Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די אישו פון ראסע איז ווידעראמאל די הויפט טעמע אין אמעריקע, נאכדעם וואס דאס לאנד האט נארוואס מיטגעלעבט איינס פון די בלוטיגסטע וואכן אין לעצטיגע היסטאריע, אנגעהויבן דערמיט וואס פאליציי אפיצירן אין לואיזיאנא און אין מינעסאטע האבן געשאסן און אומגעברענגט שווארצע מענער אין באזונדערע אינצידענטן, און געענדיגט ביי דעם וואס א שווארצער מיליטאנט, ביים נאמען מייקא עקזעוויער דזשאנסאן, האט געשאסן און אומגעברענגט פינף פאליציי אפיצירן, ביי א פראטעסט אין דאלאס, טעקסאס דאנערשטאג ביינאכט.
נעכטן שבת און מוצאי שבת זענען פארגעקומען פראטעסטן אין אומצאליגע שטעט אין אמעריקע, אריינגערעכנט קאליפארניע, קאלאראדא, פלארידע, לואיזיאנא, ניו יארק, פענסילוועניע, ראוד איילענד און יוטא. אין ניו יארק סיטי זענען די פראטעסטן געווען פרידליך, ווען די מארשירער האבן אויסגעפאלגט די פאליציי נישט אראפצוגיין אויפן ראוד און האבן זיך געהאלטן צו די סיידוואלקס, ביים אריבערמארשירן וויליאמסבורג נאכ'ן אריבערגיין דעם וויליאמסבורג בריק.
אין אנדערע שטעט זענען די פראטעסטן געווען מער היציג. אין מינעסאוטע זענען פארגעקומען די פראטעסטן נעבן דעם ארט וואו פאליציי אפיצירן האבן פאריגע וואך געשאסן און אומגעברענגט דעם שווארצן פילאנדא קעסטיעל. פאליציי און פראטעסטירער האבן זיך ארומגעאמפערט נעכטן נאכט און אזויפיל ווי פיר אפיצירן האבן געדארפט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל מיט וואונדן, ווען פראטעסטירער האבן געשאסן שטיינער און ברענענדיגע פייערווארקס אין זייער ריכטונג.
אין בעיטאן רוזש, לואיזיאנא, וואו פאליציי אפיצירן האבן פאריגע וואך אומגעברענגט דעם שווארצן אלטאן סטערלינג, האבן פראטעסטירער אטאקירט פאליציי אפיצירן און נישט אויסגעפאלגט פארארדענונגען זיך צו האלטן צו די סיידוואלקס. די פאליציי האבן אריינגעברענגט פארפאנצערטע טראקס און האבן ארעסטירט צענדליגער פראטעסטירער. צווישן די פילע ארעסטירטע איז געווען דירעי מעקעסאן, א שווארצער "בלעק לייווס מעטער" אקטיוויסט וועלכער איז א צייט צוריק געלאפן פאר מעיאר אין באלטימאר.
דערווייל איז די שטאט דאלאס, טעקסאס ערווארטעט צו פארבלייבן אין די העדליינס אין די קומענדיגע טעג, ווען עס קומען אפיר אלס מער און מער דעטאלן איבער'ן ברוטאלן שיסער מייקא עקזעוויער דזשאנסאן און די אידענטיטעטן פון די אומגעקומענע און פארוואונדעטע פאליציי אפיצירן. דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז אבאמא וועט באזוכן דאלאס היינטיגע וואך, טראץ וואס א קלארע דאטום איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן.
ק"ה