Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
81 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 164 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7459
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 5:30 am#230900
איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
וואס איז אייער מיינונג
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 7:37 am#230903
נישט.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:27 am#230910
די רעדסט פון איידעלקייט אדער פון קארפאריעל פאנישמענט וואס איז היינט אנגענימען ביי די חכמי או"ה אז ס'איז נישט גוט פאר חינוך?
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:40 am#230944
בעסער געזאגט דו רעדסט טעאריע אדער למעשה ,ווייל ווער טוט דאס נאך היינט?
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:47 am#230953
שמעקעדיג האט געשריבן:דער גוי איז שוין ענדליך מודה צו אונזער אלטמאדישן דרך פון חושך שבטו שונא בנו

http://www.cnn.com/2014/09/18/opinion/n ... king-kids/
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:06 pm#231024
Its the most safe place to slap, and doesn't usually leave any marks, I believe this is the only reason why the old school parents used to prock there.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:10 pm#231027
פינקט היינט אין וואשינגטען פאסט
m http://www.washingtonpost.com/postevery ... ust-wrong/ m ?
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 3:13 pm#231182
איז אויסגעהאלטן צו פראקן עלטערע מענטשן דארט? וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן פאר עלטערע איז אויך נישט אויסגעהאלטן פאר יונגערע.

והוא הדין ביי יעדע זאך וואס איז נוגע אנרירן א קינד; אויב איז עס אויף אן אופן וואס דו וואלסט נישט אזוי אנגערירט אן ערוואקסענעם האסטו נישט קיין רעכט דאס צו טון פאר א קינד.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 3:44 pm#231189
טעות
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:23 pm#231201
ודי למבין האט געשריבן:איז אויסגעהאלטן צו פראקן עלטערע מענטשן דארט? וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן פאר עלטערע איז אויך נישט אויסגעהאלטן פאר יונגערע.

והוא הדין ביי יעדע זאך וואס איז נוגע אנרירן א קינד; אויב איז עס אויף אן אופן וואס דו וואלסט נישט אזוי אנגערירט אן ערוואקסענעם האסטו נישט קיין רעכט דאס צו טון פאר א קינד.

סארא שטותים. דו וואלסט געגלעט געקישט אן ערוואקסענעם? לכאורה נישט.. סאו קיש נישט/גלעט נישט דיין קינד.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 8:30 pm#231259
איך אויך האט געשריבן:בעסער געזאגט דו רעדסט טעאריע אדער למעשה ,ווייל ווער טוט דאס נאך היינט?

אוודאי אין טעאריע. וואס האט דאס מיט איינס פון די צוויי צדדים דלעיל
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 8:56 am#427214
עס איז נישט דא קיין שום היתר אין דער וועלט

יעצט אז איך בין עלטער און איך קוק צוריק און זעה ווי נאיוו אינז זעמיר געווען. עס שוידערט מיר!!!
די רבי'ס (נישט אלע פאשטייטסעך) האבן געטוהן אן א שיעור זאכן שלא כהלכה וואס האט איבערגעלאזט א רושם אויף אינז דריטע דור פון היטלער ימ''ש

איך ווייס נישט אויב איך מעג דא אויסרעכנען
אבער עס טיט וויי און ב''ה היינט ווי ווייט איך ווייס איז דאס שוין פארבאטן און א מלמד וואס רוהט אן א קינדס הויזן דארף מען אים ארויסשיקן פון חיידער בו ביום און מאכן זיכער אז ער איז נישט אין דער עולם החינוך אין דער גאנצע וועלט!!
ווי איז געווען דער היתר אראפציען קינדערס הויזן און הייסן שפייען?
ווי איז געווען דער היתר זיך אויסלאזן דער גאנצע כעס און שלום בית אויף א קינד?

עס איז נישט געווען קיין שום פיקוח אויף מלמדים און ב''ה היינט זעה איך ביי מיינע קינדער ווי זאכן האבן זיך שטארק געטוישט

און פאר ענק אלטע פארצייטישע מלמדים מיט די פאסיקעס מיט שטעקענעס.. קומטס אהער שוין .. טיטס אויס דער ברילן לייג דיין פיאות אויפן אויער ... טראך פאטש... יעצט לייגט דייך איבער דעם טיש.. ניין אזוי אה אזוי. אהער מיטן שטעקן...............ווא ווא קנאק בום
דיס איז פאראל או יא
דינסטאג אפריל 02, 2019 1:35 pm#427642
די האסט געהאט א רבי וואס האט געהייסן אראפציען די הויזן?

וועלכע חיידער?
מיטוואך אפריל 03, 2019 10:56 am#427763
קענסט מיר זאגן וועלכע חיידער נישט?
מיטוואך מאי 15, 2019 6:04 pm#430567
ווען גייט מען ענדליך מאכן א סוף צי דעם
אלע חדרים אין דער וועלט האבן שוין געסטאפט נאר נישט סאקמער!!!
זאל איך ארויסנעמען מיינע קינדער??
מיטוואך מאי 15, 2019 9:37 pm#430580
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
טאמער א מלמד איז א ממזר א שלעגער, וועט עס נישט העלפן איהם נישט צו לאזען שלאגען. מיט די מויל קען מען פונקט אזוי צוקלאפען א קינד.

נאר למעשה דארף יעדער טאטע וויסען אז דיסציפלין איז נישט געוועלדיגן. מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 15, 2019 10:29 pm#430581
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
911

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 16, 2019 11:09 am#430605
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
זאפטיג האט געשריבן:ווען גייט מען ענדליך מאכן א סוף צי דעם
אלע חדרים אין דער וועלט האבן שוין געסטאפט נאר נישט סאקמער!!!
זאל איך ארויסנעמען מיינע קינדער??
כ'פארשטיי דיך אינגאנצן נישט, אז דו האסט געהאט א גאר שלעכטע עקספיריענס אין סאקמערע חדר, פארוואס האסטו געשיקט דיינע קינדער דארט, זיי זאלן איבערלעבן דיינע קאשמארן?!?! פארגינסטו דען נישט פאר דיינע קינדער א בעסערע יוגענט ווי דו האסט געהאט????
דאנערשטאג מאי 16, 2019 11:41 am#430608
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
א באקאנטע מיינער, א סאטמארער וואס איז געווען א יתום אלס אינגעל, האט לעצטענס געטראפען זיין מלמד אין ביהמ"ד. ער איז צוגעגאנגען צו איהם און ער האט איהם דערלאנגט א משכנתא, זאגענדיג צו איהם, "דעמאלס ביסטו געווען שטארק און איך מאכטלאז. דעריבער האסטו אויסגענוצט דיין געלעגענהייט. יעצט איז עס פארקערט. ווילאנג איך הער נישט איז דו האסט זיך אפגעזאגט פון דיין אמט, גייסטו כאפען פון מיר ווען אימער איך טרעף דיר".

ער טענה׳ט אז יענער האט זיך טאקע אפגעזאגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 16, 2019 2:38 pm#430615
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער א מלמד איז א ממזר א שלעגער, וועט עס נישט העלפן איהם נישט צו לאזען שלאגען. מיט די מויל קען מען פונקט אזוי צוקלאפען א קינד.

נאר למעשה דארף יעדער טאטע וויסען אז דיסציפלין איז נישט געוועלדיגן. מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיטן מויל קען מען אסאך מער צוקלאפן א קינד ווי מיט א פיזישער פראסק אדער פראק

Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:25 pm#430619
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..
דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:52 pm#430622
אין 'מנשה לוסטיג - אויטאביאגראפיע' איז דא עטליכע פרקים וועגן דעם ווייטאגליכע טעמע. און ער האט אין פלאן נאך צו מאכן דערפון א דאקומענטארי וכדומה.
קומט אריין מיט געשיכטעס, למען ידעו דור אחרון, שלא אבותינו בלבד גאל ה' מהשואה, אלא אף אותנו..
דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:58 pm#430624
דאכט זיך אז אויך אין שטובער איז געווען עלטערן וואס האבן אראפגעצויגן די הויזן פון די קינדער כדי צו פראקן אויף די נאקעטע הויט, אבער ס'איז אינו דומה צו ווען א מלמד טוט דאס בפרט בפרט אין פראנט פון די קלאס. פראקן אויף די הויזן איז אבער געווען א אנגענומענע מיטל ביי פארשידענע עלטערן און מלמדים בעיקר פאר די קלענערע קינדער און נאכמער אין די גויישע וועלט
דאנערשטאג מאי 16, 2019 4:35 pm#430627
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
אין דער חדר ניצט מען לייסעסנד טוטערס אדער פראפעשענעלס ווען מען ברויך אדער חדש איז אסור? אפשר פארדעם דארף מען אראפ ציען די הויזען און ח''ו פראקן ווען ער טראגט די הויזען. דער שלום בית ליידענדע טאר דאך נישט משנה זיין און אפ זאגן פון זיין זשאב טאר מען נישט ווייל ער ברויך א זשאב און טאמער 'העט ער זיך דרייען און פרייען ליידיג עט נישט טויגען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:29 pm#430631
גראף האט געשריבן:אין דער חדר ניצט מען לייסעסנד טוטערס אדער פראפעשענעלס ווען מען ברויך אדער חדש איז אסור? אפשר פארדעם דארף מען אראפ ציען די הויזען און ח''ו פראקן ווען ער טראגט די הויזען. דער שלום בית ליידענדע טאר דאך נישט משנה זיין און אפ זאגן פון זיין זשאב טאר מען נישט ווייל ער ברויך א זשאב און טאמער 'העט ער זיך דרייען און פרייען ליידיג עט נישט טויגען.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

פערל ווערטער!!!!
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:31 pm#430632
גראף האט געשריבן:911

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

און נישט קענען קיין שידוכים טיהן שפעטער
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:33 pm#430633
יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.

אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..

פראביר אליינס. די נעקסטע מאל וואס עס איז אינגאנצן אנגעצויגן, די קינד פאלגט נישט, ער שרייט, דו שרייסט, זי שרייט וכו'. כאפ דיר פלוצלונג א טיפן אטעם, און נעם זיך טראכטן פון די ביעטש, א געשמאקע רייזע אין די שיינע וועטער, א רעיז פון דיין באסס, אדער סיי וועלכע פאזיטיווע חלק פון דיין לעבן. ותראה ישועות.
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:36 pm#430634
די עצה וועט נישט העלפן אפציקילען דער מלמד'ס ברענעדיגע תאווה
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:36 pm#430635
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.

אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..

פראביר אליינס. די נעקסטע מאל וואס עס איז אינגאנצן אנגעצויגן, די קינד פאלגט נישט, ער שרייט, דו שרייסט, זי שרייט וכו'. כאפ דיר פלוצלונג א טיפן אטעם, און נעם זיך טראכטן פון די ביעטש, א געשמאקע רייזע אין די שיינע וועטער, א רעיז פון דיין באסס, אדער סיי וועלכע פאזיטיווע חלק פון דיין לעבן. ותראה ישועות.

און וואס וועט פאסירן? אז מיין יענקי וועט נישט אריין אין בעט ביז עלעף אזייגער.. און?
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:37 pm#430636
פראביר נאר, עס איז וואונדערבאר צו זען.
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:54 pm#430639
יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ'קען האבן פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ'קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.

אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..

פראביר אליינס. די נעקסטע מאל וואס עס איז אינגאנצן אנגעצויגן, די קינד פאלגט נישט, ער שרייט, דו שרייסט, זי שרייט וכו'. כאפ דיר פלוצלונג א טיפן אטעם, און נעם זיך טראכטן פון די ביעטש, א געשמאקע רייזע אין די שיינע וועטער, א רעיז פון דיין באסס, אדער סיי וועלכע פאזיטיווע חלק פון דיין לעבן. ותראה ישועות.

און וואס וועט פאסירן? אז מיין יענקי וועט נישט אריין אין בעט ביז עלעף אזייגער.. און?

דעמאלטס הייב אן טראכטן נאך מער פון די ביעטש בכל פרטיה ודקדוקיה וכל אשר ישנו שם, און גאר שנעל וועסטו ניטאמאל געדענקען דיין יענקי, אדער אז ס'איז שוין נאך 11 אזייגער...
דאנערשטאג מאי 16, 2019 5:58 pm#430640
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..
פראביר אליינס. די נעקסטע מאל וואס עס איז אינגאנצן אנגעצויגן, די קינד פאלגט נישט, ער שרייט, דו שרייסט, זי שרייט וכו׳. כאפ דיר פלוצלונג א טיפען אטעם, און נעם זיך טראכטן פון דער ביטש , א געשמאקע רייזע אין די שיינע וועטער, א רעיז פון דיין באס, אדער סיי וועלכע פאזיטיווע חלק פון דיין לעבן. ותראה ישועות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ביעט"ש, כצ"ל.

החיים והמות ביד הלשון...
דאנערשטאג מאי 16, 2019 7:13 pm#430646
ביד המקלדת צ"ל
פרייטאג מאי 17, 2019 5:31 am#430660
מען איז דא אביסל פאקראכן

דער שאלה פון דעם פותח האשכול איז נישט געווען וועגן שלאגן קינדער אין אלגעמיין
אויף דעם איז שוין דא אנדערע אשכולות און פסוקים און דעבאטעס לרוב

דער שואל האט געפרעגט צי דאס וואס טאטע'ס/רבי'ס/מנהלים לייגן א קינד איבערן שויס/טיש און שלאגן דעם חלק האחוריים מיטן הענט/שטעקן/פאסיק
צי איז דעס אויסגעהאלטן הלכהדיג/געזעצליך/מאראליש
זונטאג מאי 19, 2019 9:47 pm#430783
פונקט היינט איז מיר איינגעפאלן די מקור פארן ווארט פראקען. ס'איז מעגליך א גלגול פונעם גריכישן ווארט procto. אינעם היינטיגע ענגליש איז דא א מעדעצינישע אפטיילונג proctology.
מאנטאג מאי 20, 2019 7:41 am#430795
יואליש האט געשריבן:פונקט היינט איז מיר איינגעפאלן די מקור פארן ווארט פראקען. ס'איז מעגליך א גלגול פונעם גריכישן ווארט procto. אינעם היינטיגע ענגליש איז דא א מעדעצינישע אפטיילונג proctology.

די מיינסט צי זאגן אז אינזערע מלמדים האבן אינז אויסעגהיילט?
מאנטאג מאי 27, 2019 5:08 am#431121
זאפטיג האט געשריבן:מען איז דא אביסל פאקראכן

דער שאלה פון דעם פותח האשכול איז נישט געווען וועגן שלאגן קינדער אין אלגעמיין
אויף דעם איז שוין דא אנדערע אשכולות און פסוקים און דעבאטעס לרוב

דער שואל האט געפרעגט צי דאס וואס טאטע'ס/רבי'ס/מנהלים לייגן א קינד איבערן שויס/טיש און שלאגן דעם חלק האחוריים מיטן הענט/שטעקן/פאסיק
צי איז דעס אויסגעהאלטן הלכהדיג/געזעצליך/מאראליש

גערעכט
מאנטאג מאי 27, 2019 5:42 am#431122
איך וואלט מציע געווען זאלסט גיין פאר העלפ ווי שנעלער, פארלאז דיך נישט אויף א נאכט אין קאנטינעטעל.
מאנטאג יוני 03, 2019 10:41 pm#431546
זרחי האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:מען איז דא אביסל פאקראכן

דער שאלה פון דעם פותח האשכול איז נישט געווען וועגן שלאגן קינדער אין אלגעמיין
אויף דעם איז שוין דא אנדערע אשכולות און פסוקים און דעבאטעס לרוב

דער שואל האט געפרעגט צי דאס וואס טאטע'ס/רבי'ס/מנהלים לייגן א קינד איבערן שויס/טיש און שלאגן דעם חלק האחוריים מיטן הענט/שטעקן/פאסיק
צי איז דעס אויסגעהאלטן הלכהדיג/געזעצליך/מאראליש
מאנטאג יוני 03, 2019 10:42 pm#431547

מיטוואך יוני 05, 2019 5:13 pm#431670
:idea: עס איז מעגליך (- כ'בין מדגיש מעגליך) אז וועגן דעם האט דער באשעפער באשאפן די פארשוין אזוי... [אויב די שלאגן איז אביסל און אינאסענ'ט. און בעיקר מיט'ן ריכטיגן כוונה פארשטייט זיך]!!!
דינסטאג יוני 11, 2019 11:49 am#431795
קליינע קינדער מעגליך אז יא. גרעסערע קינדער נישט אויסגעהאלטן.
פרייטאג יוני 14, 2019 3:01 pm#431973
C/P
בהעלתך

"ואביה יָרֹק יָרַק בפניה" ׁ(יב, יד)

איש חינוך נכנס אל הקודש פנימה, לכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ושאלתו
בפיו: לפי חוקי המדינה נאסר על מלמד להכות תלמיד אפילו לצורך חינוך. האם לפי
התורה הקדושה ראוי ונכון בדורנו להכות תלמיד במקום הצורך, לשם חינוך גרידא ולא חלילה
מכעס.

כ"ק מרן שליט"א ציין לפסוק בסוף פרשתנו והראה דבר נפלא שמביע תשובה בהירה ללא צורך
במילים נוספות:
בעת שהקב"ה כעס על מרים נוקטת התורה במילים "ואביה יָרֹק יָרַק בפניה". דהיינו שירקו
בפניה להכלימה, "הלא תיכלם שבעת ימים".

כאלף שנה עברו ואונקלוס תרגם את התורה מפי רבי אליעזר ורבי יהושע, בתרגום אונקלוס
תורגמו המילים "ירק ירק" - "מִנְזָף נְזִיף". כבר לא מדובר על יריקה, אלא נזיפה בלבד.

כאלף שנים נוספות עברו ורש"י הקדוש ביאר את התורה כשהוא נצמד לפשט. את המילים "ירק
ירק" מבאר רש"י בלשונו הזהב: "הראה לה פנים זועפות". אפילו לא נזיפה. רק פנים זועפות.

כאלף שנים נוספות לאחר רש"י - אידך זיל גמור...
פרייטאג אפריל 17, 2020 6:29 am#445980
צום קעפל פון די שאלה. וואס איז די צד אז מען זאל נישט מעגן?
פרייטאג אפריל 17, 2020 7:17 am#445981
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
דר. דייענע בוימרינד האט אוועקגעשטעלט דריי אנדערע סארטן פון עלטערן:

‏1). אָטאָרעטעריען - דאס הייסט אזא איינער וואס (עכ״פ בנוגע זיינע קינדער) על פיו ישק כל דבר. ער איז א גאר שטרענגער און איז מטיל אימה יתירה בתוך ביתו.

‏2). אָטאָריטעטיוו - דאס הייסט ער איז נישט צו שטרענג אבער ער סעט לימיטס וכדומה, וואס אויף דעם זענען דא קאנסעקווענצן. די קינדער פארשטייען אז ס׳איז נישט קיין הפקר וועלט.

‏3). פּערמיסיוו - די עלטערן זענען גאר ״טשילד״ בנוגע אויפציען זייערע קינדער; עס קען זיין בּעיסיקעלי הפקר-וועלט.

הגם שטודיעס צייגן נישט אז פעטש טוהט אין אלגעמיין שטארק שאטן פאר די קינדער׳ס דעוועלאפמענט, טוהן זיי אבער צייגן אז די צווייטע און מיטעלסטע סארט פון פּערענטינג/קינדער ערציאונג איז די מערסטע/בעסטע ווירקזאם און טוהט אויף דאס מערסטע אמגונסטנס פאר די דעוועלאפמענט פון די קינדער. דאס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן באקאנטן רמב״ם׳ס מהלך פון דרך ממוצע בדעות. קאָרפּאָרעל שטראפן, וואס אין דעם איז נכלל פעטש (עכ״פ אלס אן אפטע מיטל), גייט שוין (מער) אריין אינ׳ם ערשטן סארט פּערענטינג.
פרייטאג אפריל 17, 2020 8:37 am#445984
צו באציט זיך די שואל דוקא אויף איבעלייגן קינדער אין פראקן?
אדער שלאגן אין דזשענאראל?
פרייטאג אפריל 17, 2020 10:23 am#445986
קודם זיי מסביר וואס איז די צד מ'זאל יא מעגן. ווייל דו ביסט שטערקער מעגסטו זיי שלאגן?
מאנטאג יוני 08, 2020 9:11 am#450844
פאלקאוויטש123 האט געשריבן:צו באציט זיך די שואל דוקא אויף איבעלייגן קינדער אין פראקן?
אדער שלאגן אין דזשענאראל?

פרעג אים דירעקט
מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 am#450850
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
יין שרף האט געשריבן:C/P
בהעלתך

"ואביה יָרֹק יָרַק בפניה" ׁ(יב, יד)

איש חינוך נכנס אל הקודש פנימה, לכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ושאלתו
בפיו: לפי חוקי המדינה נאסר על מלמד להכות תלמיד אפילו לצורך חינוך. האם לפי
התורה הקדושה ראוי ונכון בדורנו להכות תלמיד במקום הצורך, לשם חינוך גרידא ולא חלילה
מכעס.

כ"ק מרן שליט"א ציין לפסוק בסוף פרשתנו והראה דבר נפלא שמביע תשובה בהירה ללא צורך
במילים נוספות:
בעת שהקב"ה כעס על מרים נוקטת התורה במילים "ואביה יָרֹק יָרַק בפניה". דהיינו שירקו
בפניה להכלימה, "הלא תיכלם שבעת ימים".

כאלף שנה עברו ואונקלוס תרגם את התורה מפי רבי אליעזר ורבי יהושע, בתרגום אונקלוס
תורגמו המילים "ירק ירק" - "מִנְזָף נְזִיף". כבר לא מדובר על יריקה, אלא נזיפה בלבד.

כאלף שנים נוספות עברו ורש"י הקדוש ביאר את התורה כשהוא נצמד לפשט. את המילים "ירק
ירק" מבאר רש"י בלשונו הזהב: "הראה לה פנים זועפות". אפילו לא נזיפה. רק פנים זועפות.

כאלף שנים נוספות לאחר רש"י - אידך זיל גמור...
ווער איז די רבי, זייער א גוט ווארט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג יוני 08, 2020 6:25 pm#450902
ראש ישיבה מפורסם עם אדמו"ר מבעלזא שליט"א