עס טוט זיך דא אויף טישן און בענק, איך האב נאך נישט געהאט די זכיה צו נעמען די צייט און אויפקלערן מיין שטעלונג לגבי דעם ענין. איך שפיר אז איך מוז דאס טון, הגם איך גלייב נישט אז איך גיי טוישן איינעמ'ס מיינונג, אבער כדי שלא יאמרו מדשתק שמעקעדיג ש"מ ניחא ליה, מוז איך אביסל ארויסברענגען רגשי לבבי. איך בין אנגעווייטאגט, און איך קען באמת נישט דעסיידען, אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר.
איך בין אביסעלע צעמישט, איך האב אסאך צו זאגן, קען זיין כ'וועל מישן איין ענין אין צווייטן, איז אויב פארשטייט איר נישט, קענט איר איבערפרעגן.
איך וועל אויך זיין "אנעסט", און מקדים זיין אז איך בין בטבע א רך הלבב, און בכלל אנטקעגן עונשים, בפרט איבערגעטריבענע. און איך האלט אז אזוי וואלטן מיר אלע געדארפט זיין, נאך אלעם זענען מיר א פאלק פון "רחמנים בני רחמנים", און אפילו בזמן שביהמ"ק היה קיים ווען מען האט מעניש געווען די עוברי עבירה, איז אויך געווען א ענין צו זוכן ווי מער לימודי זכות אויפן באשולדיגטן, און ווי ס'איז ידוע די גמרא אין מכות, אז געווענליך בי"ד האט גאר ווייניג באשטראפט. נאך מער, אויב האבן אלע ע"א סנהדרין גע'פסק'נט לחובה, האט מען אים נישט באשטראפט, מען האט שווער געמוזט ארבעטן צו טרעפן א לימוד זכות.
די אלע צדיקי הדור ווי ר' משה לייב סאסוב'ער זי"ע און אנדערע, וועלכע האבן עוסק געווען אין פדיון שבויים כל ימי חייהם, האבן נישט געזוכט דווקא "אומשולדיגע". פדיון שבויים איז א מצוה אפילו ווען די תפיסה קומט זיך פאר יענעם ערליך. און קיין איין ערליכער איד האט זיי נישט בא'טיטל'ט ווי באשיצער פון מאלעסטער אדער באשיצער פון גנבים. לאמיר זיך נאר פארשטעלן וואו דער הייליגער סאסוב'ער וואלט געשטאנען ביי די עלילת 75 מסיבה.
לאמיר אביסל צונעמען דעם ענין וואס מען שמועסט דא, א "סעלף העיטינג דזשו".
חז"ל לערנען אונז, "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו". וואס מיינט דאס? אז אויב דיין חבר איז אדורכגעפאלן, זאלסטו אים נישט דן זיין לחובה, ביז דו זעלבסט קומסט אן צו די זעלבע נסיון, און דו ווערסט ניצול (ברטנורא). אנדערע מפרשים שרייבן אז דאס איז ממש אוממעגליך, ווייל קיינער קען זיך נישט באמת אריינשטעלן אין יענעמ'ס שיך, מיט יענעמ'ס נסיונות, יענעמ'ס נאטורן, יענעמ'ס חינוך, א.א.וו. אין אנדערע ווערטער, אן אמת'ער אוהב ישראל פרובירט זיך באמת אריינצושטעלן אין יענעמ'ס מצב, לראות את עצמו כאילו הוא עצמו יצא ממצרים.
אצינד לאמיר פרובירן צו נעמען יאנקלס ווערטער:
יאנקל האט געשריבן:אויב וועבערמאן וועט געאורטיילט ווערן עפ"י מערערע עדות'שאפטן און/אדער פאקטישע באווייזן צו א זיכערהייט שטאפל פון 99% (וואס ווערט גערופן אין דער לעגאלער שפראך "ביאנד עי ריזענעיבל דאוט"), וועל איך דאנקען דעם אויבערשטן אויף יעדן טאג וואס דער מאנסטער (היפאטעטיש גערעדט, קפנדריא) וועט שמאכטן אין טורמע.
אין אנדערע ווערטער זאגט יאנקל, אז טאמער וואלט איך אליין געווען אין וועבערמאנס מצב, און איך וואלט געווארן באשולדיגט אין די עבירה, וואלט איך מיך געפרייט צו גיין זיצן. האב איך גוט פארשטאנען?? אצינד זאגט מיר, איז דא א בעסערע אפטייטש פון "סעלף העיטינג"?
איך גיי אביסל מרחיב זיין הענין מיט דעם. און איך גיי דא גיין מיט די הנחה אז וועבערמאן איז יא גענצליך שולדיג (כאטש באמת האלט איך נישט אזוי).
יעדער פארשטייט אז אויב א קינד טוט א עוולה קומט אים א פאטש. וואס טוט זיך אבער טאמער דער טאטע האט א לאנגן שארפן מעסער אין האנט, צי וועט ער אויך אראפלאזן דעם פאטש פארן קינד? צי וועט ער פארשטיין אז בשעת ער גיט דעם פאטש וועט דער מעסער אריינשטעכן אינעם קינד'ס הארץ רח"ל און ער קען אים שעדיגן פאר אייביג?
לו יהא אז וועבערמאן פארדינט זיך דעם עונש, דעם פאטש. אבער ליידער, ווי שוין ערווענט מערערע מאל אין דעם אשכול, איז דאס א באשולדיגונג פאר גאנץ כלל ישראל, און ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. דאס איז א לאנגע שארפע מעסער וואס טוט אונז אלע אפעקטירן. א קלוגער מענטש פארשטייט אז ווען מען האט דעם מעסער אין האנט, גיט מען נישט דעם פאטש.
דאס איז בעיקר א הסבר אויף די אלע וואס שרייען דא אז סך הכל וואס מען וויל איז פשוט "באשיצן און פראטעקטן אונזער נאמען". און וועגן דעם לאזט מען צו מאלעסטערער גיין פריי, און גורם זיין מען זאל שעדיגן נאך קינדער.
הלכה'דיג, ווי יאסעלע האט שוין דערמאנט בקצירת האומר, איז איינער וואס איז אדורכגעפאלן, אפילו מערערע מאל, אויב איז ער מער נישט קיין סכנה, האט ער מער נישט קיין דין רודף, און מסירה איז אסור. לכאורה אפילו לויט דעם פסק פון הרב אלישיב מיט וועלכן יידל שטאלצירט. (כאטש איך בין מודה אז איך האב דעם פסק נישט געזען און ס'קען זיין אז כ'בין ראנג, איך רעד אבער בפשטות ע"פ שו"ע)..
די יעצטיגע פרשה איז בלי שום ספק נאר א ענין פון נקמה. דער ענין וואס מערערע ניקס פאסמאקעווען זיך דערמיט, "דינא דמלכותא דינא", איז אבי גערעדט. יעדער פארשטייט אז דער דינא מוז מאכן סענס. אז עס וועט זיין א גזירה אז יעדער וואס קראצט דעם קאפ דארף מען הענגען אויפן תליה, וועט קיינער נישט טענה'ן "דינא דמלכותא דינא", נאר מען וועט גיין אין ביהמ"ד נעמען א תהלימ'ל און מתפלל זיין להעביר רוע הגזירה, און מען וועט אננעמען אלע סארט שתדלנות צו מבטל זיין די גזירה. ביי בלומבערג'ס פארקינג טיקעטס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס נעמען זיך אן פאר אים, און טענה'ן דינא דמלכותא דינא (אויף "וואס איז נייעס" האבן עטליכע געשריבן אזוי.)
בכלל, די אלע פרעמדע ממחנינו, א שטייגער ווי די פארביטערטע "וואס איז נייעס" קאמענטירער, וועלכע זענען שטענדיג פארנומען מיטן טענה'ן "יו דא דע קריים, יו דא דע טיים", זענען נישט מער ווי היפאקריטן. בשעת ווען עס קומט צו זייערע אגענדעס, פארגעסן זיי די אלע שיינע פראזן. ווען מען קאמענטירט, צב"ש, אויף סיי וואספארא נייעס איבער פאלארד וואס שמאכטעט נעבעך אין תפיסה, זענען זיי פארנומען מיטן אראפהאקן אבאמא, און דעם יוסטיץ סיסטעם, און אפילו ביבי, אבי האקן און האקן. וואס איז געשען? פאלארד האט נישט געטון דעם קריים? פארוואס זאל ער נישט טון זיין טיים?
לאמיך אייך פרעגן, ווען דער באשולדיגטער זאל זיין אייער טאטע, אייער אייגענער ברודער, וואלט איר אויך גערעדט מיט אזא ברייטקייט? זאל ער זיצן, זאל ער שמאכטן, זאל ער פוילן? איך וועל יעדן טאג דאנקען דעם אויבערשטן פאר דעם? פעלט דא אין הבנה, אדער פעלט אין אהבת ישראל?
צוריק צו דעם ענין פון "נקמה". עס איז נישט קיין ספק אז תפיסה פאר וועבערמאן גייט קיינעם נישט העלפן. אויב איז די מיידל נעבעך געדעמעדזשד געווארן, וועט זי נישט געהאלפן ווערן דורך זיין זיצן אין תפיסה. א עכטע אנטשולדיגונג מצדו, און א שיין ביסל געלט, וואלט איר זיכער מער באפרידיגט. און איר זאלט נישט טראכטן אז איך גיב עפעס גערעכט פארן מאלעסטירער און איך פארשטיי נישט די ווייטאג פונעם מיידל, איך האב שוין ליידער מיטגעהאלטן אזעלכע קעיסעס פון דער נאנט, און איך ווייס קלאר ווי אזעלכע זאכן טוען אפ'הרג'ענען דאס קינד, און די נאכווייען פארן לעבן איז נישט גרינג, דער גאנצער לעבן נאך די חתונה איז א אפקומעניש; איך זאג אייך ביודעי ובמכירי קאמינא. אבער ווען מען האלט שוין נאכדעם, ווען צוריקדרייען דעם זייגער איז נישט מעגליך, איז פסיכאלאגיש די איינציגסטע זאך וואס קען גרינגער מאכן פאר די געטשעפעטע, בלויז אז דער וואס האט איר געטשעפעט זאל זיך מכניע זיין און איר פאלן צו די פוס איבערבעטן מיט טרערן אין די אויגן, און באצאלן חמשים (אלפים) שקל, דאס בארואיגט דאס מערסטע.
לאמיר זיך נישט נארן. אדורכגיין דעם סיסטעם פון אונזערע "יוסטיץ" איז אן אפקומעניש, שבעה מדורי גיהנם. ווי עס האלט יעצט, איז שוין ר' נחמי' אפגעקומען זיינע עבירות. די בושות און חרפות לעיני העולם איז דאך ברענעדיג. אפילו ווען עס קומט זיך פאר א איד מלקות, איז די הלכה "ונקלה אחיך לעיניך", אויב למשל דער פאר'משפט'ער איז אנטלאפן אדער ער האט זיך איינגעמאכט פון פחד (אנטשולדיגט מיר) איז די הלכה אז ער איז שוין פטור פון די מלקות, כיון שנקלה, אחיך הוא! איר טראכט אז נ"וו האט נאך נישט באקומען זיין מעסעדזש? איינער קען זיך פארשטעלן ווי אזוי זיין שבת איז אדורך אויף אים די וואך? אויף אלע שונאי ישראל געוואונטשן!
און נאכדעם קומט אריין דער ענין פון "חילול השם". נאכאמאל, איך גיי מיט דעם מהלך אז ער איז יא שולדיג. אויב ווערט ער געפינען שולדיג, קענען מיר זיך פארשטעלן דעם חילול ה' בפרהסיא קבל עולם ומלואה? ווען אלע שונאי ישראל און מידיא וועלן זיך פאסמאקעווען און צייגן מיטן פינגער אויף ארטאדאקסישע אידן? ווי קען אן ערליכער איד מיט א שטיקל געפיל צו השי"ת אפילו וועלן אז אזוינס זאל פאסירן?
ביי במ"ל האבן די רוב צייטונגען געשריבן די נייעס אויפן פראנט פעידזש, און מאנכע וואוילע-יונגען האבן פארשפרייט קאפיס און געהאנגען אויף די ווענט איבער ניו יארק, מיט א גרויסן בילד פונעם ראביי, ולא נתקררה דעתם ביז זיי האבן אויפגעהאנגען קאפיס אויף די וואנט פון בי.ענד.עיטש.! ושכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי!
ס'איז נישט קיין ספק אז דער פרסום הדברים דא איז נאר א רעה פאר יעדן איד, נישט לטובה! בכלל איז עס פון די סארט זאכן שהצניעות יפה להם, אבער אז מען באהאנדלט עס אין פריוואטקייט, קען איך נאך אפשר פארשטיין א הארטער מענטש זאל וועלן "דער אמת זאל ארויסקומען", אבער אז השי"ת ותורתו און עם ישראל ווערן פארשעמט אינאיינעם מיט דעם, פון וואו נעמט א איד אזא געפיל אז אפגעזעהן וואס ס'וועט זיין, וויל איך אז דער אמת זאל ארויסקומען? זייט ווען פארמאגט כלל ישראל אזעלכע בעלי אמת? חז"ל האבן מתיר געווען אוועקצוגיין פונעם אמת מפני השלום, פלוצים האבן מיר דא אמת'ע מענטשן?
סאטמאר רבי ז"ל פלעגט זאגן א שיינע טייטש. עס שטייט אז ווען משיח וועט קומען, וועט זיין "והאמת והשלום אהבו". בקיצור זאגט ער, אז ביז משיח קומט, איז דא א אפשען אדער שלום (ווי רוב וועלט שרייעט היינט, אהבת ישראל, מען טאר נישט מקטרג זיין אויף אידישע קינדער, נישט רעדן לשון הרע, א.א.וו.), אבער דאן דארף מען מוותר זיין אויפן אמת, וואס די הלכה איז אז מען דארף זיך מרחק זיין פון די רשעים; און טאמער איינער וויל יא גיין מיטן אמת, קען ער נישט זיין בשלום. ממילא איז דער אמת און דער שלום צוקריגט, מען קען נישט האבן נאר איינע פון די צוויי. אבער ווען משיח וועט קומען, וועלן זיך דער "אמת" און דער "שלום" צוזאמענלעבן מיט אן אהבה, און מען וועט קענען מקיים זיין ביידע.
לענינינו, ווען מען לייענט די קאמענטס פון די אלע קאמענטירער און אלע נישט היימישע אידן, שטויסט מען זיך כסדר אן ווי זיי פארפירן אנטקעגן אונזער אמת און אפגעזונדערטקייט פון די נישט-היימישע, און קומען מלא טענות הלמאי מען האט נישט קיין שלום, קיין אהבת ישראל (מ'כלומר'שט), היתכן מען גייט מיטן אמת ווי מיטן קאפ אין וואנט אריין; אבער וואונדערליך ווי פלוצים פארגעסן די אלע שיינע וואוילע אידן פונעם שלום, און ווערן מיר בעלי "אמת", זיי זוכן אך ורק בלויז דעם אמת און גארנישט מער.
איך וועל מיך אפשטעלן א וויילע, איך מוז אוועקגיין, איך האב נאך וואס צו זאגן, פארזעצונג קומט בקרוב אי"ה.