Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » קאווע שטיבל • אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

קאווע שטיבל • אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
252 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 270 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6377
מאנטאג מאי 24, 2021 8:53 pm#473621
האב איך גערופן פרעגן. זאגט מיר דער חברה'מאן דארט אז די תקנה איז נישט ביים שווימען, נאר ביים זיך איבערטון.
פרייטאג יולי 02, 2021 1:47 am#477042
א חבר מיינער וואס ארבעט פאר סאטמערע דעי קעמפ זאגט מיר אז די פרוי וואס נעמט קעיר פון די קינדער האט אים געבעטן צו קויפן שאויער קורטינס די 3 יעריגע קינדער זאלן זיך קענען באהאלטן ווען זיי טוען זיך איבער.

א גוטע זאך אז אונזערע קינדער דארפן וויסן פון קליינווייז אן אז סאיז א בושה וויאזוי גאט האט אונז באשאפן,...עפ"ל.
פרייטאג יולי 02, 2021 8:36 am#477048
דערהויבענע איד האט געשריבן:א חבר מיינער וואס ארבעט פאר סאטמערע דעי קעמפ זאגט מיר אז די פרוי וואס נעמט קעיר פון די קינדער האט אים געבעטן צו קויפן שאויער קורטינס די 3 יעריגע קינדער זאלן זיך קענען באהאלטן ווען זיי טוען זיך איבער.

א גוטע זאך אז אונזערע קינדער דארפן וויסן פון קליינווייז אן אז סאיז א בושה וויאזוי גאט האט אונז באשאפן,...עפ"ל.

דו ביסט פול מיט האס נישטא א תגובה פון דיר אנע האס! מיט וואס ביסטו דערהויבן? אז6די ווילסט זיין א טפח העכער ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג דאן מיסטו אויפגעבן דיין האס!
פרייטאג יולי 02, 2021 11:35 am#477057
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
דערהויבענע איד האט געשריבן:א חבר מיינער וואס ארבעט פאר סאטמערע דעי קעמפ זאגט מיר אז די פרוי וואס נעמט קעיר פון די קינדער האט אים געבעטן צו קויפן שאויער קורטינס די 3 יעריגע קינדער זאלן זיך קענען באהאלטן ווען זיי טוען זיך איבער.

א גוטע זאך אז אונזערע קינדער דארפן וויסן פון קליינווייז אן אז סאיז א בושה וויאזוי גאט האט אונז באשאפן,...עפ"ל.


ס'איז טאקע שטארק ראטזאם - אלץ א דערהויבענע איד - אז דו זאלסט ארויסרייסן דעם בושה אינגאנצן, דעריבער וואלט איך דיר געראטן זאלסט זיך בכלל נישט שעמען, נאר אנהייבן ארומגיין עמטליך אין די גאס וויאזוי דער אויבערשטער האט דיר באשאפן!

דאס וועט ברענגן גרויס כבוד פאר דיר און ווייזן פאר יעדן אז ס'נישטא וואס זיך צו שעמען
מאנטאג יולי 05, 2021 12:43 am#477158
האלטסט נישט מיט מיר לגבי דעם איז נישט, איך בין געקומען פון אייוועלט פאר א ריזען,צו קענען שרייבן וואס איך האלט אפילו סשטימט נישט מיט די הייליגע סיסטעם יר"ה.
מאנטאג יולי 05, 2021 1:11 am#477164
דערהויבענע איד האט געשריבן:האלטסט נישט מיט מיר לגבי דעם איז נישט, איך בין געקומען פון אייוועלט פאר א ריזען,צו קענען שרייבן וואס איך האלט אפילו סשטימט נישט מיט די הייליגע סיסטעם יר"ה.

מיינסט צו זאגן צו קענען שרייבן קעגן די סיסטעם, אפי' ווען דו האלטסט אז ס'שטימט נישט וואס דו שרייבסט... :lol:
דינסטאג יולי 06, 2021 11:24 pm#477295
ווער האט אייך געזאגט אז אייוועלט איז א העכערע לעוועל פון קאווע שטיבל?
מיטוואך יולי 07, 2021 1:17 pm#477320
העכער ווייס איך נישט צו סאיז, א פלאץ ווי יעדע שמוציגע גוי איז העכער ווי א איד א ציוני וויס איך נישט צו דעיס איז העכער, כהאב געשריבן אסאך מאל און מהאט מיר געמעקט דארטן.
זונטאג יולי 11, 2021 12:02 pm#477442
דערהויבענע איד האט געשריבן:העכער ווייס איך נישט צו סאיז, א פלאץ ווי יעדע שמוציגע גוי איז העכער ווי א איד א ציוני וויס איך נישט צו דעיס איז העכער, כהאב געשריבן אסאך מאל און מהאט מיר געמעקט דארטן.

נישט גערעכט די שרייבער דארטן זענען ערליכע אידן וואס פארשטייען די עומק מעלת היהודי!
מיטוואך יולי 14, 2021 10:53 pm#477657
אייראפעישער חסיד: מיט דעם ביניך נישט מסכים מיט דיר. ווייל די עדיטארס דארט, אמת זיי זענען וואוילע אידן. אבער זיי האבן דאס קרומקייט אין קאפ. (אפשר שלא בכונה) אז א יעדער שמוציגער גוי איז בעסער ווי א פרייע איד. א ציוני....! און ווער ס'בארעכטיגט זיי. אדער דרוקט אויס אפילו א ביסל סימפאטיע. בטעותם מיינען זיי אז זיי טוען א גוטע זאך. זיי טוען אויף פאר כבוד שמים...לשיטתם המוטעת...!
מאנטאג אוגוסט 09, 2021 2:06 pm#479224
.
מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:17 pm#479240
איז דא א ספעציעלע ממונה צי מעסטן די הויזענס ביי די קינדער אדער די מלמדים טיען דאס?
מאנטאג אוגוסט 09, 2021 7:28 pm#479247
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איז דא א ספעציעלע ממונה צי מעסטן די הויזענס ביי די קינדער אדער די מלמדים טיען דאס?

דער שמייסער שטעקן איז א ruler וואס g&g נוצט צום מעסטן...
מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:13 pm#479259
די אינטשעס איז מיט די פיס אדער אן?
אויב אן איז עס דיסקרימינעישן אנטקעיגן גראבע.
דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:34 pm#479339
ס’איז געווען א אסיפה ביי איינע פון די סאטמארע תלמוד תורות פאר די עלטערן ווי מ’האט מסביר געווען פארוואס מ’מאכט אזא עסק פון די קליידער ביי די אינגלעך ווייל פונקט ווי פרויען גייען צניעותדיג ווייל זיי זאלן נישט ציען א אויג וויל מען נישט אז די אינגלעך זאלן ציען אויג פאר שעדליכע עלעמענטן, זיי זאגן אז שיין צוגעפיצטע אינגלעך ציען צו מאלעסטערס רח’’ל.
דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:21 pm#479352
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
תרמב האט געשריבן:זיי זאגן אז שיין צוגעפיצטע אינגלעך ציען צו מאלעסטערס רח’’ל.

און אנשטאט דעם זענען זיי פארנומען צו באשיינען און באפיצן מאלעסטערס
מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 8:56 pm#481506
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
בלויז היימיש שבהיימיש...בילד

Sent from my SM-A107F using Tapatalk
מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:14 pm#481512
שייכות מיט קאמאן קאור קודש קעריקעלם אדער פשוט'ע נייע סטרעין פון בני יואל?
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 6:03 pm#486540
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
דריידל תקנות. בילד

Sent from my M2101K7BNY using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 6:06 pm#486541
וועלכע מוסד?
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 6:14 pm#486542
כ'מיין ליבאוויטש...
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 6:20 pm#486543
גערעכט. אויך ביים כותל ממש זאגט מען "ושם נעבדך ביראה כימי עולם" און נישט "וכאן" אדער "ופה" נעבדך וכו'
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 6:42 pm#486544
הרב ישראל מ. סופר האט אמאל געשריבן אז עסן דיפס אום שבת קודש איז א ציוניס'טישע זאך. ביים רעבי'ן זי"ע האט מען עס קיינמאל נישט געזעהן. די ציונים האבן עס איינגעפיהרט. (פארשטייצעך. די וועלכע האלטן שבת. די אנדערע גייען שבת שאפינג.)... האביך איהם געוואלט ענטפערן אז די רבי זי"ע איז געוען אן אונגערישער איד. און אין אונגארן האט מען טאקע נישט געגעסן די מאכלים...! אפשר קאטשאניא מיט ראפאגאש בארכעס...! גוט שבת
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:40 pm#486547
אדרבה, געב אונז צו פארשטיין וואס איז דאס קאטשעניא און ראפאגאש בארכעס ?
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:19 pm#486568
קאטשאניא איז די זאפט פון די פיש. דאס איז געקאכט מיט אלערליי ספייסעס. ספעציעל ווען מ'טינקט איין די פיינע, געשמאקע פרישע חלה (ראפאגאש, מיינט קריספי אויף אונגאריש). איז דאס ממש א טעם גן עדן...!
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 11:13 pm#486575
זרחי האט געשריבן:אדרבה, געב אונז צו פארשטיין וואס איז דאס קאטשעניא און ראפאגאש בארכעס ?


די ווייסט טאקע נישט? איך מיין מען דארף נאכקיקען דיין יחוס.
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 11:20 pm#486577
זרחי האט געשריבן:גערעכט. אויך ביים כותל ממש זאגט מען "ושם נעבדך ביראה כימי עולם" און נישט "וכאן" אדער "ופה" נעבדך וכו'

ווייל "ושם נעבדך" גייט ארויף אויף די "בית המקדש" - וואס שטייט נאך נישט.
אבער ווען איינער שטייט אויף א פלאץ ווי ס'איז געשען א גרויסע נס, און איך זאג "נס גדול היה שם", רעד ער סתם נישט צום זאך!... ער הייבט נישט אן אריינצוטראכטן אין וואס ער זאגט! ס'האט מיט'ן צויבער ווארט "ציונות" קיין שייכות...
(נאר וואס דאן: היינטיגע צייטן האנדעלט מען ליידער מיט ראבאטס - מ'טראכט נישט!, און צו אלע צרות האט עס א שיין קלינגעדיגע נאמען, ויקרא שמו בישראל "מסורה")
דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 11:21 pm#486578
קהל'ס נער האט געשריבן:
זרחי האט געשריבן:אדרבה, געב אונז צו פארשטיין וואס איז דאס קאטשעניא און ראפאגאש בארכעס ?


די ווייסט טאקע נישט? איך מיין מען דארף נאכקיקען דיין יחוס.

קוקט אויס אז @זרחי שטאמט נישט פון אונזער געהויבענע און חשוב'ע אונגארישע זיידעס.
גיי לערן א (גוי)[פוילישער/גאליציאנער] (ברטנורה)[קאטשעניו]...
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 2:56 am#486587
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
yn.NY האט געשריבן:
זרחי האט געשריבן:גערעכט. אויך ביים כותל ממש זאגט מען "ושם נעבדך ביראה כימי עולם" און נישט "וכאן" אדער "ופה" נעבדך וכו'

ווייל "ושם נעבדך" גייט ארויף אויף די "בית המקדש" - וואס שטייט נאך נישט.
אבער ווען איינער שטייט אויף א פלאץ ווי ס'איז געשען א גרויסע נס, און איך זאג "נס גדול היה שם", רעד ער סתם נישט צום זאך!... ער הייבט נישט אן אריינצוטראכטן אין וואס ער זאגט! ס'האט מיט'ן צויבער ווארט "ציונות" קיין שייכות...
(נאר וואס דאן: היינטיגע צייטן האנדעלט מען ליידער מיט ראבאטס - מ'טראכט נישט!, און צו אלע צרות האט עס א שיין קלינגעדיגע נאמען, ויקרא שמו בישראל "מסורה")
די נגהש קומט בכלל נישט פון נס גדול היה שם עס קומט פון די געים נעם געב האלב שטעל
m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A1%D7 ... 7%95%D7%9F m
בילד
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 7:12 am#486591
[quote="yn.NY"
ווייל "ושם נעבדך" גייט ארויף אויף די "בית המקדש" - וואס שטייט נאך נישט.

ביי די תפלה פון "ותערב" זאגט מען "ותחזינה עינינו בשובך ל"ציון" ברחמים ו"שם" נעבדך וכו', די ושם גייט ארויף אויף ציון. אויך זאגן מיר "שתעלנו בשמחה לארצנו" אפילו די וואס וואונען אין ארץ ישראל, איך מיין אז ס'איז נאך אסאך אזעלכע דוגמאות. חוץ פון דעם שטייט אין בני יששכר נאך טעמים פארוואס עס איז נגה"ש
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 10:49 am#486595
קהל'ס נער האט געשריבן:
זרחי האט געשריבן:אדרבה, געב אונז צו פארשטיין וואס איז דאס קאטשעניא און ראפאגאש בארכעס ?


די ווייסט טאקע נישט? איך מיין מען דארף נאכקיקען דיין יחוס.

קהל'ס נער: גיי זאג פאר א גאליציאנער וואס איז קאטשאניא. אדער ראפאגאש בארכעס. אדער א טשיללאר...פאר דהאט מעטער...!
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 7:21 pm#486627
berlbalaguleh האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
זרחי האט געשריבן:אדרבה, געב אונז צו פארשטיין וואס איז דאס קאטשעניא און ראפאגאש בארכעס ?


די ווייסט טאקע נישט? איך מיין מען דארף נאכקיקען דיין יחוס.

קהל'ס נער: גיי זאג פאר א גאליציאנער וואס איז קאטשאניא. אדער ראפאגאש בארכעס. אדער א טשיללאר...פאר דהאט מעטער...!


לאמיר צילייגן נאך אפאר.
פאפאטש.
לעוואר.
טשאלעמאדי.
פאדליגע.
פאפריקאש.
קאטשא פייא נעקי, (זאלן אהבת קדומים אידן מסביר די דריי ווערטער).
באטשי.
גולאש.

זיי האבען אבער אויכט געגנבט פון אינז ווי ס'ווערט געבראכט אין ספר שו"ת (QUestion OR Answer).

like haver (friend), mázli (luck), bóvli (trumpery), behemót (behemoth), srác (youngster)
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 9:36 pm#486634
nespresso האט געשריבן:
yn.NY האט געשריבן:
זרחי האט געשריבן:גערעכט. אויך ביים כותל ממש זאגט מען "ושם נעבדך ביראה כימי עולם" און נישט "וכאן" אדער "ופה" נעבדך וכו'

ווייל "ושם נעבדך" גייט ארויף אויף די "בית המקדש" - וואס שטייט נאך נישט.
אבער ווען איינער שטייט אויף א פלאץ ווי ס'איז געשען א גרויסע נס, און איך זאג "נס גדול היה שם", רעד ער סתם נישט צום זאך!... ער הייבט נישט אן אריינצוטראכטן אין וואס ער זאגט! ס'האט מיט'ן צויבער ווארט "ציונות" קיין שייכות...
(נאר וואס דאן: היינטיגע צייטן האנדעלט מען ליידער מיט ראבאטס - מ'טראכט נישט!, און צו אלע צרות האט עס א שיין קלינגעדיגע נאמען, ויקרא שמו בישראל "מסורה")
די נגהש קומט בכלל נישט פון נס גדול היה שם עס קומט פון די געים נעם געב האלב שטעל
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A1%D7 ... 7%95%D7%9F
בילד

און וואס עט מען מאכן מיט'ן בני יששכר וואס ברענגט שמות און קבלה פארוואס דווקא די אותיות?
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 9:43 pm#486635
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
מרדכי מרדכי האט געשריבן:און וואס עט מען מאכן מיט'ן בני יששכר וואס ברענגט שמות און קבלה פארוואס דווקא די אותיות?

מיינסט אוודאי צו פרעגן וואס דער בני יששכר גייט טוהן מיט די וויקי פעידזש..
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:49 pm#486652
קהל'ס נער: א טייל פון די ווערטער וואס דו ברענגסט זענען אזא מין היימישער אונגאריש. וואס נאר א איד וועט פארשטיין. אן עכטער גוי וואלט נישט פארשטאנען די אלע ווערטער...!

ועוד: דאס ווארט ..."לעוואר"... איז במקורו א ווארט אין פראנצויזיש. אזוי ווי א סאך אידישע ווערטער...! ועיין עוד מה שכתבתי באשכול..."שפראך און גראמאטיק"...בענין זה...!
מיטוואך מערץ 22, 2023 8:38 pm#519392
.
מיטוואך מערץ 22, 2023 10:00 pm#519416
הייבט זיך אן
מיטוואך מערץ 22, 2023 10:59 pm#519426
דאס איז פיינע נייעס, די סאטמארער הנהלה שרייבט צום סוף אז זיי קוקען ארויס נאך דאס יאהר צו עסן פונעם קרבן פסח!! אבּי מ'זאגט אז נאר די ראדיקאלע מזרחי'נקס פּלאנען אהערצושטעלן א קרבן פסח...
פרייטאג מערץ 31, 2023 12:40 pm#520231
צוויי רעדלדיגע בייקס רח"ל, גאר שעדליך ברוחניות ובגשמיות!!!

מערקט ווי די צעטל בעט אז מען זאל מסר'ן די וואס פאלגן נישט.
פרייטאג מערץ 31, 2023 12:43 pm#520233
בגשמיות זענען זיי גערעכט, סאיז שעדליך. אבער אויך זייער נוצבאר, ויצא הפסדו בשכרו.
אזווי די פיר רעדלדיגע קארס אדער די זעכצען רעדלדיגע טרעלערס וואס איז זייער שעדליך בגשמיות ווען איינער טרעפט זיך אונטער דעם.
פרייטאג מערץ 31, 2023 12:50 pm#520234
שמן למאור האט געשריבן:צוויי רעדלדיגע בייקס רח"ל, גאר שעדליך ברוחניות ובגשמיות!!!

מערקט ווי די צעטל בעט אז מען זאל מסר'ן די וואס פאלגן נישט.
מיך געפעלט דאס מערסטע די מסר'ן חלק, קאמעניזם סטייל, א תקנה אן מוסרים קען זיך נישט האלטן.
קראנק.
פרייטאג מערץ 31, 2023 12:52 pm#520235
חתם סופר האט געשריבן:.
זאל מען נישט מיטשיקען קיין נאש מיט די קינדער וועט די זאל זיין ריין.

זעט אויס די מוסדוס האבן א פראבלעם מיט מייז, און אנשטאט רעבי שייעלע (פיקטשערס רחמנא ליצלן) האבען זיי באשלאסן צו ניצען מאסער קעציס.
פרייטאג מערץ 31, 2023 12:59 pm#520240
שמן למאור האט געשריבן:צוויי רעדלדיגע בייקס רח"ל, גאר שעדליך ברוחניות ובגשמיות!!!

מערקט ווי די צעטל בעט אז מען זאל מסר'ן די וואס פאלגן נישט.
וואו קען מען דען אוועק דרייוון? סך הכל קיין בלומענגראוו.

עס איז דאך נאך אינעם גלילות.

קיין ארץ ישראל צום כותל קען מען מיט א בייק ממילא נישט פארען....
מוצ"ש אפריל 01, 2023 10:26 pm#520289
וואס איז טאקע די מעשה מיט צוויי רעדעלדיגע בייקס??
איך אמאל געהערט אז די רבינו יואל איז געווען א שטיקל פחדן, ער פלעגט מורה האבן צו פארן מיט א ערעפלאן, און דערפאר האט ער גע'אסר'ט די בייקס, איינער ווייסט עפעס מער??
מוצ"ש אפריל 01, 2023 11:18 pm#520298
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
סאטמאר רב האט קיינמאל נישט געאסרט די בייקס, עס איז אויסגעזויגן פון פינגער.
עס איז דא א קול קורא פון סאכדעס ווי דער ברך משה און ר שלמה׳לע באבובער אסר׳ן די בייקס.
מאנטאג אפריל 03, 2023 1:33 am#520476
די בייקס הייסן שייגעץ בייקס אין סאטמאר, מ'האט געפרעגט דעם רעבין צו מ'מעג פארן מיט א שייגעץ בייק, האט די רבי געזאגט א שייגעץ בייק?! חלילה!
זונטאג יולי 28, 2024 7:42 pm#568921
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
קארניוואלן
זונטאג יולי 28, 2024 9:07 pm#568924
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
הודו לד'
ס'איז טאקע אכשר דרא
מאנטאג יולי 29, 2024 2:37 pm#568958
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
תקנות גור
מאנטאג יולי 29, 2024 3:57 pm#568962
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
↑מאנטאג יולי 29, 2024 2:37 pm תקנות גור
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו