אזוי געפערליך, אדער ערגער?
די נאכאנאנדע אידישע 24-שטונדיגע ראדיא, איז נישט פונקט אזוי געפערליך, פאר יונג (וואס דער קאפ ווערט אריינגעשלעפט אין די גויאישע וועלט מיט פאליטיק און אלע נארישקייטן) און אלט (טויזנטער שעות ביטול תורה וועכנטליך)?
און אויב לאמיר זאגן האלטסט אז דאך איז דער שטערן אויף אביסל אן ערגערע שטאפל, האלטסטו טאקע אזוי ווייט איז דער חילוק אז אויף די אנדערע הערט מען נישט קיין אות אחת, ניטאמאל א מכתב הסברה, ווידער דער שטערן פארלאנגט אן איסור גמור בבל יראה ובל ימצא ויתרחקו אנשים נשים וטף עד קצה האחרון מיט א גאנצע קאמפיין פון "צווינגען" די געשעפטן עס ארויסצוטראגן? ממש ממש ממש אזוי ווייט? עס קוקוט דיר טאקע אויס לויט דעם ווי די עסקנים מיינען דא ממש לשם שמים צו ראטעווען דעם דור?
דעינעש האט געשריבן:לא אלמן ישרא'
בגדולות קומען די מכון לפיקוח ארויס מיט א בריוו פארן שטערן ושפאקטיוו די וואך אין בלאט
ליינטס און האטס הנאה
דעינעש האט געשריבן:לא אלמן ישרא'
בגדולות קומען די מכון לפיקוח ארויס מיט א בריוו פארן שטערן ושפאקטיוו די וואך אין בלאט
ליינטס און האטס הנאה
chasid האט געשריבן:מוראדיג שטארק!!
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:רח"ל מיר דארפן צוקיקען ווי רבנים שלאגן יך ארום ווי קינדער. אז איינער אסרט, ווער געט רעכט פאר די א.ג. "רבנים המפקחים" צו שרייען אז ס'איז מותר? אוי לנו שכך עלתה בימינו!
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:רח"ל מיר דארפן צוקיקען ווי רבנים שלאגן יך ארום ווי קינדער. אז איינער אסרט, ווער געט רעכט פאר די א.ג. "רבנים המפקחים" צו שרייען אז ס'איז מותר? אוי לנו שכך עלתה בימינו!
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:מענין לענין, איך מיין אז די סיבה וואס האט געפירט דערצו אז משונהדיגע מענטשן און צעדרייטע עקסטרעמיסטן האבן זיך געקענט צושטעלן צום רודער איז ווייל קיינער שטייט נישט דארט. די רבנים/חותמים/אוסרים זיצן זיך פארלוירן אין זייער באקוועמע פאטעלן און טוען זילטש. נישטא כמעט קיין פירערס -- איך רעד נישט פון ערליכע, נארמאלע פירערס, נאר פירערס בכלל; עמיצער וואס זאל עפעס טאן זאכליך פארן כלל. נישטא. אז דער קאנטראל צימער איז ליידיג, האבן זיך דארט אריינגעזעצט פראים, בעלי מידות מגונות, און סתם אומסטאבילע באשעפענישן.
זיי קענען שרייען עד אפס כוח. עס וועט דויערן אביסל און די אידן מיט לויזע חתימות וועלן זיך ארומזען שרייען צום קול פון זייער אייגענעם עכא. דעמאלט וועט זיין אביסל צו שפעט.
ראשעקאל האט געשריבן:זיכער א מוראדיגע זאך אז די שטערן האט דאס באוויזן אזא הערליכע בריוו, איך האף נאר אז ס'וועט נישט צוריק בעקפייערן, אז די טערעריסטן סיקריקים וועלן מאכן אזא טעראר אז ס'וועט זיין נאך ערגער.
מוראדיג האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:זיכער א מוראדיגע זאך אז די שטערן האט דאס באוויזן אזא הערליכע בריוו, איך האף נאר אז ס'וועט נישט צוריק בעקפייערן, אז די טערעריסטן סיקריקים וועלן מאכן אזא טעראר אז ס'וועט זיין נאך ערגער.
זיי האבן שוין געמאכט לכ' זייער גרעסטע מאוו, "אן איסור"... וואס קען קומען נעקסט, שומרים ביי יעדן געשעפט?...
דעינעש האט געשריבן:אפיציעלער היתר אויף שטערן/שפאקטיוו
אמע"כ העורכי קאווע שטיבל הלז הע"י,
מקען שוין פארריכטן ס'קעפל האשכול,
יישר כח,
הק' דעינעש