שרגא האט געשריבן:אין די לעצטע 20 יאר זענען דא טויזנטער אנגעקלאגטע, אריינגערעכנט הונדערטער "רעיפיסט", וואס זענען דערקלערט געווארן שולדיג לויט דעם זעלבן יוסטיץ סיסטעם, אבער פינף,צען אדער צוואנציג יאר שפעטער האט DNA איבערצייגט קלאר אז זיי זענען אומשולדיג און זיי זענען ארויס פון תפיסה.
פוינט איז: א דזשורי איז נישט אייביג קיין "פרוף" אז יענער איז טאקע שולדיג, זיי קענען זיך אויך אמאל טועה זיין. איבערהויפט ביי די יעצטיגע קעיס ווען יענער "דעילי ניוס" זשורנאליסט האט קוים צוויי טעג צוריק נאכגעזאגט פון די "אלטערנעיט דזשורארס" אז עס איז "ספליט דאון די מידל" און איין דזשורי האט אים געזאגט נאכ'ן מיטהאלטן די גאנצע פראסעקיושען אז "עס איז נישטא קיין קלארע עווידענס". דעריבער קען איך פארשטיין אז איינער וואס איז פאר א געוויסע סיבה קלאר איבערצייגט אין זיין אומשולד, האלט זיך ווייטער ביי זיינעם און ווערט נישט געטוישט בלויז ווייל "די דזשורי האט אים פאראורטיילט". און עס לאזט זיך אויך ארגומענטירן אז מיט'ן זיין א חסידישער איד, איבערהויפט ווען די פראקורארן האבן אזוי סאך גערעדט דערפון און כסדר געלייגט א דגוש אויף דעם חלק און געוואלט פארבן אין שווארצע קאלירן די גאנצע קאמוניטי, האט ער סייווי געהאט שוואכע שאנסן אז די דזשורי זאל אים ריינוואשן.
נאר למעשה, וואס זאל איך טון אז ליידער בין איך סייווי געווען איבערצייגט אין זיין שולד. און נאך איידער די דזשורי האט אנגעהויבן דן זיין דערויף. ממילא בין איך צופרידן פון דעם חלק אז א מענטש, וואס חוץ די עצם נידריגע מעשים האט ער פארראטן זיין פראפעסיאנאלע אויפגאבע און צומאל גאר מער קאליע געמאכט, גייט מער נישט זיין קיין טעראפיסט פאר קיין מענער אדער פרויען.
פונדעסטוועגן, וויבאלד איך בין נישט קיין זעלבסט-האסנדער חסיד, וואלט מער געשמעקט אויב עס וואלט געקענט צוגיין אויף אן אנדערן אופן, אויף א וועג וואס זאל נישט ברענגען קיין חילול השם, אבער אויב איז אזוי געשען, זאל עס כאטש דינען אלס א גוטער למען ישמעו ויראו. עס זאל דערמאנען די געוויסע פראצענט פון "קראנקע מענטשן", אזוי ווי עס איז דא אין יעדע געזעלשאפט, אז אית דין ואית דיין, אפילו אויף דער וועלט. און עס זאל אויך דינען אלס לעקציע און דערמאנונג פאר איינעם וואס וויל אמאל טראכטן צו פארדעקן חטאים און שטופן אונטער'ן קארפעט אז עס לוינט ענדערש צו נעמען ערנסטע שריט, ווייל צום סוף קען עס קאסטן א טייערערן פרייז.
ביזט כשר גערעכט אז דער אמעריקאנער יוטיץ סיסטעם איז ווייט פון פערפעקט, איך וועל גיין נאך ווייטער און זאגן אז די פריזען סיסטעם איז קוראפטירט, און בפירוש אומליגאל (די קאנסטיטושן ערלויבט נישט "cruel and unusual punishment"), די רציחות און רעיפס וואס זענען מעשים בכל יום אין די תפיסות זענען לכל הדיעות cruel and unusual punishment. אבער יעצט אויף דער מינוט איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, מיר קענען דאך נישט לאזן מערדער און רעיפיסטס גיין פריי.
איך בין אבער מחולק מיט דיר אז דער קעיס איז עפעס מער פון א יחיד נחמיה וועבערמאן אויף טרייעל. מיר זענען די וואס האבן דאס געמאכט א טרייעל אקעגן סאטמאר/חסידים/חרידים מיט די שנאר אקציע, מיט די עדות אינטערדריקונג, מיטן זיך שטעלן אויפן צד פון וועבערמאן פאר די קעיס האט זיך אפילו אנגעהויבן. איי, איניסענט אנטיל פרואוון גילטי? דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף וועבערמאן, משא"כ די נפגעית איז כולו חייב זאל סיי וואס ארויסקומען ביים טרייעל. נישט נאר איז זי אפגעפרעגט, נאר איר פיר יעריגער נעפיו דארף ארויסגעווארפן ווערן פון חדר ווייל זיין מומע איז גילטי אנטיל פארעווער. נישט נאר גלייבט מען איר נישט, נאר מ'פראבירט איר און אירע קרובים מבזה צו זיין מיט ביליגע צונעמען, זונה, מופקרת וכדו'. אפשר וואלט מען געדארפט ווארטן ביזן טרייעל צו הערן וואס אירע טענות זענען, אפשר האט זי גאר באווייזן. בקיצור, מיר האבן זיך טיף אריינגעריקט אינעם פרשה און גענומען פעסט א צד, און מיר האבן זיך זעלבסט געלייגט אויף טרייעל.
ולא עוד, אמאל האט יעדער חדר יינגל געוואוסט אז צווישן זיך קען מען רעדן אפן אבער ווען ס'דא א פרעמדער מאכט מען א שיינעם פנים, מ'גיט א ווארעמער שלום עליכם פאר א האלבע גוי מיט א קוואדער קאפל און א קמץ בארד, און ווי נאר ער פוצט אפ לאכט מען אין די פויסטן. ווער ס'האט מיטגעהאלטן אויף טוויטער האט געזעהן אז אט דער אמאליגער מנהג איז גענצליך נשתכח געווארן. אפילו דער wannabe גרויסער פי.אר. קנאקער יוסי געשטעטנער מיט די דיפעדי-דא פיאות, וואס מ'וואלט געמיינט ער זאל פארשטיין בעסער און נישט טוויטן ברבים ראסיסטישע טוויטס, האט זיך צולאזט היתכן אן "עפריקען אמעריקען" וואגט זיך פראטעסטירן קעגן פארשטילן וויקטימס.
סוף פסוק, מיר האבן געעפנט א פענסטער אריין צו אונזער הויז און יעדער זעהט דעם באלאגאן. מיר וועלן נישט האבן קיין ברירה און מ'עמער מוזן מאכן א חשבון הנפש און תשובה טוהן.