יאיר האט געשריבן:קודש, זייער א שיינע שלשידעס תורה, אבער דו האסט מיר קיין משהו נישט קלארער געמאכט. איך האב שוין דורכגעלערנט תנ"ך און מאמרי חז"ל איבער די גאולה, און אויך ויואל משה, און למעשה בין איך געבליבן צומישט ווי אזוי מיר דארפן וויסן ווען די גאולה איז דא לפי שיטת בעל ויואל משה. ממילא פרעג איך איבער, וואס דארף געשען אז מיר זאלן וויסן די גאולה איז דא? אמעריקאנער קריסטן זאלן זאגן די אידן זענען די עם הנבחר? אז אידן זאלן תשובה טון? מען זאל צוברעכן אלע עבודה זרות פון אינדיע? די פאלעסטינער זאלן אונז איבערגעבן ירושלים בחפץ לב?
איך האף דו פארשטייסט אז אזעלכע אומקלארע פראזן ווי "משרה זיין שכינתו בתחתונים" מאכן נישט קלארער דעם ענין.
דו ווארפסט סתם זאמד אין די אויגן, קריסטן אין אמעריקע זענען די גאנצע 'געטליכקייט' וואס ליגט אונטער מדינת ישראל,
די גרינדער פון ציוניזם, די פירער פון ציוניזם בשעתן געבורט פון מדינת ישראל, די ארגאניזירער פון דיין 'געטליכע ניסים' פון דיין 'קיבוץ גלויות,' די היינטיגע פירער פון דעם ציוניסטישן לאנד, זענען געווען און זענען עד היום הזה כופרים באלוקי ישראל, מחללי שבת בגאווה, אוכלי נבילה וטריפה,
אתחלתא דציונות זענען געווען אידן וואס האבן נישט געהאלטן קיין איין מצוה פון די תורה, געהייראט גויאישע פרויען, די התעוררות פון דיין ראשית צמיחת ציונותיכם, זענען געווען קריסטליכע גלחים פון ענגלאנד, די 'ניסים' פון די קיום פון מדינת ישראל (טראץ אלע אירע מלחמות) זענען די צענדליגע מיליאנען עוואנגעליקן אין אמעריקע וואס האלטן יאשקע פאר זייער גאט, און די אידישע איינוואוינער אין ארץ ישראל אלס די ציל פאר זייער ענטגילטיגער מיסיאן פראיעקט,
רוב מנין ורוב בנין פון די ארטאדאקסישע אידנטום האט נישט געזען אין ציוניזם קיין גאולה, און נישט אנגענומען די גרינדונג פון מדינת ישראל פאר אתחלתא דגאולה,
פארוואס דארפן 'מיר' נאכאמאל און נאכאמאל איבערווייזן אז ציוניזם/מדינת ישראל איז נישט קיין גאולה, ווען
משיח בן דוד איז נישט דא,
אליהו הנביא האט זיך נאך נישט באוויזן,
עס איז נאכנישט געשען תחיית המתים,
רוב רובו גדולי ישראל האבן נישט געזען קיין גאולה אין ציוניזם,
די גרויסע רוב יראי ה' היינט צוטאגס זעען נישט קיין גאולה אין מדינת ישראל,
די פאטער/נביא פון ציוניזם האט געהייראט א גויע, (אזוי אויך זיינע צוויי קינדער)
די פירער, פאליטיקאנטן, דעלעגאטן, שרייבער, דיכטער, דענקער, וכו' זענען געווען און זענען אידן וואס האבן נישט געהיטן און היטן נישט די תרי"ג מצוות,
אין איר פינף אין זעכציג יעריגער עקזיסטעץ האט מדינת ישראל נישט געזען קיין איין פרידליכע טאג,
מדינת ישראל איז די גרעסטער גורם פון שנאת ישראל אויף דער וועלט, צען פאכיג,