Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

קאווע שטיבל • 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
240 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 359 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10892
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:24 am#457092
ריכטיג האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:עס שטייט May- קען- עס קען געשעהן, עס קען זיך מאכן, אבער עס איז נאכאלץ נישט א געווענטליכע ערשיינונג.
אין רוב פעלער געבן זיי joint custody.
דו האסט גאנישט מחולק געווען מיט דיין source.

מיינע sources זענען פון די זעלבע site ווי דיינס.
איך מיין דו פארמישט זיך מיט וואס איך האב געשריבן, און וואס ליטוואק האט געשריבן.

די סיבה פארוואס עס איז גרינג פאר חסידישע אויף צו ווייזן אז דער יונגערמאן איז נישט capable, איז ווייל רוב חסידישע מענער קענען נישט קאכן, וואשן וועש, און אויף רוימען א הויז. ווי אויך ארבייטן זיי על פי רוב אינדרויסן פון הויז.
אין די גויעשע וועלט איז זייער אנגענומען צו באקומען joint custody, און די קינדער זענען א האלבע וואך דא, א האלבע וואך דארט.
זיי האבן וועש און וויכטיגע זאכן אין ביידע הייזער א.א.וו.
אויב איין פארטנער מופט אוועק פארלירט מען די רעכטן, ווייל עס איז נישט פארן טובה פונעם קינד צו וואוינען אין 2 שטעט.

מיינע sources זענען פון לאיערס וואס איך האנדל א סך מיט, נישט פון סייטס. אייער source פאר אייער גרייז אז פיזיקל קאסטאדי איז זעלטן איז פון גוגל, וואס אין דעם פאל שיסט גוגל ארויס אפאר שורות פונעם סייט justia, און ס'איז גרייזיג. אויף דעם האב איך געברענגט מיין ערשטע לינק וואס איך זעה אז יענע וועבסייט איז מער אקוראט.

און יא, שענקן פיזיקל קאסטאדי בלויז פאר איינעם איז "נישט" זעלטן, אדרבה, דאס איז וואס געשעהט כמעט אין יעדע פאל, און עס גייט געווענליך צו די מאמע אפילו ביי די גויים.

מיינע sources זענען פון לעבנס ערפארונג. אין 2020 האבן ביידע עלטערן די זעלבע רעכטן אין קארט.
רוב מאל געבן זיי יא joint custody.
איך האב גענוצט גוגל צו ווייזן proof אז דאס איז ריכטיג, און גוגלס source איז בצפל פון די זעלבע source ווי דיינס.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:59 am#457095
איך קען אריינרעדן אין אייער לעבנס-ערפארונג אבער די מציאות אין ניו יארק איז נישט אזויווי איר שרייבט. בלויז ליגעל קאסטאדי ווערט געווענליך געשאנקען אייניג פאר ביידע זייטן. די סיבה פארוואס די זייט מיט די פיזיקל קאסטאדי טאר נישט אוועקמופן איז צוליב וויזיטעישנס, דאס איז נישט די זעלבע ווי פיזיקל קאסטאדי.

Justia איז די סייט וואס שרייבט די ווערטער וואס איר האט געברענגט אין אייער סקרינשאט פון גוגל.

איך האב געברענגט Findlaw.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:08 pm#457172
מיינע 2 סענט:

1-די סיבה פארוואס מען האט נאך נישט געטראפן הלכה'דיגע וועגן צו פארמיידן עגונה'שאפט -כאטש מען האט במשך הדורות זיך ארום געשפילט מיט שטיקער דאורייתא'ס ווען ס'האט אויסגעפעלט- איז ווייל ביי אונז ווארפט מען זיך בכלליות מיט פרויען (א שטייגער ווי "פרויען טארן נישט דרייוון").

2-כ'בין נישט באקאנט אין די פונקטליכע לעגאלע רעגולאציעס.. אבער פון מערערע באקאנטע פרשיות די לעצטע צייט, איז קלאר אז דיסקרימינאציע שפרודלט אין אמעריקע ווען ס'קומט צו מענער.

3-ווען ס'קומט צו ספעציפישע פאסירונגען:
ודל לא תהדר בריבו שטייט פאר א סיבה.. באשולדיג נישט איינעם בלויז ווייל דער אנדערער איז יעצט דער שוואכערער..
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 11:37 pm#457175
ליב צו וויסן האט געשריבן:מיינע 2 סענט:

1-די סיבה פארוואס מען האט נאך נישט געטראפן הלכה'דיגע וועגן צו פארמיידן עגונה'שאפט -כאטש מען האט במשך הדורות זיך ארום געשפילט מיט שטיקער דאורייתא'ס ווען ס'האט אויסגעפעלט- איז ווייל ביי אונז ווארפט מען זיך בכלליות מיט פרויען (א שטייגער ווי "פרויען טארן נישט דרייוון").

און די סיבה פארוואס מ'ווארפט זיך מיט פרויען איז ווייל די תורה'דיגע אויטאריטעט ליגט אין די הענט פון די מענער, ווען ס'וואלט געליגן אין די הענט פון פרויען וואלט מען זיך געווארפן מיט די מענער. ווען ס'קומט צו די אייגענע אינטערעסן האט מען זעק מיט תירוצים, ווען ס'קומט אבער צו יענעם כאפט מען זיך אליינס נישט אז מ'קען טרעפן א וועג ארויס, דאס איז די מענטשליכע נאטור. אדער קען זיין פארקערט, וויבאלד פרויען זענען געווארן צווייטע קלאס האבן די מענער געקענט משנה זיין פון די מסורה פון דבורה הנביאה און שטופן די פרויען אין א זייט. דאס גייט אריין אין די חקירה פון וואס איז געקומען פריער, די הון אדער די איי. די רבנים ציטערן פונעם טאג וואס פרויען וועלן אויך באקומען א ווארט אין הלכה, זיי וועלן זיך שלאגן מיט ציין און נעגל ביז'ן לעצטן טראפ בלוט נישט צו דארפן טיילן זייער אויטאריטעט מיט פרויען. זיי זענען פארנומען שרייען אזעלכע לופטיגע סטעיטמענטס ווי "פרויען טארן נישט לערנען" אדער "פרויען קענען נישט זיין רבנים", וואס יעדער וואס טוט נאר דורך די סוגיא אין גמרא זעהט גלייך אז ס'איז געבויעט אויף א דעת יחידאה וואס אין א נארמאלע פאל וואלט מען עס קיינמאל נישט אנגענומען. און גערעכט זענען זיי, פאר וועלכע סיבה זאלן זיי אויפגעבן זייער אויסשליסליכע דעת תורא, משוגע זענען זיי? און ווילאנג די פרויען וועט זיך לאזן פירן ווי שאף צו די שחיטה וועלן זיי טאקע אזוי טוהן. דרש רבינו הקדוש על הרבנים, כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא...
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 7:27 am#457185
די איינציגסטער דאורייתא'ס מיט וואס מ'האט זיך 'געווארפן' איז דייקא הלכות עגונות, ווי מ'האט געדרייט אהין און אהער צו טרעפן א היתר. דאס איז נאר לתועלת די פרוי.

די טעות ענקערע איז אין פארשטייען וואס דיחכמים האבן געוואלט. פרוזבול האט מען נישט געמאכט צו העלפן אידן בארגן געלט איינער פאר די צווייטער. פרוזבול האט מען געמאכט כדי מ'זאל נישט עובר זיין אויף די תורה וואס זאגט השמר לך פן יהיה דבר עם לבבך בליעל. די חכמים שפילן נאר ארום אלס א משמרת למשמרתי אז מ'זאל בעסער היטן די תורה. מ'האט נישט געמאכט סתם נייע עניינים לתועלת הרבים און מיט דעם געטוישט די תורה.

דו פאדערסט פון די חכמים עפעס וואס איז קיינמעל נישט געווען זייער פליכט.

ווילסט וויסן פארוואס די תורה האט געגעבן אזא שטארקען מאכט פאר מענער אפצוהאלטן א גט פון א פרוי? דאס איז סתם נישט אין פלאטץ. די זעלבע גאט וואס שיקט צומאל א באציל צו פארטיליגן א פאלק, אדער א פרעזידענט זיי צו דרייען א קאפ, האט אזוי געשריבן אין זיין תורה. ווילסט זיין א גאט?
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 8:13 am#457186
דיקא אויף פרוזבול איז געווען א ליטוואק אין בבל וואס האט געזאגט אויף אראמיש ""הא פרוסבלא - עולבנא דדייני הוא, אי איישר חיל אבטליניה" דער אמורא שמואל.

יעדער פארשטייט די פרוזבול פארוואס ס'איז. שלא תמנע דלת בפני לווין. א פראקטישע מאדערנישע חז"ל אנגעפירט דורך הלל הזקן האט געהאקט שטיקער אונז צו געבן א פראגרעסיוו אידישקייט. ס'איז נישט קיין שום ספק אז בימינו וואלט מען געשריבן א קאנטראקט וואס גיט אלע נכסים פאר די פרוי אויב די מאן איז מונע א גט.

גיב מיר נישט קיין שיטה מקובצת תירוצים. מ'מעג שלאגען און הרג'נען א מעגן אבער א קאנטראקט וואס מ'קען רינפארסען און קארט איז א פראבלעם?
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 8:25 am#457187
יעדער וואס לערנט נישט די גמרא 'פארשטייט' פארוואס פרוזבול איז געמאכט געווארן. און יעדער וואס לערנט די גמרא ווייסט אנדערש.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 8:43 am#457188
יעדער פארשטייט אז ס'וואלט געווען אנדערע עצות צו מחזק זיין די אזהרה פון השמר לך. מ'וואלט געקענט ארגאניזירען 3 היימישע אידן צו ערמארדן די חברה וואס בארגען נישט.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 8:48 am#457189
איך האב גוט פארשטאנן אז נאר אזא סארט לאדזשיק שטימט מיט דיין אדזשענדע. זייער גוט.

ביזדערווייל האט מען געברענגט לופטיגע טענות. נישט קיין איין זאכליכע עצה וואס מ'וויל אז די חכמים זאלן טון.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 9:00 am#457191
לאמיר טראכטען... אקעי דא איז איין עצה פון מיין קאווע היינט צופרי.. לכאורה וועט עס מאכן די מצב אסאך בעסער.

וואס איז שלעכט אויב די ארטאדאקסישע רבנים שטעלן צאם א פאנעל לעניני קידושין און יעדע כתובה גיט זיי די אויטאריטעט אויף אלע נכסים פון די מאן און ווייב, אויב די מאן איז מעגן א פרוי, פאר סיי וואסארא סבה, פאר לענגער ווי.. לאמיר זאגען..פיר יאר. פארשטייט זיך די פאנעל וועט האבן שטאטאטען וכו' און האפענטליך וועט מען קיינמאל נישט אנקומען צו זיי. אבער די הפקרות וועט זיך ענדיגען.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 9:04 am#457192
בעצם האט די כתובה די clause פון כדת משה וישראל. ס'איז נאר נישט enforceable אין קאורט. מ'דארף עס נאר איבערשרייבן אויף אן אמעריקאנע cplr 7500 אופן וואס די כדת משה וישראל איז פראקטיש און נישט טעאלאגיש
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 9:15 am#457194
יאסל ראקאווער האט געשריבן:לאמיר טראכטען... אקעי דא איז איין עצה פון מיין קאווע היינט צופרי.. לכאורה וועט עס מאכן די מצב אסאך בעסער.

וואס איז שלעכט אויב די ארטאדאקסישע רבנים שטעלן צאם א פאנעל לעניני קידושין און יעדע כתובה גיט זיי די אויטאריטעט אויף אלע נכסים פון די מאן און ווייב, אויב די מאן איז מעגן א פרוי, פאר סיי וואסארא סבה, פאר לענגער ווי.. לאמיר זאגען..פיר יאר. פארשטייט זיך די פאנעל וועט האבן שטאטאטען וכו' און האפענטליך וועט מען קיינמאל נישט אנקומען צו זיי. אבער די הפקרות וועט זיך ענדיגען.

און א נייעם הפקרות וועט זיך אנהויבן. אנשטאטס געציילטע עגונות ממש, וועט זיין האולסעיל גניבה וגזילה.

ובפרט אז אזא מעגליכקייט האט נאך נישט עגזיסטירט אין היסטאריא, אז 'אלע' זאלן זיך לייגן אונטער איין פירערשאפט. עס איז אוממעגליך ווייל מענטשן זענען נישט קיין מאשינן, און דער וועלט פארמאגט אין זיך מער ווי 'די עגונה פראבלעם'.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 10:34 am#457198
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:מיינע 2 סענט:

1-די סיבה פארוואס מען האט נאך נישט געטראפן הלכה'דיגע וועגן צו פארמיידן עגונה'שאפט -כאטש מען האט במשך הדורות זיך ארום געשפילט מיט שטיקער דאורייתא'ס ווען ס'האט אויסגעפעלט- איז ווייל ביי אונז ווארפט מען זיך בכלליות מיט פרויען (א שטייגער ווי "פרויען טארן נישט דרייוון").

און די סיבה פארוואס מ'ווארפט זיך מיט פרויען איז ווייל די תורה'דיגע אויטאריטעט ליגט אין די הענט פון די מענער, ווען ס'וואלט געליגן אין די הענט פון פרויען וואלט מען זיך געווארפן מיט די מענער. ווען ס'קומט צו די אייגענע אינטערעסן האט מען זעק מיט תירוצים, ווען ס'קומט אבער צו יענעם כאפט מען זיך אליינס נישט אז מ'קען טרעפן א וועג ארויס, דאס איז די מענטשליכע נאטור. אדער קען זיין פארקערט, וויבאלד פרויען זענען געווארן צווייטע קלאס האבן די מענער געקענט משנה זיין פון די מסורה פון דבורה הנביאה און שטופן די פרויען אין א זייט. דאס גייט אריין אין די חקירה פון וואס איז געקומען פריער, די הון אדער די איי. די רבנים ציטערן פונעם טאג וואס פרויען וועלן אויך באקומען א ווארט אין הלכה, זיי וועלן זיך שלאגן מיט ציין און נעגל ביז'ן לעצטן טראפ בלוט נישט צו דארפן טיילן זייער אויטאריטעט מיט פרויען. זיי זענען פארנומען שרייען אזעלכע לופטיגע סטעיטמענטס ווי "פרויען טארן נישט לערנען" אדער "פרויען קענען נישט זיין רבנים", וואס יעדער וואס טוט נאר דורך די סוגיא אין גמרא זעהט גלייך אז ס'איז געבויעט אויף א דעת יחידאה וואס אין א נארמאלע פאל וואלט מען עס קיינמאל נישט אנגענומען. און גערעכט זענען זיי, פאר וועלכע סיבה זאלן זיי אויפגעבן זייער אויסשליסליכע דעת תורא, משוגע זענען זיי? און ווילאנג די פרויען וועט זיך לאזן פירן ווי שאף צו די שחיטה וועלן זיי טאקע אזוי טוהן. דרש רבינו הקדוש על הרבנים, כד רגיז רעיא על ענא עביד לנגדא סמותא...

דאס איז נישט נאר אין תורה אטאריטעטשאפט, דאס זעלבע ווערט געזעהן אין סתם עסקנות ווירטשאפט. וואס מיינט עטץ איז געווען די התנגדות פון די הצלה צו רביצין רחי פרייער די דזשאדזש וואס האט גאר א ריכטיגער טענה אנטקעגן די הצלה. אז פארוואס ווען עס קומט צו פרויאישע פירסט ריספאנדערס עמערדזשענסי׳ס (לעיבער ענד דעליווערי) זאלן מענער זיין די וואס וועלן מעגליך זיין די דעליווערי גייס? (אגב האט מיר אן איידעלער הצלה אינגערמאן געזאגט אז נאך א יעדע על. ענד. די. קאל פארלירט ער א קאסטומער. און א צווייטער הצלה אינגערמאן וואס איך בין אמאל געזעצן אין זיין קאר צייגט מיר אן אויף א 18-19 יעריגער באשיידן מיידל, דו זעהסט איר, איך האב איר דעליווערט, עס איז געווען לעבעדיג) ד.מ. אז א ווייבל וואס הייבט אן חבלה לידה שטארק ביי זיך אינדערהיים האט נאך א דאגה, וועלעכער אינגערמאן וועט ערשיינען צו די קאל ? היעלה על הדעת זיך נישט רעכענען מיט איר טענה? נאר וואס דען, די פרויען קענען נישט ווערן קיין לעלוס פונקט ווי די מענער.
ב"ה אז לא אלמן ישראל, דער רבוש"ע האט געהאלפן אז זי האט געווינען מיט אן איבערווינגענדער מעדזשארעטי וואס האבן יא פארשטאנען אז פרויען זענען נישט קיין סעקאנד קלעס סיטיזענס און זיי האבן רעכטן.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:28 pm#457202
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די איינציגסטער דאורייתא'ס מיט וואס מ'האט זיך 'געווארפן' איז דייקא הלכות עגונות, ווי מ'האט געדרייט אהין און אהער צו טרעפן א היתר.

דו גייסט בלאזן שופר דעם ראש השנה? סוכות גייסטו שאקלען לולב? וואס מאכסטעך תמיש?
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:30 pm#457204
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב גוט פארשטאנן אז נאר אזא סארט לאדזשיק שטימט מיט דיין אדזשענדע. זייער גוט.

ביזדערווייל האט מען געברענגט לופטיגע טענות. נישט קיין איין זאכליכע עצה וואס מ'וויל אז די חכמים זאלן טון.

אויף מכירת חמץ, היתר עיסקא וכד' איז דא בערג מיט טענות, פארט איז עס היינט א פאקט..
עצות קעגן עגונה'שאפט איז דא א געוואלד (זאכן וואס מען קען מחייב זיין צוצולייגן ווען מען שרייבט כתובה), וואס פעלט איז די וויליקייט צו טוהן עפעס דראסטיש וואס גייט נאר העלפן עמך פרויען..
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:31 pm#457205
מיינונגזאגער האט געשריבן:דאס איז נישט נאר אין תורה אטאריטעטשאפט, דאס זעלבע ווערט געזעהן אין סתם עסקנות ווירטשאפט. וואס מיינט עטץ איז געווען די התנגדות פון די הצלה צו רביצען רחי פרייער די דזשאדזש וואס האט גאר א ריכטיגער טענה אנטקעגן די הצלה.

און הצלה איז געקומען מיט א כלומפרשטע דעת תורא אז "פרויען טארן נישט זיין EMTs", ווען פרויען מעגן אויך האבן א דעת תורה וואלט עס קיינמאל נישט געקענט געשעהן.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:07 pm#457209

רביה''ק זי''ע, דו זעהסט נישט אז עס הייסט דעת תורה נישט בינת התורה? די נאטור פון פרויען איז צו האבן א בינה יתירה נישט קיין דעת יתירה, אבער זייער בינה איז גאר גאר טיף, וועי דיפער דען די א"ג דעת תורה דעת, ממילא קען עס אפשר גובר זיין אויבערפלעכליכער דעת.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:09 pm#457211
יעצט אז דו האסט עס ארויסגעברענגט פאנג איך אן צו טראכטן אז אפשר טאקע דערפאר הייסט עס "דעת" תורה ווייל ס'איז אונטער די אויטאריטעט פון מענער, קען טאקע זיין אז אין דבורה הנביאה'ס צייטן פלעגט עס הייסן "בינת" התורה...
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:32 pm#457218
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די איינציגסטער דאורייתא'ס מיט וואס מ'האט זיך 'געווארפן' איז דייקא הלכות עגונות, ווי מ'האט געדרייט אהין און אהער צו טרעפן א היתר.

דו גייסט בלאזן שופר דעם ראש השנה? סוכות גייסטו שאקלען לולב? וואס מאכסטעך תמיש?

אחוץ טאמער זיך 'ווארפן' מיינט עפעס אנדערש ביי דיר. די אלע תקנות האבן חז"ל געקענט און געדארפט מאכן. ווייל עס איז א. בשב ואל תעשה, און ב. לחזק את הדת. וואס איז די חיזוק הדת פון מתיר זיין אן עגונה? וויאזוי וועט מען בעסער היטן די תורה טאמער די פרוי קען מגרש זיין דער מאן פונקט ווי דער מאן קען איר מגרש זיין?

אבער דו ווילסט אז רבנים זאלן דיר פערזענליך דינן, און מאכן תקנות פאר דיין וואוילזיין. ווען האבן זיי דאס געטון? גראדע אין איין פלאטץ ווי מ'זעט אז זיי 'ווארפן' זיך צו טרעפן א וועג ארויס, איז ביי עגונות. אבער טוישן די תורה פאר א מענטשליכע צוועק? ווי טרעפט מען אזוינס? וואס איז דער פרעצעדענט דערצו?
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:34 pm#457219
ליב צו וויסן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב גוט פארשטאנן אז נאר אזא סארט לאדזשיק שטימט מיט דיין אדזשענדע. זייער גוט.

ביזדערווייל האט מען געברענגט לופטיגע טענות. נישט קיין איין זאכליכע עצה וואס מ'וויל אז די חכמים זאלן טון.

אויף מכירת חמץ, היתר עיסקא וכד' איז דא בערג מיט טענות, פארט איז עס היינט א פאקט..
עצות קעגן עגונה'שאפט איז דא א געוואלד (זאכן וואס מען קען מחייב זיין צוצולייגן ווען מען שרייבט כתובה), וואס פעלט איז די וויליקייט צו טוהן עפעס דראסטיש וואס גייט נאר העלפן עמך פרויען..

ביזדערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט קיין זאכליכע טענות אז מ'זאל קענען מתיר זיין אן עגונה מכבלי בעלה המעגן. נאר אז 'עס איז דא' ערגעץ די וועגן. אפשר ביים וויענער רב אין שופלאד.

מכירת חמץ איז גלאט ווי דער טאג. היתר עיסקא איז נאך גלאטער, וואס איז די פראבלעם?
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:38 pm#457220
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די איינציגסטער דאורייתא'ס מיט וואס מ'האט זיך 'געווארפן' איז דייקא הלכות עגונות, ווי מ'האט געדרייט אהין און אהער צו טרעפן א היתר.

דו גייסט בלאזן שופר דעם ראש השנה? סוכות גייסטו שאקלען לולב? וואס מאכסטעך תמיש?

אחוץ טאמער זיך 'ווארפן' מיינט עפעס אנדערש ביי דיר. די אלע תקנות האבן חז"ל געקענט און געדארפט מאכן. ווייל עס איז א. בשב ואל תעשה, און ב. לחזק את הדת. וואס איז די חיזוק הדת פון מתיר זיין אן עגונה? וויאזוי וועט מען בעסער היטן די תורה טאמער די פרוי קען מגרש זיין דער מאן פונקט ווי דער מאן קען איר מגרש זיין?

א. מ'קען מבטל זיין די גאנצע ענין פון קידושין בשב ואל תעשה.

ב. וויאזוי פונקטליך איז מען מחזק דעם דת דורך מבטל זיין מצוות? אז גאנץ כלל ישראל וועלן נישט בלאזן קיין שופר וועט עס זיין פיל א גרעסער הירוס הדת ווי אז איין האלבער איד וועט מחלל שבת זיין. די ווארט איז נישט חיזוק הדת, די ווארט איז וואס איז וויכטיג און וואס נישט, חז"ל האבן פארשטאנען אז צוריקהאלטן איין איד פון מחלל שבת זיין איז וויכטיגער פון די מצווה פון שופר. און דאס איז טאקע די פראבלעם מיט די היינטיגע רבנים אז זיי פארשטייען נישט אז צוריקהאלטן הארצווייטאג און באנעצטע קישענעס פון פרויען איז זייער א וויכטיגע זאך, ווען ס'וואלט געקומען צו זייער אייגענען אונטערשטן וואלטן זיי שוין געטראפן א וועג ארויס. על כבודכם חסתם, על כבוד בנות ישראל לא חסתם? דאס איז די טענה.

היתר עיסקא איז גלאט ווייל מ'האט שוין הונדערטער יארן דערנאך.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:40 pm#457221

אבער דו ווילסט אז רבנים זאלן דיר פערזענליך דינען, און מאכן תקנות פאר דיין וואוילזיין. ווען האבן זיי דאס געטון? גראדע אין איין פלאטץ ווי מ'זעט אז זיי 'ווארפן' זיך צו טרעפן א וועג ארויס, איז ביי עגונות. אבער טוישן די תורה פאר א מענטשליכע צוועק? ווי טרעפט מען אזוינס? וואס איז דער פרעצעדענט דערצו?

תקנות מריש
לא תנעול דלת בפני לוין

דזשאסט פאר סטארטערס
עס איז נאך דא אזוי פיל מער
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:42 pm#457222
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די איינציגסטער דאורייתא'ס מיט וואס מ'האט זיך 'געווארפן' איז דייקא הלכות עגונות, ווי מ'האט געדרייט אהין און אהער צו טרעפן א היתר.

דו גייסט בלאזן שופר דעם ראש השנה? סוכות גייסטו שאקלען לולב? וואס מאכסטעך תמיש?

אחוץ טאמער זיך 'ווארפן' מיינט עפעס אנדערש ביי דיר. די אלע תקנות האבן חז"ל געקענט און געדארפט מאכן. ווייל עס איז א. בשב ואל תעשה, און ב. לחזק את הדת. וואס איז די חיזוק הדת פון מתיר זיין אן עגונה? וויאזוי וועט מען בעסער היטן די תורה טאמער די פרוי קען מגרש זיין דער מאן פונקט ווי דער מאן קען איר מגרש זיין?

א. מ'קען מבטל זיין די גאנצע ענין פון קידושין בשב ואל תעשה.

ב. וויאזוי פונקטליך איז מען מחזק דעם דת דורך מבטל זיין מצוות? אז גאנץ כלל ישראל וועלן נישט בלאזן קיין שופר וועט עס זיין פיל א גרעסער הירוס הדת ווי אז איין האלבער איד וועט מחלל שבת זיין. די ווארט איז נישט חיזוק הדת, די ווארט איז וואס איז וויכטיג און וואס נישט, חז"ל האבן פארשטאנען אז צוריקהאלטן איין איד פון מחלל שבת זיין איז וויכטיגער פון די מצווה פון שופר. און דאס איז טאקע די פראבלעם מיט די היינטיגע רבנים אז זיי פארשטייען נישט אז צוריקהאלטן הארצווייטאג און באנעצטע קישענעס פון פרויען איז זייער א וויכטיגע זאך, ווען ס'וואלט געקומען צו זייער אייגענען אונטערשטן וואלטן זיי שוין געטראפן א וועג ארויס. על כבודכם חסתם, על כבוד בנות ישראל לא חסתם? דאס איז די טענה.

היתר עיסקא איז גלאט ווייל מ'האט שוין הונדערטער יארן דערנאך.

רביה''ק זי''ע, איז מעגליך ארויסצולאזן די רעטאריק איך מיין אז דו וועסט בעסער פארשטיין ווערן, אזוי זעהט עס ווי פשוט א בלידער קנאה און שנאה.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:47 pm#457223
איך האב חלילה קיינעם נישט פיינט, די מענטשן זענען נאנטע קרובים און ידידים מיינע, ווי קען איך זיי בכלל פיינט האבן? ס'גייט מיר פשוט אויף די נערוון וויאזוי ווען ס'קומט צו זייערע זאכן ווייסן זיי זייער גוט ווי צו דרייען מיט'ן צונג און ארויסקוועטשן היתרים, און יא, טאקע פאר זייער אייגענע באקוועמליכקייט. ווען ס'קומט אבער צו יענעם איז מען סטאק מיט די "גלאטע פשט", ועיין עוד כאן.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:50 pm#457224
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די איינציגסטער דאורייתא'ס מיט וואס מ'האט זיך 'געווארפן' איז דייקא הלכות עגונות, ווי מ'האט געדרייט אהין און אהער צו טרעפן א היתר.

דו גייסט בלאזן שופר דעם ראש השנה? סוכות גייסטו שאקלען לולב? וואס מאכסטעך תמיש?

אחוץ טאמער זיך 'ווארפן' מיינט עפעס אנדערש ביי דיר. די אלע תקנות האבן חז"ל געקענט און געדארפט מאכן. ווייל עס איז א. בשב ואל תעשה, און ב. לחזק את הדת. וואס איז די חיזוק הדת פון מתיר זיין אן עגונה? וויאזוי וועט מען בעסער היטן די תורה טאמער די פרוי קען מגרש זיין דער מאן פונקט ווי דער מאן קען איר מגרש זיין?

א. מ'קען מבטל זיין די גאנצע ענין פון קידושין בשב ואל תעשה.

הייסט'ס מ'זאל מתיר זיין דער פנוי הבא על הפנויה, פאר די געציילטע פעלער פון עגונות. איך הער, א פיינעם עצה. איך האפ דו פארשטייסט פארוואס דאס איז נישט קיין גוטע עצה, וקלקלתו מרובה מתקנתו.

ב. וויאזוי פונקטליך איז מען מחזק דעם דת דורך מבטל זיין מצוות? אז גאנץ כלל ישראל וועלן נישט בלאזן קיין שופר וועט עס זיין פיל א גרעסער הירוס הדת ווי אז איין האלבער איד וועט מחלל שבת זיין. די ווארט איז נישט חיזוק הדת, די ווארט איז וואס איז וויכטיג און וואס נישט, חז"ל האבן פארשטאנען אז צוריקהאלטן איין איד פון מחלל שבת זיין איז וויכטיגער פון די מצווה פון שופר. און דאס איז טאקע די פראבלעם מיט די היינטיגע רבנים אז זיי פארשטייען נישט אז צוריקהאלטן הארצווייטאג און באנעצטע קישענעס פון פרויען איז זייער א וויכטיגע זאך, ווען ס'וואלט געקומען צו זייער אייגענען אונטערשטן וואלטן זיי שוין געטראפן א וועג ארויס. על כבודכם חסתם, על כבוד בנות ישראל לא חסתם? דאס איז די טענה.

די תירוץ איז פשוט, טאמער דו ווילסט עס הערן. חז"ל האבן פארשטאנן אז חילול שבת איז הארבער ווי אן עשה. דו פארשטייסט אנדערש? פיין. אבער זיי האבן עס נישט געטון פאר אנדערע סבות אחוץ וואס זיי האבן געוואוסט צו זיין א חיזוק הדת. ווער האט דיר איינגערעדט אז די חכמים האבן א פליכט, צו א רעכט, צו מאכן סתם תקנות צו מאכן די וועלט לייכטער פאר געוויסע מענטשן, אדער פון זיי אראפ נעמן פיין? ווי איז דער פרעצעדענט? נישט היינטיגע רבנים נאר רבנים פון אלע דורות, מימות עזרא ולמעלה האבן דאס נישט געטון.

היתר עיסקא איז גלאט ווייל מ'האט שוין הונדערטער יארן דערנאך.
קענסט דאס דעקן? האסט געלערנט די סוגיא? אדער האסטו סתם געשאסן ווייל אבי

מיינונגזאגער האט געשריבן:תקנות מריש

תקנת מריש איז צו קענן תשובה טון, א מצוה אין די תורה. וואס האט דאס מיט באקוועמליכקייט?
לא תנעול דלת בפני לוין
נאך א מצוה אין די תורה, אם כסף תלוה את עמי

דזשאסט פאר סטארטערס
עס איז נאך דא אזוי פיל מער

Sent from my iPhone using Tapatalk

האסט נאכאלס נישט קיין איינס. ווען האבן זיי געמאכט א תקנה קעגן די תורה, וואס די ציל איז נישט געווען חיזוק הדת? ווייז איין פאל.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:57 pm#457225
איך וויל נאר פארשטיין וואס דו זאגסט. מיך האט מען אויסגעלערנט אז ס'דא תרי"ג מצוות און דאס דארף מען היטן און גארנישט עפעס אנדערש, קומסטו און דו זאגסט אז ס'דא עפעס וויכטיגער פון די תרי"ג מצוות ס'רופט זיך "חיזוק הדת", און דאס איז נאך וויכטיגער פון די פשוט'ע תרי"ג מצוות. פון וואו קומט דעם מושג "חיזוק הדת"? פארוואס קען מען נישט אויפקומען מיט א נייע מושג פון "תקנת ארמלות חיא", הערט זיך לומדיש, ניין? אין טויזענט יאר ארום וועט מען אין בריסק לומדעווען אין די טיעפקייט דערפון, די מקובלים וועלן שוין מסביר זיין ווי ס'איז אויסגעשטעלט לויט די עולמות העליונים און ס'קען פשוט אנדערש נישט זיין. איינער וואס וועט מדייק זיין פון די תורה אנדערש וועט מען אפשטעמפלען אלץ קראי, און אז איינער וועט קומען מדייק זיין אין גמרא אנדערש וועט מען פארשרייען אז מ'קען נישט פסק'נען פון גמרא, די שו"ע איז דאך פשוט אז ס'איז געמאכט פאר גרים, מנהג עוקר הלכה, און אלעס וועט שטימען הונדערט פראצענט. ס'וועט זיין א חיזוק הדת, א שמירת הדת, מיט אלע גוטע זאכן אינדערמיט.

דו זאגסט אז שלא תנעול דלת בפני לווין איז כדי מ'זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון אם כסף תלוה את עמי, און ווען מ'האט מבטל געווען די איסור פון הסבת נחלות איז עס געווען פאר וועלכע מצוה? אפשר כדי ס'זאלן זיין מער פרויען מיט וועם צו קענען חתונה האבן און מקיים זיין די מצוה פון פרו ורבו, קען מען דאך זאגן די זעלבע פורים תורה דא אויך!
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:08 pm#457226
אינטרעסאנט, האסט פונקט אזויפיל לאזונגן ווי דאס דו באשולדיגסט אנדערע, און דו זעסט נאר יענעם.

ווער האט דיר איינגערעדט אז די חכמים האבן א כח צו מאכן סתם תקנות לתועלת דער צו יענעם? האסט בכלל א מקור פאר דעם? אפשר וואלטן זיי זייער געוואלט, נאר זיי קענען נישט. ווייל נישט דאס איז זייער ארבעט. איי, אלע אנדערע תקנות זייערע? זיי זענען נאר פאר'ן דת זעלבסט, נישט עפעס אנדערש.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:13 pm#457228
זיי האבן נישט די כח? א נייע מעשה, זאלן זיי יא האבן די כח! די כח צו טוישן מצוות האבן זיי זיך אליינס גענומען, קענען זיי נעמען דעם כח אויך.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:14 pm#457229
וואס גענוי איז דיין פראבלעם? האסט געגעסן פרישטיג היינט? פארוואס ווילסטו נישט רעדן צו דער זאך? אדער סתם אזוי קענסטו נישט?
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:24 pm#457231
איך זעה נישט וואס כ'האב געזאגט אזוי שלעכט, כ'האב פשוט איבערגעזאגט וואס דו האסט אמאל גע'טענה'ט דא.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:28 pm#457233
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זעה נישט וואס כ'האב געזאגט אזוי שלעכט, כ'האב פשוט איבערגעזאגט וואס דו האסט אמאל גע'טענה'ט דא.

וואס האב איך שוין דארט געשריבן? אז הלכה איז געמאסטן מיט גדרי הלכה, נישט זייטיגע חשבונות. די תורה גיבט און באפליכטעט די חכמים צו מאכן א משמרת למשמרתי, און נישט טון סתם זאכן.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:39 pm#457234
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די תורה גיבט און באפליכטעט די חכמים צו מאכן א משמרת למשמרתי.

איך געדענק נישט אזא פסוק.

אגב, דאס וואס מ'האט פריער גערעדט צו היתר עיסקא איז גלאט צו נישט מיין איך אז ס'הערשט דא אביסל א מיספארשטענדעניש, אן עיסקא אליינס איז טאקע גלאט, א היתר עיסקא (ד.ה. א געהעריגע הלוואה וואס מ'דמיונ'ט כאילו ס'איז אן עיסקא) איז אבער גארנישט אזוי גלאט.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:42 pm#457236
אם רק הוא, מכם הוא רק.

די כלל וואס איך האב באמערקט ביי אלע אפיקורסים, אז נישט זיי האבן קשיא'ס אומפארשטענדענישן און סתירות, נאר מער האט מען א לייכטיזיניקייט צו תורה און איר פרטים און יסודות, מ'גייט צו מיט א ליצנות, און דערנאך פארשטייט מען טאקע נישט. טאמער דיין הנחה קדומה איז אז אלס איז גארנישט מיט נישט, וועסטו טאקע נישט פארשטיין. טאמער דו זוכסט צו פארשטיין די נושא פון תושבע"פ על בוריה, גיי לערן די סוגיות. נעם ארויס א גמרא יבמות, נעם דיר ארויס די אלע ספרים וואס רעדן דערפון, און פראביר עפעס צו דערגיין. סתם חוזק מאכן מיינט אז צום אמת וועסטו קיינמאל נישט אנקומן, און דאס וועט זיין פון דיין שולד, נישט צוליעב קושי השעבוד.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:44 pm#457238
פארוואס מיינסטו אז כ'האב נאכנישט געלערנט די סוגיות? אה, ווייל איך בין געקומען צו אן אנדערע מסקנא ווי דיר.

איך האלט אז דו האסט נישט געלערנט די סוגיות, פון וואו ווייס איך? ווייל דו ביסט צוגעקומען צו אן אנדערע מסקנא ווי מיר... פרעג מיך אפ.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:49 pm#457240
ביסט נישט געקומן צו א מסקנא, דו טרייבסט שפאס, דו שרייבסט נישט קיין גלאטע ווארט דא. נישט קיין מסקנות, נישט קיין ראיות, נאר ליצנות. און טאקע פון דעם ביסטו געקומן צו דיין מסקנא. פון ערנסטע קשיא'ס האב איך נאך נישט געזען מ'זאל קומן צו אזעלכע מסקנות.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:54 pm#457242
איך געדענק נישט וואו כ'האב געטריבן שפאס, כ'על איבערזאגן נאך איינמאל אין קלארע ווערטער. די תורה האט אינערגעץ נישט געגעבן פאר די חכמים א כח צו טוישן מצוות, פארקערט גאר, ס'דא אן איסור פון בל תוסיף און בל תגרע, די כח צו טוישן מצוות האבן די חכמים זיך אליינס גענומען און עס נאכדעם אריינגעטיישט אין פסוקים. קענסט נישט יעצט קומען טענה'ן "אונז האבן נישט קיין כח" ווייל אויב דו טוסט נאר וואס דער באשעפער האט דיר געגעבן א כח וואלסטו געווען א קראי, געבלאזן שופר אום ראש השנה וואס געפאלט אין שבת, נישט חתונה געהאט מיט א פרוי פון אן אנדערע שבט, זיך נישט פארלאזט אויפ'ן עירוב, געטראגן תכלת, און נאך אסאך. דו טוישסט יא און דריי נישט קיין קאפ.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:59 pm#457245
ביסט געווען דארט ווען די חכמים האבן עס געטון? אן עד האט עס דיר פארציילט אז זיי האבן גענומן די רעכט? פון וואנעט ווייסטו אז אזוי איז געשען?

דאס שרייבן סתם מעשיות אן א דעקונג, אן א ראיה, סתם פון ארבען ארויס, איז ליצנות, לייכטזיניקייט.

ווען דו וואלסט געווען טאקע אן ערנסטע זוכער, וואלסטו אפיר געברענגט די מקורות, און געוויזן פארוואס דו מיינסט אז זיי האבן די רעכט נישט באקומן פון די תורה. און אויף דעם זאג איך דיר, אז ווען דו וואלסט געזוכט די אמת, וואלסטו צו אזא מסקנא נישט געקומן. עכ"פ, אין מיין עקספיריענס, נאר אזעלכע שבת אחים'לעך וכדו' ווערן כופרים, ווייל זיי ווייסן טאקע נישט וויאזוי צו ליינן און זוכן דער אמת. מער ווי א קורצע ווידיאו אדער א גוגל זוך קענען זיי נישט, אדער האלטן זיי נישט ביים טון. עכ"פ אין מיין עקספיריענס, און דו ווייזט די זעלבע זאך. נעם עס ערנסט, זוך ערנסט, און נאך דעם קום צוריק מיט א קשיא.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 4:02 pm#457246
ניין, איך בין נישט געווען דארט, איך ווייס עס ווייל אזוי שטייט אין גמרא ברכות דף יט:, אין תענית לב: איז דאס די איינציגסטע פשט, און איך גלייב די גמרא.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 4:09 pm#457247
דער אמת איז אז אפילו די רבנים אין ארץ ישראל וואס דינען פאר די מדינה ווילען אויך נישט מאכען קדושין על תנאי, איך ווייס נישט פין ווי זייער התנגדות קומט, אבער לויט ווי זייער הילוך המחשבה גייט, איז עס א פראקטישער נישט א הלכה'דיגער, און לכאורה ווייל זיי ווילען נישט קיין זלזול אין קדושין, דער זנות וואלט אפשר געשטיגען, וויסענדיג אז לעת הצורך קען מען מבטל זיין די קדושין און מטהר זיין ממזרים, און דער יחס צו חתונה בכלל וואלט געווארען ווייניגער חשוב, אזוי ווי מען זעהט טאקע אין די גוי'שע וועלט.

הגם לדעתי וואלטען רבנים געדארפט זיך צוזאמען נעמען דורך עסקנים, און איינפירען א הלכה'דיגע גט געזעץ, ווי מען קען דורך די ערכאות צווינגען א גט אויף א וועג וואס עס זאל נישט הייסען א גט מעושה, און אהן אריין גיין אין דער מסובך'דיגער נושא, איז דא וועגען וואס מען קען עס מאכען. אין דער סיטי קארט סיסטעם איז דא ריכטערס וואס פארשטייען צו דעם, און זיי מאכען א געלט קנס ביז א בי"ד שרייבט נישט אז די פרוי איז געג'ט, ועוד דרכים. און ווי מען זעהט אז אין ארץ ישראל האבען זיי כשר'ע וועגען צו באקומען א גט פין יעדעם איינעם.

עס וואלט אבער געדארפט זיין א אפיציעלער מהלך אין דעם, אז אלע ריכטערס, נישט נאר אפאר אין נ"י סיטי, נאר אין גאנץ אמעריקע זאלען קענען נאכגיין דער פרעצידענט.

הגם אין דער קעיס פין דער רשע מסרי שר"י, וואלט עס נישט געארבעט ווייל ער האט נישט קיין געלט, און איז סתם א נידריגע רשע מרושע אהן קיין מאטיוו אין לעבען.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 4:25 pm#457250
קידושין על תנאי איז נישט די פראבלעם, נישואין על תנאי איז די פראבלעם. וכבר הלכו בו נמושות.

ATUB @רביה"ק זי"ע ATUB די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט, און טאמער דאס איז דיין ראיה, איז עס ניטאמאל ליצנות, נאר סתם געשארט פון ארבל ארויס.

וועגן די גט געזעצן האט מען דאך פראבירט און עס איז נישט געלונגן, אי הלכה'דיג, אי געזעצליך. און דער אמת איז, יעדער פרואוו ארויס צו נעמן די רעכט פון דער מאן צו זיין דער גאנצע מגרש, איז שוין צרות, ווייל עס קומט אין קעגענזאץ צו די גאנצע יסוד פון הלכות גיטין. ווען מ'נוצט עס נאר פאר א מאן וואס אנטלויפט פון זיין ווייב וואס מ'מעג אים נייטן צו גט'ן, איז שוין גוט. ברגע דער רבנות האט ממציא געווען זייער נייער מצוה פון פאלגן די רבנות פון מדינת ישראל, און ממילא וואס זיי גרעפסן איז שוין פונקט ווי אין לשכת הגזית און מ'מעג צווינגן א גט דערפאר, איז שוין צרות.
פרייטאג אוגוסט 21, 2020 7:33 pm#457257
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט.

וואס שטייט יא דארט?
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 9:28 pm#457258
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אין תענית לב: .

נישטא אזא דף.
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:38 pm#457260
ריכטיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אין תענית לב: .

נישטא אזא דף.

עס זאל נאך עפעס שטיין אויך?

דאס דארף מען איבערחזר'ן, נישט אויפצווייזן פאר דער ניק וואס האלט אין איין טרייבן שפאס פון די סוגיא, נאר פאר די דערויסענדיגע וואס ליינן דא. דאס איז נישט קיין געבויטע שיטה און קשיא אויף די חכמים, נאר ליצנות און לייכטזיניקייט.

און דאס איז די ישועה פאר קשיאס. קשיאס מאכן נישט קיין אפיקורסים, מ'קען ווייטער האנדלן און טראכטן. ברגע מ'הערט אבער אויף צו טראכטן, מ'מאכט סתם ליצנות און מ'רעכענט זיך נישט מיט דברי חכמים מיט א חשיבות, נאר כאילו ער איז א שיכור אויפ'ן באנק, דעמאלס ווערט מען גאנץ שנעל אן אפיקורס. און באמת, דאס איז די טייטש פון די ווארט אפיקורס, וואס באדייט א הפקר יונג, א הולך בטל, נישט א מענטש וואס האט עפעס אן אנדערן מיינונג אויף התגשמות וכדו'.
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:41 pm#457261
ריכטיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אין תענית לב: .

נישטא אזא דף.

תענית האט נאר 30 בלאט.
לא עמוד א איז די לעצטע דף
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:50 pm#457266
ריכטיג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: אין תענית לב: .

נישטא אזא דף.

טעות, ס'איז ל: דא האסטו מיט ענגלישע איבערזעצונג.

און ווי רש"י דארט איז זייער שיין מסביר, וז"ל: "דרחמנא אמר וְכָל בַּת יֹרֶשֶׁת נַחֲלָה מִמַּטּוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לְאֶחָד מִמִּשְׁפַּחַת מַטֵּה אָבִיהָ תִּהְיֶה לְאִשָּׁה, וכתיב וְלֹא תִסֹּב נַחֲלָה לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל מִמַּטֶּה אֶל מַטֶּה ועמדו והתירו דבר זה בחמשה עשר באב".

אין אידיש: "ווייל דער באשעפער האט געהייסן אז יעדע פרוי וואס ירש'נט איר טאטע זאל חתונה האבן מיט א מאן פון איר שבט, און ס'שטייט 'ס'זאל זיך נישט אריבערפירן קיין ארבטייל פון איין שבט צום אנדערן', און די רבנים האבן זיך אויפגעשטעלט און עס מתיר געווען אום ט"ו באב.

אויב לערנען פשוט גמרא רש"י הייסט געטריבן לצנות בין איך שטאלץ צו זיין א לץ.
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:56 pm#457271
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קידושין על תנאי איז נישט די פראבלעם, נישואין על תנאי איז די פראבלעם. וכבר הלכו בו נמושות.

@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט, און טאמער דאס איז דיין ראיה, איז עס ניטאמאל ליצנות, נאר סתם געשארט פון ארבל ארויס.

וועגן די גט געזעצן האט מען דאך פראבירט און עס איז נישט געלונגן, אי הלכה'דיג, אי געזעצליך. און דער אמת איז, יעדער פרואוו ארויס צו נעמן די רעכט פון דער מאן צו זיין דער גאנצע מגרש, איז שוין צרות, ווייל עס קומט אין קעגענזאץ צו די גאנצע יסוד פון הלכות גיטין. ווען מ'נוצט עס נאר פאר א מאן וואס אנטלויפט פון זיין ווייב וואס מ'מעג אים נייטן צו גט'ן, איז שוין גוט. ברגע דער רבנות האט ממציא געווען זייער נייער מצוה פון פאלגן די רבנות פון מדינת ישראל, און ממילא וואס זיי גרעפסן איז שוין פונקט ווי אין לשכת הגזית און מ'מעג צווינגן א גט דערפאר, איז שוין צרות.

זאגסט גארנישט כדרכך.
א גט געזעץ קען געמאכט ווערן און עס זאל זיין הלכה'דיג אויסגעהאלטען. די רבנים האלטען נישט דערביי.
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:59 pm#457272
אישתישבי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קידושין על תנאי איז נישט די פראבלעם, נישואין על תנאי איז די פראבלעם. וכבר הלכו בו נמושות.

@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט, און טאמער דאס איז דיין ראיה, איז עס ניטאמאל ליצנות, נאר סתם געשארט פון ארבל ארויס.

וועגן די גט געזעצן האט מען דאך פראבירט און עס איז נישט געלונגן, אי הלכה'דיג, אי געזעצליך. און דער אמת איז, יעדער פרואוו ארויס צו נעמן די רעכט פון דער מאן צו זיין דער גאנצע מגרש, איז שוין צרות, ווייל עס קומט אין קעגענזאץ צו די גאנצע יסוד פון הלכות גיטין. ווען מ'נוצט עס נאר פאר א מאן וואס אנטלויפט פון זיין ווייב וואס מ'מעג אים נייטן צו גט'ן, איז שוין גוט. ברגע דער רבנות האט ממציא געווען זייער נייער מצוה פון פאלגן די רבנות פון מדינת ישראל, און ממילא וואס זיי גרעפסן איז שוין פונקט ווי אין לשכת הגזית און מ'מעג צווינגן א גט דערפאר, איז שוין צרות.

זאגסט גארנישט כדרכך.
א גט געזעץ קען געמאכט ווערן און עס זאל זיין הלכה'דיג אויסגעהאלטען. די רבנים האלטען נישט דערפון.

FTFY
מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 11:51 pm#457277
דער ליטוואק זיצט און זאגט אזוי:

פרוזבול? דאס איז א גדר פאר איסור (השמר לך וכו'). נישט מאטעווירט דורך א פראקטישער פראבלעם נאר happens to be אז די איסור איז א social economically איסור, אבער ווען נישט ס'איז דא א עקסטערע פסוק אויף די איסור וואלט מען נישט געמאכט קיין פרוזבול.

(פארוואס ווייס איך נישט. אז די חכמה ארבייט, איז דאך גוט. זאגסט אז די חכמים וואלטן עס נישט געמאכט אבער מפואר דזודעיקעי וואלט עס עניוועס געמאכט? און ס'וואלט טאקע געארבייט אדער רב חיים דוד כ"ץ וואלט עס גע'אסר'ט?)

העלפען פרויען? מע, נישט דא קיין איסור זיי מצער צו זיין. די מצוה פון ועשיתא הישר והטוב? אלמנה ויתום לא תענין וואס איז דיבור הכתוב בהווה, נע נישט אזוי וויכטיג. ואהבתה לרעך כמוך? וואס איך, אפגעריסענע עגונות זיי זענען מילעך קעסטלעך. מ'קען מאכען אן ארבטשעישען clause און די כתובה? נע ס'וועט ברענגען אנדערע פראבלעמען.

בקיצור, מ'האלט נישט דערביי. איך האב עס גוט ארויס.

איך וויל נאר זאלסט פארשטיין איין נקודה. די פראבלעם פון עגונות איז נישט א אינדיווידועלע פראבלעם. ס'איז א דת פראבלעם. ס'איז א דת פראבלעם ווען אידישקייט גיט זיך נישט קיין עצה מיט א ישיבה של עולם פראבלעם.
זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:21 am#457301
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:@רביה"ק זי"ע די גמרא אין ברכות שטייט נישט אז זיי האבן 'גענומן' דער רעכט.

וואס שטייט יא דארט?

ליטוואק, מיין עקפעריעס און אזא פאל מיט עם איז
ער קאפיט נאך פין א סייט וואס ער פארשטייט אליינס נישט און זיכט צי ווארפען זאמד אין די אויגן

פרעג נישט פין וואו ער זעט אין די גמרא אין תענות אז חז"ל האבן זיך אליין 'גענומן' דער רעכט, ער ווייסט אויך נישט אבער דאס האט ער געטראפן אויף א קריסטליכע סייט
זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:26 am#457302
הקטן האט געשריבן:ליטוואק, מיין עקפעריעס און אזא פאל מיט עם איז
ער קאפיט נאך פין א סייט וואס ער פארשטייט אליינס נישט און זיכט צי ווארפען זאמד אין די אויגן

אין מיין אפיניען איז ער א ידען נפלא וואס שטעלט כסדר צו די ריכטיגע מראי מקומות. נאר וואדזשע דען, מאכט זיך אמאל א ראנג אפטייטש. כבר היה לעולמים. דערפאר דארף נישט אלעס ווערן פארדאמט צום טויט.