Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » קאווע שטיבל • אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

קאווע שטיבל • אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
252 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 270 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6377
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 11:07 pm#382770
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
עמעזאן האט געשריבן:סקווירא סקול אין ווילימסבורג איז נכסי יחיד א יונגערמאן א סקווירא חסיד האט מייסד געווען די סקול, לעצטענס איז אויפגענומען געווארן א מנהל רוחני נישט קיין חסיד סקווירא.
די סקול באשטייען 97% פון נישט סקווירא
עמעזאן, דו האלסט טאקע אז "סקווירא" וואלט געלאזט ניצן זייער העיליגע נאמען סתם אז פרעמדע זאלן עס פירן?? אפקארס נאט, זיי טוען עס ווייל זיי ווילן עפענען א מיידל שולע אויפן העיליגן דעירעך און זיי האבן נישט גענוג פלייש, בעיסיקלי טוען זיי וואס אלע מוסדות ווי למשל בעלזע אין מאנסי אדער אפילו סאטמאר אין מאנסי מיט יארן צוריק. זיי האבן אפילו געלאזט די פרויען דרייוון אבי קום נאר לערנען צו אינז מוסד
פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:42 pm#383899
מוסדות התורה אין שטאט אלעד אין ארץ ישראל
.
פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:49 pm#383900
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
געוואלדיג האט געשריבן:.
ס'אידאך א בפירוש סתירה מיט די משנה! אלו דברים שאין להם שיעור, הפאה
פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 3:19 pm#383901
נעבאך. א קינדערגארטען סאססייעטי. אבער סוועט זיי גאר נישט העלפען. מען קען ניט ארויף צווינגען א יוניפארם אויף אדאלטס. א קינדערגארטען פאר עלטערען קען ניט א האלטען צו לאנג.
פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 3:55 pm#383903
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
תורה ומדע האט געשריבן:נעבאך. א קינדערגארטען סאססייעטי. אבער סוועט זיי גאר נישט העלפען. מען קען ניט ארויף צווינגען א יוניפארם אויף אדאלטס. א קינדערגארטען פאר עלטערען קען ניט א האלטען צו לאנג.
כ'האב אויך אזוי געטראכט, אבער למעשה האלט עס שוין אן א לאנגע צייט, און דערווייל האט עס שוין רבים חללים הפילה, איך רעד מיר נאר איין אז דע מער עקסטערם וואס ס'ווערט אלץ שנעלער וועט עס פלאצן, כ'קען שוין קוים ווארטן די באלון זאל פלאצן.
פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 4:22 pm#383905
געוואלדיג: מ'רעדט דא פון סתם קראנקע מענטשן. די מאמע קען האבן א לאנג (ס*קסי) שייטל און א טייט בלאוס און דזשינס מיט היי היעלס אין קלאזעט פאר ווען זי גייט ארויס נייט קלאבבינג. און פארשטייצעך, א טריפה'נעם, אומ-געפילטערטן סמארטפאון. און דער טאטע, א בעיסבאלל קעפ מיט א רויטע העמד און א פאר נייקיעס מיט טייט דזשיענס...! אבער בשעת ווען זיי גייען איינשרייבן די טאכטער'ל אין סעמינאר גייען זיי לויט די פארשריפטן. דער טאטע מיט א שמאלציגן, לאנג רעקל און א פארגעלטן טלית קטן , וועלכער הענגט בטלנ'יש ארויס פון צוקנעפלטן רעקל. און א פאר שמוציגע שיך וואס מ'האט שוין נישט געפוצט פאר די לעצטע 3 יאר. און די מאמע גייט א שפיצל (אדער לכה"פ א צוטראסקעט קורץ שייטל) און די קליידער זענען צולאטשעט און שמוציג. לויט די שטרענגע פארשריפטן פון די רביצין קלוגהויפט מ'מאנסי שליט"א...און פארשטייצעך א כשר'ן טעלעפאן מאושר דורך די ביד"צ פון הרב נסים קארעליץ שליט"א...!
פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 4:37 pm#383906
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
Sheeple

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:07 pm#421712
.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:19 pm#421715
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:.
ס'אידאך א בפירוש סתירה מיט די משנה! אלו דברים שאין להם שיעור, הפאה

ס'גייט ארויף אויף די פאות הזקן...
מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:25 pm#421717
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.
דאס איז שוין מינות וכפירה, טויזענט מאל ארגער ווי מאסטער. טאמער מ׳וויל אויפהערן די מנהג האמהות הקדושות, וואס ציט זיך ביז שרה אמנו וואס האט אזוי געווארט אויף יצחק׳ן (ווי דען מיינסטו זי האט געהערט דער מצחק?), הייסט׳ס מ׳האלט ביים אונטערברענגן די גאנצע סדר הקבלה. באלד וועט מען נישט גיין די פארטאך ביים לעכט צינדן אויך, ווייל דער אמת׳ער באדייט פון ׳סינר׳ אין חז"ל מיינט אונטערהויזען, און ווער רעדט צו טראכט פון אזעלעכע פאסקודנאציעס?

היט׳ס ענק און פאלגט׳ס נישט, למען קדושים המושלכים בלבת אש!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:48 pm#421725
די ערשטע מאל איך ליין דא אז עפעס איז שלעכט מיט מאסטער...
מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:56 pm#421726
ווער זענט עטס בכלל אריינצורעדען?

אדער פאפט מען דעמאלטס אדער איז מען שוין לאנג אין בית מדרש. עטס פארשטייטס בכלל דער נסיון?

ATUB @berlbalaguleh ATUB קום אריין קלאר. זיי ביטע מסביר פאר די היינטיגע שטאלצע יונגעלייטליך דא, די ביטערע נסיון ווען א מאמע אין א דאסטער לייגט ארויף גלילי ידיה הטהורות אויף די טיר הענטעל פון דיין געלע באס!

איז עס בכלל אויסצוהאלטן? שומו שמים.
מיטוואך יאנואר 09, 2019 8:54 pm#421727
וואלווי: איז דערפאר גיי איך טאקע אין מקוה עטליכע מאל אינמיטן מיין ראוט. ווען איך פאר אריבער די גרויסע סאטמאר'ע מקוה אויף 53. לאז איך איבער דעם באס אינמיטן וועג. און איך טאנץ אריין פאר א טבילה'לע מיט אלע כוונות האר"י. און ווען איך פאר אריבער בעלזא, פארק איך שוין דעם באס. און איך לויף אריין פאר א טבילה. די זעלבע ווען איך פאר אריבער ספינקא און קלויזנבורג...! און ווער שמועסט נאך ווען איך ענדיג דעם ראוט לויף איך מיט איין אטעם אין מקוה פאר א טבילה גדולה...! רבוש"ע. די נסיונות זענען דאך נישט אויסצוהאלטן. דאס איז דאך דער אמת'ער דור פון עיקבתא דמשיחא...!

מהאי טעמא געדויערט מיר טאקע דער ראן אידערפריה בערך 2 1/2 שעה....!

איך האב נאך אן עצה. וואס כ'האב געזעהן פון איינעם פון די צדיקי הדור. אקעגן ראיות אסורות. דער אייבישטער זאלל אפהיטן. מ'זאלל ח"ו נישט נכשל ווערן. איך טוה אן זייער שטארק טונקלע גלעזער...!
דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 12:50 am#421764
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איז דערפאר גיי איך טאקע אין מקוה עטליכע מאל אינמיטן מיין ראוט. ווען איך פאר אריבער די גרויסע סאטמאר'ע מקוה אויף 53. לאז איך איבער דעם באס אינמיטן וועג. און איך טאנץ אריין פאר א טבילה'לע מיט אלע כוונות האר"י. און ווען איך פאר אריבער בעלזא, פארק איך שוין דעם באס. און איך לויף אריין פאר א טבילה. די זעלבע ווען איך פאר אריבער ספינקא און קלויזנבורג...! און ווער שמועסט נאך ווען איך ענדיג דעם ראוט לויף איך מיט איין אטעם אין מקוה פאר א טבילה גדולה...! רבוש"ע. די נסיונות זענען דאך נישט אויסצוהאלטן. דאס איז דאך דער אמת'ער דור פון עיקבתא דמשיחא...!

מהאי טעמא געדויערט מיר טאקע דער ראן אידערפריה בערך 2 1/2 שעה....!

איך האב נאך אן עצה. וואס כ'האב געזעהן פון איינעם פון די צדיקי הדור. אקעגן ראיות אסורות. דער אייבישטער זאלל אפהיטן. מ'זאלל ח"ו נישט נכשל ווערן. איך טוה אן זייער שטארק טונקלע גלעזער...!

חזר דיך איין: הכנעני החתי האמרי וגו'...
דינסטאג יאנואר 22, 2019 5:42 pm#423095
.
דינסטאג יאנואר 22, 2019 6:29 pm#423103
א. איך מערק אז יעדער זאץ וואס מ׳דארף אז די עלטערן זאלען טאקע פארשטיין, האט מען געשריבן אויף ענגליש.

ב. אסר׳ן sleepovers איז גאר א פארשטענדליכע זאך, פרעג דזשודי בראון ליתר ביאור.
דינסטאג יאנואר 22, 2019 8:25 pm#423114
דו מיינסט די פארפאסערין פונעם בוך HUSH?
מיטוואך יאנואר 23, 2019 7:10 am#423144
יא
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 4:56 am#424044
האם להתיר לילדים בלייקוואוד לראות סופערבאלל?
m https://bshch.blogspot.com/2019/02/blog-post_846.html m
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 1:03 pm#424055
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. איך מערק אז יעדער זאץ וואס מ׳דארף אז די עלטערן זאלען טאקע פארשטיין, האט מען געשריבן אויף ענגליש.

ב. אסר׳ן sleepovers איז גאר א פארשטענדליכע זאך, פרעג דזשודי בראון ליתר ביאור.

וואס עפעס שוידערליך שרייבט זי איז געשעהן?
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 1:36 pm#424066
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איז דערפאר גיי איך טאקע אין מקוה עטליכע מאל אינמיטן מיין ראוט. ווען איך פאר אריבער די גרויסע סאטמאר'ע מקוה אויף 53. לאז איך איבער דעם באס אינמיטן וועג. און איך טאנץ אריין פאר א טבילה'לע מיט אלע כוונות האר"י. און ווען איך פאר אריבער בעלזא, פארק איך שוין דעם באס. און איך לויף אריין פאר א טבילה. די זעלבע ווען איך פאר אריבער ספינקא און קלויזנבורג...! און ווער שמועסט נאך ווען איך ענדיג דעם ראוט לויף איך מיט איין אטעם אין מקוה פאר א טבילה גדולה...! רבוש"ע. די נסיונות זענען דאך נישט אויסצוהאלטן. דאס איז דאך דער אמת'ער דור פון עיקבתא דמשיחא...!

מהאי טעמא געדויערט מיר טאקע דער ראן אידערפריה בערך 2 1/2 שעה....!

איך האב נאך אן עצה. וואס כ'האב געזעהן פון איינעם פון די צדיקי הדור. אקעגן ראיות אסורות. דער אייבישטער זאלל אפהיטן. מ'זאלל ח"ו נישט נכשל ווערן. איך טוה אן זייער שטארק טונקלע גלעזער...!

חזר דיך איין: הכנעני החתי האמרי וגו'...

וואלווי: דער כנעני, חתי, יבוסי און אמורי זענען אין ארדענונג. אבער וואס 'עט ציין מיט מיר...?!
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 1:45 pm#424067
berlbalaguleh האט געשריבן:

סגולה נגד הירהורים, כמדומה בצעטיל קטן.
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 2:45 pm#424069
נו, נו. אט דאס האביך טאקע געמיינט. זיי זענען שוין אין ארדענונג. זייערע מוסדות געבן נישט ארויס אזעלכע צעטלעך. און זיי האבן נישט די פראבלעמען וואס אונז האמיר...!
מיטוואך מערץ 13, 2019 9:28 pm#426414
.
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 12:34 am#426421
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
איך האב באמת נישט קיין טענות אויף דעם צעטל. די סיבה פארוואס זיי אסר'ן די זאכן איז דאך צו אפהיטן די מלמדים...

ס'הערט זיך ווי א נחום ראזענבערג איידיע אבער ס'האט א שטיקל אמת אין זיך. מ'דארף נאר דערמאנען דעם נאמען משה הערש קליין, וד"ל
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 1:30 am#426424
אמת, א שמאטע אויפן פנים וואלט געווען נאך בעסער צי אפהיטן דו מלמדים.
דאנערשטאג מערץ 14, 2019 1:37 am#426425
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
גיב עס עטליכע יאר...
זונטאג מערץ 31, 2019 1:55 am#427332
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
כ'האב אמאל געטראפן דעם אויבערשטן כביכול און ך'האב אים געפרעגט, פארוואס קומט נאכנישט משיח? האט ער געענטפערט: יעדעס מאל א אידיש קינד פארט מיט א צוויי רעדלדיגן בייק ווערט ביאת משיח אפגעשטופט מיט פופציג יאר, און יעדעס מאל אידישע קינדער האבן הנאה פון א שפיל ווערט עס אפגעשטופט מיט הונדערט יאר.בילדבילד
מיטוואך אפריל 03, 2019 11:16 am#427769
לולקע באנוצער האט געשריבן:איך האב באמת נישט קיין טענות אויף דעם צעטל. די סיבה פארוואס זיי אסר'ן די זאכן איז דאך צו אפהיטן די מלמדים...

ס'הערט זיך ווי א נחום ראזענבערג איידיע אבער ס'האט א שטיקל אמת אין זיך. מ'דארף נאר דערמאנען דעם נאמען משה הערש קליין, וד"ל

נחום האט עס טאקע געזאגט
אז די קינדער גיין מיט שיינע געקרייזעלטע פיאות פארשמעקט מיט א הויזן וואס עס זעהט זיך ארויס די שקיעות ובליטות וואס וויל מען פונעם מלמד? פארשטיייסט?
דינסטאג יוני 04, 2019 11:03 am#431585
זאפטיג האט געשריבן:
לולקע באנוצער האט געשריבן:איך האב באמת נישט קיין טענות אויף דעם צעטל. די סיבה פארוואס זיי אסר'ן די זאכן איז דאך צו אפהיטן די מלמדים...

ס'הערט זיך ווי א נחום ראזענבערג איידיע אבער ס'האט א שטיקל אמת אין זיך. מ'דארף נאר דערמאנען דעם נאמען משה הערש קליין, וד"ל

נחום האט עס טאקע געזאגט
אז די קינדער גיין מיט שיינע געקרייזעלטע פיאות פארשמעקט מיט א הויזן וואס עס זעהט זיך ארויס די שקיעות ובליטות וואס וויל מען פונעם מלמד? פארשטיייסט?

אז עס צינדט אן דעם מלמד דעמאלטס טאר ער קיין מלמד נישט זיין...
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 1:17 pm#440495
.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 1:31 pm#440496
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
.בילדבילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 01, 2020 8:34 pm#440748
וואדעפאק!

זענען טאקע דא מענטשן וועלכע וואוינען אונטער אזא שאטן פון טעראר? און נאכדעם וועט מען שרייען אז די סמארטפאונס זענען שולדיג.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 10:55 am#440796
רבותי, א טשעלענדזש:

נאך חוה"מ צוזאמקום, מוהל הכשר, קידטשאטשקע, שעניעל, ר' שמואל ניימאן וכו', ווער קען די בעסטע צו טרעפען וואס וועט זיין די נעקסטע איסור, קול קורא, אדער אסיפת רבנים...?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 3:13 pm#440840
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
שבת קירבתנו?
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 3:53 pm#440848
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
החוקר האט געשריבן:שבת קירבתנו?

שוין לאנג אסור.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 4:31 pm#440853
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
נעגעל וואסער האט געשריבן:שוין לאנג אסור.

האב איך נישט געוואוסט...
האלט איך נישט מיט יעדן שטות וואס מאנכע "__" לאזן ארויס יעדס מאל דאס בויך דריקט זיי.
דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 4:40 pm#440854
אפשר, רעכטע זייט לינקע זייט, מענער פרויען, א גאנץ יאר...?

ר"ה איז בלויז געווען אן עקספערימענטאל סטאדי ווי אזוי ס'וועט זיך איינגעבן...
מאנטאג יאנואר 27, 2020 5:33 pm#442145
.
מאנטאג יאנואר 27, 2020 8:12 pm#442149
חתם סופר האט געשריבן:.

די אדמו"רים אליינס נוצן דען נישט קיין דזשעל?
מאנטאג יאנואר 27, 2020 9:12 pm#442150
וואלווי האט געשריבן:רבותי, א טשעלענדזש:

נאך חוה"מ צוזאמקום, מוהל הכשר, קידטשאטשקע, שעניעל, ר' שמואל ניימאן וכו', ווער קען די בעסטע צו טרעפען וואס וועט זיין די נעקסטע איסור, קול קורא, אדער אסיפת רבנים...?

די נעקסטע גייט זיין מ'זאל אינגאנצן אראפנעמען די מעשה. האסט מקיים געווען פריה ורביה, האק עס אפ!
מאנטאג יאנואר 27, 2020 10:18 pm#442158
חתם סופר האט געשריבן:.

זעהט עפעס אויס ווי א דירעקטע אטאקע אויף ר יואל ראטה (געהאלטן א דרשה גענוי פארקערט..)
דינסטאג יאנואר 28, 2020 1:30 am#442164
שמעון וואלף האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:רבותי, א טשעלענדזש:

נאך חוה"מ צוזאמקום, מוהל הכשר, קידטשאטשקע, שעניעל, ר' שמואל ניימאן וכו', ווער קען די בעסטע צו טרעפען וואס וועט זיין די נעקסטע איסור, קול קורא, אדער אסיפת רבנים...?

די נעקסטע גייט זיין מ'זאל אינגאנצן אראפנעמען די מעשה. האסט מקיים געווען פריה ורביה, האק עס אפ!

וועגען דעם האבן זיי דאך שוין די ועד המוהלים.

ס'זאל זיין שמירה משעת קצירה....
דינסטאג יאנואר 28, 2020 1:43 am#442166
"צוליב דעם, א בחור וואס לערנט ביי אונז אין ישיבה, קען בשום אופן נישט קומען אזוי אין חדר"

פתח בישיבה וסיים בחדר?

און וועלכער חז"ל מיינען זיי? פון יוסף הצדיק אז היה מסלסל בשערו?
דינסטאג יאנואר 28, 2020 8:48 am#442169
הוגה האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:.

די אדמו"רים אליינס נוצן דען נישט קיין דזשעל?

פון וואנעט מיינסטו זיי האבען געוואוסט די געפערליכע אורזאכן פון די מהלך? ווער דען איז געווארען אזוי מגושם און די עלטערן ליידען אן פון זיי?
זונטאג מאי 23, 2021 1:16 am#473468
ווען מיידלעך ברענגען אהיים אזא צעטל וואלט מען נישט געהערט א בא.

#doublestandard
זונטאג מאי 23, 2021 1:54 am#473473
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
חתם סופר האט געשריבן:אוי מיין ג-ט
מיט א גארטל אויך??
זונטאג מאי 23, 2021 12:51 pm#473510
חתם סופר האט געשריבן:אוי מיין ג-ט

זיי זאגן אז מ'רעדט פון א bath robe נישט בשעת'ן שווימען נאר ביים אויסטון און אנטון. דאס איז שוין געווען א תקנה אין מיין חדר ווען איך האב געלערנט אין חדר.

נישט געפערליך.
זונטאג מאי 23, 2021 1:22 pm#473517
מפיל קינד האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אוי מיין ג-ט

זיי זאגן אז מ'רעדט פון א bath robe נישט בשעת'ן שווימען נאר ביים אויסטון און אנטון. דאס איז שוין געווען א תקנה אין מיין חדר ווען איך האב געלערנט אין חדר.

נישט געפערליך.
דאס האב איך אויך געקלערט ווען כ'האב געזעהן דעם צעטל.
זונטאג מאי 23, 2021 4:38 pm#473541
Re: אכשר דרא'דיגע צעטלעך פון מוסדות
איך געדענק אין zoom flume
, איז שאפראן קעמפ געקומען צוזאמען מיט אונזער קעמפ, און די אינגעלעך האבן געהאו ציצית און שלאף קאפלעך, אזוי זענען זיי געשווימען, און אונז באמעס האבן די קינדער געגעסן האט דאגס נאקעט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk