Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

קאווע שטיבל • 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
240 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 359 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10892
זונטאג אוגוסט 23, 2020 8:55 am#457317
מיינונגזאגער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:ליטוואק, מיין עקפעריעס און אזא פאל מיט עם איז
ער קאפיט נאך פין א סייט וואס ער פארשטייט אליינס נישט און זיכט צי ווארפען זאמד אין די אויגן

אין מיין אפיניען איז ער א ידען נפלא וואס שטעלט כסדר צו די ריכטיגע מראי מקומות. נאר וואדזשע דען, מאכט זיך אמאל א ראנג אפטייטש. כבר היה לעולמים. דערפאר דארף נישט אלעס ווערן פארדאמט צום טויט.

גם אני מצטרף.
אם ריק הוא, ממך.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 12:57 pm#457337
איך וויל דא מוסר מודעא זיין אז איך קאפי נישט גארנישט פון קיין שום סייט (קען זיין אז אנדערע קאפיען פון מיר), איך ווייס ניטאמאל פון וועלכע קריסטליכע סייט דו רעדסט (אויסער אויב ירון ידען איז א קריסט), ווען איך וואלט זיך נישט געפארכט פון גילוי וואלט איך דיר געקענט איבערגעבן די נאמבער פון מיין חברותא מיט וועם כ'האב געלערנט און דורכגעטוען די סוגיות.

די טענה אז איך לערן אפ פאלש איז נישט קיין נייער, כ'האב אפאר חברים און קרובים וואס האלטן אין איין ארויסשלעפן דעם דשאוקער יעדעס מאל וואס איך זאג עפעס וואס געפעלט זיי נישט, ספעציעל ווען ס'איז נוגע הלכה למעשה. איך זאג זיי אלץ אז אדרבה, איך וואלט זייער שטארק געוואלט זיי זאלן מיר אויפווייזן וואו איך האב געגרייזט און פארוואס זייער פשט שטימט בעסער, און דארט ענדיגט זיך געווענליך די שמועס. אויף דעם שטייט אין פסוק "Change my mind".
זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:35 pm#457347
נקוט כלל זה בידך, די וואס אטאקירן פערזענליך זענען על פי רוב נישט די וואס מיינען דעם אמת.. זיי זענען נארמאל די וואס פרובירן זיך צו באשיצן פון ריכטיגע טענות.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:06 pm#457349
איך פארשטיי נישט פארוואס מען שמועסט אזא וויכטיגע ענין אונטער אזא קעפל, אבער איך וועל שרייבן וואס איך טראכט.

קודם איבער די טענות צווישן רבינו און ליטוואק בנוגע מאכן א תקנה לאחר המעשה. די אונטערשטע שורה איז, יעדער איז מסכים אז דאס וועט נישט פאסירן. וואס א חילוק אויב עס איז מטעם הלכה אדער מטעם היסטאריע, וואס די סיבה איז נאר, עס איז קלאר אז דאס איז נישט קיין מהלך צו גיין, ווייל מען גייט אין ערגעץ נישט אנקומען.

----------

איך פלעג נישט האבן קיין טראסט אין די קאורט, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אז זיי זענען אנטיסעמיטן אא"וו. למעשה איז מיר שוין אויסגעקומען צו זיצן ביי עטליכע קאורטס, און יעדע מאל בין איך געווארן אימפרעסד פון די שכל הישר פון די דזאדשעס. אלזא, איך וואלט נישט גענומען קיין שטעלונג אויב די קאורט סיסטעם איז יא אדער נישט בייעס קעגן מענער און פרויען (אין אנדערע פעלער) פאר איך זע א געהעריגע שטודיע, אבער די אנעקדאטישע פעלער וואס איך האב געזען, איז גענוג מיר צו מאכן טראכטן. "אפשר" איז די פאמיליע קאורט סיסטעם גוט אין אלגעמיין.

----------

אבער אפילו די קאורט סיסטעם, איז אויך נישט עכט נוגע אין די שמועס. די פרינאפ וואס בת קול האט געברענגט געבט די כח פאר בי"ד, עס ווערט נאר געמאכט אויף אן אופן מען זאל עס קענען אינפארסן אין א לעגאלע פראצעדור. מען קען מאכן אזא פרינאפ און אריינלייגן וועלכע נעמען מען וויל, אויב טראסטו א בי"ד, לייג אריין בי"ד, אויב נישט לייג אריין 3 בעלי בתים וואס האבן א שכל הישר. דער עיקר איז אז עס זאל זיין איינער וואס האט א כח צו האבן א שטערקערע ווארט, ווען עס מאכט זיך א פאל פון א מעגן.

לאמיר נאר צולייגן, די עיקר פראבלעם פארוואס מענטשן ווילן נישט שרייבן א פרינאפ, ווייל מען וויל נישט רעדן פון אזא זאך בזמן החתונה. אבער ביי אונז איז סייווי אלעס א סיסטעם, מען שרייבט א תנאים, מען שרייבט א כתובה, מען ליינט עס גאר פאר הויך אונטער די חופה, און קיינער טראכט נישט וואס עס איז. אויב לייגט מען עס אריין אין די סיסטעם וועט קיינער נישט האבן קיין פראבלעם דערמיט. פונקט ווי מען דארף טרעפן א זאל, א שפילער, עדי קידושין וכו', וועט מען אויך דארפן האבן נעמען פאר די פרינאפ.


אגב, איך אליין בין באקאנט מיט אזא פאל, און עס איז אויך אמת אז עס מאכט זיך כמעט נישט, אבער פארוואס זעל מען נישט טון אזא תקנה פאר די מיעוט וואס מאכט זיך יא.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 3:44 pm#457357
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:
לאמיר נאר צולייגן, די עיקר פראבלעם פארוואס מענטשן ווילן נישט שרייבן א פרינאפ, ווייל מען וויל נישט רעדן פון אזא זאך בזמן החתונה.


דאס איז נישט אמת. די סבה פארוואס מ'שריבט נישט אונטער קיין פרי-נאפ איז ווייל די גדולי הרבנים זענען קעגן, כולל הרב אלישיב און להבחל"ח הרב דוד פיינשטיין. זיי האלטן אז עס טויג נישט, ווייל די תכלית דערפון איז די גט, נישט די געלט.

און לגבי די מקורות פון דברי חז"ל, מי לנו גדול פון רביה"ק זי"ע זעלבסט, ווען ער ברענגט זיין ראיה פון תענית, וואס האט ער שוין דארט געזען? אז די חכמים האבן געטוישט זייער מיינונג און געפסקנ'ט אנדערש ווי פריער. דאס דארף אויפווייזן וואס? אז זיי האבן א רעכט צו טוישן די הלכה פאר אייגענע סבות? אז זיי האבן 'גענומן' די רעכט? זיין צוויי מראי מקומות זענען געווען בלויז ליצנות, נישט קיין איין זאך וואס מ'קען אפילו האנדלן.

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וויל דא מוסר מודעא זיין אז איך קאפי נישט גארנישט פון קיין שום סייט (קען זיין אז אנדערע קאפיען פון מיר), איך ווייס ניטאמאל פון וועלכע קריסטליכע סייט דו רעדסט (אויסער אויב ירון ידען איז א קריסט), ווען איך וואלט זיך נישט געפארכט פון גילוי וואלט איך דיר געקענט איבערגעבן די נאמבער פון מיין חברותא מיט וועם כ'האב געלערנט און דורכגעטוען די סוגיות.

האסט א חברותא 'דורכצוטון' דער ענין, אז דער גמרא וואס רעדט פון איין ענין מיינט גאר עפעס אנדערש?

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: די טענה אז איך לערן אפ פאלש איז נישט קיין נייער, כ'האב אפאר חברים און קרובים וואס האלטן אין איין ארויסשלעפן דעם דשאוקער יעדעס מאל וואס איך זאג עפעס וואס געפעלט זיי נישט, ספעציעל ווען ס'איז נוגע הלכה למעשה. איך זאג זיי אלץ אז אדרבה, איך וואלט זייער שטארק געוואלט זיי זאלן מיר אויפווייזן וואו איך האב געגרייזט און פארוואס זייער פשט שטימט בעסער, און דארט ענדיגט זיך געווענליך די שמועס. אויף דעם שטייט אין פסוק "Change my mind".

מ'קען דיר נישט אויפווייזן ווען דו ברענגסט גארנישט צום טיש. ברענג איין גמרא וואס עס שטייט דארט אז די חכמים האבן 'גענומן' די רעכט, און דערנאך וועט מען קענען רעדן. און דאס וועט גארנישט פארענטפערן די אלע אומזאכליכע תגובות פון ביז יעצט.

און וועגן דעם וועט גארנישט העלפן. ווייל ראיות קענן טוישן א מיינונג. ביי דיר איז עס נישט קיין מיינונג, נאר סתם שפאט.

ליב צו וויסן האט געשריבן:נקוט כלל זה בידך, די וואס אטאקירן פערזענליך זענען על פי רוב נישט די וואס מיינען דעם אמת.. זיי זענען נארמאל די וואס פרובירן זיך צו באשיצן פון ריכטיגע טענות.


נקוט כלל זה בידך. דער וואס רעדט ליצנות, איז עס על פי כל ווייל זיי מיינן נישט דעם אמת. זיי זענען נארמאל די וואס פראבירן זיך צו באשיצן פון דער אמת
זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:03 pm#457362
לאמיר מקדים זיין, איך האב נישט דורך געטון די תורה'דיגע דין ודברים אויבן, ווייל איך האב פארשטאנען אז רביה"ק וויל אז די רבנים זאלן מתיר זיין אן עגונה לאחר המעשה. אויף דעם האב איך געשריבן אז לדעתי איז די וויכוח נישט נוגע, ווייל עס גייט נישט פאסירן.


יעקב מעקסוועל האט געשריבן:לאמיר נאר צולייגן, די עיקר פראבלעם פארוואס מענטשן ווילן נישט שרייבן א פרינאפ, ווייל מען וויל נישט רעדן פון אזא זאך בזמן החתונה.

ווען איך האב געשריבן די ווערטער, האב איך נישט גערעדט פון אידן, נאר מסביר געווען פארוואס אין די אלגעמיינע וועלט שרייבט מען נישט קיין פרינאפ. (און איך בין מסביר פארוואס ביי אונז איז אנדערש).


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז נישט אמת. די סבה פארוואס מ'שריבט נישט אונטער קיין פרי-נאפ איז ווייל די גדולי הרבנים זענען קעגן, כולל הרב אלישיב און להבחל"ח הרב דוד פיינשטיין. זיי האלטן אז עס טויג נישט, ווייל די תכלית דערפון איז די גט, נישט די געלט.

די ווערטער זענען מיר א חידוש, קען זיין פאר יעדעם איז עס פשוט דא, אבער איך האב נישט געטראכט בכלל אז דא איז א פראבלעם ע"פ הלכה. קענסט ביטע אויסברייטערן וואס די איסור איז?
זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:26 pm#457369
זייער א וויכטיגע נושא, איך האב אדורכגעליינט די לעצטע פאר בעלטער אין איין שאס.

איך בין מסכים מיט ביידע, בת קול און ליטוואק. עס איז יש ויש, כ'האב שוין מיטגעהאלטן (און האלט מיט עז ווי ספיעק) מערערע קעיסעס פון ביידע זייטן, עס זענען פאראן מענער רשעים אכזריות'דיגע הארצלאזע וואס וועלן פייניגן זייער ווייב מיט נישט געבן א גט און צומאל אפילו נישט לאזן זען די קינדער, פאר נארישע סיבות אדער אן קיין סיבה בכלל ווייל זיי זענען פשוט'ע קאנטראל פריעקס.

מצד שני זענען דא מערערע פרויען (און דאס איז קומט פאר געווענליך מער ווי פארקערט) וואס אביוזן דעם מאן אויף א שרעקליכן אופן. די וואס טענה'ן אז "it takes 2 to fight" ווייסן פשוט נישט די מציאות וואס טוט זיך היינט אפ, מיט שלעכטע הארטנעקיגע פרויען, אביוזערס מיט פארשידנארטיגע שווערע פערסאנאליטי דיסארדערס וואס פייניגן אומשולדיגע מענער על לא עוול בכפם, און מען מאכט בלבולים און שמיר-קאמפיינען אקעגן זיי, און מען נוצט עס סיי ביים ב"ד און סיי אין קאורט, און מען האט שוין צוגרינד געלייגט מערערע טאטעס אויף דעם אופן.

און לויט מיין עקספיריענס איז ליטוואק גערעכט, ע"פ רוב האבן די פרויען אין קאורט מער אן אפענעם אויער ווי מענער. אפשר נישט אזוי ווייט מיט טשיילד סופפארט, אבער די פרויען קענען מיט איין ווארט אוועקנעמען רעכטן פון די טאטעס, און די טאטעס דארפן קעמפן מיט ציין און נעגל ובדמים תרתי משמע צו האבן ערלויבעניש צו קענען האבן קאנטאקט מיט די קינדער. עס ווענדט זיך באמת ווי א קאורט און ווי א דזשאדזש, ווי איינער האט שוין געשריבן, אסאך דזשאדזשעס זענען קלוג און האנדלען נישט אויבערפלעכליך, נאר קוקן אן די זאך מיט א שכל הישר. געווענליך זענען עס עלטערע דזשאדזשעס וואס האבן שוין אסאך עקספיריענס אין זייער אייגענע קאריערע, אבער ליידער איז נאך דא גענוג און נאך קאורטס ווי די אומשולדיגע מענער קייען שטרוי און גייען אריין אין ריזיגע חובות פשוט זיך צו ריינוואשן פון א שולד וואס האט נישט קיין שום האפט, און צום סוף ענדיגט זיך עס מיט גארנישט.

איך בין זייער שטארק פאר א סאלושען פון מאכן א קאמיטע - אויב מען קען ע"פ תורה - וואס זאל קעהר נעמען פון די עניני גיטין, אבער עס מוז זיין באלאנסירט, נישט מענטשן וואס פאלן פאר פרויען איין טראפ מער ווי פאר אומשולדיגע מענער. עס דארפן זיין קלוגע מענטשן וואס זאלן קענען זעהן אביסל אונטער די קוליסן נישט נאר אויבערפלעכליך און נישט מענטשן וואס פאלן פאר קראקאדיל טרערן פון פרויען וואס זענען גוטע עקטערס, און אויך נישט פאלן פאר א מאן מיט א גוטן פיסקל וואס די פרוי קען זיך נישט באשיצן ווען ער קומט מיט זיינע תורה'דיגע פורים סברות. עס דארף הערשן יושר. מען טאר נישט מעגן זיין קיין פרויען און מען טאר פונקט אזוי נישט אוועקנעמען קינדער פון א טאטן אדער באשמירן א מאן. הלואי הלואי זאל אזא קאמיטע ווערן איינגעפירט אין כלל ישראל און דאדורך פארמיידן אזויפיל עגמת נפש און באנעצטע קישענעס.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:49 pm#457375
דאס וואס די זאגסט אז עס איז דא פרויען וואס זענען רשע'נטעס, איז אמת, עס טוישט אבער נישט דער צורך פאר א סאלושען פאר די מענער וואס נוצען זייער כח אויף אלעס. דהיינו, מענער וואס צווינגען פרויען אויפצוגעבען קאסטאדי פין די קינדער על לא דבר, נאר ווייל זיי ווערען געסטראשעט מיט בלייבען א עגונה.

און אויך, קארט איז זעלטען וואס איז מסכים נישט צו געבען פאר א טאטע וויזיטעישען רעכטען. עס געשעהט כמעט קיינמאל נישט. ווען די הערסט אז מען האט נישט "צוגעלאזט" א טאטע איז געוועהנליך נישט אמת.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:13 pm#457376
דער אמת איז, די תורה איז גארנישט שולדיג. מיר שטיין היינט אין א מצב, וואס מיר און אונזער זיידעס זענען שולדיג דערין, וואס לאזט נישט צו קיין לעזונג פאר די פראבלעם.

מיר האבן אוועקגעשטעלט א לעבן אן קהלות און אן אויסגעהאלטענע מאכט. יעדער מעג זיך רופן א רב, און ממילא איז קיינער נישט קיין רב. און פון דעם האלט מען אין א מצב אז א מענטש קען אנפייפן דין תורה בריש גלי. ממילא, ווען א פרוי אדער א מאן ווילן זיך ארויס זען פון א הייראטונג, מוזן זיי גיין קרום. גיין צום לאקאלע בי"ד און זיין זיכער אז דער אנדערע וועט מוזן אהין קומן, אפזאגן זיין\איר טענות, און דערנאך וועט ארויס קומן א פסק לויט די פארשטאנד פון אויסגעהאלטענע דיינים, איז דאך אומעגליך. ממילא הייבט זיך עס אן מיט א לאיער, א טוען, מיין ראש ישיבה דיין ראש ישיבה, א פאר עסקנים און טוט זיכער. ווייל די גלאטע וועג עקזיסטירט בכלל נישט אין דער וועלט

טאמער איינער גט זיך אויף אן אויסגעהאלטענע אופן, איז עס ממש א נס. ווייל די וועלט שטופט צו פארקערט.

צו פאררעכטן די זאך, דארף מען נישט טוישן די תורה, נאר האלטן די תורה בעסער. יעדער בי"ד וואס פירט זיך אויף פראפעסיאנאל און הלכה'דיג אויסגעהאלטען, וועט צוהעלפן אז די בעלי דין וועלן האבן צוטרוי צו בי"ד. יעדער רב וואס ווען איינער אין זיין שול האט א טענה אויף דער צווייטן, שטופט ער צו גיין צו אן אויסגעהאלטענעם בי"ד, העלפט אויך ארויס. יעדער רב וואס, ווען מ'ווייזט אים א לא ציית דינא, ווייסט נישט פון קיין חכמות, נאר פאדערט פון דער בעל דין צו פאלגן, האט צוגעגעבן צום כח בי"ד. און יעדער רב, יועץ אדער טוען וואס מאכט זיכער אז קעיסעס גיין נאר צו בתי דינים וואס האלטן די תורה, פירן זיך אויף פראפעסיאנעל און הלכה'דיג, איז אויך א חלק פון די לעזונג.

ווען מ'זאגט אבער, "נעה, אלס איז דאך קארופטירט עניוועיס, לאמיר ברענגן א גענגסטער א טוען, לאמיר מאכן שטיק, לאמיר אריין מישן עסקנים, זאל מיין ראש ישיבה קלינגען ביים דיין און זאגן דעות (ביי ליטווישע איז עס אזוי שוין איינגעפירט), איז נאך א רינגל אין די קייט פון די פראבלעם.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:31 pm#457426
עס ליגט מיר אין קאפ (איך קען עס יעצט נישט טרעפן) אז ווען עס האט זיך געטוהן
די מחלוקת צווישן דער ר"י בירב און דער מהרלב"ח איבער
ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַסמיכה שרייבט דער רי בירב
בתוך דבריו "ווען דו וואלסט ווען געהערט די געוויין פון די אנוסים וואלסטו
שוין געטראפן אלע וועגן צו מחדש זיין סמיכה וכו'".
והדברים מדברים בפני עצמם.
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:34 am#457437
אישתישבי האט געשריבן:דאס וואס די זאגסט אז עס איז דא פרויען וואס זענען רשע'נטעס, איז אמת, עס טוישט אבער נישט דער צורך פאר א סאלושען פאר די מענער וואס נוצען זייער כח אויף אלעס. דהיינו, מענער וואס צווינגען פרויען אויפצוגעבען קאסטאדי פין די קינדער על לא דבר, נאר ווייל זיי ווערען געסטראשעט מיט בלייבען א עגונה.

און אויך, קארט איז זעלטען וואס איז מסכים נישט צו געבען פאר א טאטע וויזיטעישען רעכטען. עס געשעהט כמעט קיינמאל נישט. ווען די הערסט אז מען האט נישט "צוגעלאזט" א טאטע איז געוועהנליך נישט אמת.


מיט אזוינע אומוויסענדע רייד שוין לאנג זיך נישט באגעגענט!
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 1:56 pm#457463
אישתישבי האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא פרויען וואס זענען רשע'נטעס, איז אמת, עס טוישט אבער נישט דער צורך פאר א סאלושען פאר די מענער וואס נוצען זייער כח אויף אלעס. דהיינו, מענער וואס צווינגען פרויען אויפצוגעבען קאסטאדי פין די קינדער על לא דבר, נאר ווייל זיי ווערען געסטראשעט מיט בלייבען א עגונה.

און אויך, קארט איז זעלטען וואס איז מסכים נישט צו געבען פאר א טאטע וויזיטעישען רעכטען. עס געשעהט כמעט קיינמאל נישט. ווען די הערסט אז מען האט נישט "צוגעלאזט" א טאטע איז געוועהנליך נישט אמת.

די עטליכע ערשט האנטיגע עגונה קעיסעס וואס איך קען, האט דער טאטע נישט געקענט זען די קינדער, עס איז נישט קיין נפקא מינה צו עס איז געווען דורך קארט, בית דין, עסקנים/רשעים אדער סתם אזוי.

די נושא איז דא, אז ס'איז די פרויען וואס זענען זיך על פי רוב אליינס שולדיג פארוואס זיי זענען עגונות.

טאמער האט די פרוי בשעת האבן הנאה אז איר מאן האט געוואוינט מיט איר, און עס איז ארויסגעקומען א קינד און נישט גענומען בירט קאנטראל, דעמאלס איז די מאן א גלייכע שותף אין דעם קינד, און טאמער די פרוי לאזט נישט זאל די פרוי בלייבן א עגונה א גאנץ לעבן פאר א שטראף!

עס איז כמעט נישט דא א עגונה קעיס וואס סתם די מאן געט נישט קיין גט אן א זאכליכע טענה, על פי רוב איז עס פארן נישט לאזן זעהן זיינע אייגענע קינדער, פינטל.
מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:26 pm#457468
איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט זאגן אז 'רוב קעיסעס' איז אזוי, דו ווייסט סה"כ איינער אזוי.

און דאס אז ער האט א 'זאכליכע' טענה איז לכאורה נישט גענוג. טאמער זי קען עפעס טון יעצט, און ער האט רעכט אז זי זאל עס טון, קען מען אפשר טענה'ן אזוי. אבער טאמער זי האט אים געשלאגן למשל, צוליעב דעם מעג ער האבן א זאכליכע טענה, אבער א גט מעג ער נישט צוריק האלטן, און געלט מעג ער נישט פאדערן איידער'ן געבן די גט
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 12:36 am#457510
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט זאגן אז 'רוב קעיסעס' איז אזוי, דו ווייסט סה"כ איינער אזוי.

און דאס אז ער האט א 'זאכליכע' טענה איז לכאורה נישט גענוג. טאמער זי קען עפעס טון יעצט, און ער האט רעכט אז זי זאל עס טון, קען מען אפשר טענה'ן אזוי. אבער טאמער זי האט אים געשלאגן למשל, צוליעב דעם מעג ער האבן א זאכליכע טענה, אבער א גט מעג ער נישט צוריק האלטן, און געלט מעג ער נישט פאדערן איידער'ן געבן די גט
איך האב איבערגעטריבן

אבער
You got the point

איך קען זייער אסאך קעיסעס ווי מען האט זיך אויפגעפירט ווי א הינט צו די טאטע פון זיינע קינדער , נישט אז איך געב חס ושלום גערעכט פאר לאזן זיין עגונות אבער על פי רוב איז דא א סיבה דערביי

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 8:39 am#457520
אזא מין השגחה!

איך האב ממש היינט צופרי געהערט א מעשה פון א באקאנטע מיינער וואס האלט צוריק א גט פון זיין ווייב פאר געלט וואס ער מאנט פון זיי פאר'ן 'אים אפנארן'....
איך האב געוואוסט אז זיי האבן זיך אפגעשיידט, און יעצט דערציילט מיר מיין שוועסטער אז זי האט איר געזאגט 'איך וועל באקומן מיין גט, אבער עס וועט ארעם מאכן מיין עלטערן'. און איר טאטע קען איך פון אלס קינד אלס א שייף עייל שייף נפיק גריס באורייתא תדירא, א פארצייטישע בעלעבאס, וואס ארבעט אביסל און גייט צוריק צום גמרא שטילעהייט. בקיצור, אן איידעלע מענטש וואס וועט זיך אומגליקליך מאכן כדי צו פארמיידן א מחלוקת.
איך האב גארנישט געהערט זיין געשיכטע, און איך ווייס נישט וואס גענוי דארט טוט זיך, אבער דאס וועט לייגן מיין לעבן אין א פלאנטער, ווייל א גוטע חבר מיינער איז גאר נאנט מיט די מאן דארט, און ווי שטיי איך יעצט? ערגעץ אינדערמיט? איך מוז דא נעמן א שטעלונג? טאמער ער איז טאקע א שייגעץ, מעג איך דען נישט נעמן קיין שטעלונג?
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 1:33 pm#457534
מצפצף האט געשריבן:די מחלוקת צווישן דער ר"י בירב און דער מהרלב"ח איבער
ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַסמיכה שרייבט דער רי בירב
בתוך דבריו "ווען דו וואלסט ווען געהערט די געוויין פון די אנוסים וואלסטו
שוין געטראפן אלע וועגן צו מחדש זיין סמיכה וכו'".
והדברים מדברים בפני עצמם.

און פארוואס קען מען זיך נישט אן עצה געבען מיט די אנוסים אן סמיכה?!?
הדברים מדברים בפני עצמם.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:34 pm#457535
moneyminded האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא פרויען וואס זענען רשע'נטעס, איז אמת, עס טוישט אבער נישט דער צורך פאר א סאלושען פאר די מענער וואס נוצען זייער כח אויף אלעס. דהיינו, מענער וואס צווינגען פרויען אויפצוגעבען קאסטאדי פין די קינדער על לא דבר, נאר ווייל זיי ווערען געסטראשעט מיט בלייבען א עגונה.

און אויך, קארט איז זעלטען וואס איז מסכים נישט צו געבען פאר א טאטע וויזיטעישען רעכטען. עס געשעהט כמעט קיינמאל נישט. ווען די הערסט אז מען האט נישט "צוגעלאזט" א טאטע איז געוועהנליך נישט אמת.

די עטליכע ערשט האנטיגע עגונה קעיסעס וואס איך קען, האט דער טאטע נישט געקענט זען די קינדער, עס איז נישט קיין נפקא מינה צו עס איז געווען דורך קארט, בית דין, עסקנים/רשעים אדער סתם אזוי.

די נושא איז דא, אז ס'איז די פרויען וואס זענען זיך על פי רוב אליינס שולדיג פארוואס זיי זענען עגונות.

טאמער האט די פרוי בשעת האבן הנאה אז איר מאן האט געוואוינט מיט איר, און עס איז ארויסגעקומען א קינד און נישט גענומען בירט קאנטראל, דעמאלס איז די מאן א גלייכע שותף אין דעם קינד, און טאמער די פרוי לאזט נישט זאל די פרוי בלייבן א עגונה א גאנץ לעבן פאר א שטראף!

עס איז כמעט נישט דא א עגונה קעיס וואס סתם די מאן געט נישט קיין גט אן א זאכליכע טענה, על פי רוב איז עס פארן נישט לאזן זעהן זיינע אייגענע קינדער, פינטל.


און דיין פינטעל איז צובראכן.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:36 pm#457536
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אזא מין השגחה!

איך האב ממש היינט צופרי געהערט א מעשה פון א באקאנטע מיינער וואס האלט צוריק א גט פון זיין ווייב פאר געלט וואס ער מאנט פון זיי פאר'ן 'אים אפנארן'....
איך האב געוואוסט אז זיי האבן זיך אפגעשיידט, און יעצט דערציילט מיר מיין שוועסטער אז זי האט איר געזאגט 'איך וועל באקומן מיין גט, אבער עס וועט ארעם מאכן מיין עלטערן'. און איר טאטע קען איך פון אלס קינד אלס א שייף עייל שייף נפיק גריס באורייתא תדירא, א פארצייטישע בעלעבאס, וואס ארבעט אביסל און גייט צוריק צום גמרא שטילעהייט. בקיצור, אן איידעלע מענטש וואס וועט זיך אומגליקליך מאכן כדי צו פארמיידן א מחלוקת.
איך האב גארנישט געהערט זיין געשיכטע, און איך ווייס נישט וואס גענוי דארט טוט זיך, אבער דאס וועט לייגן מיין לעבן אין א פלאנטער, ווייל א גוטע חבר מיינער איז גאר נאנט מיט די מאן דארט, און ווי שטיי איך יעצט? ערגעץ אינדערמיט? איך מוז דא נעמן א שטעלונג? טאמער ער איז טאקע א שייגעץ, מעג איך דען נישט נעמן קיין שטעלונג?



מהיכי תיתי זאלסטו דיך מוזן אריינמישן. עס וועט דיר נישט ברענגן נישט כבוד און נישט געלט.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 3:45 pm#457542
אחוץ כבוד און געלט, איז פארהאנן די ריכטיגער זאך צון טון. טאמער איך האק נישט אפ מיט מיין באקאנטער פאר'ן טון אזא געמיינער זאך, בין איך א חלק פון די פראבלעם. און טאמער איך האק זיך יא אפ, וועט עס מיר זיין זייער אומבאקוועם, ווייל די חבר מיינער וועט קיינמאל נישט גלויבן עפעס שלעכט אויף אים.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:47 pm#457562
אישתישבי האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא פרויען וואס זענען רשע'נטעס, איז אמת, עס טוישט אבער נישט דער צורך פאר א סאלושען פאר די מענער וואס נוצען זייער כח אויף אלעס. דהיינו, מענער וואס צווינגען פרויען אויפצוגעבען קאסטאדי פין די קינדער על לא דבר, נאר ווייל זיי ווערען געסטראשעט מיט בלייבען א עגונה.

און אויך, קארט איז זעלטען וואס איז מסכים נישט צו געבען פאר א טאטע וויזיטעישען רעכטען. עס געשעהט כמעט קיינמאל נישט. ווען די הערסט אז מען האט נישט "צוגעלאזט" א טאטע איז געוועהנליך נישט אמת.

די עטליכע ערשט האנטיגע עגונה קעיסעס וואס איך קען, האט דער טאטע נישט געקענט זען די קינדער, עס איז נישט קיין נפקא מינה צו עס איז געווען דורך קארט, בית דין, עסקנים/רשעים אדער סתם אזוי.

די נושא איז דא, אז ס'איז די פרויען וואס זענען זיך על פי רוב אליינס שולדיג פארוואס זיי זענען עגונות.

טאמער האט די פרוי בשעת האבן הנאה אז איר מאן האט געוואוינט מיט איר, און עס איז ארויסגעקומען א קינד און נישט גענומען בירט קאנטראל, דעמאלס איז די מאן א גלייכע שותף אין דעם קינד, און טאמער די פרוי לאזט נישט זאל די פרוי בלייבן א עגונה א גאנץ לעבן פאר א שטראף!

עס איז כמעט נישט דא א עגונה קעיס וואס סתם די מאן געט נישט קיין גט אן א זאכליכע טענה, על פי רוב איז עס פארן נישט לאזן זעהן זיינע אייגענע קינדער, פינטל.


און דיין פינטעל איז צובראכן.

אה מיר האבן דא אן אטאם.....
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 9:14 pm#457577
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט זאגן אז 'רוב קעיסעס' איז אזוי, דו ווייסט סה"כ איינער אזוי.

און דאס אז ער האט א 'זאכליכע' טענה איז לכאורה נישט גענוג. טאמער זי קען עפעס טון יעצט, און ער האט רעכט אז זי זאל עס טון, קען מען אפשר טענה'ן אזוי. אבער טאמער זי האט אים געשלאגן למשל, צוליעב דעם מעג ער האבן א זאכליכע טענה, אבער א גט מעג ער נישט צוריק האלטן, און געלט מעג ער נישט פאדערן איידער'ן געבן די גט

וואס קען א טאטע דען טון אויב מען לאזט עם נישט זען זיינע קינדער? איך רעד וועגן א נארמאלע מענטש וואס איז נישט א סכנה. האט ער בכלל א טשענס פאר אביסל יושר נאך וואס ער געבט איר א גט?

א חבר מיינע, גראדע איז ער א שטיקל אפגעריסענע אויבער חכם, האט מסכים געווען צו געבן א גט מיט טשיילד סופפארט אבער אלעס אלעס איז געווען דורך געטון דורך זיין דיין/יועץ מיט זיין עקס און ערשט דעמאלסט האט ער איהר ג'גט. אפשר פארשטיי איך נישט דא, אבער ס'קוקט מיר אויס ווי מאנכע דא האלטן אז קודם א גט און נאך דעם וועלן מיר שוין רעדן. צוריק גייט א קאזע.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 9:20 pm#457578
איך בין מסכים מיט דיר. דאס איז נישט קיין טענה, נאר א תביעה. מיינעדיג אז ער וויל עפעס צו וואס ער איז בארעכטיגט, און ער מאנט עס ביי איר. טאמער אבער וויל ער גארנישט צו וואס ער איז בארעכטיגט, נאר למשל זי האט אים שלעכט באהאנדלט און צוליב דעם וויל ער געלט, אפילו אז זי האט אים טאקע שלעכט באהאנדעלט, איז ער אן אויסוואורף.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 9:31 pm#457580
אקעי. סתם וועלן געלט פאר זיך נישט אויסקומען איז רשעות. איך קען עטליכע וואס איינער איז געווען די מאן און די אנדערע איז געווען די ווייב וואס קורץ נאך די חתונה איז שוין געווען אישוס און ער/זי האבן פאר א יאר בערך געצאלט פאר טעראפי וואס האט געהאלפן א מכה. דער צאלער האט פארלאנגט געלט פאר די טעראפי נאר איך ווייס נישט אויב זיי האבן עס באקומען.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 9:47 pm#457583
א גוטע משל. איינער וואס האלט צוריק א גט צוליעב דעם, איז א שייגעץ, ער נוצט אויס די גט רעכט אין א פלאטץ ווי עס באלאנגט נישט. האסט א טענה? נעם יענעם אין בי"ד, אזוי ווי יעדער וואס האט א טענה אויף א צווייטן. נאר נישט נוצן די גט עפעס ארויס צו צווינגן פון איר\זיי.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 11:40 pm#457588
איך קוק שטארק ארויף ליטוואק פאר די מעשה וואס ער ברענגט. ער האט געהאלטן און איין שרייבן אז ער ווייסט נישט פון אזעלכע מעשיות, ער הערט פון אזא מעשה פארציילט ער עס גלייך. מיט אזא מענטש איז ווערט צו פירן א דעבאטע.

כה לחי.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 10:02 am#457603
גראף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט זאגן אז 'רוב קעיסעס' איז אזוי, דו ווייסט סה"כ איינער אזוי.

און דאס אז ער האט א 'זאכליכע' טענה איז לכאורה נישט גענוג. טאמער זי קען עפעס טון יעצט, און ער האט רעכט אז זי זאל עס טון, קען מען אפשר טענה'ן אזוי. אבער טאמער זי האט אים געשלאגן למשל, צוליעב דעם מעג ער האבן א זאכליכע טענה, אבער א גט מעג ער נישט צוריק האלטן, און געלט מעג ער נישט פאדערן איידער'ן געבן די גט

וואס קען א טאטע דען טון אויב מען לאזט עם נישט זען זיינע קינדער? איך רעד וועגן א נארמאלע מענטש וואס איז נישט א סכנה. האט ער בכלל א טשענס פאר אביסל יושר נאך וואס ער געבט איר א גט?

א חבר מיינע, גראדע איז ער א שטיקל אפגעריסענע אויבער חכם, האט מסכים געווען צו געבן א גט מיט טשיילד סופפארט אבער אלעס אלעס איז געווען דורך געטון דורך זיין דיין/יועץ מיט זיין עקס און ערשט דעמאלסט האט ער איהר ג'גט. אפשר פארשטיי איך נישט דא, אבער ס'קוקט מיר אויס ווי מאנכע דא האלטן אז קודם א גט און נאך דעם וועלן מיר שוין רעדן. צוריק גייט א קאזע.


אויב מען האלט צוריק די טאטע פון די קינדער, קען ער עס נעמען אין court אויסצוארבייטן.
מען רעדט נישט דא פון אויסארבייטן דעטאלן וואס שלעפט זיך אביסל ארום.
ווען מען רעדט פון די פראבלעם פון עגונות מיינט עס געווענטליך ווען א גט ווערט צוריק געהאלטן פאר 5 יאר אדער מער.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:30 pm#457624
איך האב שוין ליידער ארויסגעהאלפן גענוג אינגעלייט אין דעם מצב און איך האב זיי ג'עצה'ט אזוי. געב א גט. אויב האסטו א פארריקטע עקס וואס וויל נישט דו זאלסט זעהן די קינדער ביזטו אויף צרות עניוועי ווייל זי וועט דיר כסדר אויסטיילן צרות אריינגערעכנט אפפרעמדן די קינדער פון דיר און סוכ"ס וועלן זיי נישט וועלן קומען צו דיר. נישט געבן א גט ווייזט נאך סאך מער פאר די קינדער וואסארא שלעכטער מענטש דו ביזט און עס וועט גענוצט ווערן קעגן דיר מיט די קינדער און זיי וועלן רחמנות האבן אויפן מאמען. לאז די קאורט ערלעדיגן די וויזיטעישן און פארטיג. אויב נאך אלעם באקומסט נישט קיין וויזיטעישן דאמאלס גיי ווייטער אן מיט דיין לעבן, פראביר דא און דארט אבער מלחמות לוינט זיך נישט. פופציג פראצענט אדער מער פון די וואס געבן אויף, קומען די קינדער שפעטער צוריק צו די טאטע און פארשטייען פונקטליך וואס האט פאסירט און א געוויסע פראצענט האבן ליידער קיינמאל נישט קיין געהעריגע רילעישאנשיפ מיט די קינדער, און די קינדער בלעימען זיי נאך פארן זיי איבערלאזן. דאס קומט געווענליך פון אויפוואקסן מיט א משוגענע מאמע און אויף דעם איז נישטא וואס צו טון. ביזט אריינגעפאלן. אבער צוריק האלטן א גט ווייזט מער אויפן אינגערמאן, אז ער איז אויך גוט משוגע און שלעכט און עס איז מצא מין את מינו און זיי וועלן זיך אויפעסן איינער דעם צווייטן און אין די פראסעס אפ'הרג'ענען די קינדער.
מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:41 pm#457647
הלכות גיטין אין די נעדערלאנדס.
זונטאג אוגוסט 30, 2020 4:45 pm#457974
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
למשל די סקווירא שנור פון רבין, בעט 5 מיליאן דאלאר פאר א גט ,און אויך פולע קאסטאדי פאר די קינדער , דעס איז נאר איין משל וואס פרויען טוען, עס איז דא גענוג און נאך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 30, 2020 5:22 pm#457976
moneyminded האט געשריבן:למשל די סקווירא שנור פון רבין, בעט 5 מיליאן דאלאר פאר א גט ,און אויך פולע קאסטאדי פאר די קינדער , דעס איז נאר איין משל וואס פרויען טוען, עס איז דא גענוג און נאך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk


וועלכע שנור?

נו קען מען דאך געבן א גט דורך א היתר מאה רבנים און שוין. די איבעריגע וועט מען שוין קעור נעמען דורך די קאורט
זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:00 pm#457981
moneyminded האט געשריבן:למשל די סקווירא שנור פון רבין, בעט 5 מיליאן דאלאר פאר א גט ,און אויך פולע קאסטאדי פאר די קינדער , דעס איז נאר איין משל וואס פרויען טוען, עס איז דא גענוג און נאך

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

עס איז נישט דא קיין 'פרויען', עס איז דא פרויען, יעדער לויט איר מהלך. טאמער דער סקווערער שנור טוט אזוי, איז זי א גנב'טע. וואס האט עס מיט א צווייטן?

און זיך פארלאזן אויף קאורט איז נישט אין פלאטץ. ער זאל טאקע נישט געבן א גט ווילאנג זי וויל אים באגנבנ'ן. קאורט איז פונקט אזוי באגנבנ'ן ווי סיי וועלכע מהלך. פארוואס קומט זיך איר פינף מיליאן דאללאר?
זונטאג אוגוסט 30, 2020 11:50 pm#457998
עס גייט איר נישט אן איבער א גט. זי איז אינגאנצן פארדארבן.

זי וויל געלט, די הויז, און די יונגסטע קינד.
זי סטראשעט מיט 12 קאנטס פון אביוס אויב באקומט זי עס נישט.

ער מוז זיך פארלאזן אויפן קארט, ווייל זי האט זיך געוואנדן צו די לעגאלע אינסטאנצן.
מאנטאג אוגוסט 31, 2020 1:00 am#458001
yatzmachp האט געשריבן:איך האב שוין ליידער ארויסגעהאלפן גענוג אינגעלייט אין דעם מצב און איך האב זיי ג'עצה'ט אזוי. געב א גט. אויב האסטו א פארריקטע עקס וואס וויל נישט דו זאלסט זעהן די קינדער ביזטו אויף צרות עניוועי ווייל זי וועט דיר כסדר אויסטיילן צרות אריינגערעכנט אפפרעמדן די קינדער פון דיר און סוכ"ס וועלן זיי נישט וועלן קומען צו דיר. נישט געבן א גט ווייזט נאך סאך מער פאר די קינדער וואסארא שלעכטער מענטש דו ביזט און עס וועט גענוצט ווערן קעגן דיר מיט די קינדער און זיי וועלן רחמנות האבן אויפן מאמען. לאז די קאורט ערלעדיגן די וויזיטעישן און פארטיג. אויב נאך אלעם באקומסט נישט קיין וויזיטעישן דאמאלס גיי ווייטער אן מיט דיין לעבן, פראביר דא און דארט אבער מלחמות לוינט זיך נישט. פופציג פראצענט אדער מער פון די וואס געבן אויף, קומען די קינדער שפעטער צוריק צו די טאטע און פארשטייען פונקטליך וואס האט פאסירט און א געוויסע פראצענט האבן ליידער קיינמאל נישט קיין געהעריגע רילעישאנשיפ מיט די קינדער, און די קינדער בלעימען זיי נאך פארן זיי איבערלאזן. דאס קומט געווענליך פון אויפוואקסן מיט א משוגענע מאמע און אויף דעם איז נישטא וואס צו טון. ביזט אריינגעפאלן. אבער צוריק האלטן א גט ווייזט מער אויפן אינגערמאן, אז ער איז אויך גוט משוגע און שלעכט און עס איז מצא מין את מינו און זיי וועלן זיך אויפעסן איינער דעם צווייטן און אין די פראסעס אפ'הרג'ענען די קינדער.


איך בין זייער מסכים מיט דיר בנוגע נישט צוריקהאלטן א גט, עס איז נישט יושר און עס ברענגט נישט קיין תועלת.
אבער איך בין נישט מסכים בנוגע איבערלאזן די קינדער. אויב איינער האט געברענגט קינדער אויף די וועלט, קען ער נישט אראפווארפן די אחריות פון זיך. עס איז דא א קאורט-סיסטעם, אויב איז מען אריינגעפאלן, דארף מען ארבעטן אביסל שווערער, אבער אז מ'וויל גענוג - קען מען אייביג בלייבן אן אקטיווער פאטער אין די קינדערס לעבן.
איך האב אסאך וואס צו שרייבן איבער דעם נושא, און איך האב אמאל געוואלט שרייבן א לענגערע אשכול איבער שעם, אבער קיין צייט האב איך נישט געהאט.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:39 pm#458126
בת קול האט געשריבן:עס גייט איר נישט אן איבער א גט. זי איז אינגאנצן פארדארבן.

זי וויל געלט, די הויז, און די יונגסטע קינד.
זי סטראשעט מיט 12 קאנטס פון אביוס אויב באקומט זי עס נישט.

ער מוז זיך פארלאזן אויפן קארט, ווייל זי האט זיך געוואנדן צו די לעגאלע אינסטאנצן.

סא עס זענען יא דא פרויען וואס בעטן געלט פאר א גט! שוין, אלעס מסודר דא, נישט נאר מענער זענען די חיות וואס ווילן נישט געבן קיין גט, די גאנצע שקלא וטריא קען זיך דא ענדיגן אז עס איז אויך דא פרויען מטורפים.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:55 am#459302
לעצטע וואך אין די מאמענט, ביי די סודות פון ר' טובי' מאיר.
ווער איז דער הארטער נוס, ער אדער זי?

.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 2:21 am#459305
די מעשה קוקט אויס ווי דמיון. נישט אז עס פאסירט נישט אזעלכע זאכן, ליידער פאסירט יא. נאר ממ"נ, אויב האט א פינטעלע דזשעלי אין מח וואלט ער קיינמאל נישט געשריבן פאבליק דערוועגן אין סאמע ברען פון די מעשה, ער האט דאך שוין געוואונען צוטרוי און יעצט זאל די פרוי לייענען אין מאמענט וואס ער האלט באמת? איז ער אויפן קאפ געפאלן?
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 2:58 am#459306
דריי זאכן איז מיר שווער צו גלייבן:

א) אז טמ"נ שרייבט אין א מאגאזין.

ב) אז נארמאלע מענטשן ליינען זיינע ארטיקלען.

ג) אז געוויסע גלייבן נאך איין ווארט פון אים.
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 8:16 am#459311
ווער סהאט שוין אמאל געדילט מיט טמ"נ ווייסט אז דער יוד איז א בעל דמיון עצום, ביי אים אין קאפ האלט ער ממש אינטער די גאנצע וועלט, אין סאיז נישט דא קיין משפחה איו כלל ישראל וואס ער זאל נישט האבן ארויסגעהאלפן, ער איז באמת איבערצייגט אז ווען ער גייט גיין פאלט די גאנצע וועלט צאם,

נעבעך א ציבראכענע יוד וואס זיכט אנערקענונג אויף די עלטער
מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:02 pm#459320
מפיל קינד האט געשריבן:דריי זאכן איז מיר שווער צו גלייבן:

א) אז טמ"נ שרייבט אין א מאגאזין.

ב) אז נארמאלע מענטשן ליינען זיינע ארטיקלען.

ג) אז געוויסע גלייבן נאך איין ווארט פון אים.


די פאקט אז ער באקומט דריי-פיר עמודים אין די אויסגאבע, ברענט אויס די לעצטע ברעקל פרעסטיזש וואס די מאמענט האט נאך
מאנטאג אפריל 26, 2021 5:46 pm#471507
נאכ׳ן דורכשמועסן די ענין בכובד ראש בדיבוק חברים איז מען געקומען צום מסקנא אז די קידושין פון א מסרב גט איז בטל למפרע ווייל ס׳איז זיכער אז די רבנים וואס זענען דאך אזעלכע וואוילע גוטעהארציגע מענטשן וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען צו אזא קידושין וואס איז געגעבן געווארן על דעת אז מ׳קען דאס נוצן צו פאראומגליקליכן דאס לעבן פון א פרוי, און כל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש.