הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » טעגליכע נייעס בולעטין

טעגליכע נייעס בולעטין

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #210
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יולי 02, 2014 12:19 pm#1
אויפרייס אין פילידעלפיע
עטליכע מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן אין פילידעלפיע אפאר זענען קריטיש, דע אינצידענט האט פאסירט ווען א פראפעין טאנק פון א טראק האט אויפגעריסן.

דער אויפרייס האט פאראורזאכט א גרויסער פייער, און דער פייער האט זיך אריבערגעכאפט צו די חפצים ארום און ארום, וואס מאכט אהן גרויסע שאדענס.
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:09 pm#3
טעגליכע נייעס בולעטין
איך עפן דעם אשכול מיטן ציל אז ווען איינער וויל ארויפלאדענען נייעס זאל עס קימען מיט א צייט אזוי אז מען זאל כסדר ווערן "אינפארמירט" מיט פרישע קורצע נייעסלעך וועלכע פאדערן נישט קיין באזינדערן אשכול
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:12 pm#4
5:15
א פריוואטע עראפלאן וועלכע האט נישט רעספאנדעט צי פראגעס האט אראפגעקראכט אין וואסער, איך וןעל פרובירן באלד צי ברענגען מער אינפא
מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 10:49 pm#5
מוצאי שבת כי תצא ע"ד
א פליגער פול מיט מענטשן פין די על אל פירמע אין ארץ ישראל האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג נאכן האבן פראבלעמען מיט די מאטאר
מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:29 pm#6
פארגאנגענער דינסטיג 8 אינדערפרי
איז ארויסגעקומען א ריפארט אז אלע cvs פארמאסיס הערן אויף צו פארקויפען ציגערעטלעך און טאבאקא.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:56 am#7
Re: 5:15
אינפארמירט האט געשריבן:א פריוואטע עראפלאן וועלכע האט נישט רעספאנדעט צי פראגעס האט אראפגעקראכט אין וואסער, איך וןעל פרובירן באלד צי ברענגען מער אינפא

שוין דא מער אינפא?
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:57 am#8
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די פריוואטער עראפלאן האט ווארשיינליך געקראכט אין וואסער נעבן דזשעימעיקא
2אידן זענען געווען אויפן עראפלאן בד''ה
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:59 am#9
היינט זינטיג
קומט אהן א נעווי סיעל העמד אינעם 9/11 מעזיום די העמד האט א נעווי סיעל אנגעהאט בשעת די פארכאפונג פון בין לאדין
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:34 pm#10
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
בארדיטשעווער בדחן האט געשריבן:די פריוואטער עראפלאן האט ווארשיינליך געקראכט אין וואסער נעבן דזשעימעיקא
2אידן זענען געווען אויפן עראפלאן בד''ה

ברוך דיין האמת
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:20 am#12
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די נייעס אגענטורן זענען יעצט פארנומען מיט א דרשה וואס פרעזידענט בוש האט געגעבן אין יאר 2007, ווי ער זאגט פאר וואס עס קען געשען טאמער ציהט מען זיך ארויס פון איראק צו שנעל. און ער זאגט גענוי וואס פאסירט יעצט טאקע.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:47 am#13
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין לאנדאן זענען געוויסע חרדישע מוסדות אויף צרות אויב זיי גייען נישט נאכקומען די פארלאנגען פון די רעגירונגס לימודים
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:03 pm#14
מאנסי האט מארגן א שארפער וואל פארמעסט
שרעקעדיגע צעטליך איבער די חוב פון מארגען גיין וועלן אין מאנסי
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:33 pm#15
לווית הרבנית שטיינמאן ע''ה
ברוך דיין האמת
א גרויסע ציבור האט פריער מלווה געווען די טאכטער פון הגר''ח קניבסקי שליט''א און שנור ביי הגראי''ל שטיינמאן וואס איז אוועק אין יונגען עלטער ת.נ.צ.ב.ה.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:06 pm#16
בערך 4 אזייגער
האט אין די הויפט שטאט פון טשילי אויפגעריסען א אינטערגעשטעלטע באמבע ביי א באן סטאנציע
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:32 pm#17
היינט 9 אויפדערנאכט
גייט דער פרעזידענט אבאמא אויפטרעטן פארן פאלק וועגן זיין פלאן קעגן די אייסיס
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:17 pm#18
Re: היינט 9 אויפדערנאכט
בולעטין האט געשריבן:גייט דער פרעזידענט אבאמא אויפטרעטן פארן פאלק וועגן זיין פלאן קעגן די אייסיס

טעות בידך
היינט נאכט.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:05 pm#19
אבאמא האט נארוואס געלאזט הערן אז
ווי אמעריקא שפירט אז מען דארף באמבאדירען וועט אמעריקא שיסען זייערע צילן
ער האט קלארגעשטעלט אז איסלאם איז די מערסטע וואס ליידט פון די רוצחים, אין איסלאם ווערט נישט פארטרעטן פון די געמיינע טעראריסטען

ער האט געלאזט וויסען דעם ציבור אז
הינדערט פופציג צילען זענען שוין געשאסען געווארען קעגן די אייסיס
אין האט אויך געמאלדן אז קיין סיריע וועט אויך גרייכען די אמעריקאנע כוחות און באשיסען די אייסיס צענטערן זיי צו פארניכטען לגמרי פון די וועלט
ער האט אויסגעפירט אז
א ברייטערע קאליציע ווערט צוזאמגעשטעלט אין שפיץ פון דזשאן קערי צו צוזאמנעמען פילע לענדער אין די וועלט און פאראייניגען אין די מלחמה קעגן אייסיס
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 7:23 pm#20
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
דערמאנט מיר ווי בוש האט פאר גענוי 13 יאר צוריק געמאלדן זיין מלחמה קעגן טעראר.

דאס איז א זאך וואס איז אוממעגליך גענצליך אויסצוראטן, אלס וואקסט ארויס פרישע (בעוה"ר).
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:16 am#21
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
בעוונותינו ובעוונות הפרעזידענט אבאמא ירום הודו והוד גאלפו
דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:30 pm#24
טעגליכע נייעס בולעטין
העקערס האבן ארויפגעלייגט סטראשענגון אויף די טיימליין פון ניוזוויק אויף טוויטער, צילענדיג מישעל אבאמא
דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:22 pm#28
טעגליכע נייעס בולעטין
זייגער, ביסט בארד אדער דו ווילסט פשוט אז איך זאל האלטן אין איין באקומען אימעילס?
אז דו ווילסט, קענסטו מיר שיקן אן אימעיל סתם אזוי... ס'מוז נישט גיין דורכן קרעטשמע....
קוק אין מיין חתימה.
מאנטאג מערץ 09, 2015 4:55 pm#30
Re: אויפרייס אין פילידעלפיע
איך מיין אז ערגער, אבער ס'איז אויך דא א צד צו זאגן אז ס'איז צווישן אביסל בעסער און זייער שטארק בעסער, אבער רוב אירע האלטן אז ס'איז בערך סטאביל.
דינסטאג מאי 12, 2015 6:57 pm#32
קורצע נייעס
דזשארדזש ציממערמאן (נישט פארמישן מיט רעב יואל) איז געשאסן געווארן ביי א פייט, א ראוד רעידזש פייט ל'ע.

ער איז לייכט פארוואונדעט געווארן.
מיטוואך מאי 13, 2015 10:35 am#36
Re: קורטצע נייעס
א עמטרעק באן פיל מיט צוויי הונדערט פערציג פאסאזשירן האט אראפ געקראכט פין די שינעס. עס איז שוין באריכטעט פינעף טויטע און פיפציג פארוואנדערטע.
מיטוואך מאי 13, 2015 11:45 am#38
Re: קורטצע נייעס
פאנטאזירער האט געשריבן:
שלומיאל האט געשריבן:Injured מיינט פארוואונדערט?


ניין. איך האב געשריבן פארוואונדעט

נערך לאחרונה על ידי פאנטאזירער בתאריך מיטוואך מאי 13, 2015 10:35 am, נערך פעם אחת בסך הכל.
מיטוואך מאי 13, 2015 12:11 pm#39
Re: קורטצע נייעס
פאנטאזירער האט געשריבן:א עמטרעק באן פיל מיט צוויי הונדערט פערציג פאסאזשירן האט אראפ געקראכט פין די שינעס. עס איז שוין באריכטעט פינעף טויטע און פיפציג פארוואנדערטע.


א 21 יעריגע איד איז אומגעקומען.
מען זוכט פאר א אידישע פרוי וואס איז געווען אויפן עמטרעק
מיטוואך מאי 13, 2015 10:19 pm#42
Re: קורטצע נייעס
רח''ל
וויפיל אידן זענען געווען צווישען די אומגעקומענע?
דינסטאג יוני 09, 2015 4:42 pm#43
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין די יעצטיגע טעג גייט פאר א דראמאטישע געשיכטע ווען 2 מערדער האבן באוויזן צו אנטלויפן פון א גאר פארזיכערטע טורמע אין ניו יארק.

די צוויי Richard Matt און David Sweat זענען מערדער מאז ומקדם, Matt האט איז שוין געווען ארעסטירט איינמאל און איז אנטלאפן, נאך זיין ארויסקומען האט ער אנגעקלאפט איינעם צום טויט, זייענדיג אינדרויסן איז ער פאר זיין טרייעל געפלויגן קיין מעקסיקא ווי ער האט ווידער דערמארדעט איינעם, זינט דאן איז ער אין די תפיסה. Sweat זיצט א לעבנסלענגליכע טערמין פארן שיסן א דעפיוטי שעריף - 15 מאל! - צום טויט, און דערנאך איהם באראבעוועט.
זיי זענען שבת 5:30 פארטאגס נישט געווען צום געפונען אין זייער צעל, אנשטאט זיי זענען אין זייערע בעטן געשלאפן דאמיס צונויפגעשטעלט פון קליידונג, דאס האט געדארפט דינען צו פארנארן די וועכטערס - וואס מאכן רונדעס עטליכע מאל אין די נאכט - כאילו זיי שלאפן געמיטליך...

זוכענדיג האט זיך אנטפלעקט אז זיי האבן אויפגעשניטן די אייזענע וואנט פון זייערע צעלן (וואס האט געפירט צו פייפס וכדומה) און פון דארטן האבן זיי געמאכט זייער וועג ארויס פונעם בנין, אינדרויסן האבן זיי אויפגעשניטן א ריזיגע אפלויף פייפ און געקראכן דערין ביז ארויס פון די שווער באוואכטע מויערן וואס נעמען ארום די טורמע, און דאן ארויסגעקומען דורך א Manhole.




דער גאווערנער איז ספעציעל אראפגעקומען צום טורמע צו זעהן פון די נאנט וואס די חברה האבן אנגעווערטשאפט און האט געהאלטן א פרעסע קאנפערענס ווי ער האט געבעטן אלעמען צו איבערגעבן די מינדעסטע אינפארמאציע וואס קען זיין בייהילפיג צו טרעפן די מערדער, ער האט ארויסגעברענגט ווי געפערלעך די פארשוינען זענען, און צוגעזאגט א 100 טויזענט דאלער'דיגע באלוינונג פאר דער וואס וועט פירן צו זייער ווידער-ארעסט.

די מערסטע איז די וואונדער פון וואו די צוויי האבן געהאט די כלים און דירעקציעס וואס האט זיי ערמעגליכט צו אויספירן זייער פליטה.
איין ארבעטארין אינערהאלב די טורמע וואס האט געהאט נאנטע באציאונגען מיט די צוויי איז אונטער אויספארשונג צוליב די חשדות וואס פאלן אויף אירע פלייצעס, און אומבאשטעטיגטע שמועות פליען ארום אויף איר חשבון...

דערווייל גייט אן א העפטיגע זוכעניש נאך זיי אין וואס הונדערטער פאליציאנטן און סאלדאטן נעמען א טייל, מען זוכט אין הייזער, וועלדער און זאגאר קארס, איבעראל ווי מען זאל נאר קענען טראכטן פון טרעפן שפירן פון זיי.
א איינוואוינער אין די געגנט ווי די טורמע געפינט זיך האט געזאגט אז ער האט געזעהן ליל שב"ק אביסל נאך האלב נאכט ווי צוויי פרעמדע געפינען זיך אין זיין בעק יארד, איימער האט געטראגן א טאשקע וואס האט אויסגעקוקט ווי א גיטאר טאש אין זיינע אויגן - מן הסתם דער זעג, ווען ער האט זיי פארשריגן וואס זיי טוען אין זיין פראפערטי האט איינער פון די צוויי געזאגט אז זיי האבן בטעות אריינגעוואנדערט און זיי זענען אנטלאפן.
די שמעק הונט וואס מען האט אהינגעברענגט האבן קיין געוואונטשענע רעזולטאן נישט געברענגט.

שמועות אז די צוויי זענען אין ווילסבארא, ניו יארק און די געגנט איז ארומגערינגלט דורך די זוכערס איז לויט אנדערע שמועות געלייקנט דורך די סטעיט פאליציי...

דער רבש"ע זאל שומר ומציל זיין, אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר.
דינסטאג יוני 09, 2015 7:39 pm#45
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שלומיאל האט געשריבן:ייש"כ פאר די שיינע - אבער היפש פארשפעטיגטע - באריכט


Its never too late, as its still ongoing
דינסטאג יוני 09, 2015 10:30 pm#46
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
שיינע באריכט @מיין מיינונג
לאמיר האפן די אמעריקאנע חברה זאלן ליידן א מפלה
דינסטאג יוני 16, 2015 3:31 pm#47
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
נאך אלס נישט געפונען וואו איך האב מיר נישט געראכטן אויף דעם ווי קען עס טאקע זיין אין אזא פארגעשריטענע וועלט ?
מיטוואך יוני 17, 2015 8:54 pm#48
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
ווי פארגעשריטענער די וועלט ווערט אלס מער קורצקעפיג ווערן די מענטשן
דאנערשטאג יוני 18, 2015 9:48 am#49
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
A guy shot and killed 9 people in a church in south Carolina
בלאט: 1 2 3 4 5