פארומס › קאווע שטיבל • לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

קאווע שטיבל • לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

1,208 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11252
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג יוני 16, 2017 4:36 pm#375517
זיי באלאגערן זיך שוין מיט לאויערס פון אלע זייטן ווייל אפערענטלי איז די ״פעיק ניוס״ וואס מ׳באשמירט נעבעך דעם אומשולדיגן טראמפ מיט זיין ״קינד-שפילצייג״ קושנער גארנישט אזוי ״פעיק״.
Donald Trump's personal lawyer hires his own lawyer amid Russia investigation

m http://www.independent.co.uk/news/world ... 94286.html m
דינסטאג יוני 20, 2017 12:06 am#376001
Bernie Sanders BRILLIANT takedown of Trump's Lies and Hypocrisy

m https://www.youtube.com/watch?v=GWmZAZMrkrg m
דינסטאג יוני 20, 2017 9:05 am#376033
Jon Ossoff responds to Trump's attacks

On the eve of the Georgia 6th District special election, Democratic candidate Jon Ossoff joins Lawrence O'Donnell to react to President Donald Trump's attacks on him and explains why he is trying to talk about health care as much as possible during the campaign

m http://www.msnbc.com/the-last-word/watc ... 1600451970 m
דינסטאג יוני 20, 2017 11:08 am#376046
More Russian election hacks on the horizon
???

Joy Reid and her panel discuss the wide scope of Russian-backed cyber-attacks that occurred at the local level in recent U.S. elections, and how these municipalities don’t have the resources to fight back.

m https://m.youtube.com/watch?v=BwnMbJzzbb4 m
דינסטאג יוני 20, 2017 11:11 am#376048
Trump’s agenda on the line in a hard-fought Georgia House race

m https://www.washingtonpost.com/powerpos ... e1393f76c6 m
דינסטאג יוני 20, 2017 12:45 pm#376072
Wall Street pumped money into the most expensive House election ever
Wall Streeters pumped money into the US' most expensive ever House race, with most of the money going to the Republican candidate

m http://www.businessinsider.com/georgia- ... eet-2017-6 m
דינסטאג יוני 20, 2017 12:49 pm#376073
Georgia’s Special Election Comes to a Nail-Biting Finish

ATLANTA — Tuesday’s runoff between Karen Handel and Jon Ossoff in Georgia’s Sixth Congressional District will decide what has become the most expensive House campaign in history — and quite possibly the most consequential special election since Watergate

m https://www.nytimes.com/2017/06/20/us/p ... ction.html m
דינסטאג יוני 20, 2017 9:41 pm#376173
שבת אחים האט געשריבן:Trump’s agenda on the line in a hard-fought Georgia House race

https://www.washingtonpost.com/powerpos ... e1393f76c6

האהא רעפובליקען געווינט! יא טראמפ'ס אגענדע געווינט....
דינסטאג יוני 20, 2017 11:12 pm#376194
דער טראמפ האט עפעס א ספעציעילע מזל צו געווינען וואלען......
מיטוואך יוני 21, 2017 12:30 am#376215
דזשעראד קושנער רעדט צום ערשטן מאל זייט ער איז אויפן טראמפ אדמיניסטראציע
m https://www.youtube.com/watch?v=UbKxovdc1E0 m
מיטוואך יוני 21, 2017 12:55 am#376219
ליפא האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:Trump’s agenda on the line in a hard-fought Georgia House race

https://www.washingtonpost.com/powerpos ... e1393f76c6

האהא רעפובליקען געווינט! יא טראמפ'ס אגענדע געווינט....

אזוי???

אפשר קענסטו נישט פשוטע חשבון...

כאפסט אז מ׳רעדט דא פון ״רויטע קאנסערוועטיוו-דאמינירטע-טעריטאריע״ ווי די דעמקראטן געוואונען קיינמאל נישט דארט?

קודם כל שטעל דיך פאר אין די לינקע קאליפארניע אדער ניו יארק געוואונען די דעמקראטן א זיץ וואס זיי האלטן שוין אן יאהרן לאנג נאר מיט קוים צוויי דריי פראצענט??? דאס הייסט געוואונען? אדער דאס מיינט ״צרות-צרורות״??? :!: :?: :?: :?:

צווייטענס. אין די זעלבע צוויי דיסטריקטס ווי עס איז היינט געוועהן וואלן ווי די ריפובליקאנער האבן זיך געראכטן פאר א ״געוואונס״ און זיי האבן למעשה ״אויסגעקראצט״ א ״שמאלע געוואונס״, האבן די ריפובליקאנער מיט פיר חדשים צוריק ״שטארק געוואונען״ קעגן הילערי קלינטאן, און אין די לעצטע פיר חדשים האבן די ריפובליקאנער דארט פארלוירן לויט די היינטיגע וואל-רעזולטאטן אזא צוואנציג ביז דרייסיג פראצענט שטימען, דאס מיינט אז זיי פארלירן ground אין זייערע שטעקסטע בעיסעס.
און אז א ריפובליקען געוואונט אין זייערע רויטע strongholds סטעיטס מיט א קליינע מארזשין פון 2-3 פראצענט איז נישט קיין גיטע נייעס פאר די רעכטע.

איך האב מיך בכלל נישט געראכטן פאר א היינטיגע געוואונס.

און ווען איך וואלט יעצט געוועהן א רופבליקען קאנגערסמאן אדער א סענעטאר אין פענסעלוועניע, מישיגען, אהייא, וויסקאנסין, אינדיענע, אילינוי, קאלאראדא, נעוועדא, מיזורי, מינסודה, ארעגעאן, ניו מעקסיקא, נעברעסקע, אייאווא, קענזעס, מעין, ניו העמפשיר, ניו יארק, ניו זשורזי, מערילאנד, ווירדזישניע, וועסט ווירדזשינע, אקהאלאמע, נארט קארליינע, ווייאמינג, און אפילו געוויסע פלעצער אין טעקסעס, וואלט איך געוועהן זייער באזארגט פאר מיין ווידערוויילונג, ווייל אז אין צוויי שטארקע ריפובליקען סטעיטס זענען די דעמקראטן געקומען מיט צוויי פוינטס פון פליפן די דיסטריקט, מיינט דאס גרויסע צרות פאר די ריפובליקאנער אין סטעיטס ווי עס איז נישט אזוי רעכט געשטימט ווי אין די טיעפע סאוט, און אז די דעמקראטן וועלן אריינלייגן אסאך עפפארט און געלט קען זיי פיין פליפן איין דיסטריקט נאכן צווייטן.

די היינטיגע ״ספעשעל עלעקשאון״ רעזולטאטן זענען א קלארע שארפע מעסעדזש פאר די רעכטע אז אין די ״מידטעארם עלקעשאון״ קענען אסאך פארמעסטן גייען צו די לינקע.
מיטוואך יוני 21, 2017 8:33 am#376235
שבת אחים האט געשריבן:איך האב מיך בכלל נישט געראכטן פאר א היינטיגע געוואונס.

אזוי? קוק איבער וואס דו האסט דא געשריבן אגאנצן טאג פאר די רעזולטאטן זענען ארויסגעקומען.
מיטוואך יוני 21, 2017 8:39 am#376238
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך האב מיך בכלל נישט געראכטן פאר א היינטיגע געוואונס.

אזוי? קוק איבער וואס דו האסט דא געשריבן אגאנצן טאג פאר די רעזולטאטן זענען ארויסגעקומען.

וואס האב איך געשריבן??? יעדער קען דאך צוריקגיין און קוקן?

איך האב בכלל גארנישט פרידיקיטעט קיין געוואונסן און סה״כ ציטירט די נייעס ״אז אלע אויגן זענען אויף די ספעישל עלעיקשאונס״.

אדרבה, צייכן צו א מראה מקום ווי כהאב געזאגט אז זשאן אססאף גייט געוואונען.
מיטוואך יוני 21, 2017 10:42 am#376256

וואס זאגן זיי אזוי גוט?

זיי זאגן אז דעמקראטן האבן אריינגעלייגט דרייסיג מיליאן דאללער און פארלוירן אין דזשאורדזשע.

אבער איין זאך פרעגט אפ זייער גאנצע ״באבל״ די דעמקראטן האבן דאך נישט אריינגעלייגט קיין געלט אין סאוט קארליינע און זענען געקומען פונקט אזוי נאנט ווי אין דזשאורזשע. נישט אזוי?
מיטוואך יוני 21, 2017 11:18 am#376265
שבת אחים האט געשריבן:כאפסט אז מ׳רעדט דא פון ״רויטע קאנסערוועטיוו-דאמינירטע-טעריטאריע״ ווי די דעמקראטן געוואונען קיינמאל נישט דארט?

............

צווייטענס. אין די זעלבע צוויי דיסטריקטס ווי עס איז היינט געוועהן וואלן ווי די ריפובליקאנער האבן זיך געראכטן פאר א ״געוואונס״ און זיי האבן למעשה ״אויסגעקראצט״ א ״שמאלע געוואונס״, האבן די ריפובליקאנער מיט פיר חדשים צוריק ״שטארק געוואונען״ קעגן הילערי קלינטאן, און אין [b]די לעצטע פיר חדשים האבן די ריפובליקאנער דארט פארלוירן לויט די היינטיגע וואל-רעזולטאטן אזא צוואנציג ביז דרייסיג פראצענט שטימען

אזוי גאר? לויט וואס איך האב געליינט האט טראמפ אין יענע דיסטריקט אין דזשארדזיע פיר חדשים צוריק געוואונען מיט א קארגע אנדערטהאלבן פראצענט. ווידעראום ביי די נעכטיגע וואלן אינעם זעלבן דיסטריקט איז געווען א געווינס פון פיר פראצענט.

איצט לייג צו די אלע געלטער וואס די דעמאקראטן האבן אראפ געפלאשט און רעכן דיך צוזאם צו סאראוס האט אזויפיל צו שפענדן טיימס וויפיל רעפאבליקאנער זיצען עס איז איצט דא אין קאנגרעס....

אבער ווי זאגט יענער. די דעמאקראטן האבן נעכטן פארלוירן ווייל די רעפאבליקאנער האבן פיינט פרויען..........................
דאנערשטאג יוני 22, 2017 3:24 am#376429
אין יענע דיסטריקט אין סאוט קארליינע האט ער יא געוואנען מיט 15 פראצענט בערך, און ביסט למעשה גערעכט אז אין דזשאורזשיע האט ער נישט געוואונען מיט 20 פראצענט און דעס איז געוועהן געבעיסט אויף אמתע ״פעיק ניוס״. אדער בעסער געזאגט א טעות פון א זשורנאליסט וואס איז גלייך שפעטער אויסגעקלארט געווארן, איך האב עס נישט נאכגעקוקט און זיך טאקע פארלאזט אויף די מידיעא ווייל ס׳מאכט סענס אז טראמפ זאל געוואונען אין יענע רעכטע קאנסערוויטיוו דיסטריקט מיט א גרויסע מערהייט.

למעשה איז עס בכלל נישט אזא גרויסע טעות ווייל מיט ראמני האט דארט געוואנען מיט ריזיגע מארזשין און ביי כמעט יעדע פארמעסט זענען די ריפובליקאנער דארט שטערקער מיט א גרויסע מארזשין נאר טראמפ איז פשוט נישט געוועהן אזוי פאפיולער אין יענע דיסטריקט, אבער ביי לאקעלע וויילן זאל זיין אזוי נאנט ווי נעכטן איז נאכנישט געוועהן.

אלזא בין איך נאכאלץ גערעכט מיט מיין פוינט אז אין די ביידע דיסטריקטס האבן קיין דעמקראטן קיינמאל נישט געוואונען און דעס איז פון זייערע שטערקסטע באזעס און זיי וואלטן געדארפט נעכטן געוואונען דארט מיט לכה״פ 20 פראצענט און נישט צוויי פראצענט...!
קענסט ליינען דא וועגן די טעות.
Joy Reid mistakes size of Trump victory in Georgia district

m http://www.politifact.com/punditfact/st ... georgia-d/ m
דאנערשטאג יוני 22, 2017 11:31 am#376496
עס איז א דבר פשוט אז דער דיסטריקט איז א שטארק רויטע
אבער!
ווען נישט די דעמאקראטן בלאז און שטפן אריין אוצרות געלט אזש עס איז דער טייערסטע קאנגרעס פארמעסט אין די היסטאריע ווייזט אז זיי האבן דאס קלאר געשטעלט אלץ דערגרייכענד (ווי דערמאנט צוליב טראמפ'ס שוואכקייט דארט) און מיטן איבערקומען דאס אלץ ווייזט ווידער אז די דעמקראטן האט טאקע קאנטראל אויף די מידיע אבער דאס פאלק האט א דעת אחרת.
אלע פאללס און חכמים ווייזן שוין זינט 2006 די רעפובליקאנער אלץ אין דער ערד אבער קוקנדיג אויף די פאקטן אין דעם פאול וואס הייסט וואלן געווינען די רעפובליקאנער!
די דעמאקראטן געווינען אויפן געדריקטן פאפיר און די רעפובליקאנער זענען אנגעשמיסן אין די נייעס אבער על הגובה ביי די עלעקשאנס.
עס איז צייט פאר די דעמאקראטן צו טרעפן נייע פירערס און ארויסווארפן די קליאנטאנס, פעלאוסי, שאומער און טרעפן א נייע אגענדע מיט אינגע שטערנס צו הייבן זייערע אויסזיכטן פונקט ווי די רעפאבליקאנער האבן געטין מיט די בוש'ס.
דאנערשטאג יוני 22, 2017 2:24 pm#376511
חסיד האט געשריבן:עס איז א דבר פשוט אז דער דיסטריקט איז א שטארק רויטע

קען זיין אז זיי דארפן בעסערע פירעס ווי פעלאסי, אבער ביסט נישט גערעכט אז זיי פארלירן שטימען וועגן די רעזולטאטן אין דזשארזשיע. די דעמקראטן פרובירן איבערצודרייען און פליפן זייערע דיסטריקטס- אט דעס גייט נישט אזוי שנעל!

נישטא וואס צורעדן אז הילערי וואלט נישט געדארפט זיין די ״פראנט ראננער״ פאר די דעמקראטן נאר אנדערש בערני, און בערני וואלט באזיגט טראמפ, איך בין געוועהן פון די ערשטע דעס צושרייען, און מיט דעם ביסטו גערעכט די דעמקראטן האבן געמאכט א ״גרויסע טעות״ מיטן זיך האלטן צו הילערי וואס איז געוועהן שטארק אומ-בחנ׳ט ביי דעם עולם.
זונטאג יוני 25, 2017 11:47 am#376749
שבת אחים האט געשריבן:

אמת נכון הדבר אז דזשארדזשיע איז נישט קיין פארלירן סיבה, אבער דאך א פעסטע סימן!
איינס פון צוויי, אדער איז עס א געזונטע דורכפאל, אדער איז דאס אפהענגן און פארווערן דעם גאנצן קאפיטאל קעגן דזשארדזיע געוועהן א גרויסע טעות. און אין מאכן טעותים זענען היינט צוטאגס ביידע פארטייען גרויסע מומחים.
מיין נקודה איז נאר געוועהן אז וויפיל מ'לאכט פון די רעפובליקאנער פאר זייערע שלאפערישע פי אר וואס שטינקט מכף רגל עד ראש, איז אבער דא א קוקפונקט פון זאגן אז למעשה ביי וואלן ווי ס'מאכט אויס דאס גאנצע געראטשקע געווינען זיי אומאויפהערליך שוין כמה שנים (נאך פאר טראמפ) און ימלט אז ס'איז א מהלך וואס זיי שפילן און געווינען ווי דער אנדערדאג און די דעמאקראטן שפילן אריין און זייערע הענט קוקנדיג אויס ווי שאוויניסטיגע גייציגע עליטיסטס (וואס איז אגב געוועהן א צונאמען וועלכע האט נאכגעיאגט די רעפאבליקאנער פאר יארן לאנג)
די זעלבע קען אגב זיין בנוגע דעם רוסלאנד אינוועסטיגעישן וועלכע קען זיך אויסלאזן אין דעם פאלק ווערן היבש אנגעגעסן דערמיט און וועלן שרייען ביי די שטום-בודקעס אז יאמר לצארתנו די און לאזטס שוין נאך די משוגעת און לאזטס דעם פרעזידענט לעבן מיט די שטותים, און האט א ברירה שטארק צו שאדן די דעמאקראטן ווי היסטאריע האט געוויזן כמה פעמים ווען א פארטיי ווערט אבסעסט מיט זייטיגע אומנויטיגע סקאנדאלן, הפוך בה והפוך בה!
מאנטאג יוני 26, 2017 1:02 pm#376824
BREAKING #SCOTUS allows Trump travel ban to take effect, will hear arguments in October
:like :like
מאנטאג יוני 26, 2017 4:43 pm#376858
חסיד, איך דיסאגרי מיט דיר אדער פארשטיי איך נישט וואס דו טענהסט, כהאב נישט קיין צייט דיר צו ענטפערן יעצט, אבער האלטס טאקע אז מזאל נישט פארשטן דאנאלד טראמפ פארבינדינגען מיט רוסלאנד און קושנער הלוואת? דו גלייכסט עס צו קלינטאן׳ס סקאנדלן???

האסט געמאכט א הנחה אז סאיז ״אומנויטגע סקאנדלן״ און אויף דעם בויעסטו דיין בנין...? דערווייל קען זיין אז סאיז די ״גרעסטע סקאנדל״ (אדער פון די גרעסטע זיכער) אין די היסטאריע אין וואשינגטאן....

פארוואס זאלן אים די דעמקראטן לאזן לעבן? ער לאזט זיי לעבן??? פארוואס זאל ער באקומען א PASS?
ער פרובירט דאך אפילו נישט מיט צו ארבעטן מיט זיי, ער סטראשט זיי טאג און נאכט מיט אלעס וואס ער קען, למשל ״סאבאדזשירן אבאמאקעיר״ אפילו דעס איז די ״געזעץ פון די לאנד״, די זעלבע טוט ער מיט מאריוואנע אין די סטעיטס ווי די בירגער האבן געוואוט עס צו דיקרימינילייזן סטראשעט ער אריינצוברענגן די פעדעראלע גאווערמענט און זיי פארשליסן זייערע דיספענסעריס, און זיי ארעסטירן, ער האלט נישט ביים גיין די מיט ״מיטעלע וועג״ און ״ניגאושיעיטאן״ מיט לכה״פ פופציג פראצענט פון די לאנד אדער מעהר.

איך וועל שפעטער שרייבן א לענגערע תגובה, ווי איך וועל דיר בעסער מסביר זיין וואס איך מיין.
דינסטאג יוני 27, 2017 3:35 am#376933
חסיד.

איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט דא.

ראשית:

די דעמקראטן האבן נישט געמאכט קיין שום טעות מיטן פרובירן צו פליפן דזשאורזשיע, זיי זענען געשטאנען אין אלע פאולס מיט אפאר פוינטס אוועק, און יעדע פארטיי אויף די וועלט וואלט אין אזא צייט אריינגעלייגט אלע געלט און כח איבערצודרייען און אוועקנעמען א בענקל וואס די קעגענרישע פארטיי האלט אן בחזקת יד פאר יאהרן לאנג, אפילו אין אזא קאסטבארע קאמפיין פארמעסט וואס האט אריינגעשלעפט די דעמקראטן צו שפענדן 23 מיליאן דאללער האט זיך עס נאכאלץ געלוינט ״צו טעסטן די וואסער״ און זעהן ווי נאנט זיי קענען אנגעקומען טיעף אין ״רויטע טערעטאריע״, און יעצט נאכן פארלירן קענען זיי נאכמאל מאכן א ״חשבון הנפש״ פאר די קומענדיגע מיטורעם-עלעקשאונס ווי צו אינוועסטירן געלט און כח. איך גלייב אז די רעכטע וואלטן געטוהן די זעלבע ווען זיי וואלטן געשטאנען מיט אפאר פונקטן אין די פאולס איבערדרייען א דיסטריקטס אין די לינקע ניו יארק, קאליפארניע, מעסעטשועס, אילינוי, וכו׳ ספעציעל ווען די קעגענרישע פארטיי איז אינטער קאנטראל פון די ״עקזעקעטיוו-ברענטש״ פון די גאווערמענט.

ס׳איז מעגליך אז זייער סטראטעגיע אין די קאמפיין איז נישט געוועהן די בעסטע, און קען זיין אז זיי האבן נישט גענוצט די בעסטע ׳מארקעטינג-טעקניקס׳, איך האב נישט מיטגעהאלטן פון די נאנט יעדע קאמפיין רעקלאַמע, אבער די עצם איידיע פון אינוועסטירן געלט צו פראבירן צו געינען נאך א דעמקראטישע-שטימע אין קאנגרעס ווען יעדער זעהט ווי נאנט סאיז למעשה געוועהן, איז נעריש צוזאגן אז זיי האבן נישט גיט געטוהן, ווייל די שאנסן זענען געוועהן גאר גרויס, און ווען זיי וואלטן מצליח געוועהן אין די ענד צוגעוואונען וואלט עס געוועהן העלדיש, עפיק און מאנומענטאל. און נישט צו פרובירן בכלל און גארנישט טוהן וואלט זיכער געוועהן אסאך א גרעסערע טעות.

שנית:
וואס מיינט
לאזט דעם פרעזידענט לעבן??? אומנויטיגע סקאנדאלן???

איך ווייס נישט פון וועלכע פלאנעט דו ביסט געקומען צו פליען אבער קודם כל ווער זאגט אז סאיז א קלייניקייט? דערווייל וואס מעהר מ׳גרובלט קוקט עס אויס צוזיין ווי די גרעסטע סקאנדל אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע-שטאטן, און אפילו לאמיר זאגן סאיז א קלייניקייט פארוואס זאלן אים די אפזיציע לאזן לעבן??? ער לאזט זיי לעבן? אדער ער פייניקט און פרובירט צו סאבאדזשירן אמעריקעס העלטקעיר סיסטעם ווייל ס׳הייסט ״אבאמאקעיר״ און א שחור האט עס איינגעפירט, און אין די יעצטיגע פראגרעם האבן לשיטתם צופיל ארימלייט עקסעס צו האלב נארמאלע העלטקעיר אויפן חשבון פון די קארפעירעשאונס און רייכע לייט.

ממש א נעבעכדיגע רחמנות דאנאלד טראמפ, ווייסט נישט וואס מ׳וויל פון אים האבן מיט ״אומנויטיגע סקאנדלן״..., מילא קלינטאן וואס האט געזינדיגט ״בין אדם לחבר׳טע״ און נישט געשטערט קיינעם האבן די ״מאראלישע-קריסטליכע-ריפובליקאנער״ געלויפן און אימפיטשעט דעם פרעזידענט און געשפענדט צענדליגער מיליאנען דאללערן פאר ״ספעישאל פראסעיקוטערס״ ווי קען סטאר וואס די סה״כ פון די גאנצע אינוועסטאגאציע האט זיך אויסגלאזט מיט ״א פשוטע בלאז״, אבער וואס וויל מען פון טראמפ באטשי? ער טשעפעט דאך נאר יעדעם איינעם וואס זאגט ארויס א ווארט קעגן אים, נישט קיין חילוק צו סאיז א ״הענדיקעפ ריפארטער״ אדער א ״טיווי שוי האוסט״ צי א ״קארטוניסט״, דערוואגן זאל זיך נאר איינער אנהייבן מיט אים...ער האט דאך געפיילט די מערסטע לאו-סאטוס אין זיין לעבן מעהר פון יעדע פרעזידענט אין אמעריקא, אפשר אפילו מעהר ווי אלע צוזאמען.... ער טשעפט דאך נישט מיט קיין שום אנדערע לענדער חוץ רוב פון אמעריקאנער פריינדס און שכנים ווי מעקסיקא, קאנדא, קובא, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, אוסטראליע, כינע.

ער האט דאך אריינגענונומען אלע ביליאנערן אין זיין קאבינאט און זיי פרובירן דאך די מערסטע וואס זיי קענען צוצונעמן פון די ארימע זייער ברויט און העלטקעיר ...

טוה מיר א טובה ... !

מ׳טאהר אים נישט לאזן לעבן ער איז א קענסער פאר הומאנטי- ער איז דא נאר פאר זיך און פאר זיין טאש און איגאו, און פארדעם איז ער גרייט אראפצוווארפן 24 מיליאן ארימע אמעריקאנער פון העלטקעיר בשעת די רייכע קאורפערעישאונס גייען מאכן א גרויסע פארטי און באקומען ביליאנען אין ״טעקס-שניטן״, און ווען זיי גייען גיין קראכן גייט זיי די גאווערמענט ארויסבעילן אויפן חשבון פון די המון-עם...

און אז דעס גייט זיי געלונגען און קיינער גייט זיי נישט אפהאלטן איז אלע סאושעל-פראוגרעמס אין jeopardy, זיי זענען דא פאר איין איינציגע סיבה

״רייכער מאכן די רייכע, און ארימער מאכן די ארימע״

דעס איז זייער אפציעלער רעטאריק היינט צוטאגס... אפען און גראב אן קיין טראפ בושה...
דינסטאג יוני 27, 2017 11:15 am#376969
שבת אחים האט געשריבן:א שנעלע קשיא צו דיר פאר מ'פארדרייט די אשכול:

פון וואס קומט אז א פרומע חסידישע איד זאל זיין א בלינדע ריפובליקאנער און א שטיצער פאר דעם אפגעפליקטער שוטה טראמפ וואס זוכט צו בעוולהן די ארימע און מינארטיס???

אידן זענען אלע מאל געוועהן ״דעמקראטן״ און געשטיצט די ״ארבעטס-פארטיי״ און די פארטיי וואס האט זיך אנגענומען פאר די ארימע.

גארנישט אזא שנעלער קשיא.

ווער זאגט אז איך בין א חסידישע איד?

איך בין נישט בלינד.

טראמפ איז קיין שוטה.

איך זעה נישט וואו ער וויל וויי טוהן מינאריטיס און ארימע.

דאס אז אידן זענען אייביג געווען דעמאקראטן איז סיבה מיר מחייב צו זיין? אלס וואס?

איך בין נישט זיכער וואס מיינט ביי דיר זיך אנעמען פאר ארימע. וויאזוי נעמט מען זיך אן?
זונטאג יולי 2, 2017 11:22 am#377441
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/realDonaldTrump/status/881503147168071680">https://mobile.twitter.com/realDonaldTr ... 7168071680</a>
זונטאג יולי 2, 2017 11:30 am#377443
איינמאל פאר אלעמאל צופראסקעט די אויפריכטיגע פרעסע...............
זונטאג יולי 2, 2017 11:37 am#377444
דו האלטסט באמת אז דאס איז א נערמאלע זאך פאר א פרעזידענט צו פאוסטן?
זונטאג יולי 2, 2017 11:38 am#377445
בת קול
דו האלטסט באמת אז דאס איז א נערמאלע זאך פאר א פרעזידענט צו פאוסטן?

זינט ווען איז טראמפ נארמאל?
זונטאג יולי 2, 2017 11:39 am#377446
אויף די רעספאנסעס ביי זיין טוויט זעהט מען קלאר אז די המון עם האלט ער איז נישט בסדר.
זונטאג יולי 2, 2017 11:39 am#377447
בת קול
אויף די רעספאנסעס ביי זיין טוויט זעהט מען קלאר אז די המון עם האלט ער איז נישט בסדר.

אזוי ווי אלעמאל נאך זיינע טוויטס, דאס זענען פראפעשאנעל אנטי טראמפערס,. גארנישט מיט'ן המון עם
זונטאג יולי 2, 2017 11:48 am#377450
Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה
ליפא
בת קול
דו האלטסט באמת אז דאס איז א נערמאלע זאך פאר א פרעזידענט צו פאוסטן?

זינט ווען איז טראמפ נארמאל?

ליין איבער. @בת קול האט נישט געזאגט אז ער איז נארמאל. ער איז אבער פרעזידענט, די קשיא איז אויב עס איז נארמאל פאר א פרעזידענט.
זונטאג יולי 2, 2017 11:56 am#377451
פאר אזא לאנד. פאר אזא גאווערמענט מיט אזא פירערשאפט איז ער פערפעקט. קיינער אנדערש וואלט נישט געקענט בעסער. אפי' מיט איהם גלייב איך נישט אז ס'וועט ווערן צופיל בעסער. אמווייניגסטנס ווערט עס נישט ארגער.
זונטאג יולי 2, 2017 12:05 pm#377452
קורקלענד
פאר אזא לאנד. פאר אזא גאווערמענט מיט אזא פירערשאפט איז ער פערפעקט. קיינער אנדערש וואלט נישט געקענט בעסער. אפי' מיט איהם גלייב איך נישט אז ס'וועט ווערן צופיל בעסער. אמווייניגסטנס ווערט עס נישט ארגער.

רעדט פאר דיר אליינס! די גאנצע לאנד איז נישט משוגע... נאר טראמפס שטיצערס ווי דו...

קיינער אנדערש וואלט נישט בעסער געוועהן???

זאג איין זאך מיט וואס ער איז גוט? מיט זיך רצחנן מיט יעדעם וואס רעדט קעגן אים???

מוראדיג!
זונטאג יולי 2, 2017 12:07 pm#377453
האסט נאך קיינמאל נישט געזאגט זיינע מעלות און פארוואס דו שטיצט אים, לאמיר שוין הערן.... אדרבה... זאג זיינע מעלות, איך זעה עס נישט.
זונטאג יולי 2, 2017 1:17 pm#377460
שבת אחים
האסט נאך קיינמאל נישט געזאגט זיינע מעלות און פארוואס דו שטיצט אים, לאמיר שוין הערן.... אדרבה... זאג זיינע מעלות, איך זעה עס נישט.

אז מ'קען שטייגן און דערגרייכן אזוי ווייט נאר מיט חסרונות. צו וואס בכלל זאל ער דארפן מעלות?
זונטאג יולי 2, 2017 1:57 pm#377467
החוקר
ליפא
בת קול
דו האלטסט באמת אז דאס איז א נערמאלע זאך פאר א פרעזידענט צו פאוסטן?

זינט ווען איז טראמפ נארמאל?

ליין איבער. @בת קול האט נישט געזאגט אז ער איז נארמאל. ער איז אבער פרעזידענט, די קשיא איז אויב עס איז נארמאל פאר א פרעזידענט.

ליין איבער. @ליפא האט פארענטפערט @בת קול.
זונטאג יולי 2, 2017 2:11 pm#377471
קורקלענד
שבת אחים
האסט נאך קיינמאל נישט געזאגט זיינע מעלות און פארוואס דו שטיצט אים, לאמיר שוין הערן.... אדרבה... זאג זיינע מעלות, איך זעה עס נישט.

אז מ'קען שטייגן און דערגרייכן אזוי ווייט נאר מיט חסרונות. צו וואס בכלל זאל ער דארפן מעלות?

וואס פאר א סארט ענטפער איז דאס?
זונטאג יולי 2, 2017 2:12 pm#377473
דאס רופסטו שטייגן?
זונטאג יולי 2, 2017 2:15 pm#377475
בת קול
דאס רופסטו שטייגן?

נאר וואס דען איז א מוסטער פון שטייגן? הילערי קלינטאן? בערני סאנדערס? טעד קרוז? דזשעב בוש?

ער איז זיי אלע איבערגעשטיגן..
זונטאג יולי 2, 2017 2:25 pm#377479
בת קול
קורקלענד
שבת אחים
האסט נאך קיינמאל נישט געזאגט זיינע מעלות און פארוואס דו שטיצט אים, לאמיר שוין הערן.... אדרבה... זאג זיינע מעלות, איך זעה עס נישט.

אז מ'קען שטייגן און דערגרייכן אזוי ווייט נאר מיט חסרונות. צו וואס בכלל זאל ער דארפן מעלות?

וואס פאר א סארט ענטפער איז דאס?

ס'איז אזא סארט ענטפער פאר אזעלכע וואס האלטן זיינע קוואליפיקאציעס אויסשליסליך פאר חסרונות. בעת ווען אט דאס וואס זיי האלטן און איין אפלאכן ביי איהם אט יענע א.ג. חסרונות האבן איהם אריבערגעפירט די פיניש ליין..
זונטאג יולי 2, 2017 6:00 pm#377494
סע ענדיגט זיך נישט מיטן באקומען די פאסטן וואס די רוסן האבן אים דערלאנגט.
It boils down to accomplishments
זונטאג יולי 2, 2017 6:03 pm#377496
בת קול
סע ענדיגט זיך נישט מיטן באקומען די פאסטן וואס די רוסן האבן אים דערלאנגט.
It boils down to accomplishments

!!!Long Live Putin

Putin 👍 we love you 😂 😂
זונטאג יולי 2, 2017 7:09 pm#377505
בת קול
סע ענדיגט זיך נישט מיטן באקומען די פאסטן וואס די רוסן האבן אים דערלאנגט.

איר טראכט אדער איר ווייסט?
זונטאג יולי 2, 2017 7:09 pm#377506
בת קול

It boils down to accomplishments

איך שטים פארוועם עס קומט מיר אויס בעסער. נישט פאר ווער ס'רעכנט זיך מיט ארימע. נישט מיט ווער ס'רעכנט זיך מיט די על.דזשי.בי.טי.קיו.עקס.וויי.זי. נישט מיט ווער ס'רעכנט זיך מיט די געפילען פון די אומשולדיגע מוסלעמענער..............
זונטאג יולי 2, 2017 8:58 pm#377526
קורקלענד
בת קול

It boils down to accomplishments

איך שטים פארוועם עס קומט מיר אויס בעסער. נישט פאר ווער ס'רעכנט זיך מיט ארימע. נישט מיט ווער ס'רעכנט זיך מיט די על.דזשי.בי.טי.קיו.עקס.וויי.זי. נישט מיט ווער ס'רעכנט זיך מיט די געפילען פון די אומשולדיגע מוסלעמענער..............

Same here.
איך שטים פארוועם עס קומט אויס בעסער.
פאר דער וואס פארשטייט אז אן די בענעפיטן קען איך נישט לעבן. פאר דער וואס רעכנט זיך מיט פרויען, און מיט די געפילן פון אומשילדיגע צעווילע.
איך וואוט נישט פאר א רעיסיסט צעווילדעוועטע חי'.
זונטאג יולי 2, 2017 10:04 pm#377538
בת קול. גארנישט די זעלבע. איך שטים פאר מיר. איר שטימט פאר וועם איר מיינט אז ער מיינט יענער.

די בענעפיטן סיטואציע איז נישט פאר איצט. עס פארנעמט צופיל ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אי''ה אן אנדערע מאל.
זונטאג יולי 2, 2017 11:05 pm#377542
פאר די וואס האבן פארגעסן אז די אויפריכטיגע פרעסע האט געטוהן ענליכס מיט טראמפ האט דער פונדיט צוזאמען גענומען א שטיקל חזרה.
זונטאג יולי 2, 2017 11:23 pm#377546
קורקלענד
פאר די וואס האבן פארגעסן אז די אויפריכטיגע פרעסע האט געטוהן ענליכס מיט טראמפ האט דער פונדיט צוזאמען גענומען א שטיקל חזרה.

איר פארשטייט באמת נישט קיין חילוק צווישן מידיע קעריקעטשער, אויספארשונג נייגער, און רעפארטינג, און אן אימיטשאר פרעזידענט וואס עקט ווי א ווילד קינד?
זונטאג יולי 2, 2017 11:30 pm#377552
איך רעד פון די גרויס זארג וואס די אויפריכטיגע פרעסע האט אז טראמפ'ס טוויט וועט 'אינסייטן ווייאלענס'. א זאך וואס אין די פארגאנגענהייט זענען זיי נישט געווען אזוי באזארגט אויף פארקערט.

בנוגע דאס וואס איר ווילט איהם אזוי אוועק מאכן אויף אומעטשוריטי. קוק אדורך דעם אומעטשוריטי. וועסטו זעהן אז ער איז אביסעלע קליגער ווי איר מיינט.

טאקע אומעטשור. אבער אז ס'פעלט אויס רוקט מען כבוד אין א זייט און מען טוהט לצורך השעה. ווער ספארשטייט פארשטייט און ווער נישט האט נישט די זכיה.
זונטאג יולי 2, 2017 11:35 pm#377555
ווער ס'פארשטייט פארשטייט איז א לאזערס ענטפער.

אויב דו האסט נישט קיין ענטפער קענסטו בלייבן שטיל.