Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
223 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 302 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8523
מאנטאג אקטאבער 28, 2019 8:20 pm#437583
חוקר ודורש האט געשריבן:וואודרידזשער רב שליט״א האט אויף זיין האטליין (718-906-6428, נומער 4 שיעור 239),מודיע געווען כמנהגו יעדן ערב פתיחת הזמן אז ער איז גרייט און ווארט פאר בחורים צו קומען לערנען מיט אים אין וואודרידזש. איז פאר די בחורים וואס קלערן אהין צו גיין להתבשם מזיו תורתו וועל איך פרובירן צו געבן אפאר הדרכות וואס יא און וואס נישט צו טוהן.
קודם וואס נישט:
ווען מען רעדט צום רב וועגן א געוויסע רב זאל מען נישט זאגן למשל יאוואזשנע רב, האסט געהערט א מעשה? זייט ווען איז רבי טודרוס זילבער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין דעם שטאט יאוואזשנע?, נאר מען זאל פשוט זאגן רבי טודרוס זאגט, משא״כ א רבי למשל סקולענער רבי קען מען זאגן סקולענער רבי ווייל א רבי דארף דאך נישט ווערן אויפגענומען דורך די קהילה, נו קען ער זיך רופן ווי אזוי ער וויל. במה דברים אמורים ביי א רבי וואס איז נישט א רב, אבער למשל דעם ברך משה וואס איז געווען סיי א רבי און סיי א רב רבצה עליו האיסור הנ״ל אין מען זאל זאגן דער סיגוטער רב זאגט, ווארום ק״ק סיגוט האט אים יא אויפגענומען אלץ רב נאכן מלחמה.
מען זאל זיין געווארנט נישט צו ניצן קיין ווערטער פונעם שפראך עברית למשל ״מכון״ ״מוסדות״ ״כיתה״ ״קנאי״ ״השקפה״ (אזוי ווי עס איז מרגלא בפומיה אז כל השקפה לרעה חוץ מן השקיפה ממעון קדשיך).
א סאטמארע בחור זאל נישט מאכן קיין עסק פון כ״א כסלו, אזוי אויך זאל מען נישט רעדן וועגן ציונות ווייל ציונות האט שוין לאנג געפייגערט, נאר ענדערש זאל מען רעדן וועגן קדושת ארץ ישראל און ״בדרך אגב״ קען מען דערמאנען דעם ספר ויואל משה (פונעם בעמח״ס דברי יואל), אזוי אויך זאל מען נישט רעדן וועגן דעם איסור פון השתתפות בבחירות אין א״י, צו פון גיוס בנים ובנות ווייל די זאכן געהערן פאר בני ארץ ישראל און זיי קענען זיך אליין א עצה געבן.
מען זאל נישט צופיל דערמאנען פוילישע ספרי חסידות, אזוי אויך זאל מען נישט צופיל עוסק זיין דערינען ווייל דאס קען חלילה גורם זיין א בחינה פון מוח שליט על הלב-אז די פארפרוירענע מוח זאל שולט זיין אויפן מענטש אין מען וועט אויסקוקן ווי דער ליבאוויטשער חוזר יואל כהן.
ווען מען גייט צו אים אין שטוב צו עסן א סעודה צו פאר קידוש זאל מען נישט לייגן א קאפ (בלשונו של הרב-טעפל) אויף די טיש מיט די עפענונג אויף אראפ נאר שטענדיג אויף ארויף כמנהג רבו מקיוויאשד, אזוי אויך דעם קארנפלעקס קיגל וואס ער טיילט שבת ביים קידוש איז נאר פאר דער וואס איז געוואונט דערצו אויב נישט זאל מען נישט נעמען, א חוץ אויב מען וויל דווקא זיך צוגעוואונען דערצו.
יעצט וואס יא צו טוהן:
מען זאל שטענדיג זאגן ״די רבי האט געזאגט״, חס ושלום נישט ״די ראש ישיבה האט געזאגט״, ווארום ראש ישיבה באדייט די בעסטע בחור פון די ישיבה, אזוי אויך זאל מען כסדר קישן דעם רבין׳ס הענט מפני הכבוד.
כל המרבה להזכיר לפניו ספרי רבותינו גדולי הונגריה והסביבה הרי זה משבח, און אז מקען נאכזאגן א שטיקל שערי תורה פונעם ווערבויע׳ר רב איז ממש געוואלדיג, שערי תורה איז דאך אונזערע רבי שמעון שקאפ-שערי יושר, אזוי אויך האבן מיר דעם מחנה חיים וואס איז געווען אונזער ״רבי חיים בריסקער״.
א כלל גדול פאר אלע וואודרידזשע תלמידים איז אז מקען אלעס קוקן אין לערנען אבער מיר דארפן וויסן ווי אונזער יסוד איז דהיינו יוצאי הונגריה מתלמידי תלמידיו של רבינו החתם סופר מיט׳ן התמזגות הנפלאה של אש החסידות וכמבואר בספר ״דולה ומשקה״.
נו בחורים גיימיר קיין וואודרידזש?


Sent from my iPhone using Tapatalk

אייזן גוט!
דינסטאג אקטאבער 29, 2019 12:33 am#437590
לכבוד הרב חוקר ודורש,
מ'זעט אז דו ביסט געווען אין וואודרידזש א היבשע ביסל, ווייל דו האסט טאקע אויפגעכאפט אסאך ענינים פונעם וואודרידזשער רב, אבער תמה אנכי, איך וואונדער מיר אויף דיר, אז דו ביסט דארט געווען גענוג לאנג צו קענען אויפכאפען די משוגעת'ן, פארוואס האסטו נישט אויפגעכאפט די מעלות אויך?
איך זאג אלס פאר די אלע וואס ווילן חוזק מאכן פון די חסרונות פונעם וואודריזדשער רב, אז די רב איז כידוע אן עילוי, א עילוישער קאפ, אין ווי געווענליך קומט דאס מיט עילוי'שער מעלות אין עילוי'שער חסרונות, און היות איך קען אים זייער גוט, קען איך דיר אסאך בעסער מסביר זיין זיינע חסרונות, אבער מיט איין תנאי, אז דו ביסט גרייט צו רעדן פון זיינע מעלות אויך.
די פראבלעם איז, אז ווען מ'קומט אן צום ערשט צום וואודריזדשער רב, באגעגנט מען זיך קודם מיט זיינע חסרונות, אבער ווער עס איז א בר דעת, באגעגנט זיך מיט מעלות וואס מ'קען דאס נישט טרעפן ערגעץ אנדערש. איך בין שוין יארן נאנט מיט'ן וואודריזדשער רב, אסאך געלערנט מיט אים בחברותא סוגיות הש"ס, גמ' על הדף, ספרי מוסר, חומש רש"י און רמב"ן ועוד ועוד. די ברייטקייט אין תורה, די מתיקות ונעימות פון אפלערנען א סוגיא מיט אים, מקיף זיין די סוגיא מכל הצדדים, טעמו וראו כי טוב.
ווער עס האלט מיט א שבת, ווייסט אז אויסער מקפיד זיין אז די גלעזלעך זאלן זיין אויף ארויף, און אויסער דעם אז ער מאכט אן עסק יעדע וואך פון ווער עס איז יא אדער נישט געוואוינט צום קארנפלעקס קוגל, ווי ער זאגט בצחות תופס לבעל חוב במקום שחב לאחריני, איז תיכף נאכן קוגל עסן, עפנט זיך אויף זיין מויל, און נעמט ער זיך זאגן תורה, פאר א דריי פערטל שעה, ס'גיסט זיך פון אים פון איבעראל, מיט א חיות און א געשמאק, דברי תורה אויף די הפטורה פון די וואך, געווענליך דברים יסודיים בתקופת עם ישראל בגלות, די ווערטער וואס ער זאגט דעמאלס זענען ענינים וואס די וועסט נישט הערן פון קיינעם, דורכגעפלאכטן בעמקות, בפשט וברמז. אסאך מאל זעט טאקע אויס ווי ס' נישט די זעלבער מענטש, וואס האט פריער גערעדט פון די קוגל, איז די זעלבער מענטש וואס זאגט יעצט גאונישע תורה. אודאי ווער ס'איז נישט קיין בר דעת, הערט נאר די ווערטל אינדערמיט, אבער ווער ס'האט שכל כאפט דאך אויף אן אוצר מיט תורה.
ביסט שוין אמאל געווען דארט ליל שבת קודש, טאקע נאכדעם וואס ער קען געבן א פארהאלט איינעם פאר'ן ניצן א עבריתישער ווארט למשל "מכון מוסדות כיתה השקפה", אדער זאגן אויף איינעם רב פלוני (ווי דו זאגסט), און ער נעמט אפיר די פאק ספרים וואס ער האט זיך אנגעגרייט פאר די סעודה, און ער הייבט אן זאגן א דרוש, געווענליך צו פארענטפערן א מדרש פליאה, אסאך מאל איז עס א דרוש ופלפול בסוגית הש"ס, אסאך מאל בדרך אגדה, די מקורות פון ספרים וואס ער דערמאנט, אז דאך יעדע איינס אן אוצר פאר זיך, דעמאלס קען מען דאך זען זיינע ברייטע ידיעה און היקף און די סוגיות, און ער זאגט עס מיט אזא מתיקות. איך אליינס בין שוין מיט אים דורכגעגאנען כמה וכמה דרושים וואס ער האט געזאגט ליל שבת, זיין אופן ומהלך פון חידושי תורה איז גאונ'יש, ער איז מחדש חידושים נפלאים. דעם יו"ט סוכות אליינס, ווי ס'געווען ליל שבת חוה"מ סוכות א הערליכער דרוש, און שמחת תורה צופרי ביים קידוש א הערליכער דרוש בסמיכות סוף התורה לתחילתה אינעם סוגיא פון מתנה על מנת להחזיר, ועוד ועוד. נא, ווער עס וויל בלייבן סטאק מיט די גלעזלעך ארויף אדער אראפ, איז אזוי ווי די גאסט ביים סדר...
יא יא, טאקע נישט גוט צופיל צו דערמאנען פולישע ספרים ווייל עס קען חלילה גורם זיין א בחינה פון מוח שליט על הלב, אז די פארפרוירענע מוח זאל שולט זיין, אבער איך וואונדער מיר אויף דיר אז די ביסט קיינאמל נישט געווען ביי סעודה שלישית, און נישט מיטגעהאלטן (אדער נישט פארשטאנען) די אופן ווי אזוי די רב געט איבער די דרך עבודה פון תלמידי בעש"ט, בעסק התורה ותפילה מיט'ן אש קודש, טאקע נישט די פארפרוירענע קאלטע מוח, נאר מיט א ווארימקייט, א האלבע שעה צו מער וואס די רב זיצט מיט פארמאכטע לעקטער, און ער איז מחדש חידושים בדרך אגדה אויף די סדרה, דורכגעפלאכטן מיט דרכי עבודה. זעט אויס דו הערסט נאר פאר דעם און נאכדעם ווי ער קען זיך אנרופן ווען איינער איז פארנומען נאר מיט שפת אמת אדער פרי צדיק. בלייב נישט נאר מיט נארישקייטן...
בקיצור, מ'קען מאריך זיין אסאך, איך וואונדער מיר נאר אויף דיר, הרב חוקר ודורש, אז דו האסט שוין יא געהאט די געלענגהייט צו נהנה זיין פון דעם אור, אז דו ביסט געבליבן נאר מיט די כיסויים און זייטיגע שטותים.
דינסטאג אקטאבער 29, 2019 9:36 am#437596
איך האב גראדע געקלערט צו רעגאגירען, ביז איך האב געכאפט אז די וויץ איז פיין געווען, און לאזען דארט. יעדער זאך קען מען קאריקאטורען און ארויס נעמען פון קאנטעקסט, און עס מיינט נישט גארנישט. די חסרונות זענען חסרונות, די מעלות זענע מעלות, און יעדער וועט קוקען ווי עס שמעקט איהם. א חלק פון די 'חסרונות' וואס חוקר ודורש האט דערמאנט זענען גראדע אויך מעלות, ממילא איז עס נאר צו שמייכלן און ווייטער גיין.
קיין אמת'ער שלימות איז סייווי נישט דא אין דער וועלט לע"ע.
מיטוואך אקטאבער 30, 2019 3:01 pm#437688
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א חלק פון די 'חסרונות' וואס חוקר ודורש האט דערמאנט זענען גראדע אויך מעלות

איך קען נישט הרב לעבאוויטש (כ'האב נאר איינמאל געליינט אן הקדמה זיינער וואו ער בעהט זיך בתחנונים אז מען זאל אנהאלטן דעם אונגערישער דרך הלימוד והדרוש...) אבער אין חוקר ודורש'ס הודעה האב איך נישט געזעהן קיין חסרונות, אדרבה, ער שיינט צו זיין א בר דעת און א מוכשר (און עטוואס טשיקאוו), דער חסיד'ישע וועלט וואלט געקענט נוצן נאך א פאר אזעלכע
זונטאג נאוועמבער 03, 2019 12:39 am#437809
אזוי ווי אלע סאקמערע אידן ובפרט א קווינס תלמוד בין איך שוין אראן צו הרב לבאוויטש אין געהערט זיינע דרשות איין קשיא האב איך נאכן רעדין אזוי סאך פין דרך הלימוד אין ער איז בקי בכל התורה כולה ווי קיו מען הערן זיינע סוגיות וכי' אויף זיין האט ליין קען מען נאר הערין יסודית ביהדות אין רעדין אויף די גאנצע וועלט ?
זונטאג נאוועמבער 03, 2019 2:36 am#437813
ווען ער האט געהאט א ישיבה האט ער פארגעלערנט סוגיות יעצט האט ער עס נישט. ער זאגט אבער דרשות על סוגית הש"ס אין געוויסע זמנים שבת הגדול, שבת שובה, יום ב' דשבועות. אויך זאגט ער יעדע פרייטאג צונאכטס א פילפול מעניני הפרשה
זונטאג נאוועמבער 03, 2019 9:44 pm#437832
און ווי קען איך עס הערין ?
מיטוואך אפריל 08, 2020 7:03 pm#445647
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
רבי יצחק זאגט אז מיר דארפען זיך מקשר זיין מיט כלל ישראל..! און לויט דעם פארשטייען מיר דעם כאילו ״הוא״ יצא ממצרים, געבויט אויפן מהר״ל מפראג וואס שרייבט אז בנוגע כלל ישראל איז נישט פארהאן קיין הוה עבר עתיד, עס איז איין גרויסע קומה שלימה, במילא איז דאס נישט געווען אמאל נאר עס איז איין גרויסע בילד.
ובפרט יעצט מיט אלעס וואס אידן מאכן נעבעך מיט, מיט דער שרעקליכען ווייריס דארפען מיר זיך משתתף זיין בצערן של ישראל ובנחמתן..! א כשר׳ן און פרייליכען פסח.
זונטאג אפריל 12, 2020 2:30 am#445673
שאראש-פאטאק האט געשריבן:און ווי קען איך עס הערין ?

די תורה פון פרייטאג צונאכטס און דרשת שבת הגדול /שובה און שבועות, זאגט ער געווענדליך איבער אויפ'ן האטליין
זונטאג אפריל 19, 2020 8:28 am#446087
ווי געפונט מען נאך אזא רב?

woodridge ruv.mp3
זונטאג אפריל 19, 2020 9:07 am#446089
א שאד! ווען ער וואלט גע׳ענדיגט מיט די ערשטע האלב, וויפיל בעסער וואלט עס געווען. ווען ער גייט ניטש אריין אין זייער מאטיוון, ווי גערעכט ער איז.

סתם אזוי, זאגט ער אסאך קלארע גוטע זאכן אין די צייטן. בפרט אז זיין שפראך נעמט אן פאר א דבר פשוט אז מ׳זוכט נישט קיין חכמות און מ׳פאלגט די דאקטוירים.
מאנטאג מאי 18, 2020 10:46 pm#448926
פארזיגעלט מקום קדשו בבית מדרשו.

#בורח מן הקאווי"ד
דינסטאג מאי 19, 2020 5:19 am#448944
ער זיצט אינדרויסן פון די גדר?
דינסטאג מאי 19, 2020 9:35 am#448960
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
שמעון וואלף האט געשריבן:ער זיצט אינדרויסן פון די גדר?
ניין, ס׳איז נישט אים


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך מאי 20, 2020 5:00 pm#449128
מארגן אינדערפרי וועלן מיר אי"ה ארויפשטעלן דעם פולן הערליכן ארטיקל אויף הגאון הנפלא רבי יצחק לעבאוויטש, וואס איז ערשינען אין וועקער #8, אויף אונזער טעלעגראם טשענעל.
סובסקרייבט צו זיין פון די ערשטע צו באקומען ארטיקלען און מודעות!

m https://t.me/derveker m
דאנערשטאג מאי 21, 2020 9:24 am#449213
דער וועקער האט געשריבן:מארגן אינדערפרי וועלן מיר אי"ה ארויפשטעלן דעם פולן הערליכן ארטיקל אויף הגאון הנפלא רבי יצחק לעבאוויטש, וואס איז ערשינען אין וועקער #8, אויף אונזער טעלעגראם טשענעל.
סובסקרייבט צו זיין פון די ערשטע צו באקומען ארטיקלען און מודעות!

https://t.me/derveker

m https://tlgur.com/d/81eBq1o8 m
מיטוואך יולי 15, 2020 10:10 am#454598
איך האב געהערט אז עס איז דא א וואטסעפפ גרופע ווי מ'קען מיטהאלטן ווען א נייעם דרשה גייט ארויף אויף קול הלשון, ווי אויך לייגט מען דארט דרשות פון דער וואודרידזשע רב. איך האב אבער נישט די אינווייט לינק. ווער עס האט עס איז געבעטן דאס אראפ צו שרייבן דא, לתועלת הרבים.

און אגב, זאל יענער קוקן וויפיל נייע מענטשן קומן צו נאך דעם וואס די לינק איז ארויף, כדי מ'זאל זען פון וואנעט קומן די מענטשן וואס ווילן אויסהערן זיין רייד.
מיטוואך יולי 15, 2020 10:27 am#454601
הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס איז דא א וואטסעפפ גרופע ווי מ'קען מיטהאלטן ווען א נייעם דרשה גייט ארויף אויף קול הלשון, ווי אויך לייגט מען דארט דרשות פון דער וואודרידזשע רב. איך האב אבער נישט די אינווייט לינק. ווער עס האט עס איז געבעטן דאס אראפ צו שרייבן דא, לתועלת הרבים.

און אגב, זאל יענער קוקן וויפיל נייע מענטשן קומן צו נאך דעם וואס די לינק איז ארויף, כדי מ'זאל זען פון וואנעט קומן די מענטשן וואס ווילן אויסהערן זיין רייד.
דא האט איר די לינק צו דעם וואטצעפפ גרופ:

m https://chat.whatsapp.com/LhSTP1Yo9qE4YiDY8Dlq96 m
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 2:03 pm#460287
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 2:21 pm#464717
דרשה ליל שישי פ' ויגש עשרה בטבת תשפ"א בעיר לעיקוואוד בכולל ערך ש"י:
היקף עצום על דרכי הלימוד ואסיקא שמעתתא אליבא דהלכתא –
יסודות עקריים על דרכי חסידות בכלל ודרך חב"ד בפרט –
השקפה רחבה על היהדות ועולם התורה וחסידות –
ענינים יסודיים שנוגע לכל אחד ואחד

https://youtu.be/-bzxHQPN8qE

https://www.kolhalashon.com/new/Media/PlayShiur.aspx?FileName=31109215&Video=True
פרייטאג יאנואר 01, 2021 3:02 am#465000
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:הושענה רבה אין וואודרידזש
https://youtu.be/MvR8ILVukHo
https://www.kolhalashon.com/New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=30485705&Video=True

וואס איז די מעשה דא, מען האט אראפגעשטעלט א באהאלטענע ווידיאו קעמרע אין פארענט פון אים?
זונטאג יאנואר 03, 2021 3:37 am#465040
שמעקעדיג האט געשריבן:
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:הושענה רבה אין וואודרידזש
https://youtu.be/MvR8ILVukHo
https://www.kolhalashon.com/New/Media/PlayShiur.aspx?FileName=30485705&Video=True

וואס איז די מעשה דא, מען האט אראפגעשטעלט א באהאלטענע ווידיאו קעמרע אין פארענט פון אים?

׳באהאלטן׳ גלייביך נישט, נאר מעגליך ס׳געווען עפעס וואס קען אויסקוקן ווי א פשוטע ריקארדער...