Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל • 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

קאווע שטיבל • 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
240 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 359 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10892
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:36 pm#348770
3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א גט
א שאקקינג פרשה שפילט זיך אפ , ווען עס ווערט באריכטעט אז צוויי אידן פון קרית יואל זענען געווארען ארעסטירט נאכן מאכן פלענער צו קידנעפען און מעגליך הרג'ענען איינעם כדי צו באקימען א גט. ווי געשריבן אויף [color=#0000BF][color=#0000BF][/color][/color]וואס איז נייעס , האבן זיי מיטגעארבייט מיט א מסור , און האבן זיך געטראפען אפאר מאל אויסצוארבייטען די פלענער. זיי האבן געוואלט צאלן 55,000 דאללער פאר דער וואס האט עס געדארפט טוהן פאר זיי , און האבן שוין געגעבן א דעפאזיט פון 25,000 דאללער.

איך ווייס גארנישט וועגן די פרשה , און עס איז גאנץ מעגליך אז איך וואלט געוועהן אויף די זייט פון די צוויי באשילדיג'טע , ווייל ווער ס'ווייסט ווייסט אז ליידער זענען דא רשעים ארורים וואס האלטען צוריק אידישע טעכטער פון קענען ווייטער אנגיין מיט זייער לעבן און ווילן נישט געבן קיין גט. נא , האבן די צוויי חברה לייט גענומען די געזעץ אין די הענט אריין און געוואלט מסדר זיין אזא איינעם.

איך ווייס נישט אויב דאס איז טאקע אזוי געוועהן , און אוודאי איז קיינמאל נישט בארעכטיגט צו גיין ממש ביז'ן הרג'ענען , אבער כ'קען הערן א געשמאקע קידנעפינג אקציע אויף אזא סארט שייגעץ.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:57 pm#348772
דער מאן איז אויך אן אכזר וואס איז מעגן דאס ווייב פאר איבער צען יאר!

כ'בארעכטיג נישט מארד אדער געוואלדאטן. אבער איך וואלט נישט יעצט זיך מרחם געווען על האכזר הזה. און דער מעגן ברויך אויך באקומען היץ.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:58 pm#348773
די צוויי אנגעקלאגטע זענען געווארן אפגעזאגט בעיל.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:39 pm#348783
פארוואס האט ער מעגן געווען, סתם ווייל ער קען, אדער ווייל ער האט א שטארקע טענה ווי למשל וועגן די קינדער וכדו׳

טאמער האט ער דאס געטון סתם פאר די נישטיגקייט דאן זעה איך בעצם נישט די עוולה פון אים הארגענען. דער פראבלעם איז נאר אז איינמאל מען הייבט אן מיט נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט קען מען עס טון אויך פאר אומריכטיגע סיבות.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:45 pm#348784
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:47 pm#348785
עס האט זיך אמאל געדרייט א בריוו פונעם דיין הרב מענדל שאפראן (וואס איז כידוע ערליך מקיים דעם לא תגורו מפני איש) אקעגן דעם מנוול אהרן/אהרון גאלדבערג.

ליינטס א משהוא וועגן עם דא.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:49 pm#348787
יואליש האט געשריבן:דער מאן איז אויך אן אכזר וואס איז מעגן דאס ווייב פאר איבער צען יאר!

כ'בארעכטיג נישט מארד אדער געוואלדאטן. אבער איך וואלט נישט יעצט זיך מרחם געווען על האכזר הזה. און דער מעגן ברויך אויך באקומען היץ.

יואליש: ביי אונז יוצאי איטאליע, סיציליע והגלילות זאגט מען א ביסעלע בליי. אדער א בליי פארגיפטונג. נישט אז איך בארעכטיג ח"ו די געפלאנטע מעשים תעתועים. נאר כ'האב עס געברענגט לתפארת המליצה...!
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:59 pm#348789
כ'מיין בפירוש נישט געוואלדאטן. אבער ערגעץ באקומט דער אכזר חיזוק, ניין? ס'איז שוין געווען בלעטער אין די צייטונגן קעגן אים.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:01 pm#348790
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס האט ער מעגן געווען, סתם ווייל ער קען, אדער ווייל ער האט א שטארקע טענה ווי למשל וועגן די קינדער וכדו׳

טאמער האט ער דאס געטון סתם פאר די נישטיגקייט דאן זעה איך בעצם נישט די עוולה פון אים הארגענען. דער פראבלעם איז נאר אז איינמאל מען הייבט אן מיט נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט קען מען עס טון אויך פאר אומריכטיגע סיבות.

מושב זקנים: ווען דער אייבישטער האט געגעבן די תורה האט ער נישט געזאגט לא תרצח מיט קאנדישאנס. אדער סטיפיולעישנס...!
די איינציגע מצב ווען מ'מעג הרג'נען איז ווען איינעם'ס לעבן איז מאמענטאל אין א סכנה. אדער דער מענטש מיינט אז זיין לעבן איז אין סכנה...!
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:15 pm#348794
דא איז דא דער בריוו פון הרב שאפראן. איך דערמאן מיך טאקע וויפיל הרב וואזנער איז געווען אקעגן עם און זיינע מעשים תעתועים, כ'ווייס אז ער האט געזאגט פאר איינעם אז עס גייט עם אין לעבן פטור צו ווערן פון דעם מנוול שר''י.

אזוי ווי איינער שרייבט אויף בחדרי. ''אהרן גולדברג שעבר לבית שמש הקשור לכל הפרשה הזו מקשר לבית שמש וכבר כל הרבנים כתבו עליו שהוא רשע מרושע הרב ואזנר הרב אלישב והרב קרליץ וזה הרב שפרן ''
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:19 pm#348795
זעהט אויך די קאממענטס דא.

m http://www.bhol.co.il/31294/%D7%91%D7%9 ... D7%99.html m


m http://www.bhol.co.il/26264/%D7%91%D7%9 ... 7%9D-.html m

בקיצור דער נידריגער פארשוין וועט אי''ה זוכה זיין צו אריכות ימים ביי אנקעל סעם אויף קאסט און קוואטיר.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:40 pm#348800
אנביליוועבל. נאר אין געוויסע טיילן פון כלל ישראל קען אזא זאך פאסירן.

רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:46 pm#348802
moshav zekeinim האט געשריבן:אויב ער האט דאס געטון סתם פאר די נישטיגקייט דאן זעה איך בעצם נישט די עוולה פון אים הארגענען. דער פראבלעם איז נאר אז איינמאל מען הייבט אן מיט נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט קען מען עס טון אויך פאר אומריכטיגע סיבות.


Are you for real?
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:51 pm#348804
וואו קומט דא אריין אהרן גולברג? און צו וואס באשמיצן א פריוואטער מענטש? כסדום היינו.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 8:52 pm#348805
Orange County, NY - Preet Bharara, United States Attorney for the Southern District of New York, William F. Sweeney Jr., the Assistant Director-in-Charge of the New York Field Office of the Federal Bureau of Investigation (“FBI”), and William J. Bratton, Commissioner of the New York City Police Department (“NYPD”), announced the filing of a federal criminal complaint charging Shimen Liebowitz and Aharon Goldberg with conspiring to kidnap and murder an individual in order to obtain a religious divorce for that individual’s wife.

In early July, an individual (the “CS”) contacted the FBI and reported that the CS had been recruited by LIEBOWITZ and GOLDBERG to kidnap a particular individual (the “Intended Victim”) in order to force the Intended Victim to issue a get to his wife. Like the CS, GOLDBERG and LIEBOWITZ are orthodox Jews. LIEBOWITZ is a member of the Satmar community in Kiryas Joel, New York (a village in Orange County, New York), and GOLDBERG is an Israel-based rabbi who also maintains a position of prominence in Kiryas Joel.

Subsequent to the August 12, 2016, meeting, the CS had additional conversations with GOLDBERG, in which GOLDBERG discussed his desire not merely to kidnap the Intended Victim, but also to kill him.


גענוג קלאר?
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:13 pm#348818
Re: 2 קרית יואל אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א
א שמועה קלא דא פסוק אז דער CS איז דער בלאגער TOT דיעקראנים פון טכס אויפן תיש
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:16 pm#348820
יואליש האט געשריבן:דער מאן איז אויך אן אכזר וואס איז מעגן דאס ווייב פאר איבער צען יאר!

כ'בארעכטיג נישט מארד אדער געוואלדאטן. אבער איך וואלט נישט יעצט זיך מרחם געווען על האכזר הזה. און דער מעגן ברויך אויך באקומען היץ.

כ'הער אז מ'רעדט דא פון דעם רשע הידוע מאסרי. אוי וויי
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:33 pm#348824
Re: 2 קרית יואל אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א
פליקער האט געשריבן:א שמועה קלא דא פסוק אז דער CS איז דער בלאגער TOT דיעקראנים פון טכס אויפן תיש

האסט עפעס געשריבן דא, אדער דיינע פינגערס האבן בטעות געהאקט אויפן קיבאורד?
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:17 am#348831
ליין די ענגלישע ארטיקל וואס @איך אויך האט אראפגעברענגט, וועסטי פארשטיין
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:55 am#348844
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:אויב ער האט דאס געטון סתם פאר די נישטיגקייט דאן זעה איך בעצם נישט די עוולה פון אים הארגענען. דער פראבלעם איז נאר אז איינמאל מען הייבט אן מיט נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט קען מען עס טון אויך פאר אומריכטיגע סיבות.


Are you for real?


טאמער האט יענער מעגן געווען זיין ווייב פאר די נישטיגקייט מיין איך עס זייער ערנסט. איך גלייב זייער אין דעם כאילו הרגו קאנסעפט, און איך זעה ממש נישט קיין חילוק פון צוגרינג לייג א לעבן ביז הארגענען. דערפאר, איינער וואס לייגט צוגרינד א צווייטנס לעבן איז ביי מיר א רוצח לכל דבר. און איי דאונט קעיר וואס אנדערע האלטן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:59 am#348847
ביסט גערעכט. אבער אויב איז עיגון א רציחה בלויז צוליב רעליגיע, דאן קענסטו נאר פסק'ענען דין רודף לויט די רעליגיעס רעגולאציעס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 8:48 am#348852
על פי תורה

רציחה איז נישט אויסגעהאלטן = אבער עס העלפט די פרוי איז שיון נישט קיין אשת איש
צווינגען איז אויך נישט אויסגעהאלטן (ביי טענת מאיס עלי) = און עס העלפט אפילו נישט און זי בלייבט אן אשת איש און דער וואס האט מיט איר חתונה איז א בועל אשת איש ובניהם ממזירים

דאס איז תורה וואס אנדערע מיט געפיל זאגן קען איך איך נישט העלפן
זאת התורה לא תהא מוחלפת
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:09 am#348854
מענטשן ווילן פארכאפן און מערדערן אנדערע און מען רופט אן דער וואס האט זיי איבערגעגעבן צו די פאלציי א 'מסור'!

ליהוי ידוע אז לא תרצח און לא תגנוב (בגונב נפשות...) זענען אין די עשרת הדברות און מען איז אויף רציחה חייב מיתה משא"כ מעגן זיין א פרוי איז ווי ווייט איך ווייס ניטאמאל א לאו.

אוודאי פארשטיי איך דער געוואלדיקער אכזריות פון מעגן זיין א פרוי נאר אויב דער איינציקסטער לעזונג צו עגונות איז בלאקמייל, געוואלד, קידנאפינג און רציחה איז אפשר צייט אז מען זאל ערפונדן מיטלען אין דער תורה אליין פונקט ווי מען האט ערפונדן אויף עירובין, מכירת חמץ, היתר עסקא, נישט שלאפן אין סוכה און נישט זאגן תחנון ווען נאר עס שמעקט זיך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:34 am#348855
Re: 2 קרית יואל אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א
лпم iοوԴ האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:דער מאן איז אויך אן אכזר וואס איז מעגן דאס ווייב פאר איבער צען יאר!

כ'בארעכטיג נישט מארד אדער געוואלדאטן. אבער איך וואלט נישט יעצט זיך מרחם געווען על האכזר הזה. און דער מעגן ברויך אויך באקומען היץ.

כ'הער אז מ'רעדט דא פון דעם רשע הידוע מאסרי. אוי וויי

עס איז מסתבר אזוי
דאס איז אמאל זיכער אז טייטלבוים הייסט ער נישט
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 11:23 am#348877
лпم iοوԴ האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:דער מאן איז אויך אן אכזר וואס איז מעגן דאס ווייב פאר איבער צען יאר!

כ'בארעכטיג נישט מארד אדער געוואלדאטן. אבער איך וואלט נישט יעצט זיך מרחם געווען על האכזר הזה. און דער מעגן ברויך אויך באקומען היץ.

כ'הער אז מ'רעדט דא פון דעם רשע הידוע מאסרי. אוי וויי

יא די רעדע איז פון מאסרי. ער איז שוין מעגן די פרוי קרוב צי 15 יאר. דאס ווייב זיינע האט פסקים פון א האלבע דאזן בתי דינים אז ער איז מחיוב צי גט'ן. אינקלודינג בתי דינים וואס דער מאן האט אויסגעוועלט ווי אויך דער מאנס געוועזענער משפיע.
כהאב נישט דורעכגעליינט די קלאגע. כגלייב אבער אז די רעדע פון רציחה האט דער אינפארמענט אריינגעדרייט אויף די עדווייז פון די FBI
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:08 pm#350660
עגונה געזעץ"
איך קען נישט פארשטיין פארוואס מען פירט נישט דורך אן עגונה געזעץ, וואס זאל זאגן אז יעדע מאן וואס האט חתונה דורך א יודישע קידושין, זאל נישט קענען דורך פירן לעגאלע דיווארס. אן קיין יודישע גט,,

אין עס מען זאל אויך מאכן לימטעישנס ווי לאנג מען קען אויפהאלטן א פרוי אן גט,,
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:14 pm#350661
מסתמא אלס separation of church and state, די גאווערמענט קען נישט מאכן א געזעץ וואס אנערקענט אדער אפעקטירט נאר (איין) רעליגיע.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:23 pm#350662
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
פארטראכטער האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין פארוואס מען פירט נישט דורך אן עגונה געזעץ, וואס זאל זאגן אז יעדע מאן וואס האט חתונה דורך א יודישע קידושין, זאל נישט קענען דורך פירן לעגאלע דיווארס. אן קיין יודישע גט,,

אין עס מען זאל אויך מאכן לימטעישנס ווי לאנג מען קען אויפהאלטן א פרוי אן גט,,

איך מיין אז עס איז דא אזא געזעץ בהסכמת הגאון ר משה פיינשטיין
(כמדומה לי אז עס איז ארויסגעקומען א קול קורא אנקעגן דעם געזעץ און אז א גט וואס מען צווינגט מיט דעם געזעץ איז א גט מעושה וואס איז נישט קיין גט מן התורה)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:40 pm#350665
איך ליין א קיימא לן פון 5 בלעטער מיט טיפע מאראלישע דיסקוסיעס, אויב דער מעגן מאסרי קומט זיך מיתה. און אויב דער וואס האט פארמסר'ט די רוצחים האבן געטון א עוולה, און אויב עס קומט זיך מאסרי מיתה בידי אדם אדער מיתה בידי שמים, און אזוי ווייטער גג על גג.
רבותי מיר פארפאסן די פוינט.
עס איז א אמעריקע, און עס איז 2016

איינער וואס קאנספירירט איבער מארד קומט זיך טורמע ווייל אזוי זאגט די געזעץ.
אויב איך וועל הערן אדער וויסן איבער איינער וואס קאנספירירט איבער מארד וועל איך אים איבערגעבן פאר די אינסטאנצן אפילו ער איז מיין בעסטע חבר, ווייל אזוי זאגט די געזעץ.

דאס לעצטע מאל איך האב געטשעקט האט שוין די וועד ארבע ארצות געשלאסן זייערע טויערן. און מיר לעבן אין א לאנד וואס האט געזעצן וועלכע מען מוז אויספאלגן און אנדערש לעבן מיר אין דשאנגעל.

די ערשטע פראבלעם וואס איז לדעתי די שורש פון אלע פראבלעמען איז אז מיר קוקן אן די גאנצע סיסטעם פון יוסטיץ אלס א פלאן B אויב מיר קענען זיך נישט ספראווען מיט עפעס א פראבלעם אינערהאלב אונזערע בתי מדרשים. און אלס א לעזונג נאר אין פאל די לשכה פון התאחדות האט שוין געהויבן הענט.

געזעץ איז עפעס וואס מיר דארפן היטן ווייל דאס איז די עלעמענטארע פאדערונג צו באקומען דעם טיטל מענטש, און הערשט נאכדעם קען מען רעדן איבער מאראל און איבער יושר.

אז אונזערע רבנים האבן א פראבלעם אז קורצזיכטיגע גדולי הדור האבן אפגעווארפן לעזונגען וועלכע זענען שוין אויפגעברענגט געווארן דורך גדולי הדור מיט פופציג יאר צוריק, דאן עסט עס. אבות אלו בוסר ושיני בנים תקהינה. אז איר האט נישט באוויזן צו טרעפן א שביל הזהב צו באלאנסירן צווישן שולחן ערוך און די מציאות פון 2016 דאן הייבט הענט און דערקלערט באנקראט.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:46 pm#350666
ריכטיג האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער אייער שנאה איז מקלקל דעם שורה, וואס איז דער גרויסער ברוך השם פאר דעם? דו האלטסט ער גייט דאס טוהן נאכאמאל בשעת ער איז אויף בעיל???


ער איז א מערדער און ער זאל שימלען אין תפיסה, פונקט ווי איך וויל אז יעדע אנדערע געפארפולער פארשוין זאל זיך נישט דרייען אויף די גאסן
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:50 pm#350667
אויף בחדרי שרייבט איינער אז דער לעבאוויטש איז גארנישט אזא אומשילדיגער עסקן, ער איז פון די וואס פירן אן די קאמפיין מבזה צו זיין און נאכשרייען קאפעלס וואס האבן חתונה אין בני יואל האל און אויף רבנים וואס זענען דארט מסדר קדושין
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:51 pm#350668
ליט'ן געזעץ קומט אים טאקע תפיסה פאר זיינע ווערטער וואס זיי האבן רעקאדירט און ס'איז אויך אמת אז אידן האבן זיך נאך נישט דערלערנט

אבער ער איז קיין מערדער ניקס ר האט נאך קיינעם דערמארדערט
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:04 am#350670
ער איז א געפארפולע מענטש, איך ציטער ער זאל זיך דרייען אויף די גאסן. א ראיה האב איך אז אזוי האט דער שופט מחליט געווען
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:16 am#350675
איש עברי האט געשריבן:איינער וואס קאנספירירט איבער מארד קומט זיך טורמע ווייל אזוי זאגט די געזעץ.

מיר לעבן אין א לאנד וואס האט געזעצן וועלכע מען מוז אויספאלגן און אנדערש לעבן מיר אין דשאנגעל.

געזעץ איז עפעס וואס מיר דארפן היטן ווייל דאס איז די עלעמענטארע פאדערונג צו באקומען דעם טיטל מענטש, און הערשט נאכדעם קען מען רעדן איבער מאראל און איבער יושר.

l viewtopic.php?f=4&t=9871 l
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:23 am#350676
שמעקעדיג, געזען דעם ארטיקל בשעתו, שיין געשריבען כיד ה' הטובה על שמעקעדיג, אבער עס איז נישט קיין סתירה צו די פאקט אז אן היטן געזעץ הייבט זיך גארנישט אן, מיר לעבן נישט אין קיין דשאנגעל, און מיר האבן נישט קיין אלטערנאטיווע יוסטיץ סיסטעם חוץ דאס וואס איז אוועקגעשטעלט דורך די אמעריקאנער רעגירונג, און טאמער ווילן מיר נישט לעבן אין קיין דשאנגעל דארפן מיט זיין געטריי צו דעם געזעץ נישט קיין חילוק וויפיל פאראיבל מען האט אויף דעם.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:52 am#350677
שמעון וואלף האט געשריבן:אויף בחדרי שרייבט איינער אז דער לעבאוויטש איז גארנישט אזא אומשילדיגער עסקן, ער איז פון די וואס פירן אן די קאמפיין מבזה צו זיין און נאכשרייען קאפעלס וואס האבן חתונה אין בני יואל האל און אויף רבנים וואס זענען דארט מסדר קדושין

שמעון וואלף: אויף נאכשרייען ווייס איך נישט. אבער איין זאך ווייס איך יא. אז ס'מוז זיין א סדר און קאנטראל אויף ענייני גיטין וקידושין. און די קאנטראל דערפון איז אז נאר דער מרא ד'אתרא קען מסדר קידושין זיין. און אן זיין רשות איז די קידושין נישט תופס. וויל אנישט וועט זיך א יעדער טוביה דער מילכיגער , כאצקל דער שניידער און בערל בעל עגלה גיין אין געשעפט און קויפן א לאנגע, ברייטע בעקישע מיט א זילבערנעם שטעקן, און וועט אנהייבן מסדר קידושין צו זיין. שפילן פאליטיק קענמען מיט אנדערע זאכן...!
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 2:51 am#350681
קל וחומר האט געשריבן: טאמער וואלטן מיר זוכה געווען צו קענען מתקן זיין וואס ברויך תיקון וואלסטו זיך געבייזערט, ווייל דו האסט שוין מער נישט מיט וואס אונטערצורייסן 'חרדיזם' אין כלל.



איך דארף פון די חרדים נישט קיין תיקונים, איך דארף פון זיי איין איינציגער תיקון, אחת ולתמיד: שטייט נישט אויפן קאפ!
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 3:24 am#350682
איש עברי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער אייער שנאה איז מקלקל דעם שורה, וואס איז דער גרויסער ברוך השם פאר דעם? דו האלטסט ער גייט דאס טוהן נאכאמאל בשעת ער איז אויף בעיל???


ער איז א מערדער און ער זאל שימלען אין תפיסה, פונקט ווי איך וויל אז יעדע אנדערע געפארפולער פארשוין זאל זיך נישט דרייען אויף די גאסן


איך קען אויך באשטיין אז דער באנדיט זאל זיצן אין תפיסה, עס איז מיר נאר א שאד אז ער האט שוין פאר דעם געלט נישט אוועקגעלייגט דעם מאסארי.

צו ממחיש זיין וואס פאר א שרעקליכער זאך עס איז צו זיין אן עגונה, וויל איך מיטטיילן וואס אן עלטערער פרוי האט מיר נעכטן געזאגט: "ווען נישט פלוני וואס האט מיר ענדליך באפרייט פון מיין אביוסיוו מאן וואלט איך שוין לאנג נישט געלעבט!
און איך ווייס א פאקט אז דער פרוי האט שוין געהאלטן ביים א מעשה זיך אפטון.

איך ווייס פון נאך א פרוי וואס האט זיך ליידער פאקטיד גענומען דאס לעבן צוליב איר עיגון.

איך הייב אן טראכטן צו די שרייבערס פון קאווע שטיבל זענען בכלל מענטשן וואס פארשטייען וואס עס קומט באמת פאר אויף דער וועלט. ניצן שווארץ און ווייס סטעיטמענטס אז הרג׳ענען איז שטענדיג אפגעפרעגט איז קליינקעפיג. עס דערמאנט מיר ווי דער רבי אין חדר האט געזאגט "יענער מעג רעדן וואס ער וויל, מען הייבט נישט דערפאר קיין הענט".

רבותי, עס קומט פאר אונטערן טיש שרעקליכע טעראר פון איין יומען ביאינג אויף א צווייטער יומען ביאינג בלויז ווייל מען קען. ניין, נישט יעדן לעבן דארף מען שוינען.

איך וואלט צוגעלייגט נאך מער, אז מקימי און ידידים זאלן נישט באזוכן חולים וועלעכע האבן א רעקארט פון פארביטערן אנדערנס לעבן. לעבן פון אונטערדרוקערס איז נישט ווערט קיין פיאסטער.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 7:36 am#350686
שמעון וואלף האט געשריבן:אויף בחדרי שרייבט איינער אז דער לעבאוויטש איז גארנישט אזא אומשילדיגער עסקן, ער איז פון די וואס פירן אן די קאמפיין מבזה צו זיין און נאכשרייען קאפעלס וואס האבן חתונה אין בני יואל האל און אויף רבנים וואס זענען דארט מסדר קדושין

נעוואדע דערפאר פירקלט גאנצל אן תגובות אין דעם אשכול.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:31 am#350691
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אויף בחדרי שרייבט איינער אז דער לעבאוויטש איז גארנישט אזא אומשילדיגער עסקן, ער איז פון די וואס פירן אן די קאמפיין מבזה צו זיין און נאכשרייען קאפעלס וואס האבן חתונה אין בני יואל האל און אויף רבנים וואס זענען דארט מסדר קדושין

שמעון וואלף: אויף נאכשרייען ווייס איך נישט. אבער איין זאך ווייס איך יא. אז ס'מוז זיין א סדר און קאנטראל אויף ענייני גיטין וקידושין. און די קאנטראל דערפון איז אז נאר דער מרא ד'אתרא קען מסדר קידושין זיין. און אן זיין רשות איז די קידושין נישט תופס. וויל אנישט וועט זיך א יעדער טוביה דער מילכיגער , כאצקל דער שניידער און בערל בעל עגלה גיין אין געשעפט און קויפן א לאנגע, ברייטע בעקישע מיט א זילבערנעם שטעקן, און וועט אנהייבן מסדר קידושין צו זיין. שפילן פאליטיק קענמען מיט אנדערע זאכן...!

אינטערסאנט אז נאר קרית יואל לאנדאן אנטווערפן האבן קאנטראל אויף גיטין וקידושין ווי עס דארף צו זיין אבער בארא פארק מאנסי וומ"ס לעיקוואד ירושלים בני ברק אשדוד ביתר בית שמש בראכפעלד וכו' וכו' איז דא א שרעקליכע הפקרות אין דעם ענין
ביטע מאכט אייך נישט נעריש
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:44 am#350693
איש עברי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער אייער שנאה איז מקלקל דעם שורה, וואס איז דער גרויסער ברוך השם פאר דעם? דו האלטסט ער גייט דאס טוהן נאכאמאל בשעת ער איז אויף בעיל???


ער איז א מערדער און ער זאל שימלען אין תפיסה, פונקט ווי איך וויל אז יעדע אנדערע געפארפולער פארשוין זאל זיך נישט דרייען אויף די גאסן

איר האט ווען געקענט מאכן אייער סטעיטמענט אן מיר ציטירן, ווייל אויף מיין פראגע ענטפערט איר דאך בכלל נישט. די געפארפולע פארשוינען זענען נישט אויף די גאסן (?) ווייל זיי זענען געפארפול, נישט ווייל איר ווילט, מיין פראגע איז געווען צו @איך אויך האלט אז ס'איז געפארפול איהם צו לאזן אויף בעיל.
"זאל ער שימלן" איז ריינע שנאת ישראל.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:46 am#350694
שנאת רציחה וואלט געווען א מער אקוראטע ווארט
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:48 am#350696
יתמו חטאים ולא חוטאים. אוי.... די יוסטיץ ווייסט נישט דערפון...
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:35 am#350698
זאג נאר, ווען ער וויל דיר ווען הארגענען ואלסטו אויך אזוי געזאגט?

דער יתמו פסוק הערט זיך אזוי בא׳טעם׳ט מאכעריש ווי יאשקעס פסוקים איבער אהבת חברים. אזעלעכע פסוקים זענען סיי אומרעאליסטיש, ווייל אן שטראף קומען חטאים נישט צו אן ענדע, און נישט יושר׳דיג, ווייל א מענטש וואס איז גע׳רודף׳ט געווארן וויל בטבע אין דעם נרדף׳ס נקמה, און טאמער איז ער אומשולדיג גע׳רודף׳ט געווארן קומט זיך עס אים.

כל המרחם על אכזריים סופו להתאכזר על רחמנים. (איך רעד דא בדרך כלל אנטקעגן דעם וצידקתך׳דיגער אפשיי פון שעלטן און הארגענען אזעלעכע וועמען עס קומט זי). אבער באמת איז א שאד מיין הסבר, ווייל נישט דעם יתמו החוטאעם אהרט אייך, ווייל יתמו השונאי ישראל און אפילו לוי אהרן וואס איז נישט קיין היימישער איז ביי נישט קיין פרבלעם, הייסט עס אז עס איז פשוט אן ענין פון שמור את ההיימישקייט ואשמור לך, איז צו וואס פעלט אויס זיך צו טענה׳ן בכלל.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:55 am#350705
ווען ער וויל ווען מיר הרג'נען וואלט איך מעגליך אנדערש גערעדט, אבער דאן וואלט איך געהאט נגיעות און מיין מיינונג וואלט נישט געווען אינטערעסאנט. יתמו חטאים איז נארמאל און פארשטענדליך און ס'קומט נישט אויסצושליסן א שטראף, די שאלה איז דא געווען צו די בעיל מאכט א חילוק. און ניין, מיר שטראפן נישט ווייל "ס'קומט זיך איהם" ווייל איך גלייב נישט אז ס'איז פארהאן א בר נש וואס איז דער בר הכי צו שאצן פונקטליך וואסערע שטראף "ס'קומט" זיך פאר וועמען, מיר שטראפן כדי אפצוהיטן די סאסייעטי. איז די שאלה צו בעיל איז א סכנה פארן סאסייעטי.

ווען דו לייענסט ווען גענוי וואס איך שרייב אין דעם אשכול און אין די עפשטיין אשכול וואלסטו מיר נישט באשולדיגט אין מרחם על אכזרים, נאר דו ביסט גערעכט אז ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן, דו זעסט אלעס מיט אנטי-היימישקייט ברילן און דו ביסט נישט מסוגל צו זעהן אזא זאך אביעקטיוו, אויב איז היימישקייט אינוואלווד ביסטו אלעמאל אויף די אנדערע זייט, נישט קיין וואונדער אז דו האסט דא אזא קאנטראוועסיאלע פאראדאקסישע שיטה אז מ'דארף הרג'נען סיי מאסרי און סיי לעבאוויטש.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:29 am#350714
איש עברי האט געשריבן:ער איז א געפארפולע מענטש, איך ציטער ער זאל זיך דרייען אויף די גאסן. א ראיה האב איך אז אזוי האט דער שופט מחליט געווען


ביסט א פראסטע ליגנער דו ציטערסט נישט
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:34 am#350715
איש עברי האט געשריבן:ער איז א געפארפולע מענטש, איך ציטער ער זאל זיך דרייען אויף די גאסן. א ראיה האב איך אז אזוי האט דער שופט מחליט געווען


איין מינוט דער זעלבער שופטות אמט האט גאורטיילט אז דער טעראריסט וואס האט פאקטיש אונטערגלייגט אויפרייס מאטריאל קען יא ארויסגיין אויף בעיל...
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:49 am#350725
איך אויך האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אויף בחדרי שרייבט איינער אז דער לעבאוויטש איז גארנישט אזא אומשילדיגער עסקן, ער איז פון די וואס פירן אן די קאמפיין מבזה צו זיין און נאכשרייען קאפעלס וואס האבן חתונה אין בני יואל האל און אויף רבנים וואס זענען דארט מסדר קדושין

נעוואדע דערפאר פירקלט גאנצל אן תגובות אין דעם אשכול.


אויב דעס בארואיגט דיין הארמענס און דו פילסט זיך רואיגער מיט דעם פארגין איך דיר עס בלב שלם

אגב איך זעי נישט ווי איך פירקעל דא בס"ה שרייב איך אז דיין שמחה מיט דעם וואס ווערט אויסגעפירט א האלבע אורטייל אויף א איד איז נישט גערעכט סאו ווי קומט אריין פירקלען דא

איך בין טאקע א שטארקע סימפאטיקער צו ר' אהרן דער סאטמאר רב אבער פארשטייט זיך אז איך בין בניגוד די אלע געשרייעכץ אקעגן די בני יואל על אף וואס עס איז קלאר אז די וואס מאכן חתונה דארט זענען עתיד ליתן את הדין אבער איך האלט אוודאי נישט פון שרייען פונקט אזוי ווי מ'טאר נישט שרייען אויף אידן וואס טראגן שבת אין ווימ"ס מיטן עירוב און פונקט אזוי ווי מ'טאר נישט שרייען אויף אידן וואס בויען דירות אין בית שמש מיט די היתר פון איינע פון די גרעסטע פוסקי הדור

יעצט צוריק צום ענין די תורה זאגט ווען א איד באקומט מלקות פאר סיי וואספארא חטא ער האט געטון ונקלה אחיך לעיניך דרשן חז"ל ונקלה 'אחיך' אפילו דו געסט אים מלקות געדענק אבער אחיך ער איז דיין ברודער די תורה זאגט אז אויב איינער האט געטאן אזא געפערליכע זאך אז דער שופט האט געפסקעט אז ס'קומט אים מיתה און מ'הענגט אים מ'פארשענט אים אין די גאנצע וועלט אבער געדענק כי קללת אלקים תלוי נעם אים אראפ ווייל ער איז גאטס קינד

דעס זיך פרייען מיטן אויספירן אזא הארבע אורטייל אויף א איד קומט גארנישט פון דיין כלומרשטע שמחה אז איך ווייס וואס דעס קומט נישט פון איינע פון די דריי סימנים וואס א איד האט שרייבן אזעלכע ווערטער ווי בה זאל ער שימלען אין תפיסה קומט פון אכזריות קאלטקייט ס'איז עקלדיג און גרויליג דו האסט דאך נאר מורא פון אים ווילאנג ער איז אויף די גאס וואס דארף ער נאכדערצו שימלען אויך..............

נאכדערצו @איך אויך לעבאוויטש איז דאך נישט גאלדבערג אויף לעבאוויטש האסטו דאך נאך נישט געהערט גארנישט סאו וואס איז דיין 'גרויסע' שמחה ביי אים אויב נאר ווייל דעם וואס ער האט זיך יעצט מתחבר געווען מיט גאלדבערג אויף דעם דארפסטו נישט ברויזן התחברות לרשעים איז א סאטמארע פראבלעים

אין נאכאמאל ענטשולדיג פאר'ן פירקלען (ליין : זאגן אנדערש ווי דיר)
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 3:41 pm#350753
Re: 3 היימישע אידן ארעסטירט פאר וועלן ערמארדן איינעם פאר א ג
@ריכטיג קום אריין קלארער
צו האלטסטו אז איינער וואס האט געפלאנט צו דורכפירן א מארד דארף אין אלגעמיין ווערן ארויסגעלאזט אויף בעיל?
צו האלטסטו אז די גאנצע מעשה איז בעצם א מאדערנע בלוט בלבול?
צו האלטסטו אז בעצם לאזט מען ארויס אלע מערדער אויף בעיל נאר נישט מערדער מיט ביבער היטן צוליב שנאת ישראל?
לאז הערן קלאר דיין שטעלונג און זיי מסביר וויאזוי דאס איז פארבינדן צו פרא-היימישקייט און אנטי-היימישקייט


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 5:36 pm#350757
גאנצל, אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן, אבער איינער וואס האט למשל געליטן פון דעם לעבאוויטש, צי ווייל ער האט אים פארשעמט אדער נאכגעשריגן, פאני קאולס, טעלעפאן קאולס אינמיטן די נאכט, שאדן געלט, אזא איינער האט יא א רעכט צי האבן א שטיקל נקמה, און זיך פרייען אז עטליסט די רשעות וואס מען האט געטוען וועט זיך אויפהערן מהיום והלאה, איך פרעג ווייל איך ווייס פון עטליכע אינגעלייט וואס האבן געהאט גענוג שלאפלאזע נעכט צוליב אים.
אוודאי דארף א איד זיין אויסגעארבעט און מקיים זיין בנפול אויביך אל תשמח, אבער מען קען פארשטיין די געפיל פון די אלע אינגעלייט.