ליפאאט דאס מיינט אמעריקע פערסט
למשל וואס??? זיי מסביר???
חוץ נאכבעבלן יעדע ווארט פון טראמפ, קענסטו אפשר מסביר זיין פארן עולם זיין שיטה?
מיינסט טאקע אמעריקא קען ארויסשניידן און זיך רייצן מיט יעדע פארגעשריטנע לאנד און ס׳וועט נאך זיין נאכדעם לטובתם??? הא??? 🙄
קיינער האט ביז היינט נישט אזוי געהאלטן נישט די ריפובליקאנער און נישט די דעמקראטן, כזעה נאכנישט וואס ער טוט אויף פאר אמעריקא דורך זיך אויפפירן אומדיפלאמטיש, קינדעריש און סעלפיש, אין די היינטיגע ערא פון ״גלאובעליזם״ דארף יעדער אנקומען צו יעדער!.
סאיז נאך געוועהן און סאיז נאך דא אזעליכע קלוגע מענטשען און פירער׳ס ווי טראמפ, קיין שום נארמאלע פרייע לאנד האט נישט אדאפטירט אזא נערישע אומציוויליזירטע קינדערישע שיטה... טאקע ווייל נישט אזוי ארבעט די וועלט היינטיגע צייטן...
ספעציעל קאנאדא און מעקסיקא אמעריקעס צוויי שכנים, וואס יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז סאיז נישט פאר קיינעמס טובה וועגן זיך צוקריגן מיט שכנים ווי קליינע קינדער, ספעציעל פאר נערישקייטן, סאיז נישט לטובת קיינעם! (חוץ אפשר פאר טראמפס איגאו), סשטערט נאר פאר די סוקסעס פון ביידע לענדער.
סאיז קלאר אז סאיז פאר אמעריקעס אינטערעס צובלייבן גיט מיט די אייראפישע פאראיין, זיי זענען היינט א גרויסמאכט, און אמעריקא דארף אנקומען צוזיי, זיי האבן נישט קיין אנדערע גיטע פריינד, צובלייבן איזילירט פון די גאנצע פרייע וועלט גייט אמעריקא פארלירן זייער גאנצע פאוער, וואס אט מיט דעם האלטן זיך דיינע ״טראמפיסטן״ אזוי גרויס...
מיינסט די לינקע אייראפעישע גרויסמאכטן קענען נישט צופיקסן טראמפ און אמעריקא אז זיי ווילן טאקע? צוזאמען מיט קאנדא מעקסיקא און אלע ספאנישע און אראבישע לענדער וואס האסן ״טראמפס אמעריקא״ יעדן טאג מעהר און מעהר???
דעס זענען זיינע גרויסע ״דיעל מעיקינג סקילס״??? מוראדיג...! א מוראדיגע סקיל זיך אויפצופירן ווי א זעקס יעריג קינד!
#אבי נאך געבעבלט א ווארט אן קיין טראפ הסברה