Under maintenance
הויפט זייט » ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
212 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7133
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:31 pm#224563
כ'האב זיך דערמאנט פון אפאר פסוקים אין אונזער הייליגע תורה

מלכים ב' כג בשנת חמש-עשרה שנה, לאמציהו בן-יואש מלך יהודה--מלך ירבעם בן-יואש מלך-ישראל, בשמרון, ארבעים ואחת, שנה. כד ויעש הרע, בעיני ה': לא סר, מכל-חטאות ירבעם בן-נבט, אשר החטיא, את-ישראל. כה הוא, השיב את-גבול ישראל, מלבוא חמת, עד-ים הערבה--כדבר ה' אלהי ישראל, אשר דבר ביד-עבדו יונה בן-אמתי הנביא, אשר מגת החפר. כו כי-ראה ה' את-עני ישראל, מרה מאד; ואפס עצור ואפס עזוב, ואין עזר לישראל. כז ולא-דבר ה'--למחות את-שם ישראל, מתחת השמים; ויושיעם, ביד ירבעם בן-יואש. כח ויתר דברי ירבעם וכל-אשר עשה, וגבורתו אשר-נלחם, ואשר השיב את-דמשק ואת-חמת ליהודה, בישראל: הלא-הם כתובים, על-ספר דברי הימים--למלכי ישראל. כט וישכב ירבעם עם-אבתיו, עם מלכי ישראל; וימלך זכריה בנו, תחתיו. {פ}
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:41 pm#224569
פלאוויוס האט געשריבן:@קדש הילולים מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?

קדש הילולים האט געשריבן:האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....


---------------------------------------------!!

אויף די אלע פינטעלעך האב איך שוין טאקע נישט וואס צי ענטפערן...
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:09 pm#224577
קודש וואס למעשה איז דיין אפשאצונג אויף הרב טייכטל איז ער געווען א גדול בישראל?
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:05 am#224589
קודש, איינער וואס גלויבט נישט אין דעם ניגן איז א כופר אדער א כופר גמור?
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:49 am#224663
וואס וויל מען פון מיר? איך האב געזאגט אז קיין איין גדול בישראל האט נישט מסכים געווען מיט די סאטמארער מהלך פון איגנארירען דער מדינה אין גאנצען. אלע האבען געהאלטען מ'דארף זיך שלאגען מיט זיי דורך אריינגייען אין זייערע פלעצער וכו', ווי מ'האט שוין גערעדט. ATUB @ישראל קאפקע ATUB האט טענות אז דער קהלה פונ'ם עדה חרדית האבען אויך אזוי געהאלטען. טענו בחיטין והודה לו בזכר קדשו. איך זאג גדולים, דו זאגסט קהלות.
אחוץ טאמער יעדער רב וואס האלט ווי סאטמאר איז שוין פאר דעם א גדול בישראל. דעמאלס ביסטו גערעכט.
און פאר דער וואס האט געפרעגט וויאזוי מעסט מען א גדול בישראל, לכאורה דער ענטפער איז א מענטש (פארשטייט זיך קודם כל אי ער א תלמיד חכם מופלג) וואס ווערט אנגעפרעגט די גרויסע שאלות פונ'ם דור, וואס תלמידי חכמים און אנשי מעשה רעכענען זיך מיט זיין דעה, א מענטש וואס אפילו נאכ'ן פטירה ווערט דערמאנט זיין פסקים, הנהגות און דעות, ער איז אריינגערעכענט. דאס וואס טייל מענטשען ווילען מכתיר זיין יעדער איינער וואס האלט ווי זיי אלס א גדול בישראל, א שטייגער ווי די מזרחניק'עס וועגען הרב טייכטאל, און די סאטמארער אויף די קנאיש'ע רבנים, דארף בכלל נישט אויסמאכען פאר א בר דעת.
און למעשה, האט מען נאך נישט קיין שום מקור אז משיח גייט זיכער נישט קומען צו א פארטיגע זאך. שטייט נישט אין חז"ל אז משיח מוז קומען צו א גשמיותדיג'ע וויסטעניש, און אוודאי גייט משיח טוהן זיינ'ס, און כפי הנראה פעלט נישט וואס צו טוהן פאר איהם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:57 am#224667
אייניקעל האט געשריבן:צוויי פראגערס צום טייערן "נטורי קרתא עסקן" אדער בדומה לו עסקנים וואס היטן די שטאט און ראטעווען יודן פון כפירה


א)לויט מיין ארעמע ידיעות שטעלט זיך ארויס פון חז"ל פארקערט אז דאס איז די איינציגסטע מצות פון אלע דרייצן מצות וואס זענען שוקל כנגד כל המצוות וואס מען מעג עובר זיין א שבות אום שבת, לכאורה איז עס די שטערקסטע מצוה גאר פון אלע מצות אינאיינעם, א מצוה וואס כמה ראשונים ואחרונים האבן זיך אריינגעלייגט אין א זיכערע סכנה בכדי עס מקיים צו זיין


ב) וואס האט דע פלייער, זורח אדער בכלל מצות ישוב ארץ ישראל איינגעלייגט מיט ציונות? אזוי ווייט אז מען זאל דארפן יענעם באטיטלען מיט עמלק'ס טיטל פון ימ"ש אדער יענעם אנרופן כופר אפיקורוס וכדומה




א) ישוב א"י איז שוקל קעגען אלע מצות? WOW די רעדסט שוין עקסטרעם אויף די אנדערע זייט. לויט געוויסע ראשונים איז עס א דאורייתא לויט אסאך ראשונים דרבנן, אין לויט געוויסע ראשונים גייט עס נישט אן היינט.
דאס אז א שבות איז מותר אין שבת איז נישט קיין ראיה אז עס איז א גרויסע מצוה, ממעג מחלל שבת זיין א שבות פאר א גוי אין שבת וועגן דרכי שלום, אבער דרכי שלום וועגט נישט איבער אלע מצות. (אגב דארף מען דן זיין אויב ישוב א"י איז דוחה דרכי שלום מיט די אראבער, ביידע זענען אייניג שטארק לכאורה).

ב) ישוב א"י האט נישט מיט ציונות, אבער אין אינזערע צייטען איינער וואס איז ביזי מיט ישוב א"י (אין איז א פלענער מענטש וואס איז נישט ספעציעל מדקדק זיין אויף אנדערע הלכות במסירות נפש) קימט עס פין ציונות. זיי מודה....

ג) די צדיקים וואס האבען מקיים געוען ישוב א"י מיט מסנ"פ האבען אויך אזוי געטיען מיט אנדערע מצות דרבנן קלים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:00 pm#224669
@ליטוואק פון בודאפעסט,
וועלכע ווארט פון "אכציג פראצענט 'חרידישע רבנים' אין ארץ ישראל" איז דיר נישט קלאר?
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:20 pm#224674
די אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:

א) שלש שבועות וואס ווערט אראפגעברענגט אלס א פשטות אין ראשנים ואחרונים ובכללם החת"ס. די אברבנאל שרייבט אז רבי עקיבא "טעות" אין בר כוכבא האט גורם געווען אז ער איז נהרג געווארען דורך רוים אויף שרעקליכען אופן רח"ל.

אינטערעסנט די "קאאינסידענס" אז פינקט אין די זעלבע צייט (במשך 3000 יאר) איז געקימען א חרבן ממש אזוי עס שטייט אין גמרא. עס שטייט נישט אין גמרא נאך אזוי גרויסע עונש אויף אנדערע זאכען. "כצבאות ואילות השדה" יודען זענען אינטער מענטשען - היטלער ימ"ש.

ב) די מיינוג פין כלל ישראל (יונג אין אלט) אלע דורות איז געוען אז משיח גייט מאכען די גאולה.

ג) רוב גדולי ישראל פארען קריג האבען געהאלטען עס איז אסור. ("גדול בישראל" מיינט אז רוב שומרי תומ"צ האלטען דעם מענטש פאר א גדול בישראל)

ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.


איך בין אויך א שטיקל ציוני אין הארץ, פארפאלען עס איז א גרויסע תאוה, אין איך בין א פשוטער יוד. אבער איך וואטש אז מיינע געפיעלן זאלען נישט איבער דרייען די פאקטען. אז איך וויל עפעס, עס מאכט מיך פילען גיט, מיינט נישט אז דאס איז דער אמת.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:30 pm#224677
דו קומסט מיר פאר וואו א מים שלנו שעפער אחרון של פסח, כאילו דיינע פונקטן זענען נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן אין די פריערדיגע בלעטער.

פאר א סטארט:

איינער וואס האט ליב ארץ ישראל און מאכט עלייה, וואו פונקטליך בעגעגנט ער זיך מיט די שלש שבועות? זאגסטו אז אזא איינער איז נעמליך געשלאגן מיט ציונות.
הייסט עס "שלש שבועות" איז מען עובר במחשבה?
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:33 pm#224678
איך האב נאר געוואלט "סאמערייזען" אלע פינטקען.

איינער וואס האט ליב א"י (אזוי ווי געוויסע מענשטען האבען ליב למשל מאנסי מער ווי בארא פארק וכו') אין מאכט עליה מיז נישט זיין ציונות. איינער וואס איז ביזי מיט מצות ישוב א"י אין איז א פשוטער מענטש ווי איך אין די וואס איז נישט ספציעל מדקדק אויף מצות, קימט פין ציונות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:40 pm#224681
האסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.

אויף דיין צווייטן פאראגראף האב איך דיר נאכגעגעבן, כ'האב נאר געפרעגט; את"ל ס'איז אמת, ווי אזוי שפינסטו דערמיט א העברה אויף ג שבועות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:17 pm#224690
מאטי האט געשריבן:האסט אבער צוזאמגעקליבן 50% איינזייטיג צו דיין אידעלאגיע.



אדרבה ברענג מיר 1 ראשון אדער גדול שבאחרונים וואס זאגעט אז ש"ש איז נישט אקוטעל. דאס וואס עס שטייט אין געוויסע פלעצער "קמעא קמעא" איז נישט קיין סתירה צי שלש שבועות פארשטייט זיך
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:35 pm#224694
איך האב שוין אייינמאהל אראפגעברענגט דעם לינק, אבער משום כבודו של הרב מאיר, וועל איך דאס נאכאמאל ברענגען. נישט קיין גרויסע זאכן, פשוט'ע וויקיפידיע.
m http://he.m.wikipedia.org/wiki/ m שלוש_השבועות

קוק דורך דעת החולקים.

מאך זיכער די לשון הקודש'ע ווערטער גייען אריין אינעם לינק
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 3:33 pm#224766
מאיר האט געשריבן:די אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:
ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.


מאיר טאקע אזויווי מאטי האט שוין ערווענט, די אלע פונקטן זענען שוין פריער אויסגעשמועסט געווארן וזיל קרי ביה

ווי א קלאסישער "כ'האב שוין אבגעמאכט מיין מיינט, פארדריי מיר נישט מיט די פאקטן" געבסטו א שיס ארויס פאקטן פון אונטער די ארבעל אן אנצוצייכענען א מקור ווי דער ליינער זאל קענען נאכקוקען
אלע פוסקים זאגן אזוי צו אזוי, רוב גדולי ישראל זאגן אזוי צו אזוי, אבער מקורות זענען נישט פארהאן

איך וויל מיר נאר באציען צו דיין לעצטע פונקט, ווי זעהן מיר אז אז די טובה פאר כלל ישראל קומט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים? אויף דעם עיין בספר מלכים ב' י"ד פסוקים כ"ג עד הסוף (צוגעברענגט פריער)
ווי הקב"ה האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל נאר אין די זכות פון אן אדם רשע א שונא הדת ומחטיא את הרבים ושמו ירבעם בן יואש, וואס זיין איינציגסטע מצוה איז געווען "השיב את גבול ישראל מלבוא חמת עד ים הערבה"
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:24 pm#224837
אייניקעל האט געשריבן:כ'האב זיך דערמאנט פון אפאר פסוקים אין אונזער הייליגע תורה

מלכים ב' כג בשנת חמש-עשרה שנה, לאמציהו בן-יואש מלך יהודה--מלך ירבעם בן-יואש מלך-ישראל, בשמרון, ארבעים ואחת, שנה. כד ויעש הרע, בעיני ה': לא סר, מכל-חטאות ירבעם בן-נבט, אשר החטיא, את-ישראל. כה הוא, השיב את-גבול ישראל, מלבוא חמת, עד-ים הערבה--כדבר ה' אלהי ישראל, אשר דבר ביד-עבדו יונה בן-אמתי הנביא, אשר מגת החפר. כו כי-ראה ה' את-עני ישראל, מרה מאד; ואפס עצור ואפס עזוב, ואין עזר לישראל. כז ולא-דבר ה'--למחות את-שם ישראל, מתחת השמים; ויושיעם, ביד ירבעם בן-יואש. כח ויתר דברי ירבעם וכל-אשר עשה, וגבורתו אשר-נלחם, ואשר השיב את-דמשק ואת-חמת ליהודה, בישראל: הלא-הם כתובים, על-ספר דברי הימים--למלכי ישראל. כט וישכב ירבעם עם-אבתיו, עם מלכי ישראל; וימלך זכריה בנו, תחתיו. {פ}


גאר שטארק! אן אינטערעסאנטע נקודה צו באטראכטן. איך האב קיינמאל נישט געקלערט אין דער ריכטונג אז דער אויבערשטער זאל קענען אויספירן זיינע הבטחות דורך שלעכטע מלכים (הגם הערצל איז זיכער נישט ריכטיג גערופן צו ווערן שלעכט. בסך הכל א תינוק שנשבה וואס האט זיך דערוועקט צו העלפן זיין פאלק). א דאנק פאר'ן צואווייזן.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:18 pm#224870
אייניקעל האט געשריבן:
מאיר האט געשריבן:די אישו מיט ציונות איז אפאר נקודות:
ד) מרשעים יצא רשע, קען זיין אז די טובה פאר כלל ישראל קימט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים (הערצעל וכו')?.


מאיר טאקע אזויווי מאטי האט שוין ערווענט, די אלע פונקטן זענען שוין פריער אויסגעשמועסט געווארן וזיל קרי ביה

ווי א קלאסישער "כ'האב שוין אבגעמאכט מיין מיינט, פארדריי מיר נישט מיט די פאקטן" געבסטו א שיס ארויס פאקטן פון אונטער די ארבעל אן אנצוצייכענען א מקור ווי דער ליינער זאל קענען נאכקוקען
אלע פוסקים זאגן אזוי צו אזוי, רוב גדולי ישראל זאגן אזוי צו אזוי, אבער מקורות זענען נישט פארהאן

איך וויל מיר נאר באציען צו דיין לעצטע פונקט, ווי זעהן מיר אז אז די טובה פאר כלל ישראל קומט פין מינים גמורים, אין שונאי הדת גמורים? אויף דעם עיין בספר מלכים ב' י"ד פסוקים כ"ג עד הסוף (צוגעברענגט פריער)
ווי הקב"ה האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל נאר אין די זכות פון אן אדם רשע א שונא הדת ומחטיא את הרבים ושמו ירבעם בן יואש, וואס זיין איינציגסטע מצוה איז געווען "השיב את גבול ישראל מלבוא חמת עד ים הערבה"


א) אויף דיין ראיה מיט ירבעם, אף שיש לחלק בין מין לעובד ע"ז, וכן יש לומר שזה היה עפ"י הנביא כמבואר בפירוש בקרא והוא כמו אליהו בהר הכרמל שעשה עבירה לפי שעה, אבער מ"מ ס'איז א ראיה.

ב) מקור לשלש שבועות בפוסקים: רמב"ם באגרת תימן, רבנו בחיי בראשית לד פסוק ח, מהר"ל בנצח ישראל פ' כד (שהוא ביהרג ואל יעבור), רבי יהונתן אייבשיץ מפראג ב'אהבת יונתן' הפטרת פ' ואתחנן, הגר"א שיר השירים פרק ב פסוק ז, אור החיים הקדוש ויקרא פרק כו פסוק לג', ח"ס יו"ד ס' רכ.

לעומת זה אין די ווקפדיה פעטש האב איך נאר געזען איין מקור וואס זאגט בפירוש אז עס נישא אקטועל: ר' שלמה קליגער בספר מעשה יוצר וואס זאגט בדרך דרוש, אז וויבאלד די אוה"ע האבען משתעבד געווען יותר מדאי איז שוין נישט דא קייין שבועות. (וחולק בזה על המהר"ל וואס זאגט אנדערש אז אפילו מוועט הארגענען אין פייניגען "בעניום קשים" אסור לעבור על השבועות ולצאת מגלות).

(די אנדערע מקורות וואס וויקפידה צייכענט צי דארט, שטייט נישט אז עס איז נישט אקוטעל).

עכ"פ ביז דערווייל האב איך איין גדול שבאחרונים וואס זאגט (בדרך דרוש) אז עס איז נישט דא קיין שבועות. איך הער...

אויב די ווייסט פין נאך וואס זאגן "בפירוש" אז עס נישט דא פליז לעט מי נא.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:33 pm#224876
פלאוויוס האט געשריבן:
הערצל איז זיכער נישט ריכטיג גערופן צו ווערן שלעכט. בסך הכל א תינוק שנשבה וואס האט זיך דערוועקט צו העלפן זיין פאלק

בלייבט נאר איבער צי פארשטיין אויב יאיר לפיד איז אויך נישט שייך צי רופן ״שלעכט״, ער איז דאך א תינוק שנשבה, ער זאגט דאך אז ער מיינט די טובה פונעם פאלק...
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:37 pm#224879
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:למעשה, האט מען נאך נישט קיין שום מקור אז משיח גייט זיכער נישט קומען צו א פארטיגע זאך. שטייט נישט אין חז"ל אז משיח מוז קומען צו א גשמיותדיג'ע וויסטעניש, און אוודאי גייט משיח טוהן זיינ'ס, און כפי הנראה פעלט נישט וואס צו טוהן פאר איהם.

בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:59 pm#224881
רבי מאיר שמחה הכהן מדווינסק בעל ה"אור שמח" וה"משך חכמה" זי"ע(הועתק בספר אוצר ישראל בשנת תרפ"ו (עמודים פ"ב פ"ד)

...הנה מאז הכיר האחד אברהם אבינו את בוראו היה קושר כל תקותו והבטחתו בהנחילו את הארץ הקדושה לבניו להלך בה לאורכה ולרחבה ונטע אשל (בראשית כא לג) ואחריו יצחק זרע בה וחפר בבארות מים (שם כו) וכן יעקב בנה בית (שם לד) ולכן פסגת תקותם היתה כי בניהם ישבו בארץ המוריה, ומיום מתן תורתינו הקדושה לא פסקה הנבואה מלצוות על ישוב הארץ, ואין לך פרשה שבתורה שלא נזכרת בה ארץ ישראל.

והקפיד ה' יתברך על כבוד הארץ יותר מעל כבודו כביכול עד שבעשית העגל אחרי שובם מחל להם השי"ת, וינחם על הרעה אשר דבר לעשות (שמות לב יד) ועל הוצאם דבת הארץ וימאסו בארץ חמדה (תהילים כו כד) נשבע ה' ולא ינחם כמו שנא' אל תעלו כי אין ה' בקרבכם, (במדבר יד מב).

ומיום שנבחר ציון וירושלים - דוד בתהילותיו ישעיה בחזיונותיו ירמיה בתוכחותיו, ויחזקאל במשליו, לא פסקו מלהפליג במצוות ישוב הארץ, ולהשתפך נפשם בחרדת הקודש, אשר בתוככי ירושלים, אולם זה במאה הזאת זרחו קוי אור ע"י גדולי המעש, כמו מונטיפיורי וכיו"ב בהתעוררות רבה ומהרבנים ר' צבי הירש מטאהרן ור' אליה מגריידיץ, לבנות ולשכלל ירושלים, להסיר שוממות כמעט עד כי נתרחב הדבר ע"י הנלהבים. ורבנים הרבה עמדו מנגד ואף אותם שהיה בלבבם לקרב את הדבר שמו יד לפה, כי חרדו מהנלהבים שלא יגדישו את הסאה ומהג' שבועות שהשביע לבנות ירושלים (כתובות קי"א ושיה"ש רבה פסוק השבעתי אתכם בנות ירושלים).
אומנם כעת הסבה ההשגחה אשר באסיפת הממלכות הנאורות בסן רעמא, (ניסן תר"פ) ניתן צו אשר ארץ ישראל תהיה לעם ישראל וכיון שסר פחד השבועות וברשיון המלכים קמה מצות ישוב בארץ ישראל ששקולה כנגד כל מצות שבתורה (ספרי פרשת ראה) למקומה ומצוה על כל איש לסייע בכל יכולתו לקיים מצוה זו
, ואולי על זה נאמר עד מתי תתחמקין (ירמיה לא כא) ואם יתן השי"ת ויתרחב הדבר ויגאל ויפרח כשושנה כמו שנתגדלו בימי ארתחשסתא אשר היה נתונים תחת פרס (ע' ריש ספר עזרא) דובא ניידא (קידושין ע"ב ע"א) אף כי תחת ממשלת ארץ האי - עם בריטניא המתונה - אז בטח הוא ענין העומד ברומו של עולם, אבל יהיה איך שיהיה מצות ישוב א"י לא נפטר מזה כי מי שבכוחו יעשה, וזכות מצוה הזאת תגן על עמו ישראל בכל מקומות מושבותיהם להצילם מכל רעה ועיניהם ועינינו תחזנה בשובו לציון ולשמוע כעת אמר לציון מלך א-לקיך בב"א

דברי המצפה לראות בתשועת ישראל

מאיר שמחה הכהן חותם פה דווינסקי
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:14 pm#224887
יא, קוק אין נודע ביהודה, אין תשובות רבי עקיבא איגר, אין שאגת אריה, אין אחיעזר און אין חזון איש ווען עס מאכן זיך שאלות אין הלכה צייכנט מען צו די פאלגענדע "פוסקים" : רמב"ם באגרת תימן, רבנו בחיי , מהר"ל בנצח ישראל, רבי יהונתן אייבשיץ מפראג ב'אהבת יונתן' הפטרה , הגר"א, אור החיים הקדוש
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:21 pm#224890
ויואל משה..
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:34 pm#224893
ניין, געווענלעך צייכענט מען טאקע צי א תשו׳ פון הר׳קוק, אדער א הר׳ טייכטיין וכו׳ וכו׳...
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:47 pm#224900
א זייטיגע נקודה חוץ די אלע ראשונים ואחרונים וואס זענען מתיר, רמב"ן, רמב"ם, בית יוסף, אבני נזר, אור שמח ועוד. וואס מאיר האט פארזען אינעם לינק אויבן, איז געווארן אזא מין תורה חדשה אז די שלש שבועות זענען טאקסיק צו א יעדע זאך וואס האט צו טון מיט אר"י.

אפילו לויט די שיטת האוסרים האבן שוין בן גוריון וחבריו עובר געווען דערויף זעכציג יאהר צוריק און פערטיג, וואו שטייט אז די גאנצע אויר אר"י באקומט בליעות פון דעם איסור און ווערט קיינמאהל נישט בטל אפילו במשהו..

וואו שטייט דאס אפילו לשיטת האוסרים אז יעדער וואס האלט אז פאליטיש איז דאס געווען א גוטע זאך און שטיצט דאס היינט צוטאגס, איז עובר במחשבה אויף הירהור איסור שלש שבועות וואס די אויר אר"י האט קולט געווען.

ואפילו את"ל אז די אלע זאכן זענען יא אסור איז דער פאקט אז היינט צוטאגס איז דער מצב אז די אראבער ווילן שעדיגן דאס לאנד און אלס פיקוח נפש איז דא א חיוב צו באשיצן די אידן על כל צרה שלא תבוא און שלש שבועות מוז נישט מחייב זיין אז די מדינה דארף בטל ווערן (פארשטייט זיך אנע שלעכטס פאר קיין שום איד בדרך הטבע בלא בלא בלא) וואס איז דאס עפעס א אזא מין ריבאאט קנעפל וואס רייניגט אויס די בליעות איסור שלש שבועות. דער אייבישטער קען עפעס נישט ברענגען משיח און א שלש שבועות פאר'סמ'טע לאנד?
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:57 pm#224904
יעדער וואס האט א חלק אין אנהאלטן די לאנד, למשל, גיין צי די בחורות, האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
אויף דיין 2׳טע טענה פיל איך נישט וויכטיג צי ענטפערן.

אגב, די בריוו פון אור שמח וויל איך וויסן ווי קראנט עס איז.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:00 pm#224906
האסט נישט געמוזט ענטפערן (הגם גארנישט געענטפערט) אויף די ערשטע אויך נישט.
בד"וו די קאמפאני (גראדע א אידישע) וואס האט צוגעשטעלט דעם עס יו ווי פאר בלומבערג בעת ער איז געפארן אונטערשרייבן קעגן מציצה בפה האט געהאט א חלק אין די השחתה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:56 pm#224924
און אויך איז אייכמאן נישט געווען שילדיג אין די הריגות ביים צווייטן וועלט קריג, ווי ער האט געטענה׳ט ביים משפט, אז ער איז נאר געווען א קליין שרייפולע אינעם גרויסן מאשין.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:17 am#224930
קדש הילולים האט געשריבן:יעדער וואס האט א חלק אין אנהאלטן די לאנד, למשל, גיין צי די בחורות, האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
אויף דיין 2׳טע טענה פיל איך נישט וויכטיג צי ענטפערן.

אגב, די בריוו פון אור שמח וויל איך וויסן ווי קראנט עס איז.

איך קען גאר וואוילע אידן אין עיר הקודש וויליאמסבורג וואס גייען אויך צו בחורות!... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :o
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:20 am#224931
נו?...
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:23 am#224932
די תכלית פון מלך המשיח, לויטן רמב"ם:
ּלְהַחְזִיר מַלכוּת דָּוִד לְיָשְׁנָהּ לַמֶּמְשָׁלָה הָרִאשׁוֹנָה.
ּבוֹנֶה הַמִּקְדָּשׁ
מְקַבֵּץ נִדְחֵי יִשְׂרָאֵל.
וְחוֹזְרִין כָּל הַמִּשְׁפָּטִים בְּיָמָיו כְּשֶׁהָיוּ מִקֹּדֶם.
מַקְרִיבִין קָרְבָּנוֹת.
וְעוֹשִׂין שְׁמִטִּין וְיוֹבְלוֹת כְּכָל מִצְוָתָן הָאֲמוּרָה בַּתּוֹרָה.
קיין איינע פון די זאכן זענן נאכנישט צושטאנד גקומען. אפילו קיבוץ נדחי ישראל, איז אויך נאך ווייט פון שלימות, 50% פון יידן. און ווער רעדט נאך פון די אנדרע שבטים. ממילא, איז נאך דא א גרויסע ארבעט וואס ווארט אויף משיח'ן, און מיר ווארטן אויף אים דערפאר.
אבער קיין איינער זאגט נישט אז מקען נישט זיי צוריק ווי דער מצב איז גווען בפאר דער חורבן בית המקדש השני אפילו מיט אן א משיח!
פאר דעם חורבן, איז גווען גלות אדער גאולה?
פאר דעם חורבן, האבן יידן גמעגט האבן אן אייגן לאנד?
פאר דעם חורבן, האןב יידן גמעגט מלחמה האלטן? (איך זאג נישט אז דאס איז אלעמאל גווען דער ריכטיגער באשלוס, טייל מאל האבן טייל חכמים גהאלטן אז מלחמה איז א ברכה לבטלה, אבער א איסור? מאן דכר שמיה! ודוק)
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:24 am#224933
קדש הילולים האט געשריבן:נו?...

די פראבלעים איז נישט אנהאלטן די אמעריקאנער רעגירונג. דאס גיין צו די בחורות איז א פראבלעים.
נ.ב.: אנטשולדיגט. איהר זענט עפשער אן אינגערישער, פון דערהיים. פון פישפיק-לאדאני?.. :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :oops: ;) :o
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:25 am#224934
berlbalaguleh האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:יעדער וואס האט א חלק אין אנהאלטן די לאנד, למשל, גיין צי די בחורות, האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
אויף דיין 2׳טע טענה פיל איך נישט וויכטיג צי ענטפערן.

אגב, די בריוו פון אור שמח וויל איך וויסן ווי קראנט עס איז.

איך קען גאר וואוילע אידן אין עיר הקודש וויליאמסבורג וואס גייען אויך צו בחורות!... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :o

בחורות. . . מערנצאל?
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:25 am#224935
m http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=20354 m
פעלט גדולי ישראל ?!
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:31 am#224937
באשטעטיגט האט געשריבן:http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2826875&forum_id=20354

הגאון ר' אהרן ישעיה פיש מהאדאס זצוק"ל (נפטר בתרפ"ח), מגדולי תלמידיו וחסידיו של הגאון ר' אלעזר צבי ספרין מקומארנו זצוק"ל, ובעצמו ומגדולי הדור בנגלה ובנסתר (בן הגאון ר' יצחק אייזיק יהודה יחיאל ספרין מקומארנו זצוק"ל בעל "היכל הברכה" ובנו של מייסד חסידות קומארנו, הגאון ר' אלכסנדר סנדר ספרין זצוק"ל) אמר לתלמידו הרב אביש רוטמן זצ"ל: 'ואם אנו רואים שרבים מתאווים לבנותה אפילו ע"י הגרועים שבישראל, מאן מפיס ומאן יהיר להפריע אותם מעבודתם, אולי הוא רצון הי"ת לבנות ע"י אנשים כאלה דווקא "ובהדי כבשי דרחמנא למה לך", עילת כל העילות וסיבת כל הסיבות יודע איך לסבב את הדברים והנח להם'.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:33 am#224938
מרן הגאון הרב ישראל מאיר הכהן קגן מראדין "חפץ חיים זצוק"ל אף שהתנגד להשתתפות בהסתדרות הציונית וגם ל"מזרחי", כתב לבנו בתרנ"ו שההתעוררות הגדולה לארץ ישראל היא לפחות עקבתא דמשיחא ויכולה להיות אתחלתא של קיבוץ גלויות שהוא לפני ביאת המשיח (ההקדמה לחלק השני של "מכתבי החפץ חיים" - תרפ"א-תרפ"ג)
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:34 am#224939
ישראל קאפקע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:יעדער וואס האט א חלק אין אנהאלטן די לאנד, למשל, גיין צי די בחורות, האט א חלק אין עובר זיין אויף די שבועות.
אויף דיין 2׳טע טענה פיל איך נישט וויכטיג צי ענטפערן.

אגב, די בריוו פון אור שמח וויל איך וויסן ווי קראנט עס איז.

איך קען גאר וואוילע אידן אין עיר הקודש וויליאמסבורג וואס גייען אויך צו בחורות!... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :o

בחורות. . . מערנצאל?

יא.... :lol: :roll:
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:35 am#224940
היימישער ליטוואק האט געשריבן:די תכלית פון מלך המשיח, לויטן רמב"ם:
ּלְהַחְזִיר מַלכוּת דָּוִד לְיָשְׁנָהּ לַמֶּמְשָׁלָה הָרִאשׁוֹנָה.
ּבוֹנֶה הַמִּקְדָּשׁ
מְקַבֵּץ נִדְחֵי יִשְׂרָאֵל.
וְחוֹזְרִין כָּל הַמִּשְׁפָּטִים בְּיָמָיו כְּשֶׁהָיוּ מִקֹּדֶם.
מַקְרִיבִין קָרְבָּנוֹת.
וְעוֹשִׂין שְׁמִטִּין וְיוֹבְלוֹת כְּכָל מִצְוָתָן הָאֲמוּרָה בַּתּוֹרָה.
קיין איינע פון די זאכן זענן נאכנישט צושטאנד גקומען. אפילו קיבוץ נדחי ישראל, איז אויך נאך ווייט פון שלימות, 50% פון יידן. און ווער רעדט נאך פון די אנדרע שבטים. ממילא, איז נאך דא א גרויסע ארבעט וואס ווארט אויף משיח'ן, און מיר ווארטן אויף אים דערפאר.
אבער קיין איינער זאגט נישט אז מקען נישט זיי צוריק ווי דער מצב איז גווען בפאר דער חורבן בית המקדש השני אפילו מיט אן א משיח!
פאר דעם חורבן, איז גווען גלות אדער גאולה?
פאר דעם חורבן, האבן יידן גמעגט האבן אן אייגן לאנד?
פאר דעם חורבן, האןב יידן גמעגט מלחמה האלטן? (איך זאג נישט אז דאס איז אלעמאל גווען דער ריכטיגער באשלוס, טייל מאל האבן טייל חכמים גהאלטן אז מלחמה איז א ברכה לבטלה, אבער א איסור? מאן דכר שמיה! ודוק)

אונזער יעצטיגע גאולה וועט זיין דורך משיח...
בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו...
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:38 am#224941
מקור ביטע, אוואו שטייט דאס? (איך האף אז דאס איז א מקור עט ליעסט אזוי שטארק ווי א רמב"ם, עכ"פ אז איר זאלט קענן זאגן כופר אויף דער וואס איז חולק)
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:40 am#224943
ספר שאלות ותשובות זמירות לשבת.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:45 am#224945
די זמר צור משלו אכלנו, מיין איך אז א תנא האט עס נאך געמאכט. כ׳גיי נאכקוקן.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:50 am#224947
בשו"ת "ישועות מלכו", חלק יו"ד, סימן ס"ו: מרבי ישראל יהושע אב”ד קוטנא
...אין ספק שהיא מצווה גדולה, כי הקיבוץ הוא אתחלתא דגאולה ונאמר "עוד אקבץ עליו לנקבציו", ועיין ביבמות דף ס"ד שאין השכינה שורה פחות משתי רבבות מישראל, ובפרט עתה שראינו התשוקה הגדולה הן באנשים פחותי ערך, הן בבינוניים, הן בישרים בלבותם, קרוב לודאי שנתנוצץ רוח הגאולה. אשרי חלקו שהוא ממזכה רבים“.
לינק לכל התשובה
https://kupathrabbimeir.org/kramban/kp/kpymb_files/kotna.htm
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 1:09 am#224950
קדש הילולים האט געשריבן:די זמר צור משלו אכלנו, מיין איך אז א תנא האט עס נאך געמאכט. כ׳גיי נאכקוקן.

אפשר איז דא אפילו עפס גמרא אויף די משנה "צור משלו".
וואס נאך הערט זאך?
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 1:18 am#224951
פירוש מטה יהודה:
״ואפשר שאחד מהתנאים הראשונים יסד הזמר הזה אשר בימיהם עדיין לא נתקן הטוב והמטיב״

זל״ק פונעם ישמח משה(ברכה):
״כאשר קבלה בידינו שהזמירות שנתפשטו בישראל נאמרו ברוח הקודש״
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:47 am#224958
די אלע שמוסעכצער הין און צוריק צו ז נארישקייטן, דער זאגט יענער זאגט, די זמירות זאגט! עס איז נישט קיין חומש'ל, קיין רמבם, עס איז די זמירות! זמירות זאגט קלאר יבוא ויגאלנו, נישט הערצל יגאלנו, די חמור! יבוא ויגאלנו!
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:30 am#224999
מאטי האט געשריבן:א זייטיגע נקודה חוץ די אלע ראשונים ואחרונים וואס זענען מתיר, רמב"ן, רמב"ם, בית יוסף, אבני נזר, אור שמח ועוד. וואס מאיר האט פארזען אינעם לינק אויבן, איז געווארן אזא מין תורה חדשה אז די שלש שבועות זענען טאקסיק צו א יעדע זאך וואס האט צו טון מיט אר"י.

אפילו לויט די שיטת האוסרים האבן שוין בן גוריון וחבריו עובר געווען דערויף זעכציג יאהר צוריק און פערטיג, וואו שטייט אז די גאנצע אויר אר"י באקומט בליעות פון דעם איסור און ווערט קיינמאהל נישט בטל אפילו במשהו..

וואו שטייט דאס אפילו לשיטת האוסרים אז יעדער וואס האלט אז פאליטיש איז דאס געווען א גוטע זאך און שטיצט דאס היינט צוטאגס, איז עובר במחשבה אויף הירהור איסור שלש שבועות וואס די אויר אר"י האט קולט געווען.

ואפילו את"ל אז די אלע זאכן זענען יא אסור איז דער פאקט אז היינט צוטאגס איז דער מצב אז די אראבער ווילן שעדיגן דאס לאנד און אלס פיקוח נפש איז דא א חיוב צו באשיצן די אידן על כל צרה שלא תבוא און שלש שבועות מוז נישט מחייב זיין אז די מדינה דארף בטל ווערן (פארשטייט זיך אנע שלעכטס פאר קיין שום איד בדרך הטבע בלא בלא בלא) וואס איז דאס עפעס א אזא מין ריבאאט קנעפל וואס רייניגט אויס די בליעות איסור שלש שבועות. דער אייבישטער קען עפעס נישט ברענגען משיח און א שלש שבועות פאר'סמ'טע לאנד?



די רמב"ם רמב"ן בית יוסף אבני נזר זענען נישט מתיר. ביטע לאמיר זאך האלטען צים אמת. די אור שמח (אין די בריוו שנדפס לאחר פטירתו) איז יא מתיר, אבער ער רעדט פין שבועות שלא ימרדו באומות (אז וויבאלד די אומות זענען מסכים אין כאן מרידה) אבער לכאורה נישט פין שלא ידחקו את הקץ (נעמען א מלוכה ברשות האומות).

אויך ר' יהועשלע קוטנא (ישועות מלכו) רעדט פין ישוב א"י נישט פין מלוכה.

דעס אז מען האט עובר געווען איז ניטש קיין היתר, ממעג בלייבען וואוינען מיט אן אשת איש וויבאלד מהאט שוין עובר געווען?.

לויטען מהר"ל איז שלש שבועות ביהרג ואל יעבור. אויך מקען מאכען אופנים אז די יודען זאלן נישט געשעדיגט ווערן.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:46 am#225011
קדש הילולים האט געשריבן:די זמר צור משלו אכלנו, מיין איך אז א תנא האט עס נאך געמאכט. כ׳גיי נאכקוקן.


קודש הילולים טייערער, ווען איך באטראכט דיין תמימות וואונדערט מיך וויאזוי דו האסט נישט מורא אז דו וועסט קאליע ווערן פון קאווע-שטיבל (א קלייניגקיייט? א מקום וואו "אפיקורסים" מכל המינים דרייען זיך).
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:49 am#225012
ערוך לנר מסכת ראש השנה דף יא עמוד ב "דגאולה וביאת המשיח תרי מילי נינהו דכן מוכח במגילה (יז ב) מסדר ברכות שמו"ע דאמרינן שם וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין וכו'. והיכן מתרומם קרנם בירושלים וכיון שנבנית ירושלים בא דוד וכו' ע"ש. הרי שקיבוץ גליות קודם לביאת דוד"
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 11:11 am#225018
ספר ישעיה כ״ז:

יב. והיה ביום ההוא יחבט ה' משבלת הנהר עד נחל מצרים ואתם תלקטו לאחד אחד בני ישראל.
יג. והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האבדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים והשתחוו לה' בהר הקדש בירושלים

רש"י
יחבט ה'. ת"י יתרמון קטילין, ואני אומר ב' לשונות הללו חיבוט ולקיטה נופלין זה על זה כחובט זיתיו וחוזר ומלקטן ואחרים מלקטין אותו מן הארץ כך הקב״ה יתחיל האסיפה כמו שנאמר יתקע בשופר גדול.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 11:22 am#225020
פלאוויוס האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:די זמר צור משלו אכלנו, מיין איך אז א תנא האט עס נאך געמאכט. כ׳גיי נאכקוקן.


קודש הילולים טייערער, ווען איך באטראכט דיין תמימות וואונדערט מיך וויאזוי דו האסט נישט מורא אז דו וועסט קאליע ווערן פון קאווע-שטיבל (א קלייניגקיייט? א מקום וואו "אפיקורסים" מכל המינים דרייען זיך).

יא, טאקע דא אין ק״ש ווער איך נאר מער איבערגעצייגט ווי ״קלוג״ עס זענען די אלע וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען ״אויפגעקלערט״...
אויב האב איך פארדעם געדארפט זיין תמימותדיג צי וויסן אז התחכמות אין יודישקייט איז די גרעסטע טיפשות, בין איך שוין יעצט ״אויפגעקלערט״... איך דארף שוין נישט ״גלייבן״ אין דעם, איך זעה עס מיט די אייגענע אויגן...
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:08 pm#225026
They are not tmimim. We are the tmimim that believe they mean it serious
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:26 pm#225030
דאס איז עס וועט זיין א אתחלתא דקיבות גליות וואס שטייט אין געוויסע פלעצער איז בכלל נישט קיין ראיה אויף אייגענע מלוכה.

למעשה, פין די גאנצע שמוס זעען מיר אז רובא דרובא וואס רעדן פין ש"ש ברענגען עס לאיסור (אין די רמב"ם ברענגט עס אין א תשובה למעשה), אחוץ ר' שלמה קליגער בהגדה של פסח אין אפשר די אור שמח אין א בריוו.

ווען דאס זאל נישט זיין קיין שאלה למעשה נאר א פילפול בהלכה וואס איז נישט נוגע, מיין איך, אז יעדער וואלט געהאלטען אז עס איז א ערענסטער חשש וואס לויטען מהר"ל איז עס ביהרג ואל יעבור אין לויטען גמרא איז דא זייער א הארבע עונש. נאר וויבאלד עס איז א גרויסע תאוה (אפשר די גרעסטע תאוה ביי א פאלק) אין געוויסע מענשטען האלטען אז עס איז א ענין פין סכנה (נישט צי האבען א מלוכה) איז מען זיך מיקל. דאס איז דער באדאם ליין.