פארומס › איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

165 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7459
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יוני 09, 2020 2:52 am#450990
Its abusive. Period.
You can always find רמבם'ס מיט גאנצעטע דאקטוירים וואס וועלן עס אקעי'ען אבער אין אמתן אריין - אין וואס פארא mood איז דער שלעגער געווען ווען ער האט דאס געטון?

און פארוואסזשע גייט זיין מח די וועג? אמתע פעטש למען החינוך קען ווערן געגעבן אויף די הענט.
פארוואס מוז עס זיין פונקט דארט?
מיטוואך יוני 10, 2020 8:25 am#451123
דעת האט געשריבן:Its abusive. Period.
You can always find רמבם'ס מיט גאנצעטע דאקטוירים וואס וועלן עס אקעי'ען אבער אין אמתן אריין - אין וואס פארא mood איז דער שלעגער געווען ווען ער האט דאס געטון?

און פארוואסזשע גייט זיין מח די וועג? אמתע פעטש למען החינוך קען ווערן געגעבן אויף די הענט.
פארוואס מוז עס זיין פונקט דארט?

איך גיב נישט גערעכט אויף דעם עצם אקט
אבער איינע פון די סיבות איז ווייל נישט קיין חילוק ווי שטארק מען וועט פראקן וועט מען כמעט נישט מאכן קיין פיזיקל שאדן.
מיטוואך יוני 10, 2020 8:46 am#451124
טובה האט געשריבן:

פיזיקל אפשר נישט. עס איז זייער דעגרעידינג און עס גרעניצט זיך מיט סעק... עביוז.
מיטוואך יוני 10, 2020 9:29 am#451133
דעת האט געשריבן:

האסט גוט פארשטאנען
זאגט איבער מיינע רייד מיט אנדערע ווערטער...
דינסטאג יוני 30, 2020 9:53 am#453400
דעת האט געשריבן:Its abusive. Period.
You can always find רמבם'ס מיט גאנצעטע דאקטוירים וואס וועלן עס אקעי'ען אבער אין אמתן אריין - אין וואס פארא mood איז דער שלעגער געווען ווען ער האט דאס געטון?

און פארוואסזשע גייט זיין מח די וועג? אמתע פעטש למען החינוך קען ווערן געגעבן אויף די הענט.
פארוואס מוז עס זיין פונקט דארט?

ווי אזוי ביסטו מציע צו געבן אויף די הענט, אזוי ווי די מלמדים מיט א שטעקן אויף די פלאך פון די הענט ?
מיטוואך יולי 01, 2020 9:30 pm#453534
קען זיי אז איך האק אריין, אבער איך פארמאג אויף מיין קערפער צוויי שווערע וואונדן וועלכע גייען קיינמאל נישט פארהיילט ווערן, איינס איז אויף מיין פנים, אטן די צווייטע אויף מיין פוס, דאס זענען די רעזולטאטן פון א מלמד'ס אויפרייס אויף מיר פאר גאר א לאנגע צייט צוריק, דאס איז חוץ פון די אומצאליגע גייסטישע וואונדן מיט וואס איך ספראווע זיך א גאנצער לעבן א דאנק די פארשאלטענע חינוך סיסטעם וואס איך בין אריבער ספעציעל ביי דעם גרוילהאפטיגער קאניבאל, (דער מלמד איז געשטארבן פון א מיתה משונה בדרך אגב).

די משוגעת פון טיילן קלעפ איז אומדערהערבאר, איך בין אמאל אריבערגעגאנגען א חדר און געזען א מלמד וויל שלאגן א קינד אין הויף, כ'בין צוגעלאפן און אים פיזיש אפגעהאלטן פון דאס טון (פארשטייט זיך בדרך כבוד) אויב טיילט מען נאך פעטש אין א חדר איז נישטא קיין ברירה נאר אויפהייבן א טעלעפאון צום מנהל המוסד און ארויסזען דעם שלעגער פאר יעדן פרייז!
מיטוואך יולי 01, 2020 9:52 pm#453538
מאך זיכער האט געשריבן:קען זיי אז איך האק אריין, אבער איך פארמאג אויף מיין קערפער צוויי שווערע וואונדן וועלכע גייען קיינמאל נישט פארהיילט ווערן, איינס איז אויף מיין פנים, אטן די צווייטע אויף מיין פוס, דאס זענען די רעזולטאטן פון א מלמד'ס אויפרייס אויף מיר פאר גאר א לאנגע צייט צוריק, דאס איז חוץ פון די אומצאליגע גייסטישע וואונדן מיט וואס איך ספראווע זיך א גאנצער לעבן א דאנק די פארשאלטענע חינוך סיסטעם וואס איך בין אריבער ספעציעל ביי דעם גרוילהאפטיגער קאניבאל

אנדערע וואלטן געזאגט אז יעצט דארף מען זיך שוין נישט ספראווען מיט די קריטיק דיינער ווייל ס'קומט אלץ פון ווייטאג וכו' וכו' בלא בלא בלא און מ'קען ווייטער דמיונען אז ס'עקזיסטירט קיין רשעות און פראבלעמען ביי אונז, איך פארשטיי אבער נישט די סארט טראכטנגסגאנג, איך זעה די זאך פונקט פארקערט, פון דיינע ווערטער זעה איך נאר נאך שטערקער דאס רשעות, דאס אליינס אז א מענטש קען זיין אנגעווייטאגט נאך אזויפיל יארן דאס אליינס צייגט ווי גרויס די חורבן איז, נישט אזוי?
פרייטאג יולי 24, 2020 3:12 pm#455092
E67DF5BF-EEBF-413D-93F6-5E451949D105.jpeg

במשנתו של קאנפושעס. אין אונזער פאל קען עס אפשר אנגעקוקט ווערן ווי להבדיל צום באשעפער; שהוא ואתה חייבים בכבודי.
פרייטאג יולי 24, 2020 6:32 pm#455101
זרחי האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:Its abusive. Period.
You can always find רמבם'ס מיט גאנצעטע דאקטוירים וואס וועלן עס אקעי'ען אבער אין אמתן אריין - אין וואס פארא mood איז דער שלעגער געווען ווען ער האט דאס געטון?

און פארוואסזשע גייט זיין מח די וועג? אמתע פעטש למען החינוך קען ווערן געגעבן אויף די הענט.
פארוואס מוז עס זיין פונקט דארט?

ווי אזוי ביסטו מציע צו געבן אויף די הענט, אזוי ווי די מלמדים מיט א שטעקן אויף די פלאך פון די הענט ?

איך האלט נישט פון געבן אויף די הענט אויך נישט איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען א פוינט. איך האלט אז corporal punishment איז נישט א זאך וואס דורות אין גלות דערהייבן.
פרייטאג יולי 24, 2020 7:06 pm#455103
לייגען אין קארנער?
מוצ"ש יולי 25, 2020 9:56 pm#455104
הקטן האט געשריבן:לייגען אין קארנער?

Not sure whether you're taking me/us for a ride or what but I think you know the answer.
זונטאג יולי 26, 2020 9:24 am#455130
דעת האט געשריבן:... איך האלט אז corporal punishment איז נישט א זאך וואס דורות אין גלות דערהייבן.

דעת האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:לייגען אין קארנער?

Not sure whether you're taking me/us for a ride or what but I think you know the answer.

Im not sure what you suggest, many kids would prefer a Petshel and move on over Time-Out or any other type of punishment

און זייער אסך פעלער די וואס זענען מקפיד נישט צי געבן פעטש ח"ו וועלן שרייען און פארשעמען א קינד ברבים, אדער אנדערע פאריקטע עונשים, וואס לאזט איבער אסך א טיפערע וואנד ביים קינד - בעיני ראיתי

געבען א פעטשל ברציעה קטנה איז נאך די געזינסטע פאנישמענט, און איז וויכטיג אויפציוואקסען געזינט און נארמאל
זונטאג יולי 26, 2020 10:52 am#455132
How about נישט דאס נישט דאס און נישט דאס?

לגבי פעטש - ווי אפט? וואס מיינט 'א פעטשל'? אלץ פאנישמענט פאר?
זונטאג יולי 26, 2020 10:54 am#455133
דעת האט געשריבן:איך האלט נישט פון געבן אויף די הענט אויך נישט...
איך האלט אז corporal punishment איז נישט א זאך וואס דורות אין גלות דערהייבן.

דעת האט געשריבן:לגבי פעטש -
וי אפט? וואס מיינט 'א פעטשל'? אלץ פאנישמענט פאר?

וואספארא שאלה איז דאס?!?
איז דען דא א זמן אדער מקום וואס א פעטשעל איז יא אויסגעהאלטן?!?
ווער געט דיר רשות אויף יענעמס גוף?

איז נישט קארפעל פאנישמעט אסור בתכלית האיסור!!!
קום אריין מער קלאר.
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:21 pm#460348
לאמיר שוין זאגן אז געבן א פראק בדרך אגב און ספאנטאן ווען מען איז באגאנגען אן עולה איז אזאך וואס מען וועט שוין אראפשלינגען. אבער היעלה על דעת צו מאכן א הכנה און צוביסלעך צוגיין און אנגרייטן זיך אין דעם קינד צו דעם פראק צו דאס איז נישט מער שאדן ווי הילף מער לעבנסלענגיכע עביוס קאשמאר פאר אייער געשמאקע תאווה פון א פראק.

טראכט איין מינוט פאר דו לייגסט אים איבער און ציסטעס אראפ. ביסטו גרייט פאר א לאנגטערם שאדן?
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:04 am#460399
טובה האט געשריבן:לאמיר שוין זאגן אז געבן א פראק בדרך אגב און ספאנטאן ווען מען איז באגאנגען אן עולה איז אזאך וואס מען וועט שוין אראפשלינגען. אבער היעלה על דעת צו מאכן א הכנה און צוביסלעך צוגיין און אנגרייטן זיך אין דעם קינד צו דעם פראק צו דאס איז נישט מער שאדן ווי הילף מער לעבנסלענגיכע עביוס קאשמאר פאר אייער געשמאקע תאווה פון א פראק.

טראכט איין מינוט פאר דו לייגסט אים איבער און ציסטעס אראפ. ביסטו גרייט פאר א לאנגטערם שאדן?

"לעבנסלענגליכע עביוס קאשמאר" ? מיך האט מען אלץ קינד איינמאל אראפגעצויגען די הויזן און גוט אריינגעפראקט און אוי האט דאס געהאלפען ! לעבנסלענגליכע קאשמאר ? דו ביסט מגזים
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:12 am#460402
ATUB @זרחי ATUB ס'מיז זיין ביסט טוף אין דינייעל! דיין סוב קאנשעס איז damaged for good!
די קאשמאר וועט נאך איין טאג ארויף שווימען
just kidding

איך גלייב נישט די שואל האט געהאט זיין ספק אויב אראפציען די הויזן איז אויסגעהאלט אדער נישט
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:58 am#460409
איך האב אויך געכאפט אלץ קינד און איך האב פיין געכאפט די מעסעדש (טאקע נישט אראפגעצויגן די הויזן אבער שוין :D ), איך מיין אז ס'ווענדט זיך אין די קלוגשאפט פון דאס קינד, א קלוג קינד פארשטייט וואס מ'וויל פון איהם, א נאריש קינד כאפט נישט וואס מ'וויל און ער ווערט צומישט און וואטעווער. וואס איז זיכער איז זיכער, אויב מ'האט שוין איבערגעפראקט איינס צוויי מאל און ס'האט גארנישט אויפגעטון איז נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז דאס דריטע מאל וועט עס יא אויפטון, זעהט אויס אז דאס קינד כאפט נישט וואס מ'וויל און מ'דארף זוכן אן אנדערע וועג איהם אויפצוקלערן.

The definition of insanity is doing the same thing over and over again and expecting a different result
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:21 am#460411
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב אויך געכאפט אלץ קינד און איך האב פיין געכאפט די מעסעדש (טאקע נישט אראפגעצויגן די הויזן אבער שוין :D ), איך מיין אז ס'ווענדט זיך אין די קלוגשאפט פון דאס קינד, א קלוג קינד פארשטייט וואס מ'וויל פון איהם, א נאריש קינד כאפט נישט וואס מ'וויל און ער ווערט צומישט און וואטעווער. וואס איז זיכער איז זיכער, אויב מ'האט שוין איבערגעפראקט איינס צוויי מאל און ס'האט גארנישט אויפגעטון איז נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז דאס דריטע מאל וועט עס יא אויפטון, זעהט אויס אז דאס קינד כאפט נישט וואס מ'וויל און מ'דארף זוכן אן אנדערע וועג איהם אויפצוקלערן.

The definition of insanity is doing the same thing over and over again and expecting a different result

דאס איז לכאורה אמת,ביי מיר האט עס געהאלפען פאר יארן און בכלל האב איך נאר געחאפט פעטש 5 אדער 6 מאל מיינע אלע קינדערישע יארן,און מען רעדט דא פון א תקופה וואס פעטש איז געווען נארמאל
דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 7:27 am#481398
רעק״א ברענגט אראפ אין יו״ד סימן רמ סעיף כ, ״וז"ל מהריק"ש המכה בנו קטן יותר מדאי היו מנדין אותו פסקי תוס' מ"ק פ"ג עכ"ל״. די שאלה איז וואס מיינט ״יותר מדאי״ און צי עס איז תלוי בהשתנות הזמן וכו׳.
דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 10:38 am#481403
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
מי אני
רעק״א ברענגט אראפ אין יו״ד סימן רמ סעיף כ, ״וז"ל מהריק"ש המכה בנו קטן יותר מדאי היו מנדין אותו פסקי תוס' מ"ק פ"ג עכ"ל״. די שאלה איז וואס מיינט ״יותר מדאי״ און צי עס איז תלוי בהשתנות הזמן וכו׳.
ענליך צום גמרא גיטין לו ''ההוא מקרי דרדקי דאדריה רב אחא על דעת רבים דהוה פשע בינוקי'' ומפרש רש''י ''חובטן יותר מדאי''
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 6:04 pm#483871
פשוט פשט 1) מער וויפל דאס קינד קען פארטראגן 2) מער וויפל ס'קומט זיך לפי ערך החטא. אז מען רעדט פון "מנדין אותו" מיינט דאך דאס אז ס'איז דא א כח פון א בית דין, אויב אזוי איז "יותר מדאי" לפי די אפשאצונג פון בית דין. לדעתי האט דאס נישט צו טוהן לפי רוח הזמן.
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:37 pm#483874
נו, נניח אז יא, איז דאס אליין קען נכלל ווערן בהשתנות הזמן. והיינו, סיי דאס שאצונג לגבי מהו ערך העונש להחטא און סיי וויפיל דאס קינד קען פארטראגן (לגבי די צווייטע חלק איז דאס בפרט אויב שטעלט מען דאס צאם עם מה שמצינו בנוגע חולשת הדורות לגבי תעניות ודיני הרגשת נדה וכדומה); זיי קענען זיך רואיג ווענדן לפי רוח הזמן וכו׳. אויף וואס מיינסטו וועט די [סאָבּיעקטיווע] ראות עיני הדיין דא זיין באזירט? ס׳איז דאך נישטא קיינע געהעריגע אביעקטיווע כללים ביי דעם.
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:13 pm#483875
אלץ חולשת הדורות וואלט מען אפשר געקענט מחלק זיין אז אמאל האט א קינד געקענט פארטראגן מער קלעפ "יותר מדאי" ווי היינט אזוי ווי מען זעהט ביי תעניתים (הל' נדה האט נישט קיין שייכות צו דעם נושא, דאס איז אן אנדער סארט חולשת הדורות), אבער לגבי קלעפ וואס מען געט לויט די אנווייזונגען פון שו"ע איז נישט קיין שום חילוק היינט מיט אמאל פיזיש און גייסטיש. לגבי "רוח הזמן" איז למשל וואס אין מיינע צייטן האט א קינד מיט א גוטן קאפ געקענט אריינכאפן סוף וואך פארן נישט קענען ביים פארהער אבער לויט די "היינטיגע" פארשריפטן איז דאס נישט פאסיג, אויף דעם האלט איך אז א מלמד וואס רעכנט זיך נישט מיט די "היינטיגע" פארשריפטן איז קלאר אז "אין מנדין אותו".
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:49 pm#483880
ווי איך פארשטיי איז וואס דו זאגסט איז אז דער רעק״א פונעם פראבלעם פון ״יותר מדאי״, וכן הגמרא בגיטין לו. (והגם מ׳האט צורוקגעשטעלט יענעם מלמד כדאיתא התם, איז דאס אבער געווען ווייל מ׳האט נישט קיין ברירה ע״ש; נישט אז דאס איז נישט א פראבלעם און אויסגעהאלטן), איז געזאגט געווארן נאר לאחר חולשת הדורות - דאס איז נישט מסתבר (ובפרט פון די גמרא). ווי אויך פארשטיי איך אז מיט ״לויט די אנווייזונגען פון שו״ע״ מיינסטו דער מחבר ביי הל׳ מלמדים ביו״ד סימן רמה סעיף י וז״ל שם: ״לא יכה אותו המלמד מכת אויב מוסר אכזרי לא בשוטים ולא במקל אלא ברצועה קטנה״ עכ״ל והוא מב״ב דף כא ע״א. דאס איז אפילו בעפאר חולשת הדורות - ״יותר״ מזה אפילו דעמאלטס אויך נישט; מיינענדיג דאס קינד האט עס נישט געקענט דערטראגן [הפירוש של ״יותר מדאי״]. וכ״ש לאחר מכן וואו ס׳איז שוין דא דער הלכה׳דיגע באגריף פון חולשת הדורות בגוף.

‏(ואיה״נ אז ״דערטראגן״ איז נישט די קאנטעקסט פון ״חולשה״ לגבי נדה, איז אבער שם ״חולשה״ אחת היא ועכ״כ אז אונז זעהן מיר אז עס איז נוגע עד כדי להלכות טהרה. וממילא האט עס לדעתי יא א שייכות אהער אפילו ווען נישט הל׳ תענית. אז נישט, וואס נוצט מען ״חולשה״ דערביי?)
מאנטאג אקטאבער 25, 2021 10:34 pm#483886
מי אני
נו, נניח אז יא, איז דאס אליין קען נכלל ווערן בהשתנות הזמן. והיינו, סיי דאס שאצונג לגבי מהו ערך העונש להחטא און סיי וויפיל דאס קינד קען פארטראגן (לגבי די צווייטע חלק איז דאס בפרט אויב שטעלט מען דאס צאם עם מה שמצינו בנוגע חולשת הדורות לגבי תעניות ודיני הרגשת נדה וכדומה); זיי קענען זיך רואיג ווענדן לפי רוח הזמן וכו׳. אויף וואס מיינסטו וועט די [סאָבּיעקטיווע] ראות עיני הדיין דא זיין באזירט? ס׳איז דאך נישטא קיינע געהעריגע אביעקטיווע כללים ביי דעם.

מי אני: לשיטתך. ווענדט זיך עס וועמענ'ס זון די רבי פראקט אן. אויב ער פראקט אן דעם ראש הקהל'ס זון איז אחת דתו. משא"כ אויב פראקט ער אן דעם בעל עגלה' אדער דעם שניידער'ס זון. קומט זיך איהם גארנישט...!
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 5:07 am#483895

איך מיין צו זאגען אז "יותר מדאי" מיינט נישט א מצב פון סכנה אדער חלש'ן וכד' וואס דאן וואלט מען עם לכאורה נישט צוריקגענימען אפילו בלית ברירה, במילא מיין איך אז די חולשת הגוף פון די היינטיגע דורות מאכט נישט קלענער די שיעור פון יותר מדאי, בפרט ווי מיר זען טאקע די ענין פון רצועה קטנה וואס יעדער פארשטייט אז דאס איז פארטראגבאר אין היינטיגע דורות אויך, חולשת הדורות איז שייך ביי פעטש וואס קען שאטן די גוף, אבער ביי פעטש וואס בסך הכל ציפט דאס מער אדער ווייניגער זעה איך נישט קיין חילוק צווישן היינט און אמאל.
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 5:12 am#483896
berlbalaguleh
מי אני
נו, נניח אז יא, איז דאס אליין קען נכלל ווערן בהשתנות הזמן. והיינו, סיי דאס שאצונג לגבי מהו ערך העונש להחטא און סיי וויפיל דאס קינד קען פארטראגן (לגבי די צווייטע חלק איז דאס בפרט אויב שטעלט מען דאס צאם עם מה שמצינו בנוגע חולשת הדורות לגבי תעניות ודיני הרגשת נדה וכדומה); זיי קענען זיך רואיג ווענדן לפי רוח הזמן וכו׳. אויף וואס מיינסטו וועט די [סאָבּיעקטיווע] ראות עיני הדיין דא זיין באזירט? ס׳איז דאך נישטא קיינע געהעריגע אביעקטיווע כללים ביי דעם.

מי אני: לשיטתך. ווענדט זיך עס וועמענ'ס זון די רבי פראקט אן. אויב ער פראקט אן דעם ראש הקהל'ס זון איז אחת דתו. משא"כ אויב פראקט ער אן דעם בעל עגלה' אדער דעם שניידער'ס זון. קומט זיך איהם גארנישט...!

בדרך צחות ווען דער ראש הקהל'ס זון מיט דער בעל עגלה'ס זון האבן צוזאמען געטוהן א עוולה האט מען געלייגט דעם בעל עגלה'ס זון אויף די ראש הקהל'ס זון און מען האט געשמיסען דעם בעל עגלה'ס זון און ביידע האבן געשריגען.......
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 9:49 am#483904
וואס אונז ווילן אויפווייזן איז אז דאס ״יותר מדאי״, וואס איז נישט אויסגעהאלטן להלכה און גענוג אויף מעביר צו זיין, מיינט אויסדריקליך נישט ״עד כדי סכנה״ וכדומה; עס איז אפילו די מער ווי ״רצועה קטנה״. דאס אז עס זאל שוין זיין ״מנדין אותו״ איז נאר געזאגט געווארן ביי אב לבנו - נישט ביי רב לתלמידו. און דארט איז עס אפילו ווען עס איז נישט ״אויסערגעווענטליך״ וועגן דעם פראבלעם פון לפני עור לא תתן מכשול וואס אונז טרעפן ביי המכה לבנו גדול דארט אין סימן רמ סעיף כ ומקורו במ״ק דף י״ז ע״א. והגם אז דער רמ״א זאגט דארט אז ״גדול״ באדייט כבן כב או כד שנה אויף דעם באציהט זיך דער רעק״א בשם המהריק״ש אז ביי בנו קטן ביותר מדאי (וואס ביי גדול איז בכל אופן) מנדין אותו ע״ש. ואולי הוא ג״כ משום דיתריס לכשיגדיל ויכהו וכו׳ והוי ג״כ לפני עור (או דחיישינן שיאבד עצמו כדאיתא התם לעיל מיניה ע״ש (אשר זה שייך ג״כ ברב לתלמידו)). דער ברכי יוסף ברענגט דארט טאקע אראפ פונעם ריטב״א במ״ק שם אז גדול איז ל״ד והכל לפי טבע הבן ע״ש. והשתא דאתית להכי קען מען רואיג זאגן אז כהיום איז דער אלגעמיינער ״הכל לפי טבע הבן״ אסאך שוואכער אויף כדי דאס נישט צו טוהן ויבא לכלל נידוי.

דאס איז וואס אנבאלאנגט אב לבנו. ובנוגע רב לתלמידו באדארף נישט צו זיין אנדערש, וכדהוכחנו רז ״יותר מדאי״ איז היפש בעפאר ״כדי סכנה״. וממילא איז די הגדרה פון די ״יותר מדאי״ תלוי אינעם סאָבּדזשעקטיוון לפי ראות עיני הדיין להעבירו: נעמענדיג אין באטראכט צי דאס הייסט ״מכת אויב ואכזרי״ אפילו מיט׳ן ״רצועה קטנה״ און וואס גייט שוין גיין צוזאמען מיט דאס ווי אזוי די טבע פונעם קינד קען דאס דערטראגן, וואס רירט שוין אָן אין חולשת הדור והשתנות הזמן. אבער איה״נ אז נידוי ביי דעם שתלוי ג״כ בלפי ראות עיני הדיין איז נאר שייך ביי אב לבנו אבל אפילו קודם שיבא ״לידי סכנה״.
דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:43 am#483907
מי אני: וואס האמיר פון די אלע פילפולים. דאס דערמאנט מיך. ווען איך בין געווען א קליין יונגל (כבן שבע או שמונה) האביך געהאט א סאבסטיטוט רבי, מיט א לאנגע בארד און שפיציגע שיך. וואס איז געווען דאמאלס אין סטייל.

אני הגבר. און נאך אזעלכע באנדיטן וועלכע האבן געמאכט דעם רבי'ן אויפגערעגט פלעגט די רבי צו קומען צו דעם פלאטץ וואו דער יונגל איז געזיצן. און איהם געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך אין די..."טהייס"...(זייטן). פארשטייצעך אז איך האב אריינגעהויבן א היפשע פארציע פון די שטויסן. איינמאל, ווען מיין מאמע האט דאס געזעהן. מיינע בלעק ענד בלו מארקס פלעקן, האט זי מיך געפרעגט פון וואו איך האב דעיס. האביך געזאגט אז מיין רבי האט דאס מיר געטון...האט זי געענטפערט. (נישט אזוי ווי די היינטיגע מאמעס וועלכע לויפן באלד און מאכן א ויצעקו. און מ'סטראשעט מיט פאליציי.) אז מסתמא האביך עס פארדינט...!
זונטאג נאוועמבער 7, 2021 10:56 am#484934
יא, אמאל האט מען מורא געהאט צו דערציילען אינדערהיים אז מען האט געחאפט אין חדר. אדרבה אינדערהיים האבן די עלטערען אויך געקענט צונאמאל גוט אנפאטשען.
זונטאג נאוועמבער 7, 2021 11:38 am#484943
אין סוכות מאמענט איז געווען א ארטיקל אונטערן נאמען "איש מתמיד" ווי עמיצער שילדערט א שווערע דורכגאנג, יענער טענהט אז סהאט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסער מלמד האט אים געשלאגן אויף גאר אן אומפאסיגן וועג, זיך נאכפרעגנדיג האב איך געהערט אז דער יעניגער מלמד האט יענעם אראפגעצויגן די הוזן און אנגעפראקט, כבין באמת ערשטוינט געווארן ווי ווייט מלמדים האבן אמאל געקענט גיין. ווען מען ליינט צו וואו אט די טראומא האט אים געטראגן אין לעבן באגרייפט מען די לאנג טערמיניגע סכנה פון אזאנע אקטן.
זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:00 pm#484963
זופ מיט מאנדלען

איך האב אמאל אויך אזוי געכאפט אינדערהיים, עס איז טאקע זייער עפעקטיוו אבער ס'איז א השפלה, פארשטייט זיך אז ס'איז אינו דומה ביי די עלטערען ווי ביי די מלמד. איך בין נייגעריק צו אנדערע עלטערן פלעגן אויך אזוי פראקן.
זונטאג יולי 3, 2022 5:39 pm#503486
די גאנצע נושא פון פעטש איז זייער א פארפלאנטערטע און פארווייטאגטע. ווענדט זיך פאר וועמען מען פרעגט עס. יעדער האט זיך זיינע מיינונגען, און פאר יעדעם מיינט ריכטיג עפעס אנדערש.

ווענדט זיך אויך צו די ביסט רעכט אדער לינק געשטימט. עס מאכט אויך זייער אסאך אויס ווער עס פיר די שטוב, נאר טאטעס, אדער נאר מאמעס.

אויב גייט מען מיט די מהלך אז א שטוב דארף ווערן געפירט סיי דורך א טאטע און סיי דורך א מאמע, :

לאמיר אנהייבן מיט די טאטע- א טאטע דארף געבן און אויך ווייזן פעסקייט. א טאטע מעג אמאל אראפלאזן א פאטש, אויב איז עס אן קיין כעס. א פאטש וואס קומט פון כעס = טוט נאר אפ... אויך טאר עס נישט ווי טוען פיזיש. א קינד וואס באקומט א פאטש און עס טוט אים וויי - ווייל מיין טאטע האט מיך עס געגעבן. מיין טאטע וואס האט מיך אזוי שטארק ליב, און איך האב אים מצער געווען, אזא פאטש טוט אויף.

די מאמע. א מאמע טאר קיינמאל נישט געבן. אפילו נישט קיין פעטשל. א קינד דארף וויסן, אז נישט קיין חילוק וואס איך טוה, האב איך אלעמאל און וועמענ’ס שויס צו אריינפאלן.

אזא קינד וואקסט אויף מיט זייער א ריכטיגע באלאנס.
זונטאג יולי 3, 2022 5:47 pm#503489
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטען אדער נישט, איך ווייס אבער יא זייער גוט פון ווי אונזערע זיידעס האבען זיך אויסגעלערנט דעם מנהג….
זונטאג יולי 3, 2022 6:51 pm#503493
פרנס החודש
איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטען אדער נישט, איך ווייס אבער יא זייער גוט פון ווי אונזערע זיידעס האבען זיך אויסגעלערנט דעם מנהג….
נו אדרבה זאגזשעט פון ווי
מאנטאג יולי 4, 2022 2:22 am#503523
זופ מיט מאנדלען
אין סוכות מאמענט איז געווען א ארטיקל אונטערן נאמען "איש מתמיד" ווי עמיצער שילדערט א שווערע דורכגאנג, יענער טענהט אז סהאט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסער מלמד האט אים געשלאגן אויף גאר אן אומפאסיגן וועג, זיך נאכפרעגנדיג האב איך געהערט אז דער יעניגער מלמד האט יענעם אראפגעצויגן די הוזן און אנגעפראקט, כבין באמת ערשטוינט געווארן ווי ווייט מלמדים האבן אמאל געקענט גיין. ווען מען ליינט צו וואו אט די טראומא האט אים געטראגן אין לעבן באגרייפט מען די לאנג טערמיניגע סכנה פון אזאנע אקטן.
דער שרייבר פון מאמענט לייגט עס אראפ אזוי דראמאטיש איך גלייב אז היינט פראסקעט מען אויך מיט רציחה
מאנטאג יולי 4, 2022 5:49 am#503531
קטן איינער דאונלאודן די מאמענט ?
מאנטאג יולי 4, 2022 2:06 pm#503553
מאמענט גיבט נישט ארויס זייערע ארטיקלען אין ווירטואלע פארמאטן, די איינציגע עצה איז א הארד קאפי.
דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:23 pm#504752
מי ימצא
די גאנצע נושא פון פעטש איז זייער א פארפלאנטערטע און פארווייטאגטע. ווענדט זיך פאר וועמען מען פרעגט עס. יעדער האט זיך זיינע מיינונגען, און פאר יעדעם מיינט ריכטיג עפעס אנדערש.

ווענדט זיך אויך צו די ביסט רעכט אדער לינק געשטימט. עס מאכט אויך זייער אסאך אויס ווער עס פיר די שטוב, נאר טאטעס, אדער נאר מאמעס.

אויב גייט מען מיט די מהלך אז א שטוב דארף ווערן געפירט סיי דורך א טאטע און סיי דורך א מאמע, :

לאמיר אנהייבן מיט די טאטע- א טאטע דארף געבן און אויך ווייזן פעסקייט. א טאטע מעג אמאל אראפלאזן א פאטש, אויב איז עס אן קיין כעס. א פאטש וואס קומט פון כעס = טוט נאר אפ... אויך טאר עס נישט ווי טוען פיזיש. א קינד וואס באקומט א פאטש און עס טוט אים וויי - ווייל מיין טאטע האט מיך עס געגעבן. מיין טאטע וואס האט מיך אזוי שטארק ליב, און איך האב אים מצער געווען, אזא פאטש טוט אויף.

די מאמע. א מאמע טאר קיינמאל נישט געבן. אפילו נישט קיין פעטשל. א קינד דארף וויסן, אז נישט קיין חילוק וואס איך טוה, האב איך אלעמאל און וועמענ’ס שויס צו אריינפאלן.

אזא קינד וואקסט אויף מיט זייער א ריכטיגע באלאנס.

Umm
דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:35 pm#504759
בת קול
Umm
זיי דיר בעסער מסביר...

איך וועל נאר זאגן אזויפיל, איך האלט מען מעג געבן א פעטש אין געוויסע פעלער. און ווען מען געבט עס ריכטיג, פילט נישט די קינד ווי ער האט פארלוירן די שויס.
דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:52 pm#504763
יעקב מעקסוועל
בת קול
Umm
זיי דיר בעסער מסביר...

איך וועל נאר זאגן אזויפיל, איך האלט מען מעג געבן א פעטש אין געוויסע פעלער. און ווען מען געבט עס ריכטיג, פילט נישט די קינד ווי ער האט פארלוירן די שויס.
און אויך איז נישט קיין חילוק צי איז דאס פין די טאטע אדער פין די מאמע
sexist alert#
פרייטאג יולי 22, 2022 5:37 am#504772
און אויך איז נישט קיין חילוק צי איז דאס פין די טאטע אדער פין די מאמע
sexist alert#
זיכער איז עס חילוק, אויב עס איז דא א טאטע און מאמע פון ערשטן גילגול.

אויב א קינד האדעוועט זיך ביי 2 טאטעס, אדער 2 מאמעס, איז עס טאקע נישט קיין חילוק.

פאר א סיבה האט גאט ברוך הוא אוועקגעשטעלט זיין וועלט אז סיי א טאטע און סיי א מאמע זאלן פירן די שטוב צוזאמען. יעדער האט זיין געזונטע חלק און הויז. די טאטע איז דא צו געבן די פעסקייט און די מאמע ענדלאזע ליבשאפט.

שיין וועט די הויז אויסקוקן ווען טאטי וועט דינצען די צוויבל, און מאמי וועט שלאגן ווייל מען שפילט מיט מעסערס...

א טאטע מעג קאכן? יא! א מאמע מעג שלאגן? יא!

אבער פארשטייט אליין אז מען רעדט דא פון פראפארציע.
פרייטאג יולי 22, 2022 5:41 am#504773
זייער צום זאך גערעדט !
פרייטאג יולי 22, 2022 9:02 am#504780
יעקב מעקסוועל
בת קול
Umm
זיי דיר בעסער מסביר...

איך וועל נאר זאגן אזויפיל, איך האלט מען מעג געבן א פעטש אין געוויסע פעלער. און ווען מען געבט עס ריכטיג, פילט נישט די קינד ווי ער האט פארלוירן די שויס.
איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט א פרוי זאגן אז זי איז אקעי מיט איר מאן געבן פעטש.
ס׳איז מיר אביסל אינטערעסאנטליך. דעטס אלל.

(אויסער אויב זי אליין איז א שלעגער.)
זונטאג יולי 24, 2022 4:26 am#504862
אנטערעסאנט. ווייסטו נישט אז אסאך מאמעס פלעגן פארציילן פאר די מענער ווי אזוי א קינד האט געטוהן א שלעכטע זאך כדי די מאן זאל שלאגן דאס קינד ?
זונטאג יולי 24, 2022 4:43 am#504863
סאיז נישט פונקט אזוי. געווענדליך וועלן מאמעס פארציילן נאר ווייל זיי ווילן אז זאכן זאלן גיין אין פלאץ.
א מאמע וועט וואס איך ווייס נישט הנאה האבן ווען מען שלאגט איר קינד.

אנדערע מאמעס וועלן טאקע סטראשען די קינד אז מען גייט אויסזאגן טאטי, אבער ווען עס קומט למעשה און דער טאטע נעמט זיך, וועלן רוב מאמעס זיך נעמען בעטן פאר די קינד אז זי איז זיכער אז דאס קינד וועט עס מער נישט טאהן.
זונטאג יולי 24, 2022 5:24 am#504866
עס ווענדט זיך ווער ווי וואס און ווען. אמאל געשעט אויך אז נאך די פעטש האט די מאמע חרטה. ס'איז אמת אז אסאך מאל האלט די מאמע אפ די טאטע פון צו שלאגן ווייל איר רחמנות וועקט זיך אויף, אבער אמאל ווען זי האלט אז ס'קומט זיך לאט זי דער מאן טוהן דער ארבעט... . איך רעד שוין נישט פון מאמעס וואס קענען אליין די מלאכה. פארשטייט זיך אז אין די ענין פון פעטש בכלל איז דא חילוקים צווישן די דורות. היינט איז דאס וויניגער קאמאן ווי אמאל.
מאנטאג יולי 25, 2022 11:14 am#504953
געווענליך איז פעטש א תוצאה פון פוילקייט פון די עלטערן אדער פון מחנך.

איך וועל מסביר זיין:
פעטש קען אסאך מאל שטעלן אויפן פלאץ א קינד (מיט גרויס מומחיות, ארומגענומען מיט אהבה און אן קיין כעס), און צומאל וועט נאך די שטות וואס אונזערע מלמדים האבן געזאגט - "דו וועסט מיר נאך דאנקען דערפאר" - זיין אמת.
אבער - דאס איז א קורצע וועג וואס גייט זיך האלטן אויף ביז דעם נעקסטן פאטש. א וועג וואס קומט פון דעם וואס די עלטערן האבן נישט קיין געדולד/צייט/שכל/עקספיריענס, און פון פוילקייט צו אדורך טוהן דעם נושא, אדער אריינגיין אין די נפש פון דעם קינד און זעהן וואס האט אים געמאכט טוהן דאס וואס האט אים געמאכט ווערט א פאטש, און מיט געדולד קער נעמען פון דעם. געבן זיי א פאטש און פערטיג.

עלטערן וואס זענען נישט פויל און זענען גרייט צו ארבעטן אויף זיך וועלן קיינמאל און די וועלט נישט דארפן געבן קיין פעטש.

נו אויב אזוי ווער געבט דיך דאס רעכט צו פראסקען אין דיין קינד וועגן דיין פוילקייט?
גיי נעם קער פון זיך און לאז אפ דעם אומשולידגן נשמה.
מאנטאג יולי 25, 2022 4:38 pm#504970
פאכמאן
עלטערן וואס זענען נישט פויל און זענען גרייט צו ארבעטן אויף זיך וועלן קיינמאל און די וועלט נישט דארפן געבן קיין פעטש.
פון וואו נעמסטו דאס?