Under maintenance
הויפט זייט » ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
212 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7133
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:38 pm#222243
ציונות ימ"ש ביי אונז!!!!!
מ'הערט כסדר פון די מה יפיתניקעס פון די היינטיגע סאטמארע פירמעס אז ציונות איז שוין נישט קיין פראבלעם היינטיגע צייטן עפ"ל. למעשה וואס רביה"ק האט אונז געלערנעט איז קאי וקיים!! מ'קען נישט זיין קיין עהרליכע יוד אויב מ'איז אנגעפיקעוועט מיט פארשאלטענע דעות כוזבות!!

אויב האט עמיצער געהאט א ספק, דא האט איר!!!
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:04 pm#222249
די מצב הרוחני ווערט ערגער און ערגער.

עס איז כדי צוצוהערן צו איטליכע דרשות פון הרה'צ ר' ישראל יצחק דומב זי'ע.
מען קען דאס טרעפן אויף קרעטשמע, דורך אונזער ידיד רבי נאר..פרייליך.
איך קען נישט לינקען, וויבאלד איטליכע האבן מיר געסטראשעט מיט אויסשפארן פון דא.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:10 pm#222253
געשוויסטער דו קענסט לייגן די לינקס דא, נישט דער לינק צו קרעטשמע
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:33 pm#222259
ווי פלעגט קוני ע''ה זאגן: ימ''ש די ציונים!!
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:39 pm#222264
אוי וויי!!! די רבי אידאך געווען אזוי גערעכט!!!

לאמיר צוזאמען מטכס עצה זיין ווי אזוי מען קען אויסרייסן די קוצים המכלים את הכרם און ווילן מטמא זיין די רבי'נס הייליגע שטאט מיט די פינסטערע צוזאמקומענישן!!!!!! ווער האט עפעס אן עצה???
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:42 pm#222265
יואלי w גייט רעדן.
מי הוא זה ואיזה הוא, דער וואס מאכט די טשיקאווע קליפס. יענער איז דאך צום רייסן פאר געלעכטער.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:50 pm#222272
ישראל כשהן יורדין, מעלין. רח"ל.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:51 pm#222273
ביטע ווייזן וואו אין די הודעה איז דא "פארשאלטענע דעות כוזבות". ווי איך זע איז יעדע ווארט אויסגהאלטן על פי תורה.
אדרבה, ערקלער.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:52 pm#222276
הוגה האט געשריבן:אוי וויי!!! די רבי אידאך געווען אזוי גערעכט!!!

לאמיר צוזאמען מטכס עצה זיין ווי אזוי מען קען אויסרייסן די קוצים המכלים את הכרם און ווילן מטמא זיין די רבי'נס הייליגע שטאט מיט די פינסטערע צוזאמקומענישן!!!!!! ווער האט עפעס אן עצה???

פאר א סטארט האב איך געטראכט א פלאן מ'זאל זיך ארויסלאזן אויף א געיעג אנצופירקלען ווי מער בית הכסא ווענט מיט אויפשריפטן "ציונים פוי!!!! כפירה..."
לעסט טיים איי טשעקט זענען געוויסע בית הכסא'ס געווארן איבערגעפעינט, ווער ווייסט אפשר דא ליגט דער בראך.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:54 pm#222277
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:מ'הערט כסדר פון די מה יפיתניקעס פון די היינטיגע סאטמארע פירמעס אז ציונות איז שוין נישט קיין פראבלעם היינטיגע צייטן עפ"ל.
למעשה וואס רביה"ק האט אונז געלערנעט איז קאי וקיים!! מ'קען נישט זיין קיין עהרליכע יוד אויב מ'איז אנגעפיקעוועט מיט פארשאלטענע דעות כוזבות!!

אויב האט עמיצער געהאט א ספק, דא האט איר!!!


א גרויסן יישר כח ATUB @נטורי קרתא עסקן ATUB פארן ברענגען די אדווערטייזמענט, גיימיר אהין גיין זעהן, אפשר וועלן מיר אויך מאכן אן עליה.
שוין לאנג געזוכט אזא היימישע ארגענזאציע להחזיר עטרה ליושנה, צו מקיים זיין די עקספייערד מצוה פון ישוב ארץ ישראל.
און נאכאמאל א גרויסן ש'כח, באמת!
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:59 pm#222278
קאווע טרינקער האט געשריבן:ישראל כשהן יורדין, מעלין. רח"ל.

נו. דערמאן נישט דאס שמוציגע ווארט "ישראל". איך האב אויף דעים תילי תילים של דרשות. חוץ דעים, האסטו שוין (אזוי שנעל) פארגעסן די שרעקליכע התגרות באומות וואס זיי האבן אנגעמאכט. און נעבעך אויסגעהרג'עט אזויפיל אומשולדיגע "סיוויליענס" אין גאזא סטריפ. אויב גלייבסטו מיר נישט. קענסטו נאכקוקן אין "בלאט". די רבי שליט"א האט אליינס געזאגט. אויך דער חשוב'ער א"י (נישט מדינת ישראל) קארעספאנדענט פונ'ם בלאט, יוסף לייב יאקאב האט געברענגט א רעפארט אז די פארשאלטענע ציונים, ימ"ש שיסן אויס ערליכע אידן (חוץ אומשולדיגע אראבישע און פאלעסטינער "סיוויליענס") אין די גאסן פון מייעה שארעם... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :twisted: :evil: :lol: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:40 pm#222294
נטורי צורידערטער עסקן סאלאם עליכום אללה הוא אכבר!
שלום עליכם ועל בניכם אין אגריס פון די לבנה אין די שבעה כוכבי לכת
מיט האבן זיך געבענקט נאך דיינע פאשקוילען מיט די רויטע קידוש לבנה אותיות וואס האט אונז שרעקדיג געמאכט כדבעי אז מיר האבן אלע שוין כמעט אינגאנצען תשובה געמאכט אין אנגעפאנגען צו נעמען ערנסטע שריט צו מאכען א עלייה קיין ארצינו הקדושה
שכקאויעאכח פאר אונז לאכעדיג מאכען אין די אנגעצויגענע טעג פון אלול מיר האבן שוין געמיינט אז די ביסט געווארען א שהאיד אין גיגאנגען על קידוש אללה זיך טרעפען מיט די 72 בתולות
יעצט אז די ביסט צוריק פון די רייזע אויף די לבנה טו מיר א טובה אין גיי צוריק צו דיין לאך אין שיק א גריס פאר אחמדינגאד אין דיינע חברים די שאהידיסט׳ן :roll: ;) :D :P :lol: :shock:
די ביסט א שרעקליכער שונא ישראל אין א געזונטער אנטיסמיט אין א חוטא ומחטיא איך האב נישט קיין ווערטער, עס קומט א יום הדין אין די אין דיינע רעביס טראגען א אחריות פאר אידיש בלוט וואס גיסט זיך צוליב ענק אין ענק וועלען געבען א דין וחשבון מוועט ענק אראפציען די הויזן אין גיט אריינשמאסען כדבעי די וועלט איז נישט קיין הפקר די ביסט א געזונטער משוגענער וואס באלאנגט אין משוגעים הויז
אגב האב איך פאר דיר גוטע נייעס אז אין שאול תחתית איז דא געניג פלאץ פאר אלעמען אין מנעמט דארט אויף בסבר פנים יפות אויך מענטשען מיט א לאנגע ווייסע בארד אזוי וי דער צודרייטער מחבר ספר הבית היהודי פון מאנסי
הער אויף מיט דיינע העצערייען אויף אונזער הייליג לאנד אין אויף אידישע קינדער
די ביסט א חאמאסניק אין א אראבער וואס קען אידיש אין שרייבט אויף קאווע שטיבל גיי קיין איראן אדער עזה אין שיק זיי אלעמען א גריס פון מיר @אתא קלילא.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:03 pm#222301
זייער א פיינע זאך זורח! זיי העלפן אידן עולה זיין און מקיים זיין מצוות ישוב וכיבוש הארץ, און שרייבן מיט רויטע אותיות וועט נישט אפשטעלן אידישע קינדערס ליבשאפט צו זייער טאטן און צו זייער לאנד.

און בכלל וואס איז דעי אנאלפאבעטישן צוזאמשטעל "ציונות ימ"ש"?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:41 pm#222316
איך מיין אז דער סאקמערער רבי האט נישט אזוי געוויינט וועגען ציונות. ער האט געוויינט ווייל ער האט געזעהן און געוויסט אז עס וועלען קומען אזעלעכע רשעים ווי די ניטורי חיזבללה וואס וועלען פארדרייען זיינע ווערטער און גיין מחלל שם שמים זיין און מחלל שבת זיין בפרהסי'. און אלס מיט די פאלשע שיטה וואס זיי האבען קיינמאהל נישט פארשטאנען. און גיין צוזאמען און שטיצען אונזערע גרעסטע שונאים.

ער האט געוויינט ווייל ער האט ארויסגעזאגט עפעס און עס נישט געקענט צוריק ציען
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:23 pm#222329
אתא קלילא האט געשריבן:נטורי צורידערטער עסקן סאלאם עליכום אללה הוא אכבר!
שלום עליכם ועל בניכם אין אגריס פון די לבנה אין די שבעה כוכבי לכת
מיט האבן זיך געבענקט נאך דיינע פאשקוילען מיט די רויטע קידוש לבנה אותיות וואס האט אונז שרעקדיג געמאכט כדבעי אז מיר האבן אלע שוין כמעט אינגאנצען תשובה געמאכט אין אנגעפאנגען צו נעמען ערנסטע שריט צו מאכען א עלייה קיין ארצינו הקדושה
שכקאויעאכח פאר אונז לאכעדיג מאכען אין די אנגעצויגענע טעג פון אלול מיר האבן שוין געמיינט אז די ביסט געווארען א שהאיד אין גיגאנגען על קידוש אללה זיך טרעפען מיט די 72 בתולות
יעצט אז די ביסט צוריק פון די רייזע אויף די לבנה טו מיר א טובה אין גיי צוריק צו דיין לאך אין שיק א גריס פאר אחמדינגאד אין דיינע חברים די שאהידיסט׳ן :roll: ;) :D :P :lol: :shock:
די ביסט א שרעקליכער שונא ישראל אין א געזונטער אנטיסמיט אין א חוטא ומחטיא איך האב נישט קיין ווערטער, עס קומט א יום הדין אין די אין דיינע רעביס טראגען א אחריות פאר אידיש בלוט וואס גיסט זיך צוליב ענק אין ענק וועלען געבען א דין וחשבון מוועט ענק אראפציען די הויזן אין גיט אריינשמאסען כדבעי די וועלט איז נישט קיין הפקר די ביסט א געזונטער משוגענער וואס באלאנגט אין משוגעים הויז
אגב האב איך פאר דיר גוטע נייעס אז אין שאול תחתית איז דא געניג פלאץ פאר אלעמען אין מנעמט דארט אויף בסבר פנים יפות אויך מענטשען מיט א לאנגע ווייסע בארד אזוי וי דער צודרייטער מחבר ספר הבית היהודי פון מאנסי
הער אויף מיט דיינע העצערייען אויף אונזער הייליג לאנד אין אויף אידישע קינדער
די ביסט א חאמאסניק אין א אראבער וואס קען אידיש אין שרייבט אויף קאווע שטיבל גיי קיין איראן אדער עזה אין שיק זיי אלעמען א גריס פון מיר @אתא קלילא.


!!!WOW WOW WOW @אתא קלילא,
אייך שפיר מיט דיין ווייטאג,

אבער דיס איז געטינג רעדיקיולעס! אתא קלילא טענהט דאך אז ער האט גארנישט מיט ציוניזם, אדרבה ציוניזם איז טויט שוין יארן,
אים באדערט נאר די סכנה וואס ניטורי קרתא לייגט פשוט אריין כלל ישראל, גענוג מיט די קאפ פארדרייענישן, וועלכע אידן ווערן איצט געשטעלט אין א סכנה פון די קליינטשיגע נארישע ארטיקל????

לעטס בי קענדיד, אידן, סאיז א אמגלייכע געשלעג, אויב א סאטמארער שרייבט אן ארטיקל קעגן עליה, ווערט ער באצייכנט, א שונא ישראל, אנטיסעמיט, חוטא ומחטא, אן אראבער, א מוסלעמענער, א טעראריסט, א כאמאסניק,
וואס שעמסטו זיך אזוי די קאואערד וואס דו ביסט? ער שעמט זיך נישט מיט זיין אנטי ציוניזם! זיי שטאלץ! אנערקען אפן דיין ציוניזם, טענה זיך ווי א מענטש, א דשענטלמאן,

דו אומפארשעמטע שוואכלינג, וואו נעמסטו די חוצפה צו באטיטלן א איד וואס דרוקט אויס זיין קעגנערשאפט צו ציוניזם, אלס א טעראריסט? א כאמאסניק? ווען דו וואס דיין ציוניסטישע אמונה פלאקערט אין דיר, האט נישט די קוראזש צו אנערקענען דיין ציוניזם?

הלמאי, האסטו דו רעכט, צו באטיטלן דיינע קעגנער אויף קאווע שטיבל מיט די ערגסטע לשונות של גנאי? און דיר מעג מען נישט אנרופן על שם דיין אידעאלאגיע? האט ער דיך אנגערופן אפילו איינמאל א חילוני, א כופר, א חוטא, איינער וואס שמדט ספרדישע קינדער???
וויאזוי וואלסטו געגליכן ווען ביי יעדע שמועס וואלט איך דיר באטיטלט 'ציוניסטישע קינדער כאפער' 'פרייע יש עתידניק' 'עוואנגעליסטישע מיסיאנער' 'יאשקעניק' 'יעזוז אפאקאליפס ווארטער'???
מיט וואס איז איינער מיט די סאטמארע שיטה מער כאמאסניק ווי דו אן אווענגעליסט?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:29 pm#222333
יין שרף האט געשריבן:
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:מ'הערט כסדר פון די מה יפיתניקעס פון די היינטיגע סאטמארע פירמעס אז ציונות איז שוין נישט קיין פראבלעם היינטיגע צייטן עפ"ל.
למעשה וואס רביה"ק האט אונז געלערנעט איז קאי וקיים!! מ'קען נישט זיין קיין עהרליכע יוד אויב מ'איז אנגעפיקעוועט מיט פארשאלטענע דעות כוזבות!!

אויב האט עמיצער געהאט א ספק, דא האט איר!!!


א גרויסן יישר כח @נטורי קרתא עסקן פארן ברענגען די אדווערטייזמענט, גיימיר אהין גיין זעהן, אפשר וועלן מיר אויך מאכן אן עליה.
שוין לאנג געזוכט אזא היימישע ארגענזאציע להחזיר עטרה ליושנה, צו מקיים זיין די עקספייערד מצוה פון ישוב ארץ ישראל.
און נאכאמאל א גרויסן ש'כח, באמת!

חזק וא-פריקען-מץ!
קרעדיט: יולי W.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:43 pm#222339
קאפקע איך בין מסכים אז אתא קלילא האט געשריבן א וואנזיניגע תגובה וואס מעג פארשריגן ווערן.

אבער במחילת כבודך, דער פותח האשכול האט נישט געשריבן אן "אומשולדיגע ארטיקל קעגן עלייה" ער האט דאס באשפריצט מיט געווירצן ווי "ימ"ש" און "פארשאלטענע דיעות כוזבות". ער האט די רעכט אזוי צו האלטן ביי זיך אין דיינונג-רום, אבער ק" ש איז א נוטראלער פלאץ פאר א ברייטערע געמיינדע פרומע אידן ווי דאס וואס דער פותח האשכול איז וויליג צו גיין, און ס'איז א פארברעך אנצופירקלען אן אשכול מיט זיינע ספעציפישע בויך ווייטוג כאילו דאס איז דאס קאנצענסוס פון אלע חברים דא.

דאס איז חוץ די פאקט אז זיין קלאגע האט נישט קיין הענט און פוס, ס'איז נישט פארהאן קיין שום ציוניזם אינעם צעטיל וואס ער ברענגט אראפ, בלויז א רוף זיך ארויסצוציען קיין ארץ ישראל דאס וואוין ארט פון צענדליגער נטורי קרתא'ניקעס.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:09 pm#222350
מאטי האט געשריבן:קאפקע איך בין מסכים אז אתא קלילא האט געשריבן א וואנזיניגע תגובה וואס מעג פארשריגן ווערן.

אבער במחילת כבודך, דער פותח האשכול האט נישט געשריבן אן "אומשולדיגע ארטיקל קעגן עלייה" ער האט דאס באשפריצט מיט געווירצן ווי "ימ"ש" און "פארשאלטענע דיעות כוזבות". ער האט די רעכט אזוי צו האלטן ביי זיך אין דיינונג-רום, אבער ק" ש איז א נוטראלער פלאץ פאר א ברייטערע געמיינדע פרומע אידן ווי דאס וואס דער פותח האשכול איז וויליג צו גיין, און ס'איז א פארברעך אנצופירקלען אן אשכול מיט זיינע ספעציפישע בויך ווייטוג כאילו דאס איז דאס קאנצענסוס פון אלע חברים דא.

דאס איז חוץ די פאקט אז זיין קלאגע האט נישט קיין הענט און פוס, ס'איז נישט פארהאן קיין שום ציוניזם אינעם צעטיל וואס ער ברענגט אראפ, בלויז א רוף זיך ארויסצוציען קיין ארץ ישראל דאס וואוין ארט פון צענדליגער נטורי קרתא'ניקעס.

עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,
און זייט ווען קען מען נישט אויסדרוקן די אייגענער מיינונג אויף קאווע שטיבל, נאר אויב סאיז דא א קאנצענסוס?
דארוויניזם איז די קאנצענסוס דא? ציוניזם איז? לאנגע שקלא וטריא'ס איבער די צווייטע זייט פון סאטמאר רב איז? וכו' וכו', סאו קאט דהע קרעפ!
ער שרייבט וואס ער האלט, און די וואס האלטן אנדערש זענען מער ווי ווילקאמען צו זיין אומאיינשטימיג מיטן שרייבער,

יא, ער איז א סאטמארער/אנטי ציוניסט, און זיין אידעאלאגיע זאגט עם אז ציוניזם איז 'ימ''ש' און 'דיעות כוזבות', וואס איז גראדע נישט 'זיינע בויכווייטאגן' ציוניזם איז טריף ביי א גרויסע חלק חרידים, און ביי רוב רובו אידיש רעדנדע, האט די ארטיקל דען אטאקירט די אגודה? דף היומי? גור אדער רב שטיינמאן?
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:26 am#222385
ישראל קאפקע האט געשריבן:עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,

יראו עיניך מה שמקלדתך כותב הבלים וטיפשות במידה גדושה מאוד.

דער טאלטשווער רב איז געוון א ציוני ימ''ש? תלמידי הגר''א? דער לשם?
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:25 am#222397
איך אויך האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,

יראו עיניך מה שמקלדתך כותב הבלים וטיפשות במידה גדושה מאוד.

דער טאלטשווער רב איז געוון א ציוני ימ''ש? תלמידי הגר''א? דער לשם?

דאן האט נישט עקזיסטירט קיין מדינה, און לויט ווי איך פארשטיי איז דאן נישט געווען קיין פראפאגאנדע ארויפצוגיין, נישט געווען קיין הסברה מיטינג איבערצורעדן אנדערע צו מאכן עליה,
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:47 am#222400
Jews always teach to bless Jews and keep on adding prayers like yekum purkan etc. But their schools teach to curse, like Hamas they teach their kids . Worst is that these idiots never grow up out of it
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:54 am#222404
different kafka האט געשריבן:Jews always teach about galus and geula and keep their emunah in the coming of the messiah etc. But their schools teach to believe in Zionism, like evangelical Christians they teach their kids about the Zionist redemption and the ultimate return of their yoshke . Worst is that these idiots won't rest as long as some Jews don't believe as They do
couldn't agree more! :-)
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:54 am#222405
ישראל קאפקע האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:עליה איז ציוניזם! דאס איז די דעפיניציע פון ציוניזם,

יראו עיניך מה שמקלדתך כותב הבלים וטיפשות במידה גדושה מאוד.

דער טאלטשווער רב איז געוון א ציוני ימ''ש? תלמידי הגר''א? דער לשם?

דאן האט נישט עקזיסטירט קיין מדינה, און לויט ווי איך פארשטיי איז דאן נישט געווען קיין פראפאגאנדע ארויפצוגיין, נישט געווען קיין הסברה מיטינג איבערצורעדן אנדערע צו מאכן עליה,


און ווען דער רבי זי"ע האט עולה געוועהן קיין ישראל, איז ער אויך געוועהן א ציוניסט, וואס קען מען טוהן, סוכ"ס האט אים קאסטנער געראטעוועט, און עפעס הכרת הטוב האט ער דאך אויך געהאט.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:39 am#222421
this is what I wrote
Jews always teach to bless Jews and keep on adding prayers like yekum purkan etc. But their schools teach to curse, like Hamas they teach their kids . Worst is that these idiots never grow up out of it
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:27 am#222433
בקיצור, מ'מעג דארטן וואוינען אויב מ'האט זיך אהינגעצויגן בעפאר די צייט וואס סאטמאר רב האט זיך אהינגעצויגן, אבער נאך די צייט איז אסור צו מופן אויף א"י אלץ די עבירה פון ציונות און ס'קומט זיך דערפאר אזעלכע לשונות ווי "ימ"ש, פארשאלטענע דיעות כוזבות."
מקור ביטע...
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:52 pm#224156
אונזער תורה טוישט זיך נישט מיט א האליקאויסט.
און אויך נישט מיט דער צושטומונג פון (כאילו) רוב כלל ישראל.

אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:04 pm#224157
איך וויל נישט אריינגיין צו טיף בין ההרים הגדולים דא אבער נישט מער ווי ארויפברענגען אפאר נקודות אויפן טיש

אז מ'לערנט אביסל תנ"ך מיט עברי טייטש זעהט מען אז די ווארט "גלות" מיינט ווערן אוועקגעטריבן פון לאנד און "גאולה" מיינט צוריקקומען צום לאנד (אדער צוריקקערן א שטיקל לאנד צום בעל הבית) מען קען אליינס נאכקוקן דא: m http://www.snopi.com/ToraSearch/torasearch.asp m
גארנישט מיט משיח, תחית המתים אדער סיי וואס אנדערש
קומט אויס אויב אזוי אז דאס וואס די אידן קערן זיך צוריק צום לאנד איז "גאולה" אינעם פולען זין פונעם ווארט, נישט אזוי?


וויאזוי פארשטייט מען די פאלגענדע צוויי גמרא'ס און מלבי"ם'ס דורך אנטי-ציוני ברילן?
אז די בערג אין אר"י געבן פרוכט ווייזט דאס אויף די קץ
ואמר רבי אבא אין לך קץ מגולה מזה שנאמר (יחזקאל לו) וְאַתֶּם הָרֵי יִשְׂרָאֵל עַנְפְּכֶם תִּתֵּנוּ וּפֶרְיְכֶם תִּשְׂאוּ לְעַמִּי יִשְׂרָאֵל כִּי קֵרְבוּ לָבוֹא (בבלי סנהדרין דף צח, א)
ר' לוי בשם ר' אחא בר חנינא מה ראו לסמוך מברך השנים למקבץ נדחי ישראל על שם (יחזקאל לו) ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל למה כי קרבו לבוא נתקבצו הגליות והדין נעשה הזידים נכנעין והצדיקים שמחים. ותני עלה כולל של מינים ושל רשעים במכניע זידים. ושל גרים ושל זקנים במבטח לצדיקים. ושל דוד בבונה ירושלים (הושע ג) אחר ישובו בני ישראל ובקשו את ה' אלהיהם ואת דוד מלכם. (ירושלמי דף יז, א פרק ב הלכה ד) (ענדליך צו בבלי מגילה דף יז, ב)

די גאולה איז א זאך וואס געשעהט צוביסלעך קמעא קמעא אזוי ווי דער פרימארגן ווען עס ווערט ליכטיג נישט פלוצים
דלמא רבי חייא רבא ורבי שמעון בן חלפתא הוו מהלכין בהדא בקעת ארבל בקריצתה וראו איילת השחר שבקע אורה. אמר רבי חייא רבה לר' שמעון בן חלפתא בי רבי כך היא גאולתן של ישראל בתחילה קימאה קימאה כל מה שהיא הולכת היא רבה והולכת. מאי טעמא (מיכה ז) כי אשב בחושך ה' אור לי. (ירושלמי דף ד, ב פרק א הלכה א)

מלבי"ם אויף מיכה ד' ח':
"ואתה מגדל עדר", מסב פניו אל הר ציון הנזכר, אומר אליו, אתה הר ציון, שאתה מגדל של העדר הלז שהוא עדר הצאן הצולעה והנדחה, תחלה תהיה כמגדל של צאן, ואח"כ תהיה "עופל", שהוא מבצר חזק, ומפרש שזה יהיה בשלש מדרגות, תחלה "בת ציון עדיך תאתה" שהגליות יתחילו להתקבץ וגלות יהודה ובנימין שהם בת ציון שגלו מציון בחורבן בית שני יתקבצו אליך, "ואח"כ ובאה הממשלה הראשונה", תבוא ממשלה קטנה, שיהיה להם קצת ממשלה והנהגה כמו שהיו לישראל בימים הראשונים לפני מלך מלך לבני ישראל שהיה להם שופטים מנהיגים אותם, ואח"כ תבא "ממלכת לבת ירושלים" יהיה להם מלכות קבוע שהוא מלכות ב"ד, שאח"כ ימלוך המלך המשיח בממלכה קבועה, (וכן התבאר ביחזקאל סי' ל"ד כ"ג כ"ד, וסי' ל"ו כ"ד כ"ה, ועמוס ט' י"א), שמלכות ב"ד תתגלה בהדרגה, ותחלה לא יהיה רק במדרגת שופט ויתעלה לאט לאט עד שיהיה לה' המלוכה, עיי"ש:

מלבי"ם אויף ישעי' ס"ו ז':
"בטרם", (מפרש מ"ש קול שאון מעיר) "בטרם", נבא כי זמן רב לפני ביאת הגואל יתקבצו אנשים מועטים מבני הגולה ויקבעו דירתם בירושלים, ואחר שנים רבות שישבו שמה יבואו להם החבלי יולדה שהיא מלחמות גוג ומגוג ואז יתחיל הקיבוץ הגדול הכללי, אומר "בטרם תחיל ילדה" כבר יהיה לעיר ירושלים לידה קטנה בטרם תחיל, ולא לבד בטרם תחיל כי גם "בטרם יבא חבל לה", שלא תהיה עוד העת כלל שיבא חבל לה שהם חבלי יולדה שהוא שנים רבות לפני זמן הגאולה, "כבר המליטה זכר", כי עדן לא ילדה רבתי עם רק מתי מספר שיקבעו דירה שמה, לכן מצייר שילדה רק זכר אחד, ר"ל אנשים מתי מספר:
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:21 pm#224160
נאך איין וויכטיגע נקודה

קדש הילולים האט געשריבן:לפי ידיעתינו האט קיין איין גדול פארן קריג נישט געהאלטן אז מ׳מעג אויפשטעלן א מדינה.


קודש הילולים, איז הרב ישכר שלמה טייכטאל הי"ד דער מחבר פון אם הבנים שמחה געווען א גדול בישראל?
m http://www.tsel.org/torah/emhabanim/contents.html m
(ועוד ספרים שו"ת משנה שכיר, טוב יגאל, אמונה צרופה, משנה שכיר)


סיי אויב דיין ענטפער איז יא אדער נישט, ביטע געב צו פארשטיין וויאזוי מעסט מען א "גדול בישראל" און ווער איז דער וואס מעסט עס?
וויפיל תורה דארף ער קענען? איז דא א פונקטליכער נומבער פון ספרים אדער דפים? מעסט זיך עס דורך חסידים? אדער דורך וויפיל הסכמות זיינס א ספר האט געקריגן? אין טאמער האט ער נישט ארויסגעגעבן קיין ספר?
די זעלבע פראגעס איז לכאורה שייך פארן מעסטער (דער וואס באשטימט "לעניות דעתו") ווער עס פאלט אריין אין די עליטע קאטעגאריע פון "גדולי ישראל"
און פארשטייט זיך ווען איז פארגעקומען אזא מין מועצת פארזאמלונג פון "גדולי ישראל" וואס האבן אראפגעשטעלט די דאזיגע גדרים וסייגים ווען עס קומט צו באטיטלען א תלמיד חכם מיטן טיטל פון "גדולי ישראל"

איך מיין דא ח"ו נישט חוזק צו מאכן, נאר איך וויל באמת פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט???? נאך אזויפיל קול קורא'ס פון גדולי ישראל און די לעצטע 20-30 יאר וואס אסר'ן כל דבר אסור ומותר ליידט איך פון גד"ס (גדולי ישראל סינדראם) מיין קאפ דרייט זיך און איך וואונדער מיך צו איינער קען אפשר געבן א קלארע הדרכה ווער איז יא א גדול בישראל און ווער נישט? אנדערש איז דאך פשוט זייער שווער צו וויסן וועם אויסצוהערן און וועם נישט
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:29 pm#224164
לענינינו, ווער איז דער משיח פון די יעצטיגע ״גאולה״?...
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:34 pm#224167
די מלבי״ם האט נישט געמיינט אז זיין אין ירושלים הייסט שון די גאולה (אזויווי מע״כ מיינט) ער שרייבט: "בטרם", (מפרש מ"ש קול שאון מעיר) "בטרם", נבא כי זמן רב לפני ביאת הגואל יתקבצו אנשים מועטים מבני הגולה ויקבעו דירתם בירושלים.

בלייבט נאר איבער צי פארשטיין וואס ער טוט מיט די געוואלדיגע ראיות פון מע״כ(אפשר אויך א גדול בישראל...) אז גאולה מיינט זיין אין א״י.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:35 pm#224168
פלאוויוס האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:מיין ציפער אכציג פראצענט איז געווען די וואס האבן שלום געמאכט מיטן מדינה 'נאכן' גרינדונג פון די מדינה אלס פראגמאטיזם, פארן גרינדונג האב איך געשריבן פינף אין ניינציג פראצענט,


ישראל טייערער, גיב ארויס די סטאטיסטיקס... :)

אגב, דער גרעסטער טייל בכלל פון דער אידישער וועלט - אפילו צווישן די פרייע - איז געווען קעגן ציוניזם אין די ערשטע יארן, נאר מיט א וואס יאר שפעטער איז די געגנערשאפט געווארן שוואכער. דער האלאקאוסט האט אודאי מכריע געווען דעם אידישן דעת הקהל לטובת א מדינה. און נישט אומזיסט. דער האלאקאסט האט אפנים דערוועקט דעם פראגמאטישן איד צו דער גרויזאמער ווירקליכקייט פון די אלטערנאטיוון פונעם ציוניזם.

איך האב נישט קיין סטאטיסטיקס, איך שרייב נאר ווי ווייט איך ווייס, ווי ווייט איך האב פארשטאנען נאכן ליינען היבש איבער ציוניזם/אנטי-ציוניזם,
אויב האלסטו אנדערש קענסטו חולק זיין אויף מיר,
וואס האט מיר געשטערט איז געווען ווען @ליטוואק פון בודאפעסט האט געמאכט א סטעיטמענט אז סאטמאר רב איז געווען די איינציגסטער וואס האט ממשיך געווען מיטן קעגנערשאפט צו ציוניזם נאכן ענטשיידונג פונעם מדינה, כאילו די נעיטיוו ירושלמי קהילה עקזיסטירט נישט,

ווער איז 'דער פראגמאטישן איד' וואס די האלאקאוסט האט אים דערוועקט צו די נויטוועדיגקייט פון מדינת ישראל,
און פארוואס איז די האלאקאוסט דער אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל, אפשר איז אמעריקע די אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל?
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:37 pm#224169
קדש הילולים האט געשריבן:לענינינו, ווער איז דער משיח פון די יעצטיגע ״גאולה״?...

אייניקל האט דיר שיין גענטפערט.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:49 pm#224171
ווי?
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:01 pm#224172
ווער איז 'דער פראגמאטישן איד' וואס די האלאקאוסט האט אים דערוועקט צו די נויטוועדיגקייט פון מדינת ישראל, לויט מיין נאלעדזש איז דער אמעריקאנער איד געווען גענוג משוגענער ציוניסט אז אין תש''ח איז פון אמעריקע ארויסגעפארן ' הונדערט פיפציג מיליאן' דאלאר (not adjusted for inflation) און תש''ט צוויי הונדערט פיפציג מיליאן דאלער צו מדינת ישראל, צו העלפן די נארוואס געשאפנעם לאנד זיך בויען, געלטער וואס איז געווארן אויפגעטריבן אין שולן און טעמפלען, אונטער די פראפאגאנדע פון די ארטיגע געטריי-ציוניסטישע ראבייס און רעוורענדס, קענסט זיך פארשטעלן וואס צוויי הונדערט מיליאן דאלער וואלט געקענט טון אין אייראפע מיט זיבן-אכט יאר פריער צו ראטעווען דעם אייראפעאישן אידנטום? אנשטאט איז די ציוניסטישע היערארכיע געווען פארנומען צו דערגיין די יארן פון די ארטאדאקסישע עסקנים און הצלה אפעראטיוון פון אגודת ישראל וואס האבן ממש געדארפט קריכן אויף גראדע ווענט צו קענען שיקן עפעס עסן און אנדערע לעבנסנויטן צו די אידן אין די לאגערס וואו די רויטע קרייץ האט געקענט צוקומען, און נאך פעולות מיט אנדערע 'אומכשרע' וועגן, אום 1940 איז שוין די אמעריקאנער אידישע געמיינדע געווען פולקאם געהיידזשעקט פון די ציוניסטישע אקטיוויסטן, וואס האבן מיט זייערע מאניפולאציעס אריינגעשטעלט 'סינגל אישו ציוניסטן' אין די פירערשאפט פון יעדע וויכטיגע אמעריקאנער אידישע ארגאניזאציע!
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:12 pm#224184
קדש הילולים האט געשריבן:ווי?

דא
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:49 pm#224190
ישראל קאפקע האט געשריבן:ווער איז 'דער פראגמאטישן איד' וואס די האלאקאוסט האט אים דערוועקט צו די נויטוועדיגקייט פון מדינת ישראל,
און פארוואס איז די האלאקאוסט דער אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל, אפשר איז אמעריקע די אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל?


איך האב נישט געזאגט אז דער האלאקאוסט איז דער אלטערנאטיוו צו מדינת ישראל. איך האב געשריבן אז "ביים האלאקאוסט האט מען געזען צו וואס עס דערפירן די אלטערנאטיוון פון ציוניזם". דערמיט מיין איך די אלטערנאטיווע אידעאלאגיעס וואס האבן געהערשט בשעתו ווי אנגעבליכע פארמולעס פאר'ן אידישן לעבן, בונדיזם, קאמוניזם, אסימילאציע, א.א.וו. און האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נוצלאז אין צייט פון נויט.

אמעריקע וואלט געווען א גוטער אלטערנאטיוו? איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. האבן דען נישט די אידישע מאסן געוואלט אנטלויפן קיין אמעריקע? אלע טויערן איבער דער גאנצער וועלט זענען פארשלאסן געווען! וואלט כאטש די מדינה ענטשטאנען געווארן צען יאר פריער... מיר קענען נאר פרובירן צו חלומ'ען ווי אנדערש די אידישע היסטאריע וואלט דאן געווען.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:35 am#224213
אייניקעל האט געשריבען: ״די גאולה איז א זאך וואס געשעהט צוביסלעך קמעא קמעא אזוי ווי דער פרימארגן ווען עס ווערט ליכטיג נישט פלוצים״

מלאכי ג א: הִנְנִי שֹׁלֵחַ מַלְאָכִי וּפִנָּה-דֶרֶךְ לְפָנָי וּפִתְאֹם יָבוֹא אֶל-הֵיכָלוֹ הָאָדוֹן אֲשֶׁר-אַתֶּם מְבַקְשִׁים וּמַלְאַךְ הַבְּרִית אֲשֶׁר-אַתֶּם חֲפֵצִים הִנֵּה-בָא אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת.

מצידת דוד: האדון. זהו מלך המשיח אשר עין כל אדם מצפה ומייחל לו ומבקש ביאתו.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:37 am#224214
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:ווי?

דא

דא ווערט ״שיין גענטפערט״ ווער ס׳איז די משיח פון די יעצטיגע (א״ג) גאולה?!
איך זעה נישט...
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:17 am#224262
קודש, משיח מיט גאולה זענען צוויי באזונדערע מושגים, געדענק דאס גוט און חזר עס איבער
גאולה איז די פאקט פון כלל ישראל צוריקקומען קיין ארץ ישראל און צוריקבאקומען די שלטון, פטור צו ווערן פון שעבוד מלכיות, דאס געשעהט נישט אין איין מינוט אדער דורך איין מענטש
ס'איז א פראצעס פון שלבים צוביסלעך קמעא קמעא
די אתחלתא דגאולה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכן חורבן בית שני מיט כרם ביבנה, מיט די עליה פון די בעלי תוספות, ראשונים, מקובלים, תלמידי אור החיים, תלמידי רמח"ל, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, ועוד ועוד און שפעטערדיגע מאסן עלייות פון פשוטע אידן וכו' וכו' עד לימינו אלה
משיח, מלחמת גוג ומגוג, בנין בית המקדש, תחיית המתים, אחרית הימים די אלע זענען שלבים וואס דארפן געשעהן ביי די ענדע פון די גמר הגאולה

גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט, מען דארף דאס דורכלערנען מיט די הבנת הראשונים (וואס האבן פארשידענע אנדערע מהלכים)
כגון רב סעדיה גאון, רמב"ם, רמב"ן, אבן עזרא, ספר העקרים, אברבנאל, וכו' וכו' וואס א טייל האבן געשריבן ספעציעלע עקסטערע ספרים וואס געבן זיך אפ מיט די נושא
וכולם פה אחד (פארשטייט זיך דערווייל לויט וויפיל איך האב געזעהן עד מקום שידי מגעת) זענען מודה אז עס קמעא קמעא ווי די ירושלמי, און אז אלע חלקים פון די גאולה זענען באזונדערע זאכן פאר זיך

איך וועל דיר אנצייכענען צוויי אינטערעסאנטע דוגמאות
דער אברבנאל זאגט אז ר' עקיבא האט געזאגט אז בר כוכבא איז משיח נישט ווייל ער האט באמת געהאלטן אזוי נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה

וועגן דיין "ראיה מפורשת" פון ופתאום יבוא אל היכלו, זאלסטו מיר קודם מסביר זיין די סתירה פון ופנה דרך לפני ופתאום יבוא ד.ה. אז ער וועט אנגרייטן א וועג און קומען פלוצלינג, איז עס אנגעגרייט אדער פלוצלינג??? און אויך וואס מיינט בפתע פתאום וואס מ'טרעפט אסאך מאל אין פסוק?
m http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html m
אויכעט ווי אזוי שטימט דאס מיטן פסוק: כִּי לֹא בְחִפָּזוֹן תֵּצֵאוּ וּבִמְנוּסָה לֹא תֵלֵכוּן כִּי-הֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם ה' וּמְאַסִּפְכֶם אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל (ישעי נ"ב י"ב)
יא פלוצלינג? נישט פלוצלינג? שטאט אדער שנעל?

ווען האסט דאס פארענטפערט וועלן מיר מיט געדולד ווארטן צו הערן א תירוץ מספיק אויף מיינע אנדערע פראגעס
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:59 pm#224352
אייניקעל האט געשריבן:גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט,

ועאכו"כ קען מען נישט זאגן אויף דער וואס זאגט א משהו אנדער ווי דיין הבנה אז יענר איז א כופר, און נאך א כופר גמור
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:48 pm#224456
אייניקעל האט געשריבן:קודש, משיח מיט גאולה זענען צוויי באזונדערע מושגים, געדענק דאס גוט און חזר עס איבער

איך חזר זייער אסאך מאל... גאולה: אויסלייזינג. משיח: געזאלבטער... אבער איך גלייב באמונה שלימה אז די צוויי מושגים וועלן זיין אויף איינמאל.
אוי... בן דוד עבדיך יבא ויגאלינו... אוי... אוח אפינו משיח השם...



גאולה איז די פאקט פון כלל ישראל צוריקקומען קיין ארץ ישראל און צוריקבאקומען די שלטון, פטור צו ווערן פון שעבוד מלכיות, דאס געשעהט נישט אין איין מינוט אדער דורך איין מענטש
ס'איז א פראצעס פון שלבים צוביסלעך קמעא קמעא
די אתחלתא דגאולה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאכן חורבן בית שני מיט כרם ביבנה, מיט די עליה פון די בעלי תוספות, ראשונים, מקובלים, תלמידי אור החיים, תלמידי רמח"ל, תלמידי בעש"ט, תלמידי הגר"א, ועוד ועוד

איך זיך א מקור אז די כרם ביבנה, עליה פון בעלי התוספות וכו׳ איז א אתחלתא דגאולה... אויך דארף מען פארשטיין די הפסק פון הונדערטער יארן וואס א״י האט געפיסטעוועט פון יודן. איז דאס אויך א חלק פונעם אתחלתא דגאולה?!...


און שפעטערדיגע מאסן עלייות פון פשוטע אידן וכו' וכו' עד לימינו אלה
משיח, מלחמת גוג ומגוג, בנין בית המקדש, תחיית המתים, אחרית הימים די אלע זענען שלבים וואס דארפן געשעהן ביי די ענדע פון די גמר הגאולה

עי׳ בתשובות הרדב״ז ח״ב סי׳ תתקל״ט (אראפגעברענגט אויבן) אז ס׳וועט יא זיין תחיית המתים אנהויב פונעם גאולה.



גאולה איז א נושא וואס מען קען נישט כאפן א בליק אין עפעס א ספר'ל און פאנטאזירן א אייגענע מהלך וואס איז באזירט אויף לופט, מען דארף דאס דורכלערנען מיט די הבנת הראשונים (וואס האבן פארשידענע אנדערע מהלכים)
כגון רב סעדיה גאון, רמב"ם, רמב"ן, אבן עזרא, ספר העקרים, אברבנאל, וכו' וכו' וואס א טייל האבן געשריבן ספעציעלע עקסטערע ספרים וואס געבן זיך אפ מיט די נושא

דער רמב״ם שרייבט אין הל׳ מלאכים פי״ב אז מ׳זאל *נישט* עוסק זיין אין די אלע מדרשים, ווייל מען ווייסט סייווי נישט וויאזוי ס׳וועט זיין, און ס׳ברענגט נישט גארנשט.
א גוטע ראי׳ אז דיר רמב״ם איז געווען גערעכט(מ׳דארף נישט קיין ראי׳), ביסטו...


וכולם פה אחד (פארשטייט זיך דערווייל לויט וויפיל איך האב געזעהן עד מקום שידי מגעת) זענען מודה אז עס קמעא קמעא ווי די ירושלמי, און אז אלע חלקים פון די גאולה זענען באזונדערע זאכן פאר זיך

די פסוק פון ופתאום יבא האסטו נאך נישט געזען?!..,


איך וועל דיר אנצייכענען צוויי אינטערעסאנטע דוגמאות
דער אברבנאל זאגט אז ר' עקיבא האט געזאגט אז בר כוכבא איז משיח נישט ווייל ער האט באמת געהאלטן אזוי נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה
דער חתם סופר זאגט ענדליך אז דער רמב"ם האט גערעכנט ביאת המשיח פון די עקרי אמונה נישט ווייל עס איז א עיקר נאר ווייל ער האט געוואלט מחזק זיין דאס פאלק אז מ'זאל זיך נישט מייאש זיין פון די ישועה

וועגן דיין "ראיה מפורשת" פון ופתאום יבוא אל היכלו, זאלסטו מיר קודם מסביר זיין די סתירה פון ופנה דרך לפני ופתאום יבוא ד.ה. אז ער וועט אנגרייטן א וועג און קומען פלוצלינג, איז עס אנגעגרייט אדער פלוצלינג??? און אויך וואס מיינט בפתע פתאום וואס מ'טרעפט אסאך מאל אין פסוק?
http://www.tora.us.fm/tnk1/messages/prqim_t25b29_0.html
אויכעט ווי אזוי שטימט דאס מיטן פסוק: כִּי לֹא בְחִפָּזוֹן תֵּצֵאוּ וּבִמְנוּסָה לֹא תֵלֵכוּן כִּי-הֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם ה' וּמְאַסִּפְכֶם אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל (ישעי נ"ב י"ב)
יא פלוצלינג? נישט פלוצלינג? שטאט אדער שנעל?

דיינע קשיות ווערן פארענטפערט מיטן רמב״ם הנ״ל, אז מיר ווייסן סייווי נישט וויאזוי ס׳וועט אויסזען דעמעלטס, און ס׳איז א שאד צי פארברענגען צייט צי זיך איינרעדן אז מ׳פארשטייט, און נאכזאגן ווערטער וואס מ׳האט נישט קיין מושג דערון.


ווען האסט דאס פארענטפערט וועלן מיר מיט געדולד ווארטן צו הערן א תירוץ מספיק אויף מיינע אנדערע פראגעס
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:17 pm#224482
@אייניקל,@אתא, עפעס א עם הארץ׳ישע ניגון...




אין א שיינעם העלען טאג
דער סוחר ביי דעם וואג
און דער שניידער אין מיטן נייען,
דער טרעגער מיט דעם פאק
דער לויפער מיט דעם זאק
און דער גערטנער אין מיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען,
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.



די זיצערן אין די גאס
דער שענקער ביי דער פאס
און דער שמיד ביי דעם האמער,
דער מילנער אין מיטן מאלן
דער בארבער אין מיטן גאלן
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.

פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה,
אז משיח קומט שוין באלד
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


דער מלמד מיט'ן טייטש
דער בעל עגלה מיט'ן בייטש
און דער בלעכער אויפן דאך,
דער שלייפער ביי דעם ראד
דער בעדער אין באד
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.

פלוצלינגוועט מען הערן א קלאנג
אז די צייט איז שוין געקומען
עטס מעגט שוין זינגען א נייעם געזאנג
עטס ווערט פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

דער פויער מאנט פאר אייער
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער
און דער סעליסיטער ברענגט א קלאגע,
די קעשענע איז לעהר
דאס געמיד איז נעבעך שווער
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.

פלוצלינג וועט מען הערן א קול
פון דעם שופר דעם גרויסן הארן,
דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.

על כן אידעליך, טייערע ברידערליך
מאכט אייך גרייט גרויס און קליין
ווייל באלד און גיך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:24 pm#224488
[quote="קדש הילולים"]@אייניקל,@אתא, עפעס א עם הארץ׳ישע ניגון...

א בפירושע ניגון, נא!
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:32 pm#224490
האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:44 pm#224497
איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:51 pm#224502
ATUB @קדש הילולים ATUB מילא וואס מיר האבן מדרשים לכאן לכאן, אויף דעם זאגט דאך דער רמב"ם אז מ'זאל ווארטן צו זען וויאזוי ס'שפילט זיך אויס למעשה. קעגן דעם ניגון אבער איז טאקע שווער צו ענטפערן... מה נענה אנן זבובים קצוצי כנפיים?

קדש הילולים האט געשריבן:האלטסט טאקע אז ס׳איז עם הארץ׳עס???!!!....


---------------------------------------------!!
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:00 pm#224529
מאטי האט געשריבן:איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''

מאטי: וואס איז מיט דיר? דו ווייסט נישט אז פון רמב"ם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ער איז דאך א חב"ד'סקער. פון 770. און פאררשטייצעך אויכעט א ציוני, וועלכער גלייבט אין שלימות הארץ. נישט ווי די נטורי חרתא. די פריינט פון די פאלעסטינער און איראנער... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:11 pm#224533
אבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:20 pm#224534
berlbalaguleh האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:איר כאפט וואס דא גייט פאהר ? קדש הילולים שרייבט גאנצעטע בלעטער מפי ספרים וסופרים פונקטליך ווי אזוי די גאולה גייט אויסקוקן.תחיית המתים, בנוי ומשוכלל, משיח אותות ומופתים. קומט צוגיין ר' אייניקל און ווייזט אים אנדערע חז"ל'ן און ראשונים וואס זאגן אנדערש. אויף דעם ברענגט ער ארויס דעם רמב"ם פון קלאזעט אז מ'קען זיך נישט צו טון מאכן פון חז"ל ומדרשים וואס שרייבן אין די ענינים ווייל ס'איז נישט קלאר וואס ס'גייט באמת געשען. איר כאפט??

וואו קומט בעסער אריין דעם באקאנטן שפריכווארט:

"שנייד נישט דיין נאז צו באשטראפן דיין געזיכט....''

מאטי: וואס איז מיט דיר? דו ווייסט נישט אז פון רמב"ם קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ער איז דאך א חב"ד'סקער. פון 770. און פאררשטייצעך אויכעט א ציוני, וועלכער גלייבט אין שלימות הארץ. נישט ווי די נטורי חרתא. די פריינט פון די פאלעסטינער און איראנער... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

דאס איז דער רמב״ם וואס רעדט ארום וועגען די מנורה וי אזוי עס האט אויסגעקוקט צו בעיגול צו באלכסון?
אויך אין וויי זענען דאך די חברה הייליג גערעכט דער רמב״ם איז געוועהן נישט מער וי א ציוני, ווייל ער רעדט פון די סימבאל פון די ציונים!
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:40 pm#224537
מאטי האט געשריבן:אבער ווען דער רמב"ם קומט אים אויס גוט דאן נוצט ער אים יא! דאס איז מיין וואונדער.

מאטי: מיין וואונדער איז, אז ער ווייסט בכלל צו זאגן פון רמב"ם. אינז ערליכע אידן לערנען נישט א סאך זאכן. כדאמרן. למשל משנה ברורה איז מען אויכעט מבזה אין אונזערע קרייזן מכמה טעמים. אויך ווייל ער איז געוועין אין אגודה... :? 8-) :lol: :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o