פארומס › איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

165 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7459
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יולי 25, 2022 5:31 pm#504977
פעטש איז א טיילענעל, סאיז נישט קיין מעדעצין.
מיטוואך אוגוסט 10, 2022 5:37 am#506099
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:אין סוכות מאמענט איז געווען א ארטיקל אונטערן נאמען "איש מתמיד" ווי עמיצער שילדערט א שווערע דורכגאנג, יענער טענהט אז סהאט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסער מלמד האט אים געשלאגן אויף גאר אן אומפאסיגן וועג, זיך נאכפרעגנדיג האב איך געהערט אז דער יעניגער מלמד האט יענעם אראפגעצויגן די הוזן און אנגעפראקט, כבין באמת ערשטוינט געווארן ווי ווייט מלמדים האבן אמאל געקענט גיין. ווען מען ליינט צו וואו אט די טראומא האט אים געטראגן אין לעבן באגרייפט מען די לאנג טערמיניגע סכנה פון אזאנע אקטן.

מיך האט מען מער ווי איינמאל אראפגעצויגן די הויזן און געפראקט
מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:04 am#506582
Principal Of Beit Shemesh Talmud Torah Arrested On Suspicion Of Physically Abusing Pupils

https://vinnews.com/2022/08/16/principal-of-beit-shemesh-talmud-torah-arrested-on-suspicion-of-physically-abusing-pupils/
מיטוואך אוגוסט 17, 2022 6:29 am#506583
מי ימצא
פעטש איז א טיילענעל, סאיז נישט קיין מעדעצין.
איז מעגליך דאס ווען מען האלט אפ א קינד פין טון שלעכט (טיילענאל) העלפט דאס צימאל אויך די קינד זאל באמת ווערן בעסער (מעדעצין)?

למשל: אויב די קינד וועט נישט בייסען זיינע חברים ווייל ער וועט מורא האבן פין קאנסעקוונסעס וועט ער האבן מער חברים און לערנען בעסער און זיין בעסער אויפגעלייגט, אוון לערנען דאס אויב איך טו נישט גיט כאפט מען דערפאר און אויב האלט איך זיך איין אדאנק די פעטש קען די וועלט זיין זייער א גיטע פלאץ
מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:15 am#506596
שמעקעדיג
Principal Of Beit Shemesh Talmud Torah Arrested On Suspicion Of Physically Abusing Pupils

https://vinnews.com/2022/08/16/principal-of-beit-shemesh-talmud-torah-arrested-on-suspicion-of-physically-abusing-pupils/
זעה איך אז ער’ז מודה אויף אביוז, נאר טענה’עט אז ס’געווען דורך נישט אננעמען קינדער אינעם מוסד.
קוקט אויס דעס מעג מען.
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:28 pm#506772
what goes around comes around
📎 FaWIDQWVQAAOfOk.jpg
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:33 pm#506773
הקטן
פאכמאן
עלטערן וואס זענען נישט פויל און זענען גרייט צו ארבעטן אויף זיך וועלן קיינמאל און די וועלט נישט דארפן געבן קיין פעטש.
פון וואו נעמסטו דאס?
ס'איז א פאקט. איך האב אויך נישט געהאלטן אמאל אזוי.
אבער שפעטער האב איך זיך מיישב געוועהן אז עס איז גערעכט? פארוואס? זייער סימפל.
נעם א דוגמא פון א מאל וואס דו האסט געגעבן א פאטש און טראכט צו אויב וואלט עס געוועהן אין אנדערע צושטאנדן, מער געדולד פון די עלטערן, מער צייט, מער געלט, מער שכל, מער איינגעהאלטענע מידות, צו דעמאלטס וואלסטו אויך געגעבן רעכט דעם פאטש. די ענטפער וועט זיין קלאר ניין
פרייטאג אוגוסט 19, 2022 8:10 am#506782

סאיז שווער זיך צי דינגען ווען איינער זאגט דיר "ס'איז א פאקט"
אדער ווען יענער הייסט דיך מאכן אן מענטעל עקספערעמענט און ער ענפערט דאס פאר דיר מיט זיין אייגענע בייעס

וואס וועט זיין ווען איך וועל דיר זאגן איך האב אויך געהאלטן אמאל אזוי אבער
אבער שפעטער האב איך זיך מישב געווען דאס אן אויסגערעכנטער פאטש אמאל אמאל איז פשוט געזונט פאר די וואקס פינעם קינד, און העלפט אים ארויס אין זיין אנטוויקלאנג

בנוגע די מענטעל עקספערעמענט האב איך געטראכט פין א צוויי יעריגער קינד וואס וויל לויפן אויף די גאדער ווען א קאר קימט -
גארנישט האט נישט געארבט ביז ער האט געכאפט דעם פאטש און האט איינוועגס זיך אויך געלערנט ס'איז דא זאכן וואס מען טוט נישט ווייל דער עדאלד אין מיין לעבן וויל נישט חאטש איך פארשטיי איך מעג און חאטש איך וויל
פרייטאג אוגוסט 19, 2022 10:18 am#506791
הקטן
בנוגע די מענטעל עקספערעמענט האב איך געטראכט פין א צוויי יעריגער קינד וואס וויל לויפן אויף די גאדער ווען א קאר קימט -
גארנישט האט נישט געארבט ביז ער האט געכאפט דעם פאטש און האט איינוועגס זיך אויך געלערנט ס'איז דא זאכן וואס מען טוט נישט ווייל דער עדאלד אין מיין לעבן וויל נישט חאטש איך פארשטיי איך מעג און חאטש איך וויל
א שיינעם דאנק פאר דיין עקספערמענט.
דאס וועט זיין טאקע גאר א גוטע ראיה צו מיינע אויבדערמאנטע רייד.
דאס וואס גארנישט האט געארבעט איז ווייל דו קנעסט\ווילס נישט שטיין צוגענאגלט צו אים יעדעס מאל וואס ער איז אויפן גאס און נישט אראפנעמען דיינע אויגן פון אים, און יעדעס מאל וואס ער וויל אראפ לויפן אויפן גאס, אים אפהאלטן מיט דיינע הענט אן שלאגן, און אים געבן צו פארשטיין מיט געדולד די סכנה. ווייל ס'איז דיר אוממעגליך. דו האסט אנדערע קינדער, דו דארפסט זיך ארום קוקן אין גאס וואו די גייסט און די קענסט נישט געבן דיין גאנצע עטטענטשן פאר אים. אויך האסטו נישט די געלט אפצודינגען איינער זאל עס טוהן פאר דיר. וועגן דעם שלאגסטו אים. נישט ווייל נאר דער שלאגן וועט אויפטוהן. נאר ווייל דו קענסט זיך נישט ערלויבן אנדערע וועגן אנשטאט שלאגן.
איינמאל וואס מ'פארשטייט עס. וועט מען אייביג טראכטן צו ס'איז שייך צו טוהן עפעס אנדערש אנשטאט שאלגן.
פרייטאג אוגוסט 19, 2022 10:44 am#506793
פאכמאן
איינמאל וואס מ'פארשטייט עס. וועט מען אייביג טראכטן צו ס'איז שייך צו טוהן עפעס אנדערש אנשטאט שאלגן.
פארוואס זאגסטו אזוי? מא-פיטאם?

איך וועל אים שלאגן כדי ער זאל אויפוואקסען עמאשענעל געזינט און זאל פלארישען אין די סעסייעטי וואו ער וועט זיין!
פרייטאג אוגוסט 19, 2022 10:56 am#506795
הקטן
מא-פיטאם?
😂 😂 😂
מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 11:01 pm#506852
פאכמאן
הקטן
בנוגע די מענטעל עקספערעמענט האב איך געטראכט פין א צוויי יעריגער קינד וואס וויל לויפן אויף די גאדער ווען א קאר קימט -
גארנישט האט נישט געארבעט ביז ער האט געכאפט דעם פאטש און האט איינוועגס זיך אויך געלערנט ס'איז דא זאכן וואס מען טוט נישט ווייל דער עדאלד אין מיין לעבן וויל נישט חאטש איך פארשטיי איך מעג און חאטש איך וויל
א שיינעם דאנק פאר דיין עקספערימענט.
דאס וועט זיין טאקע גאר א גוטע ראיה צו מיינע אויבדערמאנטע רייד.
דאס וואס גארנישט האט געארבעט איז ווייל דו קנעסט\ווילסט נישט שטיין צוגענאגלט צו אים יעדעס מאל וואס ער איז אויפן גאס און נישט אראפנעמען דיינע אויגן פון אים, און יעדעס מאל וואס ער וויל אראפ לויפן אויפן גאס, אים אפהאלטן מיט דיינע הענט אן שלאגן, און אים געבן צו פארשטיין מיט געדולד די סכנה. ווייל ס'איז דיר אוממעגליך. דו האסט אנדערע קינדער, דו דארפסט זיך ארום קוקן אין גאס וואו די גייסט און די קענסט נישט געבן דיין גאנצע עטטענטשן פאר אים. אויך האסטו נישט די געלט אפצודינגען איינער זאל עס טוהן פאר דיר. וועגן דעם שלאגסטו אים. נישט ווייל נאר דער שלאגן וועט אויפטוהן. נאר ווייל דו קענסט זיך נישט ערלויבן אנדערע וועגן אנשטאט שלאגן.
איינמאל וואס מ'פארשטייט עס. וועט מען אייביג טראכטן צו ס'איז שייך צו טוהן עפעס אנדערש אנשטאט שלאגן.
פאכמאן, אנטשולדיגט אבער עס איז ממש א שאנדע צו ליינען ווי א היימישער איד קען זיין אזוי עקסטרעם ליבעראל...

איך האב געהערט אמאל א גוט ווארט פון א מחנך, און איך מיין אז דאס וועט מסביר זיין דאס ענין.

יעדער מענטש האט אין זיך אן "אינער-סקעיל" (inner scale) וואס העלפט סובקאנשעסלי מאכן הונדערטער דעסישענס א טאג. יעדע החלטה וואס א מענטש טוט וועט ער אויסרעכענען אז עס זאל זיך לוינען, און געווענליך וועט מען נישט נעמען א ריסק אויב די דורכפאל קען זיין שטערקער.

אן עלטערע קינד, אויב א באלל פאלט אראפ אויפ'ן ראוד, וועט אליינס פארשטיין אכטונג צו געבן און נישט אראפלויפן, ווייל ער פארשטייט אז זיין לעבן קען זיין אין א סכנה, און דאס לעבן איז אים/איר מער ווערד ווי א באלי. סובקאנשעסלי האט ער געמאכט די ריכטיגע דעסישען.

משא"כ א קליין קינד, וואס האט נישט קיין מושג וואס עס מיינט לעבן און טויט, וועט רואיג אראפגיין אויפן ראוד, זיך שפילן מיט א מעסער אדער פייער, און אנדערע זאכן וואס איז א שרעקליכע סכנה. זיין אינער-סקעיל אויב נאך נישט גענצליך אויפגעבויט. אין אזא פאל מוז מען געבן דעם קינד א אלטערנאטיווע קאנצעקווענץ פון וואס ער זאל מורא האבן, און אזוי ארום צוריקהאלטן פון טון די סכנה'דיגע אקטן. פון א פאטש האט יעדער מורא, אפילו א קליין קינד. אויב ווייסט ער אז ווען גייט אראפ אויפ'ן ראוד קומט א פאטש, וועט זיין אינער-סקעיל ארבעטן, הגם אויף א קינדערישען פארנעם, און וועט מורא האבן דאס צו טון. אין די מינוט וואס דער קינד באגרייפט שוין די סכנה פון גיין אויפן ראוד אלס די סכנה, פעלט מער נישט אויס די פעטשל.

פונקט ווי ביי די פארקערטע זייט, ווען מען וויל א קינד זאל לערנען וועט מען געבן א קענדי און א מתנה, דאס איז אבער נאר צייטווייליג ביז ער וועט זיך לערנען די אמת'ע זיסקייט פון תורה וואס איז מתוקים מדבש ונופת צופים, דאן פעלט שוין נישט אויס די צוקערלעך.
מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 11:47 pm#506853
שמעקעדיג
אנטשולדיגט אבער עס איז ממש א שאנדע צו ליינען ווי א היימישער איד קען זיין אזוי עקסטרעם ליבעראל...

וכו' וכו'

משא"כ א קליין קינד, וואס האט נישט קיין מושג וואס עס מיינט לעבן און טויט, וועט רואיג אראפגיין אויפן ראוד, זיך שפילן מיט א מעסער אדער פייער, און אנדערע זאכן וואס איז א שרעקליכע סכנה. זיין אינער-סקעיל אויב נאך נישט גענצליך אויפגעבויט. אין אזא פאל מוז מען געבן דעם קינד א אלטערנאטיווע קאנצעקווענץ פון וואס ער זאל מורא האבן, און אזוי ארום צוריקהאלטן פון טון די סכנה'דיגע אקטן. פון א פאטש האט יעדער מורא, אפילו א קליין קינד. אויב ווייסט ער אז ווען גייט אראפ אויפ'ן ראוד קומט א פאטש, וועט זיין אינער-סקעיל ארבעטן, הגם אויף א קינדערישען פארנעם, און וועט מורא האבן דאס צו טון. אין די מינוט וואס דער קינד באגרייפט שוין די סכנה פון גיין אויפן ראוד אלס די סכנה, פעלט מער נישט אויס די פעטשל.
קודם כל, ליבעראל חינוך וואס ארבעט פאר די יעצטיגע דור, לוינט זיך נישט אוועקצומאכן נאר ווייל די דור העבר איז געווען קאנסערוואטיוו. ס'איז נישט פאליטיקס, ס'איז פשוט א הנהגה צו בעסער פארשטיין למעשה די קינדער, און אזא פאל ווילען מיר אלע זיין פראגרעסיוו. מיר ווילען קיינער נישט דרייווען א קאר פון 1963 און אונזער קינדער ווילען נישט דרייווען א קאר פון 1989.

ב"ה, אז דאס פראגרעסיוו חינוך ארבעט זיך אריין, אביסל שפעט, אבער דאך מיט האפענונג.
_______

לעצם הענין, פארוואס כדי צו לערנען א לעסאן פאר א קינד מוז דאס זיין מיט הענט? שלאגן, אפי' א קינד, איז א שטארקע פגיעה אין א מענטש וואס גייט נישט קיינמאל אוועק. ס'איז דעגרעידינג פאר א מענטש אזא טריטמענט וואס סיי וועלעכע בריאה דעזערווד דאס נישט. א יעדער פון אונז געדענקט גאנץ גוט, צו ער וויל צו ער וויל נישט, ווען אין ווי מ'האט געכאפט א פאטש אפי' מיט רעכט. ס'איז למעשה א טראומע, און דאס איז געזאגט געווארן אפי' ווען ס'איז בארעכטיגט, און אפי' ווען מ'האט נישט געזעהן קיין אנדערע וועג.

כמעט א יעדע "פאטש טיילען צערעמאניע" קומט מיט בושות. חוץ אז דער טאטע נעמט דאס קינד אריין אין צימער שטילערהייט, איז מקדים א הסבר פארוואס ער גייט דאס טוהן, גיט א פאטש, דערנאך רעדט ער ווייטער מיטן קינד, האלדזט עם און קישט עם, אפשר דעמאלטס קען מען דאס טוהן. אויב נישט איז די שאדן אסאך מער ווי סיי וועלעכע לעסאן אין חינוך די טאטע וויל איבערגעבן. זאל די טאטע זיך ברעכען קאפ אויף קומען מיט אנדערע מיני עונשים אדער קנסות וואס וועט דעליווערען די מעסעדזש, אן צוקראכן דעם קינד מיט פעטש. וואס מיינסטו גייט פאר אין קאפ פון קינד? עם זאגט מען אז די ערגסטע זאך אין די וועלט איז הייבן הענט און מבזה זיין א צווייטער יוד, והנה די טאטע טוט וואס ער וויל מיך צו מסדר זיין. אנטשטאט עם ווייזען איידעלע הארציגע התנהגות, ווערט ער נפגע, און דאס פארגעסט מען קיינמאל. אז חינוך איז שווער, ברעך דיך קאפ, אבער ברעך נישט דאס קינד.
זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:40 am#506857
איך הער וואס דו זאגסט. אבער מיין שיטה איז שוין לאנג אז קיין איין עקסטרעם איז נישט ריכטיג.

א קינד גייט דורך אסאך טראומא אלס קינד, פונעם ציינדלען, טראסקען ביים פרובירן צו וואקן, און יא, אמאל א פעטשל פון די עלטערן. לויט א טייל עקספערטן, און איך (ווי אויך דער חובת הלבבות) בין מסכים צו זיי, איז דאס גאר געזונט פאר א קינד. א קינד מוז זיך אויסלערנען צו דיעלן מיט שוועריגקייטן. אז נישט וועט מען אויפוואקסן ווי (איך וויל נישט זאגן צוליב חשש ראסיזם...) והבן.
זונטאג אוגוסט 21, 2022 4:55 am#506863
שמעקעדיג
איך הער וואס דו זאגסט. אבער מיין שיטה איז שוין לאנג אז קיין איין עקסטרעם איז נישט ריכטיג.
שלאגן בכל אופן שהוא קען אויך זיין אן עקסטרעם
א קינד גייט דורך אסאך טראומא אלס קינד, פונעם ציינדלען, טראסקען ביים פרובירן צו וואקן, און יא, אמאל א פעטשל פון די עלטערן. לויט א טייל עקספערטן, און איך (ווי אויך דער חובת הלבבות מ'קען עכט נישט ניצען קיין חינוך טיפס פון טויזענט יאר צירוק ווען די סייקאלאדזשי איז געווען אנדערש במציאות, כמ"ש חנוך לנער ע"פ דרכו) בין מסכים צו זיי, איז דאס גאר געזונט פאר א קינד. א קינד מוז זיך אויסלערנען צו דיעלן מיט שוועריגקייטן. סיריעסלי? א קינד האט נישט גענוג שוועריקייטן, מבית ומבחוץ, אז ס'פעלט נאך אויס צו שלאגן? אז נישט וועט מען אויפוואקסן ווי (איך וויל נישט זאגן צוליב חשש ראסיזם לא לפחד כלל, די מנהל מעקט נישט ראסיזם ...) והבן קוק אן די יא געשלאגענע קינדער, ערשט דעמאלט וועסטו וועלען זאגען ווי וועם זיי זעהן אויס .
במחילת כבודו א"פ...
זונטאג אוגוסט 21, 2022 4:43 pm#506941
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
די שווארצע שלאגן דווקא מער ווי אנדערע זייערע קינדער
זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:35 pm#506969
וואלווי
... זאל דער טאטע זיך ברעכן קאפ, אויפקומען מיט אנדערע מיני עונשים אדער קנסות וואס וועט דעליווערען די מעסעדזש, אן צוקראכן דעם קינד מיט פעטש.
איך געדענק פארשידענע עונשים און קנסות וואס איך האב באקומען, די פעטשליך וואס איך האב באקומען פין מיין טאטע געדענק איך די ווייניגסטע און האט איבערגעלאזט אויף מיר די קלענסטע רושם לרע - איך שטעל זיך פאר ס'איז דא זייער אסאך וואס וועלן אויך אויף דעם קענען מעיד זיין (איך רעד נישט פון כאפן געהארגעטע שלעק)

א גרויס חלק פון די אנדערע מיני עונשים אדער קנסות, זענען פיל מער דיסטראקטיוו.
זונטאג אוגוסט 21, 2022 8:01 pm#506978
למעיישה
האט איך נאכנישט באקומען א דוגמא פון א זאך וואס מוז גיין מיט א פאטש. און ס'קומט נישט פון קיין ענגעזאמקיים אין צייט געלט שכל געדולד וכו'.
קען איינער ברענגען תכלית?
זונטאג אוגוסט 21, 2022 8:51 pm#506983
הקטן
איך געדענק פארשידענע עונשים און קנסות וואס איך האב באקומען, די פעטשליך וואס איך האב באקומען פין מיין טאטע געדענק איך די ווייניגסטע און האט איבערגעלאזט אויף מיר די קלענסטע רושם לרע - איך שטעל זיך פאר ס'איז דא זייער אסאך וואס וועלן אויך אויף דעם קענען מעיד זיין (איך רעד נישט פון כאפן געהארגעטע שלעק)

א גרויס חלק פון די אנדערע מיני עונשים אדער קנסות, זענען פיל מער דיסטראקטיוו.
אלעס וואס דו זאגסט איז אמת, אבער אמת איז רעלאטיוו, אנדערע דיינעמיקס אין אנדערע שטיבער.
מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:08 am#507008
פאכמאן
למעיישה
האט איך נאכנישט באקומען א דוגמא פון א זאך וואס מוז גיין מיט א פאטש. און ס'קומט נישט פון קיין ענגעזאמקיים אין צייט געלט שכל געדולד וכו'.
קען איינער ברענגען תכלית?
וואס ביסטו מסביר פאר א 2 יעריג קינד וואס שפילט זיך מיט שוועבלעך און פייער?
מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:36 am#507010
פאכמאן
למעיישה
האט איך נאכנישט באקומען א דוגמא פון א זאך וואס מוז גיין מיט א פאטש. און ס'קומט נישט פון קיין ענגעזאמקיים אין צייט געלט שכל געדולד וכו'.
קען איינער ברענגען תכלית?
זאל זיין דאס דו ביסט גערעכט, און א וועלט וואס עקזעסטירט נישט, פעלט נישט אויס צי געבען א פאטש - איז וואס ווייזט דאס?!?
דעס אז מען קען זיך אן עצה געבען אן דעם זאגט צי דאס איז גוט אעדער שלעכט?!?

די זעלבער לאגיג ארבעט אויך אויף עדשיקעשען
אויב האסטו אלע געלט, צייט, געדיליד צי באגלייטן דיין קינד פין קרעדעל טא גרעוו פעלט נישט אויס דאס ער זאל קענען ליינען
זאגט דאס אז עדישקעשען איז איבריג?
מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:38 am#507012
פרנס החודש
די שווארצע שלאגן דווקא מער ווי אנדערע זייערע קינדער
אויב ס'איז דא צוויי עלטערן אינדערהיים צי שלאגן איז שוין גוט
מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:41 am#507014
וואלווי

קודם כל, ליבעראל חינוך וואס ארבעט פאר די יעצטיגע דור, לוינט זיך נישט אוועקצומאכן נאר ווייל די דור העבר איז געווען קאנסערוואטיוו. ס'איז נישט פאליטיקס, ס'איז פשוט א הנהגה צו בעסער פארשטיין למעשה די קינדער, און אזא פאל ווילען מיר אלע זיין פראגרעסיוו. מיר ווילען קיינער נישט דרייווען א קאר פון 1963 און אונזער קינדער ווילען נישט דרייווען א קאר פון 1989.

ב"ה, אז דאס פראגרעסיוו חינוך ארבעט זיך אריין, אביסל שפעט, אבער דאך מיט האפענונג.
איז דאס א תוצאה פין די פראגרעסיוו חינוך?
פרייטאג אוגוסט 26, 2022 5:30 pm#507448
שמעקעדיג
אויף די עלטערנס פארלאנג...
מיטוואך אקטאבער 26, 2022 10:27 pm#510701
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
אישתישבי
די האסט געהאט א רבי וואס האט געהייסן אראפציען די הויזן?

וועלכע חיידער?
איך האב געהאט אזא רבי. יא .... און נישט פאר צו לאנג צוריק

Sent from my BBE100-5 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:40 pm#510707
אן ארטיקל וואס שפרה לאווען האט געשריבן אין די פארווערטס וועגן דעם נושא
https://forward.com/yiddish/479812/sorry-im-not-going-to-spank-my-children/
דינסטאג יאנואר 10, 2023 12:52 pm#515303
בפשטות ביי קליינע קינדער אינדערהיים אויב מען דארף אמאל "עמערדזשענסי" געבן א פעטשל אדער אפאר פעטשלעך איז די מעטאד די מערסטע פראקטיש בפרט פאר מאמעס. מען דארף נישט קיין שטעקן, פאסיג אד"ג מען ניצט בלויז די האנט אויף א פלאץ ווי ס'קען נישט מאכן קיין דעמעדז"ש און ס'לאזט נישט איבער צייכענעס, און דאך גענוג עפעקטיוו די מעסעדז"ש זאל דורכגיין צום קינד.
דינסטאג יאנואר 10, 2023 12:56 pm#515304
קנאפ
בפשטות ביי קליינע קינדער אינדערהיים אויב מען דארף אמאל "עמערדזשענסי" געבן א פעטשל אדער אפאר פעטשלעך איז די מעטאד די מערסטע פראקטיש בפרט פאר מאמעס. מען דארף נישט קיין שטעקן, פאסיג אד"ג מען ניצט בלויז די האנט אויף א פלאץ ווי ס'קען נישט מאכן קיין דעמעדז"ש און ס'לאזט נישט איבער צייכענעס, און דאך גענוג עפעקטיוו די מעסעדז"ש זאל דורכגיין צום קינד.
But it's a very uncomfortable place, and most kids will remember it for life!!!
מיטוואך יאנואר 11, 2023 12:19 am#515352
קלויזענבורג'ע רב זי"ע חומש רש"י תשמ"ב
📎 קלויזענבורגער רב.jpg
פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:34 am#515951
איינעראליינס
קנאפ
בפשטות ביי קליינע קינדער אינדערהיים אויב מען דארף אמאל "עמערדזשענסי" געבן א פעטשל אדער אפאר פעטשלעך איז די מעטאד די מערסטע פראקטיש בפרט פאר מאמעס. מען דארף נישט קיין שטעקן, פאסיג אד"ג מען ניצט בלויז די האנט אויף א פלאץ ווי ס'קען נישט מאכן קיין דעמעדז"ש און ס'לאזט נישט איבער צייכענעס, און דאך גענוג עפעקטיוו די מעסעדז"ש זאל דורכגיין צום קינד.
But it's a very uncomfortable place, and most kids will remember it for life!!!
אזאלעכע שטיות, גיי געדענק א פראק פון כתה ב' , אויב יא באקומסטו פון מיר די גינעס ווארלד רעקארד פאר זכרון, מאכסט מיר לאכן..
פרייטאג יאנואר 20, 2023 10:52 am#515953
טינט פען

וואסערע שטותים רעדסטו? איך האב געכאפט פעטש פון יעדע רבי און איך בין בכלל נישט פארווייטאגט אויף זיי.
חוץ איינער וואס האט מיך אראפגעצויגן די הויזן און אנגעפראקט געדענק איך נאך עד היום און ס'טיט נאך וויי ביז היינט די בושות און דערנידערונג וואס איך האב געהאט דעמאלטס, מען קען דעבאטירן צי מען מעיג געבן פעטש (ספוילער: מען טאר נישט) אבער אראפציען די הויזן מאן דכר שמיה, איינער וואס ציעט אראפ א הויזן פון א קינד דארף מען ריפארטן צו טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס.
פרייטאג יאנואר 20, 2023 12:16 pm#515961
טינט פען
אזאלעכע שטיות, גיי געדענק א פראק פון כתה ב' , אויב יא באקומסטו פון מיר די גינעס ווארלד רעקארד פאר זכרון, מאכסט מיר לאכן..
איך בין געווארן איבערגעלייגט דארך מיין כיתה ב' רבי אין וויליאמסבורג כמעט איעדער טאג. עס טוט מיר נאך באנג בוז היינט די השפלה וואס איך בין אריבער. נ'וודאי האט ער געלאכט אז משוגע איז דער וואס האט פיינט זיין רבי וואס האט אים געשלאגן. אבער איך בין אים נישט מוחל עד היום הזה. איך האב געדארפט אריבער גיין שטארקע און טייערע הילף שפעטער אין לעבן זיך צו קענען שטארקן אויף די קאשמארן.
פרייטאג יאנואר 20, 2023 12:19 pm#515963
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
Visionary

Same with me
זונטאג יאנואר 22, 2023 10:56 am#516013
טינט פען
איינעראליינס
קנאפ
בפשטות ביי קליינע קינדער אינדערהיים אויב מען דארף אמאל "עמערדזשענסי" געבן א פעטשל אדער אפאר פעטשלעך איז די מעטאד די מערסטע פראקטיש בפרט פאר מאמעס. מען דארף נישט קיין שטעקן, פאסיג אד"ג מען ניצט בלויז די האנט אויף א פלאץ ווי ס'קען נישט מאכן קיין דעמעדז"ש און ס'לאזט נישט איבער צייכענעס, און דאך גענוג עפעקטיוו די מעסעדז"ש זאל דורכגיין צום קינד.
But it's a very uncomfortable place, and most kids will remember it for life!!!
אזאלעכע שטיות, גיי געדענק א פראק פון כתה ב' , אויב יא באקומסטו פון מיר די גינעס ווארלד רעקארד פאר זכרון, מאכסט מיר לאכן..

איך הער וואס די זאגסט, איך קען דיך נאר ענטפערן, אז עס מיז זיין ביסט עס קיינמאל אריבער… ווייל אויב יא וואלסטו אנדערש גערעד.. פריי דיך און לויב דעם באשעפער
זונטאג יאנואר 22, 2023 10:56 am#516014

זונטאג יאנואר 22, 2023 11:34 am#516020

כאילו עס טוט מער וויי אראפגעצוגען, ועוד קשה וואס איז מיט די בלעכענע הויזען וואס יעדער גייט רעדען אט אט ... בי די סדרה פון משפטים עס איז דאך אירעלעווענט אם היה פשטו ידיהם בגדוד וק"ל
זונטאג יאנואר 22, 2023 1:43 pm#516027
yesiknow

סאיז מער די בושה וואו די ווייטאג
זונטאג יאנואר 22, 2023 2:47 pm#516034
אויך מיר א בושה אין סווימינג פול געדענק איך איז יעדער געגאנגען אזוי ,אין בכלל א קליין קינד כאפט נישט אז עס איז א בושה אין א גרעסער קינד לאזט זיך נישט סייווי מגלה טפח ומכסה טפחיים וכו' והשם הטוב יכפר..
זונטאג יאנואר 22, 2023 3:13 pm#516038
yesiknow
אויך מיר א בושה אין סווימינג פול געדענק איך איז יעדער געגאנגען אזוי ,אין בכלל א קליין קינד כאפט נישט אז עס איז א בושה אין א גרעסער קינד לאזט זיך נישט סייווי מגלה טפח ומכסה טפחיים וכו' והשם הטוב יכפר..

איך מעג דיך פרעגן עפעס ? ביסטו אמאל געווארען איבערגעלייגט ??
זונטאג יאנואר 22, 2023 3:21 pm#516040
הרבה פעמים
זונטאג יאנואר 22, 2023 3:43 pm#516041
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
With pants up or down ??
זונטאג יאנואר 22, 2023 3:47 pm#516042
פעם ככה ופעם ופעם ככה. למה אתה שואל?
זונטאג יאנואר 22, 2023 3:48 pm#516043
yesiknow
אויך מיר א בושה, אין סווימינג פול געדענק איך איז יעדער געגאנגען אזוי, און בכלל א קליין קינד כאפט נישט אז עס איז א בושה און א גרעסער קינד לאזט זיך נישט סייווי מגלה טפח ומכסה טפחיים וכו', והשם הטוב יכפר..

אין סווימינג פול איז מען געגאנגען אראפגעצויגענע הויזן?

וואס הייסט מען כאפט נישט, דו וואלסט דיך אראפגעצויגן אינמיטן בית המדרש?

וואס הייסט ער לאזט זיך נישט, מען ציעט אראפ די הויזן בעל כרחו?

וואס הייסט השם הטוב יכפר? וויאזוי קען מען מוחל זיין אזא זאך? המבייש את חבירו אין לו חלק לעוה"ב?
זונטאג יאנואר 22, 2023 3:48 pm#516044
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
yesiknow #
פעם ככה ופעם ופעם ככה. למה אתה שואל?

Because if you don't mind at all when pants is down then something most be wrong with you....
זונטאג יאנואר 22, 2023 3:49 pm#516045
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
קהל'ס נער #
yesiknow
אויך מיר א בושה, אין סווימינג פול געדענק איך איז יעדער געגאנגען אזוי, און בכלל א קליין קינד כאפט נישט אז עס איז א בושה און א גרעסער קינד לאזט זיך נישט סייווי מגלה טפח ומכסה טפחיים וכו', והשם הטוב יכפר..

אין סווימינג פול איז מען געגאנגען אראפגעצויגענע הויזן?

וואס הייסט מען כאפט נישט, דו וואלסט דיך אראפגעצויגן אינמיטן בית המדרש?

וואס הייסט ער לאזט זיך נישט, מען ציעט אראפ די הויזן בעל כרחו?

וואס הייסט השם הטוב יכפר? וויאזוי קען מען מוחל זיין אזא זאך? המבייש את חבירו אין לו חלק לעוה"ב!

דו זעסט מיר אויס ווי א טראול וואס זיכט זיך סתם צו רייצן.

Exactly my point.... please be open and relistic
זונטאג יאנואר 22, 2023 5:02 pm#516053
נאכן זיך אביסל ארומפראסקענען אין אישי איז קלאר געווארען די נושא, ער רעדט פון אראפציען די הויזן סתם, און איך רעדט פון אינגאנצן אראפציען די הויזן מיט די תחתונים, ווי זאגט די גמ' ואת והב בסופה, עניוועי איך צי ציריק דא פון די טראול סטעמפל וואס איך האב געלייגט אויף עים.
זונטאג יאנואר 22, 2023 5:06 pm#516054
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
קהל'ס נער
נאכן זיך אביסל ארומפראסקענען אין אישי איז קלאר געווארען די נושא, ער רעדט פון אראפציען די הויזן סתם, און איך רעדט פון אינגאנצן אראפציען די הויזן מיט די תחתונים, ווי זאגט די גמ' ואת והב בסופה, עניוועי איך צי ציריק דא פון די טראול סטעמפל וואס איך האב געלייגט אויף עים.
I still disagree but now it makes more sense

Sent from my BBE100-5 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 22, 2023 5:14 pm#516055
איינעראליינס
קהל'ס נער
נאכן זיך אביסל ארומפראסקענען אין אישי איז קלאר געווארען די נושא, ער רעדט פון אראפציען די הויזן סתם, און איך רעדט פון אינגאנצן אראפציען די הויזן מיט די תחתונים, ווי זאגט די גמ' ואת והב בסופה, עניוועי איך צי ציריק דא פון די טראול סטעמפל וואס איך האב געלייגט אויף עים.
I still disagree but now it makes more sense

Sent from my BBE100-5 using Tapatalk
גם אני מצטרף, אז ס'איז ווראנג אבער ס'איז אויף א גאנצע אנדערע לעוועל.
זונטאג יאנואר 22, 2023 5:17 pm#516056
קהל'ס נער האט געשריבן:
איינעראליינס האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:נאכן זיך אביסל ארומפראסקענען אין אישי איז קלאר געווארען די נושא, ער רעדט פון אראפציען די הויזן סתם, און איך רעדט פון אינגאנצן אראפציען די הויזן מיט די תחתונים, ווי זאגט די גמ' ואת והב בסופה, עניוועי איך צי ציריק דא פון די טראול סטעמפל וואס איך האב געלייגט אויף עים.
I still disagree but now it makes more sense

Sent from my BBE100-5 using Tapatalk

גם אני מצטרף, אז ס'איז ווראנג אבער ס'איז אויף א גאנצע אנדערע לעוועל.
At least we are on the same page

Sent from my BBE100-5 using Tapatalk