Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
223 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 302 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8523
זונטאג יאנואר 07, 2018 10:01 pm#392955
berlbalaguleh האט געשריבן:ימים ידברו: איך גיי בכונה נישט ציטירן דיין לעצטע תגובה. ווייל ס'איז צו לאנג . און ס'איז א שאד פאר'ן פאפיר.

אבער איך גיי מיך נאר שטעללן אויף איין נקודה. וואס דאס וועט זיין לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא.

דו זאגסט בתוך שאר הדב"ט (ניין ס'איז נישט די ראשי תיבות פון דברי תורה...!) אז ר' יצחק לעבאוויטש טרעפט אייביג נאר פעילערס אויף סאטמאר, פאפא, קראסנא און שאפראן. אבער ביי די אופען ארטאדאקס גרופעס ווי ראביי אבי ווייס איז אלעס אין ארדענונג. שומו שמים, ווי קען א מענטש וואס רופט זיך אן נארמאל רעדן אזעלכע שטאקעדיגע שטותים והבלים וואס ברענגט נאר ארויס געלעכטער ביי א יעדן. איך טשעלענדזש דיך מיר צוברענגען איין מאמר, איין ווארט וואו הרב ר' יצחק לעבאוויטש זאגט עפעס בשבחם פון די האלב פרייע חברה. אז ביי זיי טויג אלעס, אדער עפעס. ווייל ער זאגט דיבורים פון זעלבסט קריטיק, מיינט נאכנישט אז ער לויבט די אנדערע זייט...! אזוי אויך מיט די אלע אנדערע נקודות וואס דו זאגסט...!

ר' בערל, איך מיין אז דו ביזט די גרעסטע טראלל, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב...
מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:43 am#392961
שפינוזה דער 2'טער: יישר כח פאר'ן קאמפלימענט....!
מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:31 am#392970
@ימים, איך זעה אז די קענסט ביידע נישט, נישט ר' יצחק און נישט נחום. צו קענען זאגן אז נחום איז א תלמוד חכם מוזטי זיין געפערליכע עם הארץ.
מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:12 pm#393004
שעמון וואלף: פון וואו זאלל ער קענען זיי ביידע. ער האט דאך געוואוינט אין די אידשע געטא אין אמסטערדאם. און נאכדעים האט מען איהם געלייגט אין חרם. ווייל ער האט געהאלטן אז יאשקע איז געווען א איד א תלמיד חכם און א וואוילער איד. ער האט נאר נעבעך געהאט א דזשוק. ער האט זיך (און אנדערע) איינגערעדט אז ער איז משיח...!
מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:51 pm#393008
berlbalaguleh האט געשריבן:שעמון וואלף: פון וואו זאלל ער קענען זיי ביידע. ער האט דאך געוואוינט אין די אידשע געטא אין אמסטערדאם. און נאכדעים האט מען איהם געלייגט אין חרם. ווייל ער האט געהאלטן אז יאשקע איז געווען א איד א תלמיד חכם און א וואוילער איד. ער האט נאר נעבעך געהאט א דזשוק. ער האט זיך (און אנדערע) איינגערעדט אז ער איז משיח...!

קודם כל, ימים ידברו האט נישט געוואוינט אין אמסטערדאם, זיכער נישט אין מיינע צייטן... דאס וואס דו זאגסט נאך וועגן יאשקע איז נישט מיינער א חידוש, פון די ברית החדשה זעט זיך אויס אז אן עם הארץ איז ער זיכער נישט געווען, און ער האט זיך געהאלטן פאר אן ערליכע איד.
מאנטאג יאנואר 08, 2018 2:02 pm#393009
עס קומט זיך איהם א באזונדערע אשכול. כפי ידיעתי האט ער זיך געטוישט במשך ימי חייו, און עס האט זיך אויסגעלאזט מיט א שנאה עמוקה לכל אשר בשם דת ישראל יכונה.
דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 12:29 pm#393720
א מאמר אויף שובבים
א מאמר אויף שובבים פון הגאון ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:10 am#393768
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
דאס איז דוכט זיך די אלגעמיינע שיטה היינטיגע צייטען, אז מ׳זאל זיך פארלייגען אויף די עשה טוב און נישט די סור מרע. אין די ישיבות ווי איך האב געלערנט איז שובבי"ם ניטאמאל דערמאנט געווארען, אבער לויט וואס איך האב געזע׳ען ביי אנדערע קוקט עס אזוי אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מאי 22, 2018 9:38 pm#403197
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איך האב איין וויכטיגע זאך אויסגעלאזט אין מיין מאמר אויף הרב יצחק׳ן, און עס וואלט געווען גוט און צייטליך נאך שבועות דאס ארויס צו ברענגען.

אין די ׳עולם התורה׳ פון אלע קרייזען, הערשט צומאל א געוויסע עליטיזם, וואס קוקט אראפ אויף די לערנען פון פשוט׳ער אידען. פון דעם איז באשאפען געווארען א זלזול אויף דער וואס נוצט הילף צו לערנען, למשל א שאטנשטיין ש"ס וכדו׳.

איינער פון ר׳ יצחק׳ס מערכות איז קעגען דעם. די נייע חומשים ׳רש"י כפשוטו׳ וכדו׳ רימט ער אויס כסדר, און ער שטופט מענטשען צו נוצען סיי וואס איז אוועילעבעל צו לערנען בעסער און מער און זיך נישט שעמען פון די וואס נוצען נאר אלטע דרוקען, און שווערער ספרים. וואס עס ארבעט פאר דיר, אזוי זאלסטו טוהן צו לערנען די הייליגע תורה.

הגם אז איך פערזענליך האב נישט קיין געשמאק אין די סארט ספרים (איך האב א סט פון רש"י כפשוטו אין מיין בעיסמענט, נאך איינגעוויקעלט אין פלעסטיק, באקומען אלס א מתנה פון איינעם), אבער די יסוד זיינער איז א טיפערע.

לערנען איז א פערזענליכע ערפארונג, נישט קיין סיסטעם. יעדער דארף אנפיהלען זיין אייגענעם קאפ, הארץ און נשמה מיט תורה. טרעף דיר דיין וועג דערצו. דיין קאמפאני ישיבה האט פראבירט מיט אלע כוחות פון דיר אויסצורייסען דיין קאנעקשען מיט דיין זיך, לאז זיך נישט. טרעף דיר דיין אייגענעם פלאץ און ווערט, און בוי עס אויף. טאמער ש"ס מתיבתא ארבעט פאר דיר, נוץ עס. טאמער טעיפס פון ר׳ מיכל זילבער איז דיין קו, הער זיי אויס. נישט אלס א בדיעבד, נאר לכתחילה. אזוי זאלסטו הארעווען און פלאגען, און אזוי וועסטו שטייגען.

ער טראגט מער טראסט אין דער מענטשהייט ווי די גאס וואס האלט זיי פאר בהמות וואס מ׳דארף האלטען אין די ראמען פונדערויסען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 23, 2018 12:14 am#403200
ער ריפט דאס קליפת אמעריקע. ער ברענגט ראיות פון גויאישע ביכער ווי זיי שרייבן אז די סיסטעם אין אמעריקא פון די מידיע איז צו צוברעכן דעם יחיד און אין מאכן שפירן אז ער קען נישט אליינס מאכן החלטות נאר איז אנגעוויזן אויף די פירער זאלן אים איינטיילן פינטליך וואס און וויאזוי צו טון.
מיטוואך מאי 23, 2018 1:05 am#403205
I like it that litvak finally admired the core and base of Chassidus..
מיטוואך מאי 23, 2018 8:40 am#403209
דאס האט מיט חסידות אזוי ווי דער פראק מיט דער ליטווישער.
מיטוואך מאי 23, 2018 9:58 am#403219
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
ווער האט מודה געווען? איך האב נאכגעזאגט יענעמ׳ס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 23, 2018 5:12 pm#403255
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט מודה געווען? איך האב נאכגעזאגט יענעמ׳ס.

מבין ריסי עיניך ניכרים שכן דעתך, בבחינת וגם אני מצטרף..
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
הגם אז איך פערזענליך האב נישט קיין געשמאק אין די סארט ספרים, אבער די יסוד זיינער איז א טיפערע.

אישתישבי האט געשריבן:דאס האט מיט חסידות אזוי ווי דער פראק מיט דער ליטווישער.

איך בין נישט שולדיג אז דו ווייסט נישט די יסודות פון חסידות, and what triggered די בעש"ט צו מאכן זיין רעוואלוציע.
מיטוואך מאי 23, 2018 6:08 pm#403258
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
דער בעש"ט האט געלאזט יעדעם גרעפסען וואס ער וויל אריינצוטייטשען די כוונה זיינער. געשריבען האט ער גארנישט, און דעריבער קען מען מזייף זיין א חרסונער גניזה, בויען א שיטה אויף א חלום און גלויבען מארטין בובער צו דער ריי"ץ פון ליובאוויטש, יעדער לויט זיין שמעק.

דיר געפעלט עס אז דאס איז חסידות, בסדר. זאל דיר געפעלען, אדער אויף עברית ׳שיבושם לך׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 24, 2018 2:58 am#403293
בעש"ט לא עשה רעוואלאציע
דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:21 am#403314
דער אמת איז אז עס איז דא אסאך וואס זאגען אז דער בעל שם איז געקומען אויסרייסן די כח פין רבנים און געוואלט געבען מער כח פאר דער יחיד, אינדיווידועליזים.

אפילו אויב עס איז אמת, זעה איך אויך נישט קיין שייכות מיט ליטוואק בשם לעבאוויטש, אז מען ברויך זיך נישט רעכענען מיט דער קעסטעל וואס מען האט דיר אריין געשטעלט, און לערנען ווי אזוי עס ארבעט פאר דיר דער בעסטער.

ועל הכלל כולו יצא, אונז לעבען מיר און א שטארקע סדום בעטל מענטאליטי (כוכב?) און עס איז ביי אלע ענינים אין לעבן, און וואס מען קען טוהן מצליח צו זיין דורך א אייגענע יוניק מהלך איז א יסוד צו הצלחה.
דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:26 am#403315
Gimpel האט געשריבן:בעש"ט לא עשה רעוואלאציע

קענסט עס רופן וויאזוי דו ווילסט, די עיקר אז דו פארשטייסט פון וואס מ'רעדט.

דרך אגב, דאס וואס די בעש"ט האט געטון רופט מען אין די אידישע שפראך 'א רעוואלוציע'. אבער דאס איז נאר א זייטיגע נקודה, און ס'נישט נוגע צום עצם שמועס.
דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:28 am#403316
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת איז אז עס איז דא אסאך וואס זאגען אז דער בעל שם איז געקומען אויסרייסן די כח פין רבנים און געוואלט געבען מער כח פאר דער יחיד, אינדיווידועליזים.

איך ווייס נישט צי דאס איז טאקע געווען דער בעש"טס ציל, אבער די פאקט איז אז די מאוומענט וואס מ'רופט 'חסידות' האט אויסגעריסן די כח פון די רבנים.
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:16 pm#403326
אדמו"ר יותר טוב?
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:17 pm#403327
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איינער קען ברענגען א מקור לדבריו? ווי דארפען די אלע זאכען שטייען אינעווייניג? פון די שמעתי ממוריס אין תולדות זעט מען דאס נישט.
דאנערשטאג מאי 24, 2018 12:35 pm#403333
גאנץ תולדות האקט ער אויף די לומדים מען זעט אלא צרות קומען פין די לומדים
דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:36 pm#403387
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת איז אז עס איז דא אסאך וואס זאגען אז דער בעל שם איז געקומען אויסרייסן די כח פין רבנים און געוואלט געבען מער כח פאר דער יחיד, אינדיווידועליזים.

איך ווייס נישט צי דאס איז טאקע געווען דער בעש"טס ציל, אבער די פאקט איז אז די מאוומענט וואס מ'רופט 'חסידות' האט אויסגעריסן די כח פון די רבנים.


היינט צו טאג איז נישט דא מער קיין רבנים ווייל עס איז נישטא קיין שטעט.
דאנערשטאג מאי 24, 2018 11:53 pm#403390
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דער אמת איז אז עס איז דא אסאך וואס זאגען אז דער בעל שם איז געקומען אויסרייסן די כח פין רבנים און געוואלט געבען מער כח פאר דער יחיד, אינדיווידועליזים.

איך ווייס נישט צי דאס איז טאקע געווען דער בעש"טס ציל, אבער די פאקט איז אז די מאוומענט וואס מ'רופט 'חסידות' האט אויסגעריסן די כח פון די רבנים.

נאך א פאקט איז אז די מאוומענט וואס מ'רופט חסידות האט נאך מער אויסגעריסן די כח פון די יחיד. אמאל האט א יחיד כאטש געקענט וועלן פאר א רב, ראה"ק וכדומה אבער איינמאל די רבי'ס זענען אינטשארזש גייט אלץ נאר מיט רוח הקודש
פרייטאג מאי 25, 2018 12:06 am#403394
איך האב נישט אינגאנצן פארשטאנען וואס דו ווילסט, אבער כ'על ספינען ווייטער אויף דיין מהלך.

אמאל, ווען איינער האט געוואלט האבן א דעה האט ער געמוזט צוקומען אז קהל זאל איהם אויסוועלן פאר א רב ראה"ק וכדומה. אבער איינמאל די רביס זענען אינטשארדש, דארף ער נאר איינרעדן אפאר מענטשן אז ער האט רוח הקודש, און ער איז סעט טו גאו.
פרייטאג מאי 25, 2018 12:15 am#403395
אישתישבי האט געשריבן:היינט צו טאג איז נישט דא מער קיין רבנים ווייל עס איז נישטא קיין שטעט.

די אלע היינטיגע שטעט פון וואס דו רעדסט, זענען צושטאנד געקומען שוין נאדעם וואס ס'שוין דא די רביס און די פארטייען. פוק חזי, ירושלים, איינע פון די איינציגסטע שטעט וואס האבן געהאט א רב וואס גייט נאך אן עד היום הזה. ווען האט זיך אנגעהויבן די צוזאמפאל פון די רבנות? ווען די רבילעך האבן זיך אנגעהויבן אנצורוקן. אבער די ביזט גערעכט אז אין די היינטיגע אפענע וועלט ווערט די קאנטראל פון די רביס אויך ווייניגער און ווייניגער.
פרייטאג מאי 25, 2018 2:44 am#403402
אין ירושלים האט קיינער קיינמאל ניט געהאט קאנטראל
פרייטאג מאי 25, 2018 3:07 am#403403
כ'האב פאר דיר גרויסע נייעס. בריסקער רב (מהרי"ל דיסקין) און ר' שמואל סאלאנט האבן פיין געהאט קאנטראל.
פרייטאג מאי 25, 2018 5:44 am#403407
זיי האבען דען צוזאמען געארבעט? און די קאנטראל וואס הרב שמואל סאלאנט האט געהאט איז דייקא צוליעב דעם אז ער האט פארגינט יעדער וואס איז אנגעקומען און אוועק געגעבען פון זיין קאנטראל. פון דער תורת חסד ביז צום קאלישער רב ועוד ועוד. דאס איז נישט די קאנטראל פון וואס מענטשען חלום׳ן היינט.
פרייטאג מאי 25, 2018 8:50 am#403410
מי שידוע המעשה של מיכל פינס יודע כמה שליטה היה לרבי שמואל
פרייטאג מאי 25, 2018 8:54 am#403411
קענסט אויפהערן דיפפ'ן ביטע?
פרייטאג מאי 25, 2018 8:58 am#403412
מה זה דיפפן
פרייטאג מאי 25, 2018 9:39 am#403415
שרייבען האלבע זאצען וואס שטימען מעגליך אין דיין קאפ, אבער נישט אין די קעפ פון די ליינערס. זאג וואס דו ווילסט, גענוי. וואס איז געווען מיט מיכל פינס און וואס נעמסטו ארויס דערפון?

נקרא ע"ש דער ניק דיפף וואס פלעגט שרייבען אזוי.
פרייטאג מאי 25, 2018 10:05 am#403417
המעשה של מיכל פינס שהקנאים גרשוהו מירושלים ארוכה מאד פלא שאינך יודעו
פרייטאג מאי 25, 2018 11:03 am#403423
איך קען עס יא, און דיין מסקנות זענען אומריכטיג. נאר וויבאלד דו ברענגסט נישט די מעשה כתיקונו, קען איך נישט רעאגירען. עפען אן אשכול, שרייב ארויס וואס דו מיינסט, און דארט וועל איך דיר ענטפערען.

דיינע האלבע זאצען זענען נאר א קאפוויי.
פרייטאג מאי 25, 2018 1:20 pm#403440
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיי האבען דען צוזאמען געארבעט? און די קאנטראל וואס הרב שמואל סאלאנט האט געהאט איז דייקא צוליעב דעם אז ער האט פארגינט יעדער וואס איז אנגעקומען און אוועק געגעבען פון זיין קאנטראל. פון דער תורת חסד ביז צום קאלישער רב ועוד ועוד. דאס איז נישט די קאנטראל פון וואס מענטשען חלום׳ן היינט.

ווער האט געזאגט אז זיי האבן געארבעט צוזאמען? זיי האבן געארבעט יעדער איינער אין זיינער צייט.
זונטאג מאי 27, 2018 2:10 am#403473
רבי יהושע לייב היה באותו זמן של רבי שמואל סלנט ר"יל היה רבם של הקנאים
זונטאג מאי 27, 2018 8:04 am#403477
גימפל: א יעדער איינער פון די צוויי גדולי ישראל האבן געארבעט אויף זייער אייגנארטיגן דרך. איך האב מער געליינט איבער ר' שמואל סאלאנט'ס פיקחות און מנהיגות בדרכי נועם. סיי אין זיין באנעמונג צו יחידים. און סיי צו זיין מנהיגות אלס רב ומנהיג העדה. ער האט נישט געהאלטן קיין פייער'דיגע דרשות וועלכע האבן אנטהאלטן אש וגפרית אויף די רשעים. ער איז געגאנגען אין די שיטה און דרך פון ..."אינהו בדידהו, ואנן בדידן"... ווי די גמ' אין מס' גיטין און אנדערע פלעצער דרוקט זיך אויס. דער זעלבער דרך וואס הרב הצדיק רב כהנמאן זצ"ל האט געהאלטן...."וואס אינטרעסירט אונז וואס די פושעי ישראל טוען. אונז גייען מיר בויען תורה"...! און ב"ה דער דרך האט זיך ארויסגעוויזן אלס ריכטיג. ווייל די פיהל תורה וואס ווערט געלערנט אין ארץ ישראל איז אין גרויסן טייל צו פארדאנקען פאר אט די גדולי ישראל...!
זונטאג מאי 27, 2018 9:58 am#403503
יישר כח בערל
זונטאג מאי 27, 2018 11:19 pm#403571
הלל חנוכה תשע"ו
נ. ב. ס'איז נישט דאס ריכטיגע. קוקט אויס ער איז אביסול פארקילט

חתונה פון בן בנו ר' אהרן עם נכדת גאב"ד עדה החרדית אין מאנטשעסטער
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 4:22 pm#412112
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
לעצטענס איז דער וואודרידזשער רב שטארק פארקאכט אין ענייני א"י וקדושתו, זיך נישט אוועק שטעלען אין גלות און פארשטייען אז א איד באלאנגט אין א"י. ער דערמאנט אייביג דער לאזונג ׳כי שם לבבנו שואף זורח׳ און ער רעדט שטארק ארום פארשידענע עניינים דערפון.

אין אנדערע נייעס, איז ער נאך ווייט פון צוריק צו זיין כוחות. אמאל איז יעדער דרשה געווען לפחות אנדערהאלב שעה און געווענדליך מער. יעצט איז עס פיל קערצער מיט פיל ווייניגער פלפולים. זיין שטימע איז אויך נישט ווי די ׳זכרתי ימים מקדם׳ טעג, שוואכער און מיט ווייניגער שטאלץ.

לאמיר האפען אז ר"ה זאל נגזר ווערען אויף אים א רפואה שלמה בבריות גופא, און מיר וועלען ווייטער נהנה זיין פון זיין תורות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 8:06 pm#417593
ר' יצחק איז יעצט געווען אין ארץ ישראל
איך מיין אז די ווידיא איז ארץ ישראל ביי זיין זוהן'ס חתונה

m https://www.youtube.com/watch?v=VD79k4NRSik m
דאנערשטאג מערץ 21, 2019 12:41 pm#426889
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
רבי יצחק לעבאוויטש שליט״א זאגט אז די עיקר לימוד פון פורים וואס איז אונז נוגע היינט איז צו לעבן בקדושת ארץ ישראל! דהיינו אחשורוש האט דאך געמאכט זיין סעודה נאך וואס סאיז אריבער 70 יאר פון גלות בבל כמבואר בגמרא מגילה, איז די אידן וואס זענען געגאנגען צום סעודה האבן דאך געמאכט א Statement אז זיי פרייען זיך מיט מיט דעם און זיי זענען ציפרידען צו בלייבען אין גלות, און פאר דעם איז די גזירה פון המן געשעהן משום שנהנו מסעודתו של אותו רשע, די זעלבע אונז דא אין אמעריקע דארפן כסדר לעבן מיט ארץ ישראל און זיך נישט קובע זיין במחשבה ובמעשה דא


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 27, 2019 12:12 pm#437542
פייערדיגע ווערטער פון ר' יצחק לעבאוויטש איבער שטיין אויף די פארענטשעס און נענועים מיט די ספר תורה. @קרעדיט פאר דער וואס האט מיר עס געשיקט.

וואדריזש.mp3
זונטאג אקטאבער 27, 2019 5:12 pm#437546
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
קען איינער דערגיין פארוואס די טוויטער אקאונט פון די שיעורים פון רב שליטא איז געגאנגען שלאפן לעצטנס ?
צו וועם קען מען רעדן וועגן דעם?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 27, 2019 9:29 pm#437549
מארמאראשער האט געשריבן:קען איינער דערגיין פארוואס די טוויטער אקאונט פון די שיעורים פון רב שליטא איז געגאנגען שלאפן לעצטנס ?
צו וועם קען מען רעדן וועגן דעם?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk



איך האב גערעד צו דער וואס פלעגט שיקן די MSG's, ער האט מיך געזאגט אז אפאר חדשים צירוק האט ער געזעהן אז עס קומט נישט אן, האט ער געסטאפט. ער זאגט ער קען זיך נישט אויס מיט Twitter און ער ווייסט נישט וואס די פראבלעם איז.
מאנטאג אקטאבער 28, 2019 2:45 am#437556
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:קען איינער דערגיין פארוואס די טוויטער אקאונט פון די שיעורים פון רב שליטא איז געגאנגען שלאפן לעצטנס ?
צו וועם קען מען רעדן וועגן דעם?

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk



איך האב גערעד צו דער וואס פלעגט שיקן די MSG's, ער האט מיך געזאגט אז אפאר חדשים צירוק האט ער געזעהן אז עס קומט נישט אן, האט ער געסטאפט. ער זאגט ער קען זיך נישט אויס מיט Twitter און ער ווייסט נישט וואס די פראבלעם איז.

טוויטער האט געבלאקט טעקסט מעסעדזשינג אפאר חדשים צוריק, ער מוז גיין אנליין.
m https://www.cnet.com/news/twitter-tempo ... t-via-sms/ m
מאנטאג אקטאבער 28, 2019 7:52 pm#437580
הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
וואודרידזשער רב שליט״א האט אויף זיין האטליין (718-906-6428, נומער 4 שיעור 239),מודיע געווען כמנהגו יעדן ערב פתיחת הזמן אז ער איז גרייט און ווארט פאר בחורים צו קומען לערנען מיט אים אין וואודרידזש. איז פאר די בחורים וואס קלערן אהין צו גיין להתבשם מזיו תורתו וועל איך פרובירן צו געבן אפאר הדרכות וואס יא און וואס נישט צו טוהן.
קודם וואס נישט:
ווען מען רעדט צום רב וועגן א געוויסע רב זאל מען נישט זאגן למשל יאוואזשנע רב, האסט געהערט א מעשה? זייט ווען איז רבי טודרוס זילבער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין דעם שטאט יאוואזשנע?, נאר מען זאל פשוט זאגן רבי טודרוס זאגט, משא״כ א רבי למשל סקולענער רבי קען מען זאגן סקולענער רבי ווייל א רבי דארף דאך נישט ווערן אויפגענומען דורך די קהילה, נו קען ער זיך רופן ווי אזוי ער וויל. במה דברים אמורים ביי א רבי וואס איז נישט א רב, אבער למשל דעם ברך משה וואס איז געווען סיי א רבי און סיי א רב רבצה עליו האיסור הנ״ל אין מען זאל זאגן דער סיגוטער רב זאגט, ווארום ק״ק סיגוט האט אים יא אויפגענומען אלץ רב נאכן מלחמה.
מען זאל זיין געווארנט נישט צו ניצן קיין ווערטער פונעם שפראך עברית למשל ״מכון״ ״מוסדות״ ״כיתה״ ״קנאי״ ״השקפה״ (אזוי ווי עס איז מרגלא בפומיה אז כל השקפה לרעה חוץ מן השקיפה ממעון קדשיך).
א סאטמארע בחור זאל נישט מאכן קיין עסק פון כ״א כסלו, אזוי אויך זאל מען נישט רעדן וועגן ציונות ווייל ציונות האט שוין לאנג געפייגערט, נאר ענדערש זאל מען רעדן וועגן קדושת ארץ ישראל און ״בדרך אגב״ קען מען דערמאנען דעם ספר ויואל משה (פונעם בעמח״ס דברי יואל), אזוי אויך זאל מען נישט רעדן וועגן דעם איסור פון השתתפות בבחירות אין א״י, צו פון גיוס בנים ובנות ווייל די זאכן געהערן פאר בני ארץ ישראל און זיי קענען זיך אליין א עצה געבן.
מען זאל נישט צופיל דערמאנען פוילישע ספרי חסידות אזוי אויך ספרי חב״ד, אזוי אויך זאל מען נישט צופיל עוסק זיין דערינען ווייל דאס קען חלילה גורם זיין א בחינה פון מוח שליט על הלב-אז די פארפרוירענע מוח זאל שולט זיין אויפן מענטש אין מען וועט אויסקוקן ווי דער ליבאוויטשער חוזר ר׳ יואל כהן.
ווען מען גייט צו אים אין שטוב צו עסן א סעודה צו פאר קידוש זאל מען נישט לייגן א קאפ (בלשונו של הרב-טעפל) אויף די טיש מיט די עפענונג אויף אראפ נאר שטענדיג אויף ארויף כמנהג רבו מקיוויאשד, אזוי אויך דעם קארנפלעקס קיגל וואס ער טיילט שבת ביים קידוש איז נאר פאר דער וואס איז געוואונט דערצו אויב נישט זאל מען נישט נעמען, א חוץ אויב מען וויל דווקא זיך צוגעוואונען דערצו.
יעצט וואס יא צו טוהן:
מען זאל שטענדיג זאגן ״די רבי האט געזאגט״, חס ושלום נישט ״די ראש ישיבה האט געזאגט״, ווארום ראש ישיבה באדייט די בעסטע בחור פון די ישיבה, אזוי אויך זאל מען כסדר קישן דעם רבין׳ס הענט מפני הכבוד.
כל המרבה להזכיר לפניו ספרי רבותינו גדולי הונגריה והסביבה הרי זה משבח, און אז מקען נאכזאגן א שטיקל שערי תורה פונעם ווערבויע׳ר רב איז ממש געוואלדיג, שערי תורה איז דאך אונזערע רבי שמעון שקאפ-שערי יושר, אזוי אויך האבן מיר דעם מחנה חיים וואס איז געווען אונזער ״רבי חיים בריסקער״.
א כלל גדול פאר אלע וואודרידזשע תלמידים איז אז מקען אלעס קוקן אין לערנען אבער מיר דארפן וויסן ווי אונזער יסוד איז דהיינו יוצאי הונגריה מתלמידי תלמידיו של רבינו החתם סופר מיט׳ן התמזגות הנפלאה של אש החסידות וכמבואר בספר ״דולה ומשקה״.
נו בחורים גיימיר קיין וואודרידזש?


Sent from my iPhone using Tapatalk