הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » טעגליכע נייעס בולעטין

טעגליכע נייעס בולעטין

37 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #210
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יאנואר 29, 2017 9:56 pm#1
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א שיסעריי איז פארגעקימען אין א קירכע אין קאנאדע ווי עס זענען געווען פארזאמעלט בערך 40 מענטשן
5 זענען אומגעקימען
זונטאג יאנואר 29, 2017 10:06 pm#2
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
קימט יעצט אן באריכטן אז מען האט שוין איינעם ארעסטירט
מען גלייבט אז סאיז געווען נאך שיסער
דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:13 am#6
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א פייער האט אויסגעבראכן די פארגאנגענע נאכט אויפן צווייטן שטאק פון די סאטמארער מצה בעקעריי אויף בראדוועי, לויט @SatmarHQ איז נישט געשען קיין צו גרויסע שאדן צום בנין אדער מצות
מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:16 pm#10
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
וויצע פרעזידענט מייק פענס, האט באזוכט, ביי די אידישע בית החיים אין סט. לואיס מיזורי, אפצוגעבן כבוד פאר די וואנדאליזירטע קברים.
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 4:33 pm#13
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
דער איד באריכט:
די אקטיוויסטן און ארבעטער וועלכע זענען אין די טעג פארנומען מיט דער שווערער ארבעט פון צוריקשטעלן דעם וואנדאליזירטן אידישן בית עלמין אין מיזורי, און די נאענט צו 200 מציבות וועלכע זענען דארטן אראפגעווארפן געווארן פון זייערע ערטער, האבן נעכטן באקומען א זעלטענע איבערראשונג, ווען דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט, מייק פענס, האט אפגעשטאט א סורפרייז באזוך אינעם בית החיים.

דער באזוך פונעם וויצע פרעזידענט איז געקומען נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע איז די לעצטע צוויי וואכן אויסגעשטאנען ערנסטע קריטיק, אז דער פרעזידענט און זיין אדמיניסטראציע טוען נישט גענוג צו פארדאמען און פארשרייען אנטיסעמיטיזם, און באזונדער דאס וואס דער פרעזידענט האט אזוי שווערליך ארויסגעזאגט ווערטער צו פארדאמען די טעלעפאנישע באמבע סטראשונקעס אויף אידישע צענטערן.

וויצע פרעזידענט פענס איז אנגעקומען צום בית החיים, נישט ווייט פון סענט לואיס, מיזורי, וואו 180 מציבות זענען וואנדאליזירט געווארן, אין דער באגלייטונג פונעם רעפובליקאנער מיזורי גאווערנאר, עריק גרייטענס, וועלכער איז דער ערשטער אידישער גאווערנאר פון דער סטעיט, און פענס האט זיך ארויפגעזעצט אויף א ספעציעלן "פיקאפ" טרעקל מיט וועלכן מ'האט אים ארומגעפירט אינעם בית החיים אים צו צייגן די שאנדפולע וואנדאליזמען.

דער וויצע פרעזידענט האט דערנאך גענומען א מיקראפאון און אדרעסירט די פארזאמלטע אידישע אקטיוויסטן און ארבעטער, זאגנדיג אז אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט האט נישט אנטיסעמיטיזם און האס קיין שום ארט, און די רעגירונג שטייט מיט און שפירט מיט, מיט די אידן וועלכע ווערן אפעקטירט פון אנטיסעמיטיזם. דערנאך האט דער וויצע פרעזידענט גענומען א שאוול און עטוואס געהאלפן אויפרייניגן דעם בית החיים און צוריקשטעלן מציבות.
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 4:35 pm#14
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
המשך:
איראן סטראשעט
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (47.5 KiB) געזעהן געווארן 1319 מאל


א הויכראנגיקער קאמאנדיר פון דער איראנער רעוואלוציאנערישע גארד האט ארויסגעגעבן א שארפן מעסעדזש, אז אויב דער נייער אמעריקאנער פרעזידענט וועט אונטערשאצן אדער שטערן איראנ'ס מיליטערישע מעגליכקייטן, זאל אמעריקע זיין גרייט צו שפירן א "פראסק אין געזיכט" געוואויר צו ווערן איראנ'ס מאכט. די ווערטער פונעם קאמאנדיר, מוכאמעד פאקפור, איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס איראן האט געענדיגט אירע מאסיווע מלחמה איבונגען אין אירע וואסערן, און זיינע ווערטער זענען געווען א דירעקטע רעאקציע צו די פארשידענע שטייפע סטעיטמענטס וואס מען האט געהערט אין די לעצטע וואכן פון פרעזידענט טראמפ איבער איראן, אז ער וועט קלערן ארויפצולייגן צוריק די סאנקציעס אויף איראן אלס רעזולטאט פון א מיסיל טעסט וואס זי האט דורכגעפירט קורץ נאכדעם וואס ער איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז.
מאנטאג מערץ 27, 2017 1:27 pm#16
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א מטבע פון 100 קילא (221 פונט) גאלד איז גע׳גנב׳ט געווארן איבערנאכט אין א מוזעאום אין בערלין.
די מטבע איז א שטיק ריין גאלד און אלס די גאלד דערפון איז עס ווערד 4.5 מיליאן דאלער! (חוץ די ווערד פון די ״חפץ״)
דינסטאג מאי 16, 2017 11:25 am#18
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מען האט נעכטן געהערט גרויס אויפברויז אז דער זעלנער מענינג, וועלכער איז געשטאנען אונטער די צענדליגער טויזנטער דאקומענטן וואס וויקיליעקס האט ארויסגעגעבן פון די אמעריקאנער מיליטער מיט עטליכע יאר צוריק, וועט פארבלייבן אן אקטיווער מיטגליד אין די אמעריקאנער מיליטער אפילו נאכדעם וואס ער וועט באפרייט ווערן פון טורמע וואו ער זיצט צוליב די ליעקס וועלכע האבן געשעדיגט אמעריקאנער אינטערעסן און אפגעשוואכט אמעריקע'ס אימעדזש איבער דער וועלט.
מענינג איז ערווארטעט באפרייט צו ווערן מארגן, נאכדעם וואס געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט געשניטן זיין טורמע טערמין ממש גלייך בעפאר'ן פארלאזן דאס ווייסע הויז.
ד'א
מיטוואך מאי 17, 2017 11:44 am#19
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א געריכט אין דענמארק האט געפונען שולדיג א זיבעצן יעריגן יונג אויף קלאגעס אז ער האט פרובירט צו באמבארדירן צוויי סקולס, אריינגערעכנט א אידישע, מיט באמבעס וואס ער האט געפלאנט צו פאבריצירן אינדערהיים.
לויט באריכטן אין לאקאלע קאפענהאגען מידיא, האט דער יונג זיך געטויפט צו איסלאם מיט אפאר יאר צוריק און ער איז אינספירירט געווארן דורכצופירן אן אטאקע קעגן אידן נאכ'ן זען אין די נייעס איבער דער קאפענהאגען טעראר אטאקע אין יאר 15', אויף א לאקאלן שוהל, וואו דער טעראריסט האט אומגעברענגט דעם אידישן וואלונטיר וועכטער דן אוזאן הי"ד.
דער אנגעקלאגטער און שולדיג-געפונענער יונג שטייט אויס א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע ביי זיין אורטיילונג פראצעס אפאר טעג ארום.
ד'א
דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:00 pm#21
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן פובליצירט אינטערעסאנטע ציפערן, וועלכע צייגן אז ארעסטן אויף פארשוינען וועלכע ווערן פארדעכטיגט אלס אומלעגאלע אימיגראנטן איז דראסטיש געשטיגן זינט דאנאלד טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט.
די ציפערן פון דער אימיגראציע און קאסטומס ענפארסמענט אגענטור צייגן אז צווישן יאנואר 22 און די ענדע פונעם מאנאט אפריל – דאס הייסט בערך די ערשטע הונדערט טעג פון טראמפ'ס פרעזידענטשאפט, זענען אזויפיל ווי 41,318 אומלעגאלע אימיגראנטן ארעסטירט געווארן, וואס איז א פערציג פראצענט שפרינג פון די 30,028 וועלכע זענען ארעסטירט געווארן אין די זעלבע הונדערט טעג מיט א יאר צוריק.
דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט באשטעטיגט אן עקזעקוטיוו ארדער, וועלכע ברייטערט אויס די מאכטן פון די אימיגראציע אויטאריטעטן צו ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטן.
ד'א
דאנערשטאג מאי 18, 2017 8:33 pm#22
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
הייליגע רויעך האט געשריבן:און אנדערע נייעס פון דענמארק גייען זיי געבן היינט 30 מיליאן טאלער פאר די bds מאוומענט היל"ת. הי"ד. שר"י.

זייער גוט! ממנו ילמדו וכן יעשו לקרב ביאת משיחנו ובנין בית מקדשינו!

נ.ב. פאר ווער ס'ווייסט נישט: די BDS מאוומענט איז א גרופע וואס פראבירט צו אנטמוטיגן די שטיצע פון לאנדער איבער די וועלט צו מדינת ישראל.
זונטאג מאי 21, 2017 11:43 am#23
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אן עקספּלאסיווע אויפדעקונג איז נעכטן באריכטעט געווארן אינעם ״ניו יארק טיימס״, אז די כינעזער רעגירונג האט אין לויף פון די יארן 10׳ ביז 12׳ באוויזן צו צעוואַרפן א גרויסן שפיאנאזש רינג וואס אמעריקע האט געהאט אוועקגעשטעלט אינערהאלב דער כינעזער רעגירונג.
די כינעזער זענען דערגאנגען אויף די שפורן פון ארום 18 ביז 20 כינעזער בירגער וועלכע האבן געארבעט פאר אמעריקע אלס געהיימע שפיאנען, און רוב פון די שפיאנען זענען אומגעברענגט געווארן און די איבריגע זענען איינגעשפארט געווארן אין שווערע מיליטערישע טורמעס.
ווי דער ״טיימס״ באריכטעט, איז דער שפיאנאזש רינג געווען אן אפעראציע וואס די סי-איי-עי האט אנגעפירט, און די סי-איי-עי איז דערווייל נאכנישט דערגאנגען צי די רינג איז אויפגעדעקט געווארן פאר כינע דורך א טאפּלטן שפיאן, דאס הייסט אז אן איינגעשטעלטער אין די סי-איי-עי האט דערציילט פאר כינע איבער׳ן שפיאנאזש רינג, אדער איז דאס כינע אליינס געוואויר געווארן דורכ׳ן אריינהעקן אין סי-איי-עי קאמיוניקאציעס. די סי-איי-עי האט דערווייל נישט קאמענטירט אויפ'ן גאנצן טיימס באריכט.
ד'א
דאנערשטאג מאי 25, 2017 10:43 am#25
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
מיין מיינונג האט געשריבן:פארוואס איז כינע געווען שטיל און נישט דערציילט די וועלט די נייעס?

פארוואס כינע האט נישט דערציילט ביז יעצט ווייס איך נישט,
אבער פארוואס די סי-איי-עי האט נישט דערציילט איז פשוט ווייל ס'איז בושות ....
דאנערשטאג מאי 25, 2017 10:45 am#26
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א מאן וועלכער איז געווען אין א טארגעט סטאר, פרובירנדיג צו קויפן א געבורטסטאג וואונטש קארטל פאר זיינס א פריינט, האט זיך געפונען מיט עפעס מער ווי וואס ער האט זיך געוואונטשן, נעמליך דער סטאר איז אינצווישן פארשפארט געווארן.
דער מאן האט זיך דערזען אליינס אינעם געשעפט, זייענדיג פארשפארט אונטער די גראטעס וועלכע האבן בלאקירט דעם וועג צו די ארויסגאנג טירן.
די געריר-שפיר אלארמען האבן זיך צעקלונגען, און פאר דעם מאן איז געווארן ביטער און זויער.
כדי מ'זאל אים נישט חושד זיין אין זיין א גנב, האט ער זיך דירעקט געשטעלט אונטער די זיכערהייט קאמעראס און האט אזוי גערופן די פאליציי פון זיין סעלפאון.
זיי האבן אראפגעשיקט דעם סטאר מענעדזשער אים צו באפרייען. די טארגעט פירמע האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן אינצידענט.
דער מאן האט אויסגעדרוקט שטוינונג וואס ער האט נישט געהערט קיין שום מעלדונג אז די סטאר גייט זיך שוין שפארן פאר דער נאכט און ערשט איז ער א זעקס פיסיגער מאן, וואס שטארט ארויס הויך ביי די שעלווס און רייען, אלזא וויאזוי האבן די סטאר ארבעטער אים נישט באמערקט ביים פארשליסן דאס געשעפט.
ד'א
זונטאג מאי 28, 2017 12:49 pm#27
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די בריטישע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן צוריק אראפגענידערט דעם טעראר אלערט שטאפל פון ״קריטיש״ צו ״ערנסט״, נאכדעם וואס זיי האבן געזען אז עס איז נישט פארהאן קיין ערנסטער געפאר פון נאך א באלדיגע טעראר אטאקע.
דער אלערט שטאפל איז געהעכערט געווארן אין די 24 שטונדן נאך דער שרעקליכער מאנטשעסטערער זעלבסטמארד אטאקע אין וועלכע 22 זענען אומגעקומען, וויבאלד די אויטאריטעטן האבן מורא געהאט אז די אטאקע איז מעגליך טייל פון א גרעסערן טעראר נעץ וואס פלאנירט באלדיגע פרישע אטאקעס.
פרייטאג האט מען נאך געהערט אז די אויטאריטעטן האבן געטראפן ממש א באמבע פאבריק אינעם היים פונעם מאנטשעסטער טעראריסט סאלמאן אבאדי, וואס האט געברענגט א זארג אז ער האט צוזאמגעשטעלט נאך באמבעס.
למעשה האבן נעכטן די אויטאריטעטן געזאגט אז זיי האבן שוין כמעט ארעסטירט יעדן מעגליכן פארבינדעטן מיט אבאדי׳ס טעראר אקטיוויטעטן און זיי זענען שוין כמעט פארטיג מיט דער אויספארשונג.
ד'א
מאנטאג מאי 29, 2017 11:10 am#28
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די עף-בי-איי האט נעכטן באשטעטיגט אז זי פירט אן די אויספארשונג איבער אן אינצידענט וואס א פארשוין האט געשטאכן 2 מענטשן צום טויט נאכדעם וואס די 2 האבן פרובירט אים אפצושטעלן פון טשעפען א גרופע מוסולמענער גלויביגע.
דער אינצידענט האט פאסירט אויף א באן אין פארטלענד, ארעגאן וואו דער פארשוין דזשערעמי דזשאוסעף קריסטשען איז ארויפגעקומען, און ווי נאר ער האט באמערקט עטליכע מוסולמענער אויף דער באן, האט ער זיך גענומען שרייען ראסיסטישע און אנטי-מוסולמענער לאזונגען.
צוויי פאסאזשירן האבן זיך אויפגעשטעלט און פרובירט צו בארואיגן קריסטשען, אבער ער האט דאן ארויסגענומען א מעסער און געשטאכן די 2 צום טויט. די פאליציי זאגן אז קריסטשען האט א לאנגע קרימינאלע היסטאריע, אריינגערעכנט ראסיזם און עקסטרעמיסטישע אטאקעס.
ד'א
מאנטאג מאי 29, 2017 1:58 pm#29
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין ענגלאנד האט מען געהערט גרויס וואונדער ביים פאלק נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די אמעריקאנער עף-בי-איי האט פארלאפענעם יאנואר שוין געווארנט די בריטישע שפיאנאזש באאמטע איבערן מאנטשעסטער טעראריסט סאלמאן אבאדי.
די עף-בי-איי האט געזאגט פאר די עם-איי-5 שפיאנאזש באאמטע, אז אבאדי פלאנירט א טעראר אטאקע, וואס דאן האט מען געמיינט אז אבאדי'ס פלאן איז אומצוברענגען א הויכראנגיקן פאליטישן פירער אין לאנד.
די בריטישע עם-איי-5 שפיאנאזש אגענטן האבן אויסגעפארשט די אינפארמאציע, וואס זיי האבן באקומען פון אמעריקע, אבער נישט טרעפנדיג קיין שום באווייזן אז אבאדי פלאנירט טאקע אן אטאקע, און האבן זיי זיך אפגעלאזט פון האלטן אן אויג אויף אבאדי.
די בריטישע אויטאריטעטן האבן דערווייל נישט קאמענטירט איבער'ן דורכפאל פון נישט האלטן קיין נאענט אויג אויף אבאדי'ן.
ד'א
דינסטאג מאי 30, 2017 10:16 am#30
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א לענגערע "אסאשיעטעד פרעס" באריכט וואס איז נעכטן פובליצירט געווארן, דעקט אויף אז עס עקזיסטירט אן ערנסטער פראבלעם פון דראג פארברעכנס אינערהאלב די פעדעראלע "וועטעראנען אפעירס" דעפארטמענט, וועלכע גיט זיך אפ מיט אמעריקע'ס מיליטערישע וועטעראנען.
דער באריכט גיט צו דערקלערן, אז וויבאלד דער דעפארטמענט האנדלט מיט זעלנער וועלכע האבן געליטן ערנסטע פיזישע וואונדן און גייסטישע טראמא, זענען דא אין די וועטעראנען אפעירס אפיסעס גרויסע קוואנטומען פון גאר שטארקע מעדיצינען, און דעריבער באגייען פילע איינגעשטעלטע פארברעכנס מיט די מעדיצינען, אדער דערמיט וואס זיי נעמען עס פאר זיך אלס א דראג, אדער וואס זיי פארקויפן עס פאר גרויסע געלטער אויפ'ן שווארצן מארקעט.
בלויז אינעם לעצטן האלבן יאר זענען געעפנט געווארן פרישע 36 דראג אויספארשונגען אויף וועטעראנען אפעירס איינגעשטעלטע, און דער סך הכל אנגייענדיגע אויספארשונגען זענען נאענט צו 110.
ד'א
זונטאג יוני 04, 2017 12:17 pm#31
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
די עף-בי-איי האט געלאזט אין גאנג א מאסיווע זוך אקציע נאך א קענטאקי לאיער וועלכער איז פארשוואונדן געווארן, געציילטע טעג איידער ער איז געווען געסקעדזשועלט צו ווערן פאראורטיילט פאר ערנסטע קרימינאליטעטן.
דער פארשוין עריק קאנן האט לאנגע יארן אנגעפירט א סוקסעספולן לאיער אפיס, זייענדיג פון די מערסט-באקאנטע אדוואקאטן ווען מ'האט געוואלט באקומען ״דיסעביליטי״ בענעפיטן פון דער פעדעראלער רעגירונג.
פעדעראלע אויספארשער האבן אבער פאראיאר אויפגעדעקט אז קאנן האט שטילערהייט געצאלט פאר א ריכטער און א דאקטער, זיי זאלן אינאיינעם באשטעטיגן דיסעביליטי אפליקאציעס, באזירט אויף פאלשע מעדיצינישע רעקארדס, און אלעס אינאיינעם האט קאנן ארויסגעשווינדלט פון דער פעדעראלער רעגירונג ארום 600 מיליאן דאלער פון יאר 993׳ ביז יעצט.
קאנן איז אין מערץ שוין איינגעגאנגען אויף אן אפמאך און מסכים געווען צו באצאלן מיליאנען דאלארן שטראף געלט, און אצינד האט ער געדארפט ווערן פאראורטיילט צו טורמע, אבער ער האט אויסגעטאן די ״טרעקינג״ מאשינקע און אנטרינען געווארן, ברענגענדיג אן ערנסטע פעדעראלע זוך אקציע.
מאנטאג יוני 05, 2017 12:26 pm#33
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
באאמטע אינעם "לעיק טשעמפלעין מעריטיים מוזעאום" וועלן אין די קומענדיגע וואכן אונטערנעמען די שווערע ארבעט פון ארויפשלעפן א היסטארישע שיף פון די טיפענישן פון טשעמפלעין טייך, וועלכע פליסט צווישן אמעריקע און קאנאדע, לענגאויס די סטעיטס ניו יארק און ווערמאנט, און דער מוזעאום וועט פרעזערווירן די היסטארישע שיף און עס ארויסשטעלן פאר'ן פובליק צו זען.
די רעדע איז פון דער "ספּיטפייער" שיף, וועלכע איז געבויעט געווארן דורכ'ן גענעראל בענעדיקט ארנאלד, וואס האט געקעמפט אויף דער זייט פון די אמעריקאנער רעוואלוציאנערן קעגן דער בריטישער אימפעריע ביים רעוואלוציאנערישן קריג, וואס האט זיך געענדיגט מיט דער גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן (וואס אגב האט ארנאלד דעפעקטירט אין יאר 780' און איז אריבער צו די בריטישע).
ארנאלד און זיינע זעלנער זענען געפארן מיט דער שיף אין יאר 777' אין טשעמפלעין טייך און האבן געשפילט א קריטישע ראלע אינעם אמעריקאנער זיג ביים "קאמף פון וואלקור איילענד", בעפאר'ן זינקען צו די טיפענישן צוליב די פילע לעכער וואס זי האט באקומען אין לויף פונעם קאמף.
יענער קאמף האט געשפילט א גרויסע ראלע אינעם אמעריקאנער זיג, וויבאלד נאכדעם וואס די אמעריקאנער רעוואלוציאנערן האבן עס געוואונען האט פראנקרייך אנערקענט די זעלבסטשטענדיגקייט פון די פאראייניגטע שטאטן.
ד'א
מוצ"ש יוני 10, 2017 11:09 pm#34
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
א קאר איז אריינגעפארן אין מענטשן פארנט פון די צענטראלע באן סטאנציע אין אמסטערדאם, 8 פארוואונדעט, צוויי דערפון ערנסט. דער דרייווער איז ארעסטירט.
די פאליציי זאגט אז דערוויל איז נישטא ״קיין שום״ צייכענעס אז עס איז געווען אן ״אטאקע״ פון אן ״עקסטרעמיסט״.
מאנטאג יוני 12, 2017 1:58 pm#35
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
פונקט הארט בעפאר צענדליגער טויזנטער אידן וועלן ארויספארן צום אפסטעיט ניו יארק ראיאן צו פארברענגען דארטן די זומער מאנאטן, הערט מען אז די "ליפט" און "אובער" טעקסי-סערוויס פירמעס וועלן זיך אויסברייטערן און אנהייבן סערווירן קאסטומערס אינעם אפסטעיט ראיאן.
לויטן פלאן, וועלן די צוויי פירמעס אנהייבן סערוויסן דעם אפסטעיט ראיאן אום יוני 29, וואס וועט ארייננעמען באפעלא, ראטשעסטער, אלבאני, סיראקיוז, לאנג איילענד און נאך.
ביז יעצט זענען די צוויי פירמעס געווען ערלויבט נאר צו אפערירן אין ניו יארק סיטי, און דער סטעיט סענאט און לעגיסלאטור האט געשטימט עטליכע מאנאטן צוריק צו ערלויבן די פירמעס זיך אויסצוברייטערן קיין אפסטעיט.
דאס ברענגט אויך מיט דזשאב געלעגנהייטן קיין אפסטעיט, וויבאלד מענטשן וואס זענען אויטא אייגנטימער, קענען זיך איינשרייבן צו דינען אלס דרייווער אדער פאר "ליפט" אדער פאר "אובער" און פארדינען געלט אין דער זייט.
ד'א
דינסטאג יוני 13, 2017 11:53 am#36
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
צוויי גרויסע סייבער-סעקיוריטי פירמעס זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטער שארפער ווארענונג צו רעגירונגען איבער דער וועלט און ספעציפיש צו דער אמעריקאנער פעדעראלער רעגירונג, אז זיי האבן אנטדעקט א קאמפיוטער ווירוס, אויף וועלכע העקערס און בייזוויליגע פארשוינען קענען גרינג לייגן זייער האנט, וואס האט די מעגליכקייט אויסצושאלטערן די עלעקטעריציטעט פון גאנצע שטעט, און איבערלאזן מיליאנען מענטשן אין דער טונקל, מיט בלויז א דרוק פון א קנעפל.
דער העקעריי וויירוס ווערט אנגערופן "קרעש אווערדרייוו" און עס ארבעט דורכדעם וואס דער ווירוס זאגט פאר די קאמפיוטערס וועלכע קאנטראלירן אלע עלעקטראנישע טראנסמישאנס אז זיי זאלן אפשטעלן די עלעקטעריציטעט פלוס.
די 2 פירמעס זאגן אז אט דער ווירוס איז גענוצט געווארן צו פאראורזאכן א קורצשלוס אויף כמעט גאנץ אוקראַינע פארלאפענעם דעצעמבער, און זיי ווארענען אז דאס קען גרינג פאסירן אין אמעריקע, אויב וועט מען נישט נעמען שריט צו פארשטארקערן די קאמפיוטער סיסטעמען ארום אמעריקע'ס עלעקטערישע סיסטעמען.
ד'א
דינסטאג יוני 13, 2017 11:55 am#37
Re: טעגליכע נייעס בולעטין
אין אמעריקע עקזיסטירן צענדליגער באוואפנטע מיליצע גרופעס, וועלכע פאררופן זיך אלס פאטריאטישע אמעריקאנער בירגער וועמענ'ס ציל איז פשוט צו זיין גרייט מיט די נויטיגע מיליטערישע וואפנס און טאקטיקן צו פארטיידיגן דאס לאנד אין פאל אויב עפעס קאטאסטראפאל און אפּאקאליפּטיש פאסירט.
די סארט מיליצע גרופעס זענען שטארק אויפגעשטיגן און געוואקסן אין לויף פון די אכט יאר ווען באראק אבאמא איז געווען פרעזידענט, ווייל די גרופעס זענען געווענליך מער גענויגט צו דעם עקסטרעם-רעכטן לאגער פון אמעריקאנער פאליטיק.
אצינד צייגט א באריכט אז טראצדעם וואס רוב פון די סארט מיליצע גרופעס האבן געשטיצט דאנאלד טראמפ ביי די פארלאפענע וואלן, לייגן זיי נישט אראפ די וואפנס, ווייל זיי זענען נישט זיכער וואספארא צוקונפט זיין פרעזידענטשאפט האט.
דערווייל האלטן זיי ווייטער אן זייערע טרענירונגען אין די וועלדער פון אזעלכע סטעיטס ווי דזשארדזשיע, אלאבאמא, טענעסי און ענליכע.
ד'א
בלאט: 1 2 3 4 5