הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » טעגליכע נייעס בולעטין

טעגליכע נייעס בולעטין

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #210
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:29 pm#1
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מיין מיינונג האט געשריבן:מען האט איהם געכאפט.

אינטערסאנט אז מ'האט אים געכאפט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווען די מענטשן ווערן אלס מער און מער קורצקעפיג.
דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:17 pm#3
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שלומיאל האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:מען האט איהם געכאפט.

אינטערסאנט אז מ'האט אים געכאפט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווען די מענטשן ווערן אלס מער און מער קורצקעפיג.


lol :lol:
פרייטאג יוני 19, 2015 1:03 am#4
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
value האט געשריבן:
שלומיאל האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:מען האט איהם געכאפט.

אינטערסאנט אז מ'האט אים געכאפט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווען די מענטשן ווערן אלס מער און מער קורצקעפיג.


lol :lol:


I did not write this.
Someone wit access changed what I wrote.
פרייטאג יוני 19, 2015 1:16 am#5
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
טאקע, איך געדענק וואס דו האסט געהאט געשריבן.
דיין לעצטע תגובה איז אין קעגנזאץ צו וואס דו האסט דארט געשריבן...

איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס דער יעניגער האט עס געטון, אנשטאט צו ענדערן דיין תגובה האט ער געקענט שרייבן זיין מיינונג (עס איז אויך מיין...) אז ווען איינעם פאלט איין א גוט ווארט אויף די נייעס-תגובה מעג ער עס שרייבן.

העמיר ווארטן אויף זיין פארענטפערונג.
פרייטאג יוני 19, 2015 12:43 pm#6
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שלומיאל פארוואס האסטו עס משנה געווען??
עס איז דען דיינע רייד?? ווער געט דיר דאס רעכט יענעם צו משנה זיין די דבורים??
זונטאג אוגוסט 02, 2015 9:05 pm#7
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין ניו מעקסיקא זענען היינט פארגעקומען צוויי באזינדערע אויפרייסן ביי צוויי קירכעס.
ביי איין קירכע איז געשעהן די אויפרייס אין א דערנעבנדיגע פאסט קעסטל, וועלכע איז אינגאנצן צושפלינדערט געווארן.
ביים צווייטן איז עס געווען אין א גארבידזש קען.

קיינע ארעסטן זענען באריכטעט. אזוי אויך זענען נאך אלע דעטאלן און מאטיוון א מיסטעריע.
מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:23 pm#8
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א גוי וואס זיין ברודער האט איהם פראבירט אריינצושמאגלען מיטן פעררי פון מאראקא קיין שפאניע איז געשטארבן.

דער ברודער האט איהם אריינגעלייגט אין א רענצל און ער האט זיך דארט דערשטיקט...
מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:59 pm#9
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מיין מיינונג האט געשריבן:א גוי וואס זיין ברודער האט איהם פראבירט אריינצושמאגלען מיטן פעררי פון מאראקא קיין שפאניע איז געשטארבן.

דער ברודער האט איהם אריינגעלייגט אין א רענצל און ער האט זיך דארט דערשטיקט...


ס'איז דא א באקאנטע ווערטל פון יארמע רב מיט אזא מין פאסירונג יעצט זעי איך אז ס'איז עכט......
דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:32 pm#10
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שיסערייען זענען געהערט געווארן אין נעשיאנעל מאלל (א נאציאנאלע פארק אין וואשינגטאן די סי), עדות האבן געזאגט אז עס איז געווען א געשלעג אין א קאר אוו פון דארטן זענען געקומען די שאסן, דערפאר איז דאס פאר די פובליקום נישט קיין סכנה.

קיינע באריכטן איבער פארוואונדעטע, נאר צובראכענע גלאז איז דא...
מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:20 pm#11
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
לעצטע וואך איז געווען ברעכענדע נייעס אז מען האט געטראפן א חלק פון א פליגל פון א פליגער אויף די רעיוניאן אינזל אינעם אינדישן ים, און עס איז געווען שטארקע שאצונגען אז עס איז ווארשיינליך פון די מיסטעריעז פארשווינדענע מאלאזיער MH370 פליגער (נישט באריכטעט דא ווייל עס איז פארלוירן געגאנגען איידער קרעטשמע'ס געבורט).
די אינסטאנצן האבן עס נישט געוואלט באשטעטיגן איידער זיי מאכן בדיקות און פארשונגען אויף דעם געפינענעם חלק.
מען האט אריבערגעפירט דעם שטיקל קיין פראנקרייך צו לעבאראטאריס און היינט האט דער מאלאזיער פרעמיער מיניסטער געמאלדן מיט עקסטאז אז ער טוט באשטעטיגן דאס געפינס פון א חלק פון דעם פליגער, דאס איז פאקטיש די ערשטע פונקט אין די לייזונג פון די וועלטס מיסטעריע.
אבער די פראנצויזישע אויטאריטעטן (צו וועם די אינזל באלאנגט) האבן דערווייל נאר געזאגט אז עס איז "כמעט זיכער" אז עס איז פון די MH370, און אז זיי וועלן האפענטליך עס באשטעטיגן ווי אמשנעלסטן.

"פארוואס די גיהנום באקומען מיר איין באשטעטיגונג באריכט און איין נישט?!" האט איינע פון די קרובים געפרעגט מיט צארן, "פארוואס זאל מען נישט ענדערש ווארטן מיטן באריכט ביז ווילאנג יעדער איז מיט די זעלבע מיינונג?!"
פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:14 pm#12
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א פליגער אין נעשוויל טעננעססיע האט ארויסגעשפיגן פלאמען ווען די ענזשין איז געווארן אנגעצינדן, עס האט נישט אנגעצינדן דעם פליגער ווייל ווען מען האט עס אויסגעלאשן האבן די פלאמען אויפגעהערט.
IMG_20150807_121236.jpg
IMG_20150807_121236.jpg (112.39 KiB) געזעהן געווארן 1233 מאל


אינטערעסאנט, איינער האט געטוויט די בילד - ווארשיינליך די איינציגסטע, און ביז געציילטע מינוטן האבן אלע נייעס סטאנציעס שוין געוויסט דערפון, אויך איז שיין צו זעהן ווי זיי פרעגן איינס ביי איינס צו זיי קענען עס נוצן.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:12 am#13
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין א IKEA געשעפט אין שוועדען (די היימלאנד פון IKEA) האט א פארשוין געשטאכן דריי מענטשן פון וואס צוויי זענען געשטארבן און איינער איז ערנסט פארוואונדעט.
זיינע מאטיוון זענען אומבאקאנט.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:44 pm#14
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין טערקיי;

  • האבן צוויי "פרויען!" געעפנט פייער אויף די אמעריקאנע קאנסולאט, זיי האבן געשאסן עטליכע רונדעס מיט קוילן אבער קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן.

  • זענען פיר פאליציאנטן זענען אומגעקומען ווען זייער טרעקל האט עקספלאדערט פון א באמבע וואס איז געליגן אויף די ראוד לאקערנדיג פאר א קרבן.

  • איז איין סאלדאט איז אומגעקומען און זיבן זענען פארוואונדעט געווארן ווען קורדישע מיליטאנטן האבן געשאסן צו זייער העליקאפטער בשעת'ן זיך הייבן.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:02 pm#15
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין די "אינדיאנאפאוליס טיער גארטן" איז אנטשטאנען א פאניק נאך וואס א טשיטא (פון די משפחה פון טייגערס) האט זיך ארויסגעשלייכט פון אירע גראטעס.

די טשיטא איז פלוצים געזעהן געווארן אויף א שטח אינדרויסן פון איר שטייג, אבער דאך נישט ביי די באזוכער. מען האט אריינגעטראגן אלע באזוכער אין א פארזיכערטן ארט מיט צוגעשפארטע טירן ביז מען האט מצליח געווען איר צוריקצוזעהן אינעם שטייג.
די פארוואלטונג זאגט אז קיינער איז נישט געווען באדראעט פון איר, וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן ווייסט מען נישט.


*


צוויי פון די ארבייטערס אינעם קירקלענד "מאקסימום זיכערהייט" טורמע אין נאורט קאראליינע זענען פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן אלס משכונות, דורך און ביי "ארעסטאנטן"!

זיי זענען נעכטן פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן פאר בערך 6 שעה.
די קאררעקשן דעפט. האט כמעט נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן, נישט די צאל פארכאפער און נישט די אינגעטיטעט פון די פארכאפטע, אזויפיל האט זי געזאגט אז די פארכאפטע זענען "נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן". ומכלל לאו שומע אני הן...
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 3:04 am#17
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מיין מיינונג האט געשריבן:אין די "אינדיאנאפאוליס טיער גארטן" איז אנטשטאנען א פאניק נאך וואס א טשיטא (פון די משפחה פון טייגערס) האט זיך ארויסגעשלייכט פון אירע גראטעס.

די טשיטא איז פלוצים געזעהן געווארן אויף א שטח אינדרויסן פון איר שטייג, אבער דאך נישט ביי די באזוכער. מען האט אריינגעטראגן אלע באזוכער אין א פארזיכערטן ארט מיט צוגעשפארטע טירן ביז מען האט מצליח געווען איר צוריקצוזעהן אינעם שטייג.
די פארוואלטונג זאגט אז קיינער איז נישט געווען באדראעט פון איר, וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן ווייסט מען נישט.


*
טשיטא איז נישט פון טייגער משפחה.

צוויי פון די ארבייטערס אינעם קירקלענד "מאקסימום זיכערהייט" טורמע אין נאורט קאראליינע זענען פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן אלס משכונות, דורך און ביי "ארעסטאנטן"!

זיי זענען נעכטן פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן פאר בערך 6 שעה.
די קאררעקשן דעפט. האט כמעט נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן, נישט די צאל פארכאפער און נישט די אינגעטיטעט פון די פארכאפטע, אזויפיל האט זי געזאגט אז די פארכאפטע זענען "נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן". ומכלל לאו שומע אני הן...
מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:56 pm#19
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
לואיזיאנא. א מאן וועלכער איז געזיצן אין טורמע מיט א 35 יעריגע טערמין פארן מארדן א מאן, און א קורצערע טערמין פאר אנדערע קלייניגקייטן איז אויף די פריי! אבער נישט ווייל ער איז אנטלאפן, נאר ווייל די באאמטע האבן איהם ארויסגעלאזט!

דאס איז געשעהן צוליב א טעות ווען מען האט געזעהן אז ער איז בארעכטיגט צו באפרייט ווערן - פריצייטיג, צוליב זיין גוטע אויפפירונג - פון די קורצע טערמין, אבער פארזעהן אז ער האט נאך איבער דרייסיג יאר פאר די מארד זעלבסט.

און ווי קאמיש עס הערט זיך האבן זיי אפילו נישט געכאפט זייער טעות, נאר א מאן וואס האט דערקענט דעם פארשוין האט אריינגערופן די קארעקשן דעפארטמענט פרעגן פארוואס ער איז אויף די פריי.

די מאמע זיינע הוליעט פאר פרייד אבער די אפישלס האבן אנגעפאנגען א זוכעניש איהם צוריקצוברענגען פאר יעדע פרייז.
דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:35 pm#20
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א אמעריקאנע קארגא פליגער האט געקראכט ביים זיך הייבן פון א לופטפעלד אין אפגאניסטאן, 5 אמעריקאנער קרו-מעמבערס זענען געשטארבן, 5 ציווילע קאנטראקטארס וואס זענען געווען אויפן פליגער, און צוויי אפגאנע זענען געשטארבן אויף די ערד.
מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 8:52 pm#21
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מיין מיינונג האט געשריבן:לואיזיאנא. א מאן וועלכער איז געזיצן אין טורמע מיט א 35 יעריגע טערמין פארן מארדן א מאן, און א קורצערע טערמין פאר אנדערע קלייניגקייטן איז אויף די פריי! אבער נישט ווייל ער איז אנטלאפן, נאר ווייל די באאמטע האבן איהם ארויסגעלאזט!

דאס איז געשעהן צוליב א טעות ווען מען האט געזעהן אז ער איז בארעכטיגט צו באפרייט ווערן - פריצייטיג, צוליב זיין גוטע אויפפירונג - פון די קורצע טערמין, אבער פארזעהן אז ער האט נאך איבער דרייסיג יאר פאר די מארד זעלבסט.

און ווי קאמיש עס הערט זיך האבן זיי אפילו נישט געכאפט זייער טעות, נאר א מאן וואס האט דערקענט דעם פארשוין האט אריינגערופן די קארעקשן דעפארטמענט פרעגן פארוואס ער איז אויף די פריי.

די מאמע זיינע הוליעט פאר פרייד אבער די אפישלס האבן אנגעפאנגען א זוכעניש איהם צוריקצוברענגען פאר יעדע פרייז.

יעצט זעה איך אז מען האט איהם שוין געכאפט אום אקטאבער 2, אין א מאוטעל אין אטלאנטא.
זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:15 am#22
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
דער הויפט על-קאידא פירער אין סיריע - על נאסר - איז דערמארדערט געווארן אין א באמבאדירונג, כן יאבדו כל אויביך ה'.

עס איז דערווייל נישט באקאנט צו פון א אמעריקאנער באמבאדירונג אדער פון א רוסישער.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:33 am#23
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין א שולע אין יוטא האט א לערערין געמאכט א פראגראם אז די קינדער זאלן מאכן פראפאגאנדע ווערק פאר ראדיקאלע גרופעס, ווי אייסיס. מיטן ציל זיי צו ווייזן ווי שלעכט פראפאגאנדע קען זיין.

נאך באקלאגונגען פון עלטערן האט מען אפגערופן דעם פראגראם און די שולע טוט זיך אנטשולדיגן. זיי זאגן אז ווי דערמאנט איז די פראגראם געצילט געווען אויף גוט.
די טיטשער, וועמען'ס נאמען מען האט נישט פובליצירט, האט זיך אויך אנטשולדיגט.
דינסטאג מערץ 29, 2016 1:08 pm#24
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נייעס פון היינט, so far...

א עגיפטישער פליגער געווארן געהיידזשעקט דורך א משוגענער, ער האט נישט געמיינט קיין טעראר און גאר ארויסגעלאזט אלע פאסאזשירן חוץ די פילאטן און נאך איינצעלנע פון די מאנשאפט. ער האט געהאט א פאר פארלאנגען, איינס אז ער וויל רעדן מיט זיין גרושה...

פרעזידענט קאנדידאט טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער איז ארעסטירט געווארן פאר אגרעסיוו אוועקשלעפן א רעפארטערקע פון רעדן צו טראמפ (נאך א ראלי אין פלארידע, עטליכע וואכן צוריק), נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען א קליפ פון א סעקיוריטי קעמערע ווי מען זעט קלאר אז ער איז דער וואס שלעפט איר.
טראמפ לייקנט השמש בצהריים: Wow, Corey Lewandowski, my campaign manager and a very decent man, was just charged with assaulting a reporter. Look at tapes-nothing there!
מיטוואך מערץ 30, 2016 1:14 pm#25
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אנדערש ווי געווענליך אז א הונט האט אין מויל א ביין אדער א שפילצייג, איז א הונט אין מיסיסיפי אהיימגעקומען מיט א בעג הענגענדיג פון זיין מויל.
דער בעל הכלב זאגט אז צוערשט האט ער געמיינט אז עס איז א בעג מיט גארבידזש, נאכדעם האט ער אבער דערקענט פון די גערוך אז דאס איז מארעוואנא!
די דראג באאמטע זענען אראפגעגאנגען אינוועסטיגעיטן די פאל, נאכאמזל...


צוויי צענערלינגען פון ארלאנדאו, פלארידע זענען ארעסטירט געווארן נאכן פאוסטן בילדער ווי זיי זענען אין די בית הכבוד פון א שולע מיט גאנס!
איינע פון די עלטערן פון א סטודענט האט עס געזען און א באזארגטער איינגעמאלדן די אויטאריטעטן.
זיי זענען נישט געווען א סכנה, נאר עובר געווען אויף האבן געווער אין א שולע קאמפלעקס, און דער פאקט אז זיי זענען נאך נישט קיין ערוואקסענע און פארבאטן צו האבן געווער.
מאנטאג אפריל 11, 2016 11:51 pm#26
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
דער אוקראינער פרעמיער מיניסטער האט רעזיגנירט.


א בראזיליאנע קאנגרעסיאנעלע קאמיטע האט געשטימט צו מוטיגן א אפשטימונג צו מען זאל אימפיעטשן די בראזיליאנע פרעזידענט. נאך באשולדיגונגען אז זי האט מאניפולירט רעגירונג'ס אקאונטס צו באהאלטן די וואוקס פון די דעפעציט זייערע.
די אפשטימונג וועט פארקומען דער 17'טער אדער אכצנטער אפריל.
מאנטאג מאי 02, 2016 8:57 am#27
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א "קואנטאס" פליגער האט געשפעטיגט דאס ארויספארן מיט מער ווי צוויי שעה, נאך וואס א פאסאזשיר האט געזען ווייפיי סיגנאלן מיטן נאמען "מאבייל אויפרייס כלי", ער האט עס געוויזן פאר א איינעם פון די פליגער מאנשאפט וועלכער האט אלארמירט דעם פילאט. דער פילאט האט אויסגערופן אז מען גייט נישט פארן ביז מען באקומט נישט די כלי וואס איר סיגנאלער טראגט דעם נאמען.

א האלבע שעה איז אריבער און די כלי איז נישט אפירגעקומען אבער אין די זעלבע צייט האבן די סיגנאלן אנגעפאנגען זיין שוואכערע, איבערצייגנדיג אז דאס איז נישט פון א כלי אויפן פליגער, נאר פון אין דער טערמינאל און דער פליגער איז נישט אין א מעגליכע סכנה.

נאך אזא שערוריה האבן אפאר פון די פאסאזשירן מער נישט געוואלט מיטפארן און פארלאנגט מען זאל זיי אראפלאזן פון פליגער. זיי אראפלאן און דאס אויסזוכן זייערע פעקלעך האט אודאי נאר צוגעגעבן צייט ארויסצופארן וואס פריער...
מיטוואך מאי 04, 2016 9:23 am#28
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נעכטן דינסטאג איז א מאן וואס איז ארויף אויף א באס אין וואשינגטאן די.סי. געבליבן שטיין נעבן דער דרייווער'ס זיץ, דער דרייווער האט אים געפרעגט: "ווילסט נעמען א זיץ?" אבער הוא באחד, שטייט און קוקט ווי א דומם.
ביים קומענדיגן סטאפ האט דער שטייענדיגער מאן אנגעפאנגען אטאקירן דעם דרייווער מיט מתנות בשר ודם, אזויווי עס באדארף צו זיין... דער דרייווער האט געקוועטשט די עמערדזשענסי קנעפל (וואס מעלדט איין די טראנספארטאציע אויטאריטעטן און די פאליציי איינהייט אז ער איז אין געפאר) און אנטלאפן, די פאסאזשירן זענען ארויסגעלאפן פון דער הונטער טיר.

דאן האט דער היידזשעקער געכאפט דאס רעדל, פארהאקט די טירן און אנגעפאנגען פארן מיט א ווילדע שנעלקייט. נאך פארן עטליכע בלאקס איז ער ארויף אויף א סיידוואלק צו א פארקינג לאט פון א גאז סטאנציע ווי ער האט אראפגעקלאפט א מאן וואס איז דארט געגאנגען, דער מאן איז אומגעקומען אין שפיטאל.

די אינסטאנצן זאגן אז ווארשיינליך איז ער א גוט משוגע'נער מאן, אדער געווען אונטערן איינפלוס פון דראגס. א משפחה מיטגליד פונעם היידזשעקער זאגט אויך אז ער האט געליטן פון נפשיות'דיגע ווייטאגן...
דינסטאג מאי 10, 2016 1:26 pm#29
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
פרעזידענט אובאמא גייט באזוכן היראזשימא , יאפאן ביי זיין באזוך אין יאפאן קומענדיגן חודש. דאס וועט זיין די ערשטע מאל וואס א אמטירענדן פרעזידענט וועט באזוכן היראזשימא נאך וואס אמעריקע האט געווארפן אן אטאם באמבע אויף איר, אלס נקמה פאר די שרעקליכע אטאקע וואס יאפאן האט דורכגעפירט אויף פוירל הארבער אינעם סאמע ברען פון דער צווייטער וועלט מלחמה.

די ווייסע הויז זאגט אז אובאמא גייט זיך נישט אנטשולדיגן פאר די אטאם באמבע וואס אמעריקא האט אויף איר געווארפן, ער גייט נאר באזוכן די שטאט.

סעקרעטערי אוו סטעיט, דזשאן קערי האט באזוכט דארט א וויילע צוריק און אויך געעגאנגען צום מאנומענט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אלס געדענקמאל פאר די אמעריקאנע אטאקע און אירע אומגעקומענע.
דאנערשטאג יוני 09, 2016 8:47 pm#30
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
kolhaolam@ נייעס אויף טוויטער גייט אנהייבן צו שיקן נייעס אויף אימעיל אויף די אידישע און ענגלישע שפראך.

מען קען זיך אויפסיינען אויף זייער וועב-זייטל m http://www.kolhaolamdaily.com/ m
אדער דורכן שיקן א אימעיל צו e signup@kolhaolamdaily.com e

איר קענט אויסוועלן וועלעכע שפראך איר ווילט די נייעס זאל אנקומען צו אייך.
דינסטאג יוני 14, 2016 2:34 pm#31
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א שיסעריי איז פארגעקומען אין א וואל-מארט געשעפט אין אמארילא, טעקסעס ווי א מוסלעמענער ארבייטער האט געעפנט פייער אויף די ארומיגע, נאך א שנעלע פאליציישע ריספאנס איז דער מערדער באפרייט געווארן פון דיזע וועלט צום לעכטיגן גהינום. פארטשענעטלי איז קיינער -אחוץ דער שיסער- ערנסט געשעדיגט געווארן.
זונטאג יוני 19, 2016 4:55 pm#32
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
ראש הקהל האט געשריבן:שלומיאל פארוואס האסטו עס משנה געווען??
עס איז דען דיינע רייד?? ווער געט דיר דאס רעכט יענעם צו משנה זיין די דבורים??

טענות אויף א מנהל אדער אחראי שרייבט מען ערגעץ אנדערש
l viewtopic.php?p=15#p15 l
מאנטאג יוני 20, 2016 5:08 pm#35
Re: פארוואס בין איך אויס אחראי ?
שלומיאל האט געשריבן:מ'וויל מיר נישט צוריקגעבן די אחראי שליסלעך (נאכן זיין אפוועזנד פאר א וויילע צוליב פרנסה צוועקן)

אזוי טוט מען פאר א ניק וואס האט אריינגעלייגט בלוט און שווייס אויפצובויען די קרעטשמע???

כ'מיין אז איך פוץ מיר נאכאמאל אפ פון דא


ביי ביי

צי דו בלייבסט דא.
דינסטאג יוני 21, 2016 11:23 am#36
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מ'האט מיר געבעטן צו ענטפערן
האב איך אנגעוויזן אז דא איז פשוט נישט די אשכול דערפאר
מיטוואך יוני 22, 2016 11:47 am#37
פרשת ילדי תימן צוריק אין די נייעס
מדינת ישראל שטורעמט פונדאסניי מיט "פרשת ילדי תימן", דאס וואס אומצאליגע קליינע קינדער פון תימנ'ער פאמיליעס זענען פארשוואונדן געגאנגען ביים ארויפקומען קיין מדינת ישראל אין די ערשטע יארן פון די גרינדונג פונעם לאנד. די יוסטיץ קאמיטע אינעם כנסת האט געעפנט א פרישן אויספארשונג, ביי וועלכע עס האט אויפגעטרעטן די כנסת מיטגלידערין נאווה בוקר (ליכוד פארטיי) און דערציילט א פערזענליכע געשיכטע פון איר מאמע וועמען די אויטאריטעטן האבן געהאט געזאגט אז איר קינד איז געשטארבן אין שפיטאל, אבער דאס קערפער פונעם קינד האט מען קיינמאל נישט באקומען.

ביים כנסת אויספארשונג זענען אראפגערופן געווארן פארשטייער פון די "עמר"ם" ארגאניזאציע וועלכע קעמפן געוואויר צו ווערן גענוי וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט געטאן מיט די אלע קינדער, צי האט מען זיי פארקויפט, דערמארדעט אדער סיי וואס. פארשטייער פון די ארגאניזאציע האבן פארדאמט דאס וואס די מדינת ישראל רעגירונג האלט אזוי אין געהיים די דעטאלן פון פרשת ילדי תימן, זאגנדיג "דאס איז ממש ווי מדינת ישראל'ס נוקלעארע סוד".

יעקב לזוביק איז דער פירער פון די אפיציעלע ארכיוון פון די מדינת ישראל רעגירונג, און ער האט געזאגט אז ער וואלט זייער שטארק געוואלט ארויסגעבן פאר'ן פובליק אלע דאקומענטן וואס די רעגירונג פארמאגט איבער די ילדי תימן, וואס וועט האפנטליך לעזן די מיסטעריע וואס ס'האט פאסירט מיט די אלע קינדער. לזוביק זאגט אבער אז געזעצליך קען ער דאס דערווייל נישט טאן, ווייל מען דארף האבן א געריכטליכע פארארדענונג צו קענען עפענען ארכיוון און דאס פארעפנטליכן פאר'ן פובליק.

ביי די שטורמישע פארהערן אינעם כנסת איז ארויסגעברענגט געווארן אז די סארט מיסטעריעזע פארשוואונדונגען פון קליינע ניי-געבוירענע קינדער האבן פאסירט אומצאליגע מאל, און נישט נאר מיט קינדער פון תימנ'ער פאמיליעס, נאר אויך פון מאראקא, איראק און אנדערע לענדער, פון וואו אידן זענען ארויפגעקומען וואוינען קיין מדינת ישראל. דער באנייטער שטורעם איבער "פרשת ילדי תימן" איז אזוי שטארק, אז פרעמיער מיניסטער נתניהו האט אויך נעכטן דינסטאג קאמענטירט, זאגנדיג אז ס'איז טאקע געקומען די צייט צו זוכן דעם אמת און דערגיין וואס ס'האט פאסירט מיט די ילדי תימן.

קה"א
מיטוואך יוני 22, 2016 3:59 pm#38
טעראר שרעק
ק"ה

א טעראר שרעק איז נעכטן אנטשטאנען אין ניו יארק סיטי, ווען די פאליציי האבן געמאלדן אז דריי פארשוינען זענען אפגעשטעלט געווארן ביים אריינגאנג צום האלאנד טונעל און מ'האט אין זייער אויטא געטראפן א מאסיווע ארסענאל פון וואפנס, וואס האט אריינגענומען עטליכע גרויסע רעוואלווערס, קליינע ביקסן, רונדעס אמוניציע און קוילן, מעסערלעך, נאכט-ברילן, בולעט-שוץ וועסטלעך און מיליטערישע העלמעטס. עס האט זיך אבער שנעל ארויסגעשטעלט אז די 3 זענען נישט קיין טעראריסטן, נאר זענען וואפן-ליבהאבער וועלכע זענען געווען אויפן וועג "ארויסצוהעלפן א פריינט", ווי זיי האבן דערציילט פאר די פאליציי. זיי ווערן דערווייל געהאלטן פאר אויספארשונגען.
דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:28 am#39
ילדי תימן
הרב מנחם פורוש, תיק מס' 102/97, היה העד החמישי. במהלך תקופה זו בה נעלמו הילדים, הרב פורוש כיהן כמזכיר מפלגת אגודת ישראל. אגודת ישראל דאז היתה אחראית על תיק הרווחה בממשלת בן גוריון. הרב פורוש העיד כי נועד עם בן גוריון בנוגע לילדים שנעלמו אך בן גוריון טען שאינו יודע על כך דבר וביקש הוכחות.
במהלך עדותו התפרץ אליו אחד הנוכחים באולם ודרש ממנו שיחשוף את כל מה שהוא יודע. אחד המאבטחים ביקש מן האיש לעזוב את האולם. בעקבות זאת, התרגז האיש עוד יותר וצעק על המאבטח באומרו כי בעברו עבד כקצין במשטרה ושלא יאמרו לו איך עליו להתנהג. העימות בין האיש למאבטח עבר לפסים אלימים, עת שהמאבטח ניסה בכח להוציא את האיש מן האולם. מאבטחים נוספים נחלצו לעזרתו של עמיתם המאבטח כדי להוציא את האיש מן האולם, בזמן שאמצעי התקשורת מסקרים את האירוע באולם.
מאוחר יותר נודע ליחיאל מן כי שמו של האיש הוא יצחק כרם, אשר החל לעבוד כשוטר במשטרה, קודם לדרגת רב-פקד ופרש מן המשטרה לאחר ש"למד כי כל המערכת מושחתת". מאז פרישתו הקדיש זמנו לחקר הנושא של חטיפת ילדי תימן.
הרב פורוש המשיך בעדותו בפני הועדה. ראש הועדה, שופט בית המשפט העליון בדימוס, יהודה כהן, מתח בקורת על הרב פורוש באומרו כי התאכזב ממנו משום שסיפק מידע בקווים כללים ולא ירד לפרטי העובדות, כפי שציפה ממנו.
צופה אחר, מר יינון גיספן, החל אף הוא לצעוק לעבר הועדה באומרו כי היא מכסה על הסיפור האמיתי. מר גיספן עזב את האולם בזעם וקרא לכל הנוכחים אשר מסכימים עימו לעזוב את האולם כאות מחאה. מחצית מן הנוכחים קמו ועזבו את האולם בשעה שהעיתונות מלווה אותם החוצה.
בעת שהרב פורוש המשיך בעבודתו, פשטה שמועה כי כתב ערוץ 2, מתי כהן אמר שהרב פורוש מסר לו, שלא לציטוט, שמות של אנשים שהיו מעורבים בפרשה, אך הוא פחד להצהיר באופן פומבי על זהותם.
במהלך עדות פורוש קמה אישה מן הקהל ואמרה "מתי כהן נמצא כאן איתנו. מדוע יש לתהות לגבי שמותיהם של המעורבים בפרשה כשאפשר לשאול את מתי כהן…". בעקבות זאת הוצאה האישה מן האולם ע"י אחד המאבטחים.
לא עברה דקה והועדה החוקרת קראה למתי כהן להעיד. מתי כהן אמר כי דבריו של פורוש "הוצאו מהקשרם"…
הוא טען שהרב פורוש רק אמר בפניו כי ישנם אנשים שהיו אז בעמדות בכירות ועדיין בחיים, ועל הועדה לקרוא להם להעיד כדי לבדוק אם בידיהם מידע שעדיין לא נחשף. מתי כהן אמר לועדה כי בתום השימוע ימסור לידיה קלטת שלו עם הרב פורוש בת 19 דקות….
דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:35 am#40
חילוק צווישן בלאט און איד
דער בלאט מאכט העדליינס פון א גורע דרשה, וואס זיי האבן פין לעקן די וועלט ווייסעך נישט
בלאט.jpg
בלאט.jpg (60.18 KiB) געזעהן געווארן 1369 מאל



דער איד דעקט מער ברייטער די שטארקע בחורים וואס גייען נישט בכלל צום גיוס לשכה
איד.jpg
איד.jpg (198.75 KiB) געזעהן געווארן 1369 מאל
דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:11 pm#41
וועט זיך ענגלאנד אפטיילן פון די EU ?
"דער צוקונפט פון ענגלאנד וועט באשלאסן ווערן", האט דערקלערט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער דעיוויד קעמעראן. היינט דאנערשטאג קומט פאר אין ענגלאנד די ספעציעלע וואלן רעפערענדום, ביי וועלכע בריטישע בירגער וועלן האבן א געלעגנהייט אפצוגעבן זייער שטימע, צי ענגלאנד זאל פארבלייבן אלס א טייל פונעם אייראפעאישן יוניאן, אדער זאל זיך דאס לאנד אפטיילן פונעם לאנגיעריגן יוניאן און זיך גיין איר אייגענעם וועג.

דער קאמפיין אז ענגלאנד זאל זיך אפטיילן פונעם יוניאן קומט נאכדעם וואס פילע בריטישע פאליטישאנס האבן איינגעזען אין די לעצטערע יארן אז ענגלאנד פארדינט גארנישט פונעם זיין אנגעשלאסן אינעם יוניאן, נאר פארקערט, זי פארלירט דורכ'ן זיך דארפן צושטעלן צום יוניאן אנשטאט פון זיין זעלבסטשטענדיג. פרעמיער מיניסטער קעמעראן האט פרובירט צו לעזן דעם פראבלעם, דורכ'ן פארלאנגען פון די אנדערע אייראפעאישע לענדער פארשידענע טובות פאר ענגלאנד, אין אויסטויש פאר א צוזאג אז ענגלאנד וועט בלייבן אינעם יוניאן.

למעשה האבן א גרויסע טייל פון פארלאמענט מיטגלידער אין ענגלאנד געזאגט אז זיי זענען נישט צעפרידן מיטן אפמאך וואס קעמעראן האט געשלאסן מיט די אנדערע אייראפעאישע יוניאן לענדער, און דעריבער האט קעמעראן ערלויבט אז מ'זאל פאררופן א רעפערענדום. אויב וועלן א מערהייט בריטישע בירגער היינט שטימען זיך אפצוטיילן פונעם אייראפעאישן יוניאן, וועט ענגלאנד איינשטעלן אירע אייגענע גרעניצן, איר אייגענע וואלוטע און אנדערע אפעקטס וואס מ'וועט צעביסלעך זעהן און שפירן.

קה"א
דאנערשטאג יוני 23, 2016 2:22 pm#42
פראנקפורט, דייטשלאנד. א צאל פארוואונדעט אין משכונות דראמא.
איין מאן איז טויט נאכדעם וואס ער האט געשטורעמט א פראנפורט טיאטער אין דייטשלאנד.

ארום 3:00 האט דער פארמאסקירטער אומאידענטיפיצירטער מאן אריינגעשטורעמט אין א טיאטער וואס איז נארוואס געווארן פול מיט מענטשן און געשאסן פיר מאל פון וואס קיינער איז נישט פארוואנדעט געווארן, א שרעקליכע פאניק האט נאכגעפאלגט ,מענטשן זענען געלאפן פאר זייער לעבן נישט וויסנדיג וואס דער נעקסטע מנוט וועט ברענגען, דער פארשוין האט גענומען משכונות אין א ביה"כ אין די בנין, לויט ווי 'אלמיר עלמיקאוויק' -איינע פון די משכונות- דערציילט האט אים דער פארכאפער געזאגט 'לייג דיר אראפ אויף די ערד אויב דיין לעבן איז דיר טייער'.

די פאליציי וואס איז שנעל אנגעקומען אויפן ארט האט גלייך געשטורעמט די געביידע צו ראטעווען די פארכאפטע אין די טיאטער, זיי האבן אויסגעשאסן טרערון גאז צו פארמישן די שיסער, א צאל ציווילע מענטשן וואס זענען געווען געשטראנדעט אין די געביידע זענען געשעדיגט געווארן פון די גאז און זענען געווארן אפגעפירט צום שפיטאל מיט וואונדן.

די שיסער איז געווארט געשאסן אויף טויט נאך א קורצע פייער אויסטויש מיט די פאליציי, לויט די פאליציי איז ער א אומסטאבילער מאן און נישט קיין טעראריסט.

די פאליציי שטורעמט די געביידע.


-יאהאן עט קרעטשמע.ארג-
דאנערשטאג יוני 23, 2016 7:37 pm#43
Re: וועט זיך ענגלאנד אפטיילן פון די EU ?
יאהאן האט געשריבן:"דער צוקונפט פון ענגלאנד וועט באשלאסן ווערן", האט דערקלערט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער דעיוויד קעמעראן. היינט דאנערשטאג קומט פאר אין ענגלאנד די ספעציעלע וואלן רעפערענדום, ביי וועלכע בריטישע בירגער וועלן האבן א געלעגנהייט אפצוגעבן זייער שטימע, צי ענגלאנד זאל פארבלייבן אלס א טייל פונעם אייראפעאישן יוניאן, אדער זאל זיך דאס לאנד אפטיילן פונעם לאנגיעריגן יוניאן און זיך גיין איר אייגענעם וועג.

דער קאמפיין אז ענגלאנד זאל זיך אפטיילן פונעם יוניאן קומט נאכדעם וואס פילע בריטישע פאליטישאנס האבן איינגעזען אין די לעצטערע יארן אז ענגלאנד פארדינט גארנישט פונעם זיין אנגעשלאסן אינעם יוניאן, נאר פארקערט, זי פארלירט דורכ'ן זיך דארפן צושטעלן צום יוניאן אנשטאט פון זיין זעלבסטשטענדיג. פרעמיער מיניסטער קעמעראן האט פרובירט צו לעזן דעם פראבלעם, דורכ'ן פארלאנגען פון די אנדערע אייראפעאישע לענדער פארשידענע טובות פאר ענגלאנד, אין אויסטויש פאר א צוזאג אז ענגלאנד וועט בלייבן אינעם יוניאן.

למעשה האבן א גרויסע טייל פון פארלאמענט מיטגלידער אין ענגלאנד געזאגט אז זיי זענען נישט צעפרידן מיטן אפמאך וואס קעמעראן האט געשלאסן מיט די אנדערע אייראפעאישע יוניאן לענדער, און דעריבער האט קעמעראן ערלויבט אז מ'זאל פאררופן א רעפערענדום. אויב וועלן א מערהייט בריטישע בירגער היינט שטימען זיך אפצוטיילן פונעם אייראפעאישן יוניאן, וועט ענגלאנד איינשטעלן אירע אייגענע גרעניצן, איר אייגענע וואלוטע און אנדערע אפעקטס וואס מ'וועט צעביסלעך זעהן און שפירן.

קה"א

היינט איז אפגעהאלטן געווארן די רעפערענדאם און די רוזלטאטן קומען אריין אין די מנוטן,
ווי עס האלט יעצט:
50.5 % האבן געשטימט זיך אפצוטיילן
49.5 % האבן געשטימט צו בלייבן
פרייטאג יוני 24, 2016 2:59 pm#44
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די פארלאזערס האבן געהאט די מערהייט!
דער בריטישער פרעמיער האט געמאלדן אז ער וועט לכבוד דעם רעזיגנירן פון זיין אמט אין די קומענדיגע מאנאטן.
פרייטאג יוני 24, 2016 4:19 pm#45
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אלע סטאק מארקעטס האבן היינט נאכגעפאלגט מיט שווערע פארלוסטן לאור די פירוד לבריטאניע.

פרעזידענט אבאמא -וואס האט אפילירט צו די ענגלענדער צו וויילן "בלייבן"- האט געזאגט אז ער רעספעקטירט די מיינונג פון די וויילער זיך צו אפטיילן פון די EU.

דאנעלד טראמפ האט אויך ריאגירט צו די נייעס און האט אויך געהאט וואס צו זאגן. (וואס פרעגטו, וואס ער האט געזאגט? אה, כ'ווייס נישט ס'אינטרעסירט מיר נישט...)
פרייטאג יוני 24, 2016 4:24 pm#46
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נעכטן דאנערשטאג האבן זיך אמעריקאנער בירגער איבערגעצייגט ווי קריטיש וויכטיג די קומענדיגע פרעזידענט וואלן אין נאוועמבער זענען, וויבאלד דער קומענדיגער אמעריקאנער פרעזידענט וועט נאמינירן א נייעם ריכטער צום העכסטן סופרים קאורט און דער ריכטער וועט העלפן מאכן באשלוסן אין קריטישע קעיסעס. די איבערצייגונג איבער די וויכטיגקייט פון די וואלן לגבי דעם סופרים קאורט איז געקומען נאכדעם וואס דער קאורט האט נעכטן ארויסגעגעבן צוויי מאסיווע אורטיילן, ווי פאלגענד.

די ערשטע באשלוס איז געווען איבער "אפוירמעטיוו עקשאן". די 2 דערמאנטע ווערטער באדייטן א סעריע געזעצן וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט אין לויף פון די לעצטערע יארן באשטעטיגט, אז ביזנעסער, אינסטיטוציעס און קאלעדזשעס זאלן זיך רעכענען מיט'ן פאקט אז א שווארצער ליידט מער אין זיין לעבן ווי א ווייסער, און דעריבער זאלן זיי מאכן גרינגערע פראצעדורן פאר שווארצע צו ווערן אקצעפטירט ביי זיי, אפילו אין א פאל וואס דער שווארצער פארמאגט נישט אלע פארלאנגטע קוואליפיקאציעס.

א ווייסע פרוי אין טעקסאס האט אריינגעגעבן א קלאגע אז א קאלעדזש האט איר נישט אריינגענומען, טראץ וואס זי האט געהאט א גלענצנדע הויך-שולע רעקארד, וויבאלד זי איז ווייס און זיי האבן געוואלט ענדערש ארייננעמען שווארצע, זיך צו האלטן צו "אפוירמעטיוו עקשאן". די פרוי האט גע'טענה'ט אז דאס איז דיסקרימינאציע קעגן ווייסע, אבער דער סופרים קאורט האט געאורטיילט אז די פרוי איז נישט גערעכט מיט אירע טענות, ווייל "אפוירמעטיוו עקשאן" איז פולקאם לעגאל. דער אורטייל איז א שטארקע זיג פאר די שווארצע געמיינדע אין אמעריקע.

די צווייטע באשלוס נעכטן פונעם סופרים קאורט איז געווען ווי פאלגענד: אין 2014 האט אבאמא געמאלדן אן אייגענע אימיגראציע רעפארם פארארדענונג, אז עלטערן פון קינדער וועלכע זענען לעגאלע געבוירענע אמעריקאנער, קענען פארבלייבן אין אמעריקע אפילו אויב זיי אליינס זענען נישט לעגאל אין אמעריקע. 26 סטעיטס האבן געקלאגט די אבאמא אדמיניסטראציע איבער דעם פארארדענונג, און אנהייב 2015 האט א פעדעראלער ריכטער געאורטיילט אז אבאמא'ס פארארדענונג איז אומלעגאל.

אצינד האט דער סופרים קאורט נישט ארויסגעגעבן קיין אורטייל, נאר דער געריכט איז געווען צעטיילט גלייך אויף גלייך – 4 פרא-אבאמא און 4 קעגן אבאמא (וויבאלד עס איז נישטא 9 ריכטער זינט ריכטער ענטאנין סקאליע איז געשטארבן). די צעטיילונג פונעם סופרים קאורט באדייט אז אבאמא'ס פארארדענונג איז דערווייל בלאקירט, און דאס איז א שטארקע קלאפ פאר אבאמא, וועלכער האט געהאפט אז זיין אימיגראציע פארארדענונג וועט פארבלייבן אלס טייל פון זיינע היסטארישע פרעזידענטליכע אויפטוען.
זונטאג יוני 26, 2016 8:16 pm#47
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
יאהאן האט געשריבן:אלע סטאק מארקעטס האבן היינט נאכגעפאלגט מיט שווערע פארלוסטן לאור די פירוד לבריטאניע.

פרעזידענט אבאמא -וואס האט אפילירט צו די ענגלענדער צו וויילן "בלייבן"- האט געזאגט אז ער רעספעקטירט די מיינונג פון די וויילער זיך צו אפטיילן פון די EU.

דאנעלד טראמפ האט אויך ריאגירט צו די נייעס און האט אויך געהאט וואס צו זאגן. (וואס פרעגטו, וואס ער האט געזאגט? אה, כ'ווייס נישט ס'אינטרעסירט מיר נישט...)

גלאבאלע עקאנאמיסטן האבן נעכטן שבת ארויסגעגעבן א שאצונג, זאגנדיג אז די וועלט׳ס מארקעטס האבן פארלוירן אזויפיל ווי 2.1 טריליאן דאלער זינט עס איז באשטעטיגט געווארן דאנערשטאג נאכט אז ענגלאנד ציהט זיך ארויס פונעם אייראפעאישן יוניאן.

אין די זעלבע צייט האבן שוין אזויפיל ווי 2.6 מיליאן בריטישע בירגער אונטערגעשריבן א פעטיציע אז זיי ווילן אז די רעגירונג זאל איבערמאכן נאכאמאל דעם רעפערענדום, און געבן נאך א שאנס פאר׳ן פאלק צו שטימען צי מ׳זאל בלייבן אינעם אייראפעאישן יוניאן אדער נישט.

-קה"א-
זונטאג יוני 26, 2016 8:17 pm#48
סאמאליע - 14 טויט אין טעראר אטאקע.
טעראריסטן פון די על שאבאב טעראר גרופע האבן נעכטן דורכגעפירט א טעראר אטאקע אויפן נאסו-האבלוד האטעל אינעם הויפטשטאט פון סאמאליע 'מוגאדישו'.
די טעראריסטן האבן אויפגעריסן א קאר באמבע און דערנאך געשטורעמט אינעווייניג אינעם האטעל. 14 זענען אומגעקומען און 25 פארוואונדעט. 2 פון די אומגעקומענע זענען געווען פון די טעראריסטן.

על שאבאב האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר'ן אינצידענט, אבער ס'איז נישט געווען גלייך קלאר צי עס זענען דא עפעס אויסלענדישע צווישן די אומגעקומענע.

-קה"א-
מאנטאג יוני 27, 2016 1:20 pm#49
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
-ק"ה-
מען האט ווייטער געהערט באריכטן איבער א באוועגונג פון מיליאנען בריטישע בירגער וועלכע ווילן אז ענגלאנד זאל יא בלייבן אינעם אייראפעאישן יוניאן. די פעטיציע איבערצומאכן די רעפערענדום האט באקומען דערווייל אריבער דריי מיליאן שטימען, אבער נעכטן איז די פעטיציע פארמעקט געווארן נאכדעם וואס א באריכט האט געצייגט אז העקערס האבן געהעקט די פעטיציע און געגעבן 77 טויזנט פאלשע אונטערשריפטן, שטעלנדיג די גאנצע פעטיציע אונטער פראגע-צייכן.
מאנטאג יוני 27, 2016 3:38 pm#50
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א ראולערקאוסטער רייד ביים נאמען "צונאמי" איז נעכטן זונטאג נאכמיטאג אראפגעפארן פון די שינעס, פערציג פוס אין דער לופטן, אין א פארק אין מאדערוועל, סקאטלאנד, ברענגענדיג צען פארוואונדעטע, צווישן זיי 8 קינדער און 2 ערוואקסענע. דער אינצידענט האט פאסירט ווען 5 וועגענער פונעם ראולערקאוסטער זענען אראפגעפארן פון די שינעס און ארויפגעפאלן פונקט אויף א רייד פאר קליינע קינדער.

דער "צונאמי" רייד איז א געפארפולע, פארנדיג ביי א שנעלקייט פון פערציג מייל פער שעה און קליינע קינדער אונטער 10 יאר אלט זענען נישט ערלויבט. אלע 10 פארוואונדעטע געפונען זיך אין א סטאבילן צושטאנד.

-קה"א-
בלאט: 1 2 3 4 5