פארומס › קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

302 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8523
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג אפריל 28, 2023 7:53 am#523154
ערבך ערבא צריך.

ר' יחזקאל מיט זיין גרויס גאונות, ווייס איך אויך נישט ווי געזונט זיין נפש איז געווען.
פרייטאג אפריל 28, 2023 10:32 am#523163
מחצה''ק
אמאהלגעקעננט
פארן פעסן דזשאדזשמענט אױף אזא לײב לױנט זיך מזאל עם ערנס אױסהערן א שטיק צײט. אפילו די װעסטנישט װערן קען אנהענגער אבער תועלת װעסטו האבן
צו אפרישיעטן די #4 דארף מען הערן א פאר דרשות ופלפולים ( #3 למשל ) צו פארשטײן װער ער איז װי גרױס איז זײן כח התורה
א תמימותדיגע שאלה,
ס'קען נישט זיין אזא גאון ווי עם זאל זיין נישט געזונט בנפשו?
א תמימות׳דיגע תירוץ:
וואס מיינט א געזונטן נפש?
---

בנוגע דעם גאון וצדיק, חכם ושלם בדעתו (ווער בין איך מעיד צו זיין אויף אזא פערזענליכקייט? נאר במקום שאין איש...): ער האט ארויס אן ענין, כאפט אויף א זאך שנעל און טיף באופן מבהיל - בעניני נפש רעד איך. כ׳האב פיל, פיל נהנה געווען פון אים עצה ותושיה...!
פרייטאג אפריל 28, 2023 10:51 am#523164
נחבא
אמאהלגעקעננט
מחצה''ק
א תמימותדיגע שאלה,
ס'קען נישט זיין אזא גאון ווי עם זאל זיין נישט געזינט בנפשו?
איך האב נאר געמײנט don’t just leave it at that. really know who your dealing with
און װײל אפשר וכו' מײנט נאך נישט אז דער איד רעדט נישט מיט א גדלות בתורה צו דער זאך. מ'דארף האבן דעם גאנצן בילד. הגה"צ ר' יחזקאלע ראטה זצ"ל הערט מען אױף א רעקארדינג װי ער איז ארױס פון התפעלות נאך א לאנגע דרשה פון רב יבלחט"א שליט"א.
ערבך ערבא צריך.

ר' יחזקאל מיט זיין גרויס גאונות, ווייס איך אויך נישט ווי געזונט זיין נפש איז געווען.
כ׳וויל נישט יעצט אריינגיין צו גאונות מיט ״געזונט-נפש״ איז א סתירה צו נישט, כ׳וויל נאר באמערקן צוויי נקודות:

1) וואסיז די פשט דן צו זיין אויף א צווייטנ׳ס ״געזונט-נפש״? למשל, אויב איינער וועט דיר וועלן געבן $100 דולער, וועסטו נישט וועלן נעמען פאר דו ווייסט ווי ׳געזונט׳ יענער איז?
2) די פארצייטישע השקפה איז געווען אז א מענטש מיט א מענטל אישו איז אן אפגעפרעגטער, אראפגעקוקטער מענטש. היינט ווייסט מען אז ס׳איז בסך הכל א מחלה פונקט ווי חולי הגוף. און בעצם האבן נישט די מענטל העלט פראפעשענאלס קיין קלארע דייאגנאסטיק מהלכים, באופן כללי קוקט מען צו דער מענטש איז פראדאקטיוו און קומט אן מיט זיין ציל אין לעבן.

און עי סייד נאוט: ביטע נישט פארגעסן וואס אין די ״פראפעשענאל״ וועלט הייסט היינט ״געזונט״. למשל, ווען איינער וויל נישט חתונה האבן כדרך בריאתו של עולם (נאר אויף א וועג וואס אויב איינע פון זיינע עלטערן - זיידעס און באבעס ביז אדם הראשון - וואלטן געווען אזוי ״געזונט״ וואלט ער/זי בכלל נישט עקזיסטירט...)
זונטאג אפריל 30, 2023 3:02 am#523290
What's the difference between mad and genius.?
זונטאג אפריל 30, 2023 9:34 am#523298
בְּתוֹךְ עַמִּי
כ'וויל נישט יעצט אריינגיין צו גאונות מיט "געזונט-נפש" איז א סתירה צו נישט, כ'וויל נאר באמערקן צוויי נקודות:

1) וואסיז די פשט דן צו זיין אויף א צווייטנ'ס "געזונט-נפש"״? למשל, אויב איינער וועט דיר וועלן געבן $100 דולער, וועסטו נישט וועלן נעמען פאר דו ווייסט ווי ׳געזונט׳ יענער איז?
2) די פארצייטישע השקפה איז געווען אז א מענטש מיט א מענטל אישו איז אן אפגעפרעגטער, אראפגעקוקטער מענטש. היינט ווייסט מען אז ס׳איז בסך הכל א מחלה פונקט ווי חולי הגוף. און בעצם האבן נישט די מענטל העלט פראפעשענאלס קיין קלארע דייאגנאסטיק מהלכים, באופן כללי קוקט מען צו דער מענטש איז פראדאקטיוו און קומט אן מיט זיין ציל אין לעבן.
אין עולם הישיבות דליטא דמאז המכונה ע"י רבינו דער שיבושער װעלט כיליו"ח פלעגט מען זאגן אז דער עילוי מוז פארמאגן בײדע האלבעס צו האבן דעם כינױ און נישט אן אנדערע.
זונטאג אפריל 30, 2023 1:43 pm#523307
זקני תלמידי חכמים
אױב אונזערע חכמים זאגן דעתן מתישבת עליהן װאלט איך ליבערשט זיך באניצט מיט א הגדרה װאט דער רב שליט"א זעלבסט ניצט לגבי זיך, אז צומאל האט ער אן עסק מיט "פיזור הנפש" מיט װאס ער דארף זיך פארמעסטן. נו, דער חובות הלבבות מאכט דאס שױן א מלחמה רוחנית (ער זאגט א לשון הרחמן יצילנו כמדומני) און נישט קײן psychiatric disorder.
זונטאג אפריל 30, 2023 4:29 pm#523328
זקני תלמידי חכמים דעתן מתישבת זקני עם הארץ דעתן מיטרפת וואו טיילט זיך עס?
זונטאג אפריל 30, 2023 6:15 pm#523336
Salford
זקני תלמידי חכמים דעתן מתישבת זקני עם הארץ דעתן מיטרפת וואו טיילט זיך עס?
ר איצאלע פאניעװעזשער ז״ל האט געזאגט א משל װאס איז די חילוק בוצינא קדישא אדער הגאון הגדול איז א בױך װײטיג צי א קאפ װײטיג .
דער אינגל טענט ער קען נישט גײן אין חדר דער קאפ טוט װײ. -הגאון הגדול װאס דאס זעט מען - די מאמע טאפט באלד אז ער האט נישט קען פיבער און שיקט עם גלײך אין חדר ארײן ! ( מיט א פאטש פאר די acs צייטן )
טאמער איז דער טענה א בױך.װײטיג - בוצינא קדישא, דאס קען נאר װיסן אײן באשעפער..
זונטאג אפריל 30, 2023 7:03 pm#523340
די אלטע, ירושלימ'ער אידישע ליכט האט אמאל געברענגט דעם משל אין א פעליטאן וואו "יאנקל פאדראטשיק" מאכט חוזק פון די הויך שטאפלענדיגע איזראעלי סאסייעטי.

ער האט געזאגט אז דאקטעריי איז גלייך צו קאפ ווייטאג. און די ארכעאלאגן זענען גלייך צו בויך ווייטאג. ווען א יונגל זאגט פאר זיין מאמע אז דער קאפ טוט איהם וויי. טאפט די מאמע זיין קאפ. זי זעהט אז ער האט נישט קיין פיבער. זי שיקט איהם אין חדר. א קלוג יונגל זאגט אז ער האט בויך ווייטאג. די מאמע קען נישט וויסן אויב ער האט טאקע בויך ווייטאג אדער ער מאכט זיך. זי האט נישט קיין ברירה און זי לאזט איהם אינדערהיים. דער נמשל איז אז דאקטוירים זענען אזוי ווי קאפ וויי. מ'זעהט גלייך אויב ער פארשטייט צו א קרענק. אדער ער קען א קרענק. די ארכעאלאגן זענען געגלייכט צו בויך ווייטאג. זיי קענען דיר אלעס איינרעדן. און דו מוזסט זיי גלייבן. ווייל דו קענסט נישט אויפווייזן אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן...!
זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 pm#523353
אמאהלגעקעננט
Salford
זקני תלמידי חכמים דעתן מתישבת זקני עם הארץ דעתן מיטרפת וואו טיילט זיך עס?
ר איצאלע פאניעװעזשער ז״ל האט געזאגט א משל װאס איז די חילוק בוצינא קדישא אדער הגאון הגדול איז א בױך װײטיג צי א קאפ װײטיג .
דער אינגל טענט ער קען נישט גײן אין חדר דער קאפ טוט װײ. -הגאון הגדול װאס דאס זעט מען - די מאמע טאפט באלד אז ער האט נישט קען פיבער און שיקט עם גלײך אין חדר ארײן ! ( מיט א פאטש פאר די acs צייטן )
טאמער איז דער טענה א בױך.װײטיג - בוצינא קדישא, דאס קען נאר װיסן אײן באשעפער..
לא"ל

דאס מיינט ווען מ'זאגט אויף ער איז עוסק אין רזין דרזין.
ס'איז א גרויסע סוד.קיינער האט נישט קיין אנונג וואס יענער טוט מיטן טאג...
מיטוואך מאי 10, 2023 9:31 pm#524305
.
📎 C0F9C104-66A3-4A42-998A-3B9AA5ED2774.jpeg
מיטוואך מאי 10, 2023 9:32 pm#524306
.
📎 3FB2B3FD-68AF-42B2-8306-118CD7A884DF.jpeg
מיטוואך מאי 17, 2023 1:04 pm#524976
אה פשיהא! די וואודרידזשער רב זאגט דאך גוט. וואו איז געווען די סעודה? ס'זעט נישט אויס ווי אין וואודרידזש. עס איז געווען אין וומסב"ג?
איך פלעג האבן שייכות מיט אים, אבער דעמאלס איז ער נישט געגאנגען מיט די קאלירטע בעקיטעשעס, ער פלעגט גראדע רעדן קעגן דעם און עס רופן ססגונא בעקיטשעס. איטערעסאנט. היהפוך כושי עורו?
מיטוואך מאי 17, 2023 10:28 pm#525062
חיים'ס ישיבה
פאר א איד אין די יארן האט דער א גוטע שטומע.
איך רעד איצט נישט פון זיין תוכן און קאפ און "ברייטקייט"
מיטוואך מאי 17, 2023 11:52 pm#525077
חיים'ס ישיבה
פארגאנגע ל"ג בעומר - איבער חב"ד און סאטמאר
https://www2.kolhalashon.com/#/regularSite/playShiur/35299786/-1/0/false
עס איז מיר א פליאה אז ער האקט אויף די ארגאניזאציע 'עינים' וואס איז מעורר און מחזק אידן אויף שמירת עינים - א זאך וואס קען נוצן א סאך חיזוק - און ער מאכט חוזק דערפון.
ער זאגט בתוך דבריו אז היינט איז יעדע זאך א ארגאניזאציע, בקרוב וועט זיין א ארגאניזאציע צו זאגן "אשר יצר"... 😂

(פארוואס איך גלייך די שמירת עינים קאמפיין ווייל אנדערש ווי רוב אנדערע קאמפיינס און גליונות, איז עס זייער פאזיטיוו אהערגעשטעלט, אן קיין סטראשערייען און שרעק אנווארפענדע ציטאטן, עס גיבט א מענטש חשק צו וועלן זיין א חלק דערפון, נישט פארקערט.)
דאנערשטאג מאי 18, 2023 10:39 am#525113
שיח ושיג
אה פשיהא! די וואודרידזשער רב זאגט דאך גוט. וואו איז געווען די סעודה? ס'זעט נישט אויס ווי אין וואודרידזש. עס איז געווען אין וומסב"ג?
איך פלעג האבן שייכות מיט אים, אבער דעמאלס איז ער נישט געגאנגען מיט די קאלירטע בעקיטעשעס, ער פלעגט גראדע רעדן קעגן דעם און עס רופן ססגונא בעקיטשעס. איטערעסאנט. היהפוך כושי עורו?
ער איז אלס געגאנגען קאלירטע בלויע בעקיטשעס
עכ״פ זייט איך קען אים פון סוף תש״נ יארן
דאנערשטאג מאי 18, 2023 11:54 pm#525240
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: איין זאך זעה איך (פון דיין תגובה) אז דו קענסט איהם (ר'יצחק לעבאוויטש) נישט פערזענליך. דו האסט פאקטיש (נאכנישט) געהערט איינס פון זיינע שיעורים אדער דרשות. דו "ווייסט" נאר אז ער האט נישט קיין אמת'דיגן, ערנסטן תוכן. ער איז נאר ,כלשונך, גוט פאר דזשאוקס און פא"ן. והא ראיה אז מ'גייט נישט צו ערנסטע רבנים ווי רז"ל פיליף צו הערן דזשאוקס און פא"ן. נאר צו איהם.

דו ביסט נאך קיינמאל נישט אליין געווען ביי א שיעור אדער דרשה פון ר"י. ווייל אויב יא וואלסטו אליינס געשפירט (כש"כ) געזעהן און געהערט זיין געוואלדיגע בקיאות בכל מקצועות התורה בלי גוזמא.ער הייבט אן אין איין מסכתא אדער סוגיא. און ער "פארט" אדורך גאנץ ש"ס און מדרשים אן אפשטעל. אדער "נאכקוקן" אין ספרים. אויסער דעם איז ער א געוואלדיגער בקי אין אידישע היסטאריע. וואס ער "פלעכט" אויך אריין אין זיינע דרשות ושיעורים.

נאך דעם וואס דו וועסט דיך פערזענליך דרייען אין זיין סביבה און אויסהערן זיינע שיעורים, וועסטו קענען זאגן מבינות אויב ער פארדינט דעם טיטל הגאון האדיר. און נישט סתם עפעס א מעשה'לעך פארציילער מיט א הויכע שטימע, כלשונך...!
פרייטאג מאי 19, 2023 12:52 am#525246
כמיעוט
שיח ושיג
אה פשיהא! די וואודרידזשער רב זאגט דאך גוט. וואו איז געווען די סעודה? ס'זעט נישט אויס ווי אין וואודרידזש. עס איז געווען אין וומסב"ג?
איך פלעג האבן שייכות מיט אים, אבער דעמאלס איז ער נישט געגאנגען מיט די קאלירטע בעקיטעשעס, ער פלעגט גראדע רעדן קעגן דעם און עס רופן ססגונא בעקיטשעס. איטערעסאנט. היהפוך כושי עורו?
ער איז אלס געגאנגען קאלירטע בלויע בעקיטשעס
עכ״פ זייט איך קען אים פון סוף תש״נ יארן
נישט ממש קאלירט. ער פלעגט גיין א שווארצע בעקיטשע בלויז בלומען. ס'נישט געווען אזוי בולט
פרייטאג מאי 19, 2023 10:45 am#525288
חכם עדיף מנביא...

ווען כ'האב זיך שואל עצה געווען מיטן רבי'ן פאר לערך 15 יאר צוריק צו כ'זאל ארבייטן ביי א געוויסע פלאץ וואס וועט מיר אויסשטעלן צו האבן 'אינטערנעט' (באותו הזמן האט מען זיך נאך געשלאגן מיט'ן 'אינטערנעט', פונעם 'סמארט-פאון' איז קיין רעדע דאן נאכניש געווען. "כינוס כלל ישראל...") האט מיר דער רבי שליט"א געזאגט בערך כזה הלשון:

"מ'קען זיך מיט דעם טעכנעלאגיע נישט שלאגן (אסר'ן), מ'דארף גיין 'מיט' דעם. 'אקעגן' דעם, בוחר צו זיין הרע במיעוטו. די עבודה דארף זיין בבחינת עשה טוב, אויפצולייכטן נשמות מיט אהבת התורה ויראת שמים, מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך."

יעצט הייבט דער ווינט אן אפיציעל צו בלאזן אין דעם ריכטונג
מוצ"ש מאי 20, 2023 11:27 pm#525378
בתוך עמי: איין זאך איז זיכער . צי מ'איז יא מסכים אדער נישט מסכים מיט אלעס וואס הרה"ג ר"י לעבאוויטש זאגט. ער האט נישט קיין אגענדא. אדער זיז כל שהיא פון פאליטיק. ער זאגט דעם אמת כמו שהוא. אזוי ווי ער זעהט עס...!
זונטאג מאי 21, 2023 3:14 am#525425
berlbalaguleh
בתוך עמי: איין זאך איז זיכער . צי מ'איז יא מסכים אדער נישט מסכים מיט אלעס וואס הרה"ג ר"י לעבאוויטש זאגט. ער האט נישט קיין אגענדא. אדער זיז כל שהיא פון פאליטיק. ער זאגט דעם אמת כמו שהוא. אזוי ווי ער זעהט עס...!
בדרך כלל יא, אבער צו זאגן אזוי אויף 100%?. ס'זייער שווער צו זאגן אזא סטעיטמענט אויף א בשר ודם.
זונטאג מאי 21, 2023 3:29 am#525426
שמעון וואלף: דו ביסט גערעכט. איך פארגעטער נישט קיין שום בשר ודם. נאר איך קען איהם שוין פאר א לאנגע צייט. איך האב (נאך) נישט געזעהן אז ער זאלל זאגן אדער טון עפעס מיט פאליטישע כוונות אדער נגיעות. אדרבה. א סאך מאל וואלט בעסער געווען פאר איהם אליין פון א פאליטיש'ן קוק ווינקל אז ער זאגט נישט געוויסע זאכן. דאך האט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זאגן.
זונטאג מאי 21, 2023 10:45 pm#525603
ווידיאוי ל"ג בעומר תשפ"ג
https://drive.google.com/file/d/1EweQKK9u2esXRJWxNXJihvt4svNePMzm/view

וואודרידזש יו-טוב טשענעל
https://www.youtube.com/channel/UC22Rzkg7q8yJuUTcbLEBtaA

-
📎 1009.jpeg
פרייטאג מערץ 8, 2024 3:00 pm#553864
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
מפנינים פון די לעצטיגע הספד, ביים חומש רש"י רמב"ן שיעור פרשת ויקהל, אין די דברי הספד אויף הרה"ג ר' נפתלי אנשין זצ"ל

"מטי לה משמיה דהרה"ק ר' נתן מנמירוב - צו א לעפל התעוררות דארף מען א שיסל התחזקות (לכל כפית של התעוררות, צריכים קערה שלימה של התחזקות). וכמו"כ יש לומר - צו א לעפל קנאות דארף מען א שיסל אהבת ישראל."
זונטאג מערץ 10, 2024 3:06 am#553954
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
יא, מ'האמיר שוין געהערט דאס פון אים פארגאנגענעם זומער.
זונטאג מערץ 10, 2024 10:40 pm#554204
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
זונטאג מערץ 10, 2024 11:32 pm#554223
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
ניין, זיין מוהל האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.
זונטאג מערץ 10, 2024 11:44 pm#554228
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
יין שרף #
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
ניין, זיין מוהל האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.
ער האט נישט געפרעגט צו ער האט די זעלבע... ויחי ההבדל
מאנטאג מערץ 11, 2024 12:51 am#554268
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
יפה כח הבן "מכח" האב...
דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:06 pm#554983
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
בכלל נישט. ער איז אפיציעל אנדערש ווי זיין טאטע. הגם ער איז אים שטארק מכבד ווי פארשטענדליך אלס א קינד צו א טאטע.
פרייטאג מערץ 15, 2024 3:14 am#555012
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אוהב ספרים #
יין שרף #
סוף טוב הכל טוב #
דער זוהן הגאון ר' יעקב משה שליט"א איז דער זעלבער שניט ווי דער טאטע שליט"א?
ניין, זיין מוהל האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.
ער האט נישט געפרעגט צו ער האט די זעלבע... ויחי ההבדל
דו ביסט א גוטער לץ.
דינסטאג יולי 16, 2024 7:50 pm#568216
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
רבותי, מיר האבן זיך אלע שטארק מתחזק געווען אלע יארן מיט די ווערטער און די עצם עקזיסטענץ פון אזא ת"ח, וואס האט גענומען די תוכן פון די חינוך און גענצליך ארויסגעווארפן די שאלאכץ, אפגעווישט די שליים, און אראפגעקראצט די זשאווער, פון אונזער הייליגע מסורה און תורה.

קאווע שטיבל באזוכער, דו ביסט אנטוישט פון וואס דו זעסט, אבער ווי וועסטו אנטלויפן? נאר פון זען אזא איד ווי ר' יצחק שעפט מען א חיזוק אז עס איז דא א לעבן און א אידישקייט, מיט א דערהויבענקייט און א פרישקייט, אן די אלע שוין וואס האט זיך צוגעקלעבט אין די לעצטע יארן.

על של עתה באנו. דער רב זז"ג יצחק בן ברכה לרפו"ש, האט געלעבט א גאנץ לעבן בדחקות גדולה. ער האט קיין געהעריגע הכנסה קיינמאל נישט געהאט, און קיין גרויסע הוצאות אויך נישט. ער מאכט נישט חתונה קיין אייניקלעך, ער מאכט נישט קיין מסע קודש אין ערגעץ נישט, ער האט נישט קיין שאפע פול מיט זילבער געצייג, און זיין לעבן איז בפשטות ממש. ער שלאפט אויף א בעט וואס איז א ספק צו איינער פון אונז וואלט גענוצט אין די סוכה, און זיין שטוב באשטייט פון פשוטע אלטע מעבל. נאר ספרים האט ער לרוב, אבער די קומען אלע שטארק אין באנוץ.

לויט ווי אלע האבן שוין געהערט מסתמא, איז ער יעצט זייער קראנק, די אנצינדונג וואס ער האט זייט נאך פסח האלט נישט ביים אוועקגיין. ער מוז זיך אפרוען, ער מוז האבן א געהעריגע לעבן, נישט קיין לוקסוס, נאר א בעט פאר אים מיט זיין בני בית, א געהעריגע צימער ווי צו לערנען, ער זאל נישט דארפן שלעפן ספרים פון איין פייכע צימער צום צווייטן, און א געהעריגע בענקל. אין זיין יארן זענען די זאכן נישט קיין לוקסוס, נאר א וועג פון היטן זיין געזונט לאורך ימים ושנים. זיין חוט השדרה איז אזוי שוואך געווארן פון די אנצינדונג, אז ער מוז זיך דאפעלט היטן פון זיך צוזאמפאלן. טאמער ער זיצט אויף א שאקעלדיגע בענקל, קען עס מיינען דאס ערגסטע רח"ל.

מיר האבן יעצט א זכיה א זעלטענעם - צו קויפן פשוט'ע מעבל פאר א תלמיד חכם מופלג. די טבע העולם איז אז פאר גרויסע מוסדות און פאסירונגען איז דא געלט. פאר א פשוט'ע איינפאכע ת"ח, פארלאזט מען זיך אויף יענעם. ביטע, פארלאז זיך נישט אויף יענעם, ווייל עס איז נישט דא קיין יענעם. יענער האט גענוצט זיין געלט זיך צו שלאגן מיט ציונים אין א"י, צו באזוכן ר' ישעיה ב"ר משה וואס זוכט נאך געסט, אויף א טייערן טועמיה ביי בוסער, אדער פאר א פיר שטאקיגע שטריימל פאר זיין אייניקעל'ס אפשערן. אין הדבר תלוי אלא בי.

רופט'ס זיך אן שיין, ווייז וויפיל דו שעצסט א ת"ח, לייג דיין געלט ווי דיין מויל דרייט זיך, און כאפטס אריין די זכות.

https://donary.com/8372

ייש"כ, די זכות זאל אייך ביישטיין, און דערמיט וועט איר קענין זיין רוהיג אז דיין מיינונג אויף די סיסטעם איז נישט נאר א מיטל זיך ארויסצודרייען פון דיין פליכטן, נאר אן עכטע אויסגעטראכטע שיטה.
ומכלל הן אתה שומע לאו.
מיטוואך יולי 17, 2024 1:33 pm#568255
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
א לייק איז גוט, אבער דא דארף מען טון למעשה

איך זעי נישט וואס און וויפיל קומט אריין, איך בין נישט מראשי המערכה, אבער אין מזרזין אלא למזורזין.
פרייטאג יולי 19, 2024 12:54 pm#568325
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א גאב״ד וואודריזש
וואודריזש
פון די קו הקהלה:
דער רב שליט"א וועט נאך די וואך שבת דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אין מאנהעטן.
בו בזמן רישט מען אויס ביתו נאוה קודש אז די רב זאל קענען אהיימקומען און צוריקקומען צו די כוחות בבחינת תתחדש כנשר נעוריכי.
די מצב הבריאות ביים רב שליט"א אין שפיטאל ווערט ב"ה בעסער מיום ליום.


באקומען א שיינע בריוו אין בליץ פאסט פון א ידיד לאור המצב:
ק/פ געשניטן אביסל

אה... אה... שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס דער רב וועט נישט זיין במעון קדשו. שוין 50 יאר וואס דער רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש פון אפרעכטן די עבודת הקודש פאר תלמידיו וחסידיו ומתפללי ביהמ"ד תושבי עיר וואודריזש, אנגעהויבן מיטן זיסן שיר השירים, די התאספות ליל שבת בבית רבינו די דרוש ופלפול.. סיפורי צדיקים, זמירות... ק-ה רבון עלם... שחרית באש קודש... סעודת רעווא דרעווין... שוין 40 יאר בליעה"ר וואס די אור שיינט דא אין וואודריזש, אזש אז צוביסלעך איז דאס פלאץ אויסגעשטיגן אלס א שיינע חסידישע הויף, צו וואו עס קומען צו פארן פון איבעראל תלמידים וחסידים און סתם עמך אידן מיטהאלטן די דערהויבענע שבתים און ימים טובים בצל הקודש.

און אז מ'רעדט פון די שבתים ווינטער און זומער צוגלייך, איז איבריג ארויסצוברענגען וואס דאס באדייט פאר די געגנט, ווען עס קומען צו פארן פילע אידן תלמידים וחסידים מיטצוהאלטן בצל הקודש, ווער רעדט נאך פון ימים טובים ווען די גאסן ארום די ביהמ"ד ווירבלען נישט ווייניגער ווי סיי וועלכע גרויסע אידישע שטאט, און די קבלת קהל מדי יום ביומו מיט א ווארעמע הארץ צו יעדן איד...
פרייטאג יולי 19, 2024 3:10 pm#568336
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איין וואודרידזשער אנהענגער בעט אז מ'זאל אויפהערן די שוואנצעריי.
פרייטאג יולי 19, 2024 4:19 pm#568339
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א גאב״ד וואודריזש
באקומען א שיינע בריוו אין בליץ פאסט פון א ידיד לאור המצב:

אה... אה... שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס דער רב וועט נישט זיין במעון קדשו. שוין 50 יאר וואס דער רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש פון אפרעכטן די עבודת הקודש פאר תלמידיו וחסידיו ומתפללי ביהמ"ד תושבי עיר וואודריזש.
[/size]

איך געדענק אים שבת אין שטאט.
זונטאג יולי 21, 2024 2:20 am#568361
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס דער רב וועט נישט זיין במעון קדשו. שוין 50 יאר וואס דער רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש... שוין 40 יאר בליעה"ר וואס די אור שיינט דא אין וואודריזש

מעיק אפ יור מיינד, 40 אדער 50.
זונטאג יולי 21, 2024 10:54 am#568373
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אפשר די ערשטע 10 יאר איז עס נאכנישט געווען א אור?
זונטאג יולי 21, 2024 2:32 pm#568385
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
יין שרף #
אפשר די ערשטע 10 יאר איז עס נאכנישט געווען א אור?
די ערשטע 10 יאר איז ער נאך מסתמא נישט געווען אין וואודרידזש
מאנטאג יולי 22, 2024 5:45 pm#568517
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א גאב״ד וואודריזש
אשרי העם #
וואודריזש
פון די קו הקהלה:
דער רב שליט"א וועט נאך די וואך שבת דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אין מאנהעטן.
בו בזמן רישט מען אויס ביתו נאוה קודש אז די רב זאל קענען אהיימקומען און צוריקקומען צו די כוחות בבחינת תתחדש כנשר נעוריכי.
די מצב הבריאות ביים רב שליט"א אין שפיטאל ווערט ב"ה בעסער מיום ליום.


באקומען א שיינע בריוו אין בליץ פאסט פון א ידיד לאור המצב:
ק/פ געשניטן אביסל

אה... אה... שוין די צווייטע שבת אין א רייע וואס דער רב וועט נישט זיין במעון קדשו. שוין 50 יאר וואס דער רב האט נאכנישט מפסיק געוועזן א שבת קודש פון אפרעכטן די עבודת הקודש פאר תלמידיו וחסידיו ומתפללי ביהמ"ד תושבי עיר וואודריזש, אנגעהויבן מיטן זיסן שיר השירים, די התאספות ליל שבת בבית רבינו די דרוש ופלפול.. סיפורי צדיקים, זמירות... ק-ה רבון עלם... שחרית באש קודש... סעודת רעווא דרעווין... שוין 40 יאר בליעה"ר וואס די אור שיינט דא אין וואודריזש, אזש אז צוביסלעך איז דאס פלאץ אויסגעשטיגן אלס א שיינע חסידישע הויף, צו וואו עס קומען צו פארן פון איבעראל תלמידים וחסידים און סתם עמך אידן מיטהאלטן די דערהויבענע שבתים און ימים טובים בצל הקודש.

און אז מ'רעדט פון די שבתים ווינטער און זומער צוגלייך, איז איבריג ארויסצוברענגען וואס דאס באדייט פאר די געגנט, ווען עס קומען צו פארן פילע אידן תלמידים וחסידים מיטצוהאלטן בצל הקודש, ווער רעדט נאך פון ימים טובים ווען די גאסן ארום די ביהמ"ד ווירבלען נישט ווייניגער ווי סיי וועלכע גרויסע אידישע שטאט, און די קבלת קהל מדי יום ביומו מיט א ווארעמע הארץ צו יעדן איד...
נישט אמת ער פלעגט גיין שבתים קיין מאנרא און קיין וומ"ס
מאנטאג יולי 22, 2024 8:28 pm#568532
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
ברוך השם עס הייסט אז די רב קומט מארגן אהיים
מאנטאג יולי 22, 2024 10:33 pm#568546
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
וואודריזש
היינט מאנטאג אווענט איז דער רב שליט"א בחסדי ה' באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאך כמעט 2 וואכן זיין צוגעבינדן צום שפיטאל בעט,

ווי באריכטעט איז דער רב שליט"א געווען שטארק אפגעשוואכט די לעצטערע וואכן, און נאך וואס מען האט אנטדעקט א ערענסטע אינפעקציע איז דער רב אריבער שווערע מעדעצינישע באהאנדלונגען אין קאלאמביע שפיטאל אין מאנהעטן, אין די צייט וואס גאנץ כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו פונעם רב.

יעצט מאנטאג אווענט איז דער רב ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געפונט זיך שוין אונטערוועגנס צו ביתו נאוה קודש אין וואודריזש. דער רב וועט זיך ווייטער ערהוילן אינדערהיים די קומענדיגע חדשים אונטער מעדצינישע אויפזיכט. ספעציעלע איינריכטונגען זענען איינגעשטעלט געווארן ביים רב אין שטוב אז דער רב זאל שוין קענען זיין במעון קדשו און מיטן אויבערשטנס הילף קענען אנגיין מיט די התמדת התורה און פראווענען די דערהויבענע שבתים וקבלת קהל בקרב תלמידיו וחסידיו כרגיל,

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רב שליט"א כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפו"ש.
📎 000.m4a
מאנטאג יולי 22, 2024 10:51 pm#568548
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
ברוך השם, יעצט אין די זוממער ווען די עולם איז אין קאנטרי דארף מען די רב צווישן אינז
מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 pm#568555
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
הנגרה #
ברוך השם, יעצט אין די זוממער ווען די עולם איז אין קאנטרי דארף מען די רב צווישן אינז
די לעצטערע 15 יאר בערך (זינט די ישיבה איז פארשלאסן) ב"ה איז שוין ווינטער גארנישט שוואכער ווי זומער
דינסטאג יולי 23, 2024 5:40 am#568567
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אשרי העם #
וואודריזש
היינט מאנטאג אווענט איז דער רב שליט"א בחסדי ה' באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאך כמעט 2 וואכן זיין צוגעבינדן צום שפיטאל בעט,

ווי באריכטעט איז דער רב שליט"א געווען שטארק אפגעשוואכט די לעצטערע וואכן, און נאך וואס מען האט אנטדעקט א ערענסטע אינפעקציע איז דער רב אריבער שווערע מעדעצינישע באהאנדלונגען אין קאלאמביע שפיטאל אין מאנהעטן, אין די צייט וואס גאנץ כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו פונעם רב.

יעצט מאנטאג אווענט איז דער רב ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געפונט זיך שוין אונטערוועגנס צו ביתו נאוה קודש אין וואודריזש. דער רב וועט זיך ווייטער ערהוילן אינדערהיים די קומענדיגע חדשים אונטער מעדצינישע אויפזיכט. ספעציעלע איינריכטונגען זענען איינגעשטעלט געווארן ביים רב אין שטוב אז דער רב זאל שוין קענען זיין במעון קדשו און מיטן אויבערשטנס הילף קענען אנגיין מיט די התמדת התורה און פראווענען די דערהויבענע שבתים וקבלת קהל בקרב תלמידיו וחסידיו כרגיל,

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רב שליט"א כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפו"ש.

איך האף די רבי שליט"א ליינט נישט דיינע הודעות, לויט מיינע ידיעות גלייכט ער נישט די סטייל באשרייבונג אויף מנהיגים.

וואס מיינסטו מיט באפרייט? געווענטליך זאגט מען דיסטשארטשט (Discharged),
קום אריין קלאר אשרי.
דינסטאג יולי 23, 2024 1:08 pm#568583
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
yesiknow #
וואס מיינסטו מיט באפרייט ? געווענטליך זאגט מען דיסטשארטשט
Discharged.
אין ליובאוויטש ביי די משיח'יסטן פראוועט מען [נישט] ג' תמוז אלס די יום הצלה ווען די רבי מה"מ איז געווארן באפרייט פון שפיטאל.
דינסטאג יולי 23, 2024 10:18 pm#568638
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
.
📎 2beee935-f296-4581-a310-4a4cc6f269ac.jpeg 📎 d8f04a8a-e4cd-48de-a682-9709360642bd.jpeg