קורקלענדא צובראכענע רעפובליקאנער פארטיי איז נאכאלץ בעסער ווי א גאנצע דעמאקראטישע פארטיי.
בעסער פאר וועם? פאר טראמפ? פאר פוטין? פאר די אויל קאמפניס? פאר די אינשאורינס קאמפניס? פאר די געווער-אינדוסטרי? פאר שווינדלער פון וואל סטריט?.
זיכער נישט בעסער פאר מיר! און פאר א יעדער וואס ארבעט שווער און ביטער פאר זיין דאללער.
פאר די ״המון עם״ איז בעסער די דעמקראטן...
האללאו! דו טעהנסט דאך אז איך זאל ברענגן מקורות! אפשר ברענג דו יעצט איינמאל א מקור צו דיין נערישע סטעיטמענט אז א צובראכנע אלטע קאר וואס שטינקט פון זשאן מעקעין פארן חטא איז בעסער ווי א ברענד-ניו פארגעשריטנע בענטלי אדער ראולס-רויס. אדער זאג שוין איינמאל פאר אלעמאל וואס איז אזוי גיט מיט טראמפ און די ריפובליקאנער?
און וואס איז אזוי שלעכט מיט די דעמקראטן?
אבאמא איז געוועהן צעהן טויזנט מאהל מעהר נארמאל און מענטשליך ווי טראמפ...
זאג שוין אויס דיין גרויסע סוד? דיין בלינדע געטריישאפט און ליבשאפט צו די רעכטע אן קיין שום לאגישע הסברים.
ביסט א ראסיסט? האסט פיינט שפאנישע? האסט ליעב ״ביג ביזנעס״ ??? וואס??? האסט ליעב רשעות?
לאמיר דיך פרובירן צופארשטיין. איך פארשטיי באמת נישט ווי דו קומסט אויף מיט אזעליכע קרומע פארקערטע חשבונות.
כמיין ח״ו נישט צושרייען, אדרבה איך וויל פרובירן צו פארשטיין פון ווי דו קומסט, ביי מיר איז קלאר ווי טאג אז די ריפובליקאנער זענען נישט אין די אינטערעס פון א געוונטליכע אמעריקאנער און סאיז אזוי פשוט פאר מיר. איך הייב נישט אן צופארשטיין פון ווי דו קומסט.