Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די וועבערמאן סומאטאכע

די וועבערמאן סומאטאכע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
500 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 3930 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #641
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:36 pm#67603
CharlesRose ‏@CharlesRose19
@OrenNYDN I finally learned how to read reports... 'no new revelations' means he actually made a super great job.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:39 pm#67607
יידל האט געשריבן:
פארווע האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:דער "באט" מיינט, אז קיינער CARED נישט וואס זיי זאגען, ער איז GUILTY EVEN PROVEN INNOCENT. אין די אויגן פון די פרעסע.

אה דאס האב איך געוואלט הערן! און ער איז שוין פון די ריפארטערס וואס זענענן אפיציעל נישט בייעסד.

און מר. היינס וויל נאך וויסן פארוואס אונז לייג מיר נישט קיין געוויכט אויף די "אבדזשעקטיווע" מידיע ריפארטס. ס'ארא געלעכטער...

אוטספאקן האט נישט גוט אפגעלערנט פשט.
קוק זיינע קומענדיגע טוויטס נאכן באט, ווי ער זאגט פארשידענע אומגינסטיגע זאכן (די ועד הצניעות עקזעסטירט יא, א סומאטאכע צו זי איז יא אדער נישט געזעצן אויף וו"ב שויס, צו זי האט יא אדער נישט געזאגט פאר איר חבר'טע אז "איך האב געדארפט טון וואס כ'האב געדארפט טון to get by" וכו').

איך האב שוין פריער געענפערט וועגן זיינע נאכפאלגענדע טוויטס און איך גיי דיר עס נאכאמאל שרייבן:

ביטע צייג מיך אן גענוי וועלכע פון די נאכפאלגענדע טוויטס דיסקרעדיטירט די ליין אז קיינער פון די אנדערע (וואס ווי ער טוויט שפעטער האבן זיי אפילו געוואוינט ביי נחמי'ן!) זענען נישט אביוזד געווארן דורך עם?
די ועד הצניעות עקזעסטירט יא
אשע"כ?

א סומאטאכע צו זי איז יא אדער נישט געזעצן אויף וו"ב שויס, צו זי האט יא אדער נישט געזאגט פאר איר חבר'טע אז "איך האב געדארפט טון וואס כ'האב געדארפט טון to get by" וכו'
פארוואס האסטו (במכוון?) אויסגעלאזט איין ווארט? ער שרייבט קלאר אז די אלע קלאנגען האט די פרוי denied אין איר testimony !

אלא מאי קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע מסקנא אז ער האט שוין געפאסט זיין באשלוס אז וו"ב איז שולדיג אפגעזעהן וואס דער אדער יענע עדות וועט נאר טעסטיפייען, און דערפאר ווען ער טוויט א געוויסע סטעיטמענט וואס קען אויסקוקן גונסטיג פאר וו"ב וועט ער אבער זיכער מאכן שאינו יוצא מתחת ידו טוויט שאינו מסוכן... ווי נוטראל ער פרובירט זיך אהערצושטעלן קען אבער דאך איינער וואז איז נישט זייער נאאיוו ארויסקוועטשן וואס עס ליגט עם אין הארץ.

איי וועסטו פרעגן פארוואס איך מאך אזא עסק פון איין נערישע BUT? להודיעך אז אפילו דער נוטראלער ריפארטער איז אויך בייעסד.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:41 pm#67608
פארווע, אדער פארשטייסטו נישט וואס but מיינט, אדער מאכסטו זיך טאמעוואטע.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:46 pm#67612
גערעכט. ביי די ווארט BUT האב איך געווארפן לימענעס אויף מיין ענגליש טיטשער.

בוט (וואס?) וויאזוי ס'זאל נישט מיינען, וועסטו אויך מודה זיין אז ער האט נישט פארגינען דער וואס וועט ליינען יענע טוויט זאל אוועקלויפן מיט א גוטן טעם אין מויל, ער האט געשפירט פאר זייער וויכטיג צוצולייגן דעם BUT (אין upper case) אז דו זאלסט וויסן אז איך האב נאך עפעס אנדערש אין מיינד, ווי דו וועסט ליינען ווייטער. עפעס וואס ער האט קיינמאל בעפאר נישט געטוהן ווען ער האט געטוויט עפעס פאזעטיוו אין פעיוואר פונעם אנגעבליכע וויקטעם. (על אף וואס דארט איז געווען גענוג און נאך BUT'ס...)
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:09 pm#67625
שעפטל האט געשריבן:נחמי' צבי בן דינה איז יעצט אויפן סטענד!

ער האט שוין געענדיגט זיין טעסטימאני. יעצט איז קראס-עקזעם
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:23 pm#67626
שעפטל האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:נחמי' צבי בן דינה איז יעצט אויפן סטענד!

ער האט שוין געענדיגט זיין טעסטימאני. יעצט איז קראס-עקזעם

קרויס עקזעם כצ"ל
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:25 pm#67627
אין אן אנדערער פלאץ, און אין אן אנדערען צייט, וואלטן אידן איצט געציטערט פחד מות. דער גלח וואלט שוין געגרייט זיין דרשה, דער פרוץ וואלט גערייצט די הינט, און די גוים וואלטן געשארפט די מעסער, זיך נוקם צו זיין אין די יידן, די קרייץ מערדער. אזא משפט וואלט געלייגט אין געפאר גאנצע שטעט און דערפלעך להרוג ולאבד למכה ולחרפה.

ווי אנדערש איז היינט, מיר זיצן דא אין טרינקן קאווע רואיג, יעדער זאגט זיין דעה, זיין בויך סברה, און די וועלט פארט ווייטער. דער משפט איז סך הכל אינטערעסאנטע מקוה נייעס פונקט ווי די חאמאס געשאסענע ראקעטן פון לעצטע וואך, ס׳רירט נישט קיינעם אהן פערזענליך חוץ די גאר נאנטע משפחה פון ביידע צדדים.

אפשר דארפן מיר אבער יא נעמן אין אכט וואס דא גייט פאר, אפשר רירט עס אונז יא אהן פערזענליך..

טראכט א מינוט, וויפיל נאך אזעליכע סומאטאכעס קענען מיר אויסהאלטן? וויפיל נאך שקאנדאלן קענען מיר פארטראגן? יעדער אזא פרשה ציפט און רייסט אוועק די צאמהאלטונג פון אונזער געזעלשאפט, מיר פארלירן טאג איין און טאג אויס נאך א קומץ יונגעלייט, נאך אפאר ווייבלעך, בגוף ובנפש. טאקע דער גלח העצט נישט, די מעסער קעגן אונז שארפט מען נישט, אבער מיר זענען פונקט אזוי אין געפאר, און דאס מאל קומט דאס געפאר מתוך המחנה.

איטליכע טענה׳ן אז מיר דארפן פשוט בעסערע פי. אר., פראביר אבער אנצוטוהן א חזרת א ריין ווייסע כלה קלייד, א חזרת בלייבט חזיר און וועט זיך ווייטער וואלגערן אין בלאטע און קוויטשען מיט שמחה טאנצענדיג אין א טאפ צואה.

דא ביי דעם קעיס האט מען מגלה טפח געוועהן אויף גניבות וואס אהן אזעליכע גניבות קען אונזער קהילה נישט אויסלעבן דעם טאג. וויפיל נאך קעיסעס וועט דארן ביז אלע אונזערע גארבידש וועט זיין אויף דיספלעי לעיני כל הגוים? ווי לאנג נאך ביז די פאליטישע פירער וועלן זיך שעמען און אונזער ד׳ אמות שטיין. וועליכע פי. אר. קען פארוואשן אונזערע שמיי-דרייעליכע פינאנצן? וויאזוי פארטיידיגט מען אונזער בתי דין, כוללים וואס גנבענען פעלל און טעפ גרענטס, וויקטים און עדות אינטימידעשאן, וכו׳ וכו׳?

שששא... הערט אייך איין שטיל וועט איר הערן די מעסערס שארפן, די הונט רינט שוין די שפייעכץ, אבער דאס מאל זענען מיר די הייצער און די שארפער, מיר קאכן זיך אליין אפ דעם טעפל צואה, נו רבותי.. גיימער כאפן א רקידה׳לע...
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:31 pm#67628
Starbucks האט געשריבן:אין אן אנדערער פלאץ, און אין אן אנדערען צייט, וואלטן אידן איצט געציטערט פחד מות. דער גלח וואלט שוין געגרייט זיין דרשה, דער פרוץ וואלט גערייצט די הינט, און די גוים וואלטן געשארפט די מעסער, זיך נוקם צו זיין אין די יידן, די קרייץ מערדער. אזא משפט וואלט געלייגט אין געפאר גאנצע שטעט און דערפלעך להרוג ולאבד למכה ולחרפה.

ווי אנדערש איז היינט, מיר זיצן דא אין טרינקן קאווע רואיג, יעדער זאגט זיין דעה, זיין בויך סברה, און די וועלט פארט ווייטער. דער משפט איז סך הכל אינטערעסאנטע מקוה נייעס פונקט ווי די חאמאס געשאסענע ראקעטן פון לעצטע וואך, ס׳רירט נישט קיינעם אהן פערזענליך חוץ די גאר נאנטע משפחה פון ביידע צדדים.



און דאס איז אלץ א דאנק כ"א כסלו?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:32 pm#67629
סטארבוקס, איך הער ליידער זייער גוט די מעסער שארפען און די הינט בילען ווען ס'רינט זיי די שפייעכץ, טאקע נישט פון גלח אדער פריץ, נאר פון א אייגענע ברודער, פון איינער וואס איז געבוירען צו אידען, פון דיין תגובה הערט זיך זייער קלאר און הויעך די העצעריי בילעריי און שארפעריי...
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:33 pm#67630
בן תמליון שעפטל און די רעסט ריפארטערס: טענקס פאר אונז האלטן אפדעיטעט! ק.נ.א. סיינינג אוט... (ראשי תיבות: קאווע נייעס אגענטור...)
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:34 pm#67631
צדיק, איך האב דיר געלייקט, אבער עס קומט ליידער צו וויינען.

און יא, מען רייצט יא די הונט, דער גלח גרייט יא צו די דרשה, מען שארפט יא די מעסערליך, אבער אויף אן אנדערן וועג ווי אמאל, מער דיפלאמאטיש, א בחינה פון 'מיד אחי מיד עשו'.

אוי, דארף מען רחמי שמים.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:39 pm#67632
וואס איז געשען starbucks סטאקס איז געפאלען? פליז relax, יעדער איז אנגעצוגען יעדר נעמט עס ערענסט אין פערזענליך,
די גאנצע וועלט (וואס ליינען צייטונגען און בלאגס) ווייסט פון אלע אונזערע גנבות סאיז אלטע נייעס,
די פאלעטישענס האבען זייער דיקע הויט זיי האבען נישט קיין מידת בושה, ווילאנג אונז גייען to the votes וועלן זיי אונז בעקן
איך ווייס נישט אויב אונז דארפען פארטיידיגען אונזער בתי דינים , סאיזגוט וויאזוי עס איז, עולם כמנהגו נוהג ...
אונזר כח הנהגה דארף א שטארקע תיקון!
 
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:44 pm#67634
למעשה, ווי אזוי קוקט עס אויס נאכן היינטיגן טאג?
איינעמ'ס דעת איז געווארן געטוישט מער לטובת ר' נ"ו?
וואס גייט זיין מארגן דער פראגראם?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:48 pm#67635
Pervaiz Shallwani ‏@Pervaizistan
Def. attorneys ask Weberman right off the bat if he ever "inappropriately touched" victim. He testifies: "never ever." #webermantrial @WSJNY

Weberman: no counseling training. Career began after approached by a family member. Since, business grown by word of mouth.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:10 pm#67639
דער דעפענס האט געוואלט ברענגן שאלאמאן זאל טעסטיפייען
היינט צופרי איז געווען א קאנפרענס דער דזשאדזש און דער לויער און די DA, און דער דזשאדזש האט געזאגט אז אויב קומט שאלאמאן אראפ, גיייט מען אים ארעסטירן. ווייל ווען ער האט נאך געהאט זיין קעיס האט ער נישט געטארט רעדן מיט איר, און זי האט עדות געזאגט אז ער האט יא גערעדט מיט איר יענע צייטן.

ע"כ קען ער נישט קומען עדות זאגן, וואס איז ליידער א גרויסע שאדן פאר וועבערמאן, ווייל ער זאגט קלאר אז די מעשה האט מען געמאכט אלס נקמה פארן אים ארעסטירן
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:17 pm#67641
אויב דארף מען עם ארעסטירען זאל מען דאס טון , וואס האט עס מיט דעם אז ער קומט עדות זאגען ??? זאל ער גיין און תפיסה און ארויס קומען זאגען עדות!
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:18 pm#67642
הירשל ציג האט געשריבן:
Starbucks האט געשריבן:אין אן אנדערער פלאץ, און אין אן אנדערען צייט, וואלטן אידן איצט געציטערט פחד מות. דער גלח וואלט שוין געגרייט זיין דרשה, דער פרוץ וואלט גערייצט די הינט, און די גוים וואלטן געשארפט די מעסער, זיך נוקם צו זיין אין די יידן, די קרייץ מערדער. אזא משפט וואלט געלייגט אין געפאר גאנצע שטעט און דערפלעך להרוג ולאבד למכה ולחרפה.

ווי אנדערש איז היינט, מיר זיצן דא אין טרינקן קאווע רואיג, יעדער זאגט זיין דעה, זיין בויך סברה, און די וועלט פארט ווייטער. דער משפט איז סך הכל אינטערעסאנטע מקוה נייעס פונקט ווי די חאמאס געשאסענע ראקעטן פון לעצטע וואך, ס׳רירט נישט קיינעם אהן פערזענליך חוץ די גאר נאנטע משפחה פון ביידע צדדים.



און דאס איז אלץ א דאנק כ"א כסלו?


וועליכע פרט?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:27 pm#67645
אוהב דעת האט געשריבן:אויב דארף מען עם ארעסטירען זאל מען דאס טון , וואס האט עס מיט דעם אז ער קומט עדות זאגען ??? זאל ער גיין און תפיסה און ארויס קומען זאגען עדות!


שאלאמאן איז נישט גרייט צו גיין אין תפיסה
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:41 pm#67647
מיין שאלה איז וואס האט דאס עדות זאגען מיט די תפיסה ???
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:41 pm#67648
וואס איז פשט פון זאגן אז אויב יענער גייט קומען עדות זאגן גייט מען איהם איינשפארן אויף א אלטע עבירה?
אויב דארף מען איהם איינשפארן שפאר איהם איין, אויב נישט שפאר איהם נישט איין, וואס האט דאס מיט די קעיס?

אוהב האקט
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:43 pm#67650
צדיקל האט געשריבן:דער דעפענס האט געוואלט ברענגן שאלאמאן זאל טעסטיפייען
היינט צופרי איז געווען א קאנפרענס דער דזשאדזש און דער לויער און די DA, און דער דזשאדזש האט געזאגט אז אויב קומט שאלאמאן אראפ, גיייט מען אים ארעסטירן. ווייל ווען ער האט נאך געהאט זיין קעיס האט ער נישט געטארט רעדן מיט איר, און זי האט עדות געזאגט אז ער האט יא גערעדט מיט איר יענע צייטן.

ע"כ קען ער נישט קומען עדות זאגן, וואס איז ליידער א גרויסע שאדן פאר וועבערמאן, ווייל ער זאגט קלאר אז די מעשה האט מען געמאכט אלס נקמה פארן אים ארעסטירן

שמעקט נישט מיט intimidation?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:44 pm#67651
אין אנדערע ווערטער: דער דזשאדזש האט נישט געוואלט אז עס זאל זיין אזא קלארע באווייז קעגן די קעיס פון קרויס, האט ער נישט געוואלט לאזן די עדות קומען זאגן בעד וועבערמאן.

(הגם איך ווייס נאכנישט וואס ער וואלט דארט געזאגט).
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:47 pm#67652
ס'הייסט נאר טאמער קומט ער אין געריכט קומט אים תפיסה? כאפניש.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:48 pm#67654
ענן כבד האט געשריבן:ס'הייסט נאר טאמער קומט ער אין געריכט קומט אים תפיסה? כאפניש.

ווי ס' קוקוט מיר אויס האלט ער אז ס' קומט איהם תפיסה פאר אלטע חטאים און אויב גייט ער קומען עדות זאגן גייט ער איהם עס צוטיילן
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:53 pm#67656
נס קאווע האט געשריבן:
ענן כבד האט געשריבן:ס'הייסט נאר טאמער קומט ער אין געריכט קומט אים תפיסה? כאפניש.

ווי ס' קוקוט מיר אויס האלט ער אז ס' קומט איהם תפיסה פאר אלטע חטאים און אויב גייט ער קומען עדות זאגן גייט ער איהם עס צוטיילן

אוי! ווער ווייסט וואס ער האלט אויף מיר? א מזל כ'בין נישט אהינגעגאנגען...

ערנסט גערעדט, קוקט מיר די גאנצע שמועה אויס צו זיין הוילע שטותים.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:58 pm#67659
אולי, דאס איז וואס דער עולם דא זאגט
און יו נעווער נאו וואס ווארט דיר ווען דו שטעלסט דיך אויף אין קארט
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:05 pm#67661
@OrenNYDN
#weberman off the stand. He admitted to running a charity and acknowledged it was used to buy lingerie, pay tuition and get a salary for him

also said he was once a driver of Grand Rebbe Moses Teitelbaum and is a rare person who's respected by both Satmar factions.

איינער קען מיר זאגן פשט? איז דאס טאקע דאס גאנצע וואס ער קען מיר ריפארטן נאך א געריכט סעסיע ווי דער אנגעקלאגטער האט טעסטיפייד און דורכגעגאנגן א קראוס עקזעם?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:17 pm#67667
פארווע האט געשריבן:
@OrenNYDN
#weberman off the stand. He admitted to running a charity and acknowledged it was used to buy lingerie, pay tuition and get a salary for him

also said he was once a driver of Grand Rebbe Moses Teitelbaum and is a rare person who's respected by both Satmar factions.

איינער קען מיר זאגן פשט? איז דאס טאקע דאס גאנצע וואס ער קען מיר ריפארטן נאך א געריכט סעסיע ווי דער אנגעקלאגטער האט טעסטיפייד און דורכגעגאנגן א קראוס עקזעם?



'אבדזשעקטיוו מידיע' בתפארתו.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:28 pm#67672
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:00 pm#67685
די וועבערמאן עדות היינט און די אנדערע עדות.

היינט האט ר׳ נחמי אויפגעטרעטן און זיין אייגענע דיפענס און ב״ה געמאכט א פאזעטיווען איינדרוק.
פארדעם האט אויפגעטרעטן איין ווייבל און איין מיידל וואס זענען בקרב חסדים וואס ר׳ נחמי האט געטון פאר יעדעם איינעם אויך געטאן א חסד פאר זיי און זיי אריינגענומען וואוינען ביי זיך אינדערהיים פאר אומזיסט (בחנם אין כסף פאר די אלע וואס האבן געשריגן אז ער איז געלט גייציג)

ביידע האבן בפה אחד ארויסגעברענגט ווי איידל און שיין ר׳ נחמי האט זיך צו זיי באנומען אבער און די זעלבע צייט פעסט אנגעהאלטן די הלכות צניעות מיט זיי, איין מיידל וואס איך מיז מקדים זיין אז זי איז ״נישט״ קיין היימיש מיידל ״האנט צוטאגס״ האט געזאגט אז זי האט געוואוינט ביי ר׳ נחמי צוויי גאנצע יאר און עס איז ״קיינמאל״ נישט פארגעקומען אפילו איין אינצידענט וואס קען א טראפעלע ווייסן אויף אימצניעות.

דערנאך איז ארויסגעקומען א ״באמבע״ רעוועלעשאן... הערט און שטוינט און פאר די וואס זענען self heating jews. הערט און ״קראכט״
די מעין ראי וואס די פראסעקיוטער האט געהאט אונטערגעשטיצט ביי קרויסטע איז אז ר׳ נחמי׳ס אפיס (קינדס שלאף צימער בלע״ז) איז געווען פארמאכט מיט דריי שלעסער ממילה האט קיינער נישט געקענט אריינקומען און ער איז געווען פריי צו טאן מה שלובו חפץ.

הערט וואס די עדות האט געזאגט היינט (געדענקט מען רעדט דא פון א נישט היימיש מיידל וואס האט געוואוינט ביי ר׳ נחמי צוויי גאנצע יאר)
שלאס נומבער איינס וואס דאס איז די הענטל פון די טיר האט בכלל נישט געהאט קיין שלאס.
שלאס נומבער צוויי איז נישט געווען אליינד מיטן ריגל און מען האט דאס קיינמאל נישט געקענט פארמאכן אפילו מען זאל ווען וועלן.
שלאס נומבער דריי איז געווען די איינציגסטע שלאס וואס האט געארבייט און דאס איז געווען א נומבער שלאס, וואס די גאנצע וועבערמאן משפחה האט געקענט די נומבער.

ווארט צו... און מען האט רעפרעזענטעט די קארט מיט בילדער פון די שלעסער און כשמה כן הוא.

קודם כל האט מען געכאפט די קרויסטע מיט א אפענע און גראבן ליגענט וואס די פראסעקיוטער האט זיך געמיזט פארמאכן דאס פיסק און איינעמען א וויסטן שטיל שווייגעניש.

דערנאך צו אלע דא וואס גלייבן אזוי די קרויסטע! אויב איז די מעשה אזוי אמת דאן פארוואס דארף דאס מיידל זאגן אזעלעכע גראבע ליגענטס???

דערנאך איז געווען א ברעיק און ר׳ נחמי אליין איז אויפגעטרויטן.
קודם איז מען אסאך איבערגעגאנגען סתם דעיטס פון די קעיס.
דערנאך האט די לאיער געגעבן פאר ר׳ נחמי א געלעגענהייט דורך שאלה׳ת צו ערקלערן וואס זיין זשאב איז געווען און וואס זיין ציל איז געווען מיט די מיידלעך.
און קורץ די ענפער! צו ראטעווען זייער לעבן.
דערנאך איז די פראסעקיוטער ארויףגעקומען און געפרעגט ר׳ נחמי צו האט ער אמאל גענימען דאס מיידל מיט די קעגענערשאפט פון די מאמע אויף מאנסי.
און קורצן די ענפער די מאמע האט טאקע נישט געוואלט אבער די טאטע האט אים דירעקט אינסטראקטעט איר יא צונעמען!
דערנאך האט דער פראסעקיטער געפרעגט נחמי וואס ער האט געזאגט פאר די מאמע נאך איר קעגענרשאפט וואס אויף דעם האט אים די מאמע געשיקט א בריוו אים איבערצובעטן!
הערט און שטוינט! ער האט געזאגט פאר די מאמע אז אויב וויל זי אים נישט לאזן דילען מיט דאס מיידל אויף די וועג וואס ער האלט איז נויטיג דאן איז דא נאך גוטע טעראפיסטן און די מאמע קען שיקן צו זיי!

(אה און ער איז ממש געווען פארליבט און דאס מיידל אבער ער האט אליינס אנגעטראגן און נאך מער געשטיפט אז די מאמע זאל איר אוועקשיקן צו אן אנדערע טעראפיסט)

די פראסעקיושן האט ווייטער זיך פארמאכט דאס מויל

נאך מער איז מען געוואר געווארן אז דאס מיידלס טאטע האט געגעבן פאר ר׳ נחמי ״זיין״ אייגענע קאר איר צו טראגן.

נאך די אלע דורכפעלער האט די פראסעקיוטער מער נישט געוואלט רעדן פון די קעיס נאר ער האט אנגעפאנגען צו רעדן פון געלט זאכן וואס איז געגאנגען אהער און אהין (נישט פון די געלט וואס ער האט באקומען פון קרויס) אבער מער נישט קיין ווארט פון דעם קעיס!!!!
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:04 pm#67689
יאסעלע אויב איז אלעס קראנט וואס דו זאגסט איז דאס גוטע נייעס 2 פאכיג. דער מיידל איז דאך ''נישט היימיש'' און זי איז אויף וו"ב זייט, וועט איצט זיין סאך גרינגער פאר די קיהלע חברה דא צו שטיין מיט וו"ב.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:06 pm#67691
יאסעלע, א דאנק פאר דעם באריכט.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:10 pm#67692
א דאנק אייך יאסל, וואס איז דער מקור צו אייער באריכט? האלט איר מיט די פארהערן?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:11 pm#67694
איך שרריב וואס איך אליינס האב געזען און געהערט!
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:20 pm#67695
יאנקל האט געשריבן:יאסעלע, א דאנק פאר דעם באריכט.


גם אני מצטרף.
ובבקשה על העתיד, קיפ אפ.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:21 pm#67697
שמעקעדיג האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:יאסעלע, א דאנק פאר דעם באריכט.


גם אני מצטרף.
ובבקשה על העתיד, קיפ אפ.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:24 pm#67699
אינטרעסאנט אז קרויס האט געזאגט עדות ,וואס פעלט נישט אויס, אז סגעווען דריי שלעסער בזמן וואס מקען אויפווייזן פארקערט
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:40 pm#67703
זר זהב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:יאסעלע, א דאנק פאר דעם באריכט.


גם אני מצטרף.
ובבקשה על העתיד, קיפ אפ.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:47 pm#67706
איך כאפ נישט וואס דא טוט זיך, זענען די מענטשן אינגאנצן משוגע? אויב מען האט געכאפט דאס מיידל ביי אפענע ליגנס, פארוואס איז זי נאך בכלל באגלייבט איינצוזעצן א מענטש לעולם ועד????? דער גאנצער משפט מיט אלע צדדים לכאן ולכאן האנדלט זיך איבער דאס עדות פון א מיידל א שקרנ'טע! אומגלויבליך וואס מיר האבן זיך דערלעבט אין אמעריקע, ממש נוסח סדום.
צו די אלע וואס פארטיידיגן נאך דאס מיידל וואלט איך געוואלט פרעגן, איר וואלט איר געבארגט א הונדערטער?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 9:16 pm#67710
איך וויל מקדים זיין א רפואה פאר די מכה.
נחום ראזענבערג מעדלט יעצט אויף זיין האטליין אז ער גייט לאזן א מעסיטש אויף זיין האטליין ניין אזייגער איבער וואס האט זיך היינט אפגעשפילט און קארט און וועגן עפעס א ארגעינעזעשן אקאוינט וואס ר׳ נחמי האט.

לאמיך אייך זאגן איך בין געווען אין קארט היינט און נחום ראזענבערג האט פארלאזט די קארט (איך האב אים געזען ארויסגיין) נאך פאר מען האט בכלל אנגעפאנגען צו רעדן פון געלט זאכן דארט.

ער גייט פראבירן צו פארקויפן א מעשה ווי גלייך ער האט דאס מיטגעהאלטן איך בין אן עדות אז דער רשה איז ״נישט״ דארט געווען.
דארט איז געווען דיעגא א באוויסטער דראג גדיקט און איינער מיט שווארצע זאקן וואס האט זיך באנומען צו אלע גארדס ווי א חיה און אונז אלע פארשעמט (אויב איז נאך דא וואס צו פארשעמען נאך וואס אלע רשעים האבן אונז שוין באשמיצט ווי מען קען נאר) וואס דער שווארצע זאקן שלעפט זיך נאך נחום ווי ער גייט, אבער איך האב פראבירט אים עפעס צו פרעגן און ענגליש האט ער נישט פארשטאנען וואס איך זאג, ער איז די איבערזעצער פאר נחום פון וואס עס איז היינט געווען און קארט ער קען נאר נישט קיין ווארט ענגליש...
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 9:40 pm#67715
יאסעלע, תודה רבה.....און מיסטער אורן יניב דערציילט אונז גארנישט

יאסל, האסט עפעס געקענט ליינען אויף די דזשורי בשעת וועבערמאן׳ס עדות׳שאפט.

און וויזוי האט די דזשאדש אנגענומען זיינע ווערטער

עניוועי, קיפ אפ יאר גוד ווארק
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:04 pm#67722
וועבערמאן האט בלויז איין שטארקע פונקט וואס איז לטובתו,
אז ס'נאר דא בלויז איין וויקטים,
ווען ס'וואלט געווען 2, וואלט דער מענטש נישט געהאט קיין 1% שאנס,
און אפי' מיט 1 וויקטים ברויך ער אויך גרויסע ניסים גלוים,
מיין פרעדיקשן זאגט אז לדאבונינו גייט די ווערדיקט זיין גילטי, גילטי, גילטי...
כ'זעה נישט קיין תועלת פון האבן פאלשע האפענונג,
דער מענטש ווארט נעבעך אפ לעבנלענגליכע תפיסה,
דאס הארץ רייסט,
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:06 pm#67725
איך זאג צווישען צען און צוואנציג יאר.
אויב בעט ער איבער די אנקלעגער (אהן מודה זיין אפילו, ס'שייך) זייער שיין, קען זיין אפילו ווייניגער פין צען.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:08 pm#67726
איינער ווייסט צו מען האט געאפפערט וועבערמאן א פלי-בארגען?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:08 pm#67727
ליינט די ריפארטס און זאגט מיר נישט אז די קעיס איז נישט היינט געגאנגען ווי די מידיא (און די רשעים און אחזרים בראש פון נחום און אפאר אויפגעקלערטע דא ווילן)
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:12 pm#67730
א שטיקל סברא קען זיין לטובתו, זינט די קעיס איז געווארן אזוי ברייט און כסדר׳דיג געדעקט מסוף העולם ועד סופו איז עס אריין אין א היי פראפייל שטאפל וואס דאן קען די דזשורי דיסיידן אלס דוקא׳קייט צו גיין קייגן דעם שטראם, און פרובירן אננצונעמען דוקא אז זי איז א שקרן וכדו׳

עי ערך קעיסי ענטאני ואוי דזשעי סימפסאן

ולה׳ הישועה
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:31 pm#67736
גאלד האט געשריבן:וועבערמאן האט בלויז איין שטארקע פונקט וואס איז לטובתו,
אז ס'נאר דא בלויז איין וויקטים,
ווען ס'וואלט געווען 2, וואלט דער מענטש נישט געהאט קיין 1% שאנס,
און אפי' מיט 1 וויקטים ברויך ער אויך גרויסע ניסים גלוים,
מיין פרעדיקשן זאגט אז לדאבונינו גייט די ווערדיקט זיין גילטי, גילטי, גילטי...
כ'זעה נישט קיין תועלת פון האבן פאלשע האפענונג,
דער מענטש ווארט נעבעך אפ לעבנלענגליכע תפיסה,
דאס הארץ רייסט,

But acording to NR & R' J. H. There is more then one !!
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:32 pm#67737
האט מר פארקאש שוין אויסגעפרעגט דאס ווייבעלע ? מיין הרגש איז, אז דעמאלס גייט זיך עס אינגאנצען איבערדרייען לטובת נחמי, סאיז נישטא קיין הארד עווידענץ! די DA האט שוין גאזאגט ׳אלעס׳ וואס ער האט צוזאגען , אין קיין גרויסע חקירות האבען זיי נישט געמאכט בעפאר , והשלעסער יוכח, די חברה כאפען זיך אן אויף שטרוי .
דער טאטע וויל נישט אויפטרעטן ווייל זיין הארץ זאגט עם אז זיין טאכטער זאגט ליגענט.
,ער קען נחמי ער ווייסט אז ער איז ערליך,
איך בין זייער רואיג איך קען שוין פועלן מיט שמחה.
Btw וואס טוט זיך מיט די ditective קומט ער רעדען???
 
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:39 pm#67740
gehlungen האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:וועבערמאן האט בלויז איין שטארקע פונקט וואס איז לטובתו,
אז ס'נאר דא בלויז איין וויקטים,
ווען ס'וואלט געווען 2, וואלט דער מענטש נישט געהאט קיין 1% שאנס,
און אפי' מיט 1 וויקטים ברויך ער אויך גרויסע ניסים גלוים,
מיין פרעדיקשן זאגט אז לדאבונינו גייט די ווערדיקט זיין גילטי, גילטי, גילטי...
כ'זעה נישט קיין תועלת פון האבן פאלשע האפענונג,
דער מענטש ווארט נעבעך אפ לעבנלענגליכע תפיסה,
דאס הארץ רייסט,

But acording to NR & R' J. H. There is more then one !!


אזוי לאנג די דשורי הערן דאס נישט איז עס לגמרי נישט מעלה ומוריד,