פארומס › איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט

165 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7459
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יאנואר 23, 2023 9:34 am#516097
קהל'ס נער האט געשריבן:נאכן זיך אביסל ארומפראסקענען אין אישי איז קלאר געווארען די נושא, ער רעדט פון אראפציען די הויזן סתם, און איך רעדט פון אינגאנצן אראפציען די הויזן מיט די תחתונים, ווי זאגט די גמ' ואת והב בסופה, עניוועי איך צי ציריק דא פון די טראול סטעמפל וואס איך האב געלייגט אויף עים.


פאר א קינד אראפציען נאר די הויזען קען אפשר מיטגיין. אבער א גרויסע יונגעל אדער א בחור גאר איז עס געהריג מיתה…
מאנטאג יאנואר 23, 2023 5:48 pm#516123
מ'האלט שוין דא ליידער ביי דעם, אז איבערלייגן און פראקן איז אקעי "אפילו ווען דער הויזן איז אראפ געצויגן" ווי לאנג די תחתונים זענען נאך אנגעטוהן , איך ציפ מיך די באקן צו זעהן טאמער איך בין אויף... באלד וועט מען שוין מעגן אָן די תחתונים אויכעט..! שומו שמים!
מאנטאג יאנואר 23, 2023 6:16 pm#516125
זיכער טאר נישט מען נישט איבערלייגן קינדער און אראפציען די הויזן, אבער ווען נעמט אראפ די תחתונים איז עס אינגאנצן א נייע לעוועל דאס איז געוועהן מיין פוינט.
מאנטאג יאנואר 23, 2023 6:54 pm#516126
צפוני האט געשריבן:מ'האלט שוין דא ליידער ביי דעם, אז איבערלייגן און פראקן איז אקעי "אפילו ווען דער הויזן איז אראפ געצויגן" ווי לאנג די תחתונים זענען נאך אנגעטוהן , איך ציפ מיך די באקן צו זעהן טאמער איך בין אויף... באלד וועט מען שוין מעגן אָן די תחתונים אויכעט..! שומו שמים!


בעצם איז דיין וויי געשריי אין פלאץ. אבער ווי איך פארשטיי רעדן נישט די לעצטיגע מגיבים דא בכלל וואס ס'איז אקעי אדער נישט אקעי, מען רעדט איבער דעם צו ס'איז דא א דעמעדז"ש אויף שפעטער פאר איינער וואס האט דאס מיטגעמאכט. מען רעדט טעארעטישע זאכן וואס איז נישט נוגע למעשה.
מאנטאג יאנואר 23, 2023 9:11 pm#516136
צפוני האט געשריבן:מ'האלט שוין דא ליידער ביי דעם, אז איבערלייגן און פראקן איז אקעי "אפילו ווען דער הויזן איז אראפ געצויגן" ווי לאנג די תחתונים זענען נאך אנגעטוהן , איך ציפ מיך די באקן צו זעהן טאמער איך בין אויף... באלד וועט מען שוין מעגן אָן די תחתונים אויכעט..! שומו שמים!



חס ושלום...

איך בין געווארען איבערגעלייגט אפאר מאל (אויף ביידע וועגן) און איך פארגעס עס נישט, איך האב נאר געענטפערט אויפן תגובה וואס שרייט אז נישט אראפשלעפן די אונטערשטע מעג מען יא, האב איך געזאגט אז אפשר אפשר אלץ קליין קינד... אבער אויף די עלטער זיכער זיכער נישט .

איך האלט קלאר אז אראפציען נאר די הויזן טאר מען קיינמאל, נישט קיין חילוק ווי אלט מען איז...
מאנטאג יאנואר 23, 2023 9:50 pm#516139
ב"ה אז מ'האלט נאכנישט דארטן און יישר כח פאר אלע מגיבים דא, איך וויל נאר באמת פארשטיין פון ווי האט זיך א מלמד גענומען דע רעכט אפילו נאר אראפצוציען די נארמאלע הויזן פון - אפילו נאר א קליין - קינד?
וואס? ווייל מ'וויל ס'זאל מער וויי טוהן? אדער ס' זעהט מיר אויס ווי דער מלמד האט געהאט אנדערע און ערגערע (ליין: עקלדיגע אומאויסגעהאלטענע) כוונות.
מאנטאג יאנואר 23, 2023 10:53 pm#516143
אשר שמענו ונדעם ואבותינו ספרו לנו... יא, כ'האב געהערט פון עלטערע אידן פון פריערדיגן דור אז די אמאליגע מלמדים האבן דאס רעגלמעסיג געטון, מען האט אראפגעצויגן די הויזן און געהאקט שטיקער כמעט עד זוב דם.

נעבעך אויף די מלחמה געליטענע אידן, און נעבעך אויף זייערע תלמידים. לבי לבי על חלליהם...
מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:58 pm#516153
און נאכדעם האט מען נאך געהאט טענות אז זיי האבן נישט קיין זיץ פלייש
:roll: :roll:
דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:11 am#516156
שמעקעדיג האט געשריבן:אשר שמענו ונדעם ואבותינו ספרו לנו... יא, כ'האב געהערט פון עלטערע אידן פון פריערדיגן דור אז די אמאליגע מלמדים האבן דאס רעגלמעסיג געטון, מען האט אראפגעצויגן די הויזן און געהאקט שטיקער כמעט עד זוב דם.

נעבעך אויף די מלחמה געליטענע אידן, און נעבעך אויף זייערע תלמידים. לבי לבי על חלליהם...



גארנישט די עלטערע דור. 20 יאר צוריק אדער ווייניגער האט מען דעיס נאך געטון
זונטאג מאי 7, 2023 5:17 pm#523959
נישט שלאגן אבער וואס יא
כ'האב געהערט א שטארקע נקודה פון א קלוגע מנהל אין לעיקוואד

די היימישע עולם איז ענדליך געווארן אויפגעקלערט מ'האט גענימען פון די חכמה בגוים
1. נישט צו שלאגן
2. צו געבן ליבשאפט

אבער מ'האט נישט גענימען די אנדערע חלק: דיסיפלין

די גוים שלאגן נישט, אבער זיי געבן סוספענשען, דיטענשען, וכדו' אזוי האבן זיי קאנטראל

און אונז...
מאנטאג מערץ 4, 2024 5:55 am#552665
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
איז נאך דא היינט אזא זאך ווי איבערלייגן און פראקן קינדער ?
מאנטאג מערץ 4, 2024 9:40 am#552673
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
מ'טאר קיינמאל נישט איבערלייגן, זיכער נישט אראפציען, זיכער נישט ברבים,

מ'מעג אמאל שלאגן אדער שטראפן א קינד ווען ער פארשטייט אז ער האט געטוהן א עוולה, אדער וועט ער טוט א סכנה'דיגע זאך
מאנטאג מערץ 4, 2024 10:39 am#552689
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
קלאטשער #
איז נאך דא היינט אזא זאך ווי איבערלייגן און פראקן קינדער ?
איך ווייס נישט צו ממש היינט צו ואגס

אבער נישט לאנג צוריק איז עס נאך זיכער געווען א נארמאלע זאך

אין ניין איך רעד נישט פון 30 יאר צוריק….
מאנטאג מערץ 4, 2024 7:20 pm#552886
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
איך רעד פון יאר תשפ"ד
זונטאג מערץ 10, 2024 11:24 am#553988
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
קלאטשער #
איך רעדט פון יאר תשפ"ד
דעיס דארפסטו גיין טשעקן אין חדר. נישט דא!!