Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
223 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 302 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8523
דינסטאג מערץ 24, 2015 11:59 am#261291
הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
צוליב א געוויסער צוועק, זוך איך יעצט אינפארמאציע אויף דעם מיסטעריעזער מענטש, דער רב ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א. איך קען אים נישט פערזענליך, הגם איך בין שוין עטליכע מאל געווען ביי אים, מיטגעהאלטן זיינע שמועסן וואס איז געווען העכסט באלערנד און פול מיט ידיעות און אינטערעסאנטע ענינים.

לויט דער רושם וואס איך האב אויף אים, הערנדיג פון אנדערע, איז ער א משונה'דיגער גאון, א זעלטנהייט אין דור, ווי אויך א געשמאקער שמועסער, אבער פון די אנדערע זייט איז ער א שווערע מענטש פיל מיט קריטיק און זייער אנגעצויגן. עס קען זיין אז איך האב אים נישט ריכטיג ארויס, אדרבה, איך וואלט געוואלט הערן פון די וואס קענען אים, וואס זיי האבן צו זאגן אויף אים.

איך בין נייגעריג צו וויסן פארוואס זיין ישיבה האט זיך פארשפארט, פארוואס הרב קעפעטש האט זיך ארויסגעצויגן פון דארט. איך דארף וויסן אויב מען קען אים געטרויען אין חינוך ענינים, ווי אזוי קוקן אויס זיינע קינדער, איז ער א פראקטישער מענטש? - וואס איז די געשיכטע ארום דער מענטש.

איך וויל בעטן ווער עס האט א ידיעה ארום דער מענטש, זאל זיך לאזן הערן, סיי אין אישי, ווי אויך דא אין שטיבל.

יישר כח.
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:04 pm#261292
איך קען דיר העלפן
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:06 pm#261293
הרי אשכול שלם לפניך!
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:18 pm#261298
ער איז נישט אזא שווערע מענטש ווי ער שטעלט זיך אוועק,

לגבי עניני חינוך הערן פון עם אן אפיניון קענסטו, אבער זיי זיך נישט סומך אויף עם בלינדערהייט,

ער האט א זעלטן וואילע חשובה שטוב,

די טיילונג פון הרה"ג רי"א קעפעטש איז ווייל די לעצטע יארן האט זיך ר' אסאך געטויש לגבי קנאות לקולא די מכה בפטיש איז געווען ווען ר' יצחק האט מקרב געווען גאלדענבערג וואס וואינט דארט על אף די אלע לשה"ר וואס איז געווען אויף עם,
דרך אגב ער זאגט אייביג אז ר' יצחק איז זיין רבו מובהק וואס האט עם ארויס געשלעפט פון קטנות און עם אוועק געשטעלט וויאזוי ער קוקט היינט אויס,

און בכלל כאטש זיין שטארקע כשרון איז ער זייער נישט סטאביל, און מלא נגיעות,
דינסטאג מערץ 24, 2015 1:17 pm#261318
עמעזאן האט געשריבן:און מלא נגיעות,



די קענסט איינעם וואס איז נישט מלא נגיעות????
דינסטאג מערץ 24, 2015 1:20 pm#261321
איך וויל דא מגיב זיין אין דעם אשכול וואס הרב שמעקעדיג שליט"א האט אויפגעמאכט אין יאר 2012 למספ'.
דארט שרייבט ר' זר זהב שליט"א (הגם ער איז יעצט אויף די מינוט נישט אקטיוו, איז ער דאך געווען בשעתו ממש דער זר זהב פון ק"ש.)... והנה: די קעפשאן איז געווען אז ער , הרב יצחק לעבאוויטש שליט"א ...קומט פון פשוט'ע עלטערן...! דער אמת איז אבער אז זיין טאטע ז"ל און זיין זיידע הי"ד זענען געווען גאר גרויסע ת"ח. זיין טאטע איז געווען א תלמיד פון אוהעלער רב, זצ"ל. ער איז געווען א נהנה מיגיע כפיו, אבער ער האט קיינמאל נישט פארפעלט זיינע שיעורים פארטאגס און ביינאכט. שב"ק און יו"ט האט ער געדאוונט אין קיוויאשד'ער ביהמ"ד. זיין מאמע ע"ה איז געווען א גרויסע מלומדת. אלס יונגל האט ר' יצחק געלערנט אין ת"ת תורה ויראה ד'סאטמאר. אויך אלס בחור האט ער געלערנט אין סאטמאר'ע ישיבה. וואו ער איז געווען פון די מצויינים. ער איז אפילו געווען פאררעכנט פאר אן עילוי...!

זיין פארבינדונג מיט ר' אייזיק קעפעטש שליט"א האט זיך אנגעהויבן בערך אין יאר תשכ"ה-כ"ו, ווען ער איז געווען א תלמיד אין ר' יצחק'ס ישיבה אין וויליאמסבורג. און ס'האט אנגעהאלטן אפילו נאכדעם וואס הרב י"ל האט ארויסגעמופט קיין וואודרידזש.

ער (ר' י"ל) איז אן אויסערגעוויינליכער גאון. ר'איז בקי בכל מקצועות התורה. ממש כמעיין המתגבר. אני הקטן האב אמאל מיטגעהאלטן א דרשה פון הר"ר י"ל, וואו ער האט געדארפט זאגן קורצע דברי הספד. נאר אינמיטן די דרשה האט ער אנגעהויבן אריינצווארפן מאמרים פון ש"ס ומדרשים, רמב"ם'ס און שו"ע. די דרשה געהאלטן א שעה מיט 20 מינוט...! ער איז אויך א שטארקער בעל הסבר. זיינע תלמידים האבן געשפירט א ספעציעלע התקשרות צו איהם. ער איז אויך א מגיד מישרים און דרשן נפלא.

איינס פון זיינע הויפט שוואכקייטן..? איז, אז ער וועט אייביג גיין אקעיגן דעם שטראם. זיינע פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן בעיקר אין די צייט פון ברך משה מ'סאטמאר ז"ל.
ער האט געמאכט פארשידענע דערקלערונגען וואס אלס תוצאה דערפון האט ער אנגהויבן צו ליידן רדיפות. מ'האט עטליכע מאל פרובירט אונטער צינדן זיין ישיבה אין וואודרידזש. לשיטתו איז ער מקיים דעם "לא תגורו" מיט אלע הידורים...!
דינסטאג מערץ 24, 2015 2:20 pm#261341
ס'מיר אויסגעקומען עטליכע מאל צו זיין במחיצתו און נהנה זיין פון אים. איך האב אסאך פארברענגט דארט און אים שטארק נאכגעקוקט. אודאי איז ער נאר א מענטש, האט נגיעות, וויל זיין גערעכט, און זאגט אמאל עפעס אריינצופליקן א צווייטן, אבער אין אלגעמיין, קען איך נישט נאך איינעם וואס האלט זיך אזוי צום אמת ווי אים.

מ'הערט אמאל מימרות בשמו וואס זענען קינדעריש אדער שטעך ווערטער, דארף מען וויסן מחלק צו זיין וואס ער זאגט דורכגעטראכטערנייט און וואס ער זאגט בשעת'ן זיך טענה'ן מיט אנדערע, בעידן ריתחא.

ווען ער איז ציגעגרייט צו רעדן, דאן איז ער איינס אין דער וועלט, זייענדיג א קליגער מענטש און א גאון. ער ווייסט וויאזוי ארויסצוגעבן זיינע ווערטער אז ס'זאל מאכן א רושם.

לגבי זיין מרידה אין סאטמאר, האט זיך עס אנגעהויבן נאך פאר כ"ו אב. זייענדיג א מגיד שיעור אלץ יונגערמאן האט ער זיך ערווארבן אן אויסטערלישע גוטע נאמען און יעדער האט געוואלט זיינע קינדער זאלן לערנען ביי אים. די שישקעס האבן געשפירט אז דא וואקסט אינטער איינער וואס קען זיי שטיין אין וועג, האט מען אים אראפגעשטעלט צו כיתה ח'. מ'הערט טאקע אסאך ווי ער קריטיקירט די הנהגה אין סאטמאר נאך תשכ"ח.

ר' יצחק איז גאר א ווארימע מענטש, ווי מ'הערט אז ער צעוויינט זיך אמאל אינמיטן רעדן, אבער האט א באזינדערע גבורה און סעלף קאנפידענטס ארויסצוזאגן וואס ער האלט באמת. ער איז בכלל נישט זשאזשמענטעל און איז מקרב יעדעם איינעם פון א באפיצטע יונגערמאן מיט א פערטל בארד, ביז א חניאקישער מיט אומגעמאכטע פיאות.

דאס מערסטע האט ער ליב ווען מענטשן הערן אים אויס. ער מיינט באמת אויפצוטון און ארויסצוזאגן דעם אמת און ער זיכט נישט זיך צו בויען. מ'קען אים פרעגן שאלות אויפ'ן טעלעפאן און ער פרעגט מיטאמאל א נאמען. איך האב שוין אסאך גערעדט מיט אים פערזענטליך און ער האט זיך קיינמאל נישט אינטערעסירט וואס איך ארבעט.

די עיקר וואס איז מיר געפאלן פון אים איז אז אנדערש ווי אנדערע קאלט פירער, זיכט ער נישט צו פארשפרייטן נייע דרכים. נישט ברסלב, נישט קאמארנה, נישט חב"ד נישט קבלה, נישט ליטוויש וכו'. און דאס איז טראצדעם וואס ער איז אויסגעקאכט און יעדע פון זיי. ער האלט אין איין זאגן אז יעדער זאל טון ווי ער פארשטייט.

איינער האט אים גוט מגדיר געווען. אויב ווילסטי אים נעמען פאר דיין רבי, וועט ער דיר אויסלערנען אז די דארפסט בכלל נישט קיין רבי.
דינסטאג יוני 14, 2016 12:13 pm#337696
אמר ר' יצחק:

מ'זעהט היינט קומען ארויס אסאך ספרי ראשונים וואס אין די פריערדיגע דורות איז דאס געווען באהאלטן. קען זיין אז די באשעפער האט געלייגט די ספרי ראשונים אויף האלד, ס'זאל נישט נתפרסם ווערן כדי אז די גדולי אחרונים זאלן אפשרייבן זייערע חידושים וואס אסאך מאל קומט עס צוליב א קשיא וכדומה וואס ווערט שוין מבואר אין די ראשונים, נאר וויבאלט די אחרונים האבן דאס נישט געזעהן האבן זיי געדארפט מחדש זיין אייגענע חידושים. אויף די היינטיגע חידושים איז די באשעפער שוין מוחל מילא קען שוין נתפרסם ווערן די דברי ראשונים
דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:09 pm#337989
דעם יו"ט שבועות האט דער וואודריזשער רב געזאגט דעם פלפול צווייטן טאג יו"ט נאכמיטאג, און ער האט שטארק ארומגערעדט איבער דעם קצות החושן סי' שנ"ג ס"ב, וואס די קצות פרעגט א קשיא אויף א רשב"א, און ער פארענטפערט עס מיט א געוואלדיגע חידוש. אין די אחרונים נאכ'ן קצות צייכענען אן אז די קצות האט געהאט א טעות הדפוס און ממילא איז שווער געווען די קשיא, אבער לויט די ריכטיגע גירסא אין רשב"א איז בכלל נישט שווער די קשיא. אין ער האט דערמאנט פון הגה"צ ר' מיכאל פארשלעגער זצ"ל תלמידו הגדול פונעם בעל אבני נזר אז אמאל שיקט דער אייבערשטער צו א טעות הדפוס כדי עס זאל ארויסקומען די חידוש, וואס וואלט ווען נישט ארויסגעקומען ווען ער האט נישט די קשיא.
רעדנדיג היינט מיט אים דערוועגן, האט ער מיר מוסיף געווען, דער ווארט וואס "שמעון וואלף" האט דערמאנט, אז ער האט שוין פון לאנג געזאגט אז די ראשונים זענען אסאך נישט נתגלה געווארן כדי עס זאלן נתחדש ווערן דורך די אחרונים חידושי תורה, וואס אסאך פון די חידושי תורה וואלטן נישט נתחדש געווארן אויב זיי וואלטן געזען די ראשונים, וואס פארענטפערן עס אויף אן אנדערן אופן. אבער היינט קומען זיי שוין ארויס, ווייל אויף די היינטיגע חידושים איז דער באשעפער מוחל.
דאס זעלבע קען מען זאגן אויף די טעותי הדפוס, וואס דער אייבערשטער האט צוגעשיקט כדי עס זאל נתחדש ווערן חידושים, אבער היינט קומט שוין ארויס אלע ספרים איבערגעארבעט אלע טעותים מיט הערות וכדו', און קיין טעותים איז שוין נישטא, ווייל אויף די היינטיגע חידושים איז דער אייבערשטער מוחל.
דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:21 pm#337990
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אהא, הייסט אז דער רבש"ע איז מוחל דעם קצות'נס חידוש.

שעים אן הים.
דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:28 pm#337991
קל וחומר האט געשריבן:אהא, הייסט אז דער רבש"ע איז מוחל דעם קצות'נס חידוש.

שעים אן הים.


האסט נישט גוט פארשטאנען.
די חידוש פון קצות, האט די רבש"ע געוואלט, האט ער צוגעפירט ס'זאל זיין א טעות הדפוס אין רשב"א כדי די קצות זאל פארענטפערן מיט זיין חידוש.
אויף די חידושים פון די היינטיגע לומדים איז ער אבער מוחל, קען שוין נתפרסם ווערן די טעות, וועט מען נישט דארפן אויפטון חידושים
ליין איבער
דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:44 pm#337995
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
פארוואס זאל איינער זאגן דארט וואו די קצות האט שוין געזאגט?
די היינטיגע מחדשים טרעפן נייע קשיות.
דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:57 pm#338004
ער האט זיך נישט באצויגן דוקא צו די טעות וואס די קצות האט געהאט, נאר בכלליות ווערן געדריקט ספרי ראשונים וואס זענען פריער נישט געווען בנמצא און די וואס מ'האט יא געהאט ווערט איבערגעדריקט ריין פון טעותים כדי ס'זאל נישט שווער זיין אזויפיל קשיות און די היינטיגע לומדים זאלן נישט דארפן מחדש זיין חידושים.

בקיצור, פאר די קצות וכדומה האט געדארפט שווער זיין די קשיא כדי ס'זאל ארויסקומען זיינע חידושים משא"כ היינט וכנ"ל.
פרייטאג יוני 17, 2016 12:24 am#338076
אבער דאס איז זיכער אז זיינע חידושים, איז דער רבש"ע זיכער מוחל, כאטשיג ער איז (לויטן קעפל פונעם אשכול ...) הגאון האדיר...

עס איז באמת אומבטעמ'ט צו שרייבן, אבער עס איז שווער צו מגדיר זיין אזא מענטש אלס "הגאון האדיר", עס האט נאך קיינער כמעט נישט געהאט וואס נאכצוזאגן בשמו עפעס א זאכליכע חידוש בכל מקצועות התורה, עס זאגט זיך נאר פון זיין נאמען ווערטלעך, זשאוקס, ליצנות, אויף כל הקהל הקודש מקטן ועד גדול.

אפילו נניח אז ער איז גערעכט מיט זיינע מיינונגען, די אלע היינטיגע רבי'ס, גדולים, ראשי ישיבות וכו', זענען בלאפערס, ליידיג גייערס, און ס'איז א מצוה לגלות החנפים, מיט דעם אלעם איז א גרויסע ספק אין וועלכע קאטעגאריע ער אליינס איז. עס האט נאך קיינער נישט געזעהן קיין גדול בישראל וואס כל כוחו ואונו איז אריינגעגאנגען אין אזויפיהל שטותים והבלים, דורכצוקייען יעדע קטנות און נארישקייט מיט קשיות און פירכות.
במחכ"ת הרמה והנשגבה, די אלע זיינע רבי'ס נאך וועם ער פאררופט זיך, אנגעהויבן פונעם חתם סופר ביזן סאקמיר רב, האבן געהאקט גמרא תוספות טאג און נאכט, געשריבן און געזאגט חידושי תורה בכל מקצועות התורה, געדאווענט און עוסק געווען במצוות ומעשים טובים מערב ועד בוקר. - ווען עס איז אונטערגעקומען א פירצה וואס זיי האבן געזעהן פאר וויכטיג צו רעדן דערוועגן, האבן זיי זיך געלאזט הערן זייער דעת תורה, צומאל בדברי נחת, און ווען ס'האט אויסגעפעלט אויך במלחמתה של תורה, אבער עס איז נישט געווען זייער אויפגאבע פון אשמורת הבוקר עד חצות הלילה, צו רעדן און צו האקן און צו קייען נאכאמאל און נאכאמאל בלי הפסק.

בנידון דידן, מיר האבן נאכנישט געזעהן קיין שום חיבור בשום מקצוע שבתורה פון דעם "גאון האדיר", יא, ער לערנט פאר חומש רש"י דאנערשטאג נאכט אין די זומער וואכן, וואס דאס טוען אסאך קלענערע פון דעם גרויסן טיטל "הגאון האדיר", צומאל ווארפט ער צוזאם מיט א געוואלדיגע בקיאות ... פארשידענע ספרים וואס זענען נישט רעגלמעסיג באקאנט, צומאל צייכענט ער צו אז אין די ענין איז דא אן אריכות דא אדער דארט, אבער די עיקר וואו ער איז מאריך אז נאר ווען ס'קומט צו "אידישקייט".
זיין עבודת התפלה דארף מען נישט באשרייבן, מ'קען זיך עס אליינס איבערצייגן, אדרבה גייטס אריין א וואכענדיגער דאווענען, אבער ... ביטע מיטהאלטן ביזן סוף, נישט נתפעל ווערן פון א חלק., ואכמ"ל.
ער האט עד היום נאכנישט באוויזן צו האבן קיין איין איינציגער מענטש אויף די וועלט, וועלכער זאל זיך מיט אים פארשטיין אפילו נאר 60 - 70 פראצענט, אפילו זיין נאנטסטער אזוי-גערופענער תלמיד הרב אייזיק קעפעטש, האט שוין עוקר געווען פון דארט, און האלט היינט אויף אים דאס ערגסטע.
אלזא, חוץ האקן אויף יעדעם איינעם, בארעדן יעדער וואס איז אים נישט מכבד, נישט פארגינען קיינעם וואס איז מצליח, אריינגערעכנט זיינע אייגענע קינדער, (פארקערט ווי דברי חז"ל בכולם אדם מתקנא חוץ מבנו ומתלמידו), והדברים ידועים אודות בנו הגדול, חוץ פון דעם האבן מיר נאכנישט געזעהן ביי אים קיין שום גדלות.
פרייטאג יוני 17, 2016 11:21 am#338123
כ'פארשטיי נישט על מה יצא הקצף אויפ'ן טיטול הגאון האדיר. אמת, ס'איז א נערישע טיטול אבער טענות קענסטי האבן צום פותח האשכול (אויב ער לעבט נאך).
איך פערזענטליך קען מעיד זיין אז ער איז א בקי וידען נפלא בכל מקצועות התורה. דאס איז נישט עפעס וואס מ'דארף גלייבן. יעדער קען אויפהייבן א טעלעפאן און אים ריפן, ער הייבט אליינס אויף און ענטפערט וואס אימער מ'וויל וויסן. איך האב שוין מערערע מאל נהנה געווען פון אים און איך ווייס אסאך אנדערע תלמידי חכמים וואס רופן אים כסדר פאר מראי מקומות ומקורות.
חוץ מזה, זיצט ער און לערענט בהתמדה רבה ספעציעל אין די פארטאגס שעה'ן. ער איז אויף יעדן טאג דריי אזייגער ביי הוק אר ביי קראוק. אסאך מאל זאגט ער דעמאלטס אריין זיינע שיעורים אויף קול הלשון ווי מ'קען עס הערן ביי לייוו שיעורים.

די מימרא'לעך און זשאוקס וואס מ'זאגט נאך בשמו מאכט א ראונג אימפרעשן אויף אים ווען באמת גיסט זיך פון אים דברי תורה און זיינע כסדר'דיגע דרשות, ווי מ'קען הערן אויף קול הלשון. אבוויעסלי, זענען מער מענטשן אינטערעסירט אין די זשאוקס ווי אין זיינע תורות, אבער דאס שפיגעלט אים נישט אפ ריכטיג.

מ'דארף גארנישט גלייבן, רוף אים אן און איבערצייגט אייך אליינס
פרייטאג יוני 17, 2016 12:21 pm#338137
ער רעדט נישט פון 'בלאפער'ס' צו 'ליידיגייער'ס', ער זאגט זאכליכע טענות, וואס מ'קען ארום רעדען.
אינטרעסאנט אז מ'באציט זיך צו זיין טיטעל פון הגאון האדיר. האסט אמאל געפרעגט אויף די 'קדושה' פון הרב"צ מבאבוב48 אז מ'רופט איהם אן 'כבוד קדושת'? האסט אמאל געקלערט אויף די רשכבהגות פון דער ברך משה? די רבנות אויף ירושלים פונ'ם דברי יואל? אויפ'ן פה מפיק מרגליות פון ר' ישראל דוד שלעזינגער? אויפ'ן 'געטרייע עסקן' פון ר' משה דוד נידערמאן? אויף דער 'עיר התורה' פון לעיקוואוד? אויף די רבנות אין קלויזענבורג פונ'ם דברי יציב? אויף די 'שחיטה מהודרת' פון קרית יואל? אויף די רעכטיגקייט פון סיי וועלכע בית דין 'צדק'?

פוסטע לאזונגען זענען די נחלת הכלל און זיך פארלייגען אויף דער וואס האט גארנישט אחוץ דעם איז נישט מדרכי החכמה והעדינות. באצי זיך צו זיין ווערטער און דעות און קוק צו ער רעדט צו די זאך.

און אגב אורחא, איך האב געהערט פון איהם א סאך אין לערנען, און ער לערנט גרונטליך און קלאר און ער איז אזוי ברייט אין זיין נייגער אין לערנען ווי אין אנדערע זאכען. ער לערנט ליטווישע און ספרדיש'ע ספרים, ספרים וואס לויפען בכלל נישט אין די אונגארישער דרך הלימוד, הגם ער זעלבסט האט טאקע אן אונגארישער קאפ. איך האב געקוקט אמאל אין זיין ברכת שמואל און דארט האט ער טאקע נישט קיין הגהות, דאס איז אפשר ווייטער פון זיין השגות, אבער בריסקער רב מיט ר' חיים, יביע אומר מיט חזו"א ועוד לערנט ער גוט און פיין.
פרייטאג יוני 17, 2016 1:28 pm#338144
איך וועל מיר נישט באציען יעצט צו אלעס וואס "פורים קטן" האט געשריבן, אבער דאס וואס ער שרייבט אז עס האט נאך קיינער נישט געהאט עפעס נאכצוזאגן בכל מקצועות התורה, איז פשוט נישט אמת. איך אליינס האב אסאך געלערנט מיט אים כמה ענינים, סוגיות הש"ס, גמרא על הסדר, אסאך ספרים, געהערט פון אים זייער אסאך שיעורים במקצועות התורה, זיינע דרושים פרייטאג צונאכסט וואס איז דורכגעפלאכטן מיט סויגיות הש"ס, מתוקים מדבש ונופת צופים, ער האט אן עקסטערן כח אין מחדש זיין הערליכע חידושים, ער האט א געוואלדיגע חיות התורה, אויך אריינצוברענגען אין אנדערע א חיות התורה.
ממילא איז פשוט נישט אמת צו זאגן אזעלכע זאכן.
פרייטאג יוני 17, 2016 8:15 pm#338198
ליטוואק פון בודאפעסט: איך וואלט דיר אפשר געגעבן א לייק פאר דיין פריערדיגן מאמר. אבער דו ווארפסט צוזאם א קוגל מיט הוריות און בוריות. (קרעדיט: מיין שוויגער בגן עדן תהא מנוחתה( די עצם טהראסט פון דיין מאמר איז זייער פארשטענדליך. אז מענטשן מאכן צומאל הגזמות ווען זיי גייען ארויס פון התפעלות איבער א געוויסע נקודה פון א גדול. אבער א טייל פון די פרטים וואס דו רעכנסט אויס געבן מיר א שטעך אין הארץ. סאררי. למשל וועגן די הגזמות אויף'ן סאטמאר'ע רבי'ן דער בעל דברי יואל. איבער זיין לומדות אדער מידת החסד. לשיטתך איז עס א ביסל מוגזם. אבער די עיקר נקודה איז אז הר"ר יצחק לעבאוויטש שליט"א איז א גאון עולם איז בכלל נישט מוגזם. איבער זיינע אנדערע מידות קענמען זיך דינגען. א גוט'ן שבת...!
מוצ"ש יוני 18, 2016 10:42 pm#338199
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
ליין איבער, איך האב מיר באצויגען נאר צו זיין רבנות אין ירושלים, וואס דאס איז געווען א לאזונג ותו לא, נישט זיין אנדערע מעלות. דער ברך משה איז געווען סאטמארער רבי ותו לא. קיין שום מענטש אחוץ זיין חסידים האבען זיך צוטוהן געמאכט מיט זיין מיינונג. וידועים דברי הבעלזער רבי זז"ג אום כ"ו אב תשל"ט "אוי! יעצט איז גאנץ ירושלים אויף מיין פלייצע'ס'', ודפח"ח

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מוצ"ש יוני 18, 2016 11:33 pm#338200
איך הער וואס דו זאגסט: איבער'ן הייליגן ברך משה זצוקללה"ה האביך מיך קיינמאל נישט געדונגען. ער איז געווען דער ממלא מקום בלית ברירה. נאר די שוך פון זיין פעטער זענען געווען עטליכע נאמבערס צו גרויס פאר איהם. לגבי די ירושלימ'ער רבנות פון סאטמאר'ע רב זצ"ל. דאס איז נישט אינגאנצן אוועק צו מאכן. ער האט געהאלטן א סאך זאכן ממנהגי ודיני ירושלים. למשל ער האט אנגעטון בגדי שבת ויו"ט אום שושן פורים. ער האט עס מטעים געווען ווייל אלס ירושלימ'ער רב האלט דעם טאג (אויך) פאר פורים.
ווען איך האב געזעהן דאס ערשטע מאל א יונגערמאן גיין מיט די שבת'דיגע בגדים אום שושן פורים, האביך געמיינט אז ער איז אראפ פון זינען. היינט איז עס א דבר פשוט ביי אלע חסיד'ישע אידן צו גיין בגדי שבת אום שושן פורים...!
זונטאג יוני 19, 2016 12:09 am#338203
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איך האף דו רעדסט סארקאסטיש.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג יוני 19, 2016 12:26 am#338206
אז מ'רעדט פון די ירושלימ'ער רבנות איז טאקע ר' יצחק מקפיד נישט צו געבן די איפרעשן אז די עדה פארטרעט גאנץ ירושלים. ווען ער רעדט פון זיין מחותן ר' יצחק טובי' באטיטעלט ער אים אלץ רב פון די עדה החרדית אין ירושלים. ובכלל איז ער זייער מדייק מיט טיטלען פאר יעדעם
זונטאג יוני 19, 2016 3:46 pm#338265
שמעון וואלף האט געשריבן:אז מ'רעדט פון די ירושלימ'ער רבנות איז טאקע ר' יצחק מקפיד נישט צו געבן די איפרעשן אז די עדה פארטרעט גאנץ ירושלים. ווען ער רעדט פון זיין מחותן ר' יצחק טובי' באטיטעלט ער אים אלץ רב פון די עדה החרדית אין ירושלים. ובכלל איז ער זייער מדייק מיט טיטלען פאר יעדעם

שמעון וואלף: ווייל ער איז נישט נתפס און נישט פאליטיקלי קארעקט, און ממילא נישט משועבד צו די סאטמאר'ע פראפאגאנדע אז די עדה החרידות, און נאר זיי אליינס פארטרעטן דאס יהדות החרדות אין ירושלים און אין גאנץ ארץ ישראל...!
מאנטאג יוני 20, 2016 1:41 am#338376
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט על מה יצא הקצף אויפ'ן טיטול הגאון האדיר. אמת, ס'איז א נערישע טיטול אבער טענות קענסטי האבן צום פותח האשכול (אויב ער לעבט נאך).
איך פערזענטליך קען מעיד זיין אז ער איז א בקי וידען נפלא בכל מקצועות התורה. דאס איז נישט עפעס וואס מ'דארף גלייבן. יעדער קען אויפהייבן א טעלעפאן און אים ריפן, ער הייבט אליינס אויף און ענטפערט וואס אימער מ'וויל וויסן. איך האב שוין מערערע מאל נהנה געווען פון אים און איך ווייס אסאך אנדערע תלמידי חכמים וואס רופן אים כסדר פאר מראי מקומות ומקורות.


אלזא דערווייל איז ער אנשטאט א "גאון האדיר", געווארן א "בקי וידען נפלא בכל מקצועות התורה", בכלל נישט דאס זעלבע, לאמיר זיך פארשטעלן איז רבי עקיבא איגר געווען א "גאון האדיר", אדער א "בקי וידען נפלא בכל מקצועות התורה", א ודאי איז דא אזא זאך ווי א "סיני" און א "עוקר הרים", אבער זייענדיג כמה וכמה פעמים ביי אים, געהערט דרשות, ועוד ועוד, איז ער ניטאמאל קיין "סיני", ער קען ווארפן און צאמווארפן, אבער נישט קיין קלארע בקיאות, נאר ליבערשט ווי א "סוירטש" אין "אוצר החכמה".
יא, ער איז זייער א נייגעריגער מענטש, באופן מבהיל מאוד, דערפאר האט ער ליב צו קוקן יעדע ספר'ל, קונטרס, בלעטל, וואס קומט אונטער זיינע הענט, און דערפאר ווייסט ער אסאך, אבער ס'איז נישט א איד וואס קען ש"ס בעל פה, אדער ד' חלקי שולחן ערוך מדאשקע לדאשקע, מ'רעדט פון איינער וואס א גרויס חלק פון זיין בקיאות קומט פון זיין הויכע שטימע וואס מאכט אים פאר א זעלבסט זיכערער געווינער אין יעדע ויכוח.

שמעון וואלף האט געשריבן:חוץ מזה, זיצט ער און לערענט בהתמדה רבה ספעציעל אין די פארטאגס שעה'ן. ער איז אויף יעדן טאג דריי אזייגער ביי הוק אר ביי קראוק. אסאך מאל זאגט ער דעמאלטס אריין זיינע שיעורים אויף קול הלשון ווי מ'קען עס הערן ביי לייוו שיעורים.


פון וואו ווייסטו אז ער איז אויף יעדן טאג דריי אזייגער ביי הוק אר ביי קרוק?
ותו, אויב לערנט ער בהתמדה רבה אין די פארטאגס שעה'ן, דאן וויאזוי איז ער מפסיק זיין גרויסע התמדה, אריין צוזאגן זיינע שיעורים אויף קול הלשון?
וועסטו וועלן זאגן אז די שיעורים פארלערנען איז א חלק פון זיין לערנען בהתמדה רבה?

שמעון וואלף האט געשריבן:די מימרא'לעך און זשאוקס וואס מ'זאגט נאך בשמו מאכט א ראונג אימפרעשן אויף אים ווען באמת גיסט זיך פון אים דברי תורה און זיינע כסדר'דיגע דרשות, ווי מ'קען הערן אויף קול הלשון. אבוויעסלי, זענען מער מענטשן אינטערעסירט אין די זשאוקס ווי אין זיינע תורות, אבער דאס שפיגעלט אים נישט אפ ריכטיג.


וויאזוי קען עס אים נישט אפשפיגלן ריכטיג, ווען ער טוט דאס א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט, יעדער בחור'ל, יונגערמאן, אינגל, ליידיגייער וואס האט נישט וואס צו טוהן סיי ווען, האט א אוזן קשבת ביי אים דורך צו קייען יעדע שטות והבל מכל קצוי תבל.
אודאי זענען דא מער ליידיג גייערס ווי תלמידי חכמים, אבער למעשה האב איך נאכנישט געזעהן אז די ליידיגייערס זאלן גיין צו ר' זלמן לייב פילאפף זיך צו אונטער האלטן, אדער צו ר' יחיאל יעקב מיללער מ'אייזנשטאט, צו די גייט מען נאר ווען מ'האט א שאלה, א הלכה'דיגע שמועס. ווידער ווען איינער זוכט זשאוק"ס און פא"ן גייט מען קיין וואודריזש.

שמעון וואלף האט געשריבן:מ'דארף גארנישט גלייבן, רוף אים אן און איבערצייגט אייך אליינס


איך מיין אויך אזוי, רוף אים און איבערצייג דיך וויפיהל געדולד ער האט צו דורך טוהן א קצות, אדער א מהרי"ט אלגאזי, און וויפיהל צייט און געדולד ער האט צו מסביר זיין די קליפה פון "מוסדות" און "עדה" וכו' וכו' וכו'.


להבהרה! איך האב גארנישט קעגן אים פערזענליך (און א ודאי נישט קעגן שמעון וואלף ...), איך ענזשוי אויך זיין הומאר און וויצן, אבער האמת ניתן להיאמר.
מאנטאג יוני 20, 2016 4:43 am#338381
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האף דו רעדסט סארקאסטיש.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: 50%... :lol:
מאנטאג יוני 20, 2016 4:54 am#338382
פורים קטן: לויט ווי איך זעה ביסטו פון די קטני אמונה. נו, מילא. ר' יצחק לעבאוויטש האט מיט איין חסיד ווייניגער. ס'נישט געפערליך. דערווייל לויפט ער נישט אין א פאפולאריטעט פארמעסט. דייקא דאס איז זיין זאך. ער זוכט נישט צו געפעללן פאר קיינעם. ממילא זאגט ער ארויס זיינע סטעיטמענטס אן זיך רעכענען מיט די געפיהלן פון דעם אדער יענעם ..."גדול"... אדער זיינע חסידים. ווען ער וואלט געווען פאליטיקלי קארעקט, וואלט ער היינט געהאט א פאלאץ און טויזנטער ..."חסידים"... וואלטן געפאהרן צו איהם אויף ..."שיינע"..שבתים...!
מאנטאג יוני 20, 2016 7:40 am#338389
דער פורים קטן דערמאנט מיך פון ר' יצחק, ער טראגט די וועלטס דאגות אין קען נישט שלאפן רואיג ווען מ'שרייבט א טיטול וואס איז נישט 100% אויסגעהאלטן. אויך האט ער א געוואלד מיט צייט צו צונעמען יעדעס ווארט פון א תגובה און אריינלערנען פשטים גג על גג.
זאג נאר, די האסט עפעס פערזענטליך קעגן ר' יצחק אדער ביסטי פשוט דא אויסצושרייען דעם אמת אזוי ווי ר' יצחק?
מאנטאג יוני 20, 2016 7:52 am#338392
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
ניין, ס'איז ר' יצחק אליינס וואס פראוועט א ווירטואלע גלות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג יוני 20, 2016 1:11 pm#338421
שמעון וואלף האט געשריבן:דער פורים קטן דערמאנט מיך פון ר' יצחק, ער טראגט די וועלטס דאגות אין קען נישט שלאפן רואיג ווען מ'שרייבט א טיטול וואס איז נישט 100% אויסגעהאלטן. אויך האט ער א געוואלד מיט צייט צו צונעמען יעדעס ווארט פון א תגובה און אריינלערנען פשטים גג על גג.
זאג נאר, די האסט עפעס פערזענטליך קעגן ר' יצחק אדער ביסטי פשוט דא אויסצושרייען דעם אמת אזוי ווי ר' יצחק?

שמעון וואלף: ר' יצחק לעבאוויטש איז א חד בדרא. ס'קען נישט זיין נאך א חד בדרא...!
דינסטאג יוני 28, 2016 8:29 pm#339417
שלום וברכה אחינו בני עמינו,
הערטס א קורצע הערה איבער'ן וואדרידשער רב'ס שמועסן וואס איך האב געהערט פין חד מתלמידיו המבהקים.
וזה תוכן דבריו. וויבאלד אידישקייט בכלליות איז היינט נאר משפה ולחוץ, וואס די חיצויניות איז נאך אויפן העכסטן סטאנדערט בבחינת אכשיר דרא, אין א יעדע ברעקל פניומיות האט מען אויסגעטרוקענט עד הסוף, אין יעדע פרט אין יהדות איז אריין בכללוית אין מצות אנשים מלומדה, איז דער יחיד וואס לעבט א חיצוניות אידישע לעבן ווייסט אפילו נישט וואס ער וויל ווייל ביי אים איז דאך פינקט פארקערט, מער תורה, מער קנאות, מער חסידות, מער התעוררות, מער תפילה, וכו' וכו', אין וויבאלד די כלל פירט זיכט שוין אזוי יארן לאנג אין די סיסטעם פין קהילות אין פין תלמוד תורה'ס, חתונות,יארצייט, אין פין א יעדע דבר שבקדושה ארבעט אויף אזא אויפן, איז אפילו דער יחיד וואס פארשטייט שוין יא וואס ער רעד, קען ער זיך נישט ארויס זען אין זיך אפרייסן פין די חיצוינוית'דיגע כלל, ווייל סוף כל סוף איז ער אנגעבינדען אין די סיסטעם, צי מחמת ער אליינס מיז ציקימען צי זיי וועגן א בית מדרש, צי ת"ת, חתונה זאלן, א.ד.ג. אדער וועגן משפחתו וואס האט נישט זיינע השגות, איז די טבע איז, אז א מענטש וויל נישט טוען א זאך וואס ער אליינס האלט דערקעגן,אויב אזוי קענען זיי אויך נישט פארנעמן זיינע ווערטער, איז נאר א מענטש וואס קען פארנעמן צי וויסן וואס איז ריכטיג אפילו ער קענן עס נישט דורכפירן, ער קען זיין נאנט מיט אים, אין ריכטיג מקבל זיין פין אים פין זיין אנדערע מעלות אויך.ודוק כי קצרתי מאוד, ועוד חזון למועד
מאנטאג פעברואר 06, 2017 5:44 pm#362106
AUD-20170206-WA0005[1_.mp3
מאנטאג פעברואר 06, 2017 11:17 pm#362143
ווען ס'נישט קיין עלמא דשיקרא וואלט ער געדארפט צו האבן א גרויסע ישיבה מיט לכל הפחות 300 הונדערט בחורים...! וואס זאלל מען טון אז בעוה"ר איז אלעס פול מיט פאליטיק און פערזענליכע נגיעות און אגענדעס פון כבוד. און ווער ס'קען בעסער חנפנ'ען און זיין פאליטיקלי קארעקט, דער איז מצליח. (וואס ער קען נישט. און וויל נישט.)
מאנטאג פעברואר 06, 2017 11:45 pm#362146
קבל את האמת ממי שאמרו
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:35 am#362156
שפתים ישק
פארפאלן, אזעלכע דיבורים איז א יקר המציאות
דינסטאג פעברואר 07, 2017 1:43 am#362165
ער האקט אויף דעם וואס מען מאכט נערוועז בחורים מיט א נייער משוגעת "רצופות" ס'שטייט נישט אין ערגעץ, אפילו דער יסוד העבודה רעדט אויך נאר פאר יחידי סגולה וואס ווייסען ווי אזוי צוצוגיין צו דעם.

און נאך מער אז מען הייסט די בחורים זאלען נאכן לערנען אוועקגעבן די שכר פון לערנען די רצופות פאר א געוויסע בשר ודם, רחמנא ליצלן.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 2:19 am#362169
ווי אזוי וואגט ער זיך צו רופען אזעלעכע מענטשען בשר ודם בשעת וואס זיי זענען נושא בעול וכל בית ישראל נשענים עליהם יותר מכפי יכולתם עד כדי כך זיי קענען נישט מישען זייער אייגענע בלעלטער פון סידורים די מאסעלס קענען שוין נישט דערהייבן די פרעשור פון עפענען טירען און מוזען כסדר יאגען צו ווארימע ערטער מחמת טעמי הבריאות זייער צונג פארנעמט שוין מער נישט קיין פלעסטיק און זייער הויט פארנעמט לאנג שוין נישט קרייצעדיגע וואל און ער רופט זיי נאך בשר ודם?
דינסטאג פעברואר 07, 2017 4:03 am#362171
וואלווי: כזבנו, לצנו,מרדנו...!
דינסטאג מערץ 28, 2017 2:27 pm#367280
ר' יצחק לעבאוויטש פון וואודריזש האט אנגעווינטשן איינעם פורים, אז ער זאל אין זיין לעבן נישט האבן קיין גרעסערע עגמת נפש ווי ר' זלמן לייב האט געהאט ווען בעלזער רבי האט אויף גענומען נתני'
Cp
דינסטאג מערץ 28, 2017 3:27 pm#367302
עמעזאן האט געשריבן:ביים משתה היין האט ער צום סאמע ערשטע מאל גערעדט ברבים אויף סקמער רב ושיטתו.
ר' אייזיק קעפעטש ועוד האבן זיך שוין אפגעטיילט פון עם פאר בערך 6-7 יאר צוריק מחמת זיין השכלה שמעק

ביים משתה היין איז נישט געווען דאס ערשטע מאל, איך האב שוין געהערט פאר צען יאר צוריק פון אים פאר גאנצע 13 יאר, נישט פאר קיין השכלה און אידישקייט ענינים.

מיט דיין ערשטע נקודה האסטו א שטיקל נקודה פארט האט ער קיינמאל גערעדט אזוי אפען בפרט ביי אן אפיציעלע מסיבה.

לגבי ר' אייזיק ווייס איך יא די סיבה מחמת אידישקייט ענינים, איך ווייס דאס ערשט האנטיג.
זיין זיך אוועק ציען קיין מונסי דוכט זיך איז ווייניגער ווי 10 יאר צוריק אפשר 6-7 כאטש עטליכע יא ביפאר געווען אפגעטיילט פון עם.
דינסטאג מערץ 28, 2017 8:52 pm#367373
כ'האב נישט געהערט זיין דרשה ביים משתה היין אבער די תמצית האב איך איבערגעהערט. בסה"כ האט ער געזאגט אז איינער וואס גלייבט נישט אז סאטמאר האט געקענט מאכן א טעות איז עס קעגן די יסודות הדת וואס סאטמאר רב האט אוועקגעשטעלט. סאטמאר רב האט כסדר איינגעפרעדיגט ביי זיינע מענטשן אז מ'זאל נישט פארגעטערן קיין בשר ודם און ווען איינער פארקויפט אז ער איז ממשיך זיין דרך דארף מען צום ערשט וויסן טאמער האלט ער אז ס'קען זיין אז ער האט זיך טועה געווען (נישט אז ער האט זיך טאקע טועה געווען)
דינסטאג מערץ 28, 2017 9:20 pm#367379
זייער ריכטיג, איינער פין די פאראדאקסען פין סאטמאר רב.
מיטוואך מערץ 29, 2017 10:28 am#367437
וכמו שאמרתי אז וואס איז מחלוקת פון סאטמאר מיט בעלזא, שניהם מודים אז א ערליכער איד קען מאכן א טעות, די מחלוקת איז נאר ווער האט געמאכט די טעות...
מיטוואך מערץ 29, 2017 11:53 am#367447
אישתישבי האט געשריבן:זייער ריכטיג, איינער פין די פאראדאקסען פין סאטמאר רב.

אישתישבי: ניין . דער פאראדאקס איז נישט געווען ביי סאטמאר'ע רב אליינס. זיין הנהגה איז געווען זייער שטארק אויסגעהאלטן. ער איז נישט געווען קיין פוסח על שתי הסעיפים. און ער האט אמת'דיג געהאלטן אז ער איז אפן פאר קריטיק. ער האט אליינס אזוי געזאגט כמה פעמים. און אין אנהייב איז טאקע אזוי געווען. און דאס איז איינס פון די סודות פארוואס ער האט מצליח געווען צו צו ציען אזא גרויסן עולם. די פארגעטערונג, וועלכע איז געווארן א חלק פון די קולטור אין סאטמאר, האטציך עכט אנגעהויבן נאכדעם וואס ער האט באקומען דעם סטראוק. און ער איז שוין נישט געווען דער זעלבער מענטש. האבן די ארומיגע אויפגעבויט א גאנצע קולטור פון פארגעטערונג...!

נ.ב.: די תגובה באלאנגט עכט אינ'ם אשכול איבער אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. איך האב נאר קאמענטירט איבער אישתישבי'ס סטעיטמענט...!
מיטוואך מערץ 29, 2017 11:59 am#367451
איך האב געהערט נאך סוכות, אז א איד איז געגאנגען זיך געזעגענען פון סאטמאר רב אסרו חג סוכות און ער האט געהערט ווי דער סאטמארער רב באוואשט איינעם אינעווייניג. יענער איז געווען א מלמד אין סאטמאר חדר און דער סאטמארער רב האט געהערט אז יענער האט געזאגט פאר די קינדער אז דער רבי איז געפלויגען אין די לופט ביים נענועים שמח"ת, און דער סאטמארער רב האט איהם דערפאר באוואשען.
מיטוואך מערץ 29, 2017 1:47 pm#367460
ליטוואק פון בודאפעסט: ער האט אויך נישט געגלייבט אין די אלע פאלשע אויסגעטראכטע מעשיות איבער די תלמידי הבעש"ט. ר' יצחק לעבאוויטש איז א ביסל מעין זה. ער קען נישט סובל זיין די פאלשע אויפפאסונגען פון עולם/גולם...!
מיטוואך מערץ 29, 2017 3:44 pm#367468
כ'האב הנאה צו זען ווי דער נייער "וועקער" מאכט א שמועס איבער הרב יצחק לעבאוויטש, איך מיין אז עס איז צייט אנצוהויבן א דיסקוסיע איבער דעם מענטש.

טייל רעדן פון אים ווי אן עפעס אן אויסערגעווענליכן דמות, אויך פון מיין טאטן קען איך הערן אן אויסערגעווענליכע הערצה איבער דעם מענטשן ווי צו באטאנען "רבי יצחק איז עפעס אנדערש."
איך בין נייגעריג צי איינער האט אין די לעצטע צענדליגער יארן געהערט פון אים א שיעור איבער א נושא אין ש"ס, אדער סתם אזוי א רייכן שיעור אין תורה? ווען האט ער דאס לעצטע מאל אפגעשריבן א תשובה צי פארעפנטליכט א מאמר אין א תורה'דיגן קובץ? געהאלטן א נארמאלע דרשה אין דער עפנטליכקייט, צי עטליעסט באשיינט עפעס אן אפיציעלע מאורע, כ'וואלט אפילו געסעטלט פאר לעס, סיי וואס ער גיט צו פאר מענטשהייט אדער די געזעלשאפט.

איך בין נישט באקאנט איבער דעם פערזענליכקייט צופיל, סך הכל וואס איך ווייס פון אים אז ער וואוינט זיך ערגעץ אין א מדבר אן קיין מנין און איז נישט צופיל עוסק בישובו של עולם, און טוט נישט גארנישט קאנסטראקטיוו מיט זיינע טעג און יארן, סיידן בלאזן אויף דער גאנצער וועלט. כסדר קומען אן פון זיין פאבריק פרישע סארקאסטישע וויצן -- אויף א ניווא פון א שאול יצחק ראבינאוויטש איי קיו -- און "רענטס" אויף אלץ און אלעמען אז גארנישט און קיינער איז נישט גוט, אויסער דער איינציגער אמת'ער אמת שאין אמת כמוהו, מורינו ר' יצחק לעבאוויטש.

כ'האב לעצטנס איבערגעבליקט דעם "דולה ומשקה" א ליקוט פון מאמרים זיינע וואס א זון האט ארויסגעגעבן, און האט מיך אויך נישט איבעריג אנטציקט מחמת כמה וכמה טעמים. עס איז נישט פון שרייבערישן אדער תורה'דיגן קאליבער, עס איז נישט רייך, כ'האב נישט דארט געטראפן גארנישט אפילו נישט איין אריגינעלע פשט אין אן אגדה פון חז"ל אדער אפילו איין גוטן מראה מקום אין א תשובה ספר פון א קדמון, עס איז נישט היסטאריש אויסגעהאלטן, סך הכל מישט ער און חושט ער איבער דאס און יענץ מיט זייער א שמאלן בליק, און רעגט זיך צוזאם אויף פחים קטנים, אז נאר אונגארישע רבנים האבן געמעגט עפענען מוסדות נאכ'ן קריג, ווייל זיי האבן דעם האלי גרעיל "מסורה", משא"כ די וואס שטאמען פון טשערנאבלער גזע; אדער אז "דער איד" איז א טריפה'נע צייטונג. איי מין קאם אן, דאס זענען די וויכטיגסטע ענינים פונ'ם סדר היום, צי "דער איד" איז יא אדער נישט א גוטע צייטונג? ווער קוקט בכלל אויף דער איד? וועלכע אימפאקט האבן זיי? ביי וועמען שפילן זיי א ראלע? ס'איז סך הכל א וועכנטליכע צייטונג מיט אביסל נייעס און קהלה באריכטן. וועיק אפ מיי פרענד.

שיעור פארגעסן, דער "דולה" אנטהאלט צוויי לענגערע הסכמות פאר יונגעלייט וואס האבן ארויסגעגעבן ספרים אויף "דרוש", דאס איז דער חלק אין תורה וואס דיסקוטירט ווי פרעה האט געהאלטן ווי ריש לקיש און משה רבינו ווי רבי יוחנן.

האפנטליך וועט ליטוואק לייזן מיין מיסטעריע ארום דעם גברא און אז זיין לעבן און שאפן, זענען יא דברים של מה בכך.
מיטוואך מערץ 29, 2017 4:31 pm#367476
הכול מודים "רבי יצחק איז עפעס אנדערש" ,די שאלה איז נאר וואס עס מיינט.
מיטוואך מערץ 29, 2017 6:43 pm#367493
דו מישסט אויס פיהל נושאים. כ'מיין 'באשיינען אן אפיציעלע מאורע' איז יא אן עוסק בישובו של עולם.

ער זאגט נישט קיין שיעור אין הלכה און ער שרייבט נישט קיין תשובות. זיין היקף און ברייטקייט אין אגדה איז אבער עפעס אנדערש. קענסט איהם אויסהערן אויף קול הלשון, אויף דער נומער פון 'חומש מיט רמב"ן'. יא, וועסט דארפן איינשלינגען אביסל די קנאות און די לאזונגען, אבער דער עין פקיחא קען ארויסנעמען די גוטע חלקים און נישט משפט'ן א צוויי שעה שיעור פון די פאר ווערטער אין אנהייב און צום סוף.

דולה ומשקה איז נישט וויכטיג. קוק די הקדמה\הסכמה צום חשב האפוד אויף מורה נבוכים פאר עפעס טיפער.
מיטוואך מערץ 29, 2017 7:13 pm#367495
דולה ומשקה איז נישט וויכטיג? פארוואס נישט? ווייל דו גלייכסט עם?
מיטוואך מערץ 29, 2017 7:20 pm#367496
ווייל ס'איז נאר איין חלק פון איין חלק פון דער מענטש. דאס איז זיין היסטארישע פערספעקטיוו. אחוץ דעם האט ער פיהל זייטן און ענינים, און מ'דארף די גאנצע בנין צו פארשטיין.

ווען איך קוק דולה ומשקה, לאך איך אויך. ס'איז טאקע א פארטיידיגונג פון זיין יחוס מער ווי אן אביעקטיווע בליק.
אבער מעסטן א מענטש פון איין זאך איז קטנות.