Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » לייז אויב ביסט קלוג

לייז אויב ביסט קלוג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
40 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 44 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8498
זונטאג מערץ 22, 2015 8:20 pm#260549
לייז אויב ביסט קלוג
באקום איך אין וואטסעפפ דער פאלגנדער חידה:
בילד

כ'זיך מיך אראפ, כ'הייב אן חשבונ'ן, נאך עטליכע סעקונדעס רעאליזיר איך אז דאס איז סך הכל x squared minus x. שרייב איך אריין מיין תירוץ זאגט מיר יענער, נאופ מאכסט א טעות. כ'קוק איבער, כ'רעכן איבער, אלעס קלאפט אבער יענער האלט זיך ביי זיין.

ביז יענער זאגט מיר אויס דעם סוד. נו, לאמיר זען צו איר קענט אויפקומען דערמיט. אויב זענט איר גאר נייגעריג, קליקט דא.
זונטאג מערץ 22, 2015 8:28 pm#260554
9x8
8x7
וכו
לכאורה 3x2 =6
זונטאג מערץ 22, 2015 8:55 pm#260556
.
זונטאג מערץ 22, 2015 8:56 pm#260557
Re: לייז אויב ביסט קלוג
איך האלט אזויווי דיר. ער גייט אלץ מינוס איינס.
6
זונטאג מערץ 22, 2015 9:25 pm#260561
יידל, דו האסט אלעמאל ליב צו רעכענען קאמפליצירט אנשטאט פשוט? ווי נאר כ'האב עס אנגעקוקט האב איך געטראכט (x times (x-1. באט יו גאט מי, אלדהאו ס'האט נישט מיט ג'יניעס צו מ'כאפט עס צו נישט.
זונטאג מערץ 22, 2015 9:26 pm#260562
ס'ווענדט זיך אין די היערארכיע פון די נומערן אויף די לינקע זייט. צו שטאמט דאס פון דעם פאקט אז זי איז איינס ווינציגער ווי איר רעכטער שכן (horizontal) אדער איינס ווינציגער ווי איר אויבערשטער שכן (vertical)
זונטאג מערץ 22, 2015 10:28 pm#260580
פאר א תם (אזוי ווי איך בין) איז עס פשוט. פאר א דזשיניוס, וואס הייבט אן חקר'ן און פרעגן קשיות, ווערן איהם נולד ספיקות, ווייסט ער טאקע נישט דעם ענטפער. אבער א טאמקאפ גייט מיט אמונה פשוטה, איז איהם גארנישט שווער. ער קען אפילו נישט פארשטיין וויאזוי מ'קען אפילו מסופק זיין אין דעם ענטפער...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. גלייך נאך דעם התייסדות המדינה (ר"ל) איז געווען א מעלדונג אין א צייטונג אז אין א געוויסע פירמע זוכט מען א בוקקיפער. זענען אנגעקומען דריי מענטשן פאר'ן דזשאב. איינער א יעקע. דער צווייטער א גאליציאנער. דער דריטער אן אונגערישער...דער בעה"ב האט אינטערוויוט א יעדן איינעם. די ערשטע פרעגט ער דעם יעקע. וויפיל איז 2+2. דער יעקע נעמט ארויס א פענסיל מיט א פעיפער און רעכנט אויס דעם ענטפער און זאגט צום בעה"ב....4.:נאכדעם גייט אריין דער אונגערישער. די זעלבע שאלה. ער ענטפערט ווי א גראדעמעכעלע...4: נאכדעים קומט אריין דער גאליציאנער. דער בעה"ב פרעגט די זעלבע שאלה. נעמט ער פשט'לן. אהה...2+2 איז דאך פיהר. דאס איז דאך פשוט. ער וואלט נישט געפרעגט אזא שאלה. דא מוז זיין באהאלטן עפעס א טיפער חשבון. און ער בויעט אויף א חשבון גג על גג...ס'גייט אדורך עטליכע טעג...ווער האט באקומען דעם דזשאב...? ווער ס'ווייסט דעם ענטפער זאלל ביטע זאגן...! איך וועל בלי"נ ווארטן געדולדיג... :lol:
זונטאג מערץ 22, 2015 11:27 pm#260609
Re: לייז אויב ביסט קלוג
חסיד לעבן, כ'געדענק שוין נישט וואס די האסט געשריבן אבער שעמסט דיך אז בוזט אריינגעפאלן? עמו אנכי, און איך קען דיר יעצט געבן נאך אפאר חשבונות אנצוקומען צו אנדערע ענטפערס.
אונז האמיר אלע געענטפערט עפעס אנדערש פון 3
מאנטאג מערץ 23, 2015 1:36 am#260664
berlbalaguleh האט געשריבן:פאר א תם (אזוי ווי איך בין) איז עס פשוט. פאר א דזשיניוס, וואס הייבט אן חקר'ן און פרעגן קשיות, ווערן איהם נולד ספיקות, ווייסט ער טאקע נישט דעם ענטפער. אבער א טאמקאפ גייט מיט אמונה פשוטה, איז איהם גארנישט שווער. ער קען אפילו נישט פארשטיין וויאזוי מ'קען אפילו מסופק זיין אין דעם ענטפער...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. גלייך נאך דעם התייסדות המדינה (ר"ל) איז געווען א מעלדונג אין א צייטונג אז אין א געוויסע פירמע זוכט מען א בוקקיפער. זענען אנגעקומען דריי מענטשן פאר'ן דזשאב. איינער א יעקע. דער צווייטער א גאליציאנער. דער דריטער אן אונגערישער...דער בעה"ב האט אינטערוויוט א יעדן איינעם. די ערשטע פרעגט ער דעם יעקע. וויפיל איז 2+2. דער יעקע נעמט ארויס א פענסיל מיט א פעיפער און רעכנט אויס דעם ענטפער און זאגט צום בעה"ב....4.:נאכדעם גייט אריין דער אונגערישער. די זעלבע שאלה. ער ענטפערט ווי א גראדעמעכעלע...4: נאכדעים קומט אריין דער גאליציאנער. דער בעה"ב פרעגט די זעלבע שאלה. נעמט ער פשט'לן. אהה...2+2 איז דאך פיהר. דאס איז דאך פשוט. ער וואלט נישט געפרעגט אזא שאלה. דא מוז זיין באהאלטן עפעס א טיפער חשבון. און ער בויעט אויף א חשבון גג על גג...ס'גייט אדורך עטליכע טעג...ווער האט באקומען דעם דזשאב...? ווער ס'ווייסט דעם ענטפער זאלל ביטע זאגן...! איך וועל בלי"נ ווארטן געדולדיג... :lol:


און דער ירושלימער פרעגט איהם שטיל אין אויער וויפיל ווילסטו ס'אל זיין?....

ער האט באקומען די דזשאב
מאנטאג מערץ 23, 2015 2:27 pm#260789
געפילטע פיש האט געשריבן:יידל, דו האסט אלעמאל ליב צו רעכענען קאמפליצירט אנשטאט פשוט? ווי נאר כ'האב עס אנגעקוקט האב איך געטראכט (x times (x-1.

הממ, כ'זיץ און כ'חקר'ן פארוואס X טיימס X-מינוס-1 איז פשוט'ער ווי X סקווערד מינוס X. וואס איז דער פילאזאפיע ביהיינד עס? :)
מאנטאג מערץ 23, 2015 3:37 pm#260808
ביסט א מוציא "לייז"..
אנטשולדיגט, איר האט געדרוקט א "נישט ריכטיגע קעפל", דארף שטיין "לעז" אויב ביסט קלוג, נישט "לייז", לייז איז אזא סארט קליינטשינקע באשעפעניש וואס קראצט און בייסט, געווען גאר פאפולער ביי די מצריים ווען ה' האט זיי געטיילט מכות...
מאנטאג מערץ 23, 2015 3:40 pm#260810
Re: לייז אויב ביסט קלוג
און די אידן זענען געווארן 'אויסעלעזט' פון מצרים, אדער אויסגעלייזט?
מאנטאג מערץ 23, 2015 3:41 pm#260811
Re: לייז אויב ביסט קלוג
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:יידל, דו האסט אלעמאל ליב צו רעכענען קאמפליצירט אנשטאט פשוט? ווי נאר כ'האב עס אנגעקוקט האב איך געטראכט (x times (x-1.

הממ, כ'זיץ און כ'חקר'ן פארוואס X טיימס X-מינוס-1 איז פשוט'ער ווי X סקווערד מינוס X. וואס איז דער פילאזאפיע ביהיינד עס? :)

8 טיימס 7 איז פשוטער ווי 8 טיימס 8 מיינוס 8, און אין דיין קאפ ווען דו רעכענסט עס אויס דארפסטו נישט טראכטן וויפיל 8 מיינוס 1 איז, אבער דו דארפסט יא טראכטן וויפיל 64 מיינוס 8 איז.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:29 am#288384
ATUB @געפילטע פיש ATUB עס איז אפשר פשוט׳ער אזוי צו שרייבן ווען מ׳שרייבט עס אראפ, אבער ווען מ׳סימבאליזירט עס, מיין איך איז מער סימפל צו שרייבן איקס סקווערד מיינוס איקס, אזוי:

בילד


אין יעדנס פאל, על טעם וריח אין להתווכח, ווען עס קומט צו סימפלעפייען א מאטעמאטישע עקספרעשן, איז נישטא קיין כלל, יעדער קען טאן ווי אזוי ער וויל.

---------------------------------------------------
לעצם הענין, עס גריצלט מיר אין די אויגן ווי אזוי די פראבלעם איז אראפגעשריבן, 72=9 ??? עס איז נישט ריכטיג, 9 איז קיינמאל נישט געווען 72, און עס וועט קיינמאל נישט זיין!

די ריכטיגע וועג צו אראפשרייבן אזא סארט פראבלעם, איז בילד, און אזוי ווייטער. דאס מיינט, מיר האבן א געוויסע פונקציע וואס אויב מ׳לייגט אריין 9 דערין וועלן מיר באקומען 72, יעצט איז דיין אויסגאבע צו טרעפן די פונקציע. (די אמת׳ע תשובה איז אז עס איז פארהאן אסאך סארטן ענטפערס).

אריינטראכטנדיג, וואס איז די סיבה פארוואס מענטשן טוהן אפט שרייבן אזוי, האב איך שוין עטליכע מאל געשריבן דא אין שטיבל, און קען זיין עס פארדינט א באזונדערע אשכול. רוב מענטשן וואס האבן נישט גענוצט קיין מאטעמאטישע סטעיטמענטס מער ווי אריטמאטיק, לייענען נישט ריכטיג קיין מאטעמאטישע עקוועיזשנס.

לאמיר נעמען א דוגמא 2=1+1.
מאנכע וועלן עס ליינען אזוי, (פון לינקס צו רעכטס), כ׳פאנג אהן מיט די נומער 1, יעצט די + סימבאל מיינט "לייג צו", און דערנאך די 1 איז די נומער וואס מ׳לייגט צו, די רעזולטאט איז 2.

אויב מיר לייענען עס אזוי, איז די = סימבאל, עפעס וואס קומט צו סימבאליזירן א רעזולטאט פון א אריטמאטישע אפעראציע.

די ריכטיגע וועג צו לייענען איז אזוי, די = סימבאל קומט זאגן, אז ביידע מאטעמאטישע עקספרעשנס פון ביידע זייטן, האבן די זעלבע ווערד.

די סיבה פארוואס 1+1 האט די זעלבע ווערד ווי 2 איז צוליב דעם וואס אויב לייגן מיר צו 1 צו 1 באקומען מיר 2, אבער עס וואלט געווען דאס זעלבע ריכטיג צו שרייבן 1=1 אדער 1+1=2 (נישט קיין חילוק וועלכע עקספרעשן שטייט אויף די רעכטע אדער די לינקע זייט, כאטש מ'לייענט אייביג פון לינקס צו רעכטס).
דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:27 pm#288402
פארוואס, דו האסט קענטליך נישט געקוקט אין די לינק וואס כ'האב ארויפגעלייגט. דארט שטייט טאקע אז דער ענטפער איז 3, ווייל 3 וועט שטענדיג זיין איקוואל בלויז צו 3 און נישט צו עפעס אנדערש.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:46 pm#288407
די חידה רעפרעזענטירט א pattern, אוו אויב סדא א ריכטיגע pattern וואס שטימט איז דאס די ריכטיגע תירוץ.

אויב די נאמבער 9 רעפרעזענטירט 72, נישט קיין חילוק פארוואס, (סנישטא נאך א dash אריינצופילן נאך א נאמבער דארט, און אזוי סאלווען דעם חידה, דורך א חשבון) און 8 רעפרעזענטירט 56, וכו' איז וואס רעפרעזענטירט 3,

די תירוץ איז,

9-72
8-56
7-42
6-30
5-20
4-12
3-6

יעדע נומבער וואס קומט צו גייט די דיפערענץ פון די נאמבער ארויף מיט 2, צווישן 6 און 12 איז דא 6, צווישן 12 און 20 איז דא 8, צווישן 20 און 30 איז דא 10, צווישן 30 און 42 איז דא 12 וכו',

דאס איז א ריכטיגע ענטפער, און ווען דו פרעגסט אזא חידה, פרעגסטו נישט פארוואס 9 איז 72, נאר אויב 9 איז 27 דאן וויפיל איז 3, דאס אז 9 איז 72 איז אינפארמעישן וואס דו געסט נישט וואס דו פרעגסט, ממילא אויב איז דא א ריכטיגע פעטטערן וואס שטימט דאן איז דאס א גוטע תירוץ, ממילא מיין איך אז זאגן די תירוץ איז 3 איז סתם פארדרייט א קאפ, ודו"ק
דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:08 pm#288419
יידל האט געשריבן:פארוואס, דו האסט קענטליך נישט געקוקט אין די לינק וואס כ'האב ארויפגעלייגט. דארט שטייט טאקע אז דער ענטפער איז 3, ווייל 3 וועט שטענדיג זיין איקוואל בלויז צו 3 און נישט צו עפעס אנדערש.

ברוך שכיוונתי.....


ATUB @וכדומה.. ATUB , ביסט גערעכט אז עס גרינג צו פארשטיין וואס דער פרעגער האט "געמיינט" צו פרעגן, אבער אין מאטעמאטישע סימבאלן קען מען נישט מאכן קיין "חסורי מיחסרא והכי קתני", עס מוז זיין פונקטליך, און יעדע סימבאל מוז האבן איין איינציגע באדייט.

אויב וואלטן מיר געלאזט מאטעמאטישע סימבאלן זאל האבן צוויי באדייטן, וואלטן מיר נאך געהאלטן 500 יאהר אונטערשטעליג אין אלעס (און בפרט אין די קאמפיוטער וועלט).

א קליין דוגמא, איך האב דיר פראבירט טעגן, קודם האב איך געשריבן ATUB @וכדומה ATUB , און דערנאך האב איך פראבירט שרייבן ATUB @וכדומה... ATUB , און עס איז מיר נישט געלונגען, ביז איך האב געזעהן אז דו האסט זיך א נאמען געגעבן וכדומה מיט 2 פינטלעך. סא, זעהט אויס אז א קאמפיוטער פארשטייט נישט צו קיין דומה ל"וכדומה".
דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:11 pm#288437
מאטי האט געשריבן:ס'ווענדט זיך אין די היערארכיע פון די נומערן אויף די לינקע זייט. צו שטאמט דאס פון דעם פאקט אז זי איז איינס ווינציגער ווי איר רעכטער שכן (horizontal) אדער איינס ווינציגער ווי איר אויבערשטער שכן (vertical)

דיינע צוויי אופציעס איז אדער 9 אדער 6.
גערעכט?
דאנערשטאג יולי 09, 2015 3:39 pm#288453
@יידל און @פארוואס? אינספערירן מיר מיט זייער קענט'ניזם אין מאטאמאטיקע!

פארוואס טענהט, אז דער סימבאל = קען גענוצט ווערן אויף צוויי מטרות. איינס, מיר צו מעלדן וויפיל מיין חשבון איז באשר הוא שם. מיינענדיג, אז אויב האב איך אן 1 ובנוסף לזה האב איך נאך אן 1 קומט דער סימבאל = מיר מודיע זיין אז דער סיכום פון וואס די האסט איז נומבער 2.
נאך א מטרה פון דער סימבאל =, איז מיר צו מודיע זיין די ווערד פון אן איינצעלן נומבער גופא. דהיינו, לדוגמה אז איך האב ביי מיר אין קעשענע א נומבער 1. קומט צו גיין דער סימבאל = און זאגט מיר, זאלסט וויסען אז נומבער 1 סימבאליזרט נומבער 1. ולימים אז איך גיי מיר פאר שאפן נאך א נומבער 1, וועל איך מיר דערמאנען אז נומבער 1 רעפענזעטירט נומבער איינס. וועל איך וויסען אז איך האב יעצט צוויי נומבער 1'נס.
בין איך גערעכט.
איך וואלט עס אויסגעלייגט אזוי: מטרה נומבער איינס פינעם סימבאל איז נוגע למעשה, צו וויסן וויפיל איך האב יעצט. מטרה נומבער צוויי איז דער לומדישער קוק אויפן סימבאל, און איז אובייעקטיוו, סאיז נאר מייצג דעם נומבער גופא, אן קיין חשבון פון סיכום.
אז כ'טעות ארום, זאגטס מיר.
...........
ומה שנוגע צו די שאלה וואס @יידל האט געשטעלט.
72=9
56=8
42=7
30=6
20=5
?=3

די ערשטע שאלה איז, וויאזוי קוקען מיר אויפן סימבאל =. דארף דער סימבאל זאגען וויפיל איך האב יעצט למעשה. אדער קומט דער סימבאל זאגען א לומדות. לדוגמה, 72=9, קומט מיר דער סימבאל = זאגען אז לסיכום וואס איך האב אין טאש, איז עפעס מיט א 9 וואס גייט מיך פירען צו אן אויספיר פון 72. אדער קומט דער סימבאל = זאגען דער אובייעקטיווער שייכות פון א 9 ביז דער נומבער 72.
דער שואל האט לכאורה נישט געפרעגט פון דעם לעצט דערמאנטן קוק - ווינקל, ווי אלע יידל און פארוואס האבן שוין געזאגט, האט 9 גארנישט מיט 72. ואם כנים הדברים מוז נישט נומבער 3 האבן עפעס מיט די אובייעקטיווע שייכות צו נומבער 3. וואס דאס וועט אלעמאל בלייבען נומבער 3.
אלא מאי האט דער שואל לכאורה געפרעגט פון דעם למעשה'דיגען פערספעקטיוו. דהיינו, די געפין מיר אויס וויפיל איך האב יעצט אין מיין קעשענע, א סכום וואס האט עפעס צו טוהן מיט א נומבער 9, און די אויסגאנג וועט מיזען זיין 72. און לבסוף האב איך א סכום וואס האט עפעס צוטוהן מיט א נומבער 3, גיי ברעך קאפ וואס די אויסגאנג איז. ולו יצוייר איך בין גערעכט, קומט דער סימבאל = זאגן דער סיכום וואס איך פארמאגט יעצט.
אויב בין איך גערעכט ביז יעצט, איז מוכרח אז עס לויפט א געוויסע סדר צווישען די אלע משלים וואס דער שואל האט ארויסגעשטעלט.
די שאלה צו וועלכער סדר מען דארף ריכטיג מכוון זיין, ווייל עס איז דא עטליכע.
אדער איז די ענטפער 6, והסדר הוא כדלהלן:
די נומבער וואס איך זעלבסט לייג צו, איז איין נומבער ווייניגער ווי דער שואל האט ארויסגעשטעלט, און די סדר גייט זיך רעכענען מיט די נומבערס וואס דער שואל האט ארויסגעשטעלט:
72=9×(8 )
56=8× ( 7 )
42=7× ( 6 )
30=6 × ( 5 )
20=5 × ( 4 )
און מיט א הנחה אז דער שואל האט מאיזשהו סיבה אויסגעלאזט דעם ציור :
12=4 ×( 3 )
און דער ענטפער וועט זיין:
6=3 ×( 2 ).
און דער סיבה וואס פירט צו זאגען אזא חשבון איז צוויי, סיי די חשבון פון @וכדומה... ועוד אז מען זעהט אז די סדר לויפט אז דער נומבער וואס איך דארף צו לייגען ווערט ווייניגער מיט א נומבער, און איך רעכן מיך די גאנצע צייט מיט די נומבערס וואס דער שואל האט ארויסגעשטעלט
אבער דאס איז לכאורה נישט מסתבר, ווייל למעשה איז דער ציור פון נומבער 4 נישט דא.
קען מען זאגען אז דער ענטפער איז נומבער 9, והסדר הוא כדלהלן, און די סדר גייט זיך רעכענען מיט די נומבערס וואס איך זעלבסט לייג צו:

72=9× ( 8 )
56=8× ( 7 )
42=7× ( 6 )
30=6 × ( 5 )
20=5× (4)
און יעצט וועט מען דראפען די חשבון וואס דארף אפיציעל אויסקומען פינם שואל'ס נומערן, און איך וועל מיך האלטן צו מיין סדר, און די ענטפער גייט זיין:
9=3×(3)

סאיז דא דא נאך רעכענונגען און מהלכים זיך אומצוגיין מיט די שאלה, ועוד כמה דיונים שעלה מזה, ועוד חזון.
איך האב באמת נאך ספיקות און שאלות בנוגע מתמטיקה.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:30 pm#288488
ATUB @אחד העם ATUB , דו האסט זייער שיין ארויסגעברענגט די צוויי צדדים, אבער ווי איך האב געשריבן אויבן, מיר קענען נישט לאזן מער ווי איין איינציגע באדייט פאר יעדע סימבאל אין מאטעמטיק, און מאנכע ווערן צוליב דעם צומישט ווען עס קומט צו אביסל א העכערע לעוועל פון מאטעמאטיק.
צו אונזער מזל, דארפן מיר נישט אליינס גיין אינווענטן ניייע סימבאלן, און רוב געדאנקען (לכל הפחות פשוטע געדאנקען), קען ווערן שיין סימבאליזירט מיט די קאנווענציאלע סימבאלן.

אויב וועלן מיר געבן צוויי באדייטן פאר א סימבאל, האבן מיר פארלוירן די גאנצע מטרה פון שרייבן מאטעמאטיק אין סימבאלן, מיר קענען ווייטער רעדן אין לשון בני אדם.
די מטרה פון נוצן סימבאלן אין מאטעמאטיק (און אין לאגיק בכלל), איז טאקע נאר וועגן די איינציגע סיבה, אז עס זאל זיין א לשון דלא משתמע בתרי אנפין.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 8:50 pm#288545
יידל האט געשריבן:פארוואס, דו האסט קענטליך נישט געקוקט אין די לינק וואס כ'האב ארויפגעלייגט. דארט שטייט טאקע אז דער ענטפער איז 3, ווייל 3 וועט שטענדיג זיין איקוואל בלויז צו 3 און נישט צו עפעס אנדערש.

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער איך בין מחולק מיט דעם לינק. גייט מיר נישט אן וואס דער חודד החידה האלט, אבער ווען איינער פרעגט מיר, "שטעל דיך פאר אז יעצט איז טאג, און ס'איז פינף און צוואנציג דעגריס אינדרויסן, ווי לאנג וועט נעמען אז א רום טעמפעראטור גלאז וואסער זאל פארפרוירען ווערן?" וועל איך עם אנהויבן מאכן א חשבון אז רום טעמפעראטור איז אזוי און אזוי, פריזינג לעוועל אונטער דעם פרעשור איז אזי, און א גלעזעל איז אכט אונסעס, ממילא וועט נעמען כך וכך שעות ס'זאל פארפרוירן ווערן. וועט דער אויבער חכם זיך צולאכן, הע! כ'האב דיר אויסגענארט, ס'איז יעצט נאכט, נישט טאג, און ס'איז אכציג דעגרי אינדרויסן. ס'וועט נעמען זעקס חודשים ביז די טבת פרעסט ס'זאל זיך פארפרירן! פרעג איך דיר, מיט אזא דריי קאפ קען מען דען האנדלען?
אז איינער קומט מיר מיט א חידה, דארף איך אננעמען אז די פרעמיס איז ריכטיג, אפילו אויב מ'דארף אמאל סוספענדירן די אוועקגעשטעלטע רולס, אפילו איך בין נארוואס אריינגעקומען אן אויסגעשוויצטער פון דערויסן. סא דריי נישט קא קאפ, איקוועלס שמיקוועלס, 9=72 מיינט דאס מיט וואטעווער פונקציע דו מוזט מאכן אז די שאלה זאל מאכן סענס, אז נישט איז בכלל נישט שייך צו ענטפערן.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 8:56 pm#288546
ריכטיג, דעריבער האב איך טאקע אנגענומען אז דאס איז די כוונה פונעם חודד (?) החידה, איך האב נאר געפיהלט פאר וויכטיג צו מעיר זיין אז די סימבאלן ווערן נישט גענוצט ריכטיג.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 9:50 pm#288557
פארוואס? האט געשריבן: חודד (?) החידה

m https://he.m.wikisource.org/wiki/%D7%A7 ... %96_%D7%91 m
דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:03 pm#288563
פארוואס? האט געשריבן:@אחד העם, דו האסט זייער שיין ארויסגעברענגט די צוויי צדדים, אבער ווי איך האב געשריבן אויבן, מיר קענען נישט לאזן מער ווי איין איינציגע באדייט פאר יעדע סימבאל אין מאטעמטיק, און מאנכע ווערן צוליב דעם צומישט ווען עס קומט צו אביסל א העכערע לעוועל פון מאטעמאטיק.
צו אונזער מזל, דארפן מיר נישט אליינס גיין אינווענטן ניייע סימבאלן, און רוב געדאנקען (לכל הפחות פשוטע געדאנקען), קען ווערן שיין סימבאליזירט מיט די קאנווענציאלע סימבאלן.

אויב וועלן מיר געבן צוויי באדייטן פאר א סימבאל, האבן מיר פארלוירן די גאנצע מטרה פון שרייבן מאטעמאטיק אין סימבאלן, מיר קענען ווייטער רעדן אין לשון בני אדם.
די מטרה פון נוצן סימבאלן אין מאטעמאטיק (און אין לאגיק בכלל), איז טאקע נאר וועגן די איינציגע סיבה, אז עס זאל זיין א לשון דלא משתמע בתרי אנפין.

במילים אחרות. דער סימבאל = האט נאר דעם אובייעקטיוו'ן משמעות?.
אהה איך זעה, האסט געשריבן אז די וואלסט דעם חידה טאקע אנדערש אויסגעלייגט.
למעשה, אויף דעם ציור וואס דער חוד החידה ( ATUB @ונבנתה העיר ATUB , קלאפ דיר ס'בייכל) האט עס אויסגעלייגט, איז דער ענטפער נישט נומבער 3?
גערעכט?
די זאגסט נאר, אז אינם אמת פון מאטאמאטיקע איז דער גאנצער שאלה נישט קיין שאלה.
כפארשטיי דיך ריכטיג?
אויב יא דארף מען נאכאמאל מעיין זיין און ATUB @געפילטע פיש ATUB 'ס טענה.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:21 pm#288565
ATUB @געפילטע פיש ATUB גוט ארויסגברענגט די זאך, דאס איז מיין טענה אויף דעי אומבאחנ'טע חידה.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:42 pm#288589
ונבנתה העיר האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן: חודד (?) החידה

https://he.m.wikisource.org/wiki/%D7%A7 ... %96_%D7%91

אהן צו פארפארן פונעם נושא האשכול, אויב חוד ווערט גענוצט פאר א ציווי, קען "חודד" לכאורה ווערן גענוצט פאר א פועל. אזוי ווי לך און קח ווערן פארקערצערט ווען זיי זענען א ציווי.

ועיין עוד כאן
דינסטאג מערץ 24, 2020 9:03 am#444202
Re: לייז אויב ביסט קלוג
fab35d70-0156-41aa-8029-20f217f2529e.jpg

ס׳איז א כאפ בתוך כאפ.

די ענטפער איז אונטען.









מ׳באמערקט אז א פאר שיך איז 20 און אינ׳ם לעצטן עקוועישאן איז דא נאר איין שיך, דהיינו 10. דער מענטש, וואס איז 5, האט אנגעטוהן א פאר שיך [20], זונגלעזער [2], און צוויי הענטשיך [2x2=40], וואס דאס אלעס צוזאמען איז 67 [5+20+40+2=67]. דערנאך שטייט א מאלטיפליקעישאן ביי זונגלעזער וואס דאס איז 2. ווען מ׳שרייבט דאס אלעס ארויס:
10+67x2
דארף מען יעצט געדענקען די ארדער פון אפערעישאנס, אז מאלטיפליקעישאן קומט פאר עדישאן [מ׳האט פריער צאמגערעכענט אלעס וואס דער מענטש איז אנגעטוהן אין אפילו דאס איז עדישאן, ווייל דאס איז אלעס איין יוניט וכאילו עס איז אין פּאַרענטעסיס וואס קומט פאר אלעם], 67x2=134, און דערנאך צולייגן די פריערדיגע צען קומט מען אן צו 144.
פרייטאג אפריל 17, 2020 6:06 am#445979
Re: לייז אויב ביסט קלוג
IMG_6805.png

די ענטפערס זענען אונטען (אין קליין).




‏
1). די שנעלע נישט ריכטיגע ענטפער איז 10 צענט. די ריכטיגע ענטפער איז 5.

2). די שנעלע נישט ריכטיגע ענטפער איז 100 מינוט. די ריכטיגע ענטפער איז 5.

3). די שנעלע נישט ריכטיגע ענטפער איז 24 טעג. די ריכטיגע ענטפער איז 47.
‏


דאס רופט זיך די קאגניטיוו רעפלעקשאן טעסט [CRT]. דאס האט דער פסיכאלאג דר. שׁעין פרעדעריק געמאכט צו אנאליזירן א מענטש ווי אזוי ער טראכט: צו ער גייט גראד גיין פאר די ענטפער וואס זעהט אים אויס פשוט ובמושכל ראשון, אדער גייט ער נישט זיין נבהל להשיב און רעפלעקטירן אויף די שאלה און אזוי צוקומען צום ריכטיגן תשובה. די טעסט איז אזוי אויסגעשטעלט אז אויף די דריי שאלות זעהט ערשט אויס די תירוץ צו זיין פשוט, אבער עס איז אומריכטיג. מ׳דארף אביסל קלערן אויף די שאלה צוצוקומען צום ריכטיגן תירוץ.

אגב, דר. וויל דזשערוועיס און דר. ארא נארענזאיאן האבן דורכגעפירט א שטודיע וואס האט געצייגט אז עס איז דא א קארעלעישאן צווישן די וואס טראכטן אריין מער וממילא ענטפערן ריכטיג אויף די CRT הנ״ל, און אומגלויבונג. זיי הייבן אבער ארויס אז דאס ווייזט גארנישט איבער די ראציאנאלישקייט אדער אומראציאנאלישקייט פון די גלויבונג(ען) זעלבסט. והרבה קולמוסין נשתברו אויף די שטודיע. למשל.

‏ועיין כאן מעין ענין זה ג״כ.
דינסטאג מאי 12, 2020 1:07 pm#448458
Re: לייז אויב ביסט קלוג
IMG_6928.png




דאס איז אויך אזא סארט ״כאַפּ״ וואו מ׳טוהט פאָקוּסירן אויף צו טרעפן עפעס א נומערישן/מאטעמאטישן טעות און מ׳כאפט נישט אז ס׳שטייט צוויי מאל די ווארט the (וואס איינס איז ביים סוף פונ׳ם אויבערשטן שורה און די אנדערע ביים אנהויב פון די צווייטע).

אגב, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז מענטשן טוהן פאָקוּסירן מער אויף די אנהויב און ענדע פון ווערטער, וממילא קען מען ליינען און פארשטיין (א גרויסע צאל) קורצע ווערטער אויב די ערשטע און לעצטע אותיות זענען מסודר הגם די מיטעלסטע זענען צומישט (מיט אותיות וואס זענען מעיקרא דערנעבן), אויב איז די ווארט ״פּרעדיקטעבּל״. עס שטאטערט אבער אפ דאס ליינען אין אלגעמיין מיט בערך 11%. דא זעהט מען עפעס אביסל ענליך צו דעם לגבי זאצן.
דינסטאג מאי 12, 2020 1:15 pm#448459
Re: לייז אויב ביסט קלוג
IMG_6929.jpg

די שאלה דא איז צו מ׳קען טרעפן דעם גמל [קעמל] אינעם בילד?

דאס איז אויך ענליך צו דעם אז די ״כאַפּ״ איז אז מ׳טוהט עקספּעקטן און פאָקוּסירן אויף צו טרעפן א גמל פונקט אין די זעלבע גרויס, סקעיל, וסיגנון ווי די אנדערע בע״ח אינעם בילד. אויב נעמט מען די הנחה טרעפט מען דאס שנעלער.

‏עס איז אונטערן פערד און העכער די מאלפע, אויפ׳ן רעכטע זייט פונעם בילד נעבן די ״מויל״.
דינסטאג מאי 12, 2020 6:38 pm#448485
Re: לייז אויב ביסט קלוג
מי אני האט געשריבן:
אגב, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז מענטשן טוהן פאָקוּסירן מער אויף די אנהויב און ענדע פון ווערטער, וממילא קען מען ליינען און פארשטיין (א גרויסע צאל) קורצע ווערטער אויב די ערשטע און לעצטע אותיות זענען מסודר הגם די מיטעלסטע זענען צומישט (מיט אותיות וואס זענען מעיקרא דערנעבן), אויב איז די ווארט ״פּרעדיקטעבּל״. עס שטאטערט אבער אפ דאס ליינען אין אלגעמיין מיט בערך 11%. דא זעהט מען עפעס אביסל ענליך צו דעם לגבי זאצן.



Aoccdrnig to rscheearch at Cmabrigde Uinervtisy, it deosn't mttaer in waht oredr the ltteers in a wrod are, the olny iprmoetnt tihng is taht the frist and lsat ltteer be at the rghit pclae. The rset can be a toatl mses and you can sitll raed it wouthit a porbelm. Tihs is bcuseae the huamn mnid deos not raed ervey lteter by istlef, but the wrod as a wlohe.
דינסטאג מאי 12, 2020 6:40 pm#448486
כ'האב אלץ געוואוסט אז גוגל ארבעט אזוי...
דינסטאג מאי 12, 2020 8:32 pm#448491
מי אני האט געשריבן:
IMG_6929.jpg

די שאלה דא איז צו מ׳קען טרעפן דעם גמל [קעמל] אינעם בילד?

דאס איז אויך ענליך צו דעם אז די ״כאַפּ״ איז אז מ׳טוהט עקספּעקטן און פאָקוּסירן אויף צו טרעפן א גמל פונקט אין די זעלבע גרויס, סקעיל, וסיגנון ווי די אנדערע בע״ח אינעם בילד. אויב נעמט מען די הנחה טרעפט מען דאס שנעלער.

‏עס איז אונטערן פערד און העכער די מאלפע, אויפ׳ן רעכטע זייט פונעם בילד נעבן די ״מויל״.

אך זעה ניט קיין גמל
דינסטאג מאי 12, 2020 8:46 pm#448493
לייז אויב ביסט קלוג
IMG_6929.jpg

כ׳האב עס גערינגעלט. די גמל איז ווייס.
זונטאג מאי 31, 2020 12:27 am#449888
לייז אויב ביסט קלוג
דער ענגלישער פסיכאלאג דר. פּיִטער וועיסאן האט פארגעשטעלט און עקספערעמענטירט מיט אזא סארט חידה:

ס׳דא אויפ׳ן טיש פיר קארטלעך: A,4,D,7. יעדעס קארטעל האט א נומער אויף איין זייט און אן אות/בוכשטאב אויף די אנדערע.

דו האסט א היפאטעזיע אז יעדעס קארטל וואס האט א וואַוועל [A,E,I,O,U] אויף איין זייט האט אן איִווען נומער אויף די אנדערע זייט. וועלכע קארטלעך (ותו לא) דארפסטו איבערדרייען צו איבערצייגן דיין היפאטעזיע?



דער תירוץ איז אז מ׳דארף נאר איבערדרייען די A און 7 קארטלעך. דאס איז ווייל נאר די צוויי קארטלעך קענען אפפרעגן די היפאטעזיע. דהיינו, אויב האט די A [א וואוועל] אן אַדד נומער אויף די אנדערע זייט, אדער די 7 א וואַוועל אויף די אנדערע זייט ווערט די היפאטעזיע אפגעפרעגט. די אנדערע צוויי קארטלעך זענען נישט נוגע: די D מעג בעצם האבן אן איִווען נומער און די 4 מעג האבן א קאנסאנענט.

ער האט געטראפן אז ניטאמאל 10% פון מענטשן האבן געענטפערט ריכטיגערהייט אויף די חידה.
זונטאג יוני 07, 2020 8:23 pm#450790
Re: לייז אויב ביסט קלוג
פארוואס? האט געשריבן:לעצם הענין, עס גריצלט מיר אין די אויגן ווי אזוי די פראבלעם איז אראפגעשריבן, 72=9 ??? עס איז נישט ריכטיג, 9 איז קיינמאל נישט געווען 72, און עס וועט קיינמאל נישט זיין!

די ריכטיגע וועג צו אראפשרייבן אזא סארט פראבלעם, איז בילד, און אזוי ווייטער. דאס מיינט, מיר האבן א געוויסע פונקציע וואס אויב מ׳לייגט אריין 9 דערין וועלן מיר באקומען 72, יעצט איז דיין אויסגאבע צו טרעפן די פונקציע. (די אמת׳ע תשובה איז אז עס איז פארהאן אסאך סארטן ענטפערס).
מענין לענין באותו ענין, א זיסע וויץ:
IMG_7008.jpg
דאנערשטאג יוני 18, 2020 12:57 am#452030
:Hint
Think out of the box
דאנערשטאג יוני 18, 2020 1:53 am#452034
מצפצף האט געשריבן::Hint
Think out of the box

ששה מי יודע...
פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:39 pm#461282
מי אני האט געשריבן:דער ענגלישער פסיכאלאג דר. פּיִטער וועיסאן האט פארגעשטעלט און עקספערעמענטירט מיט אזא סארט חידה:

ס׳דא אויפ׳ן טיש פיר קארטלעך: A,4,D,7. יעדעס קארטעל האט א נומער אויף איין זייט און אן אות/בוכשטאב אויף די אנדערע.

דו האסט א היפאטעזיע אז יעדעס קארטל וואס האט א וואַוועל [A,E,I,O,U] אויף איין זייט האט אן איִווען נומער אויף די אנדערע זייט. וועלכע קארטלעך (ותו לא) דארפסטו איבערדרייען צו איבערצייגן דיין היפאטעזיע?



דער תירוץ איז אז מ׳דארף נאר איבערדרייען די A און 7 קארטלעך. דאס איז ווייל נאר די צוויי קארטלעך קענען אפפרעגן די היפאטעזיע. דהיינו, אויב האט די A [א וואוועל] אן אַדד נומער אויף די אנדערע זייט, אדער די 7 א וואַוועל אויף די אנדערע זייט ווערט די היפאטעזיע אפגעפרעגט. די אנדערע צוויי קארטלעך זענען נישט נוגע: די D מעג בעצם האבן אן איִווען נומער און די 4 מעג האבן א קאנסאנענט.

ער האט געטראפן אז ניטאמאל 10% פון מענטשן האבן געענטפערט ריכטיגערהייט אויף די חידה.

מענטשן האבן איבערגעדרייט די A און 4 קארטלעך. דאס איז וועגן די באקאנטע קאנפירמעישאן בּייעס אין וואו מ׳זוכט דווקא נאר ראיות אויף צו מבסס זיין אנגענומענע מיינונגען און פאזיציעס.

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ווען ביי די פראבלעם זאגט מען אז ״דאס וואס האט א וואַוועל אויף איין זייט האט נישט אן איִווען נומער אויף די אנדערע זייט, וואס דעמאלטס זענען A און 4 טאקע די קארטלעך וואס מ׳דארף איבערדרייען ווייל דעמאלטס זענען זיי די וואס קענען אפפרעגען די היפאטעזיע, האבן מענטשן יא מער ריכטיג געענטפערט און האבן אויך איבערגעדרייט די A און 4 קארטלעך. דאס איז ווייל דעמאלטס, וויבאלד די היפאטעזיע ווערט געשטעלט אלס א נעגעישאן, איז דאך די ״נישט״ שוין עמבּעדעד אין וואס מ׳וויל קאנפירמען.
מוצ"ש דעצעמבער 05, 2020 8:59 pm#463689
עס איז דא די 9-פּונקטן פּאָזעל. דאס איז א קעסטל אויסגעשטעלט מיט 9 פונקטן/דאַטס כזה:
DB5195C8-B10D-4D27-9952-F26527C74829.png

די מטרה איז זיי אלע צו באהעפטן מיט נאר 4 גראדע ליינס.





די תירוץ:
A07B929D-BC48-4638-92CA-189354B0CB56.png

די געדאנק איז אז מ׳האט נישט געהאט געזאגט אז די ליין מעג נישט גיין ווייטער ווי די גבולים פון דאס קעסטל. ס׳דא וואס זאגן אז פון דא קומט די אויסדרוק ״צו טראכטן אינדרויסן פון די בּאַקס״.

ענליך אין דעם פארציילט מען אויף קריסטאפער קאלאמבוס אז ער האט געהאט געפרעגט א רייע חכמים צו זיי קענען מאכן אן איי שטיין אויף איר שפיץ [צד החד]. צום סוף ווען זיי האבן אויפגעגעבן האט ער גענומען די איי און געגעבן א קליינע קוועטש אראפ דאס שפיץ פונעם איי אויפ׳ן טיש עס מער פלאך צו מאכען און אזוי עס געמאכט שטיין.