ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קען זיך נישט דינגן מיט דיר יעצט, אבער אויף quora האב איך געליינט פון פיל מענטשן וואס רעדן זיך אפ דערוועגן, און אזוי איז ברייט באקאנט איבעראל אז די דיפאלט איז אז די קינדער באלאנגן צום מאמע, און יעדער טענה פון א פרוי ווערט אנגענומן פיל שנעלער ווי דער פון די מאן, און ווי לייכט עס איז צו באשולדיגן די טאטע מיט'ן טאטשן די קינדער, האב איך דאס ארויס געהאט.
סתם אזוי, די גאנצע קאנצעפט פון alimony איז א פארלעצונג פון מענער'ס רעכטן. פארוואס מוז ער איר געבן געלט? וואס האט זי געטון דערפאר? זי האט פונקט אזוי געוואלט חתונה האבן ווי אים, און עס קומט זיך זי גארנישט דערפאר.
בכלל נישט אמת. די קארט היינט געבט קאסטעדי פאר ביידע די מערסטע וואס איז שייעך לויט די באמקוועמליכקייט פון קינד. אויב איינער באקומט פריימערי קאסטעדי טארן זיי נישט מאפן צו אן אנדערע סטעיט, אוועק צו נעמען און מאכן שווערער פארן עקס. די פארטנער וואס מופט אוועק פון די קינדער פארלירט אסאך רעכטן.
און מערסטנס- די פארטנער וואס בארעדט דעם אנדערן צו די קינדער, פארלירט רוב אדער די גאנצע קאסטעדי!
אויף טשיילד סעפורט איז נישט דא וואס צו טענה׳ן, די קינדער זענען דא נישט שילדיג, און ביידע/ וועלכע עס ברענגט אריין די געלט, דארף דאס דעקן.
איך ווייס נישט אויב דו פרובירסט צו זיין דעם דעווילס אדוואקאט, אדער דו בוסט אזוי הארצלאז אז עס גייט דיר נישט אן אז עס זענען נאך דא ריכטיגע עגונות היינט מיט אלע פיטשעווקעס. נישט קיין רייצירישע, נישט קיין שלעכטע, נישט קיין געלטגייציגע, נאר נעבעכדיגע נפשות וואס זענען פארשקלאפט אין 2020 צוליב א פגם אויף זייערע רעכטן.
פארוואס זאל א מאן מעגן אוועק וואקן אן קיין שטער, און די פרוי זאל נישט האבן די זעלבע גרינגע ברירה? אויב עס זענען דא עצות דאס צו פארמיידן, וויל יעדע גראדע מענטש, מען זאל זיי אויסארבייטן ווי שנעלער.