קאווע שטיבל • אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
252 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 270 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6377
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:13 pm#300400
שוין האמיר שוין א קלארע הוראה אז בלעק און ווייט גלעזער איז די חשוב'סטע גלעזער, ומי יבוא בסוד קדושים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:15 am#300450
- IMG_20150910_071526.jpg (70.52 KiB) געזען געווארן 3888 מאל
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:28 am#300456
בנוגע דעם ערשטן צעטל באפאלט מיר טשיל'ס מאכט מיר טראכטן אויף דירעקציעס וואס ברענגען מיר אפשיי און רוגזה אויף די עקסטרעמע מלמדים וועלכע יערן מיט זייערע יוריסדיקציעס און קראנקע גייסטישע משיגעת'ן, עס איבלט צו זעען די אידישע פראקציע פון מענטשן וועלכע מאכן ענג זייערע קינדער וואס ווי פארשטענדליך זענען די יונגלעך כלל נישט פאראינטערסירט צו טראגן די מאדנע ריזיגע זיידע גלעזער אויפן לענג פון זייערע געזיכטער, עס פארכאפט זייער גאנצע חן און איך רעד שוין נישט פונעם נושא אז דאס איז א גרויסע פראבלעם אין חינוך ווען מען נעמט מענטשן און מען לייגט ארויף זיי געזעצן פון ציונות, גלעזער, שיטה הקדוישע, און לאנגע ערמל און מען פרעדיגט אז דאס איז אידישקייט, ווען פראבלעמען היינט זענען סאך שטערקער און ברייטער ווי דעם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:33 am#300479
דער תולדות רפאל קאשוי ישיבה רעדט דא בנוגע יונגלעך...
מלאך רפאל הייל שוין אויס דעם רפאל...
מלאך רפאל הייל שוין אויס דעם רפאל...
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:32 pm#300492
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
קאשוי שרייבט אז די אלע געפערליכע בגדים קומט "צוליב אומוויסענדקייט". אינטערסאנט פון ווי די מנהלים זענען יא אזוי "וויסענד", און פארוואס זיי מיינען אז ס'וויכטיג אז יעדער זאל זיין "וויסענד"
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:53 pm#300619
טעלעפאן איז אסור, א רעקל איז א חיוב, קופקענען אין ביהמ"ד - די איינציגסטע פארשטענדליכע זאך - איז א בלויזע בקשה?
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:56 pm#300621
ריכטיג האט געשריבן:טעלעפאן איז אסור, א רעקל איז א חיוב, קופקענען אין ביהמ"ד - די איינציגסטע פארשטענדליכע זאך - איז א בלויזע בקשה?
טרינקען אלקעהאל אין ביהמ"ד איז א גוטע זאך, א.א.וו.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:24 am#319003
פאר סאם ריזען האלט איך די צעטיל איז זייער נארמאל.
איינער וואס מופט אויף לעיקוואד ווילן זיי איהם האלטן אין די ראמען ווייל דער ליטווישע דרייווט מעג זיך אויך א.א.וו.
לעקוואד וועט נישט וואקסן אויב יעדער חסיד וואס גייט אהין וועט זיך טוישן.
וואס האלט דער ציבור?

דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:48 am#319009
דער תקנות צעטיל איז זייער נארמאל, (חוץ די פרויען דרייווען וואס איז א מכת מדינה און האט גארנישט מיט זיי) איך מוז מודה זיין אז בעלז האט נאך נארמאלקייט וואס אנדערע ליידער פארמאגן שוין נישט.
א מוסד זאל האבן תקנות איז א נארמאלע זאך, און באמת יעדער פובליק סקול האט אויך רוללס מיט א דרעס קאוד, די שאלה איז נאר וועלעכער שוטה אנאימפלאויד בהמה -וואס די עזר שכנגדו איז א מכוערת און וויל יעדער זאל אויסקוקן ווי איר - זיצט ביים שיסל. געווענדליך וועלן זיי רודפן יעדער פרוי מיט נאטירלעכער חן, זי איז נעבעך שולדיג אז גט האט איר געשאנקען אביסל חן.

דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:53 am#319010
עזריאל האט געשריבן:דער תקנות צעטיל איז זייער נארמאל, (חוץ די פרויען דרייווען וואס איז א מכת מדינה און האט גארנישט מיט זיי) איך מוז מודה זיין אז בעלז האט נאך נארמאלקייט וואס אנדערע ליידער פארמאגן שוין נישט.
א מוסד זאל האבן תקנות איז א נארמאלע זאך, און באמת יעדער פובליק סקול האט אויך רוללס מיט א דרעס קאוד, די שאלה איז נאר וועלעכער שוטה אנאימפלאויד בהמה -וואס די עזר שכנגדו איז א מכוערת און וויל יעדער זאל אויסקוקן ווי איר - זיצט ביים שיסל. געווענדליך וועלן זיי רודפן יעדער פרוי מיט נאטירלעכער חן, זי איז נעבעך שולדיג אז גט האט איר געשאנקען אביסל חן.
למען האמת, וועט קיין איין פאבליק סקול אין די פאראייניגטע שטאטן נישט פארלאנגן קיין "דרעס קאוד" אויף די עלטערן. אבער ווי פארשטענדליך זענען מיר א רעליגיעזע חבריה.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:53 am#319011
פרעגסט וואס איז נישט נארמאל?
אז דער טאטע דארף גיין מיטן הוט און רעקל אויפן גאס,
פרויען טארן נישט דרייוון, על מה ולמה? (וכבר קדמוני עזריאל אז עס איז א מכת מדינה, אבער אויב אין לעיקוואד איז עס נארמאל, לאז עס. פארוואס ווערן ווי לאנדאן),
וועגן די גענויע לענג פון די קלייד און קאליר שטרימפ, אויך אביסל איבערגעטריבן, טראץ כ'פארשטיי אז עפעס תקנות מוזן זיין.

דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:00 pm#319014
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
דאס זענען די טרעידמארקס פאר א ׳חסידישע׳ אינגערמאן׳ די וואס גייען אהן היט און רעקל און פרויען דרייווערס די זענען די ׳באמס׳, ווער ספארשטייט פארשטייט…
דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:26 pm#319024
נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס מיר קוקן אזוי אויס. מען ווייסט נישט וואס גייט פאר מיט די היינטיגע יוגנט, עפעס די עולם איז קאלט, מען פאלגט נישט, מען לאכט זיך אויס. אט אזא צעטל איז א טיפיקעל דוגמה פאר אונזער failure - פאר די סיבה האט נישט סאטמאר רב געוואלט אסר'ן ראדיא, אז מען וועט נישט פאלגן ראדיא וועט מען אויך נישט פאלגן טעלעוויזע. איז ער נישט גערעכט געווען? איז דא איינער היינט וואס הערט נישט קיין ראדיא? שטעלט אייך פאר עס איז דא אן איסור, מיר וואלט אלע היינט געהאט טעלעוויזיע. און דאס איז גראדע א שטארקע גורם פארוואס די עולם לאכט זיך אויס וועגן סמארט פאונס, ווייל מען האט גע'אסר'ט "ראדיא", מען מאכט נארישע מיקס תקנות ווי אזעלכע צעטלעך..
וואספארא מין חוצפה און ליצנות איז צו נעמען א צעטל און לייגן אן אמיוזינג תקנה ווי גיין מיט א רעקל און היט אויפן גאס צוזאמען מיט אינטערנעט! You killed it.
די טיפשות פון מאכן פונקטליכע אינטשעס פאר א קלייד איז אויך יצא בהפסד. איינמאל די קלייד איז העכער די באשטימטע אינטשעס פליט עס שוין ארויף..

דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:31 pm#319028
שמעקעדיג האט געשריבן:...כ'פארשטיי אז עפעס תקנות מוזן זיין.
ס'איז אויך פארהאן אן אנדערע דיון, אבער כ'וועל נישט מאריך זיין. יעדער איז מסכים אז תקנות איז א אינטערגראלע חלק פון א סאסייעטי (כאטש די ליבערטערישע אויסקוק וועט זאגן אז וואס-ווייניגער אלץ בעסער), אבער וויאזוי מ'באגייט זיך מיט איינער וואס ברעכט א תקנה (עונש בלע"ז) איז אן אנדערע מעשה. אנשטאטס וואס די תקנות ליסטע (וואס האט א נאטור צו וואקסן עד אין ערך) זאל דינען ווי א וועג-ווייזער פאר די עלטערן אז מ'בעט און פארלאנגט א געוויסע סארט אויפפירונג פון א היימישע טאטע\מאמע, איז גאר פארהאן א וועד החינוך (אאף די בוקס, שטייטסעך) וואס וועט ווארענען, שיקן בריוון, סטראשענען, פארשעמען, קנס'נען, באשטראפן די קינדער פאר די טאטע'ס חטאים, א.א.וו.
עס איז ווערט זיך אפצושטעלן פאר איין מינוט, ארויסנעמען די קאפ פון די קעסטל און דאס אנקוקן וויאזוי מיר וואלטן אנגעקוקט ווען מיר לליענען דאס איז די מידיע אויף א צווייטע קאמיוניטי. א שטייגער למשל, אזא מין מוסלמענער ווילעדזש וואס האט א שריעה לאו (Sharia law), און מען שלאגט די מענער וואס הערען ראדיא און מען פארשטיינערט פרויען וואס גייען אויפגעדעקט. שטעל זיך פאר וויאזוי דו וואלסט רעאקטירט צו אזא שמיעה. זעלבע חילוק (same difference).
א דאנק פאר @פרייוויליג פארן פארריכטן מיינע ספעלינג-טעותים.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 12:52 pm#319035
פרייוויליג האט געשריבן:נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס מיר קוקן אזוי אויס. מען ווייסט נישט וואס גייט פאר מיט די היינטיגע יוגנט, עפעס די עולם איז קאלט, מען פאלגט נישט, מען לאכט זיך אויס. אט אזא צעטל איז א טיפיקעל דוגמה פאר אונזער failure - פאר די סיבה האט נישט סאטמאר רב געוואלט אסר'ן ראדיא, אז מען וועט נישט פאלגן ראדיא וועט מען אויך נישט פאלגן טעלעוויזע. איז ער נישט גערעכט געווען? איז דא איינער היינט וואס הערט נישט קיין ראדיא? שטעלט אייך פאר עס איז דא אן איסור, מיר וואלט אלע היינט געהאט טעלעוויזיע. און דאס איז גראדע א שטארקע גורם פארוואס די עולם לאכט זיך אויס וועגן סמארט פאונס, ווייל מען האט גע'אסר'ט "ראדיא", מען מאכט נארישע מיקס תקנות ווי אזעלכע צעטלעך..
וואספארא מין חוצפה און ליצנות איז צו נעמען א צעטל און לייגן אן אמיוזינג תקנה ווי גיין מיט א רעקל און היט אויפן גאס צוזאמען מיט אינטערנעט! You killed it.
די טיפשות פון מאכן פונקטליכע אינטשעס פאר א קלייד איז אויך יצא בהפסד. איינמאל די קלייד איז העכער די באשטימטע אינטשעס פליט עס שוין ארויף..
כ'האב פונקט נעכטן געהאט א שמועס מיט א גרויסן דאקטער וואס באדינט אסאך היימישע פאציענטן, פרעגט ער מיך אז ער אבזערווירט צוויי טוישן ביי אונז די לעצטע צענדליגע יאהרן:
איינס אז די יוגנט ווערט אלץ מער קיהל. ער זאגט אז דרייסיג-פערציג יאהר צוריק האט אפילו אן אלט-געזעצענע פאציענט זיך נישט געוואגט צו פארציילן זיינע שטיק וואס ער טוט אפ, און אפילו געארבייט שווער דאס צו באהאלטן (ער פלעגט טון הויז-וויזיטס (שאל אביך), ער פלעגט באמערקן אז די [דעמאלס'דיגע-דיקערע] כלים זענען געווען פארדעקט פאר זיין וויזיט. ער האט קודם געמיינט אז דאס ווערט סייווי געטון - פאר די קינדער, למשל, אבער ער פלעגט שפעטער באמערקן ווי מ'מאכט אים ווארטן א מינוט אינדרויסן ווילאנג מ'שלעפט א ליילעך אריבער די קעסטל). דאס האט אים געוויזן אז אפילו די חברה האבן געהאט א יצר הרע פאר די סחורה, האבן זיי געשפירט א שולד-געפיהל, און זיך באגראבן. היינט זענען יונגעלייט ווי אנגעגעסן און כאטש זיי באהאלט זיך פאר די היימישע גאס למען השלום, אבער ווען-אימער זיי קענען, ווארפן זיי דאס אראפ פון זיך, ווי איינער וואס זוכט זיך אויסצורעדן. (כ'האב איז געפרעגט אז אפשר קומט דאס ווייל די היינטיגע יונגעלייט זענען ווייניגער דערוואַקסן (mature), אבער ער זאגט מיר אז עס איז קלאר נישט דאס.)
און די צווייטע, אז די ווארט "פרום" ווערט אלץ פרומער... מ'פארלאנגט אסאך מער צו קוואליפיצירן אלס א פרומער. אמאל האט א דאקטער זיך געוואלט אנטון א יארמולקע כדי די פאציענטן - ספעציעל די קינדער - זאלן שפירן היימיש אז ער איז משלנו. היינט - מערקט ער מיר אהן אויף א ליטווישע קאלעגע - קען א קורץ-רעקל'דיגער נישט אריין-"פיטן" און א באפיצטע בארד איז אויך ניט קיין גרייצער מער ווערט ווי א גוי'אישע דאקטער.
כ'האב אים מסביר געווען אז א חדא מתרץ חברתה. איינמאל א יונגערמאן איז עובר אויף די שלשה עיקרים פון גיין אהן א הוט, אנטון א קורץ-רעקל רח"ל און לייענען א סי.ען.ען. העדליין (היה לא תהיה!), זאגט אים סאסייעטי "דו ביסט א שגץ!". איינמאל ער שפירט זיך שוין אזוי, גייט שוין אלעס מיט, ביז ער וועט נאך אנקומען צום כותל.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 7:14 pm#319087
איינער האט באמערקט ווי זיי האבן אויסגעצויגען די קלייד בגניבה?
4 אינטשעס איז שוין מער נישט גענוג?
פארוואס האבן זיי צו געלייגט א 3/4 אינטש?
האבן די בעלזע פרויען קניען וואס איז גרעסער מיט א 3/4 אינטש פון די סאטמערע?
4 אינטשעס איז שוין מער נישט גענוג?
פארוואס האבן זיי צו געלייגט א 3/4 אינטש?
האבן די בעלזע פרויען קניען וואס איז גרעסער מיט א 3/4 אינטש פון די סאטמערע?
דינסטאג יאנואר 26, 2016 8:23 pm#319097
גנדי האט געשריבן:איינער האט באמערקט ווי זיי האבן אויסגעצויגען די קלייד בגניבה?
4 אינטשעס איז שוין מער נישט גענוג?
פארוואס האבן זיי צו געלייגט א 3/4 אינטש?
האבן די בעלזע פרויען קניען וואס איז גרעסער מיט א 3/4 אינטש פון די סאטמערע?
כ'בין נישט אזוי פערזענדליך באקאנט מיט די בעלזע אישוס, אבער כ'בין יא אזוי פערזענדליך באקאנט מיט בעלזע מענטשן, און כ'האב אלץ באמערקט אז זייערע פרויען גייען געקליידעד מיט לענגערע מלבושים פון וואס כ'בין געוואוינט ביי די סאטמארע נשים. טא ס'איז מעגליך אז זיי האבן אלץ געהאט א שטרענגערע מהלך ביי די ענין.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:14 pm#319104
אויך האב איך באמערקט לענגערע שייטלעך ווי מען איז צוגעוואוינט און סאטמער
מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:43 am#319136
שמעקעדיג האט געשריבן:פרעגסט וואס איז נישט נארמאל?
אז דער טאטע דארף גיין מיטן הוט און רעקל אויפן גאס,
פרויען טארן נישט דרייוון, על מה ולמה? (וכבר קדמוני עזריאל אז עס איז א מכת מדינה, אבער אויב אין לעיקוואד איז עס נארמאל, לאז עס. פארוואס ווערן ווי לאנדאן)
אסר'ן פרויען דרייוון איז פון די וויכטיגסטע להצלחת הישוב. קענסטיך פארשטעלן וויאזוי די טרעפיק וואלט אויסגעזעהן ווען די בארא פארקע און וויליאמסבורגע פרויען דרייוון?
מאנטאג מערץ 14, 2016 5:48 pm#324938
מור וקציעה האט געשריבן:'
און דאס איז כדי נאכמער צו פארמיאוס'ן, פארשווארצן, פארביטערן דעם אזוי אויך איזאלירטן צורידערטן איינזאמען לעבן.
מאנטאג מערץ 14, 2016 6:14 pm#324941
הפולמוס – האם יש מקור יהודי לשמחת יום ההולדת?
מנהג נפוץ מאוד בהרבה בתי ישראל ובקהילות קדושות, שמציינים מדי שנה בשנה את יום הולדתם כיום שמחה, ויש שאף עורכים ביום זה סעודה או נותנים מתנות לכבוד יום ההולדת.
ברם, יש מגדולי הדורות שערערו על המנהג והתנגדו נמרצות לקבוע יום זה כיום שמחה. ויש שהתייחסו אליו כיום של דין וחשבון נפש.
בפרק זה נשתדל בס”ד להביא את המקורות לריבוי השמחה ביום זה, את דעות המתנגדים ואת התייחסות גדולי ישראל ליום זה.
המקורות לשמחה ביום ההולדת
א) “יום הולדת את פרעה”
המקור שבו מופיע לראשונה בתנ”ך במפורש המושג יום הולדת הוא בספר בראשית (פרק מ’ פסוק כ’):
“ויהי ביום השלישי יום הלדת את פרעה ויעש משתה לכל עבדיו…”
ופירש רש”י במקום: “יום הולדת- יום לידתו וקורין לו יום גינוסיא (כלומר יום הלידה בלשון יון). ולשון הולדת, לפי שאין הולד נולד אלא ע”י אחרים, שהחיה (המילדת) מילדת את האשה, ועל כן נקראת מילדת”.
בספר “אוצר כל מנהגי ישרון” (מאת הרה”ג אברהם אליעזר הירשוביץ אות י”ד עמ’ 304) בהתייחסו למנהג חגיגת יום ההולדת כותב שמנהג זה נזכר לראשונה אצל פרעה, ונראה מדבריו שלכן אין זה מנהג יהודי כלל ורק הרומאים והיוונים חגגו את יום ההולדת של החיים והוסיפו אף לחגוג את יום ההולדת של אנשים שכבר מתו, וערער מאוד על מנהג זה וז”ל:
“…ולא מצינו לא בחכמי התלמוד ולא בגאונים הראשונים והאחרונים שחגגו יום הלידה. בקוונא עיר מולדתי בשנת 1889 רצו אוהבי הרה”ג ר’ יצחק אלחנן לחוג חג יובלו למלאת חמישים שנה לרבנותו, וגם זה מאן בדבר, ויעצור בעדם מלהפיק זממם.
ולדאבון ליבנו בני ישראל אחינו האוהבים לחקות על מעשה שכניהם כקוף המחקה בלי דעת בין טוב לרע עושים חג כשמחת קציר ליום הולדת, ושמחה מה זו עושה?”
וכן כתב האדר”ת בספרו “נפש דוד”:
“בכל לבי כעסתי על המברכים, לברכני ביום הולדתי ולשמחני בו, ומרגלא בפי מעודי שלא מצאנו שמחת יום הולדת בספרינו הקדושים רק בלידת פרעה לבד, ודבר זה אינו לרוח עם קדוש המקובל אצלינו, ונוח לו שלא נברא משנברא, וא”כ למה נשמח ביום הולדתינו, בטרם ידענו שהועלנו בבריאתנו, ורק צדיקים יכולים לשמוח כדברי התוס’ (ע”ז ה’, א’ ד”ה שאלמלא), אבל אנחנו מה חיינו מה מעשינו ומה צדקותינו”
דינסטאג מערץ 15, 2016 9:52 am#325087
איך וועל מסביר זיין בקוצר מלים פארוואס איך האב געשריבן מיין תגובה אויבן וועגן די יום הולדת צעטל. זייער אסאך מאל ווען מיר באגעגענען אזא צעטל ווי אויבן, טראכטן מיר: אפשר טאקע, אפשר איז יענער פארט גערעכט? וואס הייסט נאר פרעה האט דאך אפגעראכטן א יום הולדת, און א ערליכע איד ווייסט אז דאס איז א מנהג הגויים. טראץ וואס ער האלט אז דאס איז איבערגעטריבן, דאך נאגט אים עפעס אין הארץ. און דאס געשעט צענליגער מאל א טאג. באמת וואס דאס איז, איז די איינגעפלאנצטע מאגאנאט וואס מען האט אריינגעלייגט אין די מוחות פון די יונגווארט. וויפיל דיין שכל זאל דיך נאר פירן, איז נאך אלס פארבליבן מאגאנטן טיף אינעם קישקע פון די ימי הנערים. סא ווען אימער עס ווערט אויסגעווארפן עפעס א צעטל, מודעה אא"וו, געבט זיך דאס א באהעפט מיטן מאגאנאט. וויפיל דיין מוח זאל נאר וועלן אנטלויפן דערפון, וועט זיך די מאגאנאט שטארקן און זיך באהעפטן מיט יענע הודעה.
יעצט נעמט די יום הולדת צעטל פאר א ביישפיל. את"ל אז יום הולדת ווערט געפייערט ביי גויים איז אבער די גאנצע אופן וויאזוי די צעטל איז געשריבן, געווארן געדאקטערט. מען מעג יא! מאכן א סעודה, נאר דו קענסט אפשר צולייגן אז מען זאל אויך מסיים זיין א מסכת יענעם טאג, און געבן צדקה. וואס טוט זיך מיטן פייערן 'בשבילי נברא העולם'? פארוואס זאל א מענטש נישט סעלעברירן זיין באשאף? ולא עוד, נאר מיר טרעפן דאס ביי אסאך צדיקים ולמעלה. מען פארציילט אז דער בעש"ט פלעגט אנרעכטן א סעודה בכל שנה ביום ח"י אלול, און ער פלעגט זאגן דברי תורה. הרב עובדיה יוסף האט געזאגט אויף חגיגת יום הולדת: סימן יפה הוא וכך נוהגים בבתינו. האסטו דאס ביי חסידים און ביי ספרדים. און צא ולמד וועסטו זען אסאך עפיזאדן ביי פריערדיגע שהיו מחוגגים סעודות יום הולדת.

דינסטאג מערץ 15, 2016 11:44 am#325097
א קביעות'דיגע סעודה מאכט מען נאר ווען עס איז א סעודת מצוה?
ויעל על גוזזי צאנו: היה עולה שם תמיד להתנחם שישים לבו בצאן וישכח רישו והוגד לתמר כי הוא עולה שם בכל יום תמיד וארבה לו באחד הימים או שהיה יהודה גדול בארץ והיו מתקבצים לו שם לעשות משתה בעת הגיזה כמשתה המלך והיו העניים הולכים שם והוגד לה טרם עלותו (רמב"ן בראשית לח, יב)
ויגדל הילד ויגמל ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק
ויגמל: לסוף כ"ד חדש (רש"י בראשית כא, ח)
וירד אביהו אל האשה ויעש שם שמשון משתה כי כן יעשו הבחורים (שופטים יד, י)
ויבא אבנר אל דוד חברון ואתו עשרים אנשים ויעש דוד לאבנר ולאנשים אשר אתו משתה (שמואל-ב ג, כ)
דינסטאג מערץ 15, 2016 2:07 pm#325136
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
לא יאומן כי יסופר צי וואסערע אכשר דרא'דיגע מצב מיר האבן זיך דערקייקעלט. קען איינער ווייזן ערגעץ אין די פוסקים אזא מושג אז מען זאל נישט טון עפעס "ווייל מיר זענען באשאפן געווארן פאר א תכלית וכו'"? אודאי איז עס א הערליכע מדרגה צי אנגעקומען דערצו, אבער צו מאכן דערפון א תקנה? און נאך פאר קינדער?
פרייטאג יולי 21, 2017 2:54 pm#379839
נישט געפערליך, די ערשטע מוסד וואס איך זע וואס מאכט זיך נישט משוגע מיט די מאטיריאל פון די גלעזער. ס'מעג זיין אייזן נאר נישט אויפרייסעריש.
פרייטאג יולי 21, 2017 3:04 pm#379841
און בנוסף לזה רעדן זיי גאנץ מענטשלעך, זיי רעקאמענדירן די עלטערן צו רופן, זיי זענען גרייט צו הערן, דאס איז א זעלטנהייט צווישן די מוסדות.
מהם ילמדו וכן יעשו.
מהם ילמדו וכן יעשו.
פרייטאג יולי 21, 2017 6:31 pm#379879
שמעקעדיג האט געשריבן:און בנוסף לזה רעדן זיי גאנץ מענטשלעך, זיי רעקאמענדירן די עלטערן צו רופן, זיי זענען גרייט צו הערן, דאס איז א זעלטנהייט צווישן די מוסדות.
מהם ילמדו וכן יעשו.
וויי פאר די דור וואס דאס איז באגריסנד, ליבי אומר לי אז די הערות פון די עלטערן איז בלויז אקצעפטירט אויב זיי שלאגן פאר נאך איסורים
פרייטאג יולי 21, 2017 6:55 pm#379882
זיי שרייבן אז ס'איז 'אויף די נאכפראגע פון חשוב'ע עלטערן' , סאו וואס ווילט עטס פון די מוסדות?
מוצ"ש יולי 22, 2017 11:46 pm#379902
איך האב באמערקט נאך אן אכשר דרא'דיגע נקודה: מען שרייבט אז מען האט דורכגערעדט אלע פרטים ופרטי פרטים מיטן רבי'ן (איז דא איינער וואס רופט איהם באמת "רבי" און נישט "רב"?) אינדערצייט וואס באמת האט מען דאס דורכגעטוהן מיט די רעביצין.
זונטאג יולי 23, 2017 12:00 am#379906
שושן פורים האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:און בנוסף לזה רעדן זיי גאנץ מענטשלעך, זיי רעקאמענדירן די עלטערן צו רופן, זיי זענען גרייט צו הערן, דאס איז א זעלטנהייט צווישן די מוסדות.
מהם ילמדו וכן יעשו.
וויי פאר די דור וואס דאס איז באגריסנד, ליבי אומר לי אז די הערות פון די עלטערן איז בלויז אקצעפטירט אויב זיי שלאגן פאר נאך איסורים
אמת. אבער קענסט זיכער דעם טייטש, וירא בצר להם בשמעו את רנתם...
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:28 pm#382739
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
עולם כמנהגו נוהג. איינער מאכט נאך דעם צווייטן.
נעקסטע יאר קומט אלע טאטעס.
נעקסטע יאר קומט אלע טאטעס.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 7:15 pm#382742
דאס קימט נישט, לדעתי, פין ווילן זיין פרים
און אויך נישט פין ווילען נאך מאכן אנדערע
דאס קימט ליבערשט פין פאלוירנקייט, און נישט וויסען וואו זיך אן עצה צי געבען
שיסט מען אין דער וועלט אריין
וואס יא?
אדרבא, זאל דער עולם זאגן
און אויך נישט פין ווילען נאך מאכן אנדערע
דאס קימט ליבערשט פין פאלוירנקייט, און נישט וויסען וואו זיך אן עצה צי געבען
שיסט מען אין דער וועלט אריין
וואס יא?
אדרבא, זאל דער עולם זאגן
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 7:41 pm#382743
הקטן האט געשריבן:דאס קימט ליבערשט פין פאלוירנקייט, און נישט וויסען וואו זיך אן עצה צי געבען
שיסט מען און דער וועלט אריין
נישט פארשטאנען. איז מעגליך צו פארשטיין געבן אביסל קלארער?
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:52 pm#382754
איך ווייס נישט צי איך וועל קענען אין א פאר ווערטער זיך מסביר זיין.
ס'איז א לאנגע סוגיא.
אז דער רב פון די מוסד, צו די מנהל, למשל, הערט א מעשה וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אים אויף - און ס'פעלן נישט אזאלכע מעשיות -
ער פילט אז מען מוז עפעס טון, מען קען דאס נישט לאזען אזוי.
ס'איז יומען נעטשער צו טרייען צו זיין אין קאנטראל ווען ער פילט אז אז זיין ארום איז אוט אף קאנטראל, מען מוז עפעס טון!
נעמט מען דעם אינטערנעט אלס די scapegoat, און מען האפט אז די פראבלעם איז געווען וועגן מיר האבן נישט געצוימט גענוג! פון היינט אין ווייטער וועט זיין סדר!
איך זאג נישט אז דער אינטערנעט איז חף מפשע, ס'איז אבער אויך נישט דער איינציגער שולדיגער. און טרייען דאס צו צוימען מיט תקנות איז זיכער נישט די סעלאשען.
איך האב שוין אסאך געשריבן אז אדרבא זייער אסאך מאכן די מוסדות קאליע מיט זייער רילעשענשיפ צו די אינטערנעט.
איך (גלייב) איך [האף] אז דאס וועט זיך טוישען און מען וועט טרעפן בעסערע לייזונגען פאר כלל ישראל במשך הזמן, דאס וועט זיין ווען מען וועט זען אז מען קומט אין ערגעץ נישט אן אזוי.
ביז דערווייל איז די אנגענומענע מיינונג ביי אסך עסקנים אז די פראבלעם איז "מען האט נישט גענוג געטון".
ס' זאל נאר ווייניג קאסטן אין די מיען טיים.
(איך וויל נישט יעצט אריין גיין אין וואס יא)

דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:38 pm#382758
איך גלייב עס קומט דירעקט פון שטעטל און גארנישט ספעציעל האט יעצט פאסירט.
אין סקווירא איז מען יעצט פארנומען מיט די ספר תורה פארן רבי'ן. אויב מען נעמט זיך עפעס אינטער קען מען האבן אן אות. איך גלייב דאס איז די וויליאמסבורגע קאנטריביושאן.
אין סקווירא איז מען יעצט פארנומען מיט די ספר תורה פארן רבי'ן. אויב מען נעמט זיך עפעס אינטער קען מען האבן אן אות. איך גלייב דאס איז די וויליאמסבורגע קאנטריביושאן.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:41 pm#382759
דאס ווארט 'סקווירא' מיט 'סמארטפאונ'ס' גייען נישט צוזאמען, ופשוט הוא.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:43 pm#382760
סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:45 pm#382763
בת קול האט געשריבן:איך גלייב עס קומט דירעקט פון שטעטל און גארנישט ספעציעל האט יעצט פאסירט.
אין סקווירא איז מען יעצט פארנומען מיט די ספר תורה פארן רבי'ן. אויב מען נעמט זיך עפעס אינטער קען מען האבן אן אות. איך גלייב דאס איז די וויליאמסבורגע קאנטריביושאן.
איך מיין נישט יעצט "יעצט"
לאמער עס ריפען די "מצב" איף יא וויל
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:47 pm#382764
אה. האסט מיך דערשראקן פאר א מינוט.
איך הער וואס איר זאגט. לדעתי האבן זייערע מעשים דערגרייכט צו א מדריגה וואו די עצם מעשים זייערע אין דעם קריג מאכט שוין א גרעסערע חורבן פארן באשעפער און פאר אונזער געזעלשאפט ווי די גאנצע אינטערנעט פראבלעם.
איר זענט גערעכט אז טייל פון די וואס מאכן די תקנות מיינען נעבעך אז זיי טוען באמת גאט א טובה מיט די הייליגע ארבעט. אבער אן אמת איז אז זיי וואלטן געמעגט וויסן בעסער.
עס איז אזא מישוג ווי אויף דער לעגאלער גאס ווי מען איז זיך מתיר צו מאכן שווערע געזעצן איינצוימען פרייע רעכטן, און מען איז מתיר צו שפיאנירן יעדענס אינטערנעט היסטאריע פאר די גרויסע פחד (כלומרשט) פון פיירעסי און קאפירייט. און ווי כאילו מ'האט מתקן געווען די פראבלעם זייט מען גייט יעדן נאך........
אנטשולדיגט אז איך האב אויף די מינוט נישט קיין צייט זיך ארויסצוברענגען באריכות מיט א קלארקייט. עס איז א לענגערע שמועס.

דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:52 pm#382766
עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
די סקול ווערט געפירט דורך די מיסד'ס ווייב וואס רירט זיך נישט אן די הסכמה פון רעבעצין העי.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 10:55 pm#382767
בת קול האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
די סקול ווערט געפירט דורך די מיסד'ס ווייב וואס רירט זיך נישט אן די הסכמה פון רעבעצין העי.
זי איז א פאפא'נער