Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

קאווע שטיבל • 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
240 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 359 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10892
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 10:45 pm#391053
שמעון וואלף האט געשריבן:ווער ווייסט, אפשר וועט ער גאר יעצט ארבעטן פארקערט און גאר טערארעזירן די ארונים....

אדער גאר פארקערט, יעצט שוין זיך געלערנט און תשובה געטון וועט ער אפילו העלפן די (נייע) שֹונא... :mrgreen: יָמים יְדבֵּרוּ....
זונטאג פעברואר 04, 2018 6:47 pm#394774
עס דערפרייט דאס הארץ צו הערן ווי דער נידריגער מנובל גולדבערג שר''י וואס האט אזויפיל אזויפיל מענער ווייבער און קינדער דערביטערט אויף זייער גאנץ לעבן ,וויינט יעצט ב''ה אליינס אביסל.

אהרן, אז דו וועסט צעהן טויזענט יאר וויינען אין איין צוה וועסטו נישט מכפר א צעהן טויזענסטל פון דיינע עקלהאפטיגע מעשים.

ניין, עס איז נישט א ענין פון נקמה, אבער בפירוש יא א ענין פון באבוד רשעים רינה.

אבער למען ה' וואס ווילסטו פונעם אייבערשטען? ער האט דיך געהייסן טוהן דיינע טויזענטער מעשה נבלות אכזרות און פראוד? ער האט דיר געהייסן פלאנען א מארד בפועל ממש?

m http://www.bhol.co.il/129882/%D7%94%D7% ... 7%99.html# m
זונטאג פעברואר 04, 2018 7:31 pm#394776
איך אויך: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. דער שייגאץ און פאטענציעלער רוצח. קודם פאררופט ער זיך אויף זיין ייחוס אז ער האט משמש בקודש געווען דעם הייליגן מאכנובקא'ער רעבי'ן זצ"ל. און אויך אז הער האיז א העיניקל פונ'ם חוזה פון לובלין און פון לעלוב'ער רעבי'ן. און ער איז מחייב א יעדן איינעם מיט לכל הפחות פיפציעג דאללער. און ער וועינט מיט ביעטערע טררררערררן און הער א האיז מעקאבל בעי אהאוועה אז ער קען נישט זאן ביי די חתענע פין זאן זין. ער טרייט מסביר צו זיין וואספארא צער דאס איז אז א טאטע קען נישט זיין ביי די חתונה פון זיין קינד. ס'איז פונקט אזוי ווי דזשאהן גאטטי זאלל ארויסרופן רחמנות ביי די וועלט אז ער קען נישט זיין ביי די חתונה פון זיין קינד. וואס האט ער אנגעשטעלט אז ער קען נישט זיין ביי די חתונה...?!
זונטאג פעברואר 04, 2018 8:06 pm#394779
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
איך אויך האט געשריבן:עס דערפרייט דאס הארץ צו הערן ווי דער נידריגער מנובל גולדבערג שר''י וואס האט אזויפיל אזויפיל מענער ווייבער און קינדער דערביטערט אויף זייער גאנץ לעבן ,וויינט יעצט ב''ה אליינס אביסל.

אהרן, אז דו וועסט צעהן טויזענט יאר וויינען אין איין צוה וועסטו נישט מכפר א צעהן טויזענסטל פון דיינע עקלהאפטיגע מעשים.

ניין, עס איז נישט א ענין פון נקמה, אבער בפירוש יא א ענין פון באבוד רשעים רינה.

אבער למען ה' וואס ווילסטו פונעם אייבערשטען? ער האט דיך געהייסן טוהן דיינע טויזענטער מעשה נבלות אכזרות און פראוד? ער האט דיר געהייסן פלאנען א מארד בפועל ממש?

http://www.bhol.co.il/129882/%D7%94%D7% ... 7%99.html#

Link not working?
דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:06 am#394872
קען זיין אז אהרן גאלדבערג איז טאקע א רשע וואס ארבעט אויס זיינע שיטות גענוי ווי א מאפיע.

אבער וויפהל איך ווייס נוצט ער נאר אויס אויף אזעלכע וואס האבן אויסגעפייניגט און דערגאנגען די יאהרן פון זייערע ווייבער
האט ער זיך אנגעטראגען צו נקמה נעמען אין זיי און פארביטערן זייערע לעבן אויכעט.

איך האב נישט ליב זיין דרך השלום,
אבער ער האט זיך אנגענומען פאר פרויען וואס האבן געליטן פאר ער האט זיך אריינגעמישט אין זייערע פרשה

איך ווייס נישט ווער איז א גרעסערער מערדער...
דינסטאג פעברואר 06, 2018 1:41 am#394881
נקודת אמת: דו זעהסט דאך אז דער דרך ארבעט נישט. ס'איז נישט איש כל הישר בעיניו יעשה. ווי זאגט די משנה אין מס' אבות..."הוי מתפלל בשלומה של מלכות. שאילמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו"...או'קעי. ער האט קודם געוואלט הרגנ'ען דעם מאן...זעסט דאך אז מ'האט איהם געכאפט. איך האלט אז ער (אהרון גולדברג) זאלל זאגן אט די טענה פאר'ן דזשאדזש אין קאורט. אז ער האט עס נאר געטון אויס רחמנות אויף די פרוי...איז לאמיר זעהן. אפשר וועט איהם דער שופט זאגן א גרויסן יישר כח...!
דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:43 am#394898
ס'דא א באקאנטע מעשה פון איינער פון צדיקי הדורות וואס עפעס א יודענע האט זיך אפגערעדט צו עם אויף איהר מאן וואס איז איהר מעגן שוין א לאנגע תקופה.

דעם צדיק האט געשיקט זיין גבאי צו א געוויסער פלאץ און ער האט דארט געטראפן יענער פארשוין.

און דער גבאי האט איבערגעגעבן פארן בעל-המעגן אז דעם רבי'ן האט געהייסן אז ער זאל קומען שנעל געבן א גט און אפ'פטר'ן זיין צובראכענע יידענע.
דער מאן האט בשום-אין-אופן נישט מסכים געוועהן.
האט די גבאי עם איבערגעגעבן א שרעקעדיגע מעסעדזש פון רבי'ן:
זאלסט וויסן אז דער ערשטע משנה אין קידושין דערציילט אונז אז א פרוי האט 2 וועגן צו זיך צוריק קונה זיין פון דער מאן'ס רשות:
"וקונה את עצמה בשתי דרכים, בגט ובמיתת הבעל",
אז דו וועסט נישט געבן קיין גט, וועט דיין ווייב זיך מוזן קונה זיין אויף די צווייטע וועג...,

דער מאן האט זיך דערשראקן און גלייך געקומען געבן א גט פאר זיין ווייב.

(ויש חסידים שאהבו לסיים: ער איז געבליבן שטארק ביי זיך און ער האט נישט מוציא שנתו געוועהן... ;) )

להבדיל בין צדיקים לאלו שאינם, ובין דרכיהם הקדושות למול דרכיהם הנלוזות של אחרים.
היינטיגע צייטן וואלט מען א וודאי איינגעזעצט דעם רבי'ן מיט'ן גבאי, וועגן: סחיטה באיומים וכדו'.

אהרן גאלדבערג האט צו זיך לערנען אין די נעקסטע פאר חדשים וואס ס'איז עם נעבעך געבליבן צו זיצן.
אז אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע סטראשעטמען נישט אזוי אויפן טעלעפאן...

אבער גודל עוונו ברציחה לא השכלתי הבינו.
דינסטאג פעברואר 06, 2018 2:58 pm#394922
נקודת אמת: איך האב מורא אז אין ארץ ישראל טאלערירט די רעגירונג אויך נישט קיין איומי רציחה...!

גדולי ראשי הכנופיות יוכיחו. זיי אלע זיצן אין דזשעיל אדער מ'זאגט שוין קדיש נאך זיי...! און די באבא'ס מאכן אזכרות פאר זיי...!
דינסטאג פעברואר 06, 2018 3:02 pm#394923
נקודת אמת: ועוד. דו קענסט זיין רואיג אז בלויז פאר רעדן אויפ'ן טעלעפאן האט מען איהם נישט ארעסטירט און פארמשפ'ט צו לאנגע חדשים אין תפיסה. די אמעריקאנער רעגירונג ארבעט אזוי אז זיי נעמען א סוכן (סמוי) כפול וועלכער רעדט איהם צו צו געבן געלט אדער טון עפעס אן אנדערע זאך בפועל וואס ווייזט אז ער איז גרייט אדורכצופיהרן די מעשי רציחה. און נאכדעים ארעסטירט מען איהם...!
דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 10:34 pm#440305
וואס איז היינט געשען? א גט איז געגעבן געווארען?
דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 11:07 pm#440309
ליידער נישט.

נאר עפעס א פרוי מאסרי איז געזונט געווארן און די משפחה האט געפראוועט א סעודת הודאה.

פון די סיין האבן געוויסע זיך טועה געווען אז דאס מיינט מען די עגונה.
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:35 am#456438
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
א שאד איך בין נישט געווען אויף ק״ש ווען די פרשה האט זיך געקאכט.
ערשט האנטיגער אינפארמאציע איז געווען אוועיליבעל דאן. היינט איז שוין נישט אינטערסאנט.
עס איז שוין דא אריבער א יאר וואס אלע 3 זענען אינדעראויסן און איך קען אלע 3 פערזענליך אפי הרה״צ אהרון גולדבערג פון בית שנש (מלפנים ב״ב רמת לעלוב שיכון ה׳)

ר׳ אהרון, א צדיק וואס דער וועלט האט נישט באגעגענט. נארמאלערהייט וואלט ער געדארפט נעמען אסאך געלט פארן זיך אונטער נעמען אזא פרשה אפי׳ ער זאל נישט מצליח זיין. אבער דא האט עים ממש צוגעטרויטן די צער און ווייטאג פון אן ערליכער רחמנותדיגער אשה כשרה, וואס מען האלט איר שוין אויף 11 יאר על לא דבר. וואוינט אין ק״י עיר הבירה פון סאטמאר באשיידען, מיט א השתלות הנפש, טוהט וואס זי האט צו טוהן צו מאכן זיכער דאס איין איינציגער קינד וואס זי האט, זייער א באטעמוער בחורל זאל האבן א גליקליכער יוגנט.
אינטערסאנט א ספרדישער אפשטאמיגער אבער אזוי צו די זאך מיט שטארקייט און קוראזש גייט זי נעבעך אדורך שוין די לעצטע 11 יאר מיט יסורים עניים מיט א שמייכעל אויפן געזוכט כאילו גארנישט אין די וועלט פעילט איר.
עס איז נישט געווען און עס איז נישטא קיין שום עסקן וואס פרובירט נאך עפעס צו טוהן פאר אירעט וועגן. פארוואס דארף א ווייבל און פריע דרייסיגער יארן אפוואוינען אזוי אליינס א חשכותדיגן לעבן. די חז״ל זאגן שוין פאר 1000טער יאר צוריק טב למיתיב טן דו, א מענטש אליינס איז פארוואגעלט און פארצערט.
און ענדליך לייגט זיך איינער אריין איר שוין יא צו העלפן בחינם על לא כסף פשוטו כמשמעו און גייט אדורך אזא בראך.

ר׳ אהרון, דוקא א שטארקער כאראקטער ווערט נישט געבראכן פון קיין סטראשערייען, אדער שלעגערייען ענדיגט אפ א קרימינאל אין א פרעמדע מדינה אן קענען די לאנדס שפראך, ווער רעדט נאך פון געזעץ, פארן בלויזער חטא פון לאזן א שארפער שפריך ווארט צום פרייוועט אינוועסטיגעיטאר, וואס איז א דירעקטאר אינפארמענט (א חלק פון זיין אימיונעטי דיעל וואס ער האט געמאכט מיט די פעדעראלער ריגירונג ווען מען האט עים געכאפט מיט זיינע פארברעכנס) וואס האט שוין נישט איין היימישער איד אוועק געלייגט אין די שווערסטע תפיסות פאר לאנגע יארן, אדער אפי׳ פארן לעבן אבי ער זאל נישט דארפען סערווירן אפי׳ איין טאג אין די אמעריקאנער שווערע יוסטיץ תפיסה.
ווי אויסער וואס ער פארופט זיך א פי. איי. אן א לייסענס וואס איז א פארברעכן בפני עצמו, איז דאס די וועג ווי אזוי ער כאפט נעבעך זיינע קרבנות.

די געזעץ לויטעט, פאר אן אטערני מעג מען זאגן אלעס און עס קען נישט גענוצט ווערן פארן קטיגור (קלייענט אטערני פריווילידזש) וואס דאס גייט אויך אן ביי א געדינגענער פרייוועט אינוועסטיגעיטאר. ווי-באלד ער האט נישט קיין לייסענס, איז וואס ער ווערט געוואויר קען מען יא ניצן צו מקטרג זיין אויפן באטראפענער, און נאך מער, ער קען אפי׳ ווערן געווייערט פאר ריקארדינגס, וואס א לויער אדער א פי. איי. קען מען נישט ווייערען צו אויס הערן זייערע געשפרעכן.

עס איז שוין בערך 3 יאר זונט די פרשה עס איז שטיל און זי די עגינה זיצט ווייטער אליינס אן דעם וואס איינער זאל אפי׳ קוקן אויף איר צער און ווייטאג.

רובש״ע וויפיל איז די שיעור פון א מענטש צו לאזן פיינוגען א צווייטען מענטש פארגאנישט און פארנישט נאר פשוט ווייל עס ליגט בידו. די הייליגער באשעפער האסט עים געגעבן די בחירה בוחר צו זיין בטוב או לרע העלף די עגינה אז זאל שוין ווערן אויסגעלייזט פון איר עגינה-שאפט. זי זיצט אליינס נאר פאר שיין כבוד וועגן ווי זי איז אן ערליכער אשה כשרה, וואס איז עושה רצון קונה. זי פאלגט דיין הייליגער תורה וואס לאזט איר נישט חתונה האבן. נאר די קענסט איר העלפן אין איר שווערע לאגע.
און מיר ווייסן און גלייבן מיט אמונה פשוטה אז אין אדם נוקף, אפי׳ די האסט געגעבן רעכט בוחר צו זיין.

דער אייבישטער וואס איז א כל יכול וועט העלפן מיר זאלן אלע אויף געראכטן ווערן פון די אייגענע פריוואטער גלות און די גאולה כללות זאל שוין ב״ב אנקומען און דאן וועט זיין א שלימות. אמן

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:37 am#456439
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: ועוד. דו קענסט זיין רואיג אז בלויז פאר רעדן אויפ'ן טעלעפאן האט מען איהם נישט ארעסטירט און פארמשפ'ט צו לאנגע חדשים אין תפיסה. די אמעריקאנער רעגירונג ארבעט אזוי אז זיי נעמען א סוכן (סמוי) כפול וועלכער רעדט איהם צו צו געבן געלט אדער טון עפעס אן אנדערע זאך בפועל וואס ווייזט אז ער איז גרייט אדורכצופיהרן די מעשי רציחה. און נאכדעים ארעסטירט מען איהם...!
איך זעה אז די בוסט זייער נישט באהאווענט אין די נושא. די געלט איז בכלל נישט געגעבן געווארן פאר קיין שום צוועק פון הייער טר קיל. די געלט איז געגעבן געווארן פון בית דין צו די פי. איי. איפ נאך צו גיין און מברר זיין די רוטין פונעם מאן כדי אים צו מאנס צו זיין צו געבן א גט.

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:41 am#456440
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
עמעזאן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז אמעריקא. פאר׳ן וועלען ערמארדען איינעם און דאס אויספלאנירען, באקומט מען א קליינע שטראף. אבער פאר א פאר דאללאר, התפיסה כלה והוא אינו כלה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קודם דארף מען געדענקן אז דא איז געווען א פלי בארגן אין די פריעדיגע שטאפלען פון די געריכט וואס האט מיר טשאנסעס פאר א גרינגע דיעל.

והשנית אז דאס וואס די פראסקיוטיר האט מסכים געווען צו די דיעל ווייזט אויסטערלישע אז די קעיס איז נישט געווען א שטארקע, און עס איז געווען פול לעכער אין די עווידענס ווי אויך סתירות אין די ריקארדירונגען
ביג טיים.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:37 pm#456504
מיינונגזאגער האט געשריבן:א שאד איך בין נישט געווען אויף ק״ש ווען די פרשה האט זיך געקאכט.
ערשט האנטיגער אינפארמאציע איז געווען אוועיליבעל דאן. היינט איז שוין נישט אינטערסאנט.
עס איז שוין דא אריבער א יאר וואס אלע 3 זענען אינדעראויסן און איך קען אלע 3 פערזענליך אפי הרה״צ אהרון גולדבערג פון בית שנש (מלפנים ב״ב רמת לעלוב שיכון ה׳)

ר׳ אהרון, א צדיק וואס דער וועלט האט נישט באגעגענט. נארמאלערהייט וואלט ער געדארפט נעמען אסאך געלט פארן זיך אונטער נעמען אזא פרשה אפי׳ ער זאל נישט מצליח זיין. אבער דא האט עים ממש צוגעטרויטן די צער און ווייטאג פון אן ערליכער רחמנותדיגער אשה כשרה, וואס מען האלט איר שוין אויף 11 יאר על לא דבר. וואוינט אין ק״י עיר הבירה פון סאטמאר באשיידען, מיט א השתלות הנפש, טוהט וואס זי האט צו טוהן צו מאכן זיכער דאס איין איינציגער קינד וואס זי האט, זייער א באטעמוער בחורל זאל האבן א גליקליכער יוגנט.
אינטערסאנט א ספרדישער אפשטאמיגער אבער אזוי צו די זאך מיט שטארקייט און קוראזש גייט זי נעבעך אדורך שוין די לעצטע 11 יאר מיט יסורים עניים מיט א שמייכעל אויפן געזוכט כאילו גארנישט אין די וועלט פעילט איר.
עס איז נישט געווען און עס איז נישטא קיין שום עסקן וואס פרובירט נאך עפעס צו טוהן פאר אירעט וועגן. פארוואס דארף א ווייבל און פריע דרייסיגער יארן אפוואוינען אזוי אליינס א חשכותדיגן לעבן. די חז״ל זאגן שוין פאר 1000טער יאר צוריק טב למיתיב טן דו, א מענטש אליינס איז פארוואגעלט און פארצערט.
און ענדליך לייגט זיך איינער אריין איר שוין יא צו העלפן בחינם על לא כסף פשוטו כמשמעו און גייט אדורך אזא בראך.

ר׳ אהרון, דוקא א שטארקער כאראקטער ווערט נישט געבראכן פון קיין סטראשערייען, אדער שלעגערייען ענדיגט אפ א קרימינאל אין א פרעמדע מדינה אן קענען די לאנדס שפראך, ווער רעדט נאך פון געזעץ, פארן בלויזער חטא פון לאזן א שארפער שפריך ווארט צום פרייוועט אינוועסטיגעיטאר, וואס איז א דירעקטאר אינפארמענט (א חלק פון זיין אימיונעטי דיעל וואס ער האט געמאכט מיט די פעדעראלער ריגירונג ווען מען האט עים געכאפט מיט זיינע פארברעכנס) וואס האט שוין נישט איין היימישער איד אוועק געלייגט אין די שווערסטע תפיסות פאר לאנגע יארן, אדער אפי׳ פארן לעבן אבי ער זאל נישט דארפען סערווירן אפי׳ איין טאג אין די אמעריקאנער שווערע יוסטיץ תפיסה.
ווי אויסער וואס ער פארופט זיך א פי. איי. אן א לייסענס וואס איז א פארברעכן בפני עצמו, איז דאס די וועג ווי אזוי ער כאפט נעבעך זיינע קרבנות.

די געזעץ לויטעט, פאר אן אטערני מעג מען זאגן אלעס און עס קען נישט גענוצט ווערן פארן קטיגור (קלייענט אטערני פריווילידזש) וואס דאס גייט אויך אן ביי א געדינגענער פרייוועט אינוועסטיגעיטאר. ווי-באלד ער האט נישט קיין לייסענס, איז וואס ער ווערט געוואויר קען מען יא ניצן צו מקטרג זיין אויפן באטראפענער, און נאך מער, ער קען אפי׳ ווערן געווייערט פאר ריקארדינגס, וואס א לויער אדער א פי. איי. קען מען נישט ווייערען צו אויס הערן זייערע געשפרעכן.

עס איז שוין בערך 3 יאר זונט די פרשה עס איז שטיל און זי די עגינה זיצט ווייטער אליינס אן דעם וואס איינער זאל אפי׳ קוקן אויף איר צער און ווייטאג.

רובש״ע וויפיל איז די שיעור פון א מענטש צו לאזן פיינוגען א צווייטען מענטש פארגאנישט און פארנישט נאר פשוט ווייל עס ליגט בידו. די הייליגער באשעפער האסט עים געגעבן די בחירה בוחר צו זיין בטוב או לרע העלף די עגינה אז זאל שוין ווערן אויסגעלייזט פון איר עגינה-שאפט. זי זיצט אליינס נאר פאר שיין כבוד וועגן ווי זי איז אן ערליכער אשה כשרה, וואס איז עושה רצון קונה. זי פאלגט דיין הייליגער תורה וואס לאזט איר נישט חתונה האבן. נאר די קענסט איר העלפן אין איר שווערע לאגע.
און מיר ווייסן און גלייבן מיט אמונה פשוטה אז אין אדם נוקף, אפי׳ די האסט געגעבן רעכט בוחר צו זיין.

דער אייבישטער וואס איז א כל יכול וועט העלפן מיר זאלן אלע אויף געראכטן ווערן פון די אייגענע פריוואטער גלות און די גאולה כללות זאל שוין ב״ב אנקומען און דאן וועט זיין א שלימות. אמן

Sent from my iPhone using Tapatalk

דער אייבישטער זיצט און חשכות. נישט די פרוי. ער האט אונז געגעבן עירובין, פרוזבולס, עיסקות און חמץ. ער וויינט מיט זיגעדיגע טרערען אז זיינע קינדערלעך אין גלות ווילען נישט ניצען די זעלבע תורה צו העלפען די הייליגע פרויען. די שכינה איז א פרוי, זי וועט זיך נישט אויסלייזן פון גלות פאר מ'לייזט נישט אויס די פרויען.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 2:34 pm#456527
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
יאסל ראקאווער האט געשריבן:

וואס דער אייבערשטער טוהט ווייס איך נישט, אויסער אין איינצעלענע פעללער, ווי למשל א יעדן פארטאגס מנהמת כיונה וכד’

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 16, 2020 3:37 pm#456528
האסט טאקע א הלכה'דיג אויסגעהאלטענע פלאן?

געדענק, ווען דער רא"ש האט מבטל געווען דער מנהג פון כופה זיין ביי א מאוס עלי, איז די מצב פון די עגונות געווען אסאך ערגער. היינט קענען זיי כאטש גשמיות'דיג זיך מסדר זיין, ארבעט און ברענגן פרנסה אין שטוב. דעמאלס זענען זיי געווען אין אסאך אן ערגרערע מצב און טראץ דעם האט דער רא"ש פארשטאנן אז די הלכה לאזט דאס נישט צו.

דיין אלע ביישפילן זענען לייכט געווען צו טרעפן א לעזונג, די הלכה איז נישט געווען אזוי שווער. דאס איז עס פיל שווערער, ווייל מ'וויל זיך בפירוש אנטקעגן שטעלן אן אפענע הלכה אז אין האיש מגרש אלא מרצונו.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 3:49 pm#456529
האק נישט אין טשייניק.

עס איז דא גענוג זאכען וואס מען קען טוהן.

דיר גייט אהן די הלכה ווי א לאך אין קאפ. ביסט א שאוועניסט, און עס גייט דיר פשוט נישט אהן אז א פרוי איז א עגונה.

עס איז דא אנדערע וואס הגם זיי האלטען אז פרויען דארפען נישט זיין צוגעבינדן וכו', אבער וויבאלט עס איז נאר א הלכה וואס האלט זי צו פין חתונה האבן, דארף מען גארנישט טוהן פאר זי, ווייל זיי האט א ברירה פין ווערען פריי. רח"ל מהאי דעתא, ומהאי דעתא.

דאס אז פרויען ווערען צוגעבינדן, און לויט די היינטיגע מצב קען מען גארנישט טוהן זיי צו העלפען, איז א חילול השם א חילול יהדות. יבא בעל הכרם וכו'.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:44 pm#456534
דער אשכול איז ממש מיינד באגלינג.
דא האב איך געמיינט אז אין ק"ש זענען די פאוסטערס ענלייטענד און אויפגעקלערטע מענטשן...

איך גיי נישט אריין אין די ספעסיפיק מעשה. עס באדערט מיך די אוועראלל אויסקוק פון מאנכע דא.

כווייס נישט צו ס'איז שאוועניסטיק אדער מעשידזעניסטיק אבער דעפיניטלי עפעס א ווערסיע פון...

עס טוט וויי.
איך האף אז ענק האבן נישט קיין טעכטער ווייל איך שוין זיי. איך האף אז ענק געבן נישט איבער דעם vibe פאר ענקערע זונען ווייל טאמער יא איז היבש ביטער.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 7:01 pm#456535
איך פארשטיי נישט ווי קומט אריין שאוועניסטיק דא. איך האב א טאכטער און שוועסטערס, און די גאנצע נושא האט גארנישט דערמיט. טאמער די גט איז פסול, איז עס פסול. וואס וויל מען פון די רבנים? וואס קענען זיי יעצט טון? טוישן די הלכה? וואס פארא חידוש זאל מען יעצט מאכן?

יא, ווען עס וואלט געווען קהלות און בתי דינים כהוגן, וואלט געווען א שטיקל ישועה. הייסט'ס ווען א בי"ד פסקנ'ט אז ער מוז געבן א גט, וואלטן די רבנים זיך צוגעשטעלט ערליכעהייט, און ער וואלט זיך געפילט שטארק אומבאקוועם זיך צו ווייזן ברבים, וואלט דאס אפגעהאלטן היימישע אידן פון אזוי טון. און איך האב פאר דיר נייעס, רוב אזעלכע געשיכטעס זענען נישט קיין היימישע, ווייל היימישע קענען דאס נישט טון און בלייבן היימישע. דעריבער פאסירט עס ביי אזעלכע גרים, ספרדים וואס טאנצן אהין און צוריק, וואס האבן א מעגליכקייט צו אנטלויפן אין די פרעמד. מענטשן וואס קענען אנטלויפן צו א שטאט ווי דער רב וועט מורא האבן אים עפעס צו זאגן, צו א שטעטלע מיט א קליינע חב"ד שול און פערטיג. מיט אזעלכע פארשוינן פאסירן די עגונה קעיסעס, און פאר די סבה.

עס האט גארנישט מיט פרוי אדער מאן, עס איז ריין הלכה. וואס צו טון למעשה? איך בין נישט אזוי אין די עניינים, איך בין נישט קיין רב, איך בין נישט קיין משפיע. איך בין איין מאל געווען אינוואלווד אביסל אין אזא פרשה, ווי א דיין האט געוואלט ארויס קומן בחרב וחנית קעגן א מעגן, און מיין רבי זז"ג האט פראבירט צו ארבעטן אויף די מאן צו געבן א גט, ווייל ער האט איינגעזען אז אזא עקשן וועט זיך קיינמאל נישט בייגן נאך אן אטאקע. מיין רבי איז געזעסן מיט דער מאן, און איך בין אויך געווען דארט, און ער האט פראבירט אים צו געבן צו פארשטיין אז זיין טענות זענען פיין און וואויל, און דעריבער זאל ער דייקא יא געבן א גט. איך ווייס נישט צו עס איז אים געלונגן, אבער איין זאך האב איך יא געזען, אז מיט געוואלד העלפט גארנישט.
לכאורה וואלט איך געזאגט אז די נידריגע טוענים שטייען שטארק אין וועג, און מיט אביסל שכל קען מען צורעדן א רעגעדיגע מאן צו געבן א גט בעידן ריתחא. איך דערמאן זיך נאך א קעיס, אז מ'האט מיר שנעל געברענגט ערגעץ צו זיין אויף א בי"ד פאר א גט, דאס איז געווען די ערשטע גט וואס איך האב געזען. דער מסדר גיטין האט געדארפט שנעל און שטיל ערלעדיגן די גט, האט ער געברענגט א פאר יונגעלייט מיט זיך. עס זעט אויס אז מ'קען שנעל עפעס מאכן, אבער נאר מיט אביסל שכל און אן געמיינע טוענים.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 7:27 pm#456538
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי קומט אריין שאוועניסטיק דא. איך האב א טאכטער און שוועסטערס, און די גאנצע נושא האט גארנישט דערמיט. טאמער די גט איז פסול, איז עס פסול. וואס וויל מען פון די רבנים? וואס קענען זיי יעצט טון? טוישן די הלכה? וואס פארא חידוש זאל מען יעצט מאכן?

עס זענען דא גענוג אין נאך צווישן אונז וואס האלטן צוריק א גט. נישט דווקא ספרדישע אדער מאדנע מענטשן.
מען דארף טוהן מער איבער מאכן legal prenups, ווי אומבאטעמט עס זאל נישט זיין צו רעדן דערפון פארן חתונה.
אויב עס איז דערנאך און מען וויל נישט געבן, דארפן די רבנים לייגן אין חרם, די געשעפטן מיט אים גארנישט קויפן און פארקויפן, די חברים אים אפלאזן און געבן צו הערן ביז ער איז זיך מיישב, און זיין משפחה זאל אים נישט געבן קיין שום support.
( בקיצור וויאזוי מען פירט זיך ביי אונז ווען איינער פארלאזט אונזער דרך.)
ווילאנג די רבנים און די מענטשהייט מאכט זיך נישט וויסענדיג פון דעם פראבלעם, לייגן זיי צו צום פראבלעם.

רבנים דארפן שוין איינפירן מען זאל מוזן האבן א prenup, (ווער עס האלט צוריק א גט זאל ליגאל דארפן צאלן גרויס געלט פאר יעדן יאר אדער ענליכס). עס איז נישט דא קיין סיבה פארוואס עס זאלן זיין אזויפיל עגונות אין 2020, ווען די וועלט איז אזוי קליין.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:45 pm#456540
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס וויל מען פון די רבנים? וואס קענען זיי יעצט טון? טוישן די הלכה? וואס פארא חידוש זאל מען יעצט מאכן?

יא, מ'זאל מאכן א נייע דרש אין א פסוק און טוישן די הלכה! ס'וועט נישט זיין דאס ערשטע מאל און נישט דאס צווייטע מאל וואס מ'וועט עס האבן געטוהן. נאך בעסער וואלט געווען ווען די רבנים מאכן אפ צו פארלירן די כוח צו מסדר זיין גיטין וקידושין און מ'וועט צוריקגיין צו די אמאליגע פילגשים (girlfriends), אויב האבן זיי געקענט אפמאכן צו פארלירן די כוח צו הארגענען מענטשן קענען זיי דאס אויך.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:16 pm#456542
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

אזאנא שטיות פון [mention]רביה''ק זי''ע [/mention] פאסט בכלל נישט. זענען מיר דען קרוב לחז״ל, און ווי אויך דאס וואס הריגה פון בי״ד איז בטול געווארן, איז ווייל מיר האבן נישט געהאט די מינימאלסטע איינריכטונגען ווי אזוי מברר צו זיין אז דער מענטש איז מחיוב מיתה ע״פ תורה ווי די חז״ל לייגן פאר וואספארא חקירות עס האבן געדארפט נחקר ווערן ביז מען האט מחייב געווען מיתה פאר א חוטא. ווילסטו אז מען זאל טוישן די הלכה מיט די היינטיגע סטאנדארטן רבנים ?
איז דאס באמת דיין פארשלאג ?

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:17 pm#456543
ענדליך ענדליך הערט מען עפעס א נארמאלע ווארט דא.
איך האב דורכגעליינט דעם אשכול און געמוזט סטאפן אינמיטן ווייל די עביוז האט אזאנס געטריפט אז איך האב נישט געקענט ווייטער ליינען.

הא קעירס צו גאלדבערג איז שולדיג אדער נישט? יעדער רעכטדענקענדער מענטש פארשטייט אז עלנד בלייבט די עגונה.

אוואדי די שכינה וויינט, אבער קאם אן! סטאפ די צדקות וויל יו?

אונזער דור האט שוין באוויזן זיך צאמצונעמען און באגראבן מענטשן לעבעדיג (משלים זענען איבעריג).
יעדער וואס האלט צוריק א גט דארף האבן א פחד אז אויב געט ער נישט קיין גט גייט זיין נאמען, פרנסה, אדער עני זאך וואס גייט אים בנפשי ווערן באגראבן.

אןן איך בין אויך נייגעריג צו די prenup קען נישט ווערן אויסגעארבעט.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:25 pm#456547
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
דעת האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט ווי קומט אריין שאוועניסטיק דא. איך האב א טאכטער און שוועסטערס, און די גאנצע נושא האט גארנישט דערמיט. טאמער די גט איז פסול, איז עס פסול. וואס וויל מען פון די רבנים? וואס קענען זיי יעצט טון? טוישן די הלכה? וואס פארא חידוש זאל מען יעצט מאכן?

יא, ווען עס וואלט געווען קהלות און בתי דינים כהוגן, וואלט געווען א שטיקל ישועה. הייסט'ס ווען א בי"ד פסקנ'ט אז ער מוז געבן א גט, וואלטן די רבנים זיך צוגעשטעלט ערליכעהייט, און ער וואלט זיך געפילט שטארק אומבאקוועם זיך צו ווייזן ברבים, וואלט דאס אפגעהאלטן היימישע אידן פון אזוי טון. און איך האב פאר דיר נייעס, רוב אזעלכע געשיכטעס זענען נישט קיין היימישע, ווייל היימישע קענען דאס נישט טון און בלייבן היימישע. דעריבער פאסירט עס ביי אזעלכע גרים, ספרדים וואס טאנצן אהין און צוריק, וואס האבן א מעגליכקייט צו אנטלויפן אין די פרעמד. מענטשן וואס קענען אנטלויפן צו א שטאט ווי דער רב וועט מורא האבן אים עפעס צו זאגן, צו א שטעטלע מיט א קליינע חב"ד שול און פערטיג. מיט אזעלכע פארשוינן פאסירן די עגונה קעיסעס, און פאר די סבה.

עס האט גארנישט מיט פרוי אדער מאן, עס איז ריין הלכה. וואס צו טון למעשה? איך בין נישט אזוי אין די עניינים, איך בין נישט קיין רב, איך בין נישט קיין משפיע. איך בין איין מאל געווען אינוואלווד אביסל אין אזא פרשה, ווי א דיין האט געוואלט ארויס קומן בחרב וחנית קעגן א מעגן, און מיין רבי זז"ג האט פראבירט צו ארבעטן אויף די מאן צו געבן א גט, ווייל ער האט איינגעזען אז אזא עקשן וועט זיך קיינמאל נישט בייגן נאך אן אטאקע. מיין רבי איז געזעסן מיט דער מאן, און איך בין אויך געווען דארט, און ער האט פראבירט אים צו געבן צו פארשטיין אז זיין טענות זענען פיין און וואויל, און דעריבער זאל ער דייקא יא געבן א גט. איך ווייס נישט צו עס איז אים געלונגן, אבער איין זאך האב איך יא געזען, אז מיט געוואלד העלפט גארנישט.
לכאורה וואלט איך געזאגט אז די נידריגע טוענים שטייען שטארק אין וועג, און מיט אביסל שכל קען מען צורעדן א רעגעדיגע מאן צו געבן א גט בעידן ריתחא. איך דערמאן זיך נאך א קעיס, אז מ'האט מיר שנעל געברענגט ערגעץ צו זיין אויף א בי"ד פאר א גט, דאס איז געווען די ערשטע גט וואס איך האב געזען. דער מסדר גיטין האט געדארפט שנעל און שטיל ערלעדיגן די גט, האט ער געברענגט א פאר יונגעלייט מיט זיך. עס זעט אויס אז מ'קען שנעל עפעס מאכן, אבער נאר מיט אביסל שכל און אן געמיינע טוענים.

עס זענען דא גענוג אין נאך צווישן אונז וואס האלטן צוריק א גט. נישט דווקא ספרדישע אדער מאדנע מענטשן.
מען דארף טוהן מער איבער מאכן legal prenups, ווי אומבאטעמט עס זאל נישט זיין צו רעדן דערפון פארן חתונה.
אויב עס איז דערנאך און מען וויל נישט געבן, דארפן די רבנים לייגן אין חרם, די געשעפטן מיט אים גארנישט קויפן און פארקויפן, די חברים אים אפלאזן און געבן צו הערן ביז ער איז זיך מיישב, און זיין משפחה זאל אים נישט געבן קיין שום support.
( בקיצור וויאזוי מען פירט זיך ביי אונז ווען איינער פארלאזט אונזער דרך.)
ווילאנג די רבנים און די מענטשהייט מאכט זיך נישט וויסענדיג פון דעם פראבלעם, לייגן זיי צו צום פראבלעם.

רבנים דארפן שוין איינפירן מען זאל מוזן האבן א prenup, (ווער עס האלט צוריק א גט זאל ליגאל דארפן צאלן גרויס געלט פאר יעדן יאר אדער ענליכס). עס איז נישט דא קיין סיבה פארוואס עס זאלן זיין אזויפיל עגונות אין 2020, ווען די וועלט איז אזוי קליין.

ענדליך ענדליך הערט מען עפעס א נארמאלע ווארט דא.
איך האב דורכגעליינט דעם אשכול און געמוזט סטאפן אינמיטן ווייל די עביוז האט אזאנס געטריפט אז איך האב נישט געקענט ווייטער ליינען.

הא קעירס צו גאלדבערג איז שוילדיג אדער נישט? יעדער רעכטדענקענדער מענטש פארשטייט אז עלנד בלייבט די עגונה.

אוואדי די שכינה וויינט, אבער קאם אן! סטאפ די צדקות וויל יו?

אונזער דור האט שוין באוויזן זיך צאמצונעמען און באגראבן מענטשן לעבעדיג (משלים זענען איבעריג).
יעדער וואס האלט צוריק א גט דארף האבן א פחד אז אויב געט ער נישט קיין גט גייט זיין נאמען, פרנסה, אדער עני זאך וואס גייט אים בנפשי ווערן באגראבן.

אןן איך בין אויך נייגעריג צו די prenup קען נישט ווערן אויסגעארבעט.
די געדאנק איז גאר פשוט, און אויך זייער ריכטיג. היעלה על הדעת צו פארפיינונגען א נפש ווייל עס איז בידך? און דאס טאקע האט מען מיט דעם הארטנעקיגער ספרדי געוואלט ארויס האקן. אבער על דא עקא, דער ספרדי כאפט נישט, וויסט נישט, אדער וויל גארנישט וויסען אז עס ער איז אן אפגעפרעגטער און א געמיינער זונלאזער שגץ. איך ווייס נישט וויאזוי ער דרייט זיך פראנק און פריי און כאפט נישט קיין קלעפ א יעדע מינוט אין גאס פון א צווייטן. אבער דער עולם גולם איז אויך אן איידעלער ציבור און מען מאכט זיך נישט ציטוהן קיינער מישט זיך נישט פאר סיי וואספארא סיבה.

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:39 pm#456549
מיינונגזאגער האט געשריבן:אזאנא שטיות פון [mention]רביה''ק זי''ע [/mention] פאסט בכלל נישט. זענען מיר דען קרוב לחז״ל, און ווי אויך דאס וואס הריגה פון בי״ד איז בטול געווארן, איז ווייל מיר האבן נישט געהאט די מינימאלסטע איינריכטונגען ווי אזוי מברר צו זיין אז דער מענטש איז מחיוב מיתה ע״פ תורה ווי די חז״ל לייגן פאר וואספארא חקירות עס האבן געדארפט נחקר ווערן ביז מען האט מחייב געווען מיתה פאר א חוטא. ווילסטו אז מען זאל טוישן די הלכה מיט די היינטיגע סטאנדארטן רבנים ?
איז דאס באמת דיין פארשלאג ?

ערשט זיי מברר דיינע פאקטן און נאכדעם וועלן מיר דן זיין צו איך רעד שטויות צו נישט.

ווי ווייט איך ווייס האט זיך דאס פראדוקציע פון דרשות נישט געענדיגט ביי חז"ל, די פוסקים זענען פיל מיט אייגענע דרשות. און ווי ווייט איך ווייס איז מיתות בי"ד בטל געווארן ווייל די רעגירונג האט עס נישט צוגעלאזט, אפשר זאל מען דא אויך אריינברענגען די רעגירונג זיי זאלן אביסל סדר מאכן.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:50 pm#456552
יא ריכטיג די פוסקים זענען פיל מיט דרשות, אבער נישט מחדש צו זיין אדער מבטל זיין א דין. נאר מברר זיין וואס א דין איז האבן זיי גענוצט די דרשות .
לגבי מיתות בית דין וואס אעז געווארן מבוטל ווייס איך נישט פון ווי די נעמסט די אנפארמאציע.

״ על פי ההלכה, עונש מיתה נוהג רק בזמן שהסנהדרין יושבת בלשכת הגזית, כך שמאז סוף ימי בית שני ענישה זו אינה מתקיימת. התורה הטילה סייגים רבים מאד על קביעת עונש מיתה לאדם, עד כדי כך שכמעט לא אפשרי להגיע בפועל לחיוב עונש מיתה. עקב המנגנון הכולל הגבלות רבות על היישום בפועל של קביעת עונש מיתה, היו עונשי מיתה נדירים ביותר: המשנה במסכת מכות מציינת כי "סַנְהֶדְרִין הַהוֹרֶגֶת אֶחָד בַּשָּׁבוּעַ נִקְרֵאת חָבְלָנִית; רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה אוֹמֵר, אֶחָד לְשִׁבְעִים שָׁנָה. רַבִּי טַרְפוֹן וְרַבִּי עֲקִיבָא אוֹמְרִים, אִלּוּ הָיִינוּ בְסַנְהֶדְרִין לֹא נֶהֱרַג אָדָם מֵעוֹלָם".
זונטאג אוגוסט 16, 2020 9:55 pm#456554
מיינונגזאגער האט געשריבן:יא ריכטיג די פוסקים זענען פיל מיט דרשות, אבער נישט מחדש צו זיין אדער מבטל זיין א דין. נאר מברר זיין וואס א דין איז האבן זיי גענוצט די דרשות .
כ'בין נישט יעצט אין די גוסטע זיך צו טענה'ן איבער פאקטן.

מיינונגזאגער האט געשריבן:לגבי מיתות בית דין וואס אעז געווארן מבוטל ווייס איך נישט פון ווי די נעמסט די אנפארמאציע.
תלמוד בבלי עבודה זרה דף ח: "לא דנו דיני נפשות מאי טעמא כיון דחזו דנפישי להו רוצחין ולא יכלי למידן אמרו מוטב נגלי ממקום למקום כי היכי דלא ליחייבו", די טעם פארוואס מ'האט נישט געקענט זאגן די מפרשים (ליין: ארטסקרול) אויפ'ן פלאץ ווייל די רעגירונג האט נישט געלאזט.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:06 pm#456556
ווייל די רעגירונג האט בכלל נישט געלאזט פראקטעצירן. קוק אריין אין די גמ׳ די זעלבע עמוד אביסל פריער.

אמר רבי יצחק בר אבדימי: לומר שלא דנו דיני קנסות.

פירוש:
אונס ומפתה ושלשים של עבד שנתנה תורה קצבה אחת ליקר ולזולל; ומאחר שלא ישבו בלשכת הגזית - לא דנו, ובטלו דיני קנסות, דכתיב בתשלומי כפל - שהוא קנס 'אשר ירשיעון אלהים' (שמות כב, ח), דהיינו מומחין וסמוכין; בשם רבי, כדאמרינן בסנהדרין; ומי שאינו סמוך - אינו דן דיני קנסות.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:14 pm#456557
וואס דרייט מען דא און דארט? פונקט וועלכע פסוק זאל מען דרשנ'ן אנדערש? וואס גענוי ווילסטו זאל זיין? אבער גענוי, נישט עפעס לופטיגע ווערטער? ווען דער תורה זאגט וכתב לה ספר כריתות ונתן בידה, וויאזוי וואלסטו געוואלט פארשטיין אז זי מעג אויך שרייבן דער גט? ווי זאל עס שטיין? אבער גענוי

די prenup איז מעגליך אן עצה, אבער אסאך האלטן אז עס טויג נישט, ממילא מאכט מען עס נישט.

און איך וואלט געוואלט וויסן צו עס איז טאקע דא אזויפיל עגונות אין די היימישע ציבור. איינער האט א ציפער? ווייל איך קען נישט קיין איינער.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:20 pm#456558
איך אויך נישט, אבער ווען ל״ע עס מאכט זיך איינס איז ביטער ווי גאל טאמער איז זי אן ערליכער פרוי.

לגבי פרינאפ ווייסעך נישט וואספארא תנאי זאלסט קענען אריין לייגן דארט.
נניח עס איז דא און דער מעגן איז מעגן, און עס גייט אריין אין קאורט. און דער מעגן זאגט איך ווייס נישט וואס זי וויל, איך גט איר נישט ווייל איך וויל וואוינען מיט איר. די פרינאפ איז דאך נאר שייך, פאר דער וואס טיילט זיך אפ און גייט אוועק ער איז דער פארלוירענער. אויב שרייט ער געוואלד אז זי איז די וואס גייט דערלייגט זי דאך די פרינאפ אויכעט,

כך שמעתי.
איך וועל עס מברר זיין אבער מכח סברא מאכט עס סענס.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:21 pm#456559
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס דרייט מען דא און דארט? פונקט וועלכע פסוק זאל מען דרשנ'ן אנדערש? וואס גענוי ווילסטו זאל זיין? אבער גענוי, נישט עפעס לופטיגע ווערטער? ווען דער תורה זאגט וכתב לה ספר כריתות ונתן בידה, וויאזוי וואלסטו געוואלט פארשטיין אז זי מעג אויך שרייבן דער גט? ווי זאל עס שטיין? אבער גענוי

איין דרשה וואס פאלט מיר איין יעצט אויפ'ן פלאץ, ויצאה והיתה, מקיש הויה ליציאה, מה הויה אפשר מידה לידו (באדם חשוב) כך יציאה אפשר מידה לידו. ושערי דרשות לא ננעלו.

prenup טוט מען נישט ווייל מ'האלט אז ס'טויג נישט, א נייע געשעפט, זאג אז ס'טויג יא און טוה עס יא, ביי די נעקסטע דור וועט עס שוין זיין א מסורה וואס מ'טאר נישט משנה זיין, נאר די קראים וועלן זיך האלטן צום פשוט'ן פשט אין פסוק ווי נאראנים.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:28 pm#456560

פשיהא דאס איז א ריזיגער כח פון @רביה''ק זי''ע, אבער דער רבי פרעגט דאך אליינס אפ די דרש.
הני מילי באדם חשוב, אבל באדם שלא חשוב (כגון הסיפר שלנו) לא מהני מידה לידו בקדושין. (וממילא א"א למידן דרש כזו).
פירוש:
בבן אדם כזו א"א שמדובר אצל אדם חשוב, שאם הוא היתה אדם חשוב לא נמנע הגט לכתחלה, או יותר לא היה צריך לגרש אותה בכלל. כשיטת ב"ה שאין מגרשין את אשתו אלא אם מצא בה ערות דבר. אבל בלאו הכי אינם אנשים חשובים מגרשין את נשותיהם.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:37 pm#456562
ענטפערט די גמרא אין משיבין על ההיקש. :lol:

בכלל, דאס איז איינמאל זיכער אז די רבנים האבן א כוח צו מבטל זיין א מצוה בשב ואל תעשה אויב זיי פילן עס פאר וויכטיג, אין ווייניגער פון פינעף וואכן וועט גאנץ כלל ישראל (אויסער די קראים) נישט בלאזן קיין שופר ווייל אפשר וועט זיין עפעס איינער וואס וועט נישט האבן ווער ס'זאל בלאזן פאר איהם שופר און ער וועט גיין צו איינער וואס זאל איהם אויסלערנען צו בלאזן און ער וועט טראגן די שופר אין רשות הרבים וואו ס'נישט דא קיין עירוב. הערסט א מעשה?! וועלכע ערליכער איד האט זיך נישט געקויפט א זיץ אין שול וואו ס'דא א בעל תוקע מיט א מינימום פון דריי שופרות וואס האט שוין יארן עקספיריענס צו בלאזן שופר? דאס איז א צופאל וואס דארף פונקט געשעהן און פארדעם זאל גאנץ כלל ישראל לאזן דעם הייליגן באשעפער הענגען מיט די תקיעות?! און די תירוץ איז יא! כל ישראל ערבים זה לזה אז אפילו דער אפגעפארענער איד וואס האט אפגעמאכט ראש השנה אינדערפרי תשובה צוטון און זיך לערנען בלאזן שופר זאל נישט חס ושלום נכשל ווערן מיט חילול שבת. פרעג איך דיר, איז דאס דען נישט כאטש אזוי וויכטיג ווי דעם? איז די מצווה פון קידושין טאקע גרעסער פון שופר און לולב? האבן אונז דען נישט קיין אחריות אויף אידישע טעכטער וואס בלוטיגן אויס די יארן? און די פיר (זעקס?) אינטשעס אונטער די קניען דאס איז אונזער פראבלעם! קראנקע מענטשן.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:39 pm#456563
פרינאפ פון בית דין פון אמעריקא.
זיי פרובירן עס אריינצוברענגען ביים עולם אז יעדער זאל אינטערשרייבן, מחזק צו זיין צו פארמינערן עגונות.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:41 pm#456564
זייער א שיינער סייט, בת קול.
קענען זי ביטע עקספלעינען ווי אזוי דאס גייט לייזן דעם פראבלעים?
איך קריטיקיר עס נאך נישט ווייל איך פארשטיי עס נאך נישט.
ווען איך וועל עס פארשטיין וועל איך אדער עדוואוקעטן אדער אראפרייסן. ווענדט זיך וואס מיין מיינונג וועט דיקטירן.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:43 pm#456566
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
און איך וואלט געוואלט וויסן צו עס איז טאקע דא אזויפיל עגונות אין די היימישע ציבור. איינער האט א ציפער? ווייל איך קען נישט קיין איינער.

איך קען 3 פערזענליך, אפשר הערסטו נישט דערפון ווייל דו דרייסט זיך נישט אזויפיל אינעם פרויען זייט.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:46 pm#456567
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ענטפערט די גמרא אין משיבין על ההיקש. :lol:

בכלל, דאס איז איינמאל זיכער אז די רבנים האבן א כוח צו מבטל זיין א מצוה בשב ואל תעשה אויב זיי פילן עס פאר וויכטיג, אין ווייניגער פון פינעף וואכן וועט גאנץ כלל ישראל (אויסער די קראים) נישט בלאזן קיין שופר ווייל אפשר וועט זיין עפעס איינער וואס וועט נישט האבן ווער ס'זאל בלאזן פאר איהם שופר און ער וועט גיין צו איינער וואס זאל איהם אויסלערנען צו בלאזן און ער וועט טראגן די שופר אין רשות הרבים וואו ס'נישט דא קיין עירוב. הערסט א מעשה?! וועלכע ערליכער איד האט זיך נישט געקויפט א זיץ אין שול וואו ס'דא א בעל תוקע מיט א מינימום פון דריי שופרות וואס האט שוין יארן עקספיריענס צו בלאזן שופר? דאס איז א צופאל וואס דארף פונקט געשעהן און פארדעם זאל גאנץ כלל ישראל לאזן דעם הייליגן באשעפער הענגען מיט די תקיעות?! און די תירוץ איז יא! כל ישראל ערבים זה לזה אז אפילו דער אפגעפארענער איד וואס האט אפגעמאכט ראש השנה אינדערפרי תשובה צוטון און זיך לערנען בלאזן שופר זאל נישט חס ושלום נכשל ווערן מיט חילול שבת. פרעג איך דיר, איז דאס דען נישט כאטש אזוי וויכטיג ווי דעם? איז די מצווה פון קידושין טאקע גרעסער פון שופר און לולב? האבן אונז דען נישט קיין אחריות אויף אידישע טעכטער וואס בלוטיגן אויס די יארן? און די פיר (זעקס?) אינטשעס אונטער די קניען דאס איז אונזער פראבלעם! קראנקע מענטשן.

זייער שיין און יא, דו ביסט זייער גערעכט.
אבער דא איז נאך א תקנה וואס מען דארף שטארק נעמען אין באטראכט וואס איז נישט שייך ביי הוצאה מרשות לרשות וואס קען ארוח קומען א מכשל שלא יוכל לתקן.
תקנת ממזרים, פאר די תקנה איז שווערער צו מאכן א קום ועשה און זאגן אז מען קען לאזן אן עגינה גיין אן א גט. איה״נ אין דח קעיס איז עס נישט אזוי. אבער מען איז דאך מדמה מילתא למילתא, קען ארויסקומען א שרעקליכער מכשול ממילא האט מען אין אזעלכע פעלער שווערער גע'דרש'ענט.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:52 pm#456568
מיינונגזאגער האט געשריבן:איך אויך נישט, אבער ווען ל״ע עס מאכט זיך איינס איז ביטער ווי גאל טאמער איז זי אן ערליכער פרוי.

לגבי פרינאפ ווייסעך נישט וואספארא תנאי זאלסט קענען אריין לייגן דארט.
נניח עס איז דא און דער מעגן איז מעגן, און עס גייט אריין אין קאורט. און דער מעגן זאגט איך ווייס נישט וואס זי וויל, איך גט איר נישט ווייל איך וויל וואוינען מיט איר. די פרינאפ איז דאך נאר שייך, פאר דער וואס טיילט זיך אפ און גייט אוועק ער איז דער פארלוירענער. אויב שרייט ער געוואלד אז זי איז די וואס גייט דערלייגט זי דאך די פרינאפ אויכעט,

כך שמעתי.
איך וועל עס מברר זיין אבער מכח סברא מאכט עס סענס.

לויט ווי איך פארשטיי שטייט אינעם פרינאפ אז ער דארף צאלן געלט אויב זי וויל דעם גט, נישט קיין חילוק אויב ער וויל בלייבן.

(זעהט חלק ווו)

m https://res.cloudinary.com/orthodox-uni ... v-2018.pdf m
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:52 pm#456569
בת קול האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
און איך וואלט געוואלט וויסן צו עס איז טאקע דא אזויפיל עגונות אין די היימישע ציבור. איינער האט א ציפער? ווייל איך קען נישט קיין איינער.

איך קען 3 פערזענליך, אפשר הערסטו נישט אזויפיל דערפון ווייל דו דרייסט זיך נישט אזויפיל אינעם פרויען זייט.

No way.
די ווייטאג פון דעם איז דאך שרעקליך.
איה הכותב וואס קען אפי' באשרייבן די ווייטאג פון א פרוי איבערגעלאזט פארשארט און קען נישט אנהייבן צו לעבן מיט א צווייטן מאן וואס וויל איר יא, אדער וואס זי וויל יא.

די גמ' האט שוין פארשטאנען טויזענטער יארן צוריק אז וואוינען אליינס און איינזאם איז ביטער ווי גאל. די גמ' דריקט זיך אויס אנהייב צווייטע פרק מס' קידושין אז א פרוי איז מסכים צו טוהן א שוואכערע שידוך ווי איידער זיצן אליינס. זעהען מיר פון דעם אז די צער פון זיצן אליינס איז ביטער ווי גאל.

נפשי שפכי כמים פאר אזעלעכע פעלער איך קען נישט גלייבן אז איז א מעשה וואס געשעהט מער ווי איין מאל אין אן היסטאריע פון א ספרדי'שער באנדיט וואס האט נישט קיין שום געפיהל און קען פייניגן א מענטש מיט אזעלעכע ענויים, און ווען עס שטעלט זיך שוין יא איינער וואס וויל טון ווערט אזוי פארפלאנטערט מלבר ומלגב.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:56 pm#456571
בת קול האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי שטייט אינעם פרינאפ אז ער דארף צאלן געלט אויב זי וויל דעם גט, נישט קיין חילוק אויב ער וויל בלייבן.

איך ווייס נישט צו מען קען שרייבן אזא זאך, אבער איך וועל איבערגיין די דיטעילס מיט א אטערני מארגן, עס איז מיר זייער אינטערסאנט.
אין כתובה איז אויך דא א מושג אז זי קען פארלירן איר כתובה רעכט טאמער זי איז געווען די יצאה.
אנלעסס זי האט א בארעכטיגטע סיבה ע"פ תורה פארוואס זי קען נישט וואוינען מיט אים, וואס דאס איז געווענליך נישטא, און פארקערט איז יא דא אז זי טאר נישט וואוינען מיט אים, און פארלירט זי אויך די כתובה רעכט.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:21 am#456605
ס'איז דא א זאק מיט עצות. נאר וואס דען, ס'וועט אלס זיין א מחלוקת צו ס'איז גוט הונדערט פראצענט. מ'קען אלץ טרעפן א ט"ז וואס איז מחמיר.

אבער ווען ס'קומט צו דיני נפשות דארף מען נעמן די זאך אינדערהאנט אריין. ווען נישט וואלט רבי מאטעלע זצ"ל אויסגעפירט און ס'וואלט נישט געווען קיין הצלה.

איז די פראבלעם אז די פוסקים האלטען זיך נישט ביים אויסשטרעקען די האלז צו פסק'ענען א קאנטערווערסיאלע ענין וואס טוט נאר בענעפיטן נעבעכדיגע עגונות.

זאגט די שכינה, מפני שהעמידי דבריהם על דברי תורה. קום איך נישט ארויס פון גלות בלייב איך אויך אן עגונה.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:42 am#456610
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס דרייט מען דא און דארט? פונקט וועלכע פסוק זאל מען דרשנ'ן אנדערש? וואס גענוי ווילסטו זאל זיין? אבער גענוי, נישט עפעס לופטיגע ווערטער? ווען דער תורה זאגט וכתב לה ספר כריתות ונתן בידה, וויאזוי וואלסטו געוואלט פארשטיין אז זי מעג אויך שרייבן דער גט? ווי זאל עס שטיין? אבער גענוי

איין דרשה וואס פאלט מיר איין יעצט אויפ'ן פלאץ, ויצאה והיתה, מקיש הויה ליציאה, מה הויה אפשר מידה לידו (באדם חשוב) כך יציאה אפשר מידה לידו. ושערי דרשות לא ננעלו.

prenup טוט מען נישט ווייל מ'האלט אז ס'טויג נישט, א נייע געשעפט, זאג אז ס'טויג יא און טוה עס יא, ביי די נעקסטע דור וועט עס שוין זיין א מסורה וואס מ'טאר נישט משנה זיין, נאר די קראים וועלן זיך האלטן צום פשוט'ן פשט אין פסוק ווי נאראנים.

און די רבנים וועלן דרש'ענען ולא תתורו אז מען טאר נישט האבן א סמארטפאון און טאמער יא איז מען חייב מיתה!

זייט ווען טראסטו די היינטיגע רבנים מיט אויף מאכן הלכות זיי וועלן עס נוצן אקעגן דיר!
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:53 am#456613
דער עולם נעמט די הלכה זייער לייכטזיניג, מיט טפשות'דיגע דרשות להתיר, און נאך דעם זאגט מען אז רבנים נעמן די פרויען'ס פיין לייכטזיניג!

און דאס אז איך קען נישט קיין קעיסעס ווייל איך קען נישט קיין פרויען איז אויך זינלאז. ווער זאגט דיר איך קען נישט קיין פרויען? איך בין דאך א ליטוואק. ועוד והוא העיקר, יעדער פרוי האט א מאן א מעגן. אז איך דארף קענען מענער, ווי זענען זיי? איך קען מענער וואס האלטן אין מיטן זיך גט'ן, וואס האבן זיך אפגעשיידט, אבער א קעיס ווי א מאן איז גערופן געווארן אין בי"ד צו געבן א גט, און ער גיבט נישט, ווייס איך נישט.

און ווען א פרוי נוצט די רעגירונג'ס פרא-פרוי נייג צו גנבנ'ן די קינדער פון די טאטע, און פאר דעם גיבט ער נישט קיין גט, ווייס איך נישט צו דאס איז טאקע אן עגונה אויף וועמען איך דארף וויינען. אדער ווען זי נעמט alimony פון אים בגניבה, אדער סיי וועלכע אנטי-פעמיניסטישע רעכט פון די רעגירונג, און ער נוצט די תורה רעגירונג דאס אפצושטעלן, מאן יימר אז דאס איז א וועלטס פראבלעם? ווען ער טוט עס פאר נקמה אדער עפעס אויסצוקוועטשן, ביסטו גערעכט. אפילו אז זי קען מוותר זיין, איז עס א גרויסע נעביך. אבער ווילאנג זי נוצט די רעגירונג אים צו באגנבנ'ן, זאל זי נישט וויינן אויף זיין נוצן זיין רעגירונג.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:58 am#456615
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם נעמט די הלכה זייער לייכטזיניג, מיט טפשות'דיגע דרשות להתיר, און נאך דעם זאגט מען אז רבנים נעמן די פרויען'ס פיין לייכטזיניג!

עעענדליך פארשטיי איך.
כהאב געוואלט גלייבן אז איר קענט פשוט נישט קיין עגונות.

איר זענט שוין איינמאל בייעסד.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:15 am#456620
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם נעמט די הלכה זייער לייכטזיניג, מיט טפשות'דיגע דרשות להתיר, און נאך דעם זאגט מען אז רבנים נעמן די פרויען'ס פיין לייכטזיניג!

און דאס אז איך קען נישט קיין קעיסעס ווייל איך קען נישט קיין פרויען איז אויך זינלאז. ווער זאגט דיר איך קען נישט קיין פרויען? איך בין דאך א ליטוואק. ועוד והוא העיקר, יעדער פרוי האט א מאן א מעגן. אז איך דארף קענען מענער, ווי זענען זיי? איך קען מענער וואס האלטן אין מיטן זיך גט'ן, וואס האבן זיך אפגעשיידט, אבער א קעיס ווי א מאן איז גערופן געווארן אין בי"ד צו געבן א גט, און ער גיבט נישט, ווייס איך נישט.

און ווען א פרוי נוצט די רעגירונג'ס פרא-פרוי נייג צו גנבנ'ן די קינדער פון די טאטע, און פאר דעם גיבט ער נישט קיין גט, ווייס איך נישט צו דאס איז טאקע אן עגונה אויף וועמען איך דארף וויינען. אדער ווען זי נעמט alimony פון אים בגניבה, אדער סיי וועלכע אנטי-פעמיניסטישע רעכט פון די רעגירונג, און ער נוצט די תורה רעגירונג דאס אפצושטעלן, מאן יימר אז דאס איז א וועלטס פראבלעם? ווען ער טוט עס פאר נקמה אדער עפעס אויסצוקוועטשן, ביסטו גערעכט. אפילו אז זי קען מוותר זיין, איז עס א גרויסע נעביך. אבער ווילאנג זי נוצט די רעגירונג אים צו באגנבנ'ן, זאל זי נישט וויינן אויף זיין נוצן זיין רעגירונג.

ריכטיג, אין די פאל וואס די פרוי נוצט די סיסטעם צו פארפאלגען דעם מאן לגבי די קינדער, צו עלימאני, ווייס איך נישט צו מען קען האבן א טענה צום מעגן. אבער אזא פאל געווענליך נעמט נישט אזויפיל יאר. במשך השנים קומט מען צו עפעס א אינפארסעבל אגרימענט, טאקע ווייל מען האט אפגעהאלטן א גט.
אבער אויב חלילה איז עס פארקערט און די פרוי וויל נישט נעמען קיין גט פאר סיי וואספארא סיבה, זאל זי אכטונג געבן, זי קען ווערן אויסגעשפילט.
עס האט שוין פאסירט אין די פעסט.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:20 pm#456634
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם נעמט די הלכה זייער לייכטזיניג, מיט טפשות'דיגע דרשות להתיר, און נאך דעם זאגט מען אז רבנים נעמן די פרויען'ס פיין לייכטזיניג!

און דאס אז איך קען נישט קיין קעיסעס ווייל איך קען נישט קיין פרויען איז אויך זינלאז. ווער זאגט דיר איך קען נישט קיין פרויען? איך בין דאך א ליטוואק. ועוד והוא העיקר, יעדער פרוי האט א מאן א מעגן. אז איך דארף קענען מענער, ווי זענען זיי? איך קען מענער וואס האלטן אין מיטן זיך גט'ן, וואס האבן זיך אפגעשיידט, אבער א קעיס ווי א מאן איז גערופן געווארן אין בי"ד צו געבן א גט, און ער גיבט נישט, ווייס איך נישט.

און ווען א פרוי נוצט די רעגירונג'ס פרא-פרוי נייג צו גנבנ'ן די קינדער פון די טאטע, און פאר דעם גיבט ער נישט קיין גט, ווייס איך נישט צו דאס איז טאקע אן עגונה אויף וועמען איך דארף וויינען. אדער ווען זי נעמט alimony פון אים בגניבה, אדער סיי וועלכע אנטי-פעמיניסטישע רעכט פון די רעגירונג, און ער נוצט די תורה רעגירונג דאס אפצושטעלן, מאן יימר אז דאס איז א וועלטס פראבלעם? ווען ער טוט עס פאר נקמה אדער עפעס אויסצוקוועטשן, ביסטו גערעכט. אפילו אז זי קען מוותר זיין, איז עס א גרויסע נעביך. אבער ווילאנג זי נוצט די רעגירונג אים צו באגנבנ'ן, זאל זי נישט וויינן אויף זיין נוצן זיין רעגירונג.

אז דו קענסט דאך נישט אזעלכע פעלער, וואס שאצטו אז די פרויען טוהן עפעס וואס האלט דאס צוריק?
אלע פעלער וואס איך קען זענען פרויען וואס זענען אוועק נאך יארן פון אביוס. די מענער האלטן נאך אן זייער לעצטע מאס קאנטראל צו קענען פארביטערן דאס לעבן. אלע פון זיי האבן כאטש קאסטעדי מיט סופערוויזשען, אדער מער פון דעם. די פרויען בעטן נישט קיין געלט, פארקערט. זיי וואלטן און האבן שוין, געצאלט אסאך געלט זיך צו קענען ארויסזעהן פון דעם מצב.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:28 pm#456636
איין פאל וואס איך בין באקאנט מיט האט די פרוי ליטרעלי זיך פרובירט נוקם זיין אין דעם עקס מאן מיטן נישט צולאזן אז דער טאטע זאל זיך מיט די קינדער טרעפן. עד כדי כך אז די הנהלה האבן זיך אריין געמישט און דער טאטע פלעגט קומען באזוכען די קינדער אין חדר און אין סקול.
אבער איך האב שוין געהערט פארקערט אויך (איך בין נאר נישט באקאנט מיט די דיטעילס) אבער ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, טארן נישט די קינדער זיין די שטיקלעך אויפן שאך ברעטל וואס ביידע עלטערן פרובירן מאכן א שאך-מאט איינער אויפן צווייטן דורך די קינדער. די אפעקט וואס דאס לאזט איבער אויף זיי איז זייער נישט גינסטיג. דוק ותשכח.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 3:02 pm#456669
איך האב געשאצט? איך האב עפעס געזאגט וועגן א געוויסע קעיס? איך ווייס דאך נישט. איך זאג נאר אז אזעלכע פעלער קענען אויך פאסירן, און דער מאן איז נישט באפליכטעט אוועק צו געבן זיין לעצטע רעכט און כח וואס ער האט אפצושטעלן א גניבה.

איך גלויב נישט אז אלע פעלער זענען די זעלבע, יעדער האט זיך זיין קעיס.

איך וויל נאר וויסן צו עס איז דא אזוי פיל אזש מ'קען עס אנרופן א מגיפה וואס מ'דארף שאקלן וועלטן דאס אפושטעלן, אזוי ווי ביי פרוזבול וכדו'.

איך דערמאן זיך יעצט פון א יונגערמאן וואס זיין פרוי וויל בשום פנים ואופן נישט נעמן קיין גט. זי האט פון אים געגנב'ט די קינדער, אבער יעצט זענען זיי צוריק, ובגדול. זי נעמט נאכאלס נישט קיין גט, אבער ער האט שוין א היתר מאה.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 8:28 pm#456720
איך עגרי אז אין געוויסע קעיסעס איז די פרוי ביטער ווי א זית.
דעס איז אבער א שטארקע יוצא מן הכלל.
געווענטליך איז עס פונקט פארקערט.

און געווענטליך דארף זי נישט קיין געלט נאר לאז מיך פריי.

אוי... מען דארף חתונה האבן צו איינעם פון וועם מען קען זיך גטן.

ביי דע וועי דעס אז די מוסד האט זיך אריינגעמישט איז א טיפיקל אונגארישע מעשה. כמיין א ריזיגע שכח פארן העלפן די טאטע איי, פון וואנעט ווייסטו אז ער האט די קינדער נישט אנגערירט?