Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

קאווע שטיבל • הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
223 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 302 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8523
מיטוואך מערץ 29, 2017 7:52 pm#367503
חצוצרות: די שורה פון דיין לעצטן פאראגראף אין דיין רעענט, איז אויסגעקומען פונקט דער היפוך פון וואס דו האסט געוואלט זאגן.

יעצט פארשטיי מיר פשט וואס רש"י הק' זאגט אז ..."שנאה מקלקלת את השורה"... דיין שטויס צו נעגאטיוויטעט האט פארדארבן די לעצטע שורה פון דיין מאמר. ס'איז געווארן ונהפוך הוא...ואידך פירושא. זיל גמור...!
מיטוואך מערץ 29, 2017 10:03 pm#367520
ATUB @חצוצרות ATUB זייער ראנג אראפגעלייגט
זיינע מאמרים אין זמני השנה ומדי שבוע בשבוע איז מלא תוכן, ער האט פילע תלמידים שוין מעמיד געווען
די לעצטערע תקופה איז שוואך געווארן בכלל דאס גיין לערנען ביי א פרטישער רב און תופס ישיבה אלעס גייט קאמערשעל, איז די וואדרידזשע רב פארווייטאגט אויף דעם אז די וועג פון איבערגעבן מרב לתלמיד איז היינט נישט קיין מציאה מער.

ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB די רב האט א רייכע היסטאריע פון זיינע אינגע יארן ווען מען האט אים איבערגעגעבן תיכף נאך זיין חתונה מדריך צו זיין די עלטערע קינדער על דרך התורה, ער האט יענע יארן אסאך גיטע תלמידים אוועקגעשטעלט.
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:21 am#367542
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווייל ס'איז נאר איין חלק פון איין חלק פון דער מענטש. דאס איז זיין היסטארישע פערספעקטיוו. אחוץ דעם האט ער פיהל זייטן און ענינים, און מ'דארף די גאנצע בנין צו פארשטיין.

ווען איך קוק דולה ומשקה, לאך איך אויך. ס'איז טאקע א פארטיידיגונג פון זיין יחוס מער ווי אן אביעקטיווע בליק.
אבער מעסטן א מענטש פון איין זאך איז קטנות.

חכם מה הוא - דאס וואס ער איז, אומר - דאס זאגט ער. נו דאס איז דאך דער דולה ומשקה - וואס ער זאגט אלס, ניין?
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:39 am#367571
וואס זאל איך ענק זאגן?
איך קען שוין דעם וואודריזשער רב יארן לאנג, און איך בין זייער נאנט מיט אים, איך קען אלע זיינע מעלות און חסרונות, עס איז נישט שייך אפצומעסטען דעם איד אויב מ'קען אים נישט פערזענליך גוט, דער דולה ומשקה אליינס זאגט נישט צופיל, הערן פון אים סטעיטמענטס אויך נישט.
איך זאג אלס פאר יעדן וואס וויל אים אוועקמאכן, דורך ארויסברענגען זיינע חסרונות, אז איך קען מיט דיר שמועסן איבער זיינע חסרונות, איך קען דיר עס בעסער מסביר זיין, אבער מיט איין תנאי, אז די ביסט אויך גרייט צו שמועסן איבער זיינע מעלות. און איך זאג דיר אז זיינע מעלות שטייגן איבער זיינע חסרונות!
ער האט אזעלכע מעלות, וואס ווער עס איז אינטערעסירט אין דעם, וועט ער טרעפן אין אים, ממש אין כדוגמתו.
אבער דער מציאות איז, אז איינער וואס קלאפט זיך אן מיט אים, זעט קודם זיינע חסרונות, און זייער אסאך מאל שטעלט מען זיך אפ ביי דעם און מען איז מחליט אז דאס איז ער, און מ'קען שוין נישט זען זיינע מעלות.
פארוואס דער אייבערשטער האט עס אזוי געמאכט, אז זיינע חסרונות דעקן זיינע מעלות, ווייס איך נישט.
אבער דאס איז זיכער ער איז אן אוצר יקר!
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:09 pm#367574
לדעתי האט דער ארטיקל אינעם וועקער טאקע דער פערפעקטער באלאנץ צו אנאליזירן הרב לעבאוויטש'ס מעלות און חסרונות. אוודאי איז נישט שייך אפצומאלן אלע אספעקטן פון אזא מענטש אין איין ארטיקל, אבער דער ארטיקל דעקט גאר א סך, און איז אויפריכטיג און גוט באלאנצירט.
מאנטאג אפריל 03, 2017 3:31 am#367997
די אויגן קלעבן נאך א שווערע טאג ארבעט אינדרויסן און אין שטוב, פארן גיין שלאפן פראביר איך כאטש צו כאפן א שנעלען בליק אויפן וועקער, ומה אעשה, כ'האב עס נישט געקענט אראפלייגן ביזן ענדיגן דעם זעלטענעם שלימות'דיגן באשרייבונג אויף דעם איד, די מחשבות ווירבלען מיר, יעצט ווייס איך נישט צו איך וועל קענען אזוי שנעל איינשלאפן... גיימיר רופן קול הלשון, תיכף לנטילה ברכה, און טאקע די רמב"ן קנעפל וואס כ'האב קיינמאל נישט געדרוקט, העמיר זעהן ווילאנג ער וועט מיר אויפהאלטן.
מאנטאג אפריל 03, 2017 6:52 pm#368040
די הפטורות נישט ?
דינסטאג אפריל 04, 2017 12:17 pm#368097
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אז מ׳האט שוין געהאט צייט צו ליינען און רע׳אגירען, וואלט איך הנאה געהאט צו הערען פון דער עולם וואס מ׳האט צו זאגען אויף מיין ארטיקל. ס׳אזי באמת דא צוויי אשכולות אויף הרב יצחק אין שטיבעל, מ׳קען צולייגען ווי מ׳וויל.
טאמער איינער האט ביאגראפישער דיטעילס, וואלט איך אויך הנאה געהאט, איבערלעבעניש׳ן פון תלמידים, זכרונות פון זיין יונגער יארען ועוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 04, 2017 10:05 pm#368125
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איך מוז זיך אנטשולדיגען. די נומער פון דער רב׳ס אפטיילונג אין קול הלשון איז א טעות. דער אמת׳ער נומער איז 718 906 6428 ודלא כמו שכתוב, ואתכם הסליחה.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 8:40 am#368228
איין נקודה איז שטארק פארזעהן געווארן ביים באשרייבונג פון ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB
ווי שטארק די רב מיטן אש קודש טוט ערווענען זיינע געדאנקעןגאנג פאר א צווייטען וואס ליגט אינעם פראבלעים
עכ"ז טוט די רב מיט אויסערגעווענליכע ליבשאפט יענעם אנצייגן די ריכטיגע מיינונג וואס א איד דארף וויסן, און ווערט נישט יענעם'ס פערזענליכע קעגנער.

וועגן די צייט ווען חסידי באבוב האבן געמאכט א קרעמל ארום דעם רב
דאס איז געווען אין די צייט צווישען נ"ט און די קומענדיגע בערך 10 יאר וואס באבוב האט שוין נישט געהאט מער דעם שטארקער און געזינטער מנהיג וואס זיי האבן געהאט אין זייערע פריערדיגע יארן
האט זיך א גרופע איידעלע אינגעלייט ארויסגעלאזט אויף די כדור הארץ זיכען ערגעץ ווי צו שעפן פון א באר מים.
..


די פוינט פון זיין קשר צו די תלמידים, און וואס די תלמידים זאגן איבער אים וואלטסטו מער געקענט באשרייבן
אבער אוועראול האסטו זיינע פוינט'ס אייזן אראפגעלייגט
האסטו שוין עפעס צוריקגעהערט וויאזוי די רב האט רעאגירט צום ארטיקל אינעם וועקער ?
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 9:05 am#368230
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו מישסט אויס פיהל נושאים. כ'מיין 'באשיינען אן אפיציעלע מאורע' איז יא אן עוסק בישובו של עולם.

ער זאגט נישט קיין שיעור אין הלכה און ער שרייבט נישט קיין תשובות. זיין היקף און ברייטקייט אין אגדה איז אבער עפעס אנדערש. קענסט איהם אויסהערן אויף קול הלשון, אויף דער נומער פון 'חומש מיט רמב"ן'. יא, וועסט דארפן איינשלינגען אביסל די קנאות און די לאזונגען, אבער דער עין פקיחא קען ארויסנעמען די גוטע חלקים און נישט משפט'ן א צוויי שעה שיעור פון די פאר ווערטער אין אנהייב און צום סוף.

דולה ומשקה איז נישט וויכטיג. קוק די הקדמה\הסכמה צום חשב האפוד אויף מורה נבוכים פאר עפעס טיפער.


ווי קען מען באקומען די צוויי ספרים?
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 10:12 am#368232
אלץ השלמה צום לייענען דעם ארטיקל, האב איך טאקע געפאלגט און געלייענט די צוויי דערמאנטע הקדמות. די הקדמה צו דעם אבני אור פארשטיי איך טאקע ווי מ'זעהט די יסודות ההשקפה פונעם רב, וואו ער גייט דורך די היסטאריע און די השתלשלות פון די תלמידי החת"ס און די גדולי החסידות ביז צו זיין הבנה אין דעם מזוכך'דיגע מסורה, ווי ליטוואק האט דאס אייזן גוט אראפגעלייגט. אבער אין די הקדמה צו דעם חשב האפוד האב איך נישט געזעהן עפעס משהו מיוחד, אויסער דעם חלק אז ער האלט אז אין די היינטיגע פארדרייטע וועלט ברויך מען צוריקגיין און לערנען די השקפה ווערטער פון די קדמונים, דוגמת המורה נבוכים. טאקע א מיוחד'יגע שיטה וואס מען געפונט נישט ביי קיין חרדי'שע גדול, כש"כ אן אונגארישע רב, אבער אויסער די נקודה זעהט מען נישט דארט עפעס צופיהל. איינער האט דא ערווענט עפעס ווערטער מיט א משמעות אז די געדרוקטע ווערסיע פון די הקדמה איז צענזורירט, ס'איז אמת? וואו קען מען זעהן די פולע ווערסיע?
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 10:24 am#368233
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אין יענער הקדמה\הסכמה זעט זיך כל מיני אינטרעסאנטקייטען, ווי למשל דער צושטעל פונ׳ם ראפשיצער רב צו הרב שך מיט׳ן בריסקער רב.

דער עיקר וואס ס׳זעט זיך דארט אין הקדמה\הסכמה איז א. א פארשטאנד צו די עניינים וואס פלאגען פיהל יונגעלייט, ועוד והוא העיקר, א פונדעמענטאלע גאנג דאס צו לעזען, צוריק ביי די שורשים. דער נשמה וואס פיהלט ליידיג וועט זיך נישט אנפיהלען פון א שבת התוועדות און ווארמע זמירות מיט הייסע קוגעל. דאס קען, אויפ׳ן בעסטען אופן, אפשטופען דער בראך א פאר יאר. א גרונטליכע זעלבסט איבערבוי קען אפשר יא עפעס אויפטוהן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 10:48 am#368234
ווי שוין געשריבן דא, איז דער ארטיקל אויף הרב לעבאוויטש אינעם ״וועקער״ מלא תוכן, א געוואלדיגער ארבעט דורך מיודענו ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB .

אלץ איינער וואס איז נישט געווען באקאנט מיט הרב לעבאוויטש נאר דרך אגב׳דיג, איז מיר געווען שטארק אינטערעסאנט צו לערנען מער איבער דעם רב, זיין מהות און השקפה.

וואס חידוש׳ט מיר נאכ׳ן ליינען דעם ארטיקל, איז וויאזוי אזא כלי איז טאקע אזוי פארווינקעלט ומונחת בקרן זוית, כ׳פארשטיי אז ער איז אן אייגנארטיגקער מענטש און ער שפילט נישט מיט מיט׳ן געווענליכן סיסטעם וואס פאבריצירט און ברענגט אנהענגער, אבער דאך איז שווער אנצונעמען אז ער איז באמת נישט אויסן צו פארברייטערן זיין השפעה און ס׳איז באמת משמע אז ער שעפט דוקא יא הנאה אז מ׳קומט אים אויסהערן.

דאס אז ער האט זיך אפגעזונדערט און געפינט זיך אין א מקום תוהו (צוזאמען מיט׳ן פאקט אז ער פארמאגט ווארשיינליך קנאפע סאשעל סקילס) איז טאקע דער פשוט׳סטער ענטפער, נאר מ׳קען קלערן צו דאס איז בעצם דער גורל פון רוב אנדערע געלונגענע פערזענליכקייטן (יוצאי קהילת סאטמאר און אויך אין אנדערע מקומות) וועלכע האבן נישט געשפרייזט פונקטליך מיט׳ן שטראם און די פארטיי ליניעס, אדער איז דאס מער א תוצאה פון נקודת האמת אז ער זוכט נישט קיין כבוד און ער איז בלתי לד׳ לבדו.

נאך א נושא וואס כ׳האב געוואלט ליינען מער איז זיין פארבינדונג מיט אנדערע גדולי הדור. למשל, אינעם ארטיקל איז דא א בילד פון אים און דעם ירושלימ׳ער רב (דא אינעם אשכול ווערט דערמאנט אז זיי זענען מחותנים), אבער ס׳ווערט נישט אויסגעשמועסט צו ס׳הערשט א הערכה הדדית צווישן אים און אנדערע פערזענליכקייטן און אזוי אויך אויף פארקערט (עכ״פ פריוואט).

בכל אופן, איז דאס גאר א באלענדער ארטיקל און מייסטערליך געשריבן.
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 10:56 am#368235
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
זיין סאושעל סקילס זענען נישט צופיהל ערגער ווי אסאך רבנים פון שטיבלעך. ר׳ מרדכי בצלאל איז עפעס בעסער ווי איהם?

איך מיין אז ער איז אביסל בעפאר זיין צייט. ווען ער איז היינט פערציג יאר אלט און ער גייט ארויס פון שטאט, וואלט ער געהאט א שטיקל עולם אויך. נאר מ׳קען נישט בויען א שטעטל אויף א שיטה. מ׳דארף די גשמיות׳דיגע ברויכונגען צוזאמען מיט דעם, און ביז דער עולם האט איינגעזע׳ען אז די גשמיות אין שטאט איז א פראבלעם האט גענומען צייט. אין תשנ"ה, צען יאר נאך זיין ארויפפארונג, איז דער מצב נאך נישט גענוג ענג געווען. ווען ער האט דען א קינד צו אן איידעם וואס איז אן איש המעשה, מיט צוויי דריי יונגע בעלעבאטים, וואלטען זיי אפשר היינט געקענט עפעס מאכען. אבער דעמאלס וואלט מען געדארפט אסאך שכל אויפצובויען די אנשטאלטען מיט א ברייטע פאראויסקוקענדיגע בליק, ווארום אז מ׳בויט אלס פונדאסניי, נישט פארלאזענדיג אויף די אלגעמיינע מהלך הרחוב, דארף מען די שכל פון צען מענטשען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 12:13 pm#368237
פאר אלע וואס ווילן וויסן, ער וואינט היינט אין וואודריזדש נישט ווייל ער וויל, אז ער האט נישט קיין ישיבה, וויל ער גערן צוריקמופן לכלל ישוב, אבער עס איז נישט אזוי פשוט, עס איז זייער א שווערע זאך מחמת כמה סיבות.
לויפטס אין זייטס נהנה פון דעם יוד, ווילאנג ער איז דא מיט אונז.
די אלע וואס וואס זענען בועט אין אלעס וואס מ'האט זיי געלערנט, ווייל זיי שפירן אז מ'האט זיי געפיטערט שטותים, וועלן זיך מחי' זיין מיט דעם יוד, מ'טרעפט ביי אים חירות הדעת פון אלע נערישע שעבודים, אין מ'פירט צוריק צו עצם התורה. אן דארפן מחמת וועלן זיין אויפגעקלערט אריינקרוכן אין אלעס וואס איז היילגי ביי אונז
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 4:02 pm#368259
זיין מיינונג וועגן אינטערנעט וואלט געדאפט אריינגיין אינעם ארטיקל
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 4:04 pm#368260
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
אדרבא, שרייב דו. קיינער האט נישט קיין מאנאפאל אויף איהם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 4:06 pm#368261
ביניך דען אזא שרייבער ווי דיר? כהאב דערווייל נישט געפינעם אין קלייט אזא גיטע פעדער וואס די האסט
דאנערשטאג אפריל 06, 2017 4:08 pm#368263
ער האט נאך מיט יארן צוריק מיר געזאגט
ווען די רבנים ומנהיגים זאלן ווען פירן פריוואט קליינע שטיבלאך און אריינגעבן א חיות און א אש קודש אין תורה ומצוות, וואלט קיינעם נישט אזוי געארט דעם שינוי במציאות העולם אז די וועלט ווערט עדווענסד און פארגעשריטן מיטן טאג טעגליכען לעבן.

יעצט אז די הנהגה און מסירת התורה ווערט נישט געהעריג פראקטיצירט
שלאגט מען זיך מיט די נייע מציאות וואס די וועלט קען נאר עקזיסטירן דורך פארגעשריטענע קאמיוניקאציע
פרייטאג אפריל 07, 2017 1:32 am#368322
איש את רעהו האט געשריבן:ער האט נאך מיט יארן צוריק מיר געזאגט
ווען די רבנים ומנהיגים זאלן ווען פירן פריוואט קליינע שטיבלאך און אריינגעבן א חיות און א אש קודש אין תורה ומצוות, וואלט קיינעם נישט אזוי געארט דעם שינוי במציאות העולם אז די וועלט ווערט עדווענסד און פארגעשריטן מיטן טאג טעגליכען לעבן.

יעצט אז די הנהגה און מסירת התורה ווערט נישט געהעריג פראקטיצירט
שלאגט מען זיך מיט די נייע מציאות וואס די וועלט קען נאר עקזיסטירן דורך פארגעשריטענע קאמיוניקאציע

ATUB @איש את רעהו ATUB , דאס האלט ער איז דער פראבלעם, וואס איז זיין לעזונג דערצו למעשה (אויב ער האט א שיטה דערויף, לכאורה יא)?
מיטוואך מאי 10, 2017 7:32 pm#370529
די וואדרידזער רב האט גערעט ג' אמור איבער דעם וואס מען באשרייבט אים, אין איבער די מימרות וואס מען זאגט נאך פין אים אויף די גאס.
מען קען עס הערן אויף זיין האטליין 718-906-6428, אנהייב #4
מיטוואך מאי 10, 2017 7:50 pm#370532
כ'האב נישט עכט קיין נערוון אויסצוהערן א גאנצע דרשה, נאר אויף צו הערן וואס ער רעדט וועגן זיין באשרייבונג.

איינער קען ביטע אראפברענגען תמצית דבריו? שווער צו גלייבן אז ער האט נישט געמאכט קיין מצב דערפון...

ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB


---
אגב, ר' יצחק איז געוואויר געווארען ווער דער כותב איז? ער האט געכאפט דיין אידענטיטעט? דו האסט נישט מורא געהאט פון זיין ריספאנס?
ביטע טייל מיט.
מיטוואך מאי 10, 2017 8:08 pm#370535
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
לעצטענס הער איך איהם אביסל אפטער אויפ׳ן טלפון, אבער נאר די חורש"י רמב"ן תורה׳ס.


יעצט געהערט דער אנהייב. ער זאגט אז ער איז נישט אחראי אויף וואס ס׳דרייט זיך ארום בשמו, און מ׳האט איהם נישט געפרעגט און מ׳האט זיך נישט פארבונדען נישט מיט איהם און נישט זיין קינדער וועגען די ארטיקל. ער בעט זיך אז די וואס ווילען דרוקען זאלען עס נישט טוהן על דעת עצמם, נאר קודם רעדען מיט זיין קינדער וכדו׳, כדי נישט מסלף צו זיין. ער זאגט אויך אז ער האט עס נישט געליינט.

זיין עיקר איז אז ער איז אוועילעבעל צו רעדען מיט יעדעם, אן caller id און ער בעט נישט קיין נעמען און מ׳קען הערען דירעקט פון איהם (אין ישיבות זאגט מען ׳דער מחבר לעבט נאך׳). ער וואלט געוואלט אז מ׳זאל קומען לערנען ביי איהם סוגיות עמוקות, און דערצו קען ער צולייגען די יסודות אין אידישקייט לויט ווי ס׳פעלט אויס, און נישט אויף דער אופן ווי ס׳איז געשען.

ווען ער וואלט עס געליינט און גענאט טענות, וואלט עס מיר פארדראסען. אזוי איז עס מיר נישט נוגע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 10, 2017 9:19 pm#370552
נו, כהאב שוין געמיינט אז סוועט קומען אזאנס און אזעלעכס. אזא פארווע תגובה פון לעבאוויטש פאסט גארנישט פאר עם...

א נאר דארף ער אבער יא זיין עס נישט צו ליינען, ווייל אפילו אויב סוואלט געווען געשריבען איבער א צוויטע פערזענליכקייט, וואלט ער עס אויך געמעגט ליינען צוליב זיין געשמאק אין טראכטען אויסער די באקס, וכ"ש דא אז דער מדובר איז ער זעלבסט.
מיטוואך מאי 10, 2017 10:21 pm#370568
איך פארשטיי גראדע פארוואס ער וויל עס (נאכנישט) ליינען.
דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:58 am#370602
איש את רעהו האט געשריבן:איין נקודה איז שטארק פארזעהן געווארן ביים באשרייבונג פון @ליטוואק פון בודאפעסט
ווי שטארק די רב מיטן אש קודש טוט ערווענען זיינע געדאנקעןגאנג פאר א צווייטען וואס ליגט אינעם פראבלעים
עכ"ז טוט די רב מיט אויסערגעווענליכע ליבשאפט יענעם אנצייגן די ריכטיגע מיינונג וואס א איד דארף וויסן, און ווערט נישט יענעם'ס פערזענליכע קעגנער.

וועגן די צייט ווען חסידי באבוב האבן געמאכט א קרעמל ארום דעם רב
דאס איז געווען אין די צייט צווישען נ"ט און די קומענדיגע בערך 10 יאר וואס באבוב האט שוין נישט געהאט מער דעם שטארקער און געזינטער מנהיג וואס זיי האבן געהאט אין זייערע פריערדיגע יארן
האט זיך א גרופע איידעלע אינגעלייט ארויסגעלאזט אויף די כדור הארץ זיכען ערגעץ ווי צו שעפן פון א באר מים.
..


כ'האב געהערט אז רב"ץ מ'באבוב 48 שיקט זיין מיידל סקול הערן א שמועס פון וואדריזשע רב ווען זיי פארן ארויס פאר א שבת התוועדות אין די קעטסקילס
דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:44 pm#370709
ארי נוהם האט געשריבן:כ'האב נישט עכט קיין נערוון אויסצוהערן א גאנצע דרשה, נאר אויף צו הערן וואס ער רעדט וועגן זיין באשרייבונג.

איינער קען ביטע אראפברענגען תמצית דבריו? שווער צו גלייבן אז ער האט נישט געמאכט קיין מצב דערפון...


ער זאגט נישט גארנישט

און מדארף קענען סובל זיין צמצום און פארקנייטשקייט אים בכלל אויסצוהערן
דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:56 pm#370713
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
איך האב אויסגעהערט. אלץ וואס ער זאגט איז, א באווארענונג מען זאל נישט מיינען אז ס'איז געשריבן געווארן אפיציעל מטעמו.
פירוש: ער האט עס געזען און ס'איז אים פיין געפאלן, ער שרייט נישט אז מ'איז מסלף, אבער זאג נישט אז איך האב עס ענדארסט און האלט מיך נישט עקאונטעבל דערויף.

מ'דארף פארשטיין זיינע ווערטער, ער איז פארט אן אונגארישער רב.
זונטאג מאי 28, 2017 3:36 pm#372643
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
יעצט אויסגעהערט א שטיקעל זיינער. ער רעדט וועגען די היינטיגע בעלי השקפה און מעוררים, וואס קומען להחיות לב נדכאים און פיהרען זיי אין אן עקסטאז פון למעלה מעשרה טפחים, מיט מדרגות און השגות. ער זאגט אז למעלה מעשרה טפחים איז א מקום פטור, ווי מ׳האט שוין נישט קיין חיובים. די סארט מחזקים העלפען נישט מקיים זיין מצוות נאר זיך פטר׳ן פון מצוות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 28, 2017 5:05 pm#372675
כ'האב נישט לאנג צוריק געליינט די ארטיקל. ס'איז א שיינע ארבעט. און איך זע פארוואס א סאטמארע אינגערמאן וואס פאנגט אן צו ווערן אויפגעקלערט זאל ווערן פארכישופ'ט פאר עם.

און אגב, די ווארט וועגן די מופתים ווערט שוין געברענגט אין בוצינא דנהורא פון דער רבי ר' ברוכ'ל ממעז'ביזש זי"ע.
זונטאג מאי 28, 2017 5:33 pm#372694
זיינע ווערטער גילטען אויף אלע פארטייען. יעדער וואס לאזט זיין אידישקייט אונטערטעניגט אונטער א זייטיגע נאמען איז אין די זעלבע פעקל. אוו נישט נאר די אידישקייט, נאר די גאנצע מענטשליכקייט. פאר פארטיי איז מען גרייט זיך אפצושינדען די גאנצע צלם אלקים, עיי"ש.

דאס זאץ "פארטיי ראטעוועט אידישקייט" הערט מען איבעראל, און זיין טענה דאקעגען גילט איבעראל.

ער איז נענטער צו א סאטמארער ווייל דארט איז זיין אפשטאם, אבער ער האט שוין מער ווי פערציג יאר גארנישט צו טוהן מיט זיי. ער וואשט זיך נישט כ"א כסלו און ער פארלעשט די לעכט כ"ו אב (במו עיני ראיתי). ער זעט נישט קיין 'מסורת בית פרעשבורג' פון חת"ס צום כת"ס, נאר צוויי גדולי ישראל וואס זענען פערצופאל טאטע און זוהן.

בכלל, זיין בליק איז פיהל ברייטער ווי זיין אפשטאם, וכמבואר שם.
מאנטאג מאי 29, 2017 7:33 pm#372838
די ריינקייט פין א יעדע שעבוד אין פין יעדע שיטה אין דעה פרטי איז נישט זיין חידוש, די אלע לעצטיגע רבנים וואס זייער אפשטאם איז נישט געווען פין חסידים זענען אלע געווען ריין אין משובד נאר צי די כללות'דיגע אידישקייט אין געזאגט וואס זיי האבן געהאלטן אז עס ריכטיג, איינער שארפער איינער ווייעכער אין בדרך כלל זענען זיי געווען רבנים פין די אונגערישע אפשטאם. די אלע שיטות אין שעבודים שטאמען פין די המון עם חסידים
מאנטאג מאי 29, 2017 7:51 pm#372839
אדער יא אדער ניין.
ב"ש איז דא אין אלע קרייזען.
מאנטאג מאי 29, 2017 8:48 pm#372842
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
פארטיי מיינט אז דער שעבוד צו דער זאך איז אין פלאץ פון שעבוד צום תורה.
אין ישיבישע קרייזען איז אויך דא ב"ש, אמת. אבער דאס איז ווייל די הוגי דעות זענען אפט שוטים, און דעריבער רעדען זיי קטנות מיט טפשות.
דאס שעבוד צום פארטיי העכער ווי דער פארטיי׳ס ציל אין דער עולם הישיבות איז נאר אין לעיקוואד. און דאס איז פאר איין סבה, דאס ירשנ׳ן די פאסטען. (ס׳איז דא א שטארקע ווידערשטאנד אין לעיקוואוד, מער ווי סיי וועלכע פאסטן ירושה) דאס ירושה איז דער אבי אבות הפראבלעם. ירשנ׳ן א ביהמ"ד, צו א קליין שטאט ווי מ׳ווייסט לכתחילה אז מ׳דארף אנפרעגען ביי די גרויסע, דאס איז בסדר. אבער ירשנ׳ן א שטעלער וואס מיינט מושל בכיפה איז דער אבי אבות פון די פראבלעם.

חסידים זענען נישט ערגער ווי א צווייטען, נאר זיי האבען אנגעהויבען דער מנהג גיהנם פון ירשנ׳ן אלע כוחות, אלע מעלות, אלע רוה"ק׳ר, בלויז צוליעב געבורטס אומשטענדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:28 pm#382639
א חלק פון א לעצטיגע דרשה וואס איינער האט זיך גענומען די מיה און אראפגעשריבן לכבוד די צווי יארצייטן פון בעלזער רב און סאטמאר רב
מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:54 pm#382693
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער
זונטאג אוגוסט 20, 2017 10:28 am#382873
טמיר האט געשריבן:שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער

הער עס אויס אויפן טעלעפאון וועסטו עס אפשר בעסער פארשטיין. אבער דארפסט זיך אויסטוען פין אלע צומצומים, אין אזוי עס אויסהערן, אין נאכדעם קענסטי זאגן דיין מיינוג.
זונטאג אוגוסט 20, 2017 6:32 pm#382925
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער

הער עס אויס אויפן טעלעפאון וועסטו עס אפשר בעסער פארשטיין. אבער דארפסט זיך אויסטוען פין אלע צומצומים, אין אזוי עס אויסהערן, אין נאכדעם קענסטי זאגן דיין מיינוג.


אבער דארפסט זיך אויסטוען פון אלע צמצומים, און אנטוען איין געוויסע צמצום, און אזוי עס אויסהערן.
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:20 am#382948
טמיר האט געשריבן:שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער


וואס איך נעם ארויס דערפון בקיצור איז אז סאטמאר רב האט געהאלטן פון אלע תרי"ג מצות און ד' חלקי שו"ע, לאפוקי פון די וואס ווילן זאגן אז אלעס דרייט זיך בלויז ארום שלש שבועות
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:12 pm#383031
צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב
קול חומת הדת
7183628800
דריק
1-4-3-1-5
נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:29 pm#383034
ער דערמאנט דארט דער וועקער! מ'דארף איהם נאר דערמאנען אז איך בין נישט קיין אפגעפארענער חסיד, איך האב גארנישט מיט זיי מעיקרא.

ס'איז א נחת צו הערן זיין שפראך, דער היתול וליצנות מיט א וויינענדיגע שטימע.
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:09 pm#383036
ביזט פארט פון בודאפעסט
אויפן מאמענט רעדט ער דארט פריער סאך ערגער
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:29 pm#383039
שיח ושיג האט געשריבן:צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב
קול חומת הדת
7183628800
דריק
1-4-3-1-5
נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6


5-1-3-4-1
אדער פארקערט
איך קען נישט אנקומען
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:02 pm#383051
Omg
אפשר איז דאס די בירגער קריג וואס די רימנוב'ע רבי האט פאראויסגעזאגט.
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:58 am#383067
diff האט געשריבן:ביזט פארט פון בודאפעסט

און דו ביסט פון?
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 2:24 pm#383110
שיח ושיג האט געשריבן:צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב
קול חומת הדת
7183628800
דריק
1-4-3-1-5
נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6


דער וואוידריזשער רב רעאגירט אויף די ווערטער פון ר' מנשה פילאפף זייער שיין
718-906-6428
#4
#201
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:18 pm#383115
ATUB @שיח ושיג ATUB געב איבער צו מו"ר מ'וואדרידזש אז סניש קיין עסק דאס פירן ויכוחים אויפן טעלעפאון הין און צוריק.
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 5:28 pm#383129
זאלר קומן דא זען וויזו צו בורטשן בלי טעם
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:06 pm#383161
שיח ושיג האט געשריבן:דער וואודריזשער רב רעאגירט אויף די ווערטער פון ר' מנשה פילאפף זייער שיין
718-906-6428
#4
#201


כ'האב יעצט אויסגעהערט, טאקע זייער שיין