וואס זענען די פרינציפן וואס דו האלטסט פאר דיינע אויגן אלס איינע פון די סאמע בעסטע ק"ש שרייבער?מיין פרינציפ אלס שרייבער - און אין לעבן אין דזשענעראל - איז צו מרבה זיין אהבה אחוה ורעות. איך פרוביר זיך נישט צו קריגן מיט קיינעם, פארשטיין א צווייטן, דן זיין יענעם לכף זכות דורך פרובירן צו פארשטיין פון וואו יענער קומט, און אודאי קיינמאל נישט באליידיגן אדער פארשעמען א צווייטן. און אויב מאכט זיך יא א אישו, עס ווי שנעלער צו סאלוון און נישט לאזן האבן א שווער הארץ איינער אויפן צווייטן.
וועלכע סארט קריטיק קומט דיר אויס אפט צו הערן?געלויבט צו גאט איך הער נישט אפט קיין קריטיק. עס מאכט זיך אלץ דא און דארט, בפרט אלס אן אחראי, ווען כ'האב געטוישט זאכן אדער קעפלעך אן ערלויבעניש פונעם פותח האשכול, אדער ווען כ'האב "נישט" געטוישט געוויסע הודעות לויט די באמערקונגען פון געוויסע ניקס, שוין געווען צייטן וואס כ'האב ערנסט געטראכט אויפצוגעבן די אחראי'שאפט, שפירנדיג אז איך פארנעם נישט די היץ, און ממילא דארף איך ארויסגיין פון קיך... למעשה האט זיך ב"ה אלעס געסעטלט עצהיו"ט, און עס איז מקויים געווארן דעם 'ואת והב בסופה', און אויב כ'מעג זיך באנוצן מיט דעם לשון הפסוק: ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו....
אויף וועלכן ארטיקל האסטו באקומען די מערסטע פאזיטיווע פידבעק?שווער צו זאגן פון צווישן אזויפיל ארטיקלען, אבער איך גלייב אז מיין אשכול פון
"אונזער מצב הפרנסה – עד שתכלה פרוטה מן הכיס" האט ערוועקט א שטורעם, און איך האב באקומען א געוואלד פאזיטיווע פידבעק.
און די מערסטע קריטיק?ווי קאמיש עס הערט זיך, אויפן זעלבן אשכול! איך האב בעצם קיינמאל נישט באקומען קיין ערנסטע קריטיק אויף אן אשכול דא אין שטיבל, אבער אויפן אויבנדערמאנטן פרנסה אשכול, האט א ניק (ברשותי)
ארויפגעשטעלט אויף אייוועלט בשם שמעקעדיג פון קאווע שטיבל, און האט מיר גורם געווען א שרעקליכן עגמת נפש, איך האב געכאפט קאלטס און ווארעמס, מיאוס'ע קללות און געשפעטעריי, כאטש לשבחם יאמרו אז געציילטע ניקס פון אייוועלט האבן מיר אין אישי שטארק מחזק געווען. איך האב בשעתו
געשריבן דערוועגן באריכות אין דעם אשכול.
די מערסט אינספירירנדע מאמענט אלס ק"ש שרייבער?אויב מעג איך רעדן מער פערזענליך, האב איך א שטיק צייט צוריק געמאכט א שמחה, פארשטייט זיך אז טראץ די פרנסה שטופט מען שווער אדורך, און אפאר ניקס האבן זיך שיין צוגעשטעלט, איינער פון מיינע חברים האט זיי פארציילט וואס טוט זיך דא, און עס איז אריינגעקומען א הערליכן סכום פון חברי השטיבל, באגלייט מיט ברכות און לויב ווערטער. איך וועל דא נעמען די געלעגנהייט זיי אלע צו באדאנקען מעמקי לבבי, איך האב נישט קיין ווערטער, זאל ענק הקב"ה באצאלן אלף פעמים ככה מיט עשירות און נחת וכ"ט.
האסטו אמאל חרטה געהאט אויף אן ארטיקל נאכן עס ארויסלייגן לרבים? ארטיקל לכאורה נישט, געוויסע פרטים אפשר יא, ווען כ'וואלט אמאל געוואוסט אז כ'וועל ווערן אזוי פאפולער וואלט איך געשריבן ווייניגער פערזענליכע דעטאלן. די מערסטע האב איך חרטה אז כ'האב אמאל געשריבן – שלא כדרכי – אויף א חשוב'ן ניק די קללה עפ"ל... איך האף יענער איז מיר מוחל, ס'האט גראדע נישט אויסגעקוקט ווי ער באקראצט זיך צופיל דערפון....
דיין לענגסטע ארטיקל וואס דו האסט געשריבן?ווידעראמאל די פרנסה אשכול. איך האב נישט געציילט די קערעקטערס, מעגליך ס'איז יא דא לענגערע, אבער די כח און מח וואס איז אריין אין דעם אשכול שטייגט איבער אלע אנדערע.
וואספארא ארטיקל האלטסטו איז אממערסטנס נוגע פאר אונז אלע, אזא בחינה פון 'הפך בה והפך בה'?אויב רעדסטו פון מיינע ארטיקלען, איז צום זעקסטן מאל, דער פרנסה ארטיקל הנ"ל... אויב רעדסטו בעצם פון שטיבל ארטיקלען, איז פאראן אסאך, בעיקר פון @ברסלבער און @הוגה, און די
אשכולות פון
די "למעשה" פראיעקט דורך @ראובן.
באקומסטו חיזוק פון חברים איבער וואס דו שרייבסט?נישט סתם. דאס גיט מיר די מערסטע חיזוק און שטופ אנצוגיין ווייטער.
האט איר צוריקגעהערט פון גאס איבער 'שמעקעדיג' פון ק"ש? האבן אייך מענטשן פון גאס אידענטיפיצירט אלס 'שמעקעדיג' פון ק"ש?נישט אידענטיפיצירט ב"ה. כאטש עס איז שוין געקומען נאנט דערצו, ווען געוויסע האבן געשמועסט איבער דעם שמעקעדיג, און איך האב מיטגעשמועסט מיט א הארץ-קלאפענדע בלעכענע פנים.....
דיינע ארטיקלן אויף ק"ש צייכענען זיך באזונדער אויס מיט איר גראדקייט און קלארקייט אין השקפת החיים, פון וואו האט איר דאס גענומען? עס איז מיר יעדע מאל באזונדער א געשמאק צו הערן די קאמפלימענטן... נאך אלעם, יעדער שרייבער האלט אז ער איז א גוטער קלארער שרייבער, אבער אז מען הערט פון אזעלכע שרייבער ווי דיר די קאמפלימענטן, זעה איך אז יש דברים בגו, און מיינע תגובות האבן א קלארן תוכן. ווי געשריבן אויבן, האלקים עשה את האדם ישר, איך האב אסאך געלערנט און מקבל געווען פון אנדערע קלוגערע פון מיר, געארבעט אויף מיר, און איך פרוביר צו טראכטן אויף יעדע זאך וואס איז דער דרך הישרה שיבור לו האדם, וואס איז דער רצון ה'.
ווען דו ענדיגסט שרייבן אן ארטיקל, גייסטו עס איבער אדער ס'שרייבט זיך שוין די 'פיינעל' ווערסיע?הממ... ערגעץ אינצווישן. געווענליך נישט קיין ערנסטע טוישונגען, אזויפיל צייט האב איך שוין נישט... איך לויף שנעל איבער די טעותים און מאך קורצע תיקונים.
וואספארא אפעקט האט דיין שרייבן אויף ק"ש איבערגעלאזט אויף דיין פריוואטן לעבן? דיין ווייב האלט מיט/שטיצט עס? קאווע שטיבל האט געהאט א גרעסערע השפעה אויף מיין לעבן דורך ליינען ארטיקלען פון אנדערע, ווי איידער דורכ'ן שרייבן; אבער עס איז קלאר אז די סיפוק פון העלפן אנדערע אידן האט געהאט א פאזיטיווער אפעקט אויף מיין לעבן אין מערערע הינזיכטן, און בכלל האט עס געשטארקט מיין קאנפידענץ, אין וועלכן כ'האב זיך שטארק גענויטיגט....
וועגן מיין אשת חבר קען איך נישט רעדן פאר יענעם, אלזא האב איך איר אליין אנגעפרעגט. זי בעט איבערצוגעבן אין איר נאמען, אז זי שטיצט עס פולשטענדיג מיטן גאנצן הארץ, און עס איז איר א פריוועליגיע אז איר מאן איז אזוי געשעצט און באליבט ביי זיינע חברים, און זי גיבט מיר חיזוק אויף ווייטער אויך...
האט איינער שוין אמאל פלאגיאירט אדער זיך באנוצט מיט דיינע געשריבענע ארטיקלן וכו'? נישט עפעס ערנסט וואס איך ווייס, הגם אויף וואטסעפפ און טעלעגראם קורסירן זיי ארום אין גרויסן..
ווען דו ביזט אנגעקומען צום 'צען טויזנטסטע לייק', וואס האסטו דעמאלס געטראכט? און וואס טראכסטו יעצט?חחחח...... (שמעקעדיג האט זיך צולאכט). איך פיל מאדנע צו אויסשמועסן לייקס מיט שש משזר,
דו נוצט שטארקע מעטאדן ווי אזוי צו זאמלען און איינקאסירן לייקס, ווי צב"ש יעדעס מאל ווען דו עפנסט אן אשכול צעטיילסטו עס אויף מערערע תגובות, וואס כל אחד כדאי לעצמו פאר א לייק.... און נאכדעם שרייבט מען אין
"פנינים שזורים" אז דער ארטיקל איז ערשינען לאור עולם... נאך מער! נעם צב"ש אונזער יעצטיגע אינטערוויו, איך בין זיכער א גרויסער עולם וועט הנאה האבן דערפון. ווער מיינסטו גייט אריינשארן אלע לייקס דערפאר אין קעשענע? יא, צוגעטראפן!!...
אבער איך פארשטיי אז יעדער האט זיך זיינע 15 מינוט אויף פעים – אדער 15 טויזענט לייקס – און ובא השמש וזרח השמש. אז דו ביסט ראוי לאותה איצטלא, און דו פארדינסט דיינע לייקס דורך דיינע געוואלדיגע כוחות וואס דו לייגסט אריין אין שטיבל, ובפרט לעצטנס
אין דעם "וועקער", זאל עס דיר וואויל באקומען, און איך אליין וועל דיר לייקן ווילאנג כ'האב הנאה דערפון, אפגעזען ווי מיין ראנג וועט זיין אין א יאר פון היינט.
לענינינו, לייקס איז עפעס וואס מען דארף נישט מסביר זיין, עס איז נישט ווי טרוקענע געלט, יעדע לייק איז ביי מיר א שטיק הארץ, איך קוק וואס ליגט אונטער דעם לייק, און עס איז מיר א זכי' אז איך קען מהנה זיין אזויפיל אידישע קינדער, איך האף באמת אז די אלע לייקס וועלן מיר אקעגנקומען ביים בי"ד של מעלה און אראפוועגן די רעכטע זייט וואגשאל....
זינט דו ביזט אנגעקומען אין ק"ש, ביזטו - לדעתך - געשטיגן אדער פארקערט?שטייצעך איך האב נגיעות און האלט אז איך בין געשטיגן; אבער מען דארף עס מברר זיין ביי אן אומפארטייאישן בי"ד אדער א אומאפהענגיקע צייטונג..
וואס געבט דיר די גרעסטע שטופ צו שרייבן ווייטער?די סיפוק וואס איך האב נאכן שרייבן א גוטע ארטיקל, און נאכן זוכה זיין צו העלפן א צווייטן איד.