הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » טעגליכע נייעס בולעטין

טעגליכע נייעס בולעטין

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #210
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:25 am#1
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נאך א גוגל זוכעניש האב איך געפינען א בילד פון אים

בילד


זיין רעגירונגס דאקומענט וואס באשטעטיגט זיין הויכן עלטער

בילד
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:29 am#2
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אומגלויבליך! ער גייט נאך ארום אויף די אייגענע צוויי פיס (מיט א שטעקן שוין יא)
און קען זיך נאך אראפבייגן

און געס וואט... דער אלטער רייכערט!!!
הה"ד גערייכערט פלייש האלט זיך לענגער

א קליפ ווי מ'זעהט אים רייכערן און ארומגיין און צום סוף זעהט מען אים זיך אראפבייגן

m http://www.independent.co.uk/news/world ... 13191.html m
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:31 pm#7
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די עף בי איי האט גערופן צו אלע סטעיט עלעקשאן באורדס צו נעמען שריט צו פארזיכערן זייערע סיסטעמען, נאכדעם וואס איין סטעיט עלעקשאן באורד איז אינפילטרירט געווארן פון א סייבער אטאקע, די העקערס האבן ארויסגעווישט פילע פיילס מיט אינפארמאציע איבער וויילער. עס איז דערווייל נישט קלאר איבער וועלכע סטעיט מען רעדט, און אזוי אויך ווער עס שטייט אונטער דעם.


א געיעג קומט פאר אין לואיזיאנע פאר דריי שעדליכע פארברעכער, נאכדעם וואס עס איז זיי געלונגען זיך צו ארויסכאפן פון תפיסה, זיי זענען אנטלאפן דעם מוצאי שבת פון א טורמע אין פאריש, נאכדעם וואס עס איז זיי געלונגען צו אפהאקן די דראטן און איבערטאנצן א הויכ'ן צוים, די פאליציי האט פארעפנטליכט בילדער פון זיי און געווארנט אז זיי זענען גאר שעדליך.


אין פלארידע איז דא א סיסטעם פון פריצייטיגע וואוטינג, און וויילער קענען אריינגעבן זייערע בעלאטס אין די פריימערי פארמעסטן אויף נאציאנאלע און לאקאלע פארמעסטן, און די טוירנאוט ווערט טיילמאל געזען ווי א אינדיקאציע איבער די ענטוזיאזם פון די וויילער אין א סעזאן פון פרעזידענטליכע וואלן, און עס שטעלט זיך ארויס אז מענטשן זענען נישט צו ענטוזיאסטישע איבער די וואלן, ביז יעצט האבן אפגעגעבן זייערע שטימען ארום 1.7 מיליאן מענטשן, קעגן ארום 2.3 מיליאן אין די זעלבע צייט אין 2003, עס איז ערווארטעט אז מארקא רוביא וועט געווינען זיין פריימערי פארמעסט.


א אומזיסטע פאניק האט אויסגעבראכן אין די לאס אנדשעלעס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד נאכדעם וואס עטליכע רייזנדע האבן אלאמירט די פאליציי איבער שיסעריי וואס האט אויסגעבראכן אין די טערמינאל, די פאליציי האט באלדיג עוועקיואירט דעם לופטפעלד, אבער נאך א קורצע אונטערזיכונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די שרעק איז געווען אומזיסט, אבער דאס האט געברענגט אסאך אומבאקוועמליכקייט און פארשפעטיגטע רייזעס.


א לאבארטאריע וואס פארשט קרימינאלע פארברעכן אין בריסל איז געווארן אונטערגעצינדען נעכטן, די "נאציאנאלע פארענזיק לאבערטאריע" אנטהאלט באווייזן איבער קרימינאלע פארברעכן וואס זענען אונטער אויספארשונג, אריינגערעכנט טעראריזם פארברעכן. די ארסאן אטאקע איז פארגעקומען אינמיטן די נאכט ווען קיינער איז נישט דארט געווען און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, און עס ווערט געפארשט אויב די אטאקע איז פארבינדען צו טעראריזם און וואס עס זענען געווען די מאטיוון פון די פארברעכער. צווישן די שאדנס פון די פייער זענען פילע באווייזן איבער פארברעכנס, אריינגערעכנט די. ען. עי. סעמפלס.


א רוסישער זשורנאליסט וואס איז געווען באקאנט מיט זיין אויסגעשפראכענע קריטיק אויף וולאדימיר פוטין איז געפונען געווארן טויט אין זיין היים אין קיעוו, אוקריינע. וואוהין ער איז אנטלאפן צוליב פחד פון די רוסישע געהיים אגענטורן. דער רעפארטער אלעקסאנדער שעטינין האט אויפגעגעבן זיין רוסישע בירגערשאפט און אנטלאפן קיין אוקראינע, אבער די לאנגע האנט פון פוטין האט אים ווארשיינליך דערגרייכט. די קיעוו פאליציי זאגן אז זיין טויט איז ווארשיינליך א זעלבסטמארד, אבער אנטי-פוטין קאמענטירער זאגן אז ער האט שוין א היסטאריע פון אוועקלייגן מענטשן און עס מאכן אויסקוקן ווי א זעלבסמארד.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:48 pm#8
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
דשאן מ'קעין שטייט אויס שווערע פריימערי פארמעסט מארגן
דער 80 יעריגער פאליטישע וועטעראן דשאן מ'קעין שטייט אויס איינע פון די שווערסטע ווידערערוויילונג פארמעסטן אין זיין לאנג-יעריגע קאריערע ווען ער וועט זיך מארגן פארמעסטן אין די רעפאבליקאנער פריימעריס אין אריזאנע, דער געוועזנער פרעזידענטליכער קאנדידאט טוט אפיציעל שטיצן טראמפ אבער די נייע ווינטן וואס בלאזן אין די רעפאבליקאנער פארטיי בלאזן קעגן אזא מעסיגער קאנדידאט ווי מקעין.

זיין רעפאבליקאנער אפאנענט וואס פארמעסט זיך קעגן אים אין די פריימעריס, דער 47 יעריגער קעלי וואורד נוצט זיין הויכע עלטער אלס א חסרון, און זאגט אז ער וועט נישט קענען פונקציאנירן ביי די ענדע פון זיין 6 יעריגע טערמין, פרישע אנקעטעס צייגן אז די אונטערשייד צווישן זיי טוט זיך פארשמעלערן און ער איז בלויז מיט 9 פונקטן פאראויס אין די פריימעריס וואס קומען פאר מארגן.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:49 pm#9
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
תימן, זעלבסמארד אטאקע לאזט איבער 54 טויטע

א זעלבסמארד קאר אטאקע האט אויפגעריסן – היינט מאנטאג - אין די שטאט עדן אין תימן, און איבערגעלאזט אמווייניגסטנס 54 טויטע, לויט די ארטיגע אויטאריטעטן. די איסלאמישע שטאט-אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע.

אין די אטאקע זענען אומגעברענגט געווארן פרישע זעלנער וואס זענען רעקרוטירט געווארן פאר די פרא-רעגירונג מיליטער, וועלכע איז צוזאמגעשטעלט פון הויפטזעכליך סוני מוסלעמענער. און ארבעטן צוזאמען מיט א פרא-סאודישע קאאליציע צו באקעמפן די שיאטישע רעבעלן וואס ווערן געשטיצט דורך איראן, באקאנט אלס די "הוטי" מיליציעס, און טראץ וואס אייסיס זענען סונישע מוסלעמענער, טוען זיי אויסנוצן די כאאס צו פארברייטערן זייער פאזיציע אין תימן.

די אטאקע האט אויך פארוואונדעט ארום 70 און 30 פון זיי זענען אין א קריטישע צושטאנד. בייוואוינער האבן אראפגעמאלן פאר די פרעסע א גאר גרויליגע בילד פון די גרויזאמע אטאקע, וואס איז פארגעקומען ביי א רעקרוט צענטער פון די רעגירונג. זיי האבן געזאלט געפירט ווערן קיין סאודי אראביע צו דורכגיין טרענירונג.

דערווייל האלטן די הוטי רעבעלן גרויסע חלקים אין דרום תימן אריינגערעכנט די הויפטשטאט צנעה, און די סאודישע רעגירונג האפט צוריק צו קעמפן און צוריקכאפן קאנטראל.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:54 pm#10
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
פילע וואלונטירן אין לואיזיאנע געשעדיגט אין שרעקליכע עקסידענט

א באס וועלכע איז געדרייווט געווארן דורך א אומלעגאלע אימיגראנט אן קיין לייסענס האט געמאכט א עקסידענט דעם זונטאג אינדערפרי, אין לואיזיאנע. אין די עקסידענט זענען אומגעקומען צוויי מענטשן, און נאך צענדליגע זענען פארוואונדעט געווארן, לויט די פאליציי.

די עקסידענט האט פאסירט ווען די באס דרייווער האט געדרייווט אויף א הויכע ספיד און האט זיך צוזאמענגעשטויסען אין א פייערלעשער טראק, די באס איז געווען אויפ'ן וועג קיין בעטאן רוזש אין לואיזיאנא, און איז געווען פיל מיט הילפס-ארבטער וואס זענען געווען אויפ'ן וועג צו העלפן מיט די דארטיגע קאטאסטראפע וואס גייט פאר זינט די שרעקליכע פארפלייצונגען.

איינע פון די אומגעקומענע איז א פייער שעף אין דיגעגענט, וועלכע איז געשטאנען נעבן די פייער טראק, און איז אומגעווארפן געווארן צוזאמען מיט צוויי אפיצירן. אזוי אויך זענען נאך עטליכע קארס געשעדיגט געווארן אין די אינצידענט.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:55 pm#11
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
איראן נוצט רוסישע טעכנאלאגיע צו באשיצן נוקלעארער סייט

די איראנער אפיציעלע פרעסע האט געצייגט אז איר מיליטער האט אנגעהויבן פלאצירן רוסישע "עס-300" לופט שוץ סיסטעמען ארום זייער אונטערערדישע פארדו נוקלעארע אינסטולאציע. פילע עקספערטן זענען ביי די מיינונג אז איראן טוט ווייטער אנטוויקלן דארט נוקלעארע וואפן טראץ די אפמאך צווישן אמעריקע און איראן אונטער וועלכע איראן האט געזאלט אפשטעלן אלע אירע וואפן אנטוויקלונג. די שוץ סיסטעמען טוט פארשטערקערן דעם פארדאכט אז איראן טוט פארלעצן דעם אפמאך און אנגיין מיט אירע פראגראמען.

די פארדא בונקער געפונט זיך ארום 60 מייל ווייט פונעם הויפטשטאט טעהראן, און געפונט זיך 300 פוס אונטער א בארג וואס מאכט עס כמעט אוממעגליך צו באבמבאדירן, די פאקט אז איראן זוכט צו לייגן נאך זיכערהייטס מאנסאמען צייגט אז זי האט מורא פון א שפיאנאזש אקציע העכער די סייט וואס איז נישט געווען באקאנט פאר די וועלט ביז 2009.

אין אנדערע נייעס האט די איראנער רעגירונג געזאגט אז אן אמעריקאנער מיליטערישע דראון איז אריינגעפלויגן איבער איר טעריטאריע, דער אינצידענט האט פאסירט היינט מאנטאג, ווען דער אמעריקאנער דראון איז אריבערגעפלויגן דעם גרעניץ צווישן אפגאניסטאן און איראן, א ווארענונג סיגנאל איז ארויסגעשיקט געווארן און דער דראון האט באלדיג פארלאזט דעם ראיאן.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:56 pm#12
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
וואשינגטאן ברויזט נאכדעם וואס טערקיי אטאקירט פרא-אמעריקאנער רעבעלן אין סיריע

עס איז בערך א וואך וואס טערקיי האט געעפנט א מאסיווע אינוואזיע אריין אין צפון סיריע, מיט די אנגעבליכע ציהל צו עלימינירן די טעראר הויפטקווארטירן וואס אייסיס אפערירט דארט, אבער איר נאט"א אלאירטע פריינט די פאראייניגטע שטאטן קוקט שוין מיט א קרום אויג אויף אירע אפעראציעס. טראץ וואס אמעריקע שטיצט די אפעראציע דרוקט זי אויס אומצופרידנהייט מיט די פאקט אז די טערקישע מיליטער טוט מער צילן די קורדישע איינוואוינער פון די געגענט ווי די אייסיס טעראריסטן.

באלד אין אנהייב פון די אפעראציע איז געלונגען פאר די שווערע ארטילערי כוחות פון טערקיי צו באפרייען די גרעניץ שטאט יאראבלוס פון די איסלאמישע שטאט, און עס איבערגעבן פאר די פרא-טערקישע רעבעלן. אבער זינט דאן – טוען מיליטערישע קוועלער זיך באקלאגן – טוען די מיליטערישע כוחות זיך קאנצעטרירן אויף צו אוועקשטופן פרא-קורדישע גרופעס - וואס ווערן געשטיצט דורך וואשינגטאן - פון די גרעניץ, צוליב איר זארג אז זיי וועלן זיך פאראייניגן מיט זייערע ברודער די אנדערע זייט גרעניץ.

די קריטיק טוט פון פריש באנייען די לעצטע וואכן פון אנגעצויגנקייט צווישן וואשינגטאן און אנקארא אין ליכט פון די דורכגעפאלענע פוטש, א ריס וואס וויצע פרעזידענט ביידען האט פרובירט צו פארהיילן לעצטע וואך ביי זיין באזוך אין אנקארא.

JP
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:57 pm#13
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אימפיטשמענט פראצעס פאר'ן פרעזידענט אנגעהויבן אין בראזיליאנער סענאט

אין בראזיל גייט אצינד אריין אין די לעצטע שטאפלן די אימפיטשמענט פון פרעזידענט דילמע רוסעף, וועלכע איז ערוויילט געווארן אין יאר 2010 אלס ערשטע פרוי פרעזידענט פון בראזיל, און איז נאכאמאל ערוועלט געווארן מיט א שמאלע מערהייט אין 2014. אצינד ווערט זי געפלאגט פון קארופציע קלאגעס, און מיט עטליכע חדשים צוריק האט די פארליאמענט און בראזיל אנגעהויבן א אימפיטשמענט פראצעס.

די אימפיטשמענט פראצעס גייט שוין אן פאר לאנגע חדשים, אבער איז געווארן איבערגעהאקט מיט די לעצטע אלימפישע שפילן וואס איז פארגעקומען אין בראזיל, און אצינד איז עס אריבער צום ענדגילטיגן שטאפל פון א אפשטימונג אינעם סענאט.

די פרעזידענט רעסאף האט אויפגעטרעטן פאר'ן סענאט צו פארשטעלן איר פארטיידיגונג, און האט אין א עמאציאנעלע רעדע פארטיידיגט איר רעקארד, און אוועקגעמאכט די אלע באשולדיגונגען אלס בלויז פאליטישע שטיקעס פון אירע קעגנער "ווען א ערוויילטע פרעזידענט ווערט ארויסגעווארפן פאר א פארברעכן וואס זי איז נישט באגאנגען איז עס נישט קיין אימפיטשמענט עס איז א פוטש" האט זי דערקלערט, און אנגעדייטעט אז זי פלאנט צו קעמפן צו א ביטערע ענדע.

אצינד דינט זי שוין פאקטיש נישט אלס פרעזידענט און רוב פון די פונקציעס ווערט אויסגעפירט דורך איר דעפיוטי, וועמען זי באשולדיגט אין אריינשטעקן איר א מעסער אין רוקן.

זי ווערט באשולדיגט אין פעלשן די ציפערן פון די בודשעט אין די ענדע פון איר ערשטע טערמין, כדי צו באהאלטן א דעפעציט און זיכער מאכן אז געוויסע פון אירע סאציאלע פראגראמען קענען ווייטער לויפן, און אזוי אויך אויף א קיקבעק סקאנדאל צווישן די אפיציעלע רעגירונג אויל קאמפאני וואס זי איז געשטאנען אין איר שפיץ פאר'ן לויפן פאר פרעזידענט.

אויסערליכע אנאליסטן האלטן אז ביידע זייטן פון די פאליטישע ספעקטרום זענען אייניג קארופטירט, און רוב פון די וואס ארבעטן איר צו אימפיטשן זענען שוין געווארן אנגעקלאגט אין די פארגאנגהייט אויף שווערערע קארופציע קלאגעס, און די יעצטיגע פרואוו איר צו ארויסווארפן פון אמט איז בלויז א פאליטישע שפיל פון די אפאזיציע צו צוריקקומען צו די מאכט.

JP
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:59 pm#14
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
ווענעזועלער מעיאר ארעסטירט דורך רעגירונג

ווענעזועלע – די קאמוניסטישע רעגירונג אין ווענעזועלע האט ארעסטירט דעניעל סאבאלעס, דער געוועזענער מעיאר פון די ווענעזועלער שטאט סאן קריסטאבעל. סאבאלעס איז ארעסטירט געווארן אין יאר 2014 נאכדעם וואס די ווענעזועלער רעגירונג האט אים באשולדיגט אז ער האט אונטערגעשטעלט פראטעסטן קעגן די קאמוניסטישע רעגירונג פון פרעזידענט ניקאלעס מאדורע, אבער ביז יעצט איז סאבאלעס געהאלטן געווארן בלויז אונטער הויז ארעסט, און יעצט איז ער גענומען געווארן אין טורמע. די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט פארדאמט די ארעסט.


איראן ארעסטירט נוקלעארער דיפלאמאט

טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט אבדולראסול עספארהאני, אן איראנער דיפלאמאט וועלכער האט געהאלפן פירן די געשפרעכן צווישן אמעריקע און איראן איבער איראנ'ס נוקלעארע פראגראם. עספארהאני, וועלכער פארמאגט טאפלטע בירגערשאפט אין איראן און אין קאנאדע, ווערט אנגעקלאגט דורך די איראנער רעגירונג אז ער האט אויסגענוצט זיין הויכע פאזיציע אין איראן ארויסצוגעבן נוקלעארע סודות פאר איראנ'ס פיינט. עספארהאני איז באזונדער באקאנט פאר'ן אויסארבעטן דעם אפמאך אז אמעריקע זאל צוריקצאלן געלט פאר וואפנס וואס איראן האט געזאלט קויפן פון אמעריקע בעפאר די 1979 איסלאמישע רעוואלוציע, וואס איראן האט שוין געהאט פאראויסגעגעבן דאס געלט.


ווער איז אייסיס טעראריסטקע סעלי דזשאונס?

ענגלאנד – די בריטישע מידיא איז פארנומען מיט'ן דעקן א טראגישע געשיכטע נאכדעם וואס פארגאנגענעם פרייטאג איז אפירגעקומען א פרישע אייסיס ווידעא אין וועלכע מען זעהט 5 קליינע קינדער, וועלכע דינען אלס אפיציעלע זעלנער פאר אייסיס, דורכפירן א קאלטבלוטיגע מארד אויף 5 אומשולדיגע קורדן אין די שטאט ראקא אין סיריע. א בריטישער מאן איז נעכטן ארויסגעקומען און געזאגט אז איינער פון די פינף קינדער איז זיין יונגל. דער מאן איז געווען חתונה געהאט צו סעלי דזשאונס און געהאט דאס קינד. אין 2013 האט דזשאונס גענומען דאס קינד, אנטלאפן קיין סיריע און זיך אנגעשלאסן אין אייסיס. דער צען יעריג קינד טראגט היינט דעם אייסיס נאמען אבו אבדולא על בריטאני.


8 פּאראגווייער זעלנער אומגעברענגט

פּאראגוויי – די מיליטער אין פאראגוויי זאגט אז אנטי-רעגירונג רעבעלן האבן דורכגעפירט א סורפרייז אטאקע אויף א זעלנער יוניט וועלכע איז געווען סטאנציאנירט אין א שטעטל וואו די רעבעלן זענען שטארק אקטיוו, און אלעס אינאיינעם האבן די רעבעלן באוויזן אומצוברענגען אכט פאראגווייער זעלנער. די רעבעלן רופן זיך די "פּאראגוויי פּיפּעלס ארמיי" און באשטייט פון א גרופע לינקע קעמפער וועלכע האלטן אז די רעגירונג פאלגט נישט נאך גענוג שטארק די אמאליגע קאמוניסטישע אידעאלן. פאראגוויי פרעזידענט הארעשיא קארטעס האט באזוכט ביים ארט פונעם אטאקע און האט פארשפראכן נקמה קעגן די רעבעלן.


שיסעריי שרעק אין לאס אנדזשעלעס לופטפעלד

לאס אנדזשעלעס - נעכטן אינמיטן דער נאכט האט זיך אנטוויקלט אן ערנסטע שרעק איבער א שיסעריי אינעם לאס אנדזשעלעס אינטערנעשאנעל לופטפעלד, און די פאליציי האבן אנגעהויבן עוואוקואירן מאסן פאסאזשירן פונעם הויפט טערמינאל. עס האט זיך אבער שפעטער ארויסגעשטעלט אז די שרעק איז געווען אן אומזיסטע.


שיכור'ע יונייטעד עירליינס פילאטן ארעסטירט

ניו יארק – א פליגער פון יונייטעד עירליינס וועלכע האט געזאלט ארויספארן פון סקאטלאנד קיין ניו יארק סיטי נעכטן איז פארשפעטיגט געווארן מיט צען שעה נאכדעם וואס די פילאטן וועלכע האבן געדארפט פירן דעם פליגער זענען ארעסטירט געווארן ווען א רוטינע אונטערזוכונג האט אנטדעקט אז זיי זענען געווען גאר שטארק אנגעטרינקען. די צוויי זענען ארעסטירט געווארן און ערווארטן קלאגעס פאר'ן וועלן איינשטעלן די לעבנס פון 141 פאסאזשירן און מאנשאפט.


3 ארעסטאנטן אנטלאפן אין לואיזיאנא

לואיזיאנא – פאליציי אין נאטשיטשאס, לואיזיאנא האבן געזאגט אז 3 ארעסטאנטן זענען אנטלאפן פון א לאקאלע טורמע און האבן ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר איינוואוינער אינעם גאנצן ראיאן צו זיין באזונדער פארזיכטיג. די דריי דינען לאנגיעריגע טורמע טערמינען, פאר קלאגעס פון באוואפנטע רויבעריי און אויך מארד. די טורמע באאמטע זאגן אז בשעת'ן אנטלויפן האבן די ארעסטאנטן נישט געהאט קיין וואפנס און געצייג, נאר זענען פשוט איבערגעשפרונגען א הויכן דראנטן צוים, אבער עס איז מעגליך אז זיי האבן שוין געלייגט א האנט אויף וואפנס זינט'ן אנטלויף מוצאי שבת.


קה"א
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:25 pm#15
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אנטי-פוטין זשורנאליסט 'מיסטעריעז' אומגעקומען...

קיעוו – א פאפולערער אנטי-פוטין רוסישער זשורנאליסט וועלכער האט זיך באקאנט געמאכט אין די לעצטערע יארן מיט זיין שטייפע קריטיק קעגן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, איז געפונען געווארן געשאסענערהייט טויט אין זיין אפארטמענט היים אין קיעוו, אוקריינע. אלעקסאנדער שעטינין האט א צייט צוריק אויפגעגעבן זיין רוסישע בירגערשאפט און זיך געצויגן קיין אוקריינע, ציטערנדיג פאר זיין לעבן צוליב זיין שארפע נאכאנאנדע קריטיק קעגן פוטין. די קיעוו פאליציי זאגן אז זיין טויט איז געווען א זעלבסטמארד, אבער עקספערטן זאגן אז רוסישע רעגירונג מערדער זענען געלערנט צו מאכן אויסזעהן זייערע מארדן ווי דער אומגעקומענער איז באגאנגען זעלבסטמארד.
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:46 pm#16
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מיין מיינונג האט געשריבן:א בראזיליאנע קאנגרעסיאנעלע קאמיטע האט געשטימט צו מוטיגן א אפשטימונג צו מען זאל אימפיעטשן די בראזיליאנע פרעזידענט. נאך באשולדיגונגען אז זי האט מאניפולירט רעגירונג'ס אקאונטס צו באהאלטן די וואוקס פון די דעפעציט זייערע.
די אפשטימונג וועט פארקומען דער 17'טער אדער אכצנטער אפריל.

היינט האט די סענאט ענדגילטיג געשטימט אויף די אימפיעטשמענט. 61 סענטארן האבן געשטימט אויף "יא" צו בלויז 20 וואס האבן געשטימט אויף "ניין". ארויס!
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:38 pm#17
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א אונטערערדישע פארקינג-לאט איז צוזאם געפאלן אין תל אביב
ס'איז דא באריכטן פון 23 פארוואונדעטע און 2 טויטע רח"ל
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:59 pm#18
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שלומיאל האט געשריבן:א אונטערערדישע פארקינג-לאט איז צוזאם געפאלן אין תל אביב
ס'איז דא באריכטן פון 23 פארוואונדעטע און 2 טויטע רח"ל
שנשמע ונתבשר בשורות טובות


שטייענדיג מער ווי 24 שעה נאך די טראגעדיע אין תל אביב זאגן פרישע באריכטן אז די צאל באשטעטיגטע פאטאליטעטן אין די צוזאמענפאל פון די פארקינג לאט אין תל אביב איז געשטיגען צו 3, אין די צייט וואס נאך פיר ארבעטער געפונען זיך נאך באגראבן אונטער די ברוכווארג, די 4 זענען אראבישע ארבעטער, צוויי פון זיי פאלעסטינער פון די מערב ברעג.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:03 pm#19
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נאכ'ן אנרופן דעם פרעזידענט מיט פארשידענע באלדיגונגען און אים סטראשען אז ער וועט אים שעלטן. טוט דער פילפינער פרעזידענט זיך אנטשולדיגען און זאגט אז ער האט טיפע באדויער אז זיינע קאמענטאן "האבן אויסגעקוקט" ווי א פערזענליכע אטאקע אויפ'ן פרעזידענט, ער האט געזאגט אז זיין שטאב ארבעט נאך מיט'ן פרעזידענט צו זעהן אויב מען קען ווייטער גיין מיט'ן מיטינג.


ארום 24 ארעסטאנטן זענען אומגעקומען אין א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א טורמע אין אטיאפיע, נעבן די הויפט שטאט אין אדיס אבאבע, די רעגירונג האט פון אנהויב פרובירט צו באהאלטן די נייעס און געזאגט אז בלויז איינער איז אומגעקומען, אבער לעצטע באריכטן זאגן אז די אויטאריטעטן האבן געלאזט די ארעסטאנטן פארברענט ווערן, און צוויי ארעסטאנטן וואס האבן פרובירט צו אנטלויפן זענען געשאסן געווארן.


טערקיי זאגט אז צוויי פון אירע סאלדאטן זענען אומגעקומען און נאך פינף פארוואונדעט געווארן אין א אטאקע אויף זייער מאטארקאדע אין צפון סיריע ווי עס קומען פאר שלאכטן. די מיליטאנטן האבן באשאסן די טאנק מיט ראקעטן, דאס קומט נאכדעם וואס די אייסיס מיליטאנטן אין די געגענט זענען גענצליך אפגעהאקט פון די דרויסענדיגע וועלט, און זיי פירן נאך א גארילא קאמפ מיט זייער לעצטע כוחות.


מארד אין שיקאגא שטייגט צו רעקארד פון צוויי צענדליג יארן

ארום 13 מענטשן זענען אומגעקומען בלויז אין די לעצטע וויקענד פון אויגוסט וואס ברענגט די צאל אומגעקומעןנע פון אנהויב יאר ביז יעצט צו 500, א רעקארד צאל טויטע זינט די 80ער יארן. עס קומען פאר ארום 82 שיסערייען יעדע וואך אין שיקאגא, יעדע וויקענד קומען פאר ארום 64 שיסערייען וואס 8 דערפון זענען פאטאל, לויט לעצטע שאצונגען. איינוואוינער אין געוויסע געגענטער אין שיקאגא קענען נישט ארויסגיין פון זייערע היימען פון ווען עס ווערט נאכט. דאס איז הויפטזעכליך אין די געגענטער וואס זענען געדעכט באוואוינט מיט א ארימע אפריקאנער אמעריקאנער באפעלקערונג.

שיקאגא האט שטרענגע גאן געזעצן, און פילע פרא-גאן אקטיוויסטן צייגן אן אויף שיקאגא אלס באווייז אז שטרענגערע גאן געזעצן זענען נישט אפעקטיוו מיט צוריקהאלטן פארברעכן. אבער אנדערע צייגן אן אז 60% פון די וואפן ווערן געקויפט אין שטאטן מיט לויזערע גאן געזעצן. דאס קומט אין ליכט פון א שטארקע ריס צווישן די פאליציי און די שווארצע געמיינדע, וואס מאכט שווערער פאר די פאליציי צו פאטראלירן די געגענט, און ווייניגער מענטשן אין די געגענטער זענען וויליג צו קאלאבערירן מיט פאליציי צוליב די שווערע באציאונגען מיט די פאליציי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:09 am#20
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א שווערע עקסידענט נעכטן נאכט אין גלילות פון מאנסי האט אומגעברענגט א בחור און שווער פארוואונדעט זיין חבר

שנשמע ונתבשר בשורות טובות
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 4:42 pm#21
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
הומאניטארע הילף ארנאניזאציעס קריטיקירן יו. ען. - פילע הומאניטערישע הילף ארגאניזאציעס וואס אפערירן אין סיריע האבן היינט געמאלדן אז זיי וועלן אפהאקן זייער פארבינדונגען מיט די פעלקער פאראיין ווען עס קומט צו סיריע. ארום 70 ארגאניזאציעס האבן שוין געמאלדן זייער באשלוס צוליב דעם וואס די יו. ען. קאלאבערירט מיט די אסאד רעזשים, און לאזט זיי באשליסן אין וועלכע געגנטער די הילפס פעקלעך זאלן אנקומען, און ער שיקט עס נאר צו די פלעצער ווי די באפעלקערונג שטיצט זיין רעזשים.


א שיסעריי האט אויסגעבראכן אין א שולע אין טעקסאס, - אין די ערשטע טעג פון די נייעס סקול יאר. די שיסעריי האט אויסגעבראכן אין די אלפיין הויך שולע אין טעקסאס און איינער איז פארוואונדעט געווארן, און דער שיסער האט זיך אליין אומגעברענגט, און אזוי אויך איז א פאליציי אפיציר געשאסן געווארן בטעות דורך א זיכערהייטס אפיציר. דאס ברענגט ווידער אויף די געפאר פון גאנס אין סקול לענגאויס אמעריקע.


נתניהו און עבאס וועלן אפהאלטן סאמיט אין מאסקווע - נאכדעם וואס דער פאלעסטינער פרעזידענט מוכאמאד עבאס האט באשולדיגט מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו אז ער האט זיך אנטזאגט זיך צוזאמענטרעפן מיט אים אויף שלום געשפרעכן אין מאסקווע. האט די רוסישע רעגירונג היינט אינדערפרי געמאלדן אז די צוויי זייטן האבן מסכים געווען זיך צו טרעפן אין מאסקווע אויף א שלום סאמיט, אבער עס איז אבער נאכנישט קלאר א דאטום און פונקטליכע דעטאלן.


פעדעראלע פראקורארן ווארפן ארויס קלאגעס קעגן געוועזענער ווירדזשיניע גאווערנער – נאך א יאר לאנגע פארשלעפטע לעגאלע קאמפ וואס איז אנגעקומען ביז צום סופרים קאורט וועלכע האט אפגעווארפן די אורטייל פון א נידריגע געריכט און אים ריינגעוואשן פון כאבאר קלאגעס, האט די פעדעראלע פראקוראר געזאגט אז זיי וועלן נישט ווייטער גיין מיט די אנקלאג, די געריכט האט געאורטיילט אז זיין האנלונג איז געווען נישט אויסגעהאלטן אבער ער איז נישט באגאנגען קיין קרימינאלע פארברעך מיט'ן נעמען מתנות און טובות פון א מיליאנער אין אויסטויש פאר'ן אים העלפן פראמאטן א ווייטאמין פראדוקט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:18 pm#22
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שלומיאל האט געשריבן:א שווערע עקסידענט נעכטן נאכט אין גלילות פון מאנסי האט אומגעברענגט א בחור און שווער פארוואונדעט זיין חבר

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

א גאר שוידערליכע עקסידענט אויף רוט 202 האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון א טייערע ישיבה בחור, און האט איבערגעלאזט נאך א בחור שווער פארוואונדעט, די עקסידענט האט פאסירט נעבן די ישיבה תפארת התורה, ווען א אף דוטי פאליציי אפיציר איז אראפגעפארן רוט 202 און ער האט אריינגעשמעטערט אין קאר וואס איז געווען נעבן ווי די צוויי בחורים וועלכע זענען געשטאנען אינדרויסן פון ישיבה, דער תלמיד הישיבה איז אומגעקומען אויפן פלאץ פון די וואונדן, דער בחור קומט פון ארגענטינע און האט גולה געווען למקום תורה צו ישיבת תפארת התורה.

דער צווייטער בחור וועלכער קומט פון מעקסיקא, איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע וואונדען אבער זיין מצב האט זיך סטאביליזירט, און כלל ישראל איז מתפלל פאר דוד יוסף בן לאה אז ער זאל האבן א רפואה שלימה. און מען זאל מער נישט הערן אזעלכע ביטערע בשורות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:33 pm#23
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
פינאנציעלע וועלט צוטרייסלט: וועלס פארגא האט געעפנט איבער א מיליאן פאלשע קאנטעס

די בענקינג ריז וועלס פארגא האט אפגעזאגט אזויפיל ווי 5,300 איינגעשטעלטע וואס זענען געווען פארמישט אין א סקאנדאל אין וועלכע זיי האבן געעפנט פאלשע בענק קאנטעס, מיט די ציל צו צייגן רעזולטאטן און באקומען זייערע באונוסן.

די וועג וויאזוי זיי האבן עס געמאכט איז געווען צו נעמען געלטער פון עקזיסטירנדע בענק קאנטעס וואס זענען געווען גענוג אנגעפולט מיט געלט און די אייגנטומער האבן נישט צופיל איבערגעקוקט, און זיי האבן געעפנט פאר די אייגענטומער א פרישע באנק קאנטע אן זיין וויסן, און אהין אריבערגעפירט פאנדן פון זיין אנדערע באנק קאנטע.

אזוי אויך האבן זיי אליין אויסגעפילט אזויפיל ווי א האלב מיליאן קרעדיט קארטל אפליקציעס וואס די באטרעפנדע האבן קיינמאל נישט געבעטן דערפאר.

די סקאנדאל וועט קאסטן די פירמע 158 מיליאן דאלער אין שטראף פאר די רעגירונג פאר'ן פארלעצן די רעגולאציעס, און גלייכצייטיג נאך 5 מיליאן דאלער אלס פארגיטיגונג פאר די קליענטן. די באנק האט אויפגעזאגט יעדער וואס איז געווען פארבינדען צו דעם סקאנדאל, און עס נעמט אריין ארום 1% פון איר ארבעטס קראפט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 5:40 pm#24
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
בארימטער פאן וואס האט געפלאטערט איבער די ברוכווארג פון גראונד זירא אפגעפונען

איינע פון די בילדער וואס איז געבליבען איינגעקריצט אין די קאלעקטיווע זכרון פון די אמעריקאנער פאלק איז דאס אין וועלכע מען זעט עטליכע פייער לעשער הייבן אויף דעם אמעריקאנער פאן העכער די ברוכווארג פון די צווילינג טורמעס, אלס א צייכן פון שטארקייט און קאמפסגרייטקייט נאך די שרעקליכע אטאקעס וואס האט אויפגעשוידערט דעם אמעריקאנעם פאלק.

די פאן איז געבליבן א סימבאל אויף אמעריקאנער שטארקייט און שטאנדהאפטיגקייט, אבער נאך עטליכע טעג ווען די ארבעט איז געווארן אינטענסיוו איז די פאן פארשוואונדען געווארן און זינט דאן האט מען נישט געוויסט ווי זי איז אפירגעקומען.

נאך דעם וואס עס איז אראפגענומען געווארן איז די פאן ארומגעפארן די וועלט און האט געפלאטערט אויף אמעריקאנער קריגס שיפן אין מיטל מזרח, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז עס נישט געווען די ריכטיגער פאן, און די עכטע פאן איז אייגנליך געליגן פארווארפן, און איז צוריקגעקומען צו א פייער סטאנציע ווען א אנאנימער מאן האט עס אריינגעברענגט אין א פלעסטיק זעקל, ער האט עס באקומען זייענדיג א מארין צו אויפהענגן אויף א שיף און ער האט נישט געוויסט די סימבאלישקייט פון די פאן, און האט עס געהאלטן ביז ער איז געוואויר געווארן איבער וועלכע פאן עס האנדלט זיך און עס צוריקגעברענגט צו די פייער דעפארטמענט.

יעצט שטייענדיג 15 יאר נאך די אטאקעס איז די פאן ענדליך געפונען געווארן אין וועט ארויסגעשטעלט ווערן אין די 911 מוזיאום, און נאך 15 יאר וועט זיך צוריקקערן און דינען אלס סימבאל פון די שטוינענדע ערהוילונג פון ניו יארק נאך די שרעקליכע אטאקעס.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:05 pm#25
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
פופצנטע יארטאג פון סעפטעמבער עלעווען אטאקעס

ניו יארק - היינט ווערט אפגעצייכנט איבער אמעריקע די פופצנטע יארטאג פון ווען עס האבן פאסירט די שוידערליכע טעראר אטאקעס אום סעפטעמבער עלעווען 2001, ווען א גרופע פון 19 היידזשעקער טעראריסטן האבן צעשטערט אמעריקע׳ס אייביגע רואיגקייט, מיטן אריינשמעטערן 2 פליגערס אין די טווין טאוערס אין ניו יארק, א דריטע פליגער אינעם פענטאגאן און א פערטע פליגער אויף א פעלד אין פענסילוועניע, ברענגענדיג 3 טויזנט קרבנות.

דער יארטאג וועט אפגעצייכנט ווערן מיט פילע צערעמאניעס איבערן לאנד, און באזונדער ביי די מעמאריעל ערטער אין ניו יארק, פענסילוועניע און וואשינגטאן די-סי. דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אבאמא׳ס סקעדזשול פאר היינט, וואו ער וועט אפהאלטן א פריוואטע ״מאמענט אוו סיילענס״ אין די מינוטן וואס די אטאקע האט פאסירט, און שפעטער נאכמיטאג וועט ער אריבערפארן צום פענטאגאן פאר די אפיציעלע געדענקמאל צערעמאניע וואס וועט דארטן אפגעהאלטן ווערן. אין ניו יארק וועט פארקומען א צערעמאניע ביים אפיציעלן ״ניין עלעווען מעמאריעל״, און מען האט געהערט סיי פון דאנעלד טראמפ און סיי פון הילערי קלינטאן אז זיי וועלן אנטיילנעמען.

פייער אפשטעל אפמאך געגרייכט אין סיריע

אלעפא - רוסלאנד און אמעריקע האבן געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אפמאך פאר א באלדיגע שטילשטאנד און פייער אפשטעל אין סיריע. לויטן אפמאך, וועלן ביידע זייטן פונעם קאמף - די רעבעלן און די סירישע ארמיי - אראפלייגן די וואפנס מארגן מאנטאג ביים זון אויפשיין, און נאכדעם וואס די קאמפן וועלן זיין אפגעשטעלט, וועט מען גרינדן א ספעציעלן טראנזישאן קאונסיל וועמענס אויפגאבע וועט זיין אוועקשטעלן פרישע וואלן אין לאנד, צו ערוועלן א נייעם פרעזידענט. אסאד האט נעכטן פערזענליך געזאגט אז ער איז מסכים צום רוסלאנד-אמעריקע אפמאך, אבער די רעבעלן זענען דערווייל סקעפטיש אז אסאד וועט זיך האלטן דערצו.

אייסיס אטאקע אין סידני, אויסטראליע

אויסטראליע - אן אייסיס-אינספירירטע טעראר אטאקע האט פאסירט נעכטן אין סידני, אויסטראליע, וואו א 22 יעריגער פארשוין האט נאכאנאנד געשטאכן א 59 יעריגן פארבייגייער אויף א הויפט גאס. ווען די פאליציי זענען אנגעקומען, האט דער פארשוין פרובירט איבערצופאלן און שטעכן די אפיצירן, אבער זיי האבן אים באוויזן צו ארעסטירן. בשעת די גאנצע דראמא האט זיך אנטוויקלט, האט דער פארשוין געשריגן דזשיהאדיסטישע און פרא-אייסיס סטעיטמענטס, וואס האט געפירט די פאליציי צו גלייבן אז ער איז אינספירירט געווארן דורך אייסיס דורכצופירן די אטאקע. אויסטראליע האט ביז היינט געהאט בלויז עטליכע זעלטענע אייסיס אטאקעס אין די לעצטע פּאר יאר.

23 טויט אין בענגלאדעש פאבריק פייער

בענגלאדעש - אמווייניגסטנס 23 זענען אומגעקומען - און די לאקאלע באאמטע זאגן אז דער ציפער אומגעקומענע וועט נאך שטייגן - נאכדעם וואס א מאסיווער פייער האט אויסגעבראכן אין א פאבריק אין דאקא, בענגלאדעש, וואו מען האט געפעקעדזשט עסנווארג אין ציגארעטלעך. דער פייער איז געווען די טויטליכסטע אינדוסטריאלע עקסידענט זינט די ״ראנא פלאזא״ פאבריק פייער וואס האט פאסירט אין 2013, וואו 1,100 ארבעטער זענען אומגעקומען. בענגלאדעש פארמאגט א גאר שלעכטע רעקארד איבער פארנאכלעסיגן אויף ארבעטער רעכטן און פאבריק געביידע סעיפטי.

סארקאזי שטעלט אנטי-טעראר פארשלאגן

פאריז - שטייענדיג געציילטע טעג נאכדעם וואס פראנצויזישע אויטאריטעטן האבן ארעסטירט 3 פרויען איבער א פרישע כוואליע פון געפלאנטע אייסיס אטאקעס אין פראנקרייך, איז דער געוועזענער פראנצויזישער פרעזידענט ניקאלעס סארקאזי - וועלכער לויפט נאכאמאל פאר די פאזיציע אין די וואלן פון 2017 - ארויסגעקומען היינט אינדערפרי אין נאציאנאלע פראנצויזישע צייטונג מיט א סעריע פארשלאגן וואס די רעגירונג מוז אונטערנעמען, אפצושטעלן די כוואליע פון אטאקעס און ראדיקאליזירונג אין לאנד.

סארקאזי זאגט אז אלס פרעזידענט וועט ער אוועקשטעלן ספעציעלע טורמע צענטערן וואו עס וועלן געהאלטן ווערן פארשוינען וואס ווערן פארדעכטיגט אז זיי זענען ראדיקאליזירט, אפילו זיי פלאנען נישט אקטיוו קיין אטאקעס. אויך זאגט סארקאזי אז מען דארף אוועקשטעלן ספעציעלע קאורטס בלויז פאר טעראר שולדיגע.

אויפדעקונג: וויקיליעקס האט באשיצט רוסלאנד

מאסקווע - די ״דעילי דאט״ האט אנטדעקט עטליכע דאקומענטן וואס צייגן אז די סירישע רעזשים פון באשאר אסאד האט געשיקט 2 ביליאן דאלער פאר א באנק וואס באלאנגט פאר די רוסישע רעגירונג, אלס באצאלונג פאר רוסלאנד׳ס שטיצע פאר אסאד. די דאקומענטן זענען אריגינעל אויפגעדעקט געווארן דורך ״וויקיליעקס״, אבער ״וויקיליעקס״ האט עס באהאלטן און נישט פובליצירט אין 2012 ווען זי האט ארויסגעגעבן ״די סיריע פיילס״.

דאס צייגט אז די גאנצע וויקיליעקס ארגאניזאציע דינט די אינטערעסן פון פוטין און רוסלאנד, טראץ וואס זיי געבן זיך אן אלס א פשוטע אומשולדיגע ארגאניזאציע וועלכע זוכט אויפצודעקן קארופציע פון רעגירונגען איבער די וועלט. וויקיליעקס ברויזט שרעקליך אויף די ״דעילי דאט״ פאר׳ן ארויסגעבן די סיריע-רוסלאנד דאקומענטן.

באמבע סטראשונקע אין מערילאנד ״סיקס פלעגס״ פארק

מערילאנד - די ״סיקס פלעגס״ פארק אין מארלבארא, מערילאנד איז עוואקואירט געווארן נעכטן, נאכדעם וואס א באמבע סטראשונקע איז אריינגעקומען דורכן טעלעפאן. די פאליציי זאגן אז 3 טויזנט מענטשן האבן זיך געפונען אינעם פארק בשעת די עוואקואציע איז פארארדענט געווארן, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז קיין שום באמבע איז נישט געפונען געווארן אינעם פארק.

עקספערטן זאגן אז מען קען ערווארטן אין די טעג פארמערטע אזעלכע באמבע סטראשונקעס אויף פילע גרויסע פארקס און פובליק פלעצער אין לאנד, צוליב וואס עס ווערט אפגעצייכנט 15 יאר פון סעפטעמבער עלעווען און בייזוויליגע פארשוינען זוכן אנצומאכן וואס מער כאאס.

איראנער פרינץ פארמישט אין מעדיקעיד שווינדלערייען

אהייא - אן איראנער פּרינץ אויף מעדיקעיד און פודסטעמפּס? פעדעראלע אגענטן אין אהייא זענען פרייטאג אינדערפרי איבערגעפאלן א רייכע פריוואטע פאלאץ פון אלי מאהאווי, א זוהן פונעם פארשטארבענעם איראנער פרינץ אבולפאט מאהאווי.

די פעדעראלע רעגירונג זאגט אז אלי מאהאווי האט באשווינדלט די פעדעראלע רעגירונג, זייענדיג א מיליאנער און נעמענדיג רעגירונג פראגראמען פודסטעמפס און מעדיקעיד אין די זעלבע צייט. אלי טענה׳ט אז ער איז נישט עכט רייך, נאר זיין טאטע האט אים איבערגעלאזט דעם טייערן הויז און אנדערע אינוועסטמענטס וואס זענען בלויז חובות.

'דזשאן הינקלי' באפרייט פון שפיטאל-טורמע

ווירדזשיניע - שטייענדיג 35 יאר נאכדעם וואס ער איז ארעסטירט געווארן פאר׳ן פרובירן אומצוברענגען דעם אמעריקאנער פרעזידענט ראנאלד רעיגען, איז דער פארשוין דזשאן הינקלי נעכטן באפרייט געווארן פון זיין ארעסט אין א שפיטאל טורמע פאר גייסטיש קראנקע, און ער איז געקומען קיין וויליאמסבורג, ווירדזשיניע וואוינען מיט זיין אלטן מוטער.

הינקלי האט אין 1981 געשאסן און פארוואונדעט פרעזידענט רעיגען, און האט אויך געשאסן רעיגען׳ס פּרעסע סעקרעטאר דזשעימס ברעידי, פון וועלכע ברעידי איז געבליבן פאראליזירט און געשטארבן 2 יאר צוריק פון זיינע וואונדן וואס ער האט געליטן דורך הינקלי.

די איינוואוינער אין וויליאמסבורג, ווירדזשיניע האבן געזאגט אז זיי זענען בכלל נישט באזארגט איבער הינקלי׳ס אנוועזנהייט אין די שטאט.

לעצטער באגראבענער אין תל אביב געביידע געטראפן

תל אביב - נעכטן האבן רעטונג ארבעטער אין תל אביב געטראפן דעם קערפער פונעם לעצטן פארלוירענעם און באגראבענעם ארבעטער וועלכער איז באערדיגט געווארן אונטער א הויפן ברוכווארג נאכדעם וואס א פארקינג לאט געביידע איז צוזאמגעפאלן פאריגע וואך זונטאג. אלעס אינאיינעם זענען 6 אומגעקומען און 25 פארוואונדעט געווארן, און די לאקאלע פאליציי און רעגירונג באאמטע זאגן אז אן אויספארשונג איז אונטערוועגנס, צו דערגיין פארוואס און וויאזוי די געביידע צוזאמפאל האט פאסירט.

נתניהו טשעפעט אבאמא אדמיניסטראציע

ירושלים - פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט פרייטאג פארעפנטליכט א ווידעא אין וועלכע ער זאגט אז די רעגירונגען וועלכע פארלאנגען אז די מדינת ישראל רעגירונג זאל זיך ארויסציען פון די שטחים אינעם מערב ברעג, פארלאנגען אין אנדערע ווערטער אן ״עטנישע רייניגונג״. די ווערטער זענען אויפגענומען גאר שארף, וויבאלד די ווערטער ״עטנישע רייניגונג״ באדייט אז נתניהו באשולדיגט אמעריקע און די אנדערע מערב וועלט לענדער וואס זענען קעגן די אידישע ישובים אינעם מערב ברעג, אז זיי ווילן אויסרייניגן און אויסראטן אידן. א ווארטזאגער פאר׳ן אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט טאקע שארף פארדאמט נתניהו׳ס סטעיטמענט.

--
על קאידא פירער איימאן על זאוואהירי סטראשעט אין א פרישע אודיא רעקארדירונג אז דזשיהאד וועט פלאגן די מערב וועלט ביז זייער לעצטן טאג פון עקזיסטענץ.

--
די אבאמא אדמיניסטראציע זאגט אז אמעריקע באטראכט מעגליכע באלדיגע שארפע שריט קעגן צפון קארעא צוליב זייער לעצטע מיסיל פראבע. זיי האבן אבער נישט קאמענטירט צי מילעטערישע אפציעס איז אויפן טיש.

--
א טעראר אטאקע איז פארמיטן געווארן אויפן בר יוחאי שוהל אין מארסיי, פראנקרייך ווען עטליכע פארבייגייער האבן שבת אינדערפרי באמערקט א קאר אנגעפולט מיט געזאלין קאנעס.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:26 pm#26
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
כינע'ס בריק דורכפאל צו צפון קארעא

בעיזשינג – די כינעזער רעגירונג פרובירט שוין עטליכע יאר נאנטער צו ווערן מיט די קאמוניסטישע און הערמעטיש-פארמאכטע לענדל צפון קארעא, אין א פארזוך צו עפענען צפון קארעא צו אינטערנאציאנאלע האנדל און מעגליך ברענגען א נאנטשאפט צווישן צפון קארעא און די איבריגע וועלט. איינס פון די פרואוון איז געווען דאס בויען דעם "יאלו ריווער" בריק צו פארבינדן צפון קארעא און כינע. עס האט אפגעקאסט פאר כינע 330 מיליאן דאלער און געדויערט צו בויען 4 יאר. די כינעזער זייט פונעם בריק איז פארטיג, אבער צפון קארעא האט איגנארירט דעם בריק און זיך אנטזאגט צו פארטיגן איר זייט. "רויטערס" האט נעכטן פארעפנטליכט די דעטאלן ארום דעם בריק, צייגנדיג וויאזוי דער בריק איז פארלאזט און פארזשאווערט – א צייכן פון כינע'ס דורכפאל ארויסצושלעפן צפון קארעא פון איר איזאלירונג.

טערקישע רעגירונג ווארפט ארויס 28 מעיארס

אנקארא – די טערקישע צענטראלע רעגירונג האט נעכטן ארויסגעווארפן 28 מעיארס פון פארשידענע שטעט פון זייערע אמטן, און זיי ערזעצט מיט פעדעראלע רעגירונג טראסטיס. דאס איז געטאן געווארן אלס טייל פון א דעקרעט וואס דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט מיט צען טעג צוריק ארויסגעגעבן, אז מעיארס און אנדערע רעגירונג באאמטע וועלכע ווערן פארדעכטיגט אין טעראר פארבינדונגען, קענען לעגאל ארויסגעווארפן ווערן פון אמט. די אינטערנאציאנאלע געמיינדע האט רעאגירט מיט שאק און פארדאמונג קעגן ערדואן'ס פרישע שריט, וואס קומט אלס דירעקטע רעזולטאט פונעם פאקט אז די 28 מעיארס זענען געווען נאנט מיטן מוסולמענער קלעריק פאטולא גולאן, וועמען ערדואן באשולדיגט אין אנפירן דעם דורכגעפאלענעם פוטש קעגן אים.

צוריקגיין אונטער אייראפעאישן יוניאן נאכ'ן איבערלאזן?

לאנדאן – אוען סמיט, א הויכראנגיקער פאליטישאן פון די בריטישע לעיבאר פארטיי וועלכער לויפט צו ווערן דער פירער פון די פארטיי און האפט איין טאג צו דינען אלס פרעמיער מיניסטער אין ענגלאנד, זאגט אז ער וועט אלס פרעמיער מיניסטער מעגליך אונטערנעמען שריט אז ענגלאנד זאל זיך צוריק אנשליסן אינעם אייראפעאישן יוניאן, אויב וועט מען שוין האבן פארלאזט דעם יוניאן ווען ער ווערט פרעמיער מיניסטער. די נעקסטע אלגעמיינע וואלן אין ענגלאנד וועלן פארקומען אין יאר 2020, וואס דעריבער איז שטארק מעגליך אז די אמטירנדע בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי וועט שוין האבן געענדיגט די "ברעקסיט" פראצעדורן און ענגלאנד וועט מער נישט זיין א טייל פונעם אייראפעאישן יוניאן ביי די וואלן.

15 יעריגער פאריז טעראריסט ארעסטירט

פאריז – די פראנצויזישע באאמטע האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט א פופצן יעריגער יוגענטליכער אין פאריז וועלכער איז פארדעכטיגט געווארן אז ער האט געהאלטן ביי די לעצטע שטאפלען פון דורכפירן א טעראר אטאקע. דער פופצן יעריגער ווערט שוין א לענגערע צייט באטראכט אלס ערנסטער געפאר און איז שוין געהאלטן געווארן אונטער הויז ארעסט זייט פאראיאר נאוועמבער נאך די דעמאלטדיגע טעראר אטאקעס. זיין נאמען איז נישט ארויסגעגעבן געווארן, אבער די אויטאריטעטן זאגן אז ער איז געווען אין פארבינדונג מיט'ן באקאנטן פראנצויזישן טעראריסט ראשיד קאסים, וועלכער קעמפט פאר אייסיס אין סיריע, און קאסים האט געגעבן אנווייזונגען פאר'ן פופצן יעריגן וויאזוי דורכצופירן אן אטאקע.

זעלבסטשטענדיגקייט פאר קאטאלאניע קאמפיין

שפאניע – מער ווי א האלב מיליאן מענטשן האבן זיך נעכטן פארזאמלט אין די גאסן פונעם גרויסן שטאט בארסעלאנע אין שפאניע, צו פראטעסטירן קעגן דעם וואס די צענטראלע שפאניער רעגירונג בלאקירט נאכאנאנדע פארזוכן פון די איינוואוינער אין קאטאלאניע זיך אפצורייסן און ווערן א זעלבסטשענדיגע לאנד. קאטאלאניע, א ראיאן אין צפון-מזרח שפאניע, פארמאגט טיילווייזע זעלבסטשטענדיגקייט, אבער איז אונטערגעווארפן אונטער די שפאניער קעניגרייך, און די שפאניער רעגירונג האט אין די לעצטערע יארן 4 מאל בלאקירט פארלאנגען פון די קאטאלאניער איינוואוינער אז זיי ווילן אפהאלטן א רעפערענדום צו זעהן וויפיל איינוואוינער דארטן ווילן פארבלייבן אונטער שפאניע און וויפיל עס ווילן ווערן א זעלבסטשטענדיגע לאנד.

"ארלאנדא אטאקע" איבערשפיל מעגליך ח"ו

וואשינגטאן – פעדעראלער האומלענד סעקיוריטי סעקרעטאר דזשע דזשאנסאן האט נעכטן געגעבן א לענגערע אינטערוויו, אינעם טאג וואס אמעריקע האט אפגעצייכנט פופצן יאר פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און ער האט געזאגט אז פון איין זייט האבן די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זיך פיל פארבעסערט אין די לעצטע פופצן יאר און מען קען שוין פיל שנעלער און גרינגער אויפכאפן טעראר אטאקעס וואס ווערן געפלאנט אין אויסלאנד, אבער אין די זעלבע צייט איז זייער שווער אויפצוכאפן אטאקעס וואס ווערן געפלאנט אין אמעריקע זעלבסט. דזשאנסאן זאגט אז די שטארקע מעגליכקייט אז אן איבערשפיל פון די ארלאנדא טעראר אטאקע – וואו דער טעראריסט אומאר מאטין האט אומגעברענגט 49 מענטשן – איז עפעס וואס לאזט אים נישט שלאפן ביינאכט, צוליב וואס עס איז זייער שווער פאראויסצוזעהן אזא סארט אטאקע.

ארעסט איבער נוירסינג היים קאר באמבע

טענעסי – פעדעראלע אגענטן האבן נעכטן זונטאג ארעסטירט דעם פארשוין מייקל האנטער אוקס, וועלכער ווערט באשולדיגט אין אוועקשטעלן א גאר סאפיסטיקירטע קאר באמבע פארנט פון א נוירסינג היים אין פרענקלין, טענעסי. לויט די געריכטליכע דאקומענטן, איז די באמבע געווען גאר געניט צוזאמגעשטעלט און אויב וואלט עס אויפגעריסן, וואלט עס געברענגט פילע פאטאליטעטן און געשעדיגטע. דער קאר איז באמערקט געווארן דורך א פארבייגייער וועלכער האט באריכטעט אז עס זעהט עפעס אויס פארדעכטיגט. אוקס האט א רעקארד פון זיין פארבינדן מיט מארד און אנדערע קרימינאלע אקטיוויטעטן. עס איז נישט קלאר וואס זיינע מאטיוון אונטער די קאר באמבע איז געווען.

ערשטער פעדעראלער אינפארמאציע סעקיוריטי אפיציר

וואשינגטאן – די אבאמא אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זי האט אויפגענומען רעטייערטער גענעראל גרעגארי טאוהילל אלס דער ערשטער פעדעראלער אינפארמאציע סעקיוריטי אפיציר, וועלכער וועט שטיין אין שפיץ פון די פעדעראלע רעגירונג'ס אפעראציעס צו פארזיכערן אז די אמעריקאנער רעגירונג, די מיליטער, די קריטישסטע קאמפיוטער סיסטעמען אין לאנד, און אלע סייבער סעקיוריטי אנגעלעגנהייטן זענען באשיצט פון טעראריסטן, העקערס און אנדערע פארשוינען וועלכע זוכן צו שעדיגן אמעריקע'ס אינטערעסן דורך סייבער סעקיוריטי אטאקעס. גענעראל טאוהילל וועט ארבעטן דירעקט אונטער פרעזידענט אבאמא.

אמעריקע'ס מאריכואנא געזעץ אין קאנאדע

קאנאדע – די קאנאדישע רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט אנהייבן לייגן דרוק אויף די אמעריקאנער רעגירונג, אז זיי זאלן אפשטעלן א נארישן גרעניץ געזעץ וועלכע לאזט נישט אריין קיין קאנאדישע בירגער אין אמעריקע אויב זיי זאגן אפן אז זיי האבן שוין אמאל גענוצט מאריכואנא דראגס. איין אזא הויפט ביישפיל איז מעטיו הארווי וועלכער האט פאראיאר פרובירט אריינצוקומען קיין אמעריקע און פעדעראלע אגענטן האבן אים צוריקגעשיקט נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז ער האט שוין עטליכע מאל גערייכערט מאריכואנא. קאנאדע זאגט אז זי פלאנירט אין די קומענדיגע וואכן פולקאם צו לעגאליזירן מאריכואנא באנוץ, און דעריבער איז נישט קיין יושר אז קאנאדישע בירגער וועלכע רייכערן לעגאל מאריכואנא אין קאנאדע, זאלן ווערן צוריקגעוויזן פון קענען אריינגיין קיין אמעריקע.

קה"א
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:34 pm#27
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומא האט נעכטן אונטערגעשריבן א געזעץ וואס פארלענגערט דעם דעדליין פאר ארבעטער און וואלונטירן וועלכע האבן געהאלפן די רייניגונג ארבעט נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, צו קענען אריינגעבן אפליקאציעס צו באקומען פינאנציעלע הילף פאר מעדיצינישע פראבלעמען וואס זיי ליידן אדאנק זייער ארבעט ביי גראונד זירא מיט 15 יאר צוריק. לויטן נייעם געזעץ, וועט מען קענען אריינגעבן אפליקאציעס ביז סעפטעמבער עלעווען 2018.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:00 pm#28
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
געוועזענער פרעמיער מיניסטער קעמעראן רעזיגנירט פון פארליאמענט

דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער פון בריטאניע דעיוויד קעמעראן האט רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אלס פארליאמענט מיטגליד אין די "האוז אף קאמאנס" און מעגליך געענדיגט זיין פאליטישע קאריערע, דאס קומט נאכדעם וואס ער האט איבעראשט די וועלט מיט זיין רעזיגנאציע פון די פרעמיער מיניסטערשאפט דעם פארגאנגענעם יולי נאך די אויסגאנג פון די ברעקזיט רעפערענדום, קעמעראן האט געענדיגט זיין טערמין מיט גרויס רעספעקט אינערהאלב זיין אייגענע פארטיי און אויך פון אנדערע פארטייען. זיין טערמין וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין 2001 איז געווען פיל מיט עקאנאמישע סוקסעס.

קעמעראן האט ערקלערט זיין שריט "אין מאדערנע פאליטיק איז זייער שווער צו זיין א געווענליכע פארליאמענט מיטגליד ווען דו ביזט א געוועזענער פרעמיער מיניסטער, און יעדע זאך וואס דו טוסט ווערט א סענזאציע און עס נעמט אוועק די אויפמערקזאמקייט פון די וויכטיגע זאכן וואס דארף געטון ווערן דורך די רעגירונג" זיין פלוצלינגע רעזיגנאציע לאזט איבער אפענע פראגעס איבער זיינע פלענער אין די צוקונפט.

מעטשעט אין פלארידע אונטערגעצינדען, ווארשיינליך נקמה איבער ארלאנדא שיסעריי

א פייער האט אויסגעבראכן אין א מעטשעט אין פלארידע היינט מאנטאג אינדערפרי, אין די טאג ווען די מוסלעמענער פייערן א רעליגיעזע חגא, די פייער האט געברענגט שאדן צו די געביידע און נישט געקאסט קיין פאטאליטעטן. די מעטשעט איז די מעטשעט צו וועלכע עס האט באלאנגט דער שיסער פון ארלאנדא וועלכער האט אומגברענגט 49 מענטשן דעם פארגאנגענעם יוני, ער פלעגט זיך באטייליגן ביי די פרעדיגונגען יעדן פרייטאג, און די פייער איז ווארשיינליך אונטערגעצינדען געווארן אלס נקמה אויף די אטאקע. אזוי אויך איז געווען א מעמבער אין דעם מעטשעט דער ערשטע אמעריקאנער זעלבסמערדער אין סיריע מאנער מוכאמעד אבו-סלאחא. און פארשידענע קריטיקירער זאגן אז די מעטשעט איז א נעסט פאר עקטסרעמיסטן. א זיכערהייטס קאמערע האט אויפגעכאפט א מענטש וועלכע דערנענטערט זיך צו די געביידע און ווארפט אונטער א ברענעדיגע אביעקט.

טויטליכע אטאקע נעבן הויפטקווארטירן פון ארדואן'ס פארטיי

א מאסיווע קאר באמבע האט אויפגעריסן היינט מאנטאג פארנט פון די הויפטווארטירן פון די "יוסטיץ און אנטוויקלונג" פארטיי, די פארטיי פון דעם טערקישן פרעזידענט טאיאיפ ארדואן. די אויטאריטעטן זאגן אז עס האט איבערגעלאזט ארום 50 פארוואונדעטע, די רוב פון זיי ציווילע דורכגייער.

די רעגירונג טוט אנלייגן די שולד פון די אטאקע אויף די "קורדישע ארבעטער'ס פארטיי" א אפאזיציע פארטיי וואס איז געווען אין א קאאליציע מיט ארדואן אבער ער האט זיי לעצטנס ארויסגעשטעלט פון געזעץ. און ער זוכט זיי צו פארבינדען צו טעראר. עס איז נישט קלאר דערווייל אויף וואס די באשולדיגונג איז באזירט. די אטאקע איז פארגעקומען אינדערפרי, אין די טאג ווען טערקיי פייערט די איסלאמישע עיד-אל-אדחא חגא, און עס האט ארויסגערופן באזונדערע אויפברויז צוליב דעם וואס עס פארשעמט די מוסלעמענער חגא.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:01 pm#29
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נאך 5 יאר שלאכטן: פייער אפשטעל אין סיריע אריין אין קראפט

נאך פינף יאר פון בלוטיגע שלאכטן אן אויפהער איז היינט אפיציעל אריין אין קראפט די פייער אפשטעל אין סיריע וואס איז אויסגעהאמערט געווארן דורך אמעריקע און רוסלאנד. די דיל איז געשלאסן געווארן צווישן דעם רוסישן אויסערן מיניסטער סערגיי לעווראוו און סעקערטערי אף סטעיט דשאן קערי. די ערשטע פאזע פון די פייער אפשטעל וועט געדויערן 48 שעה, און דאן פארלענגערט ווערן אויף איין וואך. וואס וועט ערלויבן פאר הומאניטארישע כוחות צו אנקומען צו די שטעט וואס זענען רואינירט און דערלאנגען מעדיצינישע הילף פאר די פילע פארוואנדעטע און פאר פארכאפטע צו פארלאזן די שלאכטפעלדער, און קומט אין די טאג ווען די מוסלעמנער פראווען א חגא און דאס וועט ערלויבן פאר זיי צו פייערן דעם חגא אנשטאט ראקעטן.

אין די לעצטערע יארן האט שוין פילע מאל אויסגעזען אז אסאד האלט ביים צופאלן, איז ער אצינד צוריק מיט א אויבערהאנט, און קאנטראלירט רוב חלקים פון סיריע, דעריבער זעהט נישט אויס אז די אסאד רעזשים האלט ביים אויפגעבן, און טאקע בלויז עטליכע שעה פאר די שטילשטאנד איז אריין אין קראפט, האט דער סירישע פרעזידענט אנגעהאלטן זיין רעטאריק און צוגעזאגט צו "באפרייען יעדע שטיקל לאנד פון סיריע פון די טעראריסטן" ער האט געמאכט זיין סטעיטמענט ביי א סימבאלישע באזוך אין די שטאט דאריא וואס איז געווען אמאל א שטארקע הויפטקווארטיר פון די רעבעלן, און עס איז געלונגען פאר די אסאד כוחות צו צוריקנעמען קאטראל, נאכדעם וואס מיט עטליכע חדשים צוריק האבן די רעבעלן עוועקיואירט די שטאט, און מיט דעם געענדיגט א באלאגערונג פון די אסאד כוחות וואס האט אנגעהאלטן פאר יארן.

אבער אויך פון די רעבעלן זייט הערט זיך פארשידענע קולות פון אומצופרינדהייט אויף דעם פייער אפשטעל, די מיליטאנטישע אחראר אל-שאם האט שארף אראפגעריסן די טערמינען פון די אפמאך און זאגט אז דאס איז בלויז גונסטיג פאר די אסאד רעזשים, און אזוי אויך די מעסיגע רעבעלן האבן געשיקט א מעסעדש צו די פאראייניגטע שטאטן ווי זיי דרוקן אויס פארדריסונג אויף דעם אפמאך, זאגנדיג אז אסאד קען ווייטער אנגיין מיט אטאקירן געוויסע רעבעלן גרופעס, און עס איז נישטא קיין קאנסעקווענצן אויב ער פארלעצט דעם פייער אפשטעל.

טראץ וואס אפיציעל איז היינט אריין אין קראפט א פייער אפשטעל אין סיריע, אראנזשירט דורך אמעריקע און רוסלאנד, קומען אבער אריין פרישע באריכטן אז די פייער אפשטעל איז שוין געבראכן געווארן דורך די אסאד קרעפטן, און עס זענען דא עדות אז בלויז איין שעה נאכדעם וואס די שטילשטאנד איז אפיציעל אריין אין קראפט האבן מיליטערישע העליקאפטערס אטאקירט די רעבעלן הויפטקווארטירן אין שטאט דרעה. עס איז נאכנישט קלאר אויב דאס וועט טאטאל צונישט מאכן די פייער אפשטעל אדער עס וועט געלונגען פאר סיריע און אמעריקע צו איינצוימען ביידע זייטן.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:01 pm#30
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נארט קארעא גרייט אויף נאך נוקלעארע פראבעס - די סאוט קארעא מיליטערישע אויטאריטעטן ווארנען אז נארט קארעא האט די מעגליכקייט יעדע ליאדע מינוט צו אדורכפירן נאך א נוקלעארע פראבע, זיי זאגן אז זייער שפיאנאזש איז ביי די מיינונג אז זיי האבן נאך באמבעס וואס זענען גרייט פאר די זעלבע געפארפולע עקספערימענט און אויב זיי וועלן נישט ווערן אפגעהאלטן וועלן זיי ווארשיינליך ווייטער גיין מיט זייערע פארלעצונגען. סאוט קארעא ארבעט שווער אויף פרישע סאנקציעס פון די פעלקער פאראיין אין ליכט פון די אנגייענדע אגרעסיעס פון צפון קארעא וואס באדראעט דעם ראיאן.

עקסידענט מיט סיקרעט סערוויס אגענט - א סיקרעט סערוויס אגענט וועלכער איז געפארן אויף א מאטארביציקל איז אראפגעקלאפט געווארן דורך א קאר נעבן דאס ווייסע הויז און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונג. א שווארצע אויטא איז געקומען צו פארן מיט א שנעלקייט און אים אראפגעהאקט, די אינצידענט איז נאך אונטער אויספארשונג, די סיקרעט סערווייס האט אפגעשפארט די געגנט, און אריינגענומען דעם דרייווער פאר אויספארשונג.

JP
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:07 pm#31
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
כינע וועט אפהאלטן געמיינזאמע דריל מיט רוסלאנד אין כינעזער ים

שוין א לאנגע צייט וואס כינע האט א קאנפליקט מיט אירע שכנים איבער קאנטראל אויף די סאוט כינע ים. נאכדעם וואס כינע האט פארכאפט עטליכע אינזלען דארט טראץ די קעגנערשאפט פון די שכנים, און אצינד באטראכט זי די גאנצע ים ווי אירע טעראטריאלע וואסערן, טראץ די פראטעסט פון די פיליפינען, וויעטנאם, טאיוואן און נאך.

דעם לעצטן יולי האט א אינטערנאציאנעלע קאמיטע וואס איז אויפגענומען געווארן דורך אלע לענדער ארויסגעגעבן א באשלוס אז כינע האט נישט די רעכט צו נוצן דעם ים פאר אירע מיליטערישע צוועקן. אבער עס זעהט נישט אויס א כינע שרעקט זיך דערפון, און אצינד האבן כינע און רוסלאנד אנגעהויבן דורכפירן געמיינזאמע מאנעווערעס אין צפון כינעזער ים, די מאנעווערעס געבן צו נאך אנגעצויגנקייט. די מאנעווערעס וועלן זיין גאר מאסיוו און וועט ארייננעמען עראפלאנען, קאמפס שיפן, סומבארינען און נאך. רוסלאנד האט געברענגט איר מערסט פארגעשריטענע שיפן פאר די מאנעווערעס. אמעריקאנער שיפן געפונען זיך אין די געגענט טראץ די קעגנערשאפט פון כינע וואס באטראכט די געגנט אלס איר טעראטאריאלע וואסערן.

גאלף לענדער געבן ארויס געמיינזאמע פארדאמונג קעגן אנטי-סאודישע געזעץ

ווייניגער ווי א וואך נאכדעם וואס קאנגרעס האט געשטימט פאר די אנטי סאודישע געזעץ, זענען א רייע גאלף לענדער ארויסגעקומען מיט א געמיינזאמע פארדאמונג, און געזאגט אז דאס טוט פארלעצן אינטערנאציאנאלע געזעץ, און קען שטעלן א געפארפולע פרעצעדענט. די פאראיין פון 6 גאלף לענדער וואס זענען נאנט פארבינדען מיט סאודי רעכנט אריין די אראבישע עמיראטן.

די געזעץ טוט געבן די רעכט פאר די פאמיליעס וואס זענען באטראפן געווארן פון די אטאקעס אין סעפטעמבער 11 צו אנקלאגן די סאודי אראבישע רעגירונג צוליב די ראלע וואס זייערע בירגער האבן געשפילט אין די אטאקע, און די שוואכקייט פון די רעגירונג מיט'ן צוריקהאלטן די אטאקעס. די געזעץ וועט אריינגיין אין קראפט נאר אויב פרעזידענט אבמא וועט עס אונטערשרייבן, אבער ער האט שוין געמאלדן אז ער וועט עס וועטאאירן.

פראנצויזישע פרעמיער מיניסטער: פרישע טעראר אטאקעס ווערן פארמיטן יעדן טאג

בלויז דעם שבת איז פארמיטן געווארן א טעראר אטאקע אויף א בית המדרש אין פראנקרייך, דעם זונטאג איז פארמיטן געווארן א שטעכעריי אין א פארנומענע אטראקציע ארט פון טוריסטן, נאכדעם וואס מען האט געכאפט א 15 יעריגער טעראריסט וואס האט געפלאנט צו דורכפירן אזא אטאקע, און בלויז איין וואך פריער איז באקאנט געווארן אז די פראנצויזישע פאליציי האט באוויזן צו לייגן א האנט אויף א קאר פול מיט אויפרייס מאטריאל אין צענטער פון פאריז, אבער ווי עס ווייזט זיך אויס זענען די פעלער וואס קומען אן צו די צייטונגען בלויז א חלק פון די פרואוון דורך טעראריסטן צו אנזייען טעראר אין פראנקרייך, און דער פראנצויזישע פרעמיער מיניסטער מאנועל וואלעס האט געזאגט נעכטן אז די פראנצויזישע זיכערהייטס באאמטע טוען צוריקהאלטן "יעדן טאג" טעראר אטאקעס, דאס איז נישט קיין איבעראשונג נעמענדיג אין באטראכט די ריזיגע געמיינדע פון ראדיקאלע מוסלעמענער אין פראנקרייך וואס ווערן ראדיקאליזירט.

JP
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:43 am#32
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די פאליציי אין גואטאמאלע איז איבערגעפאלן די "לב טהור" געמיינדע, צוליב שמועות אז זיי טוען שטראפן זייערע קינדער מיט שטראפן וואס זענען בכדי להזיק.
m http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... rents.html m

שמועות קורסירן אז זיי האבן אוועקגענומען די קינדער פון זייערע עלטערן.
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:58 am#33
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
פיליפינען וויל ארויסווארפן אמעריקאנער זעלנער

פיליפינען – דער פיליפינער פרעזידענט וועלכער האט זיך צעאמפערט מיט די מערב וועלט פאריגע וואך ווען ער האט אנגערופן פרעזידענט אבאמא מיט פארשעמנדע טערמינען, האט געזאגט אז ער וועט פארלאנגען פון די אמעריקאנער מיליטער ארויסצוציען אירע ספעשל פארסעס קאמאנדא זעלנער פון די באסילאן אינזלען. די אמעריקאנער זעלנער געפונען זיך דארטן צו טרענירן די פיליפינער מיליטער אין "ספעשל אפעראציע" טאקטיקן, אבער פרעזידענט ראדריגא דוטארטעי זאגט אז די אייסיס-פארבינדעטע אבו סאאיף גרופע וועט צילן די אמעריקאנער זעלנער אינאיינעם מיט די פיליפינער זעלנער, און וועגן דעם וויל ער אז אמעריקע זאל אהיימרופן זייערע טרופן, צולייגנדיג אז ער טוט דאס נישט ווייל ער זוכט זיך פרישע קריגערייען מיט אמעריקע.

מאלאזיע פלייט-370 געקראכט פון פייער

מאדאגאסקאר – דער אמעריקאנער אויספארשער בלעין גיבסאן, וועלכער האט געהאט געטראפן די ערשטע שטיקער פונעם מאלאזיער פלייט 370 פליגער וואס האט געקראכט אין יאר 2014 מיט 239 אומגעקומענע, זאגט אז ער האט געטראפן פרישע פינף שטיקער פליגער ברוכווארג אויפן אינזל מאדאגאסקאר, און ער איז שטארק איבערגעצייגט אז די שטיקער קומען פונעם געקראכטן פליגער, וואס א מאסיווע אינטערנאציאנאלע זוכעניש אינעם וואסער האט דערווייל גארנישט געטראפן. גיבסאן זאגט אז עטליכע פון די נייע שטיקער וואס ער האט געטראפן, פארמאגן אויף זיך ברען-צייכענעס, וואס איז א באווייז אז דער פליגער האט געקראכט אלס רעזולטאט פון א מאסיוון פייער וואס האט אויסגעבראכן. דאס איז די ערשטע מאל וואס מען האט מעגליכע באווייזן אז דער פליגער האט געקראכט צוליב א פייער.

סאוט סודאן פרעזידענט בענעפיטירט פון קריג

סאוט סודאן – א באריכט וואס איז ארויסגעקומען מיט די הילף פונעם יו-ען צייגט אז דער פרעזידענט פון סאוט סודאן, פרעזידענט סאלווא קיער, בענעפיטירט דירעקט פונעם פאקט אז עס גייט אן א בירגער קריג ביי אים אין לאנד, דורכדעם וואס ער נוצט אויס דעם כאאס אין לאנד צו פארכאפן פריוואטע טייערע פראפערטיס, לוקסוריעזע קארס, יאכט שיפן און פריוואטע פליגערס. סאוט סודאן איז א יונגע לאנד, געגרינדעט אין 2011 נאכדעם וואס די איינוואוינער אין סאוט סודאן האבן זיך געוואלט אפטיילן און ווערן זעלבסטשטענדיג פון סודאן. למעשה האבן אומרוען אויסגעבראכן אין סאוט סודאן אין 2013, ווען דאס לאנד איז אלט געווען קוים 2 יאר, נאכדעם וואס פרעזידענט קיער האט אויפגעזאגט זיין וויצע פרעזידענט ריעק מאשאר, ברענגענדיג פראטעסטן פון מאשאר'ס שטיצער, און א בירגער קריג פלאקערט ביז'ן היינטיגן טאג.

110 אייסיס קעיסעס אין אמעריקאנער געריכטן

וואשינגטאן – די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט נעכטן ארויסגעגעבן סטאטיסטיקס, זאגנדיג אז זייט 2013 זענען אזויפיל ווי 110 אייסיס-פארבינדעטע קעיסעס פראצעסירט געווארן אין אמעריקאנער געריכטן, פון פארשוינען וועלכע האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע פאר אייסיס און גרייטקייט צו פארן קעמפן פאר אייסיס. די יוסטיץ דעפארטמענט באאמטע זאגן אז דאס איז טאקע א הויכע ציפער, אבער מען גלייבט אז עס זענען דא פיל מער אייסיס-סימפאטיקער אין אמעריקאנער שטעט וועלכע ווערן נישט באריכטעט. אכציג פראצענט פון די פראצעסירטע אייסיס קעיסעס, האט מען ערשט שפעטער געהערט פון שכנים פון די אנגעקלאגט אז זיי האבן טאקע באמערקט אז יענער פירט זיך אויף ראדיקאל און רעדט פון אייסיס. די יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז אמעריקאנער בירגער זאלן נישט ווארטן און זיך נישט פארזוימען, נאר באריכטן גלייך אין די ערשטע מינוט וואס מען הערט א שכן אדער קרוב רעדן סימפאטיש פון אייסיס און אוודאי אויב יענער רעדט פון גיין קעמפן פאר אייסיס.

צוקער אינדוסטריע האט אונז פארפירט

וואשינגטאן – א לענגערע באריכט אינעם "דזשורנאל אוו אמעריקען מעדיקל אסאסיעשאן" דעקט אויף אז די אינדוסטריע וועלכע פראדוצירט צוקערדיגע געטראנקען און צוקערדיגע עסנווארג האט מיט יארן צוריק אנגעפירט אן אקטיוון קאמפיין צו באהאלטן די גאר שעדליכע אפעקטס וואס עסן צופיל צוקער קען האבן אויפן מענטש. דער באריכט ברענגט באווייזן אז אין די 1960'ער יארן האבן זיסע סאודע פירמעס געצאלט פאר סייענטיסטן וועלכע זאלן ארויסגעבן איין שטודיע נאכ'ן צווייטן איבער די געזונטהייט געפאר וואס עסן צופיל פעטנס קען ברענגען פאר'ן מענטש, וואס דערמיט האבן זיי זיכער געמאכט אז דער פובליק האט נישט געהערט פון די געציילטע שטודיעס וואס האבן געצייגט אז צוקער איז פיל מער שעדליך ווי פעטנס.

קאנגרעס באזארגט איבער קאר העקינג

וואשינגטאן – פיר רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן נעכטן געשריבן א בריוו צו די פעדעראלע "נעשאנעל הייוועי טראפיק סעיפטי" אדמיניסטראציע, פארלאנגענדיג אז זיי זאלן אנהייבן נעמען ערנסט דעם געפאר אז העקערס קענען זיך אריינהעקן אין די קאמפיוטער סיסטעמען פון סיי וועלכן קאר און פאראורזאכן עקסידענטס און צוזאמשטויסן. די קאנגרעסלייט זאגן אז טראץ וואס עס זענען נאך טאקע נישט געווען באריכטעט אינצידענטן וואו העקערס האבן דאס געטאן, איז עס פארט א זארג, וויבאלד טעכנאלאגיע עקספערטן האבן שוין עטליכע מאל געצייגט ווי גרינג דאס קען געטאן ווערן. די קאנגרעסלייט ווילן אז די פעדעראלע רעגירונג זאל לייגן דרוק אויף די אמעריקאנער אויטא פירמעס אז זיי זאלן איינשטעלן סעיפטי סיסטעמען אז קארס זאלן נישט קענען געהעקט ווערן.

פריימעריס קומען פאר היינט אין ניו יארק

ניו יארק - היינט קומען פאר וויכטיגע פריימעריס לענגאויס ניו יארק סטעיט. אין די היימישע גאס קוקט מען באזונדער ארויס אויפן אויסגאנג פון א סעריע פארמעסטן: אין ברוקלין קומט פאר א פריימערי פאר די פאזיציע פון ריכטער אינעם ברוקלין סיוויל קאורט, וואו עס לויפט די עסקנית רחל פרייער און דער אדוואקאט מרדכי אביגדור. אין בארא פארק געגנט קומט פאר די פריימערי פאר די פאזיציע פון דיסטריקט לידער פון די דעמאקראטישע פארטיי, וואו עס לויפט ר׳ דוד שווארץ צו ווערן דער סאמע ערשטער חסידישער איד אויף די פאזיציע. אין ראקלענד און אראנדזש קאונטיס קומט פאר א פריימערי פאר די ארטיגע ניו יארק סטעיט אסעמבלי זיץ, וואו עס לויפט ר׳ אהרן בנציון ווידער, צו ווערן דער סאמע-ערשטער חסידישער איד צו דינען אינעם אסעמבלי.

קיין טורמע איבער סטעטשו אוו ליבערטי "אטאקע"

מאנהעטן – א ריכטער אין מאנהעטן האט נעכטן דערקלערט אז דזשעיסאן סמיט וועט נישט דארפן זיצן אין טורמע איבער דעם וואס ער האט אין אפריל 2015 געשאפן א טעראר שרעק ביים סטעטשו אוו ליבערטי. סמיט האט אריינגערופן צום שטאטישן 911 סיסטעם און זיך אידענטיפיצירט אלס דער טעראריסט אבדול יאסין, זאגנדיג אז ער גייט אויפרייסן דעם סטעטשו אוו ליבערטי, וואס די סטעטשו איז דעריבער געווען פארשפארט פאר 4 שטונדן. דער ריכטער האט געזאגט אז סמיט האט זיך ארויסגעשטעלט נישט צו האבן קיין שום טעראר פארבינדונגען אדער סימפאטיעס, און האט דאס בלויז געטאן פאר לאנגווייליגקייט. ער וועט דארפן 3 יאר זיך איינטשעקן ביי פאליציי יעדע וואך.

---

א סיקרעט סערוויס אגענט איז אראפגעקלאפט געווארן דורך א קאר פארנט פונעם ווייסן הויז. דער סיקרעט סערוויס אגענט איז געפארן אויף זיין מאטארביציקל ווען דער עקסידענט האט פאסירט, און פאר עטליכע מינוט האט מען געמיינט אז ס'איז געווען א טעראר אטאקע. דער אגענט איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל. זיין צושטאנד איז אומקלאר.

---

דאס ווייסע הויז האט נעכטן געזאגט אז פרעזידענט אבאמא גייט וועטאאירן דעם ביל וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט צו געבן רעכט פאר פאמיליעס פון סעפטעמבער עלעווען אומגעקומענע צו קלאגן סאודי אראביע. דאס קומט נאכדעם וואס אלע אראבישע גאלף לענדער האבן פארדאמט דעם אמעריקאנער קאנגרעס פאר'ן באשולדיגן סאודי אראביע אין די אטאקעס אנע באווייזן.

---

די איראנער מיליטער האט שבת געסטראשעט אז זיי וועלן אראפשיסן 2 אמעריקאנער מיליטערישע שפיאנאזש פליגערס וועלכע זענען געפלויגן אין אינטערנאציאנאלע טעריטאריע, נאנט צו איראנ׳ס גרעניצן. אויפן באפעל פונעם פענטאגאן, האבן די אמעריקאנער פליגערס איגנארירט די סטראשונקעס פון די איראנער און געענדיגט זייער רוטינע שפיאנאזש זאמלונג מיסיע אנע אינצידענט.


קה"א
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:59 pm#34
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
פאטאלע אינצידענט אויף וועלטס גרעסטע לוסט שיף - איין מאטראז איז אומגעקומען און עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אויף די וועלטס גרעסטע קרוז שיף "הארמאני אף די סיעס" די אינצידענט האט פאסירט אויף די שיף וואס געפונט זיך יעצט געאנקערט אין די וואסער נעבן מארסיי, פראנקרייך. לויט די פירמע האט עס פאסירט ווען איינס פון די קליינע רעטונגס שיפלעך וואס ליגן ארום דעם שיף זענען אראפגעפאלן אויף א גרופע מענטשן, עס איז נאכנישט קלאר וויאזוי עס האט פונקטליך פאסירט.

מוסלעמענער פרוי אטאקירט מיט פייער אין מאנהעטן

א פרוי וועלכע איז געגאנגען אנגעטון מיט רעליגעזע טראדיציאנעלע מוסלעמנער קליידונג איז געווארן אונטערגעצינדען דורך א פארבייגייער, לויט ווי פאליציי געט איבער. די איצינדענט האט פאסירט אויף די פיפטע עוועניו אין מאנהעטן און ווערט אויסגעפארשט ווי א האסן פאברעכן. לויט ווי די פרוי האט פארציילט פאר די פאליציי האט זי פלוצליג געשפירט ווי אירע קליידער ברענען און ווען זי האט זיך אומגעקוקט האט זי געזען א מענטש מיט א צינדער אין די האנט שפאצירט זיך געמיטליך אוועק. פאליציי פרובירט נאך צו דערגיין די אידענטיטעט פון די פארברעכער דורך איבערקוקט זיכערהייטס קאמערעס אין די געגענט.

דייטשלאנד ארעסטירט עטליכע אייסיס אגענטן וועלכע האבן געפלאנט א אטאקע

איבער גאנץ אייראפע ליידט מען פון איסלאמיסטישע עקסטרעמיזם וואס קומט פון אלטגעזעסענע איינוואוינער און פון נייע אימיגראנטן צוגלייך, אבער אין דייטשלאנד איז די טעראר געפאר רעלאטיוו פריש, נאכדעם וואס זיי האבן אריינגענומען הונדערטער טויזענטער סירישע אימיגראנטן. היינט האבן די דייטשע אויטאריטעטן געמאלדן אז דריי סירישע אימיגראנטן זענען ארעסטירט געווארן אין שטאט שלעסוויג-האלשטיין ביי די צפון גרעניץ פון דיישטלאנד, לויט די פאליציי זענען די דריי "פארשלאפענע" אייסיס אגענטן, וואס זענען דירעקט געשיקט געווארן קיין דייטשלאנד צו אנגרייטן דעם באדן פאר טעראר אטאקעס, זיי זענען געקומען אויף די דירעקטע פארארדענונג פון אייסיס גרייט צו דורכפירן א טעראר אטאקע, און האבן געווארט פאר אנוויזונגען פון די אייסיס פירערשאפט. זייער ארעסט קומט אלס חלק פון א ברייטערע אקציע דורך די דייטשע אויטאריטעטן צו אויסראטן טעראר צעלן אין לאנד, און פארזיכערן דייטשלאנד פון די עפידעמפיע פון טעראר וואס פלאגט אייראפע.

צווייטער טאג פון די פייער אפשטעל אין סיריע אריבער אן קיין ערנסטע פארלעצונגען

טראץ די סקעפטישקייט פון ביידע זייטן איז געלונגען פאר אמעריקע און רוסלאנד צו איינהאלטן ביידע זייטן אין די סירישע שלאכטפעלד, טראץ קליינע פארלעצונגען פון ביידע זייטן האט זיך די פייער נישט צופלאקערט און איז נישט ארויס פון קאנטראל, און א רואיגקייט האט געהערשט אין די שטעט וואס ווערן שוין געפלאגט לאנגע חדשים פון די קריג. דאס ברענגט א האפענונג אז עס וועט געלונגען צו פארלענגערן די פייער שטילשטאנד פאר א וואך, און מעגליך ענדיגן די בלוטיגע שלאכטן וואס גייען שוין אן איבער 5 יאר און האבן שוין געקאסט דאס לעבן פון באלד א האלב מיליאן סירישע בירגער, און פארטריבען איבער 5 מיליאן פון זייערע היימען.

פיליפינער פרעזידענט רופט פאר אמעריקאנער מיליטער צו ארויסגיין פון זיין לאנד

נאכ'ן באליידיגן דעם אמעריקאנער אמבאסאדאר, און פארשעמען אבאמא, קומט די נעקסטע שטאפל אין די קאמפ פון דעם קאלירפולן פרעזידענט מיט אמעריקע. דער פיליפינער פרעזידענט ראדריגא דוטעריטע האט גערופן פאר די אמעריקאנער מיליטער זאלן פארלאזן דעם ראיאן מינדענאיא ווי זיי העלפן באקעמפן מוסלעמנער רעבעלן, ער זאגט אז די אנוועזנהייט פון אמעריקאנער טרופן איז גאר די סיבה פון די אויפברויז פון די מוסלעמענער באפעלקערונג, "איך זוך זיך נישט צו קריגן מיט אמעריקע, אבער זיי מוזן גיין" האט ער דערקלערט. די סטעיטמענט איז א שטארקע איבעראשונג נעמנדיגט אין באטראכט אז די פיליפינען איז די נאנטסטע מילטערישע פריינט פון אמעריקע אין די געגענט, און זי איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף אמעריקעס שטיצע.

אלגעמיינע איינקונפט איז געשטיגען פאר אמעריקאנער ביי א דורכשניט פון 5.2

פרישע ציפערן צייגן אז איינקונפטן פאר מיטל-קלאס און דורכשניטליכע אמעריקאנער האט געזען די גרעסטע שפרונג אין די היסטאריע אין אזא קורצע צייט, און שטייט אצינד די העכסטע זינט די קריזיס אין 2008, אזוי אויך איז די פראצענט פון ארימקייט געפאלן מיט 1.2% די שטערקסטע פאל זינט 1968 דאס באדייט אין די לעצטע יאר זענען איבער 3.5 מיליאן אמעריקאנער ארויס פון ארימקייט. אזוי אויך די צאל אמעריקאנער אן העלט אינשורענס איז געפאלן גאר דראסטיש מיט נאך 1.3% צו ארום 9%.

דאס אלעס צייגט אז די עקאנאמישע אויפבליה קומט אן צו אלע שיכטן פון אמעריקאנער באפאלקערונג, און די מיטל-קלאס שטייט פיל בעסער ווי פאר די צוזאמענברוך, און אז די עקאנאמישע אויפבליה איז אין יעדע איינציגע פאקטאר פון די עקאנאמיע. די פרישע ציפערן זענען בעסער פון אלע ערווארטונגען, און עס וועט ווארשיינליך העלפן קלינטאן און איר קאמפיין.

JP
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:59 pm#35
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נארוועגישן משכון באַפרייט אין פיליפּינען

פיליפינען – א נארוועגישער מאן וועלכער איז איבער א יאר צייט געהאלטן געווארן אלס משכון דורך די בלוטיגע אבו סייעף טעראר גרופע, איז שבת פארטאגס באפרייט געווארן דורך די מילטאנטן. די פיליפינער רעגירונג האט גענומען קרעדיט דערפאר, זאגנדיג אז דאס איז געווען דער רעזולטאט פון די קאמבינירטע מיליטערישע אפעראציעס וואס די פיליפינער מיליטער האט אונטערגענומען קעגן די מיליטאנטן, פונעם ים, די יבשה און די לופטן. דער נארוועגישער מאן איז פארכאפט געווארן סעפט. 21 15' פון א רעזארט האטעל אויף סאמאל איילענד, נעבן דעם הויפט דרום אינזל פון די פיליפינען, גערופן מינדאנא. דריי אנדערע מענטשן זענען פארכאפן געווארן אינאיינעם מיט אים. די אבו סייעף גרופע האט געהאט פארלאנגט 6.3 מיליאן דאלאר אין אויסלייז געלט פאר יעדן פון די משכונות. די פיליפינער רעגירונג טענה'ט אז סוף כל סוף האט מען נישט געצאלט קיין אויסלייז געלט פאר זיי.

אמעריקאנער טרופּן גרייט פאַר מאָסול אָפענסיווע

איראק – אמעריקאנער טרופן זענען אנגעקומען צו א לופט באזע 40 מייל פון מאסול, כדי אונטערצושטיצן די איראקער טרופן וועלכע פלאנירן אינאיינעם מיט'ן הילף פון די אמעריקאנער טרופן דורכצופירן א מאסיווע אינוואזיע, קומענדיגן מאנאט, צוריק איינצונעמען די שטאט פון די הענט פון די אייסיס טעראריסטן. אמעריקע האט אויך דורכגעפירט באמבארדירונג אטאקעס אין וועלכע זי האט פארניכטעט וואפן הויפנס און שיפן פון די אייסיס טעראריסטן. די באזע וואו די אמעריקאנער סאלדאטן האבן געלאנדעט איז ביז יולי געווען אין די הענט פון די אייסיס טרופן, ביז די איראקער סאלדאטן האבן דאס איינגענומען פון זיי.

קאַנאַדאַ וויל מער האנדל מיט כינע

מאנטריאל, קאנאדא – דער קאנאדער פרעמיער מיניסטער, דזשאסטין טרודאו, האט אויסגעדרוקט צופרידנהייט פון די נייע באציאונגען צווישן קאנאדא און כינע, און האט אנגעבאטן צו פארגרעסערן דעם האנדל צווישן כינע און קאנאדא. טרודאו האט געווינען א פאליטישן זיג, ווען כינע האט באפרייט און אהיימגעשיקט א קאנאדער בירגער, וועלכער האט אפגעשמאכט 2 יאר אין טורמע אויף שפיאנאזש קלאגעס. די באפרייאונג איז געקומען א מאנאט נאכדעם וואס טרודאו האט אפגעשטאט זיין ערשטן באזוך אין בעידזשינג, כינע. קומענדיג מאנאט וועט דער כינעזער פרעמיער מיניסטער, לי קוויענג, באזוכן אין קאנאדא. דער באפרייטער קאנעדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דזשאן גארעט, וועלכער איז אין 14' ארעסטירט געווארן אין כינע און איז אנגעקלאגט געווארן אין שפיאנירן פאר אויסלאנד קעגן כינע און אין רויבן כינזער מיליטערישע סודות.

ווענעזועלע ליידט גרויסן דורכפאַל
ווענעזועלע – דער קאמוניסטישער ווענעזועלער פירער, דער באס דרייווער ניקאלעס מאדורא, האט געליטן שווערע בזיונות ווען קוים 12 לענדער פירער האבן זיך באוויזן ביי א פאליטישן סאמיט וואס ער האט פאררופן אינעם קאריביען אינזל מארגאריטא. דער סאמיט האט געזאלט זיין א אויסדרוק פון שטיצע פאר מאדורא, און מאדורא'ס פאליטישע באוועגונגען האבן לאנגע מאנאטן געשוויצט צוזאמצוזאמלען וואס מער לינקע וועלט פירער צום סאמיט כדי אונטערצושפארן מאדורא'ס פאליטישע פלאטפארמעס וואס וואקלען זיך שטארק. צום סוף זענען בלויז 12 פון די סאמע גרעסטע דיקטאטורן און לינקע פירער אנגעקומען דארטן. א הויפט גאסט איז געווען דער 92 יעריגער פירער פון זימבאבווע, ראבערט מוגאבי.

אטאקע אין מינעסאָוטע מאָול

סט. קלאוד, מינעסאוטע – די פאליציי אין סט. קלאוד, א שטאט אין מינעסאוטע, זענען פארגאנגענעם מוצ"ש ארויסגערופן געווארן צוליב א שיסעריי אטאקע אין א ארטיגן שאפינג מאול. די געשיכטע האט געשאפן א גרויסן אנגעצויגנקייט אין ליכט פון די טעראר אטאקעס אין ניו יארק סיטי און אין ניו דזשערסי. די געשיכטע איז פארגעקומען אינעם קראסראודס צענטער מאול, די פאליציי האט נישט געוואלט ארויסגעבן מער דעטאלן איבער די אטאקע. די שטאט סט. קלאוד געפונט זיך 70 מייל צפון-מערב פון מינעאפאליס, די הויפטשטאט פון מינעסאוטע.

עלעקטערישער טראַנספאָרמער רייסט אויף

שארטלאטסוויל, ווירדזשיניע – אן עלעקטערישער טראנספארמער האט מוצ"ש אויפגעריסן אין שארטלאטסוויל, ווירדזשיניע. די ארטיגע פייער עפארטמענט איז ארויסגערופן געווארן. עס איז קודם געווען א גרויסער טומל, ווייל דער אויפרייס האט פאסירט אין אן אונטערגרונט קאמער נעבן אן ארטיגן שאפינג מאול, און עס האט זיך פון די ערשטע באריכטן צוגעדוכט אז עס איז געווען א טעראר אטאקע. דער ארטיגכער פייער טשיף האט געזאגט אז עס איז געווען א פשוט'ער אויפרייס פון א טראנספארמער, וואס האט פאסירט ווען די אויל אינעם טראנספארמער באקס האט זיך איבערגעהיצט. די פייער דעפארטמענט האט פארלאשן די פלאמען, און האט אראפגערופן די ארטיגע עלעקטעריק פירמע, גערופן דאמיניאן עלעקטעריק, צו פארריכטן די שאדנס און צוריקצושטעלן די עלעקטעריק צום ארט.

4 אומגעקומען אין באָס קראַך

סאוט קאראליינע - פיר מענטשן זענען אומגעקומען און טוצן זענען פארוואונדעט געווארן פארגאנגענעם מוצ"ש ווען א טשארטער באס וואס האט געטראגן א פוטבאל גרופע פון א פריוואטע סקול אין נארט קאראליינע האט געמאכט אן עקסידענט. דער עקסידענט האט פאסירט ווען דער באס איז געפארן אין ראק היל, סאוט קאראליינע, ווען דער פאדערשטער רעדל פונעם באס האט געפלאצט דאס האט געברענגט אז דער באס דרייווער האט פארלוירן קאנטראל און האט אריינגעקראכט אין אן אווערפעס בריק אויפ'ן הייוועי 74 שאסיי נעבן דעם שטאט העמלעט. פיר מענטשן זענען אומגעקומען און 42 זענען פארוואונדעט געווארן.

מאַן נעמט זיך שיסן אין פילאַדעלפיע

פילאדעלפיע – א מאן האט זיך פארגאנגענעם פרייטאג צונאכטס גענומען שיסן אויף פאליציי און אויף מענטשן אין פילאדעלפיע, פענסילוועניע. אומברענגענדיג איין מענטש און פארוואונדענדיג פילע אנדערע, ביז ער איז דערשאסן געווארן. די פאליציי האט שפעטער איבערגעגעבן אז ער האט איבערגעלאזט א בריוו פול מיט טענות און שטותימ'דיגע רייד קעגן די פאליציי און קעגן די טורמע און פראובעישאן אפיסערס. דער שיסער, ניקאלעס גלען, האט געהאט א לאנגיארגיע פארברעכערישע היסטאריע און האט געהאט אנגעזאמעלט א שטארקע האס צו די פאליציי, די טורמע אינסטאנצן און די פראובעישאן אינסטאנצן.

קה"א

אייסיס אינפארמאציע מיניסטער אומגעברענגט
סיריע – דאס אמעריקאנער מיליטער האט געזאגט אז זי האט סוקסעספול דורכגעפירט א באמבארדירונג פרייטאג, אין וועלכע זי האט אומגעברענגט האסאן סאלמאן על פאיאד, וועלכער האט געדינט אלס דער אפיציעלער אייסיס אינפארמאציע מיניסטער. על פאיאד איז געווען גאר נאנט מיט'ן הויפט אייסיס פראפאגאנדע מיניסטער, אבו מוכאמד על אדנאני, וועמען אמעריקע האט שוין אומגעברענגט א מאנאט צוריק אין א באמבארדירונג. על פאיאד איז געווען באאויפטראגט צוזאמצושטעלן די אלע ברוטאלע ווידעאס, וואו אייסיס האט רעקארדירט מארדן פון אמעריקאנער און מערב וועלט משכונות.

גאז פרייזן שטייגן צוליב "קאלאניעל" ארויסרינונג

אלאבאמא – די "קאלאניעל פייפליין" פירמע האט געזאגט שבת אז זי האט אנגעהויבן פארריכטונג ארבעט אויף איר געשעדיגטן פייפליין, אויף וועלכע מען האט אנטדעקט א ליעק אין שעלבי, אלאבאמא. דער פייפליין איז פון די הויפט ליפערונג-מעטאדן פון געזאלין פאר א רייע סטעיטס אינעם איסט-קאוסט ראיאן, אבער צוליב'ן ליעק האט מען געמוזט אפשפארן טיילן פונעם פייפליין. דעריבער האט מען שוין געזען נעכטן אז געזאלין פרייזן האבן זיך געהויבן אין יענע סטעיטס, וויבאלד גאז סטאנציעס הייבן אן אויסלויפן פון סופליי. דער פייפליין וועט בלייבן אפגעשפארט אזוי לאנג ווי דער ליעק ווערט נישט פולקאם פארראכטן.

אויטא פירמעס געסטראשעט מיט סטרייק
קאנאדע – אזויפיל ווי צוואנציג טויזנט איינגעשטעלטע אין קאנאדישע פאבריקן וואס באלאנגען פאר די אמעריקאנער אויטא פירמעס "דזשי עם", "פארד" און "פיאט קרייסלער" זאגן אז זיי וועלן מארגן מאנטאג ארויסגיין אויף א סטרייק אויב וועט "דזשי עם" נישט נאכקומען זייערע פארלאנגען איבערצומאכן און באנייען זייערע קאנטראקטס. די געשפרעכן צווישן די ארבעטער און "דזשי עם" ווערן געפירט דורך די "יוניפאור" קאנאדישע ארבעטער יוניאן גרופע, וועלכע זאגט אז זיי ווילן קודם אויסהאמערן א דיעל מיט "דזשי עם" און זיי וועלן נוצן דעם זעלבן דיעל פאר "פארד" און "פיאט קרייסלער".

זימערמאן שיסער שולדיג אויף מארד קלאגעס
פלארידע – מעטיו אפערסאן, א פארשוין וועלכער האט געשאסן אויפן טרויעריג-בארימטן דזשארדזש זימערמאן, איז געפונען געווארן שולדיג אויף מארד-פרואוו קלאגעס. זימערמאן איז דער באקאנטער פארשוין וועלכער האט אין 2012 געשאסן און אומגעברענגט דעם שווארצן יוגענטליכן טרעיוואן מארטין אין פלארידע, ברענגענדיג מאסיווע ראיאטן דורך שווארצע איבער'ן לאנד. די דזשורי אין אפערסאן'ס קעיס האט געהערט באווייזן אז אפערסאן האט דירעקט נאכגעפאלגט זימערמאן א לענגערע צייט און האט אים געוואלט אומברענגען.

פרידליכע ענדע צו דראמא אויף עמטרעק באן

לאס אנדזשעלעס – א דראמא האט זיך אנטוויקלט פרייטאג ביינאכט אויף אן עמטרעק באן וועלכע איז געפארן אין לאס אנדזשעלעס אויפן וועג קיין סאן דיעגא, ווען פאסאזשירן אויפן באן האבן באריכטעט אז א פאסאזשיר דרייט זיך ארום מיט א רעוואלווער און פירט זיך אויף זייער ווילד. דער באן האט געמאכט א סטאפ אין סאן פערנאנדא וואלי, און אלע 187 פאסאזשירן און 5 מאנשאפט זענען אראפגעפירט געווארן. די פאליציי זענען דאן ארויפגעקומען און האבן געזען אז דער פארשוין האט זיך באריקאדירט אויף איינס פון די וואגאנען, מיט א רעוואלווער אין די הענט. מען האט לענגערע שטונדן געפירט מיט אים געשפרעכן, און שבת פארטאגס איז ער ענדליך ארעסטירט געווארן אנע אינצידענט נאכדעם וואס די פאליציי האבן געשאסן אויף אים טרערן גאז.

שטעכעריי אין מינעסאטע שאפינג צענטער, מעגליך טעראר
מינעסאטע – אין א מעגליכע טעראר אטאקע, האט נעכטן פאסירט א שטעכעריי אינעם קראסראודס שאפינג מאלל אין סענט קלאוד, מינעסאטע, וואו א פארשוין האט געשטורעמט די ארטיגע "דזשעי סי פעני" געשעפטן און געשטאכן עטליכע מענטשן. די פאליציי האבן רעאגירט צו די סצענע און נאך עטליכע מינוט געשאסן און אומגעברענגט דעם אטאקירער. דער אפיס פונעם מינעסאטע גאווערנאר האט באשטעטיגט אז זיי זענען אין פארבינדונג מיט די לאקאלע אויטאריטעטן. דער אידענטיטעט פונעם שטעכער איז נישט ארויסגעגעבן געווארן.

זיקא זאנע פארגרעסערט אין מיאמי

פלארידע – די אויטאריטעטן אין מיאמי, פלארידע האבן געמאלדן אז זיי האבן פארגרעסערט די זאנע וואו די זיקא וויירוס איז אפיציעל אקטיוו, זאגנדיג אז די נייע פארגרעסערטע זאנע באשטייט יעצט פון פיר סקווער מייל, אנשטאט די ביז יעצטיגע 1.5 סקווער מייל. דאס קומט אלס רעזולטאט פון פינף נייע זיקא קעיסעס וואס זענען אנטדעקט געווארן פאריגע וואך, וואס די אלע קעיסעס זענען באשטעטיגט צו קומען פון לאקאלע מאסקיטאס.

ביידען אדרעסירט אנטי-קענסער אפעראציע
וואשינגטאן – אמעריקאנער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען האט געזאגט אז ער וועט אין די קומענדיגע טעג מעלדן נייע איניציאטיוון אינערהאלב די ספעציעלע "אנטי-קענסער" אפעראציע אויף וועלכע פרעזידענט אבאמא האט אים געשטעלט ביים לעצטן "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע מיט'ן ציל אויפצוקומען מיט א לעזונג און היילונג וואס וועט איינמאל פאר אלעמאל שאפן א הונדערט פראצענטיגע רפואה פאר די ביטערע מחלה. ביידען זאגט אז א הויפט פראבלעם איז ווייל ווייניג קענסער פאציענטן נעמען אנטייל אין "טרייעלס" וואס ווערן דורכגעפירט אויף נייע מעדיצינען. די פעדעראלע רעגירונג וועט דעריבער העלפן פאציענטן מיט'ן וויסן גענוי וועלכע טרייעלס עס ווערן דורכגעפירט, און זיי צושטופן אנטיילצונעמען אין די טרייעלס און זיך לאזן באהאנדלען מיט די פראבע-מעדיצינען, וואס נאר אזוי וועט מען אויפקומען מיט א נייע מעדיצין צו היילן קענסער.

ד"א
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:03 pm#36
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
83 סיריער סאלדאטן אומגעקומען אין אמעריקאנער לופט אטאקע

וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט מודה געווען אז אן אמעריקאנער לופט אטאקע אין א לופט באזע אין דייר עס זאר, סיריע, האט אומגעברענגט 83 סיריער סאלדאטן און האט פארוואונדעט פילע הונדערטער אנדערע. אמעריקע האט אויסגעדרוקט גרויס באדויער איבער די לופט אטאקע זאגנדיג עס איז געווען א טעות, און מען האט געמיינט אז דער ארט איז א באזע פון די אייסיס טעראריסטן. באמת איז דאס געווען סיריער סאלדאטן וואס זענען דארטן סטאנציאנירט געווארן צו באקעמפן די אייסיס טעראריסטן אינעם דייר-עס זאר ראיאן. די אטאקע איז פארגעקומען דורך עף. 16 און עי. 10 אטאקיר עראפלאנען וואס זענען ארויסגעפלויגן פון איראק. רוסלאנד האט אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז איבערדעם, און האט פאררופן אן עמוירדזשענסי יו. ען. זיכערהייט ראט מיטינג. זי האט געווארענט אז דאס קען צונישט מאכן דעם הייקעלען פייער אפשטעל וואס איז יעצט אין קראפט אין סיריע.

קה"א
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:18 pm#37
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
יאהאן האט געשריבן:דער קאמוניסטישער ווענעזועלער פירער, דער באס דרייווער ניקאלעס מאדורא,

ד"א

וואס איז פשט פון דעם מאדנעם טיטל?

וואס איז ׳ד"א׳?
מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 11:30 pm#39
5 טויט אין וואשינגטאן שיסעריי
א מאן האט שבת געעפנט פייער מיט א האנטינג רייפל אין א מעיסיס געשעפט אין וואשינגטאן סטעיט אומברענגענדיג 5 מענטשן 4 פרויען און איין מאן.
ער איז שפעטער געכאפט און ארעסטירט געווארן.
זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:26 am#40
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
וואס געשעט אז א צווילינג ווערט געבוירן ביים ענדע פון חודש אדר א׳ און די לידה פון די צווייטע קינד געשעט נישט פאר צאת הכוכבים? עס קען מאכן אז די בר מצוה פון דער צווייטער זאל זיין פאר דער ערשטער׳ס...

ווי איז אבער שייך אזא חידה ביי גוים? נישט נאר וואס פאמיליע פעטערסאן פון מאסאטשוסעטס האט די תשובה פאר אייך, נאר א לעבעדיגע געשיכטע אויך...
מוצאי שבת פרשת נח האט פאמיליע פעטערסאן ענדליך זוכה געווען צו די געבורט פון זייער צווילינג. אבער כאטש אלעס איז געגאנגען געשמירט האבן זיי זיך געכאפט אז עס איז געשען א פלאנטער, דער ערשטער איז געבוירן געווארן נאך דער צווייטער :o
דאס איז אזוי ווי דער בעל תפילה וואס האט געזאגט די ערשטע "כי בא" פאר די צווייטע...

מרת פעטערסאן דערציילט אז נאך די געבורט פון דער ערשטער פון די צוויי האט זי געזען אז די ווייזערס אויפן זייגער נעמען זיך לויפן מיט א שנעלקייט, און איך האב געקלערט צו מיר "איז דאס עכט, אדער איך שטעל מיר פאר זאכן? דאס רוקן די זייגער איז געווען די לעצטע זאך מיר צו ליגן אין קאפ..."

אלזא, דער עלטסטער איז געבוירן אום 1:39, איידער די אפיציעלע זייגער צוריקרוק, אבער דער צווייטער איז געבוירן נאכדעם, 1:10. איז טעכניש איז דער צווייטער געבוירן פריער אין טאג, אבער אין מציאות איז דער ערשטער עלטער ווי דער צווייטער.
וען עס איז א נפקא מינה? צ"ע
זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:38 pm#42
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אלעס ווייסער האט געשריבן:טראמפ האלט ביי 52% ווילן איהם זעהן טויט, level red געמאסטן געווארן דורך די סיקרט סערוויס

דאס איז אין "אמעריקא"... א חרפה און א בושה פאר די פאראייניגטע שטאטן!
דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 10:52 pm#44
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א פרוי וואס האט געקויפט א קלייד ביי ZARA (כליפ כליפ...) האט עס הערשט אנגעטון פינף וואכן שפעטער, לויט ווי זי דערציילט האט זי נאכן אנטון געפילט ווי א גרוך יאגט איר נאך. די גרוך האט זיך נישט געוואלט אפטון פון ארום איר, און איז נאר געווארן ערגער. אויך האט זי געפילט ווי עפעס קיצלט איר פוס. ביים באטאפן דאס ארט האט זיך איר געפילט אז די קלייד איז נישט געווענליך דיק ביים סיעם, א בעסערע קוק האט איר געוויזן א פיסל פון א שרץ זיך ארויסשטעקן פון צווישן די צוגענייטע פעדימער.
שטעלט זיך ארויס אז א טויטער ראט איז געווען דארט פארכאפט און פארנייט. דער לויער האט קאנזערווט דאס קלייד אינאיינעם מיטן שרץ אין א וועקיום פעקט זעקל, צו האבן אלס טויטע ראי-ה ביים טרייעל.

די פרוי קלאגט די קאמפאני פארן פארקויפן א חפץ וואס איז אפיציעל “free from defects, including rodent infestations.” ;)
אויך טענה׳ט זי אז חוץ עמאושענעלי נאכווייען האט זי אויך באקומען א אויסשלאג וואס איז דיאגנאזירט געווארן אלס ”rodent-born disease.” עס בלייבט אונז איבער איר צו וואונטשן אז דער כל יכול זאל איר שיקן א רפואה שלימה במהרה, רפואת הנפש ורפואת הגוף. און עס אינטערעסאנט וואס פון די קלאגע וועט זיך אויסקאכן.

עס איז צום האפן אז די מעשה וועט פארשפרייט ווערן אין עזרת נשים...
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 9:34 pm#45
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
זיס מעשה'לע...
דא וואלט געווען א גוט פלאץ עס צו לייגן

---

קאנגראטולאציעס צו מיין מיינונג פאר זיין דערגרייכונג צו הונדערט באדאנקונגען!!! יעדע איינס קומט זיך אים, ועוד יותר!
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:09 am#46
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
ד"י

א מעגליכע טעראר אטאקע האט נעכטן פאסירט אינעם אהייא סטעיט אוניווערסיטעט אין קאלאמבוס, אהייא, וואו א פארשוין איז אנגעקומען מיט א קאר און דירעקט אראפגעקלאפט עטליכע פיסגייער, דערנאך אפגעשטעלט די קאר, ארויסגעקומען מיט א גרויסן מעסער און זיך גענומען אטאקירן אומשולדיגע סטודענטן וועלכע האבן דארטן ארומשפאצירט אין דעם געביידע קאמפלעקס. דער גאנצער אוניווערסיטעט קאמפלעקס איז געווען אפגעשפארט נאענט צו צוויי שעה, און צום ערשט האט מען געמיינט אז ס'רעדט זיך פון א שיסער, ביז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פארשוין האט פארמאגט א מעסער.

פאליציי זענען אין דער איילעניש אנגעקומען און האבן געשאסן און אומגעברענגט דעם שיסער. אלעס אינאיינעם זענען 9 פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט איינער קריטיש. די אהייא פאליציי און סטעיט באאמטע זאגן אז דער שטעכער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס אבדול ראזאק אלי ארטאן, א סאמאליער אפשטאמיגער אימיגראנט, וועלכער איז א סטודענט אין דער שולע. פאליציי און פעדעראלע באאמטע שליסן נישט אויס די מעגליכקייט אז ס'איז געווען א טעראר אטאקע, נעמענדיג אין באטראכט די מעטאדן – נוצן א קאר אריינצוקראכן אין מענטשן און נוצן א מעסער צו שטעכן – וואס זענען לעצטנס ארויסגעהויבן געווארן אין אייסיס פראפעגאנדע.

ערשטע דעטאלן פון די אויספארשונגען אויפן אטאקירער אלי ארטאן דעקן אויף, אז ער איז געווען א שטארק אויפגעברויזטער פארשוין, און האט אפט קאמענטירט אויפ'ן אינטערנעט זיך צו באקלאגן איבער די קריוודעס און דיסקרימינאציע וואס די מוסולמענער האבן אויסצושטיין אין אמעריקע. ער האט מאנטאג אינדערפרי, געציילטע שטונדן בעפאר דער אטאקע, געשריבן, ״איך האלט שוין מער נישט אויס די פייניגונגען און טשעפערייען קעגן מיינע מוסולמענער ברידער און שוועסטער. איך קען מען נישט!״
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:36 pm#47
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א ערדציטערנישט פון 7.7 אויפ׳ן ריכטער׳ס וואגשאל האט היינט אויפגעטרייסלט טשילע, א צונאמי ווארענונג איז דאן ארויסגעלייגט געווארן אבער איז שוין אראפגענומען געווארן.
מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:33 pm#48
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
דעפעקטירער פון נארט קארעא: די טעג פון די רעזשים זענען געציילטע (הלוואי!)

דער געוועזענער דעפיוטי אמבאסאדער פון נארט קארעא אין בריטאניע, וועלכער איז דער העסטראנגיקער רעגירונג איינגעשטעלטער אין נארט קארעא צו דעפעקטירן, האט היינט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ צום ערשטן מאל זינט ער האט דעפעקטירט, און האט אדרעסירט פולע פראגן ארום די סיטואציע אין נארט קארעא, א לאנד וועלכע איז איינגעהילט אין מיסטעריע און די וועלט ווייסט זייער ווייניג איבער וואס קומט דארט פאר אונטער די אייזענעם פארהאנג.

לויט טהעי יאנג הו, דער געוועזנער אמבאסאדאר, זענען די טעג פון די קים יאנג אן רעזשים געציילטע, און די מצב אינערהאלב די רעגירונג איז גאר אנגעצויגן, און זאגט אז ער ערווארטעט נאך אפיציעלע רעגירונג איינגעשטעלטע צו דעפעקטירן, און אזוי אויך אז גאר נאנט וועט פארקומען א אויפשטאנד צווישן די באפעלקערונג, וויבאלד – לויט אים – טוט קים יאנג אן איבערציען די שטריק, און די באפעלקערונג קען שוין נישט איבערטראגן די אונטערדריקונג און הונגער.

אזוי אויך האט ער אפעלירט צו די אינטערנאציאנאלע געמיינדע צו נעמען שריט צו אראפברענגען די רעזשים, זאגנדיג אז אויב וועט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע אנהאלטן שטארקע סאנקציעס וועט די רעזשים צופאלן גאר נאנט, דער געוועזנער ווארטזאגער פון די רעזשים האט אויסגעפירט אז ער וועט ארבעטן שווער צו העלפן אונטערברענגן די רעזשים "איך האב שוין פארשווענדעט 50 יאר פון מיין לעבן, יעצט איז די צייט צו ארבעטן שווער"
מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:59 pm#49
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
יאהאן אפשר שרייבסטו אראפ אויפן שפיץ פינגער אביסל מער וועגן דעם קים יאנג אן
מיט די גאנצע שטאט דארט אין מיט וועם מען קריגט זיך איך בין א גרויסע ע״ה מיט די ענין אבער וואס איך האב יא געהערט איז, אז ער איז משוגע
שכוח למפרע.
מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:31 pm#50
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אפשר ווען די צייט וועט נישט אזוי אנטלויפן פון מיר...
בלאט: 1 2 3 4 5